פֿון אונדזער עזבֿון: בער האַלפּערן (1902־1984)

alprin-obl-e1514225998270.jpg

דער פּראָזאַיִקער בער האַלפּערן איז געבוירן געוואָרן אין דאַרסונישקיס, ליטע, אין אַ מפּשחה פֿון אַ לערער. נאָך דער פֿאַשיסטישער איבערקערעניש אין ליטע האָט ער, אַ סטודענט פֿון אַ בוי־אינסטיטוט, פֿאַרלאָזט זײַן לאַנד. ער האָט זיך באַזעצט אין פּאַריז, וווּ ער האָט דעביוטירט ווי אַ פּובליציסט אין דער צײַטונג „אַרבעטער־שטימע‟. פֿאַרענדיקט זײַן לערע ווי אַ בוי־אינזשעניר, פֿאָרלאָזט ער אין 1929 פּאַריז און פֿאָרט אַוועק קיין אורוגווײַ, וווּ ס‘האָט געלעבט זײַן משפּחה.

אין 1934 שאַפֿט האַלפּערן אין מאָנטעווידעאָ די צײַטונג „אונדזער פֿרײַנד‟, פֿינאַנצירט דורך דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע. נאָך דעם ווי אורוגווײַ האָט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט האַלפּערן געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און קומען קיין רוסלאַנד. ער ווערט באַלד אַרעסטירט, ווי אַן אויסלענדער, און פֿאַרשיקט אויף 16 יאָר אין סטאַלינס „גולאַג‟. נאָכן באַפֿרײַען זיך אין 1956 באַזעצט האַלפּערן זיך אין ווילנע, וווּ ער איז ממשיך צו אַרבעטן ווי אַ בוי־אינזשעניר.

זײַנע ווערק הייבן זיך אָן צו באַווײַזן אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אין וואַרשעווער „פֿאָלקס־שטימע‟, אין פּאַריזער „נײַע פּרעסע‟. היסטאָריזם און פֿאָלקסטימלעכקייט זײַנען די גרונטשטריכן פֿון זײַנע ווערק. אַ חוץ די דערציילונגען, וועלכע זײַנען אַרײַן אין זײַנע ביכער „מײַן ייִחוס‟ און „חשבון־הנפֿש‟, האָט האַלפּערן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי קינסטלערישע פֿאַרצייכענונגען, וואָס פֿינף פֿון זיי זײַנען אײַנגעשלאָסן אין דער זאַמלונג „אַלץ בלײַבט איבער דעם מענטשן‟, וואָס איז דערשינען שוין נאָך זײַן טויט.

לייענט אַ דערציילונג פֿון בער האַלפּערנס בוך „חשבון־הנפֿש‟ (פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1984)

בער האַלפּערן

אַ באָרד האָט ער געהאַט אַ רויטע

פּאַסירט דאָך אויף דער וועלט אַזאַ מעשׂה: פּעך־שוואַרצע האָר אויפֿן קאָפּ און די באָרד איז אַ רויטע!

ווען דאָדיק האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין שטוב מיטן רוקזאַק אויף דער פּלייצע נאָך זײַן טוריסטישער רײַזע איבער קאַווקאַז, זײַנען די עלטערן אין עכטן מאָמענט געבליבן געפּלעפֿט. נאָך די עטלעכע מינוט פֿון אַרומנעמען זיך און קושן האָט זלמן אַ פּינטל געטאָן מיטן אויג אויף דאָדיקס באָרד:

— וואָס זײַנען דאָס פֿאַר אַ שטיק?
— ע… גאָרנישט… סתּם אַזוי…
— דו האָסט דאָך געהאַט מיטגענומען דײַן ראַזיר־אַפּאַראַט…

זלמן האָט נישט געוווּסט, אַז אין לעצטן מאָמענט האָט דאָדיק אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דעם רוקזאַק דעם ראַזיר־אַפּאַראַט און אַרײַנגעלייגט אַהין צוויי ביכלעך: איין ביכל פֿון אַ פּלוצעם באַרימט־געוואָרענעם מאָדערנעם פּאָעט, און אַ צווייט — פֿון אַן אַמעריקאַנער קיבערנעטיקער. נאָר דאָדיק האָט עס פֿאַרשוויגן און דיפּלאָמאַטיש געזאָגט:

— דו מיינסט, אַז אין די געצעלטן, וווּ מיר האָבן גענעכטיקט, איז דורכגעפֿירט עלעקטריע?
— נו, און פֿריזירערס…
— גיי זוך זיי.
— נו גוט. אָבער איצט מאַך אַ סוף צו די שטיק.

דער זון האָט רעטענישפֿול געשמייכלט. אין אָוונט איז געקומען דער פֿעטער מישע מיט זײַן ווײַב. דערזעענדיק דאָדיקן, האָט די מומע אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט:
— אוי האַלט מיך צו, איך פֿאַל חלשות!

דער פֿעטער האָט אויפֿגעהויבן זײַנע ברעמען און אַרויסגעברומט:

— נו־נו…
— וואָס, אָנקל מישע, ס׳געפֿעלט דיר נישט?
— וועמען קאָן עס געפֿעלן? — האָט אונטערגעכאַפּט זלמן. ער האָט זיך שטאַרק געשעמפֿט מיטן זונס באָרד.

דער פֿעטער מישע האָט לאַנגזאַם אַרויסגענומען אַ פּאַפּיראָס, פֿאַררייכערט און דאַן פֿילאָסאָפֿיש באַמערקט:

— ווען דו וואָלסט געווען אַ הומאַניסט, אַ מעדיקער, למשל, צי אַ יוריסט, וואָלט איך געזאָגט: ניין. אָבער פֿאַר אַ פֿיזיקער…
— וואָס פֿאַר אַ פֿיזיקער איז ער? בסך־הכּל אַ סטודענט! — האָט זיך זלמן נישט געקאָנט באַרויִקן.
— פֿון פֿינפֿטן קורס!
— אַ שנעק! אַז דו וועסט זײַן אַריבער פֿופֿציק, און אויב דו וועסט דעמאָלט זײַן אַ פּראָפֿעסאָר… כאָטשבי אַ דאָצענט…
— נו, ווי באַלד איז בײַ מיר שוין אויסגעוואַקסן אַ באָרד, מוז איך זי איצט ווײַזן די חבֿרה. כ‘וועל זען, וואָס זיי וועלן זאָגן, דאַן וועל איך זי אַראָפּנעמען.
— נעם אַראָפּ, נעם אַראָפּ דעם רויטן בעזעם. אַניט וועלן די מיידלעך נישט וועלן וויסן פֿון דיר.

דאָדיק האָט גאָרנישט געענטפֿערט, נאָר אַ שמייכל געטאָן אין זײַן רויטער באָרד. משמעות, אַז אין ענין מיידלעך האָט ער געוווּסט מער ווי דער טאַטע.

ס‘איז אַריבער אַ טאָג, צוויי, דער „בעזעם‟ איז אַלץ געהאַנגען. וואָס אַן אמת, איז די באָרד געווען אַ פּרעכטיקע: אַ געדיכטע, מיט געקרײַזלטע הערעלעך און אַ פֿײַערדיק־רויטע.

ווי די „חבֿרה‟ האָט אויפֿגענומען דאָדיקס באָרד האָט זלמן נישט געוווּסט, ווײַל ס‘רובֿ האָט דאָדיק זיך געטראָפֿן מיט זײַנע חבֿרים אויסער דער שטוב. איין מאָל נאָר זײַנען צוויי מיידלעך, זײַנע חבֿרטעס, געקומען צו זיי אין שטוב. גראָד האָט זלמן געעפֿנט די טיר. זיי זײַנען אַרײַן אין דאָדיקס צימער, און זלמן איז געבליבן אין עסצימער זיך צוהערן, ווי קומט פֿאָר די באַגעגעניש. פֿון דאָדיקס צימער האָט זיך געטראָגן אַ דורכויסיקע מיידלשע קווישטערײַ. נאָר גיי פֿאַרשטיי, וואָס אַזאַ קוויטשערײַ באַטײַט: צי גרויסע אַנציקונג, צי שטאַרקע אויפֿגעבראַכטקייט. זלמן איז אַ ווײַלע געשטאַנען, דאַן האָט ער אַ שפּײַ געטאָן און איז אַוועק אין קיך צו דער פֿרוי.

— נו, ווי געפֿעלט דיר דײַן תּכשיט? אַ ישיבֿה־בחור, אַן אמתער ישיבֿה־בחור!
— זלמן, רעג זיך נישט אויף, פֿאַרגעס נישט, דו האָסט אַ שוואַך האַרץ.
— בײַ דיר איז אַלץ רעכט, וואָס ער טוט.
— נישקשה, מע וועט דאָס אויך איבערקומען.

זלמן האָט אַ ווײַלע געשוויגן, נאָר פּלוצלינג האָט אויפֿגעברויזט:
— אַזאַ בעזעם! און נאָך אַ רויטער דערצו! ווי קומט עס אין אונדזער משפּחה?

