ON THE LANDING

mash_book+350web

ON THE LANDING
Stories by Yenta Mash
Translated by Ellen Cassedy

אינעם פֿאַרלאַנג Northern Illinois University Press איז ערשט דערשינען דאָס בוך פֿון דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבערין יענטע מאַש אין דער ענגלישער איבערזעצונג. דאָס בוך שליסט אײַן 16 דערציילונגען, אויסגעקליבן פֿון יענטע מאַשס ביכער.

דער גורל פֿון יענטע מאַש, ווי אַ שרײַבערין, איז אוניקאַל און טראַגיש. נאָך גאָר אַ מיידל איז זי פֿאַרשיקט געוואָרן אין סיביר, צוזאַמען מיט דער מוטער, ווי די טאָכטער פֿון אַ „שׂונא פֿון פֿאָלק‟. מיט אָט דעם סאָוועטישן „שאַנד־צייכן‟ האָט זי אָפּגעלעבט אין קעשענעוו, מאָלדאַוויע, לאַנגע יאָרן; געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין, געפֿירט אַ משפּחה־לעבן, דערצויגן אַ טאָכטער… און טיף געטראָגן אין זיך איר ווייטיק און פֿאַרדראָס, ווײַל צו גרויס איז געווען די מורא אַרויסצוברענגען עס אויף אַ קול.

אין די 1970ער יאָרן קומט יענטע מאַש קיין ישׂראל. און דאָרט פּלאַצט די יאַטערדיקע וווּנד. בײַ אירע פֿופֿציקער אַנטפּלעקט זיך איר שרײַבערישער טאַלאַנט. עס רײַסן זיך אַרויס פֿון הינטער דעם נשמה־שטעכלדראָט, ווי באַפֿרײַטע קאַצעטלערס, די יאָרן־לאַנג פֿאַרשפּאַרטע געשיכטעס, און דווקא אין ייִדיש, אויף דער שפּראַך פֿון אירע אומגעקומענע עלטערן און בעסאַראַבער בני־עיר…

עלען קאַסעדי האָט מיט איר נײַ בוך איבערזעצונגען דערמעגלעכט, אַז יענטע מאַשס ייִדישע געשיכטעס זאָלן געלייענט ווערן איבער דער גאָרער וועלט. צי וועלן זיי רירן די הערצער פֿון אונדזער דור, צי וועלן זיי וועקן מחשבֿות? ווי זאָגן אונדזערע חכמים: דור אײַן דור אויס, אָבער דער אמת בלײַבט!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s