איתּן פֿינקעלשטיין
קומענדיק קיין בערלין, האָב איך זיך נישט געקליבן אָנצוקניפּן נאָענטע באַקאַנטשאַפֿטן. פֿאַר וואָס? איין קלייניקייט: נישט ווייניק פֿון מײַנע פֿרײַנד און קרובֿים האָבן דורכגעמאַכט דאַכאַו, שטוטהאָף און אַפֿילו אוישוויץ. געציילטע פֿון זיי האָבן זיך על־פּי־נס געראַטעוועט אין דער עוואַקואַציע, און מײַן אייגענע משפּחה איז גאַנץ געבליבן בלויז צוליב דעם, וואָס אין 1940 האָבן די רויטאַרמייער, נאָכן „באַפֿרײַען‟ ליטע אַרומגערינגלט אונדזער הויז אין קאָוונע, געגעבן די עלטערן אַ שעה צײַט זיך צונויפֿנעמען, דערנאָך פֿאַרשפּאַרט אין די פֿראַכט־וואַגאָנען און אָפּגעשיקט אין סיביר, צו וואַלגערן ביימער אין טײַגע…
דעריבער, ווען מײַן שעף אין ישׂראל האָט מיר צום ערשטן מאָל פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן אין באָן, איז מײַן ערשטער געדאַנק געווען: „בשום־אופֿן נישט!‟ כ‘האָב דעמאָלט געאַרבעט אין דער מיליטער־אינדוסטריע, זיך פֿאַרנומען מיט ערנסטע ענינים און זאָגן גלאַט אַזוי, „כ‘וועל נישט פֿאָרן!‟ — האָב איך נישט געקאָנט. זיך צו פֿאַרענטפֿערן, בין איך אַוועק צום גענעראַל־דירעקטאָר: „בײַ מיר זײַנען אומגעקומען הונדערט מענטשן — אַלע קרובֿים… שיקט מיך וווּהין איר ווילט, נאָר נישט קיין דײַטשלאַנד!.. זאָלן אַהין פֿאָרן אַנדערע מיטאַרבעטער…‟
דער גענעראַל־דירעקטאָר האָט מיך שטיל אויסגעהערט, פֿאַרקאַטשעט דעם אַרבעל אויף זײַן לינקער האַנט און געוויזן זײַן לאַגער־נומער. „צוליב דעם, אַז אַזעלכע ציפֿערן זאָל מען מער נישט לאָזן אויף דער האַנט, טוען מיר טאַקע אונדזער אַרבעט. די אַמעריקאַנער זײַנען איצט בײז אויף אונדז, צוליב פּאָלאַרדן, מוזן מיר זיך צונויפֿרעדן מיט די דײַטשן. דו מוזסט גובֿר זײַן דײַנע אַמביציעס און פֿאָרן קיין דײַטשלאַנד. דו פֿירסט דאָך אָן מיט דעם פּראָיעקט, וועסטו דאַרפֿן מיט זיי זיך צונויפֿרעדן.‟ בין איך געפֿאָרן, אַ ברירה האָב איך געהאַט? פֿון דעסטוועגן, האָב איך בײַ זיך באַשלאָסן, אַז קיין שום באַקאַנטשאַפֿטן, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿרײַנדשאַפֿט, וועל איך מיט קיינעם נישט פֿירן. עס אינטערעסירט מיך נישט דאָרט גאָרנישט — נישט דאָס לאַנד, נישט די שטאָט, נישט די מענטשן — נאָר די אַרבעט…
שטעלט זיך פֿאָר — אַזוי איז עס טאַקע געווען. פֿון אין דער פֿרי אָן בין איך געלאָפֿן פֿון איין לאַבאָראַטאָריע צו אַן אַנדערער, זיך באַקענט מיט דער דאָקומענטאַציע, פֿאַרהאַנדלט מיט דער נאַטשאַלסטווע, אָבער אויף די פֿאָרשלאָגן צו פֿאַרברענגען פֿאַר נאַכט אין עפּעס אַ פּאַב, האָב איך שטענדיק געפֿונען אַ תּירוץ זיך אָפּצוזאָגן. די דײַטשישע קאָלעגן מײַנע האָבן קיין איבעריקע פֿראַגעס נישט געשטעלט.
