אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

3

מיט אַן ערך אַ חודש נאָך מישעס אומקערן זיך פֿון אונגערן האָט קאַטיע פֿאַרענדיקט דעם אינסטיטוט, מישע און זי האָבן חתונה געהאַט, און זי איז אַריבערגעפֿאָרן צו אים קײן מאָסקװע. מישע האָט באַקענט קאַטיען מיט יודיט, די צװײ יונגע פֿרױען האָבן תּיכּף געפֿונען אַ געמײנזאַמע שפּראַך, זײ האָבן אָנגעהױבן זיך צוזאַמענטרעפֿן זאַלבע דריט, און בעת מישע איז געװען אױף גאַסטראָלן — זאַלבע צװײט.

מישע און קאַטיע פֿלעגן דערצײלן מישעס עלטערן װעגן זײערע באַגעגענישן מיט יודיט. די מאַמע, זײַענדיק בטבֿע אַ מכניס–אורח, האָט געמײנט, אַז סע װאָלט געװען פּאַסיק צו פֿאַרבעטן יודיט צו גאַסט, נײַערט סײַ זי, סײַ דער טאַטע האָבן מורא געהאַט עס צו טאָן, װײַל דער טאַטע האָט געהאַט אַ געהײמע אַרבעט, און מע האָט אים פֿאַרװערט זיך צוזאַמענצוטרעפֿן מיט אױסלענדער, אַפֿילו פֿון די „ברידערלעכע‟ לענדער. נאָך דעם, װי מישע און קאַטיע האָבן זיך געהאַט אַריבערגעצױגן אין אַ באַזונדערער דירה, האָבן זײ באַלד פֿאַרבעטן יודיט צו זיך, און פֿון יענער צײַט אָן איז זי געװאָרן אַן אָפֿטער גאַסט אין זײער שטוב.

איין מאָל האָט יודיט זײ פֿאַרבעטן צו גאַסט. זי האָט געוווינט אין אינעם פֿון די הײַזער פֿונעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס. בײַם אַרײַנגאַנג איז געשטאַנען אַ מיליציאָנער און האָט געפֿאָדערט בײַ מישען און קאַטיען, זײ זאָלן אים ווײַזן זײערע דאָקומענטן.
 
— דאָס איז דאָך אײַער באַרימטער פּיאַניסט! — האָט יודיט אױסגערופֿן מיט געמאַכטער דערשטױנונג, גלײַך װי עס איז געגאַנגען די רײד װעגן גילסקערן אָדער ריכטערן, — װאָס, איר דערקענט אים נישט?!

װען מיט אַ װאָך שפּעטער, זײַענדיק בײַ מישען און קאַטיען, האָט יודיט זײ װידער פֿאַרבעטן צו זיך, האָט קאַטיע פֿילבאַדײַטנדיק אָנגעוויזן אױף אַ װאַנט און געזאָגט: 

— אפֿשר, בעסער װידער בײַ אונדז? דאָ איז פֿאָרט אַ געװײנטלעך הױז…
— גוט, — האָט יודיט מסכּים געװען, — דאַן לאָמיר אײַנקויפֿן אין אונדזער מאַגאַזין.

דער מאַגאַזין האָט געהערט דער אונגערישער אַמבאַסאַדע און זיך געפֿונען אַ סך נעענטער פֿון מישעס און קאַטיעס שטוב, אײדער פֿון יודיטס: אױף דער גרױסער דראַגאָמילאָווסקאַיאַ גאַס, לעבן דעם בנין פֿון „די טאַסס–פֿאָטאָכראָניק‟. געװען איז ער אַ קלײנער, קײן שױפֿענצטער האָט ער נישט געהאַט, און דער אַרײַנגאַנג אין אים האָט זיך געפֿונען אין אַ זײַט פֿון אַ הױז, אַזױ אַז בלױז יענע, װאָס האָבן געװוּסט װעגן זײַן עקזיסטענץ, האָבן געקאָנט אַהין אַרײַנגײן. פֿון דעסטװעגן, אין אונטערשײד פֿון די סאָװעטישע קראָמען, זײַנען די פּאָליצעס דאָרטן געװען פֿולע, און די מיטאַרבעטערס — זאַכלעכע און צוגעלאָזענע. מישע און קאַטיע האָבן אָנגעקױפֿט פֿאַרשײדענע דופֿטיקע אונגערישע װוּרשטן, פֿרוכט–ברענדיס און זיסקײטן, אַ מיטל צו װאַשן דאָס געפֿעס, װאַשפּולװערס און טואַלעט–פּאַפּיר, וואָס אין די סאָװעטישע קראָמען איז אויף דעם געווען אַן אויסכאַפּעניש. פֿאַרקױפֿט האָט מען אין אָט דעם מאַגאַזין אױך אונגערישע קינדער–שפּײַז אין שײנע פֿאַרביקע אײַנפּאַקונגען, נײַערט, װי מיר װײסן שױן, האָבן מישע און קאַטיע זי נישט געדאַרפֿט. 

נאָך דעם האָבן זײ פֿון מאָל צו מאָל אָנגעהױבן אַהין גײן סײַ מיט יודיט, סײַ אָן איר; װען יודיט פֿלעגט נישט גײן מיט זײ, האָט זי דורכן טעלעפֿאָן געװאָרנט די מיטאַרבעטערס פֿונעם מאַגאַזין מכּוח זײער קומען. מישען און קאַטיען איז אַפֿילו געװאָרן פֿרײלעך צו קאָנטאַקטירן מיט די מיטאַרבעטערס, מחמת אַלע האָבן זײ געשפּילט אין אײן שטומער שפּיל: כאָטש אױף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד זײַנען די מיטאַרבעטערס פֿונעם מאַגאַזין געװען אױסלענדער, זײַנען זיי אויף דעם קלײנעם שטח פֿונעם מאַגאַזין געווען באַלעבאַטים, און מישע און קאַטיע פֿאַרקערט — אױסלענדער. די אונגערישע „ייִנגערע ברידער‟ האָבן זײער גוט פֿאַרשטאַנען, װעמען די סאָװעטישע קונים זײַנען געװען צופֿרידן אָפּצונאַרן מיט זײער הילף, דעריבער האָבן זײ אַלע מאָל געשמייכלט איינער דעם אַנדערן, און אונטערן שמייכל האָט זיך באַהאַלטן אַ געוויסער אָנדײַט.

אָנדערטהאַלבן חדשים פֿאַרן פֿאַרענדיקן די קאָנסערװאַטאָריע איז מישע צום דריטן מאָל געפֿאָרן קײן אונגערן מיט קאָנצערטן. אַלץ איז געװען, װי פֿריִער: די האַרציקע באַלעבאַטים, דער אױסגעצײכנטער עולם און אַ גרױסער דערפֿאָלג אומעטום… בשעת די דאָזיקע גאַסטראָלן האָט ערזשיבעט געבעטן מישען געבן אַן אינטערװיו דער דאָרטיקער הױפּט–צײַטונג „נעפּסאַבאַדשאַג‟, און אין אָט דעם אינטערװיו האָט מישע געזאָגט, אַז ער האָט ליב באַקומען אונגערן, װי דאָס צװײטע הײמלאַנד. ער האָט שױן געמײנט, אַז ער װעט קאָנען קומען צו פֿאָרן אַהין יעדן פֿרילינג, אײן מאָל אין יאָר — אױף אָפֿטערע נסיעות אין אײן און דעם זעלבן לאַנד, מעג זײַן אַ סאָציאַליסטיש, האָט ער, פֿאַרשטײט זיך, נישט געקאָנט זיך ריכטן. 

פּלוצעם, באַלד נאָך דעם, װי מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָבן מישע און קאַטיע זיך געהאַט אומגעקערט אַהײם פֿון זײער ערשטן אָפּרו אין „רוזאַ‟, — אַ טעלעפֿאָן–קלונג פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟: אין אָקטאָבער װעט אין בודאַפּעשט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ פֿון קאָנצערט–אָרגאַניזאַציעס פֿון סאָציאַליסטישע לענדער, מוז מישע פֿאָרן אַהין און אָפּשפּילן אױף דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ בעטהאָװענס טריִאָ אין רע–מאַזשאָר מיט עפּעס אַ פֿידלער פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ און אַן אונגערישן װיאָלאָנטשעליסט. צום גליק, האָבן מישע מיט זײַנע חבֿרים געשפּילט דעם דאָזיקן טריִאָ בײַ מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטשן אין קלאַס נאָך אױפֿן ערשטן קורס; דאָס װערק איז מישען געװען זײער צום האַרצן, און ער איז געװען צופֿרידן זיך אומצוקערן צו דעם. 

צו יענער צײַט האָט ער זיך שױן געהאַט אױסגעלערנט צו פֿאַרטײדיקן די אײגענע באַדינגען און האָט געזאָגט דעם טשינאָװניק פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟, אַז ער האָט קײן מאָל נישט געהאַט געשפּילט מיט די דאָזיקע מוזיקאַנטן, דעריבער װעלן זײ דאַרפֿן האָבן גענוג צײַט צו רעפּעטירן. 

— יאָ, מע װעט אײַך געבן דאָרטן עטלעכע טעג אױף רעפּעטיציעס, — האָט יענער גלײַך באַשטעטיקט.

דער פֿידלער האָט געהײסן װלאַסטיסלאַװ הובאַטשעק, ער איז געװען מיט אַ יאָר ייִנגער פֿון מישען; מישע און ער זײַנען געקומען צו פֿליִען פֿון מאָסקװע קײן בודאַפּעשט צוזאַמען, װײַל װלאַסטיסלאַװ האָט זיך אין יענער צײַט געלערנט אין דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע. דער װיאָלאָנטשעליסט האָט געהײסן מיהײַ פּעטערפֿי, און איז געװען מיט דרײַ יאָר עלטער. בײדע האָבן געשפּילט זײער גוט, און מישען איז געװען אָנגענעם צו אַרבעטן מיט זײ. אמת, מיהײַ האָט מישען אױסגעזען צו זײַן אַ ביסל מאָדנע, נײַערט קײן שום פּראָבלעמען אין דער אַרבעט האָט עס נישט גורם געװען, און קאָנטאַקטירט האָבן זײ אױך גאַנץ נאָרמאַל. דערצו נאָך האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז מיהײַ, װי מישע, האָט ליב געהאַט צו שפּילן אין שאָך, אַזױ אַז בשעת די איבעררײַסן צװישן רעפּעטיציעס האָבן זײ אָפּגעשפּילט עטלעכע פּאַרטיעס: מיהײַ האָט געבראַכט דאָס ברעטל מיט די פֿיגורן פֿון דער הײם; געשפּילט האָבן זײ מער–װײניקער אױפֿן זעלבן ניװאָ. להיפּוך צו װלאַסטיסלאַװן, איז מיהײַס רוסיש געװען בערך פֿונעם זעלבן ניװאָ, װי מישעס הונגאַריש, נאָר אַלע דרײַ יונגע מוזיקאַנטן האָבן געקענט ענגליש גאַנץ ניט שלעכט, אַזױ אַז גראָד ענגליש איז געוואָרן בײַ זיי אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך.

מיהײַ האָט דערקלערט מישען און װלאַסטיסלאַװן, אַז פּעטערן פֿונעם „אינטערקאָנצערט‟ איז אױפֿגעקומען די אידעע צו שאַפֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלן טריִאָ פֿון מוזיקאַנטן פֿון סאָציאַליסטישע לענדער, און ער האָט געהאַט אױסגעקליבן דװקא זײ, דעריבער טאַקע האָבן זײ זיך פֿאַרזאַמלט דאָ און װעלן אַרױסטרעטן אױף אָט דער קאָנפֿערענץ. מישען איז די דאָזיקע אידעע געפֿעלן געװאָרן, און װלאַסטיסלאַװן אױך. מיהײַ האָט אױך דערצײלט עפּעס, װאָס איז, אַפּנים, געװען אַ סוד אױף גאַנץ בראָד צװישן די אונגערישע מוזיקאַנטן: ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אין די יונגע יאָרן, פֿאַר און בשעת דער מלחמה, איז פּעטער געװען אַ יעזויִטישער פּריסטער. דערהערט עס, האָט מישע זיך פֿאַרחידושט און תּיכּף אַ טראַכט געטאָן: „יאָ, ס׳איז טאַקע באמת דאָ עפּעס מאָנאַכיש–פּריסטערישס אין אים.‟ זיך דערמאָנט אין פּעטערס ערנסטן אױסזען, אײַנגעהאַלטענע מאַנירן און שטילער, נידעריקער שטים, האָט מישע זיך גרינג פֿאָרגעשטעלט דעם דאָזיקן מענטשן אין אַ פּריסטישער הלבשה און מיט אַ ביבל אין די הענט.

דער אױפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרױסן צימער פֿון אַ פּרעכטיקן האָטעל. אין אײנעם אַן עק פֿונעם צימער איז געװען אױפֿגעשטעלט עפּעס ענלעכס אױף אַ קלײנער בינע, דעם רעשט פֿונעם לאָקאַל האָבן פֿאַרנומען רונדע געדעקטע טישן, בײַ װעלכע עס זײַנען געזעסן די „צוהערערס‟ — אַרום פֿופֿציק מענטשן, אַלע מאַנצבילן, אָנגעטאָן אין שװאַרצע קאָסטיומען. צו יענער צײַט האָט מישע שױן געװוּסט פֿון זײַן אײגענער דערפֿאַרונג, אַז אין יעדער באַדינגונג איז דאָס סאַמע װיכטיקסטע זיך אין גאַנצן קאָנצענטרירן אױף דער מוזיק, און אים האָט זיך עס אײַנגעגעבן. אין קאַמער–מוזיק האָט עס זיך אַרױסגעװיזן גרינגער, אײדער אין אַ סאָלאָ–אױפֿטריט: מיט װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען האָט מישע זיך געפֿילט װי מער באַשיצט. אַלע האָבן זײ געשפּילט גוט. נאָכן אויפֿטריט האָט מען זײ פֿאַרבעטן צום טיש, בײַ װעלכן עס זײַנען געזעסן פּעטער מיט אַן איבערזעצער, װאָס פֿריִער האָט מישע אים קײן מאָל נישט געהאַט געטראָפֿן, און דער דירעקטאָר פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ לעאָניד פֿיאָדאָראָװיטש סאַפּאָגאָװ, װאָס אים האָט מישע אױך געזען דאָס ערשטע און דאָס לעצטע מאָל אין לעבן; ער האָט אױסגעזען װי אַ טיפּישער פּאַרטײ–טוער. 

— כ׳באַגריס אײַך! — האָט פּעטער זיך געוואָנדן צו די יונגע מוזיקאַנטן, — דאָס איז געװען אױסגעצײכנט. אײַער שפּילן איז זײער געפֿעלן געװאָרן אַלעמען, און מע װעט אײַנלאַדן אײַער טריִאָ אַרױסטרעטן אין אַלע סאָציאַליסטישע לענדער. 

דאָ איז מישען אױפֿגעקומען אַ משונהדיק געפֿיל. ער האָט פֿאַרװאָלט זאָגן עפּעס — און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס, װאָס אים האָט זיך געװאָלט זאָגן לגמרי אױפֿריכטיק, איז אין דער זעלבער צײַט געװען נײטיק צו זאָגן אין דער אָנװעזנהײט פֿון אַ סאָװעטישן נאַטשאַלניק, און אַפֿילו נישט בלױז אין זײַן אָנװעזנהײט, נאָר דװקא צו אים.

— איך האָף, — האָט מישע געזאָגט האַלבפֿרעגנדיק, — אַז מיר װעלן קאָנען אויפֿטרעטן אױך בײַ אונדז, אין מאָסקװע, אין לענינגראַד, אין אַנדערע שטעט…

מחמת דעם מאָדנעם געפֿיל האָט מישעס קול געקלונגען עטװאָס אומדרײסט.

— יאָ, געװיס, — האָט חבֿר סאַפּאָגאָװ געענטפֿערט מיט אַזאַ טאָן און אַזאַ אױסדרוק פֿון געזיכט, אַז מישע האָט באַקומען ספֿקות, צי ער האָט געהאַט געטאָן ריכטיק, צי נישט. ער האָט דערפֿילט, אַז אין דער אָנװעזנהײט פֿון אַזאַ פּאַרשױן איז בעסער צו שװײַגן.

— װאָס זשע װעלן מיר שפּילן? — האָט װלאַסטיסלאַװ זיך געװאָנדן צו מיהײַען און מישען. 

אַלע האָבן זיך פֿאַרטראַכט אױף עטלעכע רגעס.

— אפֿשר, — האָט מישע געזאָגט, — װאָלטן מיר געקאָנט אָנהײבן די פּראָגראַם פֿון בעטהאָװענס טריִאָ און נאָך דעם אויספֿילן שעסטאַקאָװסקיס צװײטן טריִאָ?

װלאַסטיסלאַװ און מיהײַ האָבן מסכּים געװען. װי מיר װײסן שױן, האָט מישע ליב געהאַט שעסטאַקאָװסקיס מוזיק דאָס חיות און זיך געסטאַרעט זי שפּילן װי װײַט מעגלעך אָפֿטער. אַצינד, װען ער האָט אַרױסגעזאָגט זײַן אידעע מכּוח דער ערשטער אָפּטײלונג פֿון דער פּראָגראַם, איז אים פּלוצעם אױפֿגעקומען, אַז דאָס האָט געמוזט געפֿעלן װערן דעם חבֿר סאַפּאָגאָװ: זײַענדיק אין אױסלאַנד, האָט מישע, אַ סאָװעטישער אַרטיסט, פֿאָרגעלײגט זײַנע אױסלענדישע קאָלעגעס, זײ זאָלן שפּילן צוזאַמען אַ װערק פֿון אַ סאָװעטישן קאָמפּאָזיטאָר. לעאָניד פֿיאָדאָראָװיטש אָבער איז געזעסן מיט אַ געפּאַנצערט פּנים.

— און אין דער צװײטער אָפּטײלונג, וואָלט אפֿשר כּדאַי געווען צו שפּילן שובערטס צװײטן טריִאָ? — האָט װלאַסטיסלאַװ אַ פֿרעג געטאָן. 

מישע און מיהײַ האָבן מסכּים געװען מיט פֿרײד.

— בעטהאָװען, שעסטאַקאָװסקי, שובערט — אַ װוּנדערלעכע פּראָגראַם, — האָט דער געװעזענער יעזויִטישער פּריסטער פֿאַרסך–הכּלט, — אַלע װעלן זײַן זײער צופֿרידן.

חבֿר סאַפּאָגאָװ האָט גאָרנישט ניט געזאָגט און געהאַלטן אין אײן קוקן אױף אַלע און אױף יעדערן באַזונדער מיט זײַנע קאַלטע אױגן.
 
נאָך דער װעטשערע, זעענדיק מישעס צושטאַנד, האָט װלאַסטיסלאַװ פֿאָרגעלײגט אים און מיהײַען אַרײַנגײן אינעם באַר פֿונעם האָטעל, אין װעלכן ער און מישע האָבן געװױנט, און דערנאָך מאַכן אַ שפּאַציר אַרום דער בײַנאַכטיקער שטאָט. אינעם באַר האָבן װלאַסטיסלאַװ און מיהײַ באַשטעלט דעם הונגאַרישן „Dreher‟–ביר; מישע האָט פֿײַנט געהאַט ביר און גענומען קאַװע. שפּאַצירט האָבן זײ די גאַנצע נאַכט, און מיהײַ איז גאַנץ געפּלעפֿט געװאָרן פֿון דעם, װי גוט מישע האָט געקענט בודאַפּעשט. װען זײ האָבן זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ בענקעלע בײַם ברעג פֿון דונײַ, האָט מישע גענומען זינגען זײַן באַליבטן צװײטן טײל פֿון שובערטס צװײטן טריִאָ, װאָס װלאַסטיסלאַװ האָט געהאַט פֿאָרגעלײגט, זײ זאָלן אים שפּילן; מישעס פּאַרטנערס האָבן אונטערגעכאַפּט מיט באַגײַסטערונג. נאָך דעם איז מישע איבערגעגאַנגען צו דער ערשטער טעמע פֿון דװאָרזשאַקס באַרימטן צװײטן קװינטעט, װאָס ער האָט אים אױך זײער ליב געהאַט, און אויף אַזאַ אופֿן האָבן זײ אויסגעזונגען אַ היפּשן טײל פֿונעם „װלטאַװע–דונײַער‟ רעפּערטואַר.

אױפֿן אַנדערן טאָג האָבן מישע און װלאַסטיסלאַװ זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע מיטן זעלבן עראָפּלאַן — און אין עטלעכע טעג אַרום האָט די גאַנצע מוזיק–װעלט זיך דערװוּסט, אַז װלאַסטיסלאַװס לערער, דער גרױסער דוד אױסטראַך, איז געשטאָרבן פֿון אַן אינפֿאַרקט נאָך זײַנעם אַ קאָנצערט אין אַמסטערדאַם…

מישע איז געװען נישט זיכער, װאָס צו דערװאַרטן, נײַערט מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער, באַלד נאָך זײַן פֿאָרלעצטן װיזיט צו שעסטאַקאָװסקין, האָט מען אים מיטגעטײלט אינעם „גאָסקאָנצערט‟, אַז דעם קומעדיקן פֿעברואַר שטײט אים פֿאָר צו געבן אײן סאָלאָ־קאָנצערט אין בודאַפּעשט און אַ צענדליק קאָנצערטן מיט הובאַטשעקן און פּעטערפֿין איבער גאַנץ מיזרח–אײראָפּע. אין אַפּריל האָבן זײ געגעבן אַכט קאָנצערטן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און נאָך דעם אָפּגעשפּילט אין מאָנגאָליע און צפֿון–קאָרעע. פֿאַר זײער קאָנצערט אין מאָסקװע האָט מישע עטלעכע מאָל געפּרוּװט זיך צו דערקלינגען צו שעסטאַקאָװסקין, אים צו פֿאַרבעטן; ער האָט אָבער נישט געוווּסט, אַז יענער איז געװען אין אַ סאַנאַטאַריום. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז דעמענטי װאַסיליעוויטש געשטאָרבן. מישע האָט זייער באַדויערט, װאָס זײַן באַליבטער קאָמפּאָזיטאָר האָט טאַקע נישט דערהערט, װי זײ שפּילן זײַן טריִאָ. 

אין מײַ האָט מען געשיקט דעם „אינטערנאַציאָנאַלן טריִאָ‟ קיין קובע. דאָרטן האָט מישע דערצײלט זײַנע נײַע פֿרײַנד װעגן יענעם אָװנט בײַ שעסטאַקאָװסקין, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר װאָכן פֿריִער. פֿאַרשטײט זיך, האָט ער זײ נישט געזאָגט, װאָס דעמענטי װאַסיליעװיטשן האָט אים אַנטפּלעקט מכּוח כרעמענקאָװן, נאָר ער האָט זיי דערציילט, װי קראַנק דער גרױסער קאָמפּאָזיטאָר איז געװען, װי שטאַרק ער האָט זיך געמוטשעט, — און דאָרטן, אױפֿן װײַטן הײסן אינדזל, האָט שעסטאַקאָװסקיס טריִאָ געקלונגען בײַ זײ נאָך מער טראַגיש, װי געװײנטלעך. בעתן שפּילן איז פֿאַר מישעס אױגן די גאַנצע צײַט געשטאַנען דעמענטי װאַסיליעװיטשס פּנים אָן די ברילן…

פּעטער איז בפֿירוש געװען זײער צופֿרידן מיט דעם, װי אַזױ זײַן אידעע איז פֿאַרקערפּערט געװאָרן, און נאָכן קאָנצערט פֿונעם טריִאָ אין בודאַפּעשט האָט ער געמאָלדן די יונגע מוזיקאַנטן, זײ זאָלן באַהערשן אַ גרױסן רעפּערטואַר, אַרומפֿאָרן מיט אים איבער דער גאַנצער װעלט און אינעם קומעדיקן קאָנצערט–סעזאָן אומבאַדינגט װידער אויפֿטרעטן אין בודאַפּעשט, װי אױך אין די אַנדערע שטעט פֿון אונגערן. אין די שטעט און לענדער, אין װעלכע זײ האָבן געשפּילט, פֿלעגט מען זײ אױך פֿאַרבעטן קומען װידער. זײ האָבן גלײַך גענומען טראַכטן װעגן דער נײַער פּראָגראַם, איבערגעקליבן פֿאַרשײדענע טריִאָס, בתוכם דװאָרזשאַקס „דומקי‟–טריִאָ, וואָס װלאַסטיסלאַװ האָט פֿאָרגעלײגט. מישע האָט דאָס ווערק נישט געקענט.

— טאַקע? — האָט װלאַסטיסלאַװ זיך פֿאַרװוּנדערט, — אױסטראַך, קנושעװיצקי און אָבאָרין האָבן אים געשפּילט, ס׳איז דאָ אַ רעקאַרדירונג.
— איך האָב דאָס ווערק, צום באַדױערן, נישט געהערט… — האָט מישע שעמעװדיק זיך מודה געװען.

װען זײ זײַנען געקומען צו פֿליִען קײן פּראָג, האָט װלאַסטיסלאַװ פֿאַרבעטן מישען און מיהײַען צו זיך אין שטוב און געשטעלט שפּילן אַ פּלאַטע פֿון דעם „טשעכישער טריִאָ‟.

אין אַ פּאָר מינוט אַרום האָט מישע אױסגערופֿן: „אַ מין װוּנדערלעכע מוזיק!‟. ער האָט עס געטאָן עטלעכע מאָל, כּל–זמן עס האָט זיך געהערט דװאָרזשאַקס פֿערטער טריִאָ. נאָך לאַנגע באַהאַנדלונגען האָבן זײ אױסגעקליבן אַזאַ װאַריאַנט פֿון דער קינפֿטיקער פּראָגראַם: הײַדנס טריִאָ אין ליאַ–מאַזשאָר, דװאָרזשאַקס „דומקי‟–טריִאָ און טשײַקאָווסקיס טריִאָ.

מיהײַ האָט װעגן דעם תּיכּף מיטגעטײלט דעם „אינטערקאָנצערט‟. זינט דעמאָלט אָן, װוּ נאָר מע פֿלעגט מישען און זײַנע פּאַרטנערס פֿאַרבעטן צו קומען ווידער, האָט מען פֿון זיי געהערט: „גוט… דעם קומעדיקן סעזאָן װעלן מיר שפּילן הײַדנען, דװאָרזשאַקן און טשײַקאָװסקין.‟

אינעם נײַעם קאָנצערט־סעזאָן האָט דער „אינטערנאַציאָנאַלער טריִאָ‟ אָפּגעשפּילט זײַן נײַע פּראָגראַם אין פֿאַרשײדענע שטעט פֿון אונגערן און טשעכאָסלאָװאַקײַ, און מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער — אין לענינגראַד און מאָסקװע. װען אינעם „גאָסקאָנצערט‟ האָט מען מישען אינפֿאָרמירט וועגן די לעצטע צוויי קאָנצערטן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָן:       

— און מער פֿאַרבעט מען אונדז אין ערגעץ נישט?
— און װוּהין װאָלט איר געװאָלט פֿאָרן? — האָט דער טשינאָװניק, װאָס האָט זיך בפֿירוש נישט געהאַט געריכט אױף אַזאַ פֿראַגע, געפֿרעגט, װי אַן ענטפֿער.
— נו, אונדזער לאַנד איז גרױס, ס׳איז דאָ פֿיל ערטער, װוּ מע קאָן שפּילן…
— מעגלעך, אין קומעדיקן יאָר װעלן מיר פֿאַר אײַך נאָך עפּעס אָרגאַניזירן, — האָט יענער צוגעזאָגט.

אױפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל, האָט מישע זיך דערפֿילט עפּעס נאַריש: ער האָט געװאָלט שפּילן מיט װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען װאָס מער, נאָר אין אױסלאַנד פֿלעגט מען אים דערלױבן שפּילן נישט צו אָפֿט, דערפֿאַר האָט זיך באַקומען, אַז ער האָט געזאָרגט װעגן די קאָנצערטן מיט זײַן טריִאָ אין אָט דעם פּאַסקודנעם לאַנד מער, װי די פֿאָרשטײערס פֿון אַ מלוכישער אָרגאַניזאַציע. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מישע זײער ליב געהאַט שפּילן אין די באַלטישע „רעפּובליקן‟ און אױף קאַװקאַז, װוּ זײ האָבן געשפּילט דעם פֿאָריקן אַפּריל: דאָרטן איז אַלץ געװען גאָר אַנדערש, אײדער אין דער רוסלענדישער פּראָװינץ. דער נאַציאָנאַלער גײַסט אין יענע מקומות האָט פּראַקטיש אַרױסגעשטױסן דעם סאָװעטישן, און צװישן יענע פֿעלקער האָט מישע זיך אַלע מאָל אױף אַן אמתן געפֿילט װי אַ גלײַכער צװישן גלײַכע.

המשך קומט

Leave a comment