משה לעמסטער
…Выплеснуть бы в харю этому жиду
Что в коньяк мешает всякую бурду
מע דאַרף אַרויספּליוסקען אין דער מאָרדע דעם זשיד,
וואָס מישט אַרײַן אין קאָניאַק פּאָמויעס…
פֿון ליד: „פֿיר מיך, בעל־עגלה
אַלעקסאַנדר נאָוויקאָוו
דו האָסט גענומען דאָס וואָרט „זשיד‟ אין דײַן מויל,
הייסט עס, אַלע דײַנע ווײַטערדיקע ווערטער
וועלן זײַן אײַנגעטונקען אין זײַן קויט
זענען גלײַך ווי פֿון די סאַמע קויטיקע ערטער.
דו האָסט גענומען דאָס וואָרט „זשיד‟ אין דײַן פּיסק,
הייסט עס, דײַנע ליבע־ווערטער הייסע
וועלן זײַן אײַנגעטונקען אין זײַן מיסט
און שמעקן מיט מיאוסע, אומציכטיקע ריחות.
דו האָסט דאָס וואָרט „זשיד‟ אויסגעאָטעמט,
הייסט עס, די הייליקע ווערטער היימלאַנד, מאַמע
וועלן זײַן אײַנגעטונקען אין זײַן בלאָטע
און שײַנען מיט שטראַלן פֿון ברודיקע פֿלאַמען.
דו האָסט גענומען דאָס וואָרט „זשיד‟ אויף דער צינגל,
הייסט עס, די ווערטער פֿון תּפֿילות אין קלויסטער
וועלן זײַן אײַנגעטונקען אין זײַן שטינקען
און טראָגן בלויז פּאָמויעס צום הימל הויכן.
דו האָסט גענומען דאָס שמוציקע וואָרט אויף די ציינער
הייסט עס, פֿון דײַן לעבן דער אומקאָלירטער טעפּעך
וועט זײַן אויסגעוועבט פֿון ווערטער אומריינע
אײַנגעטונקענע אין וואָרט „זשיד‟,
וועלכעס ס’קאָן ניט לײַדן דער באַשעפֿער.
קיין שענערע היים איז ניטאָ אויף דער ערד
איך זאָג עס, ווען איך בין אַליין
און ווען מיט פֿרײַנד איך הוליע ביז פֿאַרטאָג:
— ישׂראל איז מײַן שענסטע היים
קיין שענערע איז פֿאַר מיר ניטאָ.
כאָטש אי פֿראַנקרײַך, אי ענגלאַנד זענען שיין,
כאָטש אַמעריקע האָט אַ גרויסע ווערט:
— ישׂראל איז מײַן שענסטע היים
קיין שענערע פֿאַר מיר
איז ניטאָ אויף דער ערד.
בײַם כּותל־מערבֿי איז הייליק יעדער שטיין
לעבן אים בלאָנדזשעט אונדזער גאָט:
— ישׂראל איז מײַן שענסטע היים
קיין שענערע איז פֿאַר מיר ניטאָ.
מיט יעדער ליד נאָר איינס איך מיין
פֿון מײַנעם יעדן וואָרט זיך הערט:
— ישׂראל איז מײַן שענסטע היים
קיין שענערע פֿאַר מיר
איז ניטאָ אויף דער ערד.
מײַנע אייניקלעך זענען נאָך קליין,
נאָר זיי ווייסן עס ווי אַ געבאָט:
— ישׂראל איז אונדזער שענסטע היים
קיין שענערע איז פֿאַר מיר ניטאָ.
וווּהין איך זאָל ניט קומען, און ניט גיין
איך וועל זיך תּמיד אומקערן אַהער:
— ישׂראל איז מײַן שענסטע היים
קיין שענערע פֿאַר מיר
איז ניטאָ אויף דער ערד.
דער אומעט און די פֿרייד
אַ פּאַריזער האָטעל
פֿון יענער זײַט פֿענצטער אין דרויסן
גיסט און גיסט אַ רעגן
אין האַרצן דער אומעט ווי אַ כמאַרע גרויסע.
אַ מאָסקווער אָפּרוהויז
פֿון יענער זײַט פֿענצטער ווידער
פֿאַלט און פֿאַלט אַ שניי
אין האַרצן דער אומעטק ווי פֿון אײַז אַ הליבע.
אַ לאