נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 102

מײַן באַקאַנטע איגואַנע צירל

דער קורצער חודש פֿעברואַר

פֿעברואַר — אַ קורצער חודש, אָבער אַרויסגעוויזן האָט ער זיך פֿאַר מיר אַן אָנגעזעטיקטער. קודם־כּל, בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין דער טאָגיקער חגא לכּבֿוד ייִדיש „ווינטערלאַנד‟, וואָס ס׳פֿירט מיט דערפֿאָלג דורך קאָליע באָראָדולין אונטערן דאַך פֿון „אַרבעטער־רינג‟. ער שטייט דאָרט בראָש פֿון די ייִדיש־פֿראָגראַמען שוין אַ סך יאָר, און זײַן „דעפּאַרטמענט‟ איז, קאָן מען זאָגן, דער לעצטער באַסטיאָן, וואָס לאָזט נישט אַראָפּלאָזן די ייִדיש־פֿאָן אין דער אַמאָל מעכטיקער ייִדישער אינסטיטוציע אין אַמעריקע.

שפּעטער, שוין אין די ראַמען פֿון זײַנען ייִדיש־פּראָגראַמען דורכן Zoom, האָב איך אָנגעהויבן אַ מיני־קורס (5 לעקציעס), געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אין תּוך גערעדט ווערט מײַן שמועס געפֿירט אַרום די ייִדישע ווערטלעך און ריידנסאָרטן, וועלכע ס׳האָבן אַמאָל, נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, צונויפֿגעזאַמלט צוויי ייִדישע קולטור־טוערס, צוויי אַבאס — לעוו און פֿינקעלשטיין. צום באַדויערן, איז אָט דער רײַכער קאָלעקציע נישט באַשערט געווען צו זען די ליכטיקע שײַן. די פֿינף העפֿטן — צוויי דיקע און דרײַ דינערע, וועלכע טראָגן אין זיך אַן ערך 4 טויזנט איינסן האָבן זיך פֿאַרהיט בײַם שרײַבער און רעדאַקטאָר חיים ביידער. נאָך זײַן טויט אין 2003 האָט זײַן אַלמנה, יעווע ביידער, לויטן מאַנס אָנזאָג איבערגעגעבן די אַלע העפֿט מיר.

ערשט לעצטנס האָב איך אָנגעהויבן זיך פֿונאַנדערקלײַבן אין דעם אוצר, זיך פּאָסמאַקעווען מיט די פֿאָלקס־פּערל. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך געהער נישט צו יענע קאָלעקציאָנערן, וואָס פֿאַרשפּאַרן זייערע אוצרות און שטילערהייט, אַז קיין פֿרעמד אויג זאָל עס חלילה נישט זען, שעפּן זיי נחת פֿון זייער רײַכטום. מעגלעך, נישט אַזוי פֿון די אוצרות אַליין, ווי פֿון דעם, וואָס נאָר זיי האָבן צו זיי אַ צוטריט.

איך בין פֿאָרט אַ שרײַבער און מײַן הויפּט־שליחות איז אַרויסצוברענגען פֿאַר אַן עולם מײַנע אייגענע שאַפֿערישע „אוצרות‟. אַניט, צו וואָס טויג עס בכלל מײַן שאַפֿן?! בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿאָלקס־אוצר, וואָס געהערט די הײַנטיקע אָנהענגער פֿון ייִדיש. די צאָל צוהערער, די כּמעט 50 מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף מײַנע צוויי אונטערנעמונגען, וווּ איך דערצייל וועגן די פּערלן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־חכמה, איז דערפֿון אַ באַווײַז.

אין וואָס זשע באַשטייט מײַן אַרבעט, איך בין דאָך נישט קיין פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער, נישט קיין אַקאַדעמישער מומחה מיט אַ דאָקטאָר־טיטול. מײַן באַשיידענע שרײַבערישע מיינונג וואָלט גענוג געווען אויסצודריקן אין אַ ליטעראַרישן עסיי, למשל. פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך גענומען אויף מײַן אייגענעם שרײַבערישן אופֿן צו באַטראַכטן יעדעס ווערטל און ריידנסאָרט, ווי אַ יוּוועליר באַטראַכט יעדעס פּערל אינעם שנירל קאַרעלן. ס׳איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז נאָך מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען די דאָזיקע ווערטלעך פֿלעגן אַרויספֿליִען פֿונעם פֿאָלקס מויל, איז נישט צו אַלע דערגאַנגען זייער טײַטש. שוין אָפּגערעדט פֿון הײַנט. טו איך עס, פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף מײַן אייגענער אינטויִציע, קענטעניש און פֿאַנטאַזיע צו דערקלערן, וואָס עס מיינט און ווען מע דאַרף עס באַנוצן, דאָס אָדער יענץ ווערטל אָדער ריידנסאָרט.

אויך מײַנע צוהערער גיב איך די געלעגנהייט זיך פֿאַרטראַכטן און זיי פֿאַרטײַטשטן, די מינדלעכע אוצרות פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן פֿאָלק.

נאָך איין טרעפֿונג מיט ייִדישע ליבהאָבערס האָב איך געהאַט אין מיט־פֿעברואַר אויף די „זום־כוואַליעס‟ פֿונעם לאָנדענער „אָפֿענעם מיקראָפֿאַן‟. צוזאַמען מיט עטלעכע אַנדערע ייִדישע שרײַבערס האָב איך געלייענט מײַנע לידער פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟ (אַ האַרציקן דאַנק מינדי!). אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט אַרום 50 ליבהאָבער פֿון ייִדיש.

אָבער נישט מײַנע „רעקאָרדן‟ בין איך אויסן! דער חודש פֿעברואַר האָט געדעקט אַלע „רעקאָרדן‟ פֿון קעלט און שנייפֿאַל. די זאַווערוכע אין ניו־יאָרק האָט פֿאַרשאָטן די שטאָט מיט איבער אַ האַלבן מעטער שניי. די פֿרעסט האָבן געקנאַקט, און די נײַע שטאָט־אַדמיניסטראַציע, איז געבליבן אומבאַהאָלפֿן פֿאַר דער נאַטור־סטיכיע. לאָזט זיך אויס, אַז פֿון צוזאָגן ביז אויספֿירן די צוזאָגן איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג!

די נידעריקע טעמפּעראַטור האָט אויך נישט געשאַנעוועט די שטענדיק וואַרעמע פֿלאָרידע. זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט ביז נול גראַד צעלסיוס אָדער 32 גראַד פֿאָרענהייט. קרבנות פֿון אַזאַ עקסטרעמער קעלט זײַנען געפֿאַלן די איגואַנען, שיינע יאַשטשערקעס, וואָס פֿירן זייער ייִחוס פֿון די אוראַלטע יאַשטשערקעס מיט מיליאָן יאָר צוריק…

פֿאַרענדיקן ווילט זיך פֿאָרט אויף אַ גוטער נאָטע, ווי מע זאָגט. אַזאַ געלעגנהייט ברענגט אונדזער פֿריילעכער יום־טובֿ פּורים, וואָס שטייט שוין בײַ דער שוועל מיט זײַן שלח־מנות — געשמאַקע המן־טאַשן, פֿלאָדן, טאָרטעלעך און אַנדערע מינים געבעקס.

אַ פֿריילעכן, פֿרידלעכן פּורים!

פֿעברואַר 26, 2026, דירפֿילד־ביטש.

Leave a comment