שפּעטער, ווען איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין אוניווערסיטעט, פֿלעג מיר פֿון צײַט צו צײַט אויסקומען צו פֿאָרן קיין דײַטשלאַנד. איז ווידער: אָפּגעהאַלטן די לעקציע אָדער אויפֿגעטראָטן אויף אַ סעמינאַר, בין איך גלײַך געגאַנגען צוריק אין האָטעל אַרײַן.
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז עס פֿאָרט געווען אַ קורצע יאַזדע — מאַקסימום אויף אַ וואָך, אָבער איצט… איצט בין איך געזעסן אין אַ באַקוועמען פֿאָטעל אין אַ געראַמער דירה, צוגעשטעלט פֿונעם אוניווערסיטעט, וווּ כ‘האָב געדאַרפֿט פֿירן מײַנע לעקציעס במשך פֿונעם יאָר. כ‘האָב שוין געהאַט מײַן אייגענעם אָפֿיס אויף דער קאַטעדרע און אַ גרופּע סטודענטן. דערצו האָב איך געמוזט זיך באַטייליקן „אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן‟ פֿונעם אוניווערסיטעט.
בין איך זיך אַזוי געזעסן אין מײַן פֿאָטעל, אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער אין דרויסן אויף דער קורפֿיורסטענדאַם־גאַס, פֿאַרפֿלייצט מיט מענטשן און אויטאָס, און געטראַכט, ווי אַזוי אין אַזאַ סיטואַציע קאָן מען זיך האַלטן בײַ מײַן אַלטן כּלל: נישט דערנענטערן זיך, נישט באַפֿרײַדן זיך, נישט אָנצוקניפּן קיין נאָענטע באַקאַנטשאַפֿטן?
מײַנע מחשבֿות האָט איבערגעריסן דער טעלעפֿאָן.
— עס רעדט מיט אײַך דער סעקרעטאַר פֿון גראַף פֿאָן ל.. מײַן באָס וואָלט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט אײַך. מאָרגן אין דער פֿרי וועט ער אײַך אָנקלינגען. כ‘האָף, איר ווייסט, אַז דער גראַף איז אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ענינים בײַם בונדעסטאַג…
דער נאָמען פֿון פֿאָן ל. איז מיר טאַקע גוט באַקאַנט געווען. אין די סאָוועטישע לערנביכער האָט מען אַזעלכע גראַפֿן גערופֿן „אָסטזייער באַראָנען‟; זיי האָבן פֿאַרקנעכט די אָרטיקע פּויערים. אין דער אמתן האָט זיך עס אָנגעהויבן פֿון די דײַטשישע קאָלאָניסטן אויף די באַלטישע פֿעלדער, וועלכע זײַנען געגאַנגען דינען דעם רוסישן צאַר נאָך דעם, ווי רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט די בײַבאַלטישע לענדער. זיי זײַנען געווען געטרײַע דינער, אָנגענומען די פּראַוואָסלאַוונע רעליגיע, און דער צאַרישער הויף, פֿון זײַן זײַט, פֿלעגט זיי מיט אַ ברייטער האַנט צוטיילן אָדלטיטלען, מאַכן פֿאַר באַראָנען און גראַפֿן, שטעלן אויף הויכע מלוכישע פּאָסטנס.
אַזוי האָט אויך דער פֿאָטער פֿון גראַף ל., נאָך גאָר אַ יונגער מענטש, אויסגעקליבן פֿאַר זיך אַ מיליטערישע קאַריערע, געקעמפֿט מיט די יאַפּאַנער, דערנאָך אין דער ערשטער וועלט־מלחמה, און ס‘האָט שוין געהאַלטן בײַם צוגשטעלן אים צום גענעראַל־טשין, ווען דער קיסר ניקאָלײַ דער צווייטער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן טראָן. איין איבערקערעניש, אַ צווייטע… רוסלאַנד איז געבליבן אויף הפֿקר.
דווקא אין אַזאַ שוידערלעכער צײַט האָט דער כּמעט גענעראַל זיך דערמאָנט, אַז אין תּוך איז ער דאָך פֿון די בײַבאַלטישע דײַטשן, און זיך געלאָזט צוריק אין זײַן פֿאָטערלאַנד. שוין אין דײַטשלאַנד האָט אים זײַן רוסישע פֿרוי געבוירן דרײַ זין. די צווייטע וועלט־מלחמה האָט איבערגעלעבט נאָר איין זון, דער מיזיניק. אין דער קרוינשטאָט באָן האָט ער זיך אויסגעשולט און געוואָרן אַ געשעפֿטסמאַן. צוליב אַ קאָנפֿליקט מיט די יוניאָנס, האָט ער געמוזט שליסן זײַן געשעפֿט און איז אַוועק אין פּאָליטיק. זײַן פּאַרטיייִשע קאַריערע האָט פֿעסט אָנגענומען כּוח און גאָר אין גיכן איז ער שוין געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער דריט־גרעסטער פּאַרטיי אין לאַנד, אַרײַן אין בונדעסטאַג און געוואָרן אַ מיניסטער.
אויף דעם פּאָסטן האָט דער גראַף געקעמפֿט פֿאַר קאַפּיטאַליסטן־רעכט, נאָר דעם דאָזיקן קאַמף פֿאַרשפּילט. פֿון דעסטוועגן, איז ער פֿאַרבליבן אין בונדעסטאַג און זיך אָפּגעגעבן מיט לײַב און נפֿש דער אידעע פֿון פֿאַראייניקן אייראָפּע. אין דעם קאַמף האָט ער געוווּנען. אמת, צו דער צײַט, ווען דער גראַף ל. האָט זיך מיט מיר געטראָפֿן, איז ער שוין געווען מער אַ לעגענדע פֿון נעכטן, ווי אַן אַקטיווער הײַנטיקער פּאָליטיקער. און דאָך האָט מען אים צווישן די פּאָליטיקער געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסן מבֿין מכּוח רוסלאַנד, אַ דאַנק זײַן משפּחה־אָפּשטאַם און זײַן רעדן פֿרײַ רוסיש.
מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ טײַערן איטאַליענישן רעסטאָראַן.
— זעצט זיך צו, האָט דער גראַף מיר אָנגעוויזן אויפֿן בענקל בײַם טישל, — כ‘האָב באַשטעלט אַ פֿלעשל Gavi. איר טרינקט Gavi? איך אַליין האָב ליב די פֿראַנצייזישע ווײַנער, פֿון די איטאַליענישע טרינק איך נאָר Gavi, נאָר פֿון די טײַערע. סײַדן, ס‘האָבן זיך הײַנט באַוויזן אַ סך וואָלוועלע ווײַנער, זיי זײַנען אָבער אַלע פֿאַלשע…
ניט־אַקוראַט צוגעקעמט, נאָר גלאַט אָפּגעגאָלט, מיט אַ פֿליישיקער נאָז און דינע ליפּן, האָט גראַף באַטראַכט מיך מיט זײַנע וואַסערדיקע אויגן, וואָס האָבן ווינציק וואָס אויסגעדריקט.
„אינטערעסאַנט, פֿון וואַנען האָט ער זיך פֿון מיר דערוווּסט און וואָס וויל ער פֿון מיר?‟ — האָב איך געטראַכט.
דער קעלנער האָט געבראַכט שרוצים אין קנאָבל־סאָוס מיט סעכערלעך.
— פֿאַרזוכט. אייגנטלעך, האָב איך אײַך טאַקע פֿאַרבעטן אַהער איר זאָלט פֿאַרזוכן דעם־אָ מאכל.
— צוליב דעם מאַכל? — האָב איך זיך פֿאַרחידושט.
