דער פֿינפֿיאָר-פּלאַן (המשך)

עמיל קאַלין

דאָס זעקסטע קאַפּיטל

3

די רעפּעטיציעס פֿון „דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ‟ זענען פֿאָרגעקומען רעגולער — צוויי מאָל אין דער וואָך. צומאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז דער דער רעזשיסאָר האָט צוגעגעבן נאָך אַ רעפּעטיציעס, און אַ זונטיק איז פֿאַרשטערט געוואָרן. די אַקטיאָרן איז שווער געווען צו באַנעמען, הלמאַי דער רעזשיסאָר האָט נישט קיין רו. ער איז ווײַטער אַרומגעלאָפֿן בעת די רעפּעטיציעס, ווי אַ געקוילעטער האָן, געטריבן אַלעמען מיט אַן אומפֿאַרשטענדלעכן דראַנג, בלינד צו די אומשטענדן און קנאַפּע שאַנסן אויסצוקנעטן פֿון אָט דעם אַמאַטאָרישן טייג פֿולבאַרעכטיקטע אַקטיאָרן און נישט ווערן אַרויסגעשטעלט אויף געלעכטער צו דער פּרעמיערע. ער האָט ווי געלעבט בלויז אין דעם אייגענעם קאָפּ: ער איז קיינמאָל נישט מיד געוואָרן אַרײַנקלאַפּן די תּורה פֿון טעאַטער אין די סאַמע טעמפּע מוחות, נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש, אַרבעטנדיק ווידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל מיט די אַקטיאָרן, פֿון וועלכע עס האָט אַרויסגעדופֿט טאַלאַנטלאָזיקייט.

בײַם אָנהייב פֿלעגן זיך די אַקטיאָרן איבערקוקן בעת די רעפּעטיציעס, ווי אָפּגעשטימט שטומערהייט איינער מיטן צווייטן, אַז דעם רעזשיסאָר פֿעלט אויס אַ שרײַפֿעלע אין קאָפּ… קיינער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי ס׳קאָן ווערן אַ לײַטישע פֿאָרשטעלונג פֿון אַ באַרג פֿעלערן. דער בזיון, די מפּלה אויף דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע איז געוואָרן אַ פֿאַקט, אַ גורל-זאַך. דער איינציקער ענין איז געווען צו רעגולירן דעם פֿאַרנעם פֿון אַזאַ אומגליק, נישט אָפּקומען איבער דער מאָס. סעם און פּוּיקעלע וואָלטן שוין גערן געווען זיך אַרויסדרייען פֿון דער זאַך, נאָר דאָס וואָלט געהייסן ווידער אַרבעטן אַ פֿולע נאָרמע אין פֿאַבריקל. אויפֿגעבן אויף דער פֿריווילעגיע אַרויסגיין פֿרי צוויי טעג אַ וואָך. זיי זענען גרייט געווען אַראָפּשלינגען אַלע בזיונות און פֿאַרשעמונגען, שיִער נישט ווערן קלאַונען, אָנטיילנעמען אין אַן אָפּהילכיקן דורכפֿאַל אַבי נישט דאַרפֿן אָנקוקן דעם שעף בײַ דער אַרבעט אַן איבעריקע מינוט.

מיטן פֿאַרלויף פֿון וואָכן זענען די גרײַזן געוואָרן אַ געווינהייט, אַ נאַטירלעכע זאַך. דאָס וואָס עס האָט אַמאָל אַרויסגערופֿן געלעכטער און פֿאַרשעמט, האָט איצט געלאַנגעווײַלט. מע האָט אָנגענומען זאַכן אַזוי ווי זיי זענען, אָן פּרעטענזיעס. דאָס שפּילן איבערגעטריבן, צעקאַליעטשען זאַצן און ווערטער, מאַכן פֿון ערנסטע סצענעס חוזק איז נישט געווען קיין חרפּה, נאָר זיך אײַנגעגלידערט אַזוי טיף אין דעם שטייגער, אַז מע האָט עס קוים באַמערקט. עס האָט זיך אַלעמען געדאַכט, צומאָל אויך דעם רעזשיסאָר, אַז אַזוי דאַרף מען טאַקע שפּילן טעאַטער און אַזאַ איז דער נוהג פֿון קדמונים אָן.

די אַרבעטער אין געטאָ. ער האָט געקנעלט מיט זיי איבער דער לערע פֿון קאַרל מאַרקס, באַפֿעפֿערט און באַזאַלצן מיט לענינס און סטאַלינס חכמה — מאַרקסיזם-לעניניזם; די נויטווענדיקייט צו נאַציאָנאַליזירן די פּראָדוקציע־מיטלען און אַנדערע רעסורסן. מאַכן אַ סוף צו דעם עקאָנאָמישן תּוהו-ובֿוהו מאָנט צו שאַפֿן אַן אָרגאַן פֿאַר צענטראַלער פּלאַנירונג, כּדי צו פֿאַרזיכערן די עקאָנאָמישע אָרדענונג, יעדע פֿאַבריק איז געגליכן צו אַ מוזיקער און די פּאַרטיי דיריגירט מיט אַ זיכערער האַנט. זי וועט פֿאַרזיכערן דאָס שטײַגן פֿון דער פּראָדוקציע, באַנײַוּנג פֿון דער פּראָדוקציע־ליניעס, כּדי צו באַפֿרידיקן דעם געברויך. אַזאַ עקאָנאָמישע שיטה וועט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָדערן אַן איבערגאַנגצײַט, אין וועלכער די פּראָלעטאַרישע רעוואָלוציע וועט זײַן אַ שטיקל צײַט אַ דיקטאַטור און וועט בלית-ברירה באַקעמפֿן, אָן רחמים, דעם חזירישן קאַפּיטאַליזם.

ווײַטער איז געקומען די טעאָריע וועגן דער אומפֿאַרמײַדלעכער אַנטוויקלונג אין דער מענטשלעכער געשיכטע: קאַפּיטאַליזם און פֿאַשיזם, דער נאַטירלעכער המשך פֿון קאַפּיטאַליזם, מיט אַלע זייערע אָפּקומענישן, דינען, אין לעצטן סך-הכּל, ווי שופֿר-בלאָזן פֿאַר משיחן, אָנזאָגערס פֿון דער ענדגילטיקער עפּאָכע, דער העכסטער שטופֿע פֿון מענטשלעכער דערגרייכונג און אַנטוויקלונג — קאָמוניזם. אַלץ קאָן מען דאָך אויפֿקלערן לויט דער וויסנשאַפֿט. די דאָזיקע געדאַנקען זענען נישט קיין פֿאַנטאַזיעס פֿון פֿינצטערע פֿאַנאַטיקערס. אַלץ שטייט אויף אַ פֿעסטן, וויסנשאַפֿטלעכן באָדן.

פּוּיקעלע פֿלעגט זיך תּמיד פֿאַרפּלאָנטערן בשעתן איבערגעבן די לעקציע, כאָטש די גרונט-פּרינציפּן זענען דאָך, געווען גוט באַקאַנט אַלעמען, נאָר אין אָט דער פּיעסע האָט מען זיך געטשעפּעט צו קלייניקייטן אין מאַרקסיזם-לעניניזם, וואָס האָבן ווי נישט געוואָלט זיך צוקלעפּן צו אים. פּוּיקעלע פֿלעגט אַלע מאָל פֿאַרבײַטן די יוצרות, דערקלערן גרײַזיק, פֿאַרקריפּלען די געדאַנקען. די לערע איז אַרויסגעקומען פֿון זײַן מויל ווי אַ קנויל נאַרישקייטן, הוילע משוגעת. להיפּוך צו די געוויינטלעכע גרײַזן און שלעכט ציטירטע זאַצן דאָ האָט דער דירעקטאָר געשטעלט דעם טראַף אויף פּינקטלעכקייט. קאָפּל דער מנהיג פֿון דעם אויפֿשטאַנד און פֿאַרברענטער קאָמוניסט קאָן נישט בלײַבן הינטערשטעליק, אַז עס קומט צו מאַרקסיזם-לעניניזם. דער רעזשיסאָר האָט בשום-אופֿן נישט געקאָנט דורכלאָזן אַזוינע הימלשרײַענדיקע בלויזן. ער האָט זיך געטשעפּעט צו יעדן וואָרט, איז דערגאַנגען פּוּיקעלען די יאָרן.

פּוּיקעלע האָט תּמיד געהאַט בײַ זיך אין בוזעם-קעשענע אַ טיכל און נאָך יעדער רעפּעטיציע פֿון דער דאָזיקער סצענע פֿלעגט ער אָפּווישן דעם פֿאַרשוויצטן נאַקן. איבערגעבן גרײַזיק די עקאָנאָמישע תּורה פֿאַר אַ פֿולגעפּאַקטן זאַל, וווּ עס זיצן אויכעט אַ פּאָר „סעקוריטאַטע‟־לײַט איז געווען בײַ אים אַן ערנסטע זאַך. ער האָט זיך שוין געזען שטאַמלען, בשעת אַן אַגענט נעמט אים אויף אַ פֿאַרהער, בעת אַ פֿרײַנדלעכן באַזוך אין דער דירה. ווער ווייסט? אפֿשר וועט זיך די „סעקוריטאַטע‟ דערוויסן, אַז שלוימעלע איז געבליבן שטעקן, נישט אַהין און נישט אַהער, מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער שטאַנד און ווער ווייסט וווּהין די זאַכן זענען עלול זיך אַוועקקײַקלען ווײַטער?

„פּוּיקעלע!‟, — סעמס קול האָט אים ווי דערוועקט. ער האָט זיך אויסגעדרייט צו סעמען און דאָס האַרץ האָט אים געטאָן אַ טיאָכקע. — „וואָס איז דיר? האָסט עפּעס אָנגעוווירן דעם קאָליר‟, — האָט סעם געשמייכלט גוטמוטיק און אים אַ פּאַטש געטאָן איבער דער פּלייצע.
„ס’איז מיר גאָרנישט‟, — האָט פּוּיקעלע אַרויסגערעדט די ווערטער און דערפֿילט, ווי די ליפּן פֿאָלגן אים נישט ווי געוויינטלעך. עס נעמט זיי אָן אַ משונהדיקער ציטער. — „מיר איז גאָרנישט. איך האָב צו טאָן מיטן בויך, געכאַפּט אַ ווירוס אָדער איך ווייס נישט וואָס.‟
„סײַ גאָרנישט און סײַ אַ ווירוס אין בויך מילא… הערסט? איך גיי אַ קוק טאָן דורעמער, אפֿשר גיט מען עפּעס אין די אַלימענטאַרעס.‟ — האָט סעם געזאָגט. אַנומלטן האָט סעם געפֿונען אַ נײַע באַשעפֿטיקונג: אַרומגיין צווישן קלייטן און זען צי „מ’גיט עפּעס‟, אָדער ער פֿלעגט אַרומגיין אין די אָוונטן לעבן דעם אוניווערסיטעט אָדער לעבן דעם „אָבאָר‟־מאַרק, מיט אַ פּעקל „נאָבלעס‟, אָדער „טײַם‟־ציגאַרעטן, זייער אַ גאַנגבאַרע סחורה, וואָס קרובֿים פֿון ישׂראל פֿלעגן שיקן אין די פּעקלעך, כאָטש ער האָט זיך אָפּגעוווינט פֿון רייכערן מיט העכער אַ יאָרצענדליק צוריק, כּדי אויסצובײַטן אויף אַלערליי סחורות, וואָס איז אוממעגלעך צו קריגן אין די קלייטן.

האַרט בײַ דער טיר איז דער רעזשיסאָר צוגעגאַנגען צו זיי ביידע. ער האָט גערעדט אַ ביסל אונטער דער נאָז:

„חבֿרה, כ’ווייס ס’אַ קליינער פֿאַרגעניגן. מאַכסט נישט קיין קרומע מינע… די פּרעמיערע דערשרעקט זיך פֿון אַזוינע שטיק און רוקט זיך נישט ווײַטער. די דאַטע בלײַבט די אייגענע אַזוי אָדער אַנדערש.‟ — ביידע מענער האָבן געצויגן מיט די אַקסלען. זיי האָבן אויסגעהערט די אייגענע רייד בײַ יעדער רעפּעטיציע: — „עס וועט פֿאָרקומען אַ רעפּעטיציע דעם זונטיק, צען אַזייגער…‟, — האָט דער רעזשיסאָר זיי צוגעטראָגן די ביטערע פּיל.
„נו, מ’מוז אונטערשטעלן די פּלייצע! יעדער טוט זײַן חלק‟, — האָט זיך פּוּיקעלע אָנגערופֿן.

ער האָט זיך באַהערשט און נישט געקרימט דאָס פּנים מעשׂה־לץ. זײַנע ווערטער האָבן געקלונגען כּמעט איבערצײַגעוודיק.

„פּונקט אַזוי! יעדער טוט זײַן חלק. די פּרעמיערע רוקט זיך אָן, חבֿרה. עס וועלן קומען אָנגעזעענע לײַט‟, — האָט סעם צוגעגעבן.

אַז דער רעזשיסאָר האָט זיך אַ קאַפּעלע דערווײַטערט, האָט סעם אַרײַנגעשושקעט פּוּיקעלען אין אויער: „זונטיק וועל איך האָבן צו טאָן מיטן בויך… אַזוינס און אַזעלכס. דאָס עסן וועט טאַנצן אַ ׳סירבע׳ [1] אין די קישקעס.‟

פּוּיקעלע איז אַרויס פֿונעם טעאַטער. לאָזט זיך אויס, אַז עס האָט גערעגנט מיט עמערס בשעת דער רעפּעטיציע, ווײַל איצט האָבן אַלע דעכער און רינוועס געטריפֿט. דאָס וואַסער אין די קליינע לעכער אויף דעם טראָטואַר, שפּורן פֿון ווײַבערישע אָפּצאַסן, און אין די לעכער אויף דער גאַס האָבן געהאַט אַ זילבערדיקן גלאַנץ. די מילדער זון אַ גינגאָלדענע, ווי די צעפּ פֿון אַ יונגער פֿרוי, איז שיִער נישט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטער די איין-שטאָקיקע און צוויי-שטאָקיקע הײַזער.

אַ סורפּריז: פֿרוי פֿישער, די אַלמנה האָט געוואַרט אויף אים.

„שלום-עליכם, וווּ איז דער וואַלגערהאָלץ? הינטערן רוקן?‟ — האָט פּוּיקעלע געפֿרעגט מיט אַ שמייכל, נישט וויסנדיק, וואָס פּלוצעם איז דאָס וואָרט „וואַלגערהאָלץ‟ דורכגעלאָפֿן אין זײַן קאָפּ.
„ניין, עס וואַרט אויף דיר אין דער היים.‟
„האַ? ס’דערפֿרייט מיך זייער. איך בין גאָר נישט פֿאַרזאָרגט. איך בין אַן ‘אלימלך איז תּמיד פֿריילעך’, נאָר איך האָב צו טאָן מיטן בויך, נישט פֿאַר דיר געדאַכט.‟
„אַ שיינע מעשׂה! איך האָב אויך צו טאָן מיט בויך!‟
„וואָס איז דיר?‟
„וועסט באַלד הערן!‟
„ס’אַ רעטעניש? צי מיך נישט בײַ דער נשמה!‟
„די צײַט איז נישט געקומען…‟, — האָט פֿרוי פֿישער גענומען רעדן שטיל און זיך אַרומקוקן מיט חשד, ווי די זאַך וואָלט אָנגעגאַנגען נאָך עמעצן. — „שוין אַ שטיקל צײַט, וואָס ס’איז נישט שטאַרק פּינקטלעך, אַיאָ? אַ מאָל פֿאַרשפּעטיקט זי און אַמאָל קומט זי פֿאַר דער צײַט. אָבער דאָס מאָל איז צוויי מאָל אָדר, און פּורים קומט נישט.‟

פּוּיקעלע האָט זיך געריבן דעם שטערן:

