דובֿ־בער קערלער
אַ מין טראַדאַפּטאַציע
לויט אַ. ס. פּ—ן
כ׳געדענק די נסימדיקע רגע,
באַוויזן האָסט זיך דאַן פֿאַר מיר,
כּהרף־עין מיר אַנטקעגן
מיט מלאכס שיינקייט אָן אַ שיעור.
ווען ס’האָט פֿון בענקשאַפֿט ס’האַרץ געפֿערלעך
געשמאַכט אין רויש פֿון פֿלאַכער פֿליכט,
האָט מיר דײַן קול געגלעקלט צערטלעך,
אין טרוים, די שײַן פֿון דײַן געזיכט.
יאָרן פֿאַרבײַ. דורך לעבנס שטורעמס
די טרוימען אַלטע — זיך צעווייט,
דײַן צערטל־קול צעוועפּט, צערונען,
דײַן הימליש פּנים אָפּגעשיידט.
אין ווײַטן עק, אין גלות ווײַטסטן
געפֿינצטערט יאָרן אין דער שטיל,
פֿון גאָט, פֿון שד מער ניט באַגײַסטערט
קיין טרער, קיין בלי, קיין ליבע־שפּיל.
נאָר אָט, ס’דערוועקט זיך די נשמה,
ווײַל דו באַווײַזסט זיך דאָ פֿאַר מיר
כּהרף־עין, מײַן נחמה,
מיט מלאכס שיינקייט אָן אַ שיעור.
און ס’דופֿקט ס’האַרץ, געניטער מײַסטער,
אויף ס’נײַ לעבט אויף שוין דאָס געפֿיל,
פֿון גאָט, פֿון שד ווידער באַגײַסטערט
אי בלי, אי טרער, אי ליבע־שפּיל.
צײַטנפֿערז
עס קומט צומאָל אויך אָן די צײַט
פֿאַר דעם, וואָס האָט זיך אין זײַן גאַנג
פֿאַרהײַעט,
ווען ס׳העלפֿט קיין שורה פֿון געזאַנג
צו מאַכן נעענטער די ווײַט,
קיין גראַם ניט סטײַעט.
צי זאָל מען אײַנגיין אויף דעם כּלל,
אַז נאַריש איז אין אַזאַ פֿאַל
דעם גראַמערס פּאָזע,
אַז בעסער איז — אַרויס פֿון שטײַג
אין ברייטן דרויסן טאָן אַ שטײַג
מיט הוילער פּראָזע?
מסתּמא יאָ… און דאָך ס׳איז קלאָר:
די ווײַט בלײַבט ווײַט, קורץ — דער קאַיאָר
און אויך די דאָזע
פֿון בין־השמשות צווישנבײַט
ווען שרעקלעך אומבאַהאָלפֿן בלײַבט
די רײַפֿסטע פּראָזע…
פֿויגלמילך
א.
פֿויגלמילך אַ קריגל
און טעלערל פֿון הימל
ברענג איך דיר בשעת
דערלאַנגסטו מיר אַ טעפּל
מיט האָניג און מיט עפּל
פֿונעם עץ־הדעת
ב.
דאַכט זיך וואָס, אַ טעלערל פֿון הימל
צי אַ גלאָז מיט פֿרישן פֿויגלמילך
ס’האָט אַ קנאַפּע ווערט אין וועלטס געווימל
קעגן דעם, וואָס איך צו דיר דערהילך
אַנדערע דערלאַנגען דיר וווּנדיירים
אַנדערע דיר שענקען ווייס־איך־וואָס
נאָר מײַן רוף צו דיר פֿון די געדיירים
בענטשט און קושט אין דיר אַיעטוויד אות
ס’איז פֿאַר דיר געשען דער בראשית ברא
און די וועלט דערוואָרבן האָט איר זין
מיטן ערשטן אָטעם דײַנעם קלאָרן
גראָז אונטערן הימלבלוי זיך גרינט
פֿויגלמילך מיט טעלערלעך פֿון הימל
זאָלן ניט צעשטערן דיר דײַן דרימל
ג.
כ’ברענג דיר אַ טעלערל פֿון הימל
מיט פֿרישע טראָפּנס פֿויגלמילך
און ס’טוט דײַן שמייכל ווי אַ בלימל
זיך שטיל און פֿריילעך אַ צעהילך
און ס’דאַכט די צײַט וועט מוזן בלײַבן,
וועט ניט אַנטלויפֿן פּלוצעם מער
בעת מיר מיט זיך קאַטאָוועס טרײַבן
און טאַנצן אויס דעם לעבנס שער
דו ברענגסט אַ שיסעלע ווײַנטרויבן
און ס’ווערט געזאַנג מײַנס גרינג, אָן שטער
די שווערסטע גאַמען זיך צעבויגן,
דער ניגון רײַף מיט זאַפֿטן ווערט
און ס’טוט נאָר באַנג, וואָס צײַט נעמט לויפֿן…
פֿון ווײַנטרויבן, פֿון פֿויגלמילך
געציילטע טראָפּנס בלײַבן טויגן
ווי אומפֿאַרמײַדלעך קאַרגע הילף…
כ’ברענג דיר אַ טעלערל פֿון הימל
דו — מיר — אַ גלעזל ייִנגסטן ווײַן
און ס’דאַכט, די צײַט מיט וועלטס געשוויבל
צעשמייכלען זיך מיט אונדזער שײַן
דרײַ מאׇל שיר
1997—2017—2025
שיר־השיריים
געזאַנג צו יענע ניט דערקײַטע שטיקלעך
וואָס ער אַליין לאָזט איבער אויפֿן טעלער
שיריים הייסן זיי. ווער ס׳כאַפּט זיי ז׳גליקלעך
זײַן יום־טובֿ ווערט אי פֿריילעכער אי העלער
ס׳אַ גרויסער זכות שיריים צו דערקײַען
זַר לא יבֿין זאת, ניין
זַר קאָן ניט זײַן אַ מבֿין אויף שיריים
געבענטשטע פֿון זײַן הייליק מויל מיט חן
וואָס שפּרייט זיך ווי דער שטראָם פֿון מים־חיים
וואָס בענטשט דעם ווײַטן וועג צוריק אַהיים
איז טאַקע זאָל מיט הילך שיר השיריים
אַ ווייכן שטורעם־ברום טאָן שטרענג און שיין
למעשׂים־טובֿים ולשלום און לחיים
אַבי ס׳דערקײַטע שטעקט ניט ווי אין האַלדז אַ ביין.
בלומינגטאָן, 2025
שיר־שירינקע
שאַרמאַנקע
שאַרלאַטאַנקע
שפּיל אַ געזאַנג
מיט קלאַנגען
פֿלינקע
שפּיל אויס דאָס ליד
שיר השירינקע
מזמור צום גליד
אין פֿלאַם
געפֿאַנגען
אין אויפֿברויז
פֿון געפֿלעכטס
פֿאַרלאַנגען
זינג אויס
דעם שבֿח
צו דער מאַשינקע
ערבֿ דעם קראַך
וואָס קרוינט
דעם שטויס —
שיר השירינקע!.. —
ביז אַלץ ווערט אויס
ריבניצע, 2017
שיר־השירעם
שיר השירעם —
אַ לויב־געזאַנג דעם זאָנטיק;
באשר דעם רעגן האָט מען
במילא שוין באַזונגען…
פֿון שבת ביז שבת
דורך דער וועלט וואָס מאָנטיקט
צעשפּיגלט זיך דער שירעם
אין רעגנבויגנ’ס רונגען.
שיר־השירעם?! —
וועט איר פֿאַרחידושט איבערפֿרעגן,
— עך מיר אַ פּאָטשאָנטעק,
אַ ווילד פֿרעמדער אויסטראַכט!
נאָר מײַן ליד — באַשירעמט,
באַזוניקט און באַרעגנט —
הערט ניט אויף זיך קערן
צום פּראָסטן גאַנג פֿון זאָנטיק.
שיר און שירעם —
ביידע האָבן זיך צעעפֿנט
מיט אַן אויפֿרײַס פֿרידלעכן
צום גרויסן הימל,
קאָנטיק —
שיִער זיך ניט צעריסן
ערבֿ חודש ניסן…
נאָר צו דער זון הילכט ווײַטער
מײַן לויב־געזאַנג צום זאָנטיק.
אָקספֿאָרד, 1997
דויער־שפּראָצן
ט’געטאָן גוט באַנג דער אונטערגאַנג
דאָך ט’מען געשטופּט זיך מיט געזאַנג
מיט גלי געטרוימט סײַ וואַך סײַ מונטער
גלײַך ווי מע זאָל ניט גיין באַלד אונטער
די זון האָט דעמלט אויך געקושט
יעטווידן טראָט, יעטווידן חוש…
בעת דײַן געצעלט — אַ שטיקל וועלט
געקוקט האָט און באַוווּנדערט
איר קונץ פֿון אויסגיין מונטער
און ווען די לונגען האָט דאָס ליד
פֿאַרפֿעלט, פֿאַר אייביקייט געקניט,
בעת אַלטע לונגען מאַט־און־מיד
גרייט באַלד פֿאַרגיין און ווערן ניט
דערזעט מען ערשט באַשיידלעך
ווי ס’קומען יונגע מיידלעך
צוזאַם מיט יונגע יאַטן
מיט שמייכל פֿון סאָקראַטן —
מיט קנייטש פֿון רעב עקיבֿה
מיט שופֿר־בלאָז, מיט האָרן
באַפֿרישן דעם זכּרון
מיט ספֿקות אָפּטאַטיווע
און מיט געדאַנקען שאַרפֿע
מיט פֿינגער אויף אַ האַרפֿע
מיט דזשימדזשען אויף די טאַצן
מיט יאָמערקעצלעכס קראַצן
באַנײַען רגעס שטילע
אָפּשרײַען די נעילה
פֿון אונדזער קול אַן אָפּקלאַנג
פֿון זייער דראַנג אַ נאָכקלאַנג
אָן באַנגען באַנג, אָן ווייטיק,
אַנדערש און דאָך פֿאַרקייטלט
מיט אומרו פֿון פֿיל דורות,
אין דער נשמה בוראס
זיי קומען אָן און וואַכן
הגם די וועלט גייט קראַכן