מרדכי יושקאָווסקי
דאַן, אין אַפּריל 2014, בעת מייַן ערשטן באַזוך אין ווילנע, בין איך אַרויס פֿונעם האָטעל „קאָנטי‟ גלייַך אויף דער געוועזענער זאַוואַלנע־גאַס (די הייַנטיקע פּילימאָ), און ווען איך בין געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון דער סטעפֿאַנסקע-גאַס, איז בייַ מיר גלייַך אויפֿגעשוווּמען אינעם זכּרון אַ געשטאַלט פֿון קאַרפּינאָוויטשעס אַ דערציילונג. אויף אָט דעם ראָג פֿלעג אין משך פֿון יאָרן שטיין אַ ייִד אין שוואַרצע ברילן. אַזוי פֿלעג ער אָפּשטיין אַ לענגערע צייַט ביז עמעצער האָט אים גענומען בייַ דער האַנט און אַריבערגעפֿירט אויף דער אַנדערער זייַט פֿון דער זאַוואַלנע-גאַס. דערנאָך פֿלעג ער בעטן, מע זאָל אים אַריבערפֿירן אויף צוריק. און פֿאַר ווילנע איז געבליבן אַ סוד, צי דער ייִד איז טאַקע געווען בלינד, צי ער האָט זיך פּשוט פֿאַרבענקט נאָך דער וואַרעמקייט פֿון אַ מענטשלעכער האַנט.
פֿון דאָרט בין איך ממשיך געווען לענג־אויס דער זאַוואַלנע־גאַס, ביז כ’בין דערגאַנגען צום ראָג פֿון דער גדאַנסקע־גאַס (די הייַנטיקע איסלאַנדיוס) און זיך דערמאָנט, אַז דאָרט איז געווען דער קאַבינעט פֿונעם באַרימטן דאָקטער יעקבֿ וויגאָדסקי, אַ באַקאַנטן געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע איז ער געווען דער מיניסטער פֿאַר ייִדישע ענינים, דערנאָך אַ מיטגליד אינעם פּוילישן סיים. אין אויגוסט 1941 איז ער פֿאַרפּייַניקט געוואָרן דורך די נאַציס אין דער לוקישקער תּפֿיסה. אָבער אַ חוץ די אַלע געזעלשאַפֿטלעכע פּאָסטנס איז ער געווען אין ווילנע, קודם-כּל, אַ באַליבטער דאָקטער. אַ צייַט האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן שפּיטאָל. קאַרפּינאָוויטש האָט דערציילט, אַז די ווילנער ייִדישע אָרעמקייט פֿלעג האַלטן וויגאָדסקין פֿאַר אַ הייליקן ייִדן, ווייַל ער פֿלעג אויפֿנעמען אָרעמע פּאַציִענטן בייַטאָג און בייַנאַכט, ווינטער און זומער, אָן געלט. איז געקומען צו אים איין מאָל אַן אָרעמע עלטערע פֿרוי און געוואָלט פֿאַרן דאָקטער וויגאָדסקי זיך אַרויסווייַזן „קולטוראַלנע‟. האָט זי מיט אים אָנגעהויבן רעדן אַ צעבראָכענעם פּויליש. דער דאָקטער האָט באַשלאָסן פֿאַרלייַכטערן איר די אַרבעט און געזאָגט: „מייַן טייַערע ייִדענע, אויב איר וועט ניט אויפֿהערן צו רעדן אויף פּויליש, וועט איר באַלד דאַרפֿן לויפֿן צו אַ ציין-דאָקטער, און ער נעמט יאָ געלט‟. האָט די פֿרוי זיך פֿאַרטראַכט, אַריבערגעגאַנגען אויף ייִדיש און האָט אָנגעהויבן אויסרעכענען אירע קרענק: „אוי, דאָקטער, אַ געזונט אויף אייַער קאָפּ, מע זאָל אייַך ניט באַדאַרפֿן. דער קאָפּ דרייט זיך מיר, די אויגן זעען ניט, אין די אויערן זשומעט מיר, די הענט און פֿיס ברעכן מיר‟, — און נאָך דער גאַנצער רשימה האָט זי צוגעגעבן: „און אַליין פֿיל איך זיך אויכעט שלעכט‟. דאָקטער וויגאָדסקי האָט עס אויסגעהערט און געענטפֿערט מיט אַ שפּאַס: „נו, איר זעט ווי שיין קאָן מען קרענקען אויף מאַמע-לשון‟.

נאָך אַ געשיכטע, פֿאַרבונדן מיט דאָקטער וויגאָדסקי, איז געוואָרן באַקאַנט אין ווילנע. זעליק בעל-טובֿה איז געווען דער ראָש פֿון דער ווילנער ייִדישער מאַַפֿיע, דער „טאַטע‟ פֿון די ייִדישע גנבֿים. ווען זייַן ווייַב איז געגאַנגען צו קינד אין זייער אַ קאַלטער ווינטער-נאַכט, האָט זעליק געשיקט אַ קאַרעטע צו ברענגען דעם דאָקטער וויגאָדסקי, זייַערנדיק זיכער, אַז יענער וועט ניט אָפּזאָגן. פּלוצעם, ווען דער דאָקטער איז געפֿאָרן אין דער קאַרעטע, איז צוגעלאָפֿן עמעצער און אַראָפּגעריסן פֿונעם קאָפּ זייַן שיינעם פֿוטערנעם היטל. ווען זעליק האָט דערזען דעם דאָקטער, וועלכער איז אַרייַנגעגאַנגען אין ז ײַן שטוב אויף דער גלעזער-גאַס אַ ציטערנדיקער און פֿאַרבלויטער, אָן אַ היטל, האָט ער גלייַך פֿאַרשטאַנען וואָס האָט פּאַסירט און געשיקט אַ פּאָר זייַנע „קאָלעגן‟ צו ברענגען דעם גנבֿ. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט מען געבראַכט דעם גנבֿ מיטן היטל, און זעליק האָט געפֿרעגט: „דאָקטער, זאָגט, אויף וויפֿל שטיקלעך ווילט איר, מיר זאָלן אים צעשנייַדן?‟. דאָקטער וויגאָדסקי האָט זיך געבעטן: „מע דאַרף אים גאָרנישט ניט טאָן, איך בעט נאָר, זאָל ער מיר אָפּגעבן דאָס היטל און שוין‟. אויף דעם האָט זעליק געענטפֿערט: „גוט, דאָקטער, בכלל זייַט אים מוחל, ער איז ניט קיין ווילנער גנבֿ, ער איז אַן אַרייַנגעקומענער פֿון דער פֿרעמד. אויב ער וואָלט געוווּסט ווער איר זייַט, וואָלט ער קיינמאָל ניט געוואַגט זיך צורירן צו אייַך‟.
„ניט נאָר גאָטס וועגן זייַנען פֿאַרהוילן, נאָר אויך די דרכים און קערן פֿון דער ייִדישער געשיכטע זייַנען פֿאַרהוילן‟, — האָב איך אַ טראַכט געטאָן דעמאָלט: דאָ, אין ווילנע, יעדעס ווינקל אָטעמט מיטן נאָמען פֿון דאָקטער יעקבֿ וויגאָדסקי. ער האָט צוגעלייגט אַ האַנט צו אַלץ, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט דער היגער ייִדישער קהילה און געפֿאַלן אויף קידוש־השם ווי אַ ייִדישער מאַרטירער פֿון די רוצחישע נאַצישע הענט. גיי ווייס, אַז זייַן טאָכטער אַלעקסאַנדראַ ברושטיין וועט ווערן אין מאָסקווע אַ באַקאַנטע רוסישע שרייַבערין, און זייַן אין ווילנע געבוירן אייניקל נאַדעזשדאַ נאַדעזשדינאַ וועט ווערן אַ באַרימטע טענצערין, די גרינדערין און לאַנגיאָריקע אָנפֿירערין פֿונעם סאַמע באַוווּסטן אין דער וועלט רוסישן כאָרעאָגראַפֿישן אַנסאַמבל „בעריאָזקאַ‟, וועלכער איז געוואָרן דאָס אָפֿיציִעלע שויפֿענצטער פֿון דער רוסישער קולטור.

אויף דער לינקער זייַט פֿון דער זאַוואַלנע־גאַס איז הײַנט פֿאַראַן אַ סקווער. דאַכט זיך, אַז אויף זייַן פּלאַץ איז פֿאַר דער מלחמה געווען דער האָלץ-מאַרק, און הינטער אים — דער פֿיש-מאַרק. גראַדע דאָרט האָט זיך פֿונאַנדערגעשפּילט אַ וווּנדערלעכע, דורכויס ייִדישע ראָמאַנטישע געשיכטע, וועלכע אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש האָט געווידמעט זייַנע צוויי דערצּיילונגען, „דער פֿאָלקלאָריסט‟ און „חנה-מערקע פֿון די פֿיש‟. אינעם ייִוואָ, ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, וועלכער איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין ווילנע פּונקט מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1925, האָט געאַרבעט אַ פֿאָלקלאָר-פֿאָרשער רובינשטיין, אַן אינטעליגענטער מענטש, פֿולקאָם איבערגעגעבן זייַן אַרבעט ווי אַ זאַמלער און פֿאָרשער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. רובינשטיין איז געווען אַ בעל-מום, איין פֿוס איז בייַ אים געווען קירצער פֿונעם אַנדערן. ווען ער איז דערגאַנגען אין זייַן אַרבעט צום פּרק פֿון ברכות און קללות, מיט די ברכות איז ער געווען אָפּגעפֿאַרטיקט גאַנץ לייַכט, אָבער אַזאַ אינטעליגענטער מענטש ווי ער איז געווען אַ ביסל ווייַטלעך פֿונעם ענין קללות. האָט ער אָנגעהויבן זיך נאָכפרעגן, וווּ קאָן ער אָנקלייַבן קללות, און באַקומען אַן עצה: „גייט אויפֿן פֿיש-מאַרק. דאָרט איז פֿאַראַן אַ הענדלערקע חנה-מערקע פֿון די פֿיש. זי טראָגט אַ טיטל ׳די בעסטע קללות-זאָגערין אין גאַנץ ווילנע׳. איר וועט זי ניט דאַרפֿן זוכן אַפֿילו. איר וועט זי שוין דערהערן‟. און פֿון אָט דעם אינגאַנצן וויסנשאַפֿטלעכן פּראָיעקט האָט זיך אַנטוויקלט אַ ליבע-געשיכטע. חנה-מערקע האָט זיך פֿאַרליבט אין רובינשטיינען, און קאַרפּינאָוויטש האָט אָט די געשיכטע באַשריבן מיט גרויס וואַרעמקייט, מיט זייַן פֿינקלדיקן הומאָר, און, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאַרגעסן אַרייַנשטעלן אַ רשימה פֿון „פּערל פֿון חנה-מערקעס מויל‟ — זאַפֿטיקע ווילנער קללות, יעדע איינע פֿון וועלכע רופֿט אַרויס אַַ האַסטיקן שפּראָץ פֿון געלעכטער.
שפּאַצירנדיק ווייַטער איבער ווילנע, האָב אין דערלאַנגט ביז דער לודוויסאַרסקע־גאַס (הייַנט, ליעיקלאָס), און פֿאַר מייַנע אויגן איז דערשינען יענע געבייַדע, וועגן וועלכער איך האָב אויסגעהערט פֿון אַבֿרהמען אָן אַ שיעור זכרונות. דאָ האָט זיך געפֿונען דער ייִדישער פֿאָלקס-טעאַטער, מיט וועלכן ס׳האָט אָנגעפֿירט זייַן פֿאָטער משה קאַרפּינאָוויטש, אַן אומגעקומענער אין פּאָנאַר. אויפֿן בנין איז געווען אַ מעמאָריאַלער טאָוול, וואָס אַבֿרהם האָט אויפֿגעשטעלט און פֿייַערלעך דערעפֿנט דאָ בעת זייַן באַזוך אין ווילנע אינעם יאָר 1995.
און אָט איז די דייַטשע־גאַס (וואָקיעטשו). הייַנט שטייט דאָרט אַ נאָכמלחמהדיקער בנין אין סטאַלינישן סטיל. אָבער דאָרט איז געווען דער אַרייַנגאַנג אינעם שולהויף, וועגן וועלכן כ’האָב געלייענט און אויסגעהערט אַזוי פֿיל מעשׂיות. דאָרטן איז דאָך געווען די גרויסע שול און אַרום איר דרייַצן פּראָפֿעסיאָנעלע שולן און בתּי-מדרשים. דאָרטן האָט זיך געפֿונען אויך די באַקאַנטע סטראַשון-ביבליאָטעק. אין דעם הויף האָט זיך פֿונאַנדערגעשפּילט די דראַמע, וועלכע קאַרפּינאָוויטש האָט אַ נאָמען געגעבן „דער לעצטער נבֿיא פֿון ווילנע‟. אַ סך יאָרן פֿאַר דער מלחמה האָט דער רבֿ איסערסאָן, בייַ וועלכן, לויט קאַרפּינאָוויטשן „האָט זיך דאָס מעבל אין קאָפּ אַריבערגערוקט‟, פֿלעג שטיין אויף די טרעפּ פֿון דער גרויסער שול און שרייַען און גוואַלדעווען: „ייִדן, אַנטלויפֿט וואָס גיכער, עס גייט אויף אייַך אַ חורבן!‟. אַלע האָבן געדרייט מיטן פֿינגער בייַם שלייף און געטענהט מיט רחמנות: אַַ משוגענער… אָבער ווער האָט אים יאָ געגלייבט? — די ווילנער משוגעים. זיי פֿלעגן זיך אויפֿהאַלטן טאַקע אינעם שולהויף, און זיי האָבן איסערסאָנען אויסגעקליבן פֿאַר זייער פּרעזידענט… איצט גיי פֿאַרשטיי, ווער איז משוגע, און ווער איז קלאָר…

אַמאָל האָב איך געפֿרעגט קאַרפּינאָוויטשן, פֿאַר וואָס וויל ער ניט זייַנע העלדן אריבערברענגען קיין ישׂראל, זיי זאָלן ממשיך זייַן לעבן דאָ, אין דער ייִדישער מדינה. אויף דעם האָט ער געענטפֿערט: „אין ווילנע אויף דער דייַטשער־גאַס, בייַם אַרייַנגאַנג אינעם שולהויף פֿלעג אין משך פֿון לאַנגע יאָרן זיצן אַ קבצנטע. לויט איר, האָט מען געקאָנט קאָנטראָלירן דעם זייגער. פּונקט אַכט אין דער פֿרי פֿלעג זי אָנהייבן שרייַען: „ייִדן, גיט אַ נדבֿה, גאָט זאָל אייַך שענקען אַ לייַכטע קרענק און אַ גוטן דאָקטער‟. זי איז געווען אַ טייל פֿון יענער פּאַנאָראַם. יעדער איינער פֿלעג איר געבן עפּעס-וואָס, אויב ניט אַ גראָשן, איז אַ בולקע, אַ פּאָר קאַרטאָפֿליעס. שטעל דיר פֿאָר, אַז איך זעץ זי אַוועק לעבן דער עירייה אין תּל-אָבֿיבֿ. ווער וועט זיך אַרומקוקן אויף איר? וועמען וועט זי דאָ אַרן? יענע ווילנער טיפּּן קלעפּן זיך ניט דאָ…‟ אַזוי האָט קאַרפּינאָוויטש געפֿילט, און אין זייַן בוך „געווען, געווען אַמאָל ווילנע‟ האָט ער געשריבן: „כ’האָב אַמאָל געוואָלט דורך מייַן שרייַבן אַוועקשטעלן אויף די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן די ווילנער געשטאַלטן און ניט מצליח געווען. אָט די אַלע, וועלכע ווערן דורך אונדז, ווילנער, דערמאָנט מיט אַ שמייכל, געהערן דאָרט צו די שניפּעשיק, סאָפֿיאַניקעס, גיטקע-טויבעס זאַוווּלעק, דייַטשע־גאַס מיט דעם שולהויף בראָש. האָב איך טאַקע ניט מצליח געווען איבערפֿלאַנצן אויפֿן הייסן ישׂראלדיקן באָדן אַ ברעקל ווילנע‟.
פֿון דעסטוועגן דאָ, אין ישׂראל, האָב איך ניט איין מאָל געטראָפֿן אָפּקלאַנגען פֿון יענער, ווילנע, וועלכע קאַרפּינאָָוויטש האָט באַזונגען אין זייַנע דערציילונגען. איין מאָל, ווען אַבֿרהם איז געזעסן אינעם ביוראָ פֿונעם „וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור‟, מסתּמא איז עס געווען אינעם יאָר 1995 אָדער 1996, האָט טעלעפֿאָנירט זייַן פֿרוי שׂרה און אים מיטגעטיילט, אַז עפּעס אַ רוסיש-רעדנדיקער מענטש, אַ עולה־חדש, האָט איבערגעלאָזט אַ טעלעפֿאָן-נומער און געבעטן, קאַרפּינאָוויטש זאָל אים אָנרופֿן. פֿאַר מייַנע אויגן האָט אַבֿרהם גלייַך טעלעפֿאָנירט אויף דעם דאָזיקן נומער און, רעדנדיק אויף רוסיש, באַשטימט אַ באַגעגעניש מיט דעם מאַן. אין צוויי טעג אַרום איז ער ווידער געקומען אינעם ביוראָ פֿון „וועלטראַט‟ און פֿאָרגעלייענט זייַן נייַע דערציילונג מיטן טיטל „אַלץ פֿאַר ווילנע‟, וווּ ער האָט באַשריבן זייַן באַגעגעניש אין אַ קאַפֿע מיט דעם זעלבן עולה־חדש. יענער, אַ מענטש אין די מיטעלע יאָרן, האָט זיך פֿאָרגעשטעלט און געזאָגט, אַז ער הייסט איליאַ, און אַז ער איז געקומען אין לאַנד מיט אַ קורצער צייַט צוריק פֿון נאָוואָסיבירסק מיט אַ פֿרוי און אַ טאָכטער.
וואָס זשע האָט ער אייגנטלעך געוואָלט פֿון קאַרפּינאָוויטשן? עס האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז זייַנער אַ שכן אין ראשון-לציון האָט אים דערציילט, אַז ס’איז פֿאַראַן אַ ייִדישער שרייַבער, וואָס באַשרייַבט די אַלטע, פֿאַרמלחמהדיקע ווילנע. איליאַ האָט געזאָגט, אַז זייַן מאַמע איז געווען אַ ווילנערין. בייַם סאַמע אָנהייב פֿון דער מלחמה איז זי מצליח געווען צו אַנטלויפֿן פֿון ווילנע קיין סיביר. דאָרטן האָט זי אָפּגעלעבט די רעשט פֿון איר לעבן און ניט אויפֿגעהערט בענקען און זיך דערמאָנען אין ווילנע. פֿאַר איר טויט האָט זי צוגערופֿן דעם זון און אים געזאָגט: „אויב ס’וועט דיר זייַן אין לעבן ווען-ניט-איז זייער שווער, געפֿין אַן אַלטן ווילנער. ער וועט דיר אומבאַדינגט העלפֿן‟.
קאַרפּינאָוויטש איז געוואָרן זייער נייַגעריק צו וויסן, ווער זשע איז די מאַמע פֿון איליאַ, און יענער האָט דערציילט, אַז זייַן מאַמע הייסט לאה ברענער… אַבֿרהם איז געוואָרן אַזוי נשתּומם, אַז ער איז ממש אויפֿגעשרפּונגען פֿונעם שטול און אויסגערופֿן:
— לאהקע די שוואַרצע? און די מאַמע פֿלעג אייַך רופֿן אַלינקע? ריכטיק?
— יאָ, ריכטיק, — האָט זיך פֿאַרוווּנדערט איליא. — פֿון וואַנען ווייסט איר?
ווען אַבֿרהם האָט פֿאָרגעלייענט אָט די נייַע דערציילונג, האָב איך גלייַך פֿאַרשטאַנען, ווער איז אָט-אָ דער איליאַ. לאהקע די שוואַרצע איז געווען אַ גאַסן-פֿרוי אין ווילנע, און זי פֿיגוגרירט אין אַ סך דערציילונגען פֿון קאַרפּינאָוויטשן. זי האָט פֿאַרשוואַנגערט פֿון אַ צופֿעליקן גאַסט, געבוירן אַ ייִנגל און האָט אים אַ נאָמען געגעבן אלי. זי האָט אויף אַ שפּאַס געטענהט: „ער הייסט אלי בן אלי, ווייַל זייַן טאַטע איז אליהו־הנבֿיא‟. נאָך דעם, ווי די סאָוועטן האָבן אייַנגענומען ווילנע, האָט זיך אין לאהקען פֿאַרליבט אַ סאָוועטישער אָפֿיציר. ער האָט זי מיטן קינד אַריבעגעפֿירט אין אַ מיליטער-שטעטל, און גלייַך בייַם אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט ער לאהקען מיטן ייִנגל עוואַקויִרט קיין סיביר. און אָט, אין מער ווי פֿופֿציק יאָר אַרום, האָט דער זעלבער אלינקע, אלי בן אלי, זיך געיאַוועט אויף די תּל-אָבֿיבֿיער גאַסן אין אַ געשטאַלט פֿון אַ נייַעם־עולה מיטן נאָמען איליאַ… קאַרפּינאָוויטש האָט זיך מיט אים זייער באַפֿרייַנדעט, אים אַרויסגעהאָלפֿן אין קויפֿן אַ דירה און אייַנגעאָרדנט פֿאַר אים אַן אַרבעט. אין איינעם פֿון אונדזערע שמועסן האָט ער געזאָגט: „ווען איך רעד מיט אלינקען, דאַכט זיך מיר, אַז אַ שטיק פֿון אַלטער ווילנע איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים…‟
אַן אַנדערס מאָל האָב איך געגעבן אַ לעקציע אין אַ השתּלמות-קורס פֿאַר לערער אויף דער טעמע „ווילנער מאָטיוון אין דער ייִדישער ליטעראַרישער שאַפֿונג‟. צווישן אַנדערש האָב איך ציטירט פֿון קאַרפּינאָוויטשעס וווּנדערבאַרער דערציילונג „די גזירה‟. די באַשריבענע אין דער דערציילונג געשעענישן זייַנען אויך פֿאָרגעקומען אינעם ווילנער שולהויף, אין איינער פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע שולן, מאַליאַרסקע קלויז. דאָרטן נאָך אַ טאָג אַרבעט פֿלעגן זיך צונויפֿקומען די מאַליאַרן און שילדן-מאָלערס אָפּכאַפּן מינחה-מעריבֿ. איין מאָל נאָכן דאַוונען האָט איינער פֿון זיי אָנגעהויבן אַ לאַנגע דרשה וועגן קלאַסן-סאָלידאַריטעט פֿון די אַרבעטער פֿון אַלע לענדער. אַן אַנדערער, אַ שילדן-מאָלער מיטן נאָמען קאַרפּל, האָט ניט געהאַט קיין געדולד און אָפּגעזידלט דעם בעל-דרשן מיט אַ מיאוס וואָרט. איז געוואָרן אַ גאַנצע מהומה מיט אַ געשריי: וווּ איז עס געהערט געוואָרן, אַ ייִד זאָל זאַָגן אַ מיאוס וואָרט אין מקום־קדוש! אויף דעם געשריי איז אַראָּפּגעגאַנגען פֿונעם צווייטן שטאָק שמערל שאַראַפֿאַן פֿונעם כּולל „תּפֿארת־בחורים‟. שמערל איז געווען אַן אַבסאָלוטער אויטאָריטעט פֿאַר די ווילנער בעל-מלאָכות. ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דער סיבה פֿונעם סקאַנדאַל, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ גזר, מע זאָל קאַרפּלען באַשטראָפֿן, און די שטראָף וועט זייַן — ער זאָל אויסמאָלן אויף אַ ליידיקער וואַנט אין דער מאַליאַּרסקע קלויז דעם כּותל־המערבֿי. קאַרפּל האָט זיך צו דעם ענין גענומען אַזוי ערנסט, אַז ער פֿלעג יעדן טאָג נאָך דער אַרבעט קומען אינעם קלויז אין משך פֿון עטלעכע חדשים און אָפּזיצן דאָרט אַ סך שעהן. ער האָט אַרייַנגעלייגט אין אָט דעם געמעל זייַן גאַנצע נשמה. קאַרפּינאָוויטש האָט געענדיקט די דערציילונג דערמיט, אַז ווען נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין ווילנע, האָט ער דערזען צווישן די חורבֿות פֿונעם שולהויף אויך די רעשטלעך פֿון דער וואַנט מיט די אָנגעמאָלטע שטיינער פֿון כּותל־המערבֿי…
פֿאַר דער נעקסטער לעקציע איז צו מיר צוגעקומען איינע פֿון די אָנטיילנעמערינס אינעם קורס און געוויזן אַן אַלטער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון עטלעכע מענער און מיר דערקלערט: „איר האָט דערמאָנט אין אייַער לעקציע שמערל שאַראַפֿאַן. דאָס איז געווען דער בעסטער חבֿר פֿון מייַן פֿאָטער. מייַן פֿאָטער איז עולה געווען פֿון ווילנע קיין ישׂראל אינעם יאָר 1934. ער איז אויך געווען אַ מיטגליד אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון ׳תּפֿארת־בחורים׳, און דאָס איז די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַלע חבֿרים פֿון דער פֿאַרוואַלטוג, וואָס שמערל האָט אים צוגעשיקט שוין אַהער, קיין פּאַלעסטינע. אַזוי האָט קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג ווידער באַקומען אַ ממשות אין אַן אַלטער שוואַרץ-ווייַסער פֿאָטאָגראַפֿיע.
און דער דריטער פֿאַל איז געשען מיט אַ יאָר צען צוריק. אין מייַן קורס, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין „תּיאטרון ירושלים‟, האָט אין משך פֿון עטלעכע יאָר זיך באַטייליקט זייער אַן אייַנגענעמער מענטש. זייַן נאָמען איז בנימין. פֿון אים האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ער איז עולה געווען קיין ישׂראל אינעם יאָר 2001 פֿון דרום-אַפֿריקע, פֿון יאָהאַנעסבורג. פֿון פֿאַך איז ער געווען אַ דאָקטער-נייראָלאָג. ער איז געבוירן אין דרום-אַפֿריקע, אָבער זייַן מוטער האָט געשטאַמט פֿון ווילנע. איין מאָל האָט ער זיך געווענדט צו מיר מיט אַ ביטע: „עס איז בייַ מיר געבליבן אַ בינטל בריוו און פּאָסט-קאַרטלעך, וועלכע מייַן פֿעטער האָט געשיקט פֿון ווילנע צו מייַן מוטער, הייסט עס, זייַן שוועסטער. כאָטש איך רעד אַ ניט קיין שלעכטן ייִדיש, אָבער ס’איז מיר שווער צו לייענען זייַן האַנטשריפֿט. כ’וועל אייַך זייַן זייער דאַנקבאַר, אויב איר וועט מיר איבערזעצן די בריוו. ס’איז טאַקע אַ שטיק אַרבעט, אָבער איך אייַל זיך ניט. עס מאַכט ניט אויס, אויב ס’וועט נעמען מער צייַט. דער פֿעטער איז לייַדער אומגעקומען אין פּאָנאַר, און די דאָזיקע בריוו איז אַלץ, וואָס ס׳איז פֿון אים געבליבן‟. און בנימין האָט מיר איבערגעגעבן אַ טעקע מיט צוועלף בריוו אויף פֿאַרגעלטע בויגנס פּאַפּיר און זעקס פּאָסט-קאַרטלעך.