„איך פֿאַרשטיי… מ’ווערט נישט ייִנגער.‟
„מ’ווערט טראָגעדיק. דו, חכם פֿון דער הגדה!‟ — פֿרוי פֿישער האָט זיך פּלוצעם הויך צעלאַכט הויך. — „איך בין נאָר וואָס געווען בײַם דאָקטער. אַלץ דאַרף מען דיר צעקײַען?‟
„חבֿרטע פֿישער, איך בין אַן עקר, ווי מע זאָגט‟, — האָט פּוּיקעלע געשמייכלט קרום. — „איך קאָן נישט האָבן קיין קינדער. איך און מאַרטאַ האָבן, דאָך, נישט געהאַט קיין קינדער.‟
„איך האָב אויך געמיינט אַזוי! דאָס הייסט, איך בין געווען זיכער, אַז איך בין אַן עקרה. איך און איציק האָבן אויכעט נישט געהאַט קיין קינדער. מיר זענען געלאָפֿן צו דאָקטוירים און אַלע האָבן געהאַט איין מיינונג: איך בין געווען די שולדיקע.‟
„נו, אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם!‟
„כאַ, כאַ, כאַ, ס’שיט זיך אַרויס פֿון דיר מיט חכמהלעך, בנאמנות! נו, טאַטעשי, זאָג, פֿון וואַנעט נעמט מען כּוח? פֿון וואַנעט נעמט מען פּאַרעס? אויפֿכאָווען קינדער איז נישט קיין קלייניקייט. איך בין נישט יונג. דו ווייסט דאָך, איך האָב שרעקלעכע קאָפּ־ווייטיקן און לײַד אויף די נערוון. די כּוחות וועלן נישט סטײַען… און דו? זאָלסט עס מיר מוחל זײַן, מיטן האָרב, מיטן קליינעם, קרומען פֿיסל, ווי אַזוי וועסטו אַרומלויפֿן נאָכן קינד? אוי, רבונו-של-עולם.‟

פּוּיקעלע און פֿרוי פֿישער זענען געגאַנגען און געשוויגן. די ווערטער האָבן זיך אויסגעשעפּט. יעדער איז געווען פֿאַרטאָן אין די אייגענע געדאַנקען. די מחשבֿות זענען אַרומגעלאָפֿן גיך אין פּוּיקעלעס קאָפּ. ער האָט נישט אוספּייעט זיי אָנכאַפּן בײַם וויידל. אַ מחשבֿה איז אויפֿגעגאַנגען און זיך גלײַך צעגאַנגען, ווי דער שוים פֿון כוואַליעס, נאָר דער זשום איז געווען אַ שטענדיקער. בשעתן שמועסן, איז זײַן שטימונג געווען אַ דערהויבענע. ער האָט באַוויזן פֿרוי פֿישער באותות-ומופֿתים, אַז זי פֿרעסט זיך אויף דאָס האַרץ אומזיסט און אומנישט, אָבער איצט האָט ער דערפֿילט ווי אַן עלעקטרישער שטראָם וואָלט געקראָכן איבער זײַן לײַב. די פֿיס זענען געוואָרן שווער און אויך דער קאָפּ. ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז דער קאָפּ נייגט זיך כּסדר אויף אַ זײַט, און ער האָט זיך געסטאַרעט סײַ די פּלייצע און סײַ דער קאָפּ זאָלן בלײַבן גלײַך. איצט האָט ער געגעבן רעכט דער פּשוטער פֿרוי, וואָס ער האָט זי געמאַכט טראָגעדיק. זי איז גראָב, בײַ איר דאָס, וואָס בײַ יענעם אין דער לונג, איז בײַ איר אויף דער צונג. אמת, זי קען נישט די חכמה פֿון רעדן פֿאַרשטעלט, אָבער זי רעדט מיט קאָפּ. ס’שטעקט עפּעס אין אירע רייד. כּל-זמן זי האָט אים אַרויסגעשטעלט אַ פֿײַג, איז ער גרייט געווען איר אַראָפּצוברענגען דאָס טעלערל פֿון הימל, אָבער איצט, אַז ער דאַרף נישט זיך יאָגן נאָך איר קליידל, האָט ער זיך אָפּגעקילט. אַזוי איז אויכעט בײַ קינדער, נישט אַזוי? אַז זיי זעען אַ שפּילעכל אין וויטרינע אָדער בײַ יענער אין דער האַנט, צעשפּאַלטן זיי די הימלען מיט זייערע געשרייען, אָבער אַז דאָס אויסגעגאַרטע שפּילעכל ליגט שוין אין זייער האַנט, פֿאַרלירט עס גלײַך די ווערט. ער איז אין לעצטן סך-הכל אויך אַ קינד. אַ בושה אַ גרויסע! און גראָד ער וועט ווערן, מירטשעם, אַ טאַטע אין נײַן חדשים אַרום. וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז ער וועט גאָר ווערן אַ טאַטע? ס’לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. נו, אָבער איצט איז נישטאָ קיין אויסוועג. דאָס קינד וועט נישט פֿאַרבלײַבן אין בויך.


[1] סירבע (רומ.) — אַ רומענישער גיכער טאַנץ.

המשך קומט

Leave a comment