שמואל אָרטענבערג
גײַסטיקער װוּקס
נעמלעך, אין יענע יאָרן, נאָך דער רעװאָלוציע בין איך געװאָרן דער אױפֿזעער און פֿאַקטישער בעל־בית פֿון דער גרױסער ביבליאָטעק, זיך פֿאַרשאַפֿן און געקראָגן פֿיל נײַע ביכער; איך האָב צוזאַמענגעשטעלט, צונױפֿגעזאַמלט, קאַטאַלאָגיזירט און אין סדר געבראַכט די פֿילצאָליקע ביכער, פֿאַר אַרױסגעבן מײַנע, אַזױ גערופֿענע „אַבאָנענטן‟ ביכער צום לײענען און האָב אַלײן אױך געלײענט און שטודירט. אַגבֿ, פֿון יענער צײַט, װײַזט אױס, איז מיר פֿאַרבליבן אױפֿן גאַנצן לעבן די ליבע צום בוך, די ביכער־שװאַכקײט און עס ציט מיך ביז הײַנט צו ביכער־זאַמלונגען, װי עס ציט די בין אין בינשטאָק.
פֿון מײַנע „אַבאָנענטן‟, געדענקט זיך, דער דאָקטער סוזדאַרסקי, עזריאל קאַנצבערגס אײדעם, אַ מיליטערישער דאָקטער, אַ גרױסער, אַ ברײטער מאַן אין גאָלדענע ברילן. געקומען איז ער אַהער קײן פּאָגרעבישטשע, פֿון דײַטשלאַנד, פֿון בערלין; װײַזט אױס, עס האָט אים געצװוּנגען אַהער צו קומען די שײנקײט פֿון עזריאל קאַנצבערגס טאָכטער רחל און אפֿשר אױך די װערטיקײט פֿון איר פֿאָטערס קעשענעס. ער רעדט דײַטש אָדער רוסיש, בעט בלױז העברעיִשע ביכער, כאָטש אין זײַנע געשפּרעכן זאָגט ער אָפֿט אַרױס שטאַרק „לינקע‟ געדאַנקען, אָבער איך בין נאָך דערװײַל אַ „שנעק‟ פֿאַר אים, ער זאָל מיט מיר כאַפּן ערנסטע געשפּרעכן. אין גיכן איז ער פֿון שטעטל פֿאַרשװוּנדן און מיט דער צײַט זיך אַריבערגעקליבן אין דעם הײליקן לאַנד פֿון די אָבֿות.
אין יענע שטורמישע רעװאָלוציע־יאָרן, אַ יונג פֿון 16-15 יאָר, האָב איך זיך פֿיל פֿאַרנומען מיט זעלבסטבילדונג און דערװאָרבן אַ ביסל קענטעניש אין פֿאַרשײדענע געביטן פֿון הומאַניטאַרע װיסנשאַפֿטן. עס איז, פֿאַרשטײט זיך, ניט געװען דאָ קײן פֿעסטע, אױסגעהאַלטענע סיסטעם פֿון שטודירן, עס איז מער געװען געװענדט אין דעם פֿאַראַנענעם ביכער־פֿאָנד, אָבער די קעגנשטאַנדן זײַנען געװען פֿון אַן ערנסטן פֿאַרנעם. איך האָב געלײענט און, װײַזט אױס, אַרײַנגענומען אין זיך בײַנאַנד מיט די פֿיל בענד פֿון הרעצס און דובנאָװס „ייִדישע געשיכטע‟ (אין רוסיש), שריפֿטן פֿון פּלעכאַנאָװן און קאַוטסקין, בײַנאַנד מיט מאָנאָגראַפֿיעס און אָפּהאַנדלונגען פֿון געאָרג בראַנדעסן, פּעטער װײַנבערגן, טאָלסטױס פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן “В чем моя вера” (אין װאָס באַשטייט מײַן גלױבן) א”אַ, לונאַטשאַרסקיס „רעליגיע און סאָציאַליזם‟, שריפֿטן פֿון מאַקס נאָרדויען, ערנסט רענאַנען, פֿראַנץ מערינגן, אױגוסט בעבעלן און פֿיל אַנדערע.
אינטערעסאַנט צו פֿאַרצײכענען, אַז נאָך ביז דער רעװאָלוציע האָט זיך בײַ אונדז אין שטעטל באַװיזן אַ לעבעדיקער טאָלסטאָוועץ, װאָס האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. איך געדענק אים גענױ, יאַראָשעװסקי איז געװען זײַן פֿאַמיליע. אַ הױכער יונגער־מאַן מיט אַ בלאָװן סטודענטיש היטל, מיט מאָדנע לאַנגע האָר, אַ ביז גאָר ערלעכער, אָרעם געקלײדטער מאַן, אַ לערער. ער פֿלעגט אַמאָל אַרײַנקומען צו אונדז אין שטוב צום עלטסטן ברודער שמועסן אָדער שפּילן שאָך. איך האָב אױף אים געקוקט מיט גרױס נײַגער און אָפּשײַ, אָבער אין שטעטל האָב איך נאָך געהערט, װי פֿאַרשײדענע געמײנע װערטלזאָגער, בעל־הביתלעך און פֿיליסטערן האָבן אָפּגעלאָזן אױף זײַן חשבון פֿאַרשײדענע צינישע באַמערקונגען װעגן דער צװײפֿלהאַפֿטער רײנקײט פֿון זײַנע לאַנגע האָר.
אַצינד, װען איך בין עלטער געװאָרן, האָבן נאָך דער רעװאָלוציע מיך טאַקע אָנגעהױבן װירקלעך אינטערעסירן און פֿאַרנעמען קאָמפּליצירטע סאָציאַלע, הומאַנישע פּראָבלעמען און פֿראַגעס, װי מע פֿלעגט זאָגן, דבֿרים העומדים ברומו־של־עולם, און איך האָב זיך מיט גיריקײט געװאָרפֿן אױף יעטװידן בוך, װאָס װאָלט געקענט כאָטש אין אַ געװיסער מאָס שטילן דעם דורשט צו װיסן און דערקענטעניש.
ניט אַלץ, װאָס איך האָב געלײענט, האָב איך געקאָנט ריכטיק אָפּשאַצן, קײן מורה־דרך האָב איך, לײדער, פֿאַר זיך ניט געהאַט, װאָס װאָלט געלײזט מײַנע ספֿקות; די עלטערע ברידער האָבן נאָך געקוקט אױף מײַנע גײַסטיקע אינטערעסן מיט אַ געװיסער ביטול־באַציִונג, װי צו ייִנגלשע, ניט־ערנסטע שטותערײַען. פֿיל מיטגעװירקט האָבן צו דער גײַסטיקער רײַפֿקײט די רעװאָלוציע־יאָרן מיט זײער סאָציאַל־פּאָליטישן געװימל, אָבער אין דעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל בין איך נאָך אַלץ געבליבן אַ יונג מיט אַ קאָפּ, אַ פֿאַרפּלאָנטערטן פֿון פֿיל אידעען, געדאַנקען און טרױמען, כאָטש אײניקע פֿון זײ זײַנען שױן געװען אָפּגעפֿרעגט דורך די אָנגעזעענע פֿירער פֿון יענער צײַט.
עס געדענקט זיך, װאָס פֿאַר אַ קאָלאָסאַלן אײַנדרוק האָט אױף מיר געהאַט אין יענע יאָרן אַ.װ. לונאַטשאַרסקיס בוך „רעליגיע און סאָציאַליזם‟. איך האָב, פֿאַרשטײט זיך, נאָך דאַן ניט געװוּסט, אַז לונאַטשאַרסקיס אידעען־סיסטעם און גאָט־זוכענישע שטרעבונגען זײַנען שטאַרק אָפּגעפֿרעגט און קריטיקירט געװאָרן דורך די אָנגעזעענסטע מאַרקסיסטן (לענין, פּלעכאַנאָװ א”אַ). אַ.װ. לונאַטשאַרסקי אַלײן האָט, מסתּמא, צו יענער צײַט זיך שױן אָפּגעזאָגט פֿון זײַנע אַמאָליקע זינד. מיר איז אָבער דאָס בוך דאַמאָלסט שטאַרק געפֿעלן געװען.
אױסער דער אַלגעמײנער פֿילאָסאָפֿישער זײַט, האָט דאָס בוך מיר נאָך אימפּאָנירט דערמיט, װאָס דאָרט װערט פֿאַרצײכנט די באַדײַטנדיקע ראָלע פֿונעם שעפֿערישן געני פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿון די אוראַלטע נבֿיאים ביז ברוך שפּינאָזע און קאַרל מאַרקס.
שפּעטער מיט יאָרן װעל איך אױפֿן ערשטן אַלפֿאַרבאַנדישן צוזאַמענפֿאָר פֿון די ייִדישע קולטור־טוער אין מאָסקװע אין 1925טן יאָר האָבן די ערע און די גליקלעכע מעגלעכקײט צו זען און הערן דעם גרױסן און גלענצנדיקן טריבון אַ.װ. לונאַטשאַרסקי און הערן טאַקע פֿון זײַן מױל אַן ענלעכן דיפֿיראַמב דעם ייִדישן שעפֿערישן געני, אָבער װעגן דעם װעט דערצײלט װערן שפּעטער. אין יענע יונגע יאָרן בין איך אַנטציקט געװען פֿון הױכע, פּאַטעטישע, דערהױבענע געדאַנקען פֿון דעם בוך. פֿון לונאַטשאַרסקיס בוך האָב איך זיך, אַגבֿ, טאַקע צום ערשטן מאָל דערװוּסט װעגן דער גרױסער באַדײַטונג פֿונעם געניאַלן ייִדישן פֿילאָסאָף און נאָבעלן מענטש ברוך שפּינאָזע און זיך דורכגעדרונגען מיט ערע פֿאַר זײַן גרױסן נאָמען.
פֿון די ייִדישע קלאַסיקער האָט די גרעסטע השפּעה אױף מיר געהאַט דער דערהױבענער גײַסט פֿון י.ל. פּרצן; זײַן ראָמאַנטישער שװוּנג, זײַן גרױסער אידעאַל פֿון „אײביקן פֿרידן אין ערגעץ־לאַנד‟, זײַנע טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע און הומאַניש־עטישע זוכענישן און באַדאַכטונגען האָבן מיך באַצױבערט און פֿאַרכאַפּט אין דער יוגנט, זײַנע װוּנדערשײנע פּאָעטישע געשטאַלטן און בילדער האָבן זיך טיף אײַנגעקריצט אין זכּרון און אין האַרצן אױף שטענדיק.
און געטרױמט האָט זיך אין יענע יוגנט־יאָרן װעגן אַ נײַער צוקונפֿטיקער װעלט, װאָס איז פֿול מיט ערלעכקײט און יושר, מיט מענטשלעכער דערהױבנקײט און גליק, אָבער געװען זײַנען נאָך דאַן די טרױמען פֿאַרנעפּלט און אומקלאָר; געשפּרײט האָט זיך אין דער פֿאַנטאַזיע אַ שײנער און בליִענדיקער װעג, אָבער געװען איז דער װעג נאָך געשלענגלט און װײַט…
געהאַט האָב איך אין דער יוגנט דרײַ נאָענטע חבֿרים: נתן מאָטענקאָ, הערשל קאַץ און דוד גרינבערג. נתן מאָטענקאָ איז געװען עלטער פֿון מיר מיט אַ יאָר־צװײ. ער האָט שױן דאַן געדינט ערגעץ פֿאַר אַ שריפֿטפֿירער אין אַ שטעטלדיקער קאָנטאָר. אַ שװאַרצער יונג מיט אַ שײנער, געדיכטער, געקרײַזלטער טשופּרינע, אַ פֿרײלעכער, אַ רירעװדיקער, געװען איז ער שטאַרק אָנגעלערנט אין דער רוסישער קלאַסישער פּאָעזיע, געקענט אױף אױסװײניק גאַנצע קאַפּיטלעך פֿון פּושקינס און לערמאַנטאָװס װערק, איך האָב מיט אַנטציקונג געהערט זײַן רעציטאַציע און דעקלאַמאַציע; געװען איז ער אַ לעבנסלוסטיקער און קלוגער, אַן אָפּטימיסטיש־געשטימטער חבֿרה־מאַן און האָט ניט ליב געהאַט זײַן „פֿאַרשאָלטענע פֿראַגעס‟. מיט אים איז געװען גרינג צו פֿאַרברענגען די צײַט, ער האָט ליב געהאַט פֿאַרװײַלונגען, ליב געהאַט די נאַטור, דעם טײַך, דאָס שװימען, מיט אײן װאָרט אַ דינאַמישער, מונטערער מענטש.
עס איז צו מיר איצט דערגאַנגען, אַז ביז הײַנט נאָך לעבט מײַן אַלטער יוגנט־חבֿר נתן מאָטענקאָ בײַ די ברעגן פֿון ראָס. ער האָט פֿאַר די איבער פֿערציק יאָר דורכגעמאַכט אַ שײנעם װעג פֿון אַ טיכטיקן סאָװעטישן אַגראָנאָם און געזעלשאַפֿטלעכן טוער, און געװיס האָט די צעשטערונגס־קראַפֿט פֿון דער צײַט געלאָזן מערקבאַרע צײכנס אין זײַן שײנעם שװאַרצן האָרקאָפּ. אָבער ער איז נאָך, װי אַמאָל, אַ לעבנסלוסטיקער, לעבנספֿעיִקער און אָפּטימיסטיש געשטימט.
איז זאָלן צו אים אױך איבערגײן די דאָזיקע שורות, זאָל ער זיך דערינערן אין יענע פֿרײדיקע יוגנט־יאָרן בײַ די ברעגן פֿון ראָס, זאָל ער אַראָפּנידערן צום ברעג פֿון טײַך און לאָזן גרוסן פֿון דער װײַטנס פֿון מיר דעם שטילן און ליבן טײַך ראָס, װײַל אין זײַנע שטילע, רויִקע װעלן זײַנען מיר אַדורכגעשװוּמען די יוגנט־יאָרן צוזאַמען און זיך געלאָזן אױף די אומרויִקע, ברױזנדיקע װעלן פֿון אונדזער שטורמישער עפּאָכע…
העשל קאַץ איז, דאַקעגן, געװען אַ פֿאַרזאָרגטער, אַ פֿאַרטראַכטער, געדינט האָט ער װי אַ פּריקאַזטשיק, געװען פֿאַרהאָרעװעט, געלעבט אין דחקות און האָט זיך דװקא װײניק אָפּגעגעבן פֿאַרװײַלונגען. מער זיך פֿאַרנומען מיט באַטראַכטן די װעלט, מיט ערנסטע פֿראַגעס, ער איז אױך געװען פֿול מיט װײטיקדיקע ספֿקות, אומקלאָרע טרױמען, פֿאַרנעפּלטע אידעאַלן און אידעען.
ער האָט אָבער שפּעטער אין די יאָרן פֿון בירגער־קריג אַלע זײַנע ספֿקות געלײזט גוט און ראַדיקאַל: ער איז אַװעק אין דער רױטער אַרמײ. דאָס לעצטע מאָל האָב איך זיך מיט אים באַגעגנט אין װיניצע שױן אין יאָר 1920טן פֿאַרן אָנגריף פֿון די פּױלישע לעגיאָנען. רױט־אַרמײיִש געקלײדט, ממש אַ בראַװער שלאַכטמאַן, פֿאַרכאַפּט און איבערגעגעבן דעם רעװאָלוציע־גײַסט, האָט ער מיר דאַן אין אונדזער לעצטן געשפּרעך געזאָגט קורץ און דײַטלעך: „מײַן פֿרײַנד, דאָס סאָציאַליסטישע פֿאָטערלאַנד איז אין געפֿאַר און מע דאַרף עס מיטן אײגענעם לעבן פֿאַרטײדיקן…‟ — די װערטער זײַנע האָבן אָפּגעקלונגען, װי דער העלדישער רוף פֿון דעם גרױסן ייִדישן דיכטער: „דער שׂונא בײַ די טױערן!…‟. הערשל קאַץ איז אַװעק אױפֿן פֿראָנט און מער צוריק אַהײם זיך ניט אומגעקערט. װאַרשײַנלעך, ער איז אױך געפֿאַלן אין שלאַכט ערגעץ אין אַן אומבאַװוּסטן קאַנט אין יענע גרױזאַמע קאַמף־יאָרן, פּונקט, װי דער נאָבעלער ייִדישער דיכטער, װאָס האָט געשטרעבט צו אונדז דער ערשטער „דאָס אױסלײז־װאָרט דאָס פֿולע‟ ברענגען. איז זאָלן די דערמאָנונגען װעגן העשל קאַץ זײַן אַ רעקװיעם פֿאַר זײַן ערלעכן נאָמען, מײַן יוגנט־פֿרײַנד, װי אױך פֿאַר די נעמען פֿון אַלע, װאָס זײַנען אין יענע שטורמישע גרױזאַמע יאָרן פֿון קאַמף געפֿאַלן אױפֿן שװעל פֿון אונדזער נײַער צײַט.
און דער דריטער יוגנט־חבֿר און פֿרײַנד דוד גרינבערג איז געװען עלטער פֿון מיר אױף עטלעכע יאָר, און אַ פֿולקום זעלבשטענדיקער יונגער־מאַן. געװױנט האָט ער מיט זײַן אַלטער מוטער אין די װײַטע הינטערגעסלעך, געאַרבעט ערגעץ װי אַן אָנגעשטעלטער, דוכט זיך אין אַ מיל, װײַל פֿאַרשטױבט מיט מעל גײט ער פֿון דער אַרבעט. געװען זײער באַשײדן און טײל מאָל אין נױט. אַ הױכער, אײדעלער שװאַרצהאָריקער יונגער־מאַן מיט שטילע בניעמותדיקע רײד און גענג, מיט אַ רויִקער האַלטונג, ביז גאָר, אַן ענלעכער און געװיסנהאַפֿטער מענטש. מיר האָבן שטענדיק פֿאַרנומען די װיכטיקע סאָציאַלע און נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען פֿון יענער צײַט. אין די שטילע, זומערדיקע אָװנטן האָבן מיר זאַלבענאַנד לאַנג שפּאַצירט בײַ די ברעגן פֿון ראָס, זיך געטױשט מיט מײנונגען, געדאַנקען, אידעען, געשעפּטע און געלײענטע אין פֿאַרשײדענע ביכער און צוזאַמען געטרױמט װעגן דער קינפֿטיקער װעלט פֿון אמתן סאָציאַלן יושר און נאַציאָנאַלער אױפֿלעבונג. אין שטורעם פֿון די יאָרן איז דוד גרינבערג פּלוצלינג פֿאַרשװוּנדן פֿון שטעטלשן האָריזאָנט. געהערט האָב איך מיט יאָרן שפּעטער, אַז ער האָט זיך מיט דער צײַט אַריבערגעקליבן אױף יענער זײַט אַנטלאַנטישן אָקעאַן צו זײַנע קרובֿים. צי האָט ער דאָרט געפֿונען די געגאַרטע לײזונג פֿון אַלע פּראָבלעמען, צי האָט ער דאָרט געשטילט דעם דורשט פֿון זײַן אומרויִקן גײַסט? אױב עס װעלן צו אים דערגײן די דאָזיקע שורות, װעט ער געװיס זיך דערינערן אין דער װײַטער פֿאַרגאַנגענהײט, און די יונגע יאָרן בײַ די שטילע ברעגן פֿון טײַך ראָס.
אַ שטרענגער מאָראַליסט קאָן אָבער איבעררײַסן די דערצײלונג און אַ פֿרעג טאָן: זאָגט נאָר, און װוּ זײַנען אײַערע חטאת־נעורים, אײַערע יוגנט־זינד, װוּ זײַנען די געהײמע סודותפֿולע באַגעגענישן מיט די פֿאָרשטײער פֿון שײנעם געשלעכט און װוּ איז, סוף־כּל־סוף, דער ערשטער ליבע־װײטיק, דער ערשטער זיסער קוש?… עפּעס איז ניט אַלץ גלאַטיק אין דער דערצײלונג. איר האָט זיך אונטערגענומען אױפֿריכטיק אַלץ צו דערצײלן און פֿאַרגעסן אין אַזאַ װיכטיקער און װעזנטלעכער זײַט פֿון דער יוגנט… עפּעס װילט איר באַהאַלטן.
נײן, מײַנע פֿרײַנד, איך האָב נאָך דערװײַל ניט װאָס צו באַהאַלטן, ס׳איז נאָך ניט דער סוף. אין זײַן צײַט האָט דער גרױסער ייִדישער דיכטער מיט האַרצװײטיק געפֿרעגט: „װאָס װײסט אַ ייִדיש ייִנגל פֿון שטעטל װעגן ליבע?‟
ערגעץ פֿון דער טיפֿער טיפֿעניש, טאַקע פֿון אונטערבאַװוּסטזײַן שװימט אַרױס אין דער פֿריסטער קינדהײט אַ קלײן שטיפֿעריש מײדעלע מיט אַ גאָלדן האָרקעפּל און צװײ צעפּעלעך; עס האָט דער באַװוּסטזיניקער זכּרון אַפֿילו ניט אױפֿגעהאַלטן איר נאָמען, נאָר עס געדענקט זיך, אַז זי װױנט בײַ דעם אַלטן זײדן ישׂראל און דער פֿאָטער איז ערגעץ װײַט אין אַמעריקע, אָט דאָס איז געװען מײַן ערשטע קינדערשע דולצינײע. מיר האָבן אין אײנעם פֿון מאָל צו מאָל פֿאַרבראַכט אין קינדערשפּיל, זיך גענומען פֿאַר די הענטלעך, געלאָפֿן און געפֿאַלן, און װידער געלאָפֿן און, מסתּמא, האָט דאָס קינדערש־ייִנגל־האַרץ צום ערשטן מאָל דערפֿילט דעם אינפֿאַנטילישן קינדער־ציטער בײַם גלעטן אירע גאָלדענע האָר, אָבער צי קאָן גאָר אַ חדר־ייִנגל זיך אָפּגעבן מיט אַזױנע שטיפֿערײַען און בפֿרט פֿאַרבאָטענע זאַכן, װען עס װאַרטן דער חדר, די קלױז און די חדר־ייִנגלעך; עס איז גאָר אַ בזױן, אַז עמעצער זאָל דאָס באַמערקן, אָבער זיך דערװיסן דערפֿון און דאָס פֿאַרנעפּלטער געפֿיל װערט אומבערחמנותדיק אַרױסגעשטױסן און פֿאַרבאַהאַלט זיך טיף אין אונטערבאַװוּסטזײַן, ביז דאָס מײדעלע איז גאָר אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן ערגעץ װײַט מיט די װעלן פֿון אַטלאַנטישן אָקעאַן אױפֿן װעג צו אירע אײגענע קײן אַמעריקע.
דערנאָך קומט די באַגעגעניש אין דער פֿריסטער יוגנט מיט חבֿרטעס מײדלעך אין װירבל פֿון די רעװאָלוציע־יאָרן אױף פֿאַרזאַמלונגען, זיצונגען, צוזאַמענטרעפֿן, ספּעקטאַקלען און קאָנצערטן, אױף דער געמײנזאַמער שולבאַנק אין גימנאַזיע, נאָר קײן אײנע פֿון זײ, פֿון די פֿילצאָליקע באַגעגענישן האָבן אין האַרצן קײן טיפֿן רושם ניט געלאָזן.
עס האָט זיך פֿאַרגעדענקט דװקא סאָניע, שׂימחה דעם שנײַדערס מײדל, אַ שטאַלטנע און לױט מײַנע דאַמאָלסטדיקע עסטעטישע באַגריפֿן אַ שײנע, אַ שמײכלענדיקע, מיט װעלכער מיר האָבן עטלעכע מאָל זיך געטראָפֿן אױף ליבהאָבערישע ספּעקטאַקלען און געזעסן האַרט אײנס לעבן צװײטן און אין האַרצן האָט אָנגעהױבן װאַקסן די סימפּאַטיע צו איר, אָבער װאָס האָט געקאָנט געבן אָט דער מעדאַליאָנס צװישן אַ ייִנגל און אַ מײדל פֿון פֿאַרשײדענע שיכטן און דערצו בין איך גאָר פֿאַרטאָן אין ביכער, פֿאָרלעזונגען, און די אינטערעסן פֿון סאָניען זײַנען גאַנץ אַנדערע. האָט טאַקע די סימפּאַטיע קײן טיפֿע װאָרצלען ניט געלאָזן.
דערנאָך קומט די סאַמע אַקטיװסטע באַגעגעניש מיט ליובע זאַרודני, אַ שװאַרץ־חנעװדיק, לעבעדיק, שײן מײדל, מיט װעלכער מיר האָבן צוזאַמען געשפּילט טעאַטער אין שלום־עליכמס „מענטשן‟: איך — די ראָלע פֿון דניאל און זי — די ראָלע פֿון דער אָפּגענאַרטער און אױסגעלאַסענער פֿאַניעטשקע. מיט איר קלינגענדיקן קול האָט זי שײן און נאַטירלעך פֿאָרגעשטעלט די לײַכטע אױפֿפֿירונג פֿון דער פֿרײלעכער, שיכּורער פֿאַניעטשקע און דראַמאַטיש רעציטירט די פֿראַנצײזיש־ייִדישע רעפּליקעס: !Ce n’est pas vrai נאָר װײַן! שאַמפּאַניער! !Parole d’honneur! Voila איר װאַרפֿט זיך מיט מענטשן, מאַ שער מאַדאַם… מענטשן זײַנען אױך מענטשן, טשאָרט פּאָבערי!!!
בײַ מיר אין די אױגן האָט איר שפּיל אױסגעזען נאַטירלעכער און שענער, אײדער זי איז געװען אין דער װירקלעכקײט און געמײנט האָב איך, אַז זי איז דאָס די צװײטע סאַרע בערנאַר, װעגן װעלכער איך האָב שױן דאַן געװוּסט פֿון דער ענציקלאָפּעדיע. איר פֿרײלעכקײט, שטיפֿערישקײט האָט צוגעצױגן און מיר האָבן זיך באַגעגנט אין די אַלעען פֿון דעם ערשט געענדערטן נאָך דער רעװאָלוציע פּריצישן פּאַרק און אין אײַלעניש װעל איך אױך שױן זאָגן בסוד, האָט זי זיך אַמאָל אױך קושן געלאָזן, אָבער קײן ערנסטע ליבע איז דערפֿון ניט אַרױסגעקומען. צו לײַכטזיניק און שטיפֿעריש איז זי געװען, די פּאָגרעבישטשער סאַרע בערנאַר, זי זאָל זיך לאָזן פֿאַרפֿירן פֿון ליבע־געפֿילן פֿון אַזאַ אין אַלע הינזיכטן ניט קײן געלונגענעם און ניט קײן צניעותדיקן קאַװאַליר, װי דער שרײַבער פֿון די שורות, װאָס איז גאָר, מערסטנס טײל, פֿאַרטראָגן אין דער װעלט פֿון ביכער, װאָס האָבן פֿאַר דער פֿרײלעכער ליובע ניט גאָר קײן גרױסע װערט. עס איז פֿאַרשטענדלעך, װאָס זי האָט אָפּגעגעבן דעם פֿאָרצוג אַן אַנדערן, אַ מער צוציִענדיקן, פֿרײלעכן, פֿרײַען פֿון יעטװידן פֿאָראורטײל און באַלאַסט קאַװאַליר, װאָס איז דערצו נאָך אַ גלענצנדיקער טענצער און פֿידל־שפּילער.
איבעריקנס, קײן גרױסע לײדן און האַרצװײטיק האָט דאָס מיר ניט פֿאַרשאַפֿן, צו ברױזנדיק זײַנען געװען די ערשטע רעװאָלוציע־יאָרן, אַז אַזאַ אינטימע אומאָננעמלעכקײט זאָל זיך שטאַרק און לאַנג לאָזן פֿילן.
אָנהײב 1919טער יאָר
שױן סוף 1918טן יאָר האָט זיך אָנגעהױבן אין שטעטל די װאַקכאַנאַליע פֿון מאַכט־אומבײַטן. ערגעץ אין צענטער, אין קיִעװ האָט געװירקט, צו ערשט, דער העטמאַן סקאָראָפּאַדסקי, װעלכער איז טאַקע גיך געפֿאַלן אין אײנקלאַנג מיט זײַן פֿאַמיליע, דערנאָך האָט אָנגעהױבן הערשן די אַזױ גערופֿענע אוקראַיִנישע צענטראַל־ראַדע. אַהער אין שטעטל זײַנען אַלע מאָל דערגאַנגען נײַע און פֿרישע פֿאַראָרדענונגען. די אָרטיקע מאַכטהאָבער האָבן אַלע מאָל זיך איבעראָריענטירט. עס געדענקט זיך, אײנער אַן אוקראַיִנישער אָרטיקער טוער מאַזורענקאָ מיט גרױסע ברײטע װאָנצעס, גלאַנציקע שטיװל און הױזן גאַליפֿע מיט גרינע אױגן פֿלעגט אַלע מאָל צונױפֿזאַמלען אין צענטער פֿון שטעטל די באַפֿעלקערונג און לײענען אַלץ נײַע און נײַע, אַזױ גערופֿענע, „אוניװערסאַלן‟ פֿון די צענטראַל־אָרגאַנען, זײ זײַנען געװען פֿול מיט פּאָליטישן „סאַמאָסטינע‟ טראַסק און האָבן געעפֿנט די גרעסטע מעגלעכקײטן פֿאַר װילקיר און דעמאַגאָגיע. אַלע מאָל האָט ער זיך געשװױרן אין געטרײַקײט צו דער נײַער מאַכט און צו די נײַע „אוניװערסאַלן‟, צו די נײַע פּרינציפּן און געװען איז ער, װי די גאַנצע צענטראַלע אוקראַיִנישע מאַכט, פּרינציפּלאָז און דעמאַגאָגיש. דאָס זײַנען געװען פֿאַרקױפֿטע לײַט, אַװאַנטוריסטן, פֿאַררעטער פֿון דעם אײגענעם פֿאָלק. אײניקע צעװילדעװעטע קרײַזן פֿון דער אַרומיקער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג האָבן זיך אײן מאָל אין אַ זונטיקדיקן טאָג צוזאַמענגעזאַמלט אין שטעטל און אָנגעהױבן פֿאָדערן, מע זאָל צונעמען בײַ אַלע ייִדן פֿון שטעטל זײער פֿאַרמעגן, זײער סחורה אין די קלײטן. ס׳האָט זיך געלאָזן פֿילן די אַנטיסעמיטישע אַגיטאַציע, באַפּוצט מיט סאָציאַלער דעמאַגאָגיע און סאַמאָסטינער אידעאָלאָגיע. מע האָט דערװײַל אָפּגעזיגלט מיט טריװאַקס־שטעמפּלען די טירן פֿון אַלע קלײטן. ייִדן האָבן אין שרעק געאײַלט צו באַהאַלטן זײער פֿאַרמעגן אין פֿאַרשײדענע באַהעלטענישן.
אין גיכן האָבן די געשעענישן זיך געענדערט. די רױטע אַרמײ האָט אָנגעהױבן איר מאַרש איבער אוקראַיִנע, אױף אַ קורצער צײַט איז װידער געװאָרן רויִק אין שטעטל, עס האָט זיך װידער אומגעקערט די אָרטיקע באָלשעװיסטישע מאַכט. צו יענער צײַט געהערט אױך אײנער אַן אומפֿאַרשטענדלעכער, פֿאַרדראָסיקער און טרױעריקער עפּיזאָד, װאָס איז פֿאַרבליבן אין זכּרון: עס האָט זיך פּלוצלינג באַװיזן פֿון ערגעץ אַ קלײנער מיליטער־אָטריאַד פֿון עטלעכע פּערזאָן מאַטראָסיש געקלײדט. מע האָט געשמועסט, אַז דאָס איז אַן אָטריאַד פֿון קאַמף מיט ספּעקולאַציע. צי איז דאָס טאַקע אַזױ, האָט קײנער ניט געװוּסט. אַ פּאָר פֿון זײ האָבן זיך אַדורכגעשפּאַצירט בײַ טאָג איבערן שטעטל, די קלײטן זײַנען גראָד געװען אָפֿן. מע האָט זײ געזען, באַהאַנגען מיט פֿאַרשידן געװען און אין אָװנט האָבן זײ אַרעסטירט אַן אָרטיקן קרעמער פֿון גאַלאַנטערײַ יאַנקל גיסינסקי. קײנער האָט ניט געװוּסט די סיבות פֿון דעם אַרעסט. יאַנקל גיסינסקי איז װירקלעך לױט זײַן אױסזען געװען ענלעך אױף אַ בורזשואַ, װאָס װערט געמאָלט אױף די פּלאַקאַטן — אַ פֿולגעפּאַקטער, אַ גראָבער, אַ קלײנער, אַ געלער מיט אַ גרױסן בױך; אָבער עס זײַנען אין שטעטל געװען אַ סך גרעסערע גבֿירים און רײַכע לײַט. מע האָט זיך געקליבן גײן אױפֿן צװײטן טאָג זיך דערװיסן, װאָס איז די סיבה פֿון זײַן אַרעסט.
אָבער פֿאַר טאָג זײַנען שױן אַלע געװען אױף די פֿיס פֿון גרױסן טומל: די פֿרױ זײַנע, די גיסינטשיכע, איז שױן געלאָפֿן איבערן גאַנצן שטעטל אַ צעפּאַטלטע אין גרױסן װײטיק און געשריִען: „זײ האָבן אים דערהרגעט, די קױלער…‟. װירקלעך, עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די דאָזיקע לײַט האָבן דעם אומגליקלעכן יאַנקל גיסינסקי בײַ נאַכט פֿאַרמישפּט און צעשאָסן. גרישע אַװערבוך, װאָס איז דעם מאָמענט גראָד געװען אין שטעטל איז אױך אַרומגעגאַנגען אַ צעטראָגענער און האָט ניט געװוּסט פֿון װאַנען שטאַמען אָט די באַװאָפֿנטע לײַט, װאָס זײַנען גלײַך גאַנץ פֿרי פֿאַרשװוּנדן. דאָס איז געװען אַ פֿאַרדריסלעכער, אײנצלנער עפּיזאָד, װעלכער איז אָבער אין גיכן פֿאַרגעסן געװאָרן אין דעם שרעקלעכן גאַנג פֿון די װײַטערדיקע געשעענישן.
די אַלגעמײנע לאַגע אין שטעטל איז געװאָרן אַלץ ערגער און ערגער. דער בירגער־קריג האָט אָנגעהױבן אין אוקראַיִנע זיך צעפֿלאַקערן אַלץ שטאַרקער, עס האָבן זיך באַװיזן טײלן פֿון דער אַזױ גערופֿענער אוקראַיִניש־פּעטליורישער אָדער פּשוט באַנדיטישער אַרמײ. די אָרטיקע אוקראַיִנישע מאַכט האָט קײן שום ממשות ניט געהאַט און דאָס לעבן אין שטעטל איז געװאָרן אומזיכער — װאָס װײַטער, אַלץ ערגער. אױף די אַרומיקע װעגן האָט אָנגעהױבן לױערן שרעק און מאָרד. אײנעם פֿון די ערשטע קרבנות האָט מען געבראַכט, געדענקט זיך, דעם טױטן קערפּער פֿונעם דערמאָרדעטן אױף די װעגן „שװאַרצן יונגער־מאַנטשיק‟, װאָס האָט אַזױ פֿרײלעך באַזונגען דעם אָנקום פֿון דער רעװאָלוציע.
ייִדן האָבן אין קלױז גערעדט װעגן דער גרױסער געפֿאַר און געזוכט עצות. עס געדענקט זיך, אײן מאָל שבת פֿאַר נאַכט האָט מען גערעדט װעגן אָרגאַניזירן אין שטעטל זעלבשוץ. אײניקע זײער „פֿאָרזיכטיקע‟ בעלי־בתּים זײַנען געװען קעגן דעם: מע דאַרף ניט דערצאָרענען דעם שׂונא; אָבער דאָ האָט זיך דערהערט דאָס הילכיקע קול פֿון ברוך־אַהרן דעם מילנער, דאָס איז געװען שױן אַ באַיאָרטער ייִד מיט אַ באָרד און קאַפּאָטע, נאָר אַ געזונטער, אַ ברײטפּלײציקער, אַ פֿעסטער מאַן; ער האָט געהאַלטן אַ געדונגענעם קלײטל פֿון מעל אױף לאַחדים־פֿאַרקױף, האָט אַלײן שטענדיק געשלעפּט און געטראָגן די זעק אױף די פּלײצעס, געװען איז ער אַ ייִד אַ כּעסניק און איז אָפֿט אַרױסגעטראָטן קעגן קהלשע פֿאַלשקײטן אין קלױז, כאָטש זײַן אָרט איז געװען ערגעץ ניט װײַט פֿונעם פּאָליש. אַצינד, װען ער האָט דערהערט, אַז אײניקע פּחדנים רײדן קעגן דער זעלבשוץ, האָט עס אים אױפֿגעטראָגן; ער איז פֿון װײַטן װינקל צוגעלאָפֿן אין צענטער צו דער בימה און מיט זײַן גראָבן הילכיקן קול געשריִען:
— מע װעט אונדז קױלען, װי די קעץ, מען דאַרף גײן אױף די רוצחים!… מיט אײַזנס, מיט העק… מע דאַרף זיך שלאָגן מיט די היצעלעס… בְּדָמָיִךְ וּבְחֶרֶב… — האָט אױך געקלונגען זײַן שטים. ער שטײט מיר ביז איצט פֿאַר די אױגן, דער פּראָסטער מענטש, ברוך־אַהרן דער מילנער מיט זײַן װײטיקדיקן אױסגעשרײ און רוף אין יענעם שבת בין־השמשות אין די גרױזאַמע טעג פֿון שרעק און פּײַן.
און װען איך קוק זיך אַצינד אײַן אין דער רעפּראָדוקציע פֿונעם דענקמאָל פֿאַר די העלדן פֿון װאַרשעװער געטאָ און זע אין אײנעם פֿון די װינקלען פֿון דענקמאָל די אױסגעטאָקטע פֿון שטײן אין מאַרמער קאָפּפֿיגור פֿון דעם באַקאַנטן ייִדן מיט באָרד און פּאות, זײַן צאָרנדיקן פּנים, זײַן אַנטשײדענעם בליק, די גאַנצע קראַפֿטפֿולע, ענערגישע פֿיגור פֿון דעם באַיאָרטן ייִדן, — דערמאָן איך זיך אין ברוך־אַהרן דעם מילנער פֿון יענע װײַטע יאָרן אין מײַן שטעטל בײַ די ברעגן פֿון ראָס ערבֿ דער גרױסער און דערשיטערנדיקער פּאָגראָם־טראַגעדיע.
המשך קומט