דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג
איך געדענק נעפּלהאַפֿט, װי עס האָט גערודערט אין שטעטל אַרום דעם בײליס־פּראָצעס, מע האָט געװאַרט מיט אומגעדולד אױף די צײַטונגען, װוּ עס האָבן זיך געדרוקט די מאַטעריאַלן פֿון דער אויספֿאָרשונג און דערנאָך פֿונעם געריכט־פּראָצעס. איך געדענק די דערדריקטע שטימונגען צװישן דער יונגער אינטעליגענץ; פֿיל באַיאָרטע ייִדן, װאָס האָבן װינציק װאָס זיך אינטערעסירט מיט פֿאַרשײדענע װעלט־געשעענישן, האָבן אַרױסגעװיזן גרױס פֿאַראינטערעסירטקײט אין דער גאַנצער געשיכטע…

אָדמס שליחות

באָריס סאַנדלער
צו קוקן אויף זײַן שפּילן איז באמת געווען אַ זעלטענער קאָנצערט. דער ביליאַרדשטאָק אין זײַנע הענט האָט אויסגעזען ווי אַ דיריגיר־שטעקעלע אין דער האַנט פֿונעם מאַעסטראָ. די ביליאַרדקוילן האָבן געפֿאָלגט זײַן יעדן צוריר און זיך „געלייגט‟ פּינקטלעך לויט אָדעמס אָנווײַזונגען…

פֿון אונדזער עזבֿון: משה כאַשטשעוואַצקי (1897־1943)

אין דער ייִדישער סאָוועטישער דיכטונג טראָגט ער אַרײַן נײַע מאָטיוון און נײַע קינסטלערישע געשטאַלטן. מיט דער זעלבער מײַסטערשאַפֿט האָט דער דיכטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ריי ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור: מ. לערמאָנטאָווס געקליבענע ווערק, הײַנריך הײַנעס ”דײַטשלאַנד“, בײַראָנס ”דער געפֿאַנגענער פֿון שילאָן“, ש. רוסטאַוועליס ”דער גיבור אין דער טיגערפֿעל“, ט. שעווטשענקאָס לידער…