דער דערנערדיקער וועג צו פֿרײַהייט
דער חודש ניסן אין זײַן סאַמע אָנהייב האָט געבראַכט אונדזער משפּחה אַ נײַעם מיטגליד — בײַ מײַן עלטער אייניקל איז געבוירן געוואָרן אַ זון, איר בכור. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון בין איך געוואָרן אַן עלטער־זיידע און מײַן פֿרוי — אַן עלטער־באָבע. אַוודאי, האָבן מיר גערעכנט צו זײַן אויפֿן ברית. ווי זאָגט מען אָבער: דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. אויסגעלאַכט האָט זיך אויף אונדז די אַמעריקאַנער רעגירונג, וואָס קאָן נישט באַשטימען דעם ביודזשעט פֿאַר געוויסע עראָפּאָרט־מיטאַרבעטער. צוליב דעם, שטעלן זיך אויס צום קאָנטראָל טויזנטער פּאַסאַזשירן, וואָס ביז זיי קומען אָן צום עראָפּלאַן, פֿליט ער שוין אַוועק אָן זיי. מיר האָבן זיך נישט געלאָזט ריזיקירן. געבליבן אין אונדזער פֿלאָרידער היים.
ס׳איז דאָך חודש ניסן, האָט אונדז צוגעשפּילט אַ נס, וואָס הייסט, WhatsApp. דורך דעם דאָזיקן „וואָטסאַפּ‟ האָבן מיר זיך ווירטועל געפֿונען אויף אונדזער אור־אייניקלס ברית, ווי מע רופֿט עס הײַנט — אינעם רעזשים פֿון רעאַלער צײַט. איצט קאָן איך שוין אָנרופֿן זײַן נאָמען — הלל, ביז הונדערט און צוואַנציק! אַ בכּבֿודיקער נאָמען. ער האָט אין מיר באַלד אָפּגעקלונגען מיטן נאָמען הלל הזקן, איינעם פֿון די גרעסטע מענער אין דער ייִדישער געשיכטע. געווען אין ירושלים דער נשׂיא פֿון סנהדריון אין דער צײַט פֿון 2טן בית-המיקדש. „זײַנע לערעס ליגן אין יסוד פֿון מישנה און גמרא, און זײַנע מאָראַלישע לערעס זענען דער יסוד פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק…‟
יאָ, באמת אַ גרויסער נאָמען! הלוואַי, אונדזער הלל בלאָך זאָל זײַן ווערט אים צו טראָגן איבערן לעבן און אים חלילה נישט פֿאַרפֿלעקן.
דער חודש ניסן פֿאַרבינדט מײַן משפּחה מיט נאָך איין וויכטיקער דאַטע. אויף לאַנגע יאָר מײַן עופֿעלע הלל, איז אין דעם חודש געשטאָרבן מײַן זיידע, ז״ל. ער האָט געטראָגן דעם נאָמען אַבֿרהם, און צו אָט דעם נאָמען, כּדי אים צוגעבן נאָך מער חשיבֿות, פֿלעגט מען צוגעבן, אַבֿרהם שוחט און מוהל. כ׳האָב געקוקט אויף דעם מוהל, וואָס האָט זיך געפּאָרעט אַרום דעם סנדק מיט מײַן אור־אייניקל אויפֿן שויס, און זיך דערמאָנט, ווי דער זיידע, אומקערנדיק זיך אַהיים פֿון אַ ברית־מילה, אַ מידער און אַ גליקלעכער אין דער זעלבער צײַט, פֿלעגט מיט אַ זיפֿץ אַרויסברענגען פֿאַר מײַן באָבען: „דאַנקען גאָט, געמאַכט נאָך איין ייִד…‟
אין יענע פֿאַרסמטע סאָוועטישע צײַטן איז מײַן זיידן אויסגעקומען אויסצושטיין אַ סך צרות; נאָר די צוויי אָנגעזעענסטע מיצוות — דערמעגלעכן דעם ייִד צו האָבן אַ כּשרן ביסן און מאַכן דעם „בונד־צייכן‟ צווישן גאָט און מענטש, — האָבן אים צוגעגעבן כּוח ביזן לעצטן דעך זײַנעם.
אין די ערשטע טעג פֿון חודש ניסן, האָבן די ייִדן פֿון וואַרשעווער געטאָ זיך קעגנגעשטעלט דער באַוואָפֿנטער פֿאַשיסטישער מאַשינעריע פֿון טויט. מיט די הוילע הענט, קאָן מען זאָגן, האָבן זיי זיך געשלאָגן פֿאַר אַן אָטעם פֿרײַהייט, אָנקייטלענדיק זיך אין דער העלדישער קייט פֿון די מכּבייער. אין דער דאָזיקער קייט פֿון גבֿורה שמידן אײַן זייער רינג די הײַנטיקע קעמפֿער אין ישׂראל, כּדי צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע אומאָפּהענגיקייט בײַ זיך אין לאַנד און איבער דער וועלט.
דור אײַן דור אויס — פֿון אַבֿרהם אָבֿינו ביז מײַן זיידע אַבֿרהם ווערט נישט געשטילט די שׂינאה צו אונדזער פֿאָלק, דאָס ווילדע ווילן עס אומברענגען; און אין דער זעלבער צײַט, גיט זיך עם־ישׂראל עקשנותדיק נישט אונטער, מערט זיך און ווערט שטאַרקער, ווי גאָט האָט אונדז געהייסן פֿון בראשית אָן.
און אָט קומט דער גרויסער יום־טובֿ פּסח. אין דעם טאָג האָט אונדזער אוראַלט פֿאָלק צום ערשטן מאָל איבערגעטראָטן די שוועל פֿון קנעכטשאַפֿט און זיך געלאָזט אויפֿן וועג צו גאולה. מיר גייען אויף דעם דערנערדיקן וועג אויך הײַנט. נישט פֿערציק, נאָר דרײַ טויזנט יאָר שלעפּט זיך דאָס ייִדישע פֿאָלק איבערן מידבר פֿון האָפֿענונגען, געבענטשט און געשטראָפֿט פֿונעם אייבערשטן… איצט איז אויף דעם דאָזיקן וועג אַרויס מײַן אור־אייניקל הלל!
אַ פֿרידלעכן און זיסן פּסח!
11 ניסן, ה׳תשפֿ״ו, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע.