פֿון דער חסידישער פֿאָלקס-מעשׂה אויף ייִדיש ביז ש”י עגנונס “הכנסת כלה”

house_cloured
ש. י. עגנון לעבן זײַן שטוב אין ירושלים
פֿון בערל קאָטלערמאַן

אין די טעג פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה אָדער באַלד נאָך דעם, זיצנדיק אין דײַטשלאַנד, האָט דער צוקונפֿטיקער נאָבל-לאַורעאַט שמואל-יוסף עגנון (1970-1887) געשאַפֿן אַ סטיליזירטע נאָוועלע “הכנסת כלה — החסיד ר’ יודיל מבראד וג’ בנותיו הצנועות ופרשת גדולת אהב”י יושבי מדינת קיר”ה”, דאָס הייסט: “הכנסת־כּלה — דער חסיד ר’ יודל פֿון בראָד און זײַנע ג’ טעכטער און די מעשׂה וועגן דער גדולה פֿון ישׂראלס קינדער, וואָס זיצן אינעם קיסרס לאַנד”. די נאָוועלע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דרײַ המשכים אין דער ניו-יאָרקער העברעיִשער חודש-אויסגאַבע “מקלט” פֿונעם וואַרשעווער פֿאַרלעגער אַבֿרהם־יוסף שטיבל, אין אָנהייב 1920.

אַ טייל ליטעראַטור-קריטיקער, באַגײַסטערט פֿון דער ווירטואָזער העברעיִשער רעקאָנסטרוקציע פֿון דער חסידישער שפּראַך און פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער פֿון אָנהייב 19טן י”ה, האָבן דעפֿינירט די נאָוועלע ווי “אַ נײַער פּערל צווישן די פֿאָלקלאָריסטישע ווערק פֿונעם טאַלאַנטפֿולן שרײַבער”. ווי געוויינטלעך, פּונקט די־אָ “פֿאָלקלאָריסטישע” באַטאָנונג האָט געדינט פֿאַר די אַנדערע מבֿינים אין דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור ווי אַן אָביעקט פֿון זייער אַ שטאַרקער קריטיק.

דאָס רובֿ קריטיקער אָבער האָבן ניט געוווּסט, אַז עגנונס “הכנסת כלה” באַזירט זיך אויף אַ חסידישער מעשׂה וועגן ר’ יודל נאַטאַנזאָן. דער ייִדישער אָריגינאַל פֿון דער מעשׂה געפֿינט זיך אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים. נאָר אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1980ער יאָרן האָט אים דאָרט אָפּגעפֿונען דער פֿאָרשער אַבֿרהם האָלץ. דאָס איז אַ קליין ביכל אונטער דעם טיטל “נסים ונפֿלאות”, מיט פֿיר מעשׂיות וועגן דעם אַפּטער צדיק ר’ אַבֿרהם־יהושע העשל (1825-1748).

דאָס ביכל, אָנגעשריבן פֿון אַן אַנאָנימען מחבר, איז, לויט אַלע סימנים, אָפּגעדרוקט געוואָרן, אין מיט 19טן י”ה, אין לעמבערג, הגם ווי אַ דרוק־אָרט איז אָנגעוויזן “ווין”; וואַרשײַנלעך, כּדי צוצוגעבן דער אויסגאַבע מער פּרעסטיזש. די אַלגעמיינע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם ביכלס אינהאַלט גיט דער קורצער אונטערטיטל אויפֿן שער-בלאַט (דאָ און ווײַטער ציטיר איך לויטן אָריגינעלן עבֿרי-טײַטש-נוסח):

דא ווערין דר ציילט ווינדערליכע מעשיות און מופתים וואס הרב הגאון הקדוש הצדיק המפורסם מוה’ יהושע העשל זצלל”ה מאפטא האט באוויזען און דער וואס וועט דאס ליינין וועט זעהן וויא דער כוח פון צדיקים איז גרוס אז דער צדיק האמת קאן פועל זיין וואס ער פארלאנגט פון הש”י ובזכות צדיקים יבא משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

הכנסת־כּלה, אַלע ווערק פֿון שמואל יוסף עגנון

די מעשׂה וועגן ר’ יודל איז אינעם ביכל די דריטע און, ווי די אַנדערע דרײַ מעשׂיות, לויבט זי דעם וווּנדערלעכן כּוח פֿונעם אַפּטער צדיק. צווישן די יאָרן 1809-1800 איז ר’ אַבֿרהם־יהושע העשל געווען דער הויפּט-רבֿ פֿונעם גאַליציאַנער שטעטל אָפּאַטאָוו (Opatów), אַפּטאַ אין ייִדיש, וואָס אויפֿן סמך פֿון דעם האָט דער רבֿ באַקומען זײַן “טיטל”.

אונדזער מעשׂה דערציילט וועגן אַ “שיינעם יוד”, דעם חסיד יודל נאַטאַנזאָן פֿון בראָד, וואָס האָט געהאַט דרײַ פֿאַרזעסענע טעכטער, ווײַל דער פֿאָטער האָט ניט קיין געלט פֿאַר נדן. זײַן פֿרוי בעט אַן עצה בײַם אַפּטער צדיק, און יענער ראַט ר’ יודלען צו באָרגן שיינע מלבושים און אַ וואָגן, כּדי אַרומצופֿאָרן איבער די גאַליציאַנער שטעט און שטעטלעך און זאַמלען געלט פֿאַר אַ נדן, הייסט עס, פֿאַר “הכנסת־כּלה”. וועט ער טרעפֿן אַ פּאַסיקן שידוך, זאָל ער צוזאָגן אַזוי פֿיל געלט, וויפֿל עס וועט צוזאָגן דעם חתנס צד.

דער חסיד איז אַרויסגעפֿאָרן, געזאַמלט אַ געוויסע סומע געלט און זיך אָפּגעשטעלט אין אַן אַכסניה, וווּ עס קומט צו אים אַ שדכן. ווען דער שדכן האָט דערהערט דעם חסידס נאָמען, יודל נאַטאַנזאָן, האָט ער געמיינט, אַז דאָס איז דער באַוווּסטער גבֿיר פֿון בראָד מיט דעם זעלבן נאָמען. טראַכטנדיק אַזוי, האָט דער שדכן אַראַנזשירט אַ געהעריקן שידוך מיט אַ געלערנטן זון פֿון אַן אָרטיקן גבֿיר. ווען דעם חתנס צד האָט פֿאָרגעלייגט 12,000 רענדלעך נדן, האָט אונדזער חסיד אָן שום צווייפֿל פֿאָרגעלייגט פּונקט די זעלבע גוואַלדיקע סומע (לויט האָלצעס רעכענונג באַטרעפֿט די סומע אין די באַגריפֿן פֿון 1985, אַרום 48,000 דאָלאַר). נאָכן אונטערשרײַבן די תּנאָים, איז דער חסיד אַהיימגעפֿאָרן.

ווען דעם חתנס צד האָט געשיקט רײַכע מתּנות צו דער כּלה אין בראָד, האָט זיי על-פּי טעות באַקומען דווקא דער רײַכער יודל נאַטאַנזאָן. האָבנדיק מורא צו צעשטערן דעם שידוך, האָט ער אָפּגעשיקט ניט ווייניק רײַכע מתּנות צום חתנס צד, אָבער ווען יענע זײַנען געקומען קיין בראָד צו פּראַווען די חתונה, האָט זיך אַנטפּלעקט די אמתע סיטואַציע. דער צעבייזערטער פֿאָטער פֿונעם חתן האָט אָפּגעזוכט דעם אָרעמאַן יודל נאַטאַנזאָן און געפֿאָדערט פֿון אים דערקלערונגען. דער חסיד האָט אים באַרויִקט און געבעטן אָפּצוּוואַרטן אינעם קלויז ביז ער וועט מעלדן זײַן פֿרוי וועגן דעם אָנקומען פֿון די מחותּנים. די פֿרוי, פאַרשטייט זיך, איז גלײַך געלאָפֿן צום צדיק און יענער האָט זי באַגריסט מיט אַ גוטן שידוך. בשעת־מעשׂה האָט דער צדיק געעצהט דער פֿרוי צוצוגרייטן פֿאַר די געסט אַ סעודה פֿון דעם איינציקן האָן, וואָס דעם חסידס משפּחה האָט פֿאַרמאָגט.

