„אַ שמעק טאַבעקע‟

CD-Boris-Sandler_350web

„אַ שמעק טאַבעקע‟ און אַנדערע דערציילונגען פֿון באָריס סאַנדלער („די באָבע עלע‟, „די זילבערנע שלאַנג‟ און „אַנטקעגן שפּיגל‟, „דעם טאַטנס טאָג‟) לייענען און שפּילן אויס מינאַ בערן, שיפֿרה לערער און דוד ראָגאָן — די לעצטע שטערן פֿונעם אַלטן דור ייִדישן טעאַטער.

מינאַ בערן (1922־2010) איז באַקאַנט פֿון אירע אויפֿטריטן אויף בראָנדוויי און אין אַ צאָל פֿילמען, בתוכם וווּדי אַלענס פֿילם „Celebrity‟. איר טעאַטראַלע קאַריערע האָט בערן אָנגעהויבן אינעם לאָדזשער ייִדישן טעאַטער „אַראַראַט‟; און שפּעטער אויפֿגעטראָטן אין קאָנצערט־טורנעען איבער אייראָפּע און רוסלאַנד, צוזאַמען מיט דזשיגאַן און שומאַכער. אין איינעם מיט איר לעצטן מאַן, אַקטיאָר און זינגער בען באָנוס, טרעט זי אויף אין אַמעריקע. זי שפּילט די הויפּט־ראָלן אין די פֿאָרשטעלונגען „יאָשקע מוזיקאַנט‟, „זיסע חלומות‟ וכדומה אינעם ניו־יאָרקער „פֿאָלקסבינע‟־טעאַטער.

שיפֿרה לערער (1915־2011) אַ געבוירענע אין אַרגענטינע, איז זי באַקאַנט דורך אירע קאָמעדיע־ראָלן אויף דער ייִדישער און ענגלישער בינעס; ווי אויך אין קינאָ: וווּדי אַלענס פֿילם „Deconstructing Harry‟ און בערי לעווינסאָנס „Avalon‟; גרויס דערפֿאָלג האָט געהאַט דער ייִדישער פֿילם „גאָט, מענטש און טײַוול‟. לאַנגע יאָרן האָט לערער געשפּילט אינעם ניו־יאָרקער „פֿאָלקסבינע‟־טעאַטער, ווי אויך אויפֿגעטראָטן מיט באַקאַנטע ייִדישע אַקטיאָרן: אידאַ קאַמינסקאַ, יעקבֿ בען־עמי, אין די מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, צוזאַמען מיט לעבעדיעף און בן־ציון וויטלער.

דוד ראָגאָוו (1915־2007) איז אַ גראַדואַנט פֿון דער ווילנער דראַמע־שול. זײַן טעאַטראַלע אַרבעט האָט ער אָנגעהויבן אינעם ווילנער ליאַלקע־טעאַטער „מײַדים‟ און אינעם מוזיקאַלישן טעאַטער „דווקא‟. אַ שטיקל צײַט האָט ער געשפּילט אינעם מינסקער מלוכה־טעאַטער און נאָך דער מלחמה, פֿון 1946 ביז 1950, געאַרבעט אינעם „רעפּרעזענטאַטיוון טעאַטער‟ פֿון דער שארית־הפּליטה אין מינכן. אין 1950 האָט ראָגאָוו מיט זײַן משפּחה עמיגרירט קיין אַמעריקע. אין ניו־יאָרק האָט ער געאַרעבט אין מאָריס שוואַרצס „קונסט־טעאַטער‟. לאַנגע יאָרן געשפּילט פֿאַרשיידענע כאַראַקטער־ראָלן אין דער „פֿאָלקסבינע‟.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s