— פּראָזאַיִקער. געבוירן אין מאָהילאָוו. שרײַבן אָנגעהויבן אויף העברעיִש, נאָר אונטער דער השפּעה פֿון דוד פּינסקי גענומען שרײַבן אויך אויף ייִדיש. אין 1900 געקומען קיין וואַרשע. פֿאָרגעלייגט פֿאַר י. ל. פּרצן, אַ. רייזענען און ה. ד. נאָמבערגן זײַנעם אַ מאָנאָלאָג ”דער אוצר“, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען. דעביוטירט אין וואָכן־צײַטונג ”דער יוד“ מיט דער דערציילונג ”דאָס יתומל“, און פֿון דעמאָלט אָן גענומען דרוקן דערציילונגען אין פֿאַרשיידענע ייִדישע און העברעיִשע אויסגאַבעס. אין 1904 געקומען קיין פּעטערבורג און געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין דער צײַטונג ”פֿרײַנד“. אין 1908 זיך באַזעצט אין ווילנע, זיך פֿאַרנומען מיט רעדאַקטאָרישער אַרבעט און געדרוקט פֿאַרשיידענע אַרטיקלען. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען דער באַפֿולמעכטיקטער פֿונעם ייִדישן הילפֿס־קאָמיטעט פֿאַר די היימלאָזע, ”יעקאַפּאָ“, פֿאַר מאָהילאָווער און סמאָלענסקער גובערניעס. אָנהייב 1916 מאָביליזירט געוואָרן אין אַרמיי. נאָך דער רעוואָלוציע געלעבט אין סמאָלענסק, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע, וווּ ער איז געווען סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער קהילה. אַ לאַנגע צײַט נישט געקאָנט זיך צופּאַסן צום נײַעם סאָוועטישן רעזשים און כּמעט גאָרנישט נישט געשריבן. ערשט אין אָנהייב 1930ער יאָרן זיך אומגעקערט צו שאַפֿערישער טעטיקייט און אין 1932 זיך אָנגעהויבן דרוקן אין סאָוועטישע זשורנאַלן. אין זײַנע נײַע ראָמאַנען ווערט געשילדערט די רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג אין רוסלאַנד צווישן צוויי רעוואָלוציעס. אין 1946, נישט לאַנג פֿאַר זײַן טויט, האָט די סאָוועטישע פּרעסע אָפּגעמערקט זײַן 70־יאָריקן יוביליי.
לעווין, ליפּמאַן
מאירקע „סוּד-באַראַן‟
(דעם זיידנס אַ מעשׂה)
… אַז איר שװײַגט אַלע, װי די טויטע, און איר זענט אומעטיק, ווי די מצבֿות אויפֿן בית־עולם, װעל איך אײַך כאָטש אַ מעשׂה דערציילן.
איך װוּנדער מיך טאַקע: יונגע־לײַט זאָלן זיך צוזאַמענקומען שׂימחת־תּורה און זיצן װי די דערשלאָגענע!? איר שעמט זיך אפֿשר צו משׂמח זײַן מיט דער תּורה, װאָס מע צערײַסט זי אין מיטן גאַס?.. דאָט האָבן זײ ניט אונדזער תּורה צעריסן — דאָס האָבן זײ זײערע לײַטישע מלבושימלעך צעריסן און זיך אַרויסגעוויזן אָדם־נאַקעט… נאַראָנים, אִיר לאָזט זיך ניט אַרײַן דעם אומעט פֿון פּורעניות, אָס קומען אָן אויף ייִדן: מוטיקט זיך בעסער, זײַט פֿריילעך, וועט איר שטאַרק זײַן, װעט איר װידער לעבן — אַלע מאָל לעבן!.. איך װאָלט אײַך אַ ניגון אויסזינגען, נאָר צו אַ ניגון, זע איך, זײַנט איר שוין ניט מסוגל; אײַך דאַכט זיך אַלץ, אַז דאָס ברעכט מען אַײַך די שויבן… װעל אִיך אײַך אַ מעשׂה דערציילן, אִיך װעל אָנהייבן מיט אַ מעשׂה און װעל אױסלאָזן מיט אַ גיגון, אפֿשר װעל אִיך פֿון אײַך אײַער שטילן אומעט פֿאַרטרײַבן, אפֿשר װעט איר זיך פֿונאַנדערהוידען?..
אִיר הערט: פֿון מײַנע יונגע יאָרן געדענק איך מאירקע „סוּד־באַראַן‟ און „ברוך־אײַזיקס בוים‟ — בײדע געדענק איך. אונדזער גאַס, אויפֿן ברעג טײַך איז אַ בוים געשטאַנען, — אָט דער בוים האָט זיך גערופֿן „ברוך־אײַזיקס בוים‟, װײַל ער איז אויף זײַן ערד געוואַקסן בײַ אים הויף. אַ בוים איז דאָס געווען — אַ װאַלד; אַכט ביימער אין איין בוים… ער האָט זיך עפּעס אַזוי צעשפּרייט, װי אַ כּרך… איין צװײַג האָט זיך אויף צװײען געשפּאָלטן, און געװאַקסן; װידער זיך אויף צװייען געשפּאָלטן און װידער געוואַקסן… לסוף האָט ער זיך אין אַזוי פֿיל צװײַגן אָנגעטאָן, אַז מע פֿלעגט שטיין פֿון איין זײַט טײַך, האָט מען זיך געקענט טועה זײַן: קײן װאַסער האָט מען דאָ שוין גאָר ניט געזען, ד צװײַגן האָבן זיך צעשפּרײט און געדיכט באַדעקט דעם טײַך פֿון ברעג ביז ברעג, װי אַ געפֿלאָכטענער בריק — כאָטש גיי און גיי אויף אים! אַרום דעם בוים האָבן זיך טאַקע די „ניט־גוטע‟ פֿאַרפֿירט, און רוסאַלקעס פֿלעגן פֿון בוים רופֿן און הוידען זיך… אַזוי האָט מען דעמאָלט געזאָגט… װוּהין איז הײַנט דער בוים אַהינגעקומען, װייס איך ניט. אויסהאַקן האָט מען אים ניט געקאָנט, די האַק האָט ניט גענומען: די האַק פֿלעגט זיך אין אים אַרײַנבײַסן, ווי אין אַ פֿלײש. הײַנט איז שוין ניטאָ אַזעלכע ביימער, הײַנט אַ ריטל — האַקט מען שוין אָפּ און דאָס איז געווען אַן אַמאָליקער אַ באַטאָגטער בוים…
אַז אִיך דערמאָן מיך אָן דעם בוים, דערמאָן איך זיך אויף מאירקע „סוּד־באַראַן‟. ער איז אויך געווען אַן אַמאָליקער אַן אַלט־פֿרענקישער מענטש. הײַנט איז שוין דער מין ניטאָ —אַ שאָד, אַ שאָד!..
מאירקע איז אַ פּשוטער ייִד געווען, אַן אַמאָליקער בוים מיט אַ געזונט האַרץ!
ער איז געווען אַ ביסל צו מגושמדיק. איר ווילט װיסן, ווי ער האָט אויסגעזען, װעל איך אײַך זאָגן, אַז מע זאָל אויף אַ הײַנטיקן מענטשן אַרױפֿשטעלן נאָך איינעם און אויף דעם צװײטן — אַ בר־מיצווה־ייִנגל, און אויף זײ אַלעמען אָנטאָן גרויסע בערישע פֿוטערס, וועט עס אויסזען װי מאירקע… דאָס איז געווען זײַן װוּקס! — הײַנט זײַן קאָפּ מיט די האַרטע, געדיכטע האָר, װאָס האָט אויסגעזען, ווי אַ קײשל מיט אָנגעשטעקטע ריטער, זײַן באַוואַקסן פּנים מיטן קורצן און שמאָלן שטערנדל. װאָס האָט זיך פֿאַרלאָרן אין אַ באַרג פֿון האָר, זײַנע דיקע ליפּן און דאָס לאַנגע מויל — כ׳לעבן ס’האָט געשוידערט! אָבער אויגן האָט ער געהאַט — אויגן גאָר אַנדערע! — ניט זײַנע אויגן — ליכטיקע, ווי בײַ אַ גוט קינד; זײ האָט זיך מאירס האַרץ געזען, אוי, אויגן! — כאָטש קוקן מיט זײ אויפֿן הימל און װאַרטן, אַז אַ מלאכל זאָל אין מויל אַרײַנפֿליִען … — „מאיר, פֿון װאַנען קומען צו דיר אַזעלכע אויגן‟, — פֿלעגט מען לאַכן, — „מײַן מאַ־מעס ירוש־שה‟… פֿלעגט ער שאַרף און גראָב אַרױסרעדן מיט די דיקע ליפּן, צום רעדן איז ער קײן בּריה ניט געווען: זײַן ברײטע צונג האָט זיך בײַ אים אין מויל, װי אַ שטעקל געפּלאָנטערט.
איר לאַכט, קינדערלעך, פֿון מאירן — איך האָב אײַך געזאָגט, אַז ער איז צו מגושמדיק געווען, זאָל ער מיר מוחל זײַן… אָבער איך זאָג אײַך: איך האָב ליב אַ גרויסע, אַ גוטע חיה, װאָס קוקט אויף מיר מיט גרויסע, כּשרע און תּמימותדיקע אויגן. איך האָב פֿײַנט די קלײנע בײזע חיותלעך, װאָס פֿליִען שטענדיק אַרום צעטראָגענע און הונגעריקע, קוקן אַרויס מיט קלײנע רמאָותדיקע אייגעלעך, און זוכן, און שנאָרען שטענדיק… איר הערט, קינדער, אִיר זאָלט זײ אויך פֿײַנט האָבן…
מאיר האָט אַ נשמה אין זיך געהאַט און אַ גרויסן כּוח פֿון מסירת־נפֿש, זײַן כּוח איז געווען דעם, װאָס ער האָט זיך שטענדיק אָפּגעגעבן פֿאַר אַלעמען. ניט הײַנט געדאַכט, אים איז געווען די כאָלעריע — די צװײטע כאָלעריע… אַלע זײַנען כּמעט פֿון שטאָט צעלאָפֿן — אויפֿן בית־עולם האָט מען געטאָגט און גענעכטיקט, מע האָט דאָרטן חופּות געשטעלט, „אָבֿינו מלכּנו‟ געזאָגט און נאָך אַנדערע סגולות צו דער מגפֿה געטאָן… און אין שטאָט האָט אִיבערגעטרייסלט און אויסגעקײַקלט פֿון קלײן ביז גרויס, — און נאָר איין מאיר האָט זיך די גאַנצע צײַט אין דער קהלישער באָד געפֿונען און האָט אַלעמען געריבן, װאָרום װעמען ער פֿלעגט נאָר „אָנכאַפּן‟, פֿלעגט מען באַלד אין דער קהלישער באָר ברענגען ראַטעווען… און דער ראַטונעק-געבער איז געווען מאיר, ער איז געווען דער „רײַבער‟. אַ מאָל איז דאָס די תּרופֿה געווען, און מאיר האָט מיט מסירת־נפֿש הונדערטער ייִדן געראַטעוועט… מיר דאַכט, אַז ער פֿלעגט זיך מיט זײַנע גרויסע דיקע הענט אויף דער מגפֿה אַ װאָרף טאָן, פֿלעגט ער זי צווישן די פֿינגער צערײַבן… ער איז געווען איינער אין שטאָט, און האָט זי כּמעט גובֿר געווען… אויף דער פֿערטער װאָך האָט אים אויך „אָנגעכאַפּט‟ — מאירן אַלײן ווער זאָל אים שוין אָפּרײַבן?… האָט ער זיך אָבער אַלײן אָפּגעראַטעװעט: אַ צונויפֿגעדרייטער, אַז אים האָט אַ צאָן אָן אַ צאָן געקלאַפּט, איז ער אַװעקגעלאָפֿן צו דוד דעם ברױט-בעקער, האָט בײַ אים אַן אויבן ברױט געכאַפּט, הײסן, ברענענדיקן ברויט, — און האָט זיך מיט דעם אַרומגעלייגט, ווי ער איז גרויס, אַז דער ברויט האָט אָפּגעקילט, האָט ער גענומען אַן אַנדער ברויט הײסן, — און אין אַ מעת־לעת האָט ער זיך אָפּגעראַטעוועט און איז װידער אַװעקגעגאַנגען אין דער קהלישער באָר — ראַטעווען אַנדערע…
„סוּד־באַראַן טראָגן‟ — דאָס איז זײַן װערטל געווען: „איך האָב כּוח, טראָג איך יענעם אויף די פּלײצעס — „סוּד־באַראַן‟ טראָג איך… מע דאַרף העלפֿן… איך קאָן אַלעמען אויף זיך אויפֿהייבן‟ — אַזוי פֿלעגט מאיר זאָגן אויף זײַן לשון.
איך געדענק יענעם שׂימחת־תּורה… אונדזער בית־המדרש שטייט אויף דער זײַט טײַך, װי הײַנט, און דער רבֿ, רב חיימקע, האָט געוווינט אויף יענער זײַט טײַך. בײַ אונדז איז דעמאָלט אַ מינהג געווען, אַז שׂמחת־תּורה פֿאַר הקפֿות זאָל דער נאַנצער עולם צום רבֿ צוזאַמענקומען אויף כּבֿוד. דעם „כּבֿוד‟ פֿלעגן מיר שוין דאָרטן בײַ אים צוגרײטן, — איטלעכער ברענגט מיט זײַן כּשרער האַנט פֿון זײַן קיך און פֿון זײַן אויוון… און פֿון רבֿ גייען אַלע צו הקפֿות. זיצן מיר בײַם רבֿ אויף כּבֿוד. װאָס טוען די שקצים? — שקצים זענען דאָ אין אַלע צײַטן — זײ נעמען צו די צװײ ברעטער, װאָס זײַנען געלעגן איבערן טײַך, װי אַ בריקל. מיר װײסן פֿון גאָרנישט, — מיר האָבן בײַם רבֿ גאַנץ פֿײַן געהוליעט. מאיר האָט געטאַנצט און שטאַרק צוגעקלאַפּט מיט זײַנע גרויסע פֿיס. ער האָט אַזאַ טאַנץ געהאַט, װאָס איז געווען אַ שפּרונג אין דער הייך, אַ פֿלי אין דער לופֿטן און אַ טאָפּע אויף דער פּאָדלאָגע, און בײַ יעדער שפּרונג אין דער הייך פֿלעגט ער אױסשרײַען: „ייִדן‟ און בײַ יעדן טאָפּ אויף דער ערד פֿלעגט ער צוברומען: „זינגט!‟ — אָט אַזוי האָט זיך אים בײַ אים נוהג געווען… טאַנצן פֿלעגט ער נאָר שׂימחת-תּורה, בײַ דעם רבֿ שטוב, מיט דעם רבֿ אויף די הענט — פּשוט אויף די הענט פֿלעגט ער אים האַלטן און טאַנצן מיט אים. און נאָך הקפֿות אין בית־המדרש פֿלעגט ער טאַנצן מיט אַ ספֿר־תּורה. דאַמאָלט פֿלעגט ער שוין ברומען: „אונדזער תּורה, אונדזער תּורה‟ — און פֿלעגט אַרומשפּרונגען און אַרומטאַנצן גאַנצן בּית־המדרש, פֿעסט צודריקנדיק די ספֿר־תּורה צו זיך. דאַכט זיך, אַז דאַמאָלט זאָלן געווען אָנפֿאַלן אויף מאירן מיט דער תּורה אומות מים חיל, װאָלטן זײ פֿון זײַנעם אַ בליק, פֿון אין בליק נאָר בלײַבן אָפּהענגיק.
…יאָ, פֿון כּבֿוד גייען מיר צו הקפֿות, װי אַלע מאָל. ס׳איז שוין גוט פֿינצטער. שׂמחת־תּורה איז שוין די לבֿנה ניטאָ, אַ רעגנדל האָט געשפּריצט, איז נאָך פֿינצטער געווען. מיר אָבער גייען מיט אַ האָפּינקע, מיט געזאַנג, דאָס הײסט: די װעלט איז אונדזערע און מיר זײַנען אירע — זינגען מיר. ערשט מיר קומען צום טײַך — ניטאָ קײן בריקל… אומקערן זיך צוריק מיט דעם געסל, אַריבערגיין דעם גרויסן ברוק, און מיט דער „לאַנגער גאַס‟ אין בית־המדרש גייען — דאָס איז עפּעס מאָדנע. אויף דער „לאַנגע גאַס‟ װעט מען דאָך ניט לאָזן זינגען; װי גייט מען דאָס צו הקפֿות, װי די שטומע?.. װאָס טוט מען?.. אָבער אַז מאיר איז דאָ, איז שוין אַלעס פֿאַרזאָרגט, ער האָט שוין זײַן תּרופֿה: „סוּד־באַראַן‟. גענומען אויף די פּלייצעס און געטראָגן. און מאיר טראָגט אויף זיך פֿיר מנינים ייִדן מיט האַק און פּאַק, מיט דעם רבֿ, מיט דעם גבאי און מיט דעם שמשׂ — אַ ייִדן נאָך אַ ייִדן אַריבערגעטראָגן פֿון איין טריקעניש אויף דער צװײטער. און אויף בײדע טריקענישן, אויף בײדע ברעגן פֿון טײַך איז שׂימחה־ושׂשׂון, מע זינגט און פּאַטשט מיט די הענט — צװײ מחנות ייִדן זינגען און טאַנצן איינע קעגן דער אַנדערער, און אין דער מיטן טײַך, גייט מאיר מיט זײַן „סוּד־באַראַן‟ און טאַנצט װאַסער, און דאָס װאַסער טאַנצט אויך, ס’פּליאָסקעט צו מיט שׂימחה, און דער טײַך איז פֿריילעך, און דאָס רעגנדל לויפֿט נאָך און פּליאָסקעט זיך אויך… פֿון די הײַזער אַרום איז מען אַרױסגעלאָפֿן, װײַבער און קינדער, די קינדער פּאַטשן מיט די הענטלעך, זינגען און טאַנצן, און די װײַבער לאַכן הויך פֿון פֿאַרגעניגן, פֿון שׂימחה, װײַבער לאַכן און זיננען ניט… אִיר הערט, קינדער, צײַט מיר זײַנען גלות, זינגען ניט און טאַנצן ניט אונדזערע װײַבער אויף אַ ייִדישער שׂמחה, זײ קוקן נאָר אויף די מאַנצבילן, װאָס מאַכן זיך לוסטיק, און לאַכן. אַז די װײַבער וועלן אָנהייבן זינגען און טאַנצן אויף ייִדישע שׂימחות, ניט נאָר פֿון דערװײַטן שטייען און אָנקװעלן, דאַמאָלט װעט זיך די גאולה אָנהייבן…
די צװײ יונגע לײַטלעך, װאָס האָבן די ברעטער פֿון טײַך געווען צענומען, זײַנען אויך צוגעקומען, און זאָגן: „מאיר, מיר זײַנען זיך מודה — דו דאַרפֿסט קײן בריק און קײן לײטער ניט‟… נעמט מאיר זײ בײדע אויף די פּלײצעס און טראָגט זײ אַװעק אויף יענער זײַט טײַך… שטייען זײ דאָרט נעבעך און קוקן… אַלע זײַנען צו הקפֿות אַװעק מיט אַזאַ געזאַנג, מיט אַזאַ זמר! און אַ שׂימחת־תּורה איז דאַמאָלס געווען! — איר, קינדערלעך, װײסט שוין ניט, ברוך־השם פֿון קײנע שׂימחות הײַנטיקע צײַטן. איר װײסט גוט פֿון אַ שׂימחה, איר קאָנט ניט װיסן, װײַל… װײַל איר קאָנט איין טריט ניט מאַכן אָן אַ לײטער און אָן אַ בריקל… מאיר אָבער האָט געקאָנט! צו װאָס האָט ער אַ בריקל באַדאַרפֿט? ער איז געגאַנגען…
און איין מאָל האָט מאיר אַ „ניט־גוטן‟ נעטראָגן אויף זיך סוּד-באַראַן… אִיר לאַכט דאָך: ניט־גוטע זײַנען נאָר מענטשן… יאָ, איך האָב אויך נאָר מענטשן ניט־גוטע געזען, אָבער אויסער זיי — אַן אמתן „ניט־גוטן‟ האָב איך נאָך ניט געזען, אָבער דענסטמאָל האָט מען אַזױ געזאָנט און מאיר אַלײן האָט אויך געגלייבט, אַז דאָס איז אַ „ניט־גוטער‟ געווען. „געטראָגן — צוגעשטאַנען צו מיר, איך זאָל אים טראָגן — האָב איך אים געטראָגן… שווער געווען…‟ — איינציקע מאָל, װאָס מאיר האָט זיך געקלאָגט, אַז אים איז דאָס „סוּד־באַראַן‟ שווער געווען…