די פֿרוי האָט געשיקט די עלטסטע טאָכטער צו ברענגען דעם האָן צום שוחט. אויפֿן וועג צום שוחט איז דער האָן אַנטלאָפֿן. לויפֿנדיק אים נאָך, האָט די טאָכטער צעריסן דאָס לעצטע קליידל אירס. אַזוי האָט זי אויסגעזען, ווען די צוויי אַנדערע שוועסטער מיט דער מאַמען האָבן זי געפֿונען. שוין אַלע צוזאַמען האָבן זיי ממשיך געווען נאָכצולויפֿן דעם האָן, וועלכער האָט זיי געבראַכט צו פֿירן צו אַ הייל… מיט אַ גרויסן אוצר. דער אוצר האָט גליקלעך געלייזט די סיטואַציע: די חתונה איז פֿאָרגעקומען אַ וואָך שפּעטער אין אָנוועזנהייט פֿונעם אַפּטער צדיק.

די דאָזיקע מעשׂה איז גאָר ענלעך, אויב ניט אידענטיש, מיט עגנונס נאָוועלע “הכנסת כלה” אין איר ערשטער ווערסיע. בײַ עגנונען טרעפֿן מיר פּונקט די זעלבע העלדן און פּאַסירונגען, נאָר דורכגעלאָזט דורך דעם פֿילטער פֿון קינסטלערישער באַאַרבעטונג. די אָריגינעלע מעשׂה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בולטן בײַשפּיל פֿון אַ געוויסן זשאַנער פֿון חסידישע דערציילונגען מיט באַזונדערע געזעצן.

דער איבערגאַנג פֿון אַ פֿאָלקלאָר-מעשׂה צו אַ ווירטואָז סטיליזירטער נאָוועלע ווערט כאַראַקטעריזירט מיט אַ ריי פּרינציפּיעלע ענדערונגען, וואָס עגנונס מײַסטערישע פּען האָט געמאַכט. עס רעדט זיך וועגן דער נײַער סטרוקטור פֿונעם טעקסט, וועגן דער פֿאָרשטעלונג פֿון די העלדן, וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון געוויסע מאָטיוון, וועגן דער אַרגומענטאַציע פֿון געוויסע סיטואַציעס, וועגן דעם באַזונדערן ריטם, און בראָש־ובראָשונה וועגן דער קינסטלערישער איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף עבֿרית.

יעדע איינע פֿון עגנונס קינסטלערישע “כּלים” פֿאַרדינט אַ באַזונדערע באַהאַנדלונג. דערווײַל ברענג איך נאָר עטלעכע באַמערקונגען לגבי זײַן איבערזעצערישן צוגאַנג, ווי, למשל, די דערהויבענע סטיליזירטע פֿאַרטײַטשונג אינעם סטיל פֿונעם חכמים-לשון. אַזוי ווערט פֿאַרוואַנדלט דער פּשוטער בײַזאַץ “ער איז געזעסן אין בית-מדרש” אין “והיה יושב על התורה ועל העבודה” (און ער איז געזעסן אויף דער תּורה און אויף דער עבֿודה), לויט דעם פּסוק פֿון “פּרקי־אָבֿות”, א, ב: “על שלושה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים” (אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: אויף דער תּורה און אויף דער עבֿודה און אויף דער גמילות-חסד). דער לשון-קדושדיקער אויסדרוק אין דעם ייִדישן אָריגינאַל “יומם ולילה” (תהילים א, א-ב) געפֿינט אין עבֿרית דעם פֿאָלגנדיקן אָפּקלאַנג: “רק בתורת ה’ חפצו” (נאָר צו דער תּורה פֿון גאָט איז זײַן באַגער), וואָס שטאַמט פֿון דעם זעלבן תּהילים-פּסוק: “אשרי-האיש אשר לא הלך בעצת רשעים… כי אם בתורת ה’ חפצו ובתורתו יהגה יומם ולילה” (ווויל צו דעם מענטשן, וואָס איז ניט געגאַנגען אין דער עצה פֿון די רשעים… נײַערט צו דער תּורה פֿון גאָט איז זײַן באַגער און אָן זײַן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט. יהואשס איבערזעצונג).

עגנון באַשליסט דאָ, געבנדיק אַ רמז אויף דעם פּסוק, צו דערקלערן דעם העברעיִשן קאָמפּאָנענט אין ייִדיש און ניט סתּם נוצן עס ווי עס איז. דער זעלבער סאָרט פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און עבֿרית בלײַבט במשך פֿון דעם גאַנצן טעקסט. למשל, די לאַנגע סענטענציע “זייא זענין לאנג גקומן צו דער צייט וואס מען דארף אונ דער צייט חתונה צו מאכן” ווערט פֿאַרביטן מיט איין וואָרט “פּרק”, הייסט עס, “פּרק־זמן”, “צײַט”. דאָס איז געווען אַ פֿאַרשפּרייטע מליצה אין דער טראַדיציאָנעלער העברעיִשער ליטעראַטור אין דער תּקופֿה פֿון ר’ יודל. און אַזאַ פּראָסט געבויטער זאַץ “פון וואנען וועלין מיר זייא חתונה מאכן אונ זייא ווערן ווס איין טאג עלטער” ווערט איבערגעזעצט ווי אַ קאָמפּליצירטע קאָנסטרוקציע “ובמה נשיא את בנותינו, אשר הבשילו ימי בתוליהן ואין איש שיכסה ראשן כשאר כל בנות ישראל” (מיט וואָס וועלן מיר חתונה מאַכן אונדזערע בתולות-טעכטער, וואָס זײַנען רײַף געוואָרן און קיין מאַן איז ניטאָ צו באַדעקן זייערע קעפּ ווי בײַ אַנדערע ישׂראלס טעכטער), וואָס באַציט זיך צו דעם “באַדעקן”-מינהג, ווען אַ חתן באַדעקט דעם קאָפּ פֿון זײַן כּלה.

די וווּנדער-מעשׂה וועגן דעם אַפּטער צדיק האָט נאָך לאַנג צוגעצויג צו זיך עגנונס שעפֿערישן אינטערעס, ווײַל די־אָ נאָוועלע האָט ער שפּעטער טראַנספֿאָרמירט אין אַ ראָמאַן. אין 1924 איז פֿאַרברענט געוואָרן עגנונס דירה אין דער דײַטשישער שטאָט באַד-האַמבורג, צוזאַמען מיט אַלע זײַנע מאַנוסקריפּטן און זעלטענע ביכער, וועלכע ער פֿלעגט צונויפֿקלײַבן יאָרנלאַנג (צווישן זיי איז מסתּמא געווען אויך דאָס דערמאָנטע חסידישע ביכל). דער שרײַבער האָט דערזען אין דער שׂרפֿה אַ סימן פֿון הימל, און ער האָט עולה געווען קיין ארץ-ישׂראל.

זוכנדיק זײַן אָרט אין דער דעמאָלטדיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט פֿונעם “ישובֿ”, האָט עגנון פֿאַרטראַכט אָנצושרײַבן אַ ראָמאַן, וואָס וועט ווערן אַ קרוין פֿון זײַן פֿריִערדיקער שאַפֿונג, מערסטנס, אין קליינע פּראָזע-פֿאָרמען, און פֿעסטשטעלן זײַן פּאָזיציע אין לאַנד. פֿון עגנונס קאָרעספּאָנדענץ מיט זײַן אַרויסגעבער און מעצענאַט שלמה-זלמן שאָקען, וועלכער האָט געוווינט דעמאָלט אין בערלין, ווייסן מיר, אַז צווישן אַנדערע פּרוּוון האָט עגנון געוואָלט פֿאַרברייטערן זײַן נאָוועלע “והיה העקוב למישור” (ווען דאָס קרומע ווערט גלײַך) ביז אַ גרויסן ראָמאַן. אייגענטלעך, האָט דאָס ווערק געשאַפֿן אים אַ נאָמען אין דער העברעיִשער ליטעראַרישער סבֿיבֿה.

פּאַראַלעל מיט דעם האָט עגנון געאַרבעט איבער דער פֿאַרפּלאַנירטער (מיט שאָקען) פֿיר-בענדיקער אויסגאַבע פֿון אַלע זײַנע ווערק. אינמיטן דער דאָזיקער אַרבעט, אין אָנהייב 1927, איז עגנון צוגעטראָטן צו דער קאָסמעטישער באַנײַונג פֿון דער נאָוועלע “הכנסת כלה”, וואָס האָט געדאַרפֿט אַרײַנגיין אינעם צווייטן באַנד. ווײַזט אויס, אַז די נאָוועלע האָט פֿון ס’נײַ פֿאַרכאַפּט דעם שרײַבער. ער האָט באַלד צו וויסן געגעבן שאָקענען, אַז ער זיצט טאָג און נאַכט איבער “הכנסת כלה”, פֿאַרוואַנדלענדיק דאָס ווערק אין זײַן ערשטן ראָמאַן.

ווי אַ רעזולטאַט, איז די ראָמאַניזירטע “הכנסת כלה”, וואָס איז געוואָרן זיבן מאָל גרעסער, דערשינען ווי די ערשטע צוויי בענד פֿון אַלע שריפֿטן (און איז געוואָרן דאָס קאַנאָניזירטע וויזיט-קאַרטל פֿון עגנונס שאַפֿונג אויף לאַנגע יאָרן). לויטן חשבון פֿון אַרנאָלד באַנד, אַנטהאַלט די ערשטע ווערסיע פֿון עגנונס “הכנסת כלה” (אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאל “מקלט” אין 1920) 18,000 דרוק-צייכנס; די צווייטע ווערסיע (אין אַלע שריפֿטן) — פֿון 118,000 צייכנס. שפּעטער איז צוגעקומען נאָך די דריטע ווערסיע (אָפּגעדרוקט אין דער תּל-אָבֿיבֿער אויסגאַבע פֿון אַלע שריפֿטן אין 1953) — 143,000 צייכנס. צוזאַמען מיט דעם, איז די האָפֿענונג פֿון שאָקען, אַז עגנונס אַלע שריפֿטן וועלן גיך צעכאַפּט ווערן, ניט באַשערט געווען זיך צו רעאַליזירן; ווי אויך די ענגליש-שפּראַכיקע ווערסיע פֿון “הכנסת כלה”.

ביז הײַנט בלײַבט “הכנסת כלה” אַ מין רעטעניש פֿאַר די פֿאָרשערס און לייענערס. אַ ריי באַגאַבטע מומחים, און צווישן זיי ברוך קורצווײַל, גוסטאַוו קראָיאַנקער, משולם טוכנער, אַרנאָלד באַנד, שמואל ווערסעס, בנציון בנשלום, דן מירון א”אַ, האָבן באַהאַנדלט די סטרוקטור פֿונעם ראָמאַן, די באַציִונג פֿון עגנון צו זײַנע העלדן און צו די באַשריבענע געשעענישן און, פֿאַרשטייט זיך, דעם פֿאַקט גופֿא, אַז עגנון האָט אויסגעקליבן דווקא אַזאַ “פּראָבלעמאַטישן” גרונט-מאַטעריאַל פֿאַר זײַן ערשטן ראָמאַן.

אויף דער דאָזיקער “פּראָבלעמאַטישקייט” ווײַזן אָן ניט בלויז די נעגאַטיווע אָפּקלאַנגען אין דער קריטיק-ליטעראַטור, נאָר אויך די באַציִונג צו דעם ראָמאַן פֿון דער לייענערשאַפֿט. ווי סע זאָל ניט זײַן, האָט די ריזיקע אַרבעט פֿון עגנון אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן איבער אַלע זײַנע שאַפֿונגען דערמעגלעכט אונדז צו אָבסערווירן די אַנטוויקלונג פֿון זײַן שרײַבערישער קונסט. די דאָזיקע אָבסערוואַציע פֿון פֿאַרשיידענע ווערסיעס דערמעגלעכט אַ קוק טאָן אויף עגנונס קינסטלערישער לאַבאָראַטאָריע און אויף די איידעלע מיטלען, מיט וועלכע ער באַנוצט זיך, ווי אויך זיך פֿאַרטיפֿערן אין די טיפֿענישן פֿון זײַנע קאָמפּליצירטע רמזים.

בערל קאָטלערמאַן איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור אין בר־אילן־אוניווערסיטעט. זײַנע קינדער־יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין ביראָבידזשאַן. אין 1988־1992 האָט ער זיך געלערנט זשורנאַליסטיק אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און געאַרבעט אין דער צײַטונג “ביראָבידזשאַנער שטערן”. אין די אָנהייב 1990ער האָט קאָטלערמאַן עולה געווען קיין ישׂראל, וווּ ער האָט אָנגעשריבן און פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט בײַם בר־אילנער אוניווערסיטעט. געווען פֿאַרוואַלטער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן (תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־הויז).

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s