בשלום זאָלסט רוען, טונקל-גרינער פֿילצפּען!

דניאל גלאי
פֿאַרן העלן גרין איז דער גאַנצער מעמד געווען גאָר שווערלעך. טרערן האָבן זיך פֿון אים כּסדר געגאָסן. אַ מזל נאָר, וואָס ר’האָט זיך געקאָנט אָנשפּאַרן אין צוויי רויטע און שוואַרצע פֿילצפּענען, וואָס האָבן אים פֿון ביידע זײַטן געשטיצט און ניט געלאָזט פֿאַלן…