און דאָס איז טאַקע יענעם שׂימחת־תּורה געווען. נאָך הקפֿות האָט מען בײַ דעם גבאי געהוליעט, אויכעט אויף דעם זײַט טײַך, און שפּעט בײַ נאַכט איז מאיר אַהײם געגאַנגען, אויף יענער זײַט טײַך: קומט ער צום בריקל, יאָגט אים עמעץ אָן און שרײַט: „װאַרט, רב ייִד, װאַרט? — װאַרט ער. — „װוּהין גייט איר?‟ — „אַהיים‟, — „אויף דער קרומער גאַס?‟ — „נאָך װײַטער‟… „וועלן מיר צוזאַמען גיין‟. גייט מען. די נאַכט איז אַ פֿינצטערע, דאָס בריקל װיגט זיך, דאָס טײַכל בורבלט זיך עפּעס מאָדנע — דאָס האָט דער רעגן געקאַפּעט. — ר׳ ייִד, זאָגט יענער צו מאירן; שענקט מיר אײַער טאַבעק־פּושקע‟… — „כ’האָב ניט בײַ זיך…‟ — ענטפֿערט אים מאיר. גייט מען װײַטער. — „רב ייִד‟ — זאָגט יענער‟, — „גיט מיר אײַער גאַרטל‟… יענע יאָרן פֿלעגן אַלע טראָגן גאַרטלען. מאיר האָט אים דעם גאַרטל ניט געגעבן. — „ר’ ייִד‟, — זאָנט ער, — „גיט מיר אַ שטעקן. מיר איז שווער צו גיין‟. אַזוי האָט ער בײַ אים דרײַ זאַכן געבעטן. דרײַ זאַכן! און מאיר האָט אים ניט געגעבן.
קײן שטעקן האָט ער טאַקע ניט געהאַט, װײַל עס איז געווען יום-טובֿ. כ’װײס ניט, צי מאיר האָט אויף עפּעס געקלערט, נאָר ער איז דעם נסיון בײַגעשטאַנען: יענער בעט בײַ אים, און ער גיט אים ניט. דאָס איז פֿאַר מאירן אַ נסיון געווען… „רב ייִד‟, — זאָגט יענער, — איך קאָן ניט גיין. טראָגט מיך‟. האָט אים מאיר גענומען „סוּד־בּאַראַן‟ און געטראָנן… מע גייט. די נאַכט איז פֿינצטער, דאָס בריקל װיגט זיך און הוידעט אים, דאָס װאַסער רוישט און בולקעט עפּעס — דאָס האָט דער רעגן געקאַפּעט… און מאיר טראָגט „סוּד־באַראַן‟ און זעט ניט, און מערקט ניט, װוּ ער איז; און יענער ליגט בײַ אים אויף די פּלײצעס און זאָגט: „רב ייִד, גיט מיר אײַער נאַרטל, װעל איך אלײן אַװעקגיין. אײַך איז דאָך שווער צו טראָגן מיך‟, — „שווער‟… דאָס מאָל איז מאירן טאַקע שווער געווען צו טראָגן, נאָר דעם גאַרטל האָט ער אים ניט געגעבן. ער האָט אים קײן שליטה אויף זיך ניט געגעבן…
גייט מאיר און גייט, אָן אַ סוף, אָן אַן אויפֿהער, און דאָס בריקל הוידעט זיך אַלץ, און דאָס װאַסער פּולקעט: פּוק! פּוק!.. בּיז עס האָט אָנגעהויבן צו טאָגן… אַז עס איז טאָג געװאָרן, איז יענער — טיז, טיז פֿון די פּלייצעס און מיט אַ געלעכטער: פּאַטש, פּאַטש אין טײַכל אַרײַן… פּאַטש, פּאַטש איבער דעם װאַסער, װי אַ גרויסע גאַנדז… און ניט געװאָרן… דאַמאָלט ערשט איז מאיר דאָס בריקל אַריבערגעגאַנגען, און איז אַהיים אַװעק…
כ’װײס ניט, צי איז דאָס אַ מצבֿה אויף מאירס קבֿר. װער עס איז געשטאָרבן, יענעם פֿאַרגעסט מען, גלײַך ווי נאָר אויף דער װעלט ניט געווען… די אַלטע ביימער זײַנען ניטאָ — מע האָט זײ אויסגעהאַקט. די יונגע זײַנען נאָך ניט אױסגעװאַקסן — ס’שטעקן ערשט די ריטלעך, ס’איז כּסדר אַזוי…
נו, יונגע־לײַט! װאָס שװײַגט איר? מוטיקט זיך און זינגט דעם אַלטן ניגון אונדזערן: בטחו, בטחו אבו־תי-נו… בט־חו, בט-חו…