דער גאַרף האָט זיך צעלאַכט:
— נישט נאָר, פּראָפֿעסאָר. כ‘וואָלט געוואָלט אויסהערן אײַער מיינונג וועגן דעם, וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין רוסלאַנד: ווער איז גאָרבאַטשאָוו און וואָס מיינט עס, „פּערעסטרויקאַ‟? איז עס עפּעס אַ נײַער קונץ פֿון קרעמל זיך צו דערשלאָגן הילף פֿון מערבֿ, אָדער פֿאָרט אַ קער צו דעמאָקראַטיע? אונדזערע פּאָליטאָלאָגן זײַנען אַנטציקט פֿון גאָרבאַטשאָוון, אָבער איך וואָלט געוואָלט וויסן די מיינונג פֿון אַ מענטש פֿון דאָרטן.
כ‘פֿאַרשטיי שוין פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן: ס‘האָט מיך ׳פֿאַרקויפֿט׳ דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר ד־י, מיט וועלכן כ‘האָב זיך באַקענט נאָך אין מײַנע דעסידענטישע יאָרן אין מאָסקווע און פֿיר מיט אים אַ פֿרײַנדשאַפֿט נאָך ביז הײַנט. דווקא ער האָט מיר גאָר נישט לאַנג געהאַט געקלונגען פֿון וואַשינגטאָן און געשטעלט די זעלבע פֿראַגעס. אָבער וואָס קאָן איך ענטפֿערן דעם גראַף? ׳דאָרטן׳ בין איך געווען מיט יאָרן צוריק, אַלע מײַנע רוסישע קאָנטאַקטן האָבן געהאַט אַ שײַכות מיט די דעסידענטן פֿון די 1960ער יאָרן — מײַנע קאָלעגן־געלערנטע אָדער חבֿרים פֿון מײַן עלטער. אַלע זײַנען מיר געווען מענטשן פֿון פֿאַרגאַנגענהייט, און יענע, וועלכע האָבן זיך באַוויזן לעצטנס אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון גאָרבאַטשאָווס „פּערעסטרויקע‟, קען איך נישט, און קאָן וועגן זיי גאָרנישט זאָגן.
און דאָך האָט מיר איין זאַך נישט געגעבן זיך אויסצודרייען פֿון אַן ענטפֿער: כ‘האָב נאָך נישט פֿאַרגעסן, וואָס עס מיינט, סאָוועטישע ווירקלעכקייט און ווער זײַנען זיי, די דאָרטיקע פּאַרטיי־שישקעס. יאָ, גאָרבאַטשאָוו איז טאַקע ייִנגער פֿון אַנדערע, ער, ווי מע וויצלט זיך, האָט ליב צו טראָגן „אַ מערבֿדיק רעקל‟; מעגלעך, אַז ער וויל אַפֿילו אויפֿריכטיק אַרײַנברענגען אין דער גרויער סאָוועטישער ווירקלעכקייט געוויסע פֿאַרבן. אָבער ווי קומען צו אים און צו זײַן גאַנצער קאָמאַנדע אַזעלכע באַגריפֿן ווי דעמאָקראַטיע און מאַרק־עקאָנאָמיע! זיי האָבן אין דעם קיין אַנונג נישט. שוין אָפּגערעדט, אַז זיי ווייסן נישט וואָסער מין רעפֿאָרמען מוז מען דורכפֿירן. צוריק גערעדט, אויב זיי וועלן עס יאָ פֿאַרשטיין, וועלן זיי באַלד קומען צום אויספֿיר, אַז אָט די רעפֿאָרמען קאָנען ברענגען צו זייער אייגענעם סוף, צום סוף פֿון דער גאַנצער סאָוועטישער סיסטעם. יורשים פֿון לענין און סטאַלין געהערן נישט צו יענע פּאַרשוינען, וואָס גיבן אַליין אָפּ זייער מאַכט!

איך האָב זיך באַמיט רעדן קאָרעקט, אָבער וואָס ווײַטער אַלץ שווערער האָט זיך עס מיר אײַנגעגעבן… דער גראַף האָט מיך נישט איבערגעשלאָגן, נישט געשטעלט קיין פֿראַגעס און ווען איך האָב, סוף־כּל־סוף, פֿאַרענדיקט, האָט ער ווידער צעגאָסן ווײַן אין די באָקאַלן און געזאָגט: „לאָמיר אויסטרינקען פֿאַר דעם, איר זאָלט נישט זײַן גערעכט!‟
ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿלעגן מיר ווײַטער זײַן אין פֿאַרבינדונג, אויפֿן טעלעפֿאָן אַרומגערעדט די נײַעס, און ווען ס‘איז געשען, אַז גאָרבאַטשאָוון האָט מען באַזײַטיקט, האָט דער גראַף פֿאָרגעלייגט זיך ווידער צו טרעפֿן. איך האָב זיך אָפּגעזאָגט, פֿאַררופֿנדיק זיך, אַז כ‘האָב קיין אַנונג נישט, ווער באָריס יעלצין איז. כ‘האָב נאָך דעמאָלט צוגעגעבן: „ס‘איז נישטאָ, וואָס אַרומצורעדן — זיי האָבן אַלע איין פּנים!‟
אַן אמתן אינטערעס האָט דער גראַף אַרויסגעוויזן, ווען אין די הויכע בערלינער פֿענצטער האָט מען אָנגעהויבן באַהאַנדלען די פֿראַגע אַרום די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געוואָלט עמיגרירן קיין דײַטשלאַנד. דאָס לעבן אינעם געקראַכטן לאַנד איז געוואָרן נאָך שווערער ווי פֿריִער, דער קרימינאַל האָט זיך צעגאַרטלט. ס‘האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז הײַנט־מאָרגן וועלן אויסברעכן פּאָגראָמען; די עמיגראַציע־כוואַליע קיין ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט דערמאָנט יציאת־מצרים. ביסלעכווײַז האָט די עמיגראַציע־כוואַליע דערגרייכט אויך די ברעגן פֿון דײַטשלאַנד. פֿאָרגעקומען איז עס אַזוי: מענטשן פֿלעגן קומען ווי טוריסטן און באַלד האָבן זיי אָנגעהויבן צו פֿאָדערן בײַ די אָרטיקע ייִדישע קהילות מע זאָל זיי אַרויסהעלפֿן צו באַקומען דעם סטאַטוס פֿון פּליטים. אין אייניקע קהילות האָט מען זיך צו זיי באַצויגן מיט מיטגעפֿיל, אין אַנדערע — גלײַכגילטיק אויסגעהערט, און אין די דריטע פּשוט אָפּגעשיקט. דערצו האָבן זיך פֿאַרשפּרייט מיאוסע קלאַנגען וועגן שקר, כאַבאַר, פּראָבלעמען מיטן געזעץ — סײַ מצד די „בעזשענצעס‟ און סײַ מצד די קהילה־דרייער.
מיט דער פֿראַגע האָבן זיך אָנגעהויבן פֿאַרנעמען די מענטשן פֿון דער רעגירונג.
— אונדזער קאַנצלער איז אויסער זיך, — האָט מיר עמאָציאָנעל דערקלערט אויפֿן טעלעפֿאָן דער גראַף, — ער חלומט ממש צו זען אין אונדזער לאַנד נײַע איינשטיינען, פֿרוידן און אָפּענהײַמערס. אויך דער הויפּט־ייִד אין דײַטשלאַנד, הער ג. פֿאָדערט אויפֿצושטעלן די פֿאַרמלחמהדיקע צאָל ייִדן אין די קהילות. אויב זײַן אויפֿריכטיק, ווייסן מיר נישט, ווער די מענטשן זײַנען, ווי אַזוי זיי אויפֿצונעמען און אײַנאָרדענען. די לאַגע מיט די סאָוועטישע דײַטשן, געקומען פֿון קאַזאַכסטאַן, רופֿט בײַ אַ סך דעפּוטאַטן אין דער רעגירונג אַרויס זאָרג; מיר האָבן מורא פֿאַר די מענטשן פֿון דאָרטן… פֿון דער צווייטער זײַט, אויב ס‘וועלן טאַקע דאָרט אויסברעכן פּאָגראָמען און ס‘וועט זיך פֿאַרגיסן בלוט, וועלן מיר זיך עס נישט מוחל זײַן — געקאָנט אַרויסהעלפֿן צו דער צײַט און עס נישט געטאָן! מיט איין וואָרט, דער קאַנצלער האָט געשאַפֿן אַ ראַט, וואָס וועט זיך אָפּגעבן מיט אָט דער פּראָבלעם. איך בין דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ראַט און כ‘פֿאַרבעט אײַך צו זײַן מיט אונדז.
דאָס לעבן אין אייראָפּע און מײַן באַקענען זיך מיטן מצבֿ האָט מיך אַלץ מער איבערצײַגט, אַז דאָס איצטיקע דײַטשלאַנד איז מער טאָלעראַנט, איידער אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך נישט געקאָנט דערלויבן צו געבן מײַן הסכּמה זײַן אַ מיטגליד פֿון דעם ראַט בײַם קאַנצלער. כ‘האָב דעם גראַף טאַקע געזאָגט בזה־הלשון: „ווי אַן עקספּערט — יאָ, ווי אַ גלײַכער מיטגליד — ניין!‟
דער גראַף האָט מיך אויפֿגעהערט צורעדן, נאָר געבעטן כ‘זאָל אים צושטעלן אַ נאָטיץ און אויסלייגן שריפֿטלעך מײַן מיינונג אַרום דער „ייִדישער עמיגראַציע־פֿראַגע‟.

דעמאָלט האָב איך געהאַלטן, אַז בכלל איז די גאַנצע עמיגראַציע קיין דײַטשלאַנד — אַ טיפּשות. נישט, חלילה, ווײַל קיינער וועט קיין דײַטשלאַנד נישט וועלט קומען. פֿאַרקערט, די סאָוועטישע ייִדן, ווי אַ סך אַנדערע מענטשן אין דער וועלט מיינען, אַז דײַטשלאַנד איז אַ גן־עדן־ווינקעלע. אַן אַנדער זאַך איז, ווער וועט קומען אַהער? יענע גרויסן פֿויגלען, וועלכע זײַנען מסוגל אַריבערצופֿליִען דעם אָקעאַן, וועלן זיך לאָזן קיין אַמעריקע. יענע ייִדן, וועלכע האָבן געליטן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, וועלן זיך דערמאָנען אין זייער ייִדישקייט און עולה זײַן קיין ישׂראל. ווער זשע בלײַבט? קודם־כּל, דער קאָנטינגענט, וואָס קוקט אַרויס אויף אַ פֿעט ביינדל, געוואָרפֿן זיי פֿונעם מלוכישן טיש. אַזוי אַז דער ראָש־הקהל אין דײַטשלאַנד, הער ג., דאַרף נישט האַלטן קיין פֿייגעלעך אין בוזעם, קיין ריי זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער קהילה וועט זיך נישט אויסשטעלן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, קומט די צײַט, ווען אויך דער „גן־עדן‟ הייבט אָן אויסצוזען נישט אַזוי גן־עדנדיק; צו די פֿול־געפּאַקטע קראָמען דאַרף מען האָבן געלט, מע דאַרף שווער אַרבעטן. דערצו נישט אַלע דײַטשן האַלטן זיך בײַ אַ ליבעראַלן קוקווינקל: עס טרעפֿן זיך גענוג נעאָ־נאָציס, לינקע אַנטיסעמיטן, און ס‘רובֿ אײַנוווינער אייבן נישט אָן צו פֿאַרשטיין, וואָס מיינט עס אַזוינס, „ייִדישע עמיגראַציע קיין דײַטשלאַנד‟. ס‘איז נאָך פֿריש אין זכּרון די צײַט, ווען די ייִד האָט מען דערשטיקט אין די גאַז־קאַמערן און פֿאַרברענט אין די אויוונס!
אַן אַנדער זאַך, — האָב איך דערקלערט אין מײַן נאָטיץ צום ראַט, — איז אַרויסצוהעלפֿן די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; די אַלע ייִדן, וועלכע האָבן דורכגעמאַכט די דײַטשישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, געטאָס, געפֿאַנגענשאַפֿט — זיי דאַרף מען העלפֿן, ווי מע העלפֿט די חורבן־קרבנות אין די מערבֿ־לענדער.
כּל־זמן די אַרבעט איבער מײַן נאָטיץ איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, בין איך כּסדר געווען אין קאָנטאַקט מיטן גראַף. ענדלעך, איז דער פֿאַרטיקער טעקסט געלייגט געוואָרן אויפֿן קאַנצלערס טיש. נישט אַלע זײַנען מסכּים געווען מיט אונדזער מיינונג: די שטימען אינעם ראַט האָבן זיך צעטיילט — האַלב אויף האַלב. דער קאַנצלער איז געבליבן צעמישט, און ווי זײַן שטייגער איז געווען, זיך געלאָזט נאָך אַן עצה צום אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר. וואָס טוט מע דאָ?
דער ענטפֿער איז געווען אַ קורצער:
— במשך פֿון צענדליקער יאָרן האָבן מיר דורכגעשלאָגן דעם וועג קיין ישׂראל, די סאָוועטישע ייִדן זאָלן קאָנען אַהין אַרויספֿאָרן. איצט, ווען די טויערן זײַנען שוין אָפֿן, פֿאָרן זיי ערשט אַרויס קיין אַמעריקע. זיי האָבן שוין גענוג גענאָסן פֿון אונדזער ביודזשעט און מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג. גענוג… איצט שליסט איר זיך צו.
דאָס לערן־יאָר אינעם אוניווערסיטעט האָט זיך פֿאַרענדיקט, און איך האָב זיך אומגעקערט אַהיים קיין ישׂראל. עס זײַנען אַדורך עטלעכע יאָר, און כ‘בין ווידער געקומען קיין דײַטשלאַנד. כ‘האָב אָנגעקלונגען דעם גראַף ל. און אים פֿאָרגעלייגט זיך צו טרעפֿן אין דעם זעלבן איטאַליענישן רעסטאָראַן.
דער גראַף האָט געבעטן מע זאָל אים ברענגען אַ גלאָז טיי. איך האָב באַשטעלט קאַווע. אויף מײַנע פּרוּוון אַרומצורעדן די ענינים אין רוסלאַנד, האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, ווי איינער רעדט: נישטאָ וואָס צו רעדן… ער האָט אויך קיין חשק נישט געהאַט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ שמועס וועגן דער ייִדישער אימיגראַציע אין דײַטשלאַנג.
— דער ראַט האָט דאָך נישט געוואָלט זיך צוהערן צו אונדזערע רעקאָמענדאַציעס, — האָט ער זיך אָנגערופֿן מיט פֿאַרדראָס, — איצט איז שוין שפּעט עפּעס צו טאָן. די אויסגאַבעס זײַנען פֿאַנטאַסטישע. בײַ אונדז, אַפֿילו צו באַגראָבן אַ מת אויפֿן צווינטער, קאָסט אַ גאַנצן מאַיאָנטיק… אָבער צו גיין אַרבעטן, אײַלן די מענטשן זיך נישט… די רעגירונג איז נישט צופֿרידן. כ‘מיין, מע וועט דאָס קלייטל אין גיכן פֿאַרמאַכן…
דער גראַף האָט גערעדט לאַנגזאַם, אָן חשק. זײַן פֿריִערדיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט איצט מער דערמאָנט אַ מין וואָרטשען פֿון אַ זקן. כ‘האָב גאָר אין גיכן באַמערקט, אַז ער איז בלייך און מיד געוואָרן. כ‘האָב זיך צוגעאײַלט צו פֿאַרענדיקן אונדזער קורצע באַגעגעניש, באַגלייט אים צו דער טיר און אַרײַנגעזעצט אין אַ טאַקסי. מער האָבן מיר זיך נישט געזען.
איתּן פֿינקעלשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1942. אַ פֿיזיקער. אין די 1960ער יאָרן האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער ציוניסטישער און רעכטפֿאַרטיידיקונג־באַוועגונג פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נאָכן עולה זײַן האָט ער געאַרעבט אין דער ישׂראלדיקער אַוויאַ־אינדוסטריע. אָנגעשריבן און אַרויסגעלאָזט אַ צאָל ביכער. מחבר פֿון אַ סך אַרטיקלען. וווינט אין מינכן.