וואָס טוט אַ ייִדישער שרײַבער, ווען ער האָט קוים, וווּ צו דרוקן זײַנע ווערק?
אין די הײַנטיקע צײַטן איז עס נישט קיין פֿראַגע. דאַנקען גאָט, עס איז צוגעטראַכט געוואָרן אַ ווירטועלע וועלט, וואָס יעדער קאָן אין איר ווערן אַ גלײַכער צווישן אַלע גלײַכע, און מיט אַן אייגענער דעה. נאָך מער: צו האָבן אַ פּערזענלעכע אויסגאַבע און צו פֿאַרבעטן צום שאַפֿערישן טיש זײַנע פּען־ברידער און שוועסטער. אַזוי איז אויפֿגעקומען דער פּלאַן פֿון שאַפֿן דעם עלעקטראָנישן זשורנאַל מיטן נאָמען ייִדיש־בראַנזשע.
“בראַנזשע”, מיינט, אַ חבֿרה, פֿאַראייניקט מיט ענלעכע אינטערעסן, אידעען און צילן. צי קאָן זײַן עפּעס “נאָך העכער”, איידער דער קיום פֿון ייִדישן וואָרט און ייִדישן גײַסט.
ייִדיש־בראַנזשע וועט זיך אָפּגעבן מיט טעמעס וועגן געשיכטע, ליטעראַטור, קונסט און קולטור, ליטעראַטור־עזבֿון, איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן.
אין איצטיקן נומער ווערן פּובליקירט די ווערק פֿון בראַנזשע־מיטגלידער, באַקאַנטע נעמען אויף דער ייִדישער גאַס: גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו, בערל קאָטלערמאַן, יעווגעני קיסין און אַנדערע.
מיר פֿאַרבעטן יעדן לייענער צו ווערן אַ מיטגליד פֿון אונזער ייִדיש־בראַנזשע און זיך אַקטיוו אין דעם באַטייליקן — סײַ ווי אַ חבֿר און סײַ ווי אַ מחבר.
מיטן רעכטן פֿוס,
באָריס סאַנדלער