מיר האָבן אָנגעהויבן אַ נײַע ווידעאָ־פּראָגראַם „אויטאָגראַף‟, וווּ אונדזערע מיטצײַטלער — ייִדישע פּאָעטן, פּראָזאַיִקער, אַקטיאָרן, ליטעראַטור־פֿאָרשער, ייִדיש־פּערזענלעכקייטן וועלן איבערלאָזן פֿאַר די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ זייער אָריגינעלע ווידעאָ־באַגריסונג — לידער, דערציילונג, געזאַנג, אַ וויץ און אַ חכמה…
אינעם נומ׳ 18 (פֿעברואַר) האָט די דיכטערין גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט געלייענט אירע לידער בשעת דעם אָוונט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע אינעם בערלינער „פּאָעזיע־הויז‟. יאַנואַר 23, 2019.
אינעם מאַרץ־נומער (19) האָט זײַנע לידער געלייענט יעווגעני קיסין.
אינעם אַפּריל־נומער (20) לייענט זײַנע לידער באָריס סאַנדלער.