ראָזע האָט געלאַסן אויסגעווישט דעם טעלער, אַוועקגעשטעלט אים אויף דער פּאָליצע צו טריקענען און, אַראָפּלאָזנדיק די אויגן, צניעותדיק געזאָגט:
— עס פּאַסירט.
— און מיידלעך? וואָס וועלן מיידלעך זאָגן? וואָלסט געהערט, ווי איצטער האָבן זיי געשריגן אויף אים, זיך געבייזערט…
— נישקשה, אַז אַ מיידל וועט וועלן אים אַ קוש טאָן, וועט זי זיך שוין ווי עס איז זיך דערקלײַבן צו זײַן באַק.
זלמן האָט מיט פֿאַרדאַכט אַ קוק געטאָן אויף ראָזען.
— אַז דיר געפֿעלט, מיסתּמא, דער גאַנצער ענין.

אויפֿן אַנדערן טאָג, קומענדיק פֿון דער אַרבעט, האָט זלמן אַוועקגעלייגט אויפֿן טיש, וווּ ראָזע האָט געגרייט דאָס וואַרמעס, נעבן זונס אָרט, אַן אײַנגעוויקלטן פּאַקעט. דאָדיק איז אַרויס פֿון זײַן צימער, זיך צוגעזעצט צום טיש און, דערזעענידק דעם פּאַקעט, געוואָרפֿן אַ פֿרעגנדיקן בליק אויף די עלטערן.
— פֿאַר דיר, — האָט אַ בורטשע געטאָן זלמן, — אַ מתּנה.

דאָדיק האָט פֿאַנאַדערגעוויקלט דעם פּאַקעט: ס׳איז געווען אַ נײַיִנקער עלעקטרישער ראַזיר־אַפּאַראַט, לעצטע מאָדעל. דאָדיק האָט באַקוקט דעם אַפּאַראַט, געעפֿנט אים, אַרײַנגעבליקט אינווייניק. קענטיק, דער אַפּאַראַט איז אים געפֿעלן געוואָרן.
„נו, — האָט געקלערט זלמן, — דאַכט זיך, איצט איז שוין אויס מיט דער אָנשיקעניש”.

נאָר אויפֿן אַנדערן טאָג בײַם פֿרישטיק האָט די „אָנשיקעניש‟ ווײַטער געלויכטן מיט איר רויטער שײַן. זלמן האָט קיין וואָרט נישט געזאָגט. ער האָט געוווּסט, אַז מיט ווערטער וועט ער גאָרנישט פּועלן. גיכער פֿאַרקערט. ווען דאָדיק איז אַרויס, איז זלמן געבליבן זיצן בײַם טיש אַן אָפּהענטיקער.

— דו וואָלסט אפֿשר אַ שמועס געטאָן מיט אים. ס‘איז דאָך אַ חרפּה פֿאַרבײַגיין. בײַ דיר איז אַלץ ניחא! אפֿשר וועסטו נאָך באַלד מיר אַרײַנזאָגן אַ מאמר פֿאַר דײַן זיידן? — אין זלמנס שטים האָט געקלונגען אַ צערייצטקייט.

דער זיידע איז געווען אַ שם־דבֿר אין דער משפּחה. בײַ ראָזען איז עס געווען איר שטאָלץ, איר ייִחוס, איר אייביקע פֿאַרליבטקייט. זלמן האָט אים נישט געקענט, נאָר ער האָט זיך פֿיל אָנגעהערט וועגן אים פֿון ראָזען, וועלכע האָט אַ סך דערציילט וועגן אים, און שטענדיק מיט התפּעלות.

לויט ראָזעס רייד, איז דער זיידע געווען אַ זעלטן קלוגער מענטש, אַ ליכטיקער קאָפּ, געווען שטאַרק באַליבט און געשעצט אין שטאָט. אין אַנדערע באַדינגונגען וואָלט ער געקאָנט ווערן אַ געלערנטער, אין יענע באַדינגונגען — אַ רבֿ. נאָר קיין רבֿ האָט ער נישט געוואָלט ווערן, איז ער אַוועק מיט דעם ביסל נדן, וואָס ער האָט געקראָגן פֿונעם שווער, אויף סוחרישע דרכים. אַזוי ווי ער איז געווען זייער אַ קלוגער און פֿיייִקער, איז דער מיסחר גוט אַוועק בײַ אים. נאָר צום סוף — ראָזע איז נאָך געווען אַ קליין מיידעלע — איז ער רויִנירט געוואָרן. ראָזע האָט ליב געהאַט צו דערציילן, ווי זי פֿלעגט אַרויפֿקריכן דעם זיידן אויף די קני, זיך שפּילן מיט זײַן באָרד און פֿרעגן:

— זיידע, פֿאַר וואָס ביסטו געוואָרן אַ יורד?
— ווער האָט עס דיר געזאָגט? פֿון וואַנען נעמסטו אַזעלכע ווערטער?
— אַלע זאָגן.
דער זיידע האָט אַ גלעט געטאָן רייזעלעס קעפּעלע.
— פֿאַרשטייסט, רייזעלע, אַ סוחר דאַרף בײַקומען שוועריקייטן. בײַקומען שוועריקייטן האָב איך געקאָנט, נאָר בײַקומען מײַן אייגענע נאַטור, צווינגען זיך זײַן אַן אַכזר לגבי אַנדערע. דאָס האָב איך נישט געקאָנט, פֿאַרשטייסט?

רייזעלע האָט נישט פֿאַרשטאַנען — נישט וואָס איז דאָס יורדן, נישט פֿאַר וואָס האָט דער זיידע געדאַרפֿט בײַקומען זײַן אייגענע נאַטור, נאָר כּדי נישט מצער זײַן דעם זיידן, האָט זי געשאָקלט מיטן קאָפּ: יאָ, זי פֿאַרשטייט.

מיט יאָרן שפּעטער האָט זי ערשט באַנומען די ווערטער און פֿאַרשטאַנען, אַז דער זיידע האָט באַדאַרפֿט געבוירן ווערן אין דער איצטיקער צײַט און נישט אין יענער, אין דער אַכזריותדיקער.

זלמן, ווען ער צעאַמפּערט זיך מיט דער פֿרוי, האָט ליב צו איראָניזירן איבער איר פֿאַרליבטקייט אין זיידן:
— נו, וואָס וואָלט אויף דעם דײַן זיידע געזאָגט?
נאָר ראָזע האָט אים איצטער אָפּגעענטפֿערט:
— דער זיידע וואָלט געזאָגט: נעם זיך נישט צום האַרצן.

ס‘איז אַריבער אַ וואָך, אַ צווייטע. די באָרד איז געוואָרן געדיכטער און — זלמן וואָלט געקאָנט שווערן — נאָך רויטער. איצטער וואָלט ער שוין נישט געקאָנט זאָגן, אַז דאָדיק איז ענלעך אויף אַ ישיבֿה־בחור: ער האָט גיכער אויסגעזען, ווי אַ פּיראַט.

אין אָנוועזנהייט פֿון דעם זון האָט זלמן נישט געוואַגט צו ריידן וועגן דער באָרד, — פֿאָרט אַ דערוואַקסענער מענטש, אָן פֿינף מינוט אַ דיפּלאָמירטער פֿיזיקער, — נאָר שטילערהייט האָט ער אונטערגעקרעכצט און זיך געקלאָגט פֿאַר ראָזען.

נאָר דאָ האָט זיך צו זײַן גרויסער איבערראַשונג אַרויסגעוויזן, אַז ראָזע טיילט לחלוטין נישט זײַנע קעמפֿערישע שטימונגען קעגן דער באָרד. מילא, אַז זי קוקט מיט פֿאַרליבטע אויגן אויף דאָדיקן — אויף דעם איז זי אַ מאַמע. זי זעט דאָך נישט ווי דער רויטער בעזעם קאַליעטשעט אים. אין קעגנטייל — אָפֿט מאָל גיט זי אַפֿילו אַ גלעט די באָרד. דערבײַ האָבן אירע אויגן אַזאַ בענקענדיקן אויסדרוק, ווי זי וואָלט זיך דערמאָנט עפּעס זיס׳ פֿון די קינדער־יאָרן, און אויף די ליפּן בלאָנדזשעט אַ מאָדנער שמייכל.

— דו! — האָט זלמן איין מאָל אָנגעשריגן אויף איר. — ביסט משוגע, צי חסר־דעה? דער זון מאַכט אונדז אָן חרפּות און בזיונות, און איר זאָל עס אַרן!..
— חרפּות? בזיונות? מיט זײַן קאָפּ, מיט זײַנע פֿיייִקייטן?..
— דעם קאָפּ און די פֿיייִקייטן זעט קיינער נישט, און דער בעזעם שטעכט אַלעמען די אויגן.
— אַז ס׳איז אַזאַ מאָדע בײַ זיי.
— מאָדע… מאָדע… אפֿשר וואָלסטו אויך אָנגעטאָן אַ מיני־קליידל און אַרומגעלאָפֿן איבער די גאַסן?
— זלמן, רעג זיך נישט אויף. דו האָסט אַ שוואַך האַרץ.

דערנאָך האָט זי אויפֿגעהויבן אויף אים אַ פּאָר מילדע אויגן — די אויגן פֿון פֿאַר דרײַסיק יאָר — און שטיל צוגעגעבן:
— זיאַמעלע, פֿאַרשטייסט… מײַן זיידע האָט אויך געהאַט אַ רויטע באָרד…

 

halpern,il
אילוסטראַציע צום בוך. קינסטלער וו. לאָקשין

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s