איך האָב אָנגעהויבן לייענער די בריוו, געשריבן מיט אַן אויסגעצאַצקעטער, זייער אַ באַזונדערער קאַליגראַפֿישער האַנטשריפֿט און בין אַרייַן מיטן קאָפּ אין זייער תּוכן, וואָס האָט מיך ממש פֿאַראינטריגירט. פֿאַַרשטייט זיך, פֿאַר מייַנע אויגן האָט זיך אַנטדעקט נאָר אַן איינזייַטיקע קאָרעספּאָנדענץ, און כ’האָב, לייַדער, ניט געקאָנט וויסן, וואָס ס׳האָט געשריבן בנימינס מוטער צו איר ברודער קיין ווילנע. אָבער די בריוו האָבן געשילדערט אַ רעטענישפֿול בילד, פֿול מיט סודות, וועלכע עס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו אַנטפּלעקן. אָט זייַנען אַ פּאָר אויסצוגן פֿון די בריוו:
ּ
„מייַן ליבע און טייַערע שוועסטער שיינדל. כ’האָב געקראָגן דייַן לאַנגן בריוו מיט אַ לאַנגן מוסר זאָגן. אַלץ, וואָס דו שרייַבסט וועגן מיר, איז ריכטיק. איך בין גרייט פֿון פֿאָרויס אין אַלץ מודה זייַן, אַז כ’בין אַ ניט קיין אויסגעבאַקענער, אַז כ’בין אַן איבערגעדרייט שלעסל, אַז אין מייַן מוח דרייען זיך אַרום פֿרייַ די וואַנצן אא”וו. כ’בין מיט אַלץ מסכּים פֿון פֿאָרויס. איך בין אויך מסכּים מיט דעם, אַז דאָס געלט, וואָס דו שיקסט מיר, וואָלט איך געדאַרפֿט שוין פֿון לאַנג אַרייַנלייגן אין אַ געשעפֿט, און אַז כ’וואָלט געקאָנט חתונה האָבן און אויפֿשטעלן אָ משפּחה, און אַז איך פֿאַרשווענד דאָס געלט אויף מייַנע אידיאָטישע חלומות. כ’בין מסכּים, און איך נעם אָן דייַן קריטיק באַהבֿה, מיט גרויס ליבשאַפֿט…‟
„מייַן ליבע שיינדל, שוואַרצאַפּל פֿון מייַן אויג, ביסט גערעכט, אַז איך לעב אויף דער וועלט אַ דאַנק דיר, און נאָר אַ דאַנק דייַן הילף קאָן איך זיך פֿאַרגינען זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרשיידענע נאַרישקייטן און מאַכן פֿון זיך אַ לייַטישן געלעכטער‟.
„מייַן סאַמע ליבסטער מענטש אויף דער וועלט, נשמה מייַנע שיינדל, דאָס, וואָס דו רופֿסט מיך אַריבערפֿאָרן קיין אַפֿריקע און וועסט מיך אַרייַננעמען אַרבעטן אין דייַן פֿאַבריק, וואָלט אפֿשר פֿאַר עמעצן אַנדערש טאַקע געווען אַ בכּבֿודיקע זאַך. אָבער גאָט איז מיט דיר, שיינדל, וואָס פֿאַר אַ זין האָט צו בייַטן איין גלות אויפֿן אַנדערן? קאָנסט ווידער זאָגן, אַז כ’בין פֿריש, געזונט און משוגע, אָבער איך פֿאַרליר ניט אויף קיין איין טאָג די האָפֿענונג, אַז ס’וועט אויפֿשטיין גאָר אינגיכן אַ ייִדישע מלוכה, און דעמאָלט וועט זיך אָנהייבן די גרויסע גאולה. מיר וועלן אַלע קומען אַהיים, קיין ציון, קיין ארץ־ישׂראל‟.
„ליבע שיינדל, מייַן האַרץ, דו מוזסט מיך פֿאַרשטיין, אַפֿילו אויב עס דאַכט זיך דיר, אַז איך בין פֿולקאָם אַראָפּ פֿון זינען. פּרוּוו אַרייַנקריכן אין מייַן קאָפּ. איך וויל צוגעוווינען די ווילנער ייִדן צו אַ געדאַנק, אַז זיי וועלן אינגיכן האָבן זייער אייגן לאַנד און זיך באַנוצן מיט זייער אייגן ייִדיש געלט. פֿאַרשטייסט די זאַך? אַ דאַנק דייַן הילף, באַנוצן זיך שוין דרײַ חדשים די ווילנער ייִדן מיט ייִדיש געלט. נאָר אַ דאַנק דייַן ברייטהאַרציקייט איז עס מעגלעך, מייַן טייַערע שוועסטער. „דערמאָן זיך, שיינדל, פֿון וואָס פֿאַר אַ היים שטאַמען מיר, פֿון אַ משפּחה פֿון בעלי-טובֿות און מיצווה-טוערס. געדענקסט דאָך די באָבע חנצע, אַ ליכטיקן גן-עדן זאָל זי האָבן, וואָס פֿלעג יעדן אין דער פֿרי געבן די אָרעמע קינדער אַ גלאָז מילך, און דער טאַטע אונדזערער ע”ה, וואָס האָט זייַן גאַנץ לעבן געטאָן מתן־בסתּר, און די מאַמע אונדזערע די צדקת ע”ה, וואָס ביז איר לעצטן טאָג האָט געטאָן די מיצווה פֿון ביקור־חולים. און דו, טייַערע שיינדל, דו ביסט אַרויף אויף אַ גאָר הויכער מדרגה. אַ דאַנק דיר גרייטן זיך ייִדן צו גאולה, צום געדאַנק, אַז אָט-אָט וועט אויפֿשטיין אַ ייִדישע מלוכה מיט ייִדישע קראָמען, ייִדישע מאַרקן, מיט ייִדיש געלט. דייַן צעדרייטער, אָבער זייער דיך ליבנדיקער ברודער בערל‟.
די דאָזיקע בריוו האָבן מיך אַרייַנגעבראַכט אין אַ מין צושטאַנד פֿון אַ פֿולשטענדיקן שאָק. כ’האָב געכאַפּט די פּאָסט-קאַרטלעך און איבערגעלייענט דעם צוריקקער-אַדרעס:
“ul. Niemiecka 12, Wilno”, דערנאָך גענומען קאַרפּינאָוויטשעס בוך „ווילנע, מייַן ווילנע‟, איבערגעבלעטערט, געפֿונען די דערציילונג „ייִדיש געלט‟ און אָנגעהויבן לייענען: „אויף דייַטשע־גאַס נומער צוועלף, וווּ דער טויער האָט ברייט אַרייַנגעפֿירט אינעם שולהויף, האָט געוווינט אַ ייִד, וואָס קיינער האָט ניט געוווּסט פֿון וואָס ער לעבט, פֿון וואָס ער ציט זייַן פּרנסה‟. מיט כּמעט זיך טרייסלענדיקע הענט האָב איך איבערגעבלעטערט נאָך אַ זייַטל און געלייענט ווייַטער: „דער ייִד האָט דערציילט, אַז ער לעבט אַליין. אַ שוועסטער שיקט אים פֿון יאָהאַנעסבורג צום לעבן. טראַכט ער, אַז אַ מאָל וועט אַוודאי אויפֿקומען אַ ייִדישע מדינה, אַלע צרות ווייַזן דעראויף. האָט ער באַשלאָסן צוצוגרייטן געלט פֿאַר אָט דער מדינה. אַ מדינה אָן געלט איז גאָרנישט‟.
מיט אַ קנויל אין האַלדז האָב איך גלייַך טעלעפֿאָנירט צו בנימינען און מיט אַ ציטערדיק קול אים געזאָגט:
— בנימין, איך קען זייער גוט אייַער פֿעטער בערל, אייַער מוטערס ברודער.
— וויִאַזוי קאָנט איר אים קענען? — האָט זיך בנימין געוווּנדערט, מיינענדיק מסתּמא, אַז כ’בין אַראָפּ פֿון זינען. — ער איז דאָך אומגעקומען אין פּאָנאַר אין 1942. איר האָט אַ טעות אפֿשר…
— זיכער, איך ווייס, אַז ער איז אומגעקומען. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך קען אים ניט פּערזענלעך, אָבער איך קען אים דורך קאַרפּינאָוויטשעס אַ דערציילונג. אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, דער ווילנער שרייַבער, האָט אים געווידמעט אַ דערציילונג „ייִדיש געלט‟.
— איך פֿאַרשטיי עפּעס ניט, וואָס דאָ טוט זיך, — איצט האָט שוין בנימין גערעדט מיט אַ ציטערדיק קול.
— איך פֿאָטאָגראַפֿיר באַלד די דערציילונג און שיק זי אייַך אַריבער דורך דער בליצפּאָסט. אַז איר וועט לייענען, וועט איר אַלץ אַליין פֿאַרשטיין און זען, אַז כ’בין גערעכט…
אין אַ פּאָר וואָכן אַרום זייַנען מיר נאָך דער לעקציע אַרייַן מיט בנימינען אינעם קאַפֿע בײַם „תּיאטרון ירושלים‟, און איך האָב אים נאָך אַ מאָל איבערדערציילט קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג וועגן זייַן פֿעטער בערל. כאָטש אין דער דערציילונג האָט דער מחבר ניט אָנגערופֿן דעם נאָמען, אָבער ער האָט אָנגעגעבן דעם גענויעם אַדרעס: דייַטשע־גאַס, 12.
דאָרט איז געווען אַ הויז, וואָס האָט געהערט צו אַ ייִדן מיטן פֿאַמיליע-נאָמען צאָך. צאָך פֿלעג פֿאַרדינגען די דירות אינעם הויז. דער הויף-סטרוזש האָט געהייסן ווינצענטי. ער האָט ּגעוווּסט אַלץ וועגן אַלע קוואַרטיראַנטן פֿונעם הויז, אָבער איין ייִד, וואָס האָט געוווינט איינזאַם אין אַ בוידעם-שטיבל, איז געבליבן אַ סוד אַפֿילו פֿאַר ווינצענטי. קיינער האָט ניט געוווּסט וואָס זייַן טועכץ איז, פֿון וואָס לעבט דער ייִד. אָבער דירה-געלט האָט געצאָלט תּמיד צו דער צייַט, קיינמאָל ניט פֿאַרשפּעטיקט, געווען אַ שטילער מענטש, אַרייַנגעטאָן אין זיך. איין מאָל איז דער ייִד געקומען אין דער סטראַשון-ביבליאָטעק און געפֿרעגט בייַם ביבליאָטעקאַר חייַקל לונסקי, וווּ קאָן ער געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש געלט? ס’איז דאָך געווען אַ ייִדישע מלוכה, וואָס פֿאַר אַ געלט האָט מען דאָרט געניצט? לונסקי האָט געבראַכט פֿאַרשיידענע ענציקלאָפּעדיעס, און דער ייִד האָט אַנטפּלעקט, אַז די ייִדישע מטבע האָט געהייסן „שקל‟, דערבייַ האָבן זיך בייַ אים אָנגעצונדן די אויגן. דער ייִד האָט זיך אַוועקגעזעצט אין זייַן בוידעם-שטיבל, אָנגעשניטן פּאַפּירלעך און זיך גענומען מאָלן די „ייִדישע וואַלוטע‟. אויף די צעמאָלטע פּאַפּירלעך האָט ער אָנגעשריבן מיט זייַן שיינער האַנטשריפֿט „איין שקל‟.
מיט אַ גאַנצן פּאַק אַזעלכע פּאַפּירלעך האָט ער זיך געלאָזט אינעם מאַרק און אָנגעהויבן בעטן בייַ די פֿאַרקויפֿערינס, זיי זאָלן בייַם אים נעמען די „שקלים‟ פֿאַר זייער סחורה, און צום סוף פֿון יעדן חודש וועט ער קומען און אויסבייַטן די „שקלים‟ אויף זלאָטי: איין שקל — איין זלאָטי. די פֿאַרקויפֿערינס האָבן געקוקט אויף אים ווי אויף אַ משוגענעם און האָבן דערבייַ געמורמלט: „ווילנע איז געוואָרן אַ שטאָט פֿון גאָלע משוגעים‟. אָבער איינע האָט באַשלאָסן: „מילא, וואָס ווער איך אָן? אַ פּאָר גראָשן? זאָל זייַן‟. זי האָט פֿאַרקויפֿט דעם ייִדן אַ שקאַרמוץ באָבעס פֿאַר זייַנע „שקלים‟. ווען סוף חודש איז דער ייִד געקומען צו דער באָבעסניצע און אויסגעביטן דעם שקל אויף זלאָטי, און די איבעריקע פֿאַרקויפֿערינס האָבן עס דערזען, איז דער ווילנער מאַרק אַריבער זיך באַניצן מיט „שקלים‟. דער ייִד האָט געהאַלטן וואָרט, און צום סוף פֿון יעדן חודש פֿלעג ער קומען גענוי אַזוי ווי אַ זייגער און אויסקויפֿן די „שקלים‟ פֿאַר זלאָטי. עטלעכע גוטע חדשים האָט אַ גאַנץ שטיק ווילנע זיך באַניצט מיט ייִדיש געלט, ביז איינעם אַ טאָג, ווען דער ייִד איז געקומען אין אַ געשעפֿט אויסקויפֿן די „שקלים‟, האָט מען אים אָנגעשאָטן אַ גאַנצן באַרג פּאַפּירלעך, אָבער ניט זייַנע — געפֿעלשטע. דער ייִד איז געבליבן אין הוילן העמד, געמוזט פֿאַרקויפֿן אַלץ, כּדי אויסצוקויפֿן אויך די פֿאַלשע „וואַלוטע‟. און דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל, ווען ער האָט ניט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן דירה-געלט. דעמאָלט האָט דער בעל-הבית צאָך אים געזאָגט: „באַצאָלט מיר מיט אייַערע שקלים. איך וועל זיי אָננעמען פֿאַר דירה-געלט, ביז… די שוועסטער וועט אייַך שיקן‟.
קאַרפּינאָוויטש האָט פֿאַרענדיקט די דערציילונג אַזוי: „זייַן (צאָכס) הויז האָבן די דייַטשן אָפּגעמעקט פֿון דער ערד צוזאַמען מיטן שולהויף. ער אַליין און דער ייִד פֿון ייִדיש געלט, זענען אַוועק צום אומקום אויף פּאָנאַר מיט אַלע ייִדישע שכנים. בלויז דער שקל האָט איבערגעלעבט, געקומען צו אַ ברעג, ווייַט פֿון ווילנע, אין דער ייִדישער מדינה, וועגן וועלכער דער ייִד פֿון ייִדיש געלט האָט אַזוי געחלומט‟.
בנימינס אויגן, און אויך מייַנע, האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט טרערן. מיר האָבן ביידע אַ מינוט געשוויגן, און איך האָב געזאָגט: „איר זעט, וויִאַזוי אַ דאַנק קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג, האָט ווילנע, ירושלים דליטא, געפֿונען אַ שטיקל תּיקון אין ירושלים‟, און עס זייַנען אַרויפֿגעשוווּמען אין זכּרון די שורות פֿון חיים גראַדעס פּאָעמע „ירושלים‟:
„דייַן טאָכטער ווילנע לעבט מיט מער, ירושלים,
אין טויבנשלאַק בייַ גאָט איז זי אין צרור החיים.
דייַן טאָכטער פֿון דער ליטע איז אַרויף אין פֿייַער,
ווי אירע עלטסטע שוועסטער וואָרמס, מייַנץ און שפּייַער,
ווי אירע צווילינג-שוועסטער — אַלט-לובלין און קראָּקע…
און בלויז אויף דייַנע טויערן איז גאָט דער וועכטער,
די מאַמע, וואָס לעבט איבער אַלע אירע טעכטער.‟
זינט דאַן בין איך נאָך צענדיקער מאָל געפֿאָרן קיין ווילנע, און אַלע מאָל האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף נאָך און נאָך שפּורן פֿון יענער אַלטער ייִדישער „ווילנע של מטה, וואָס איז אויף אייביק אַרויף למעלה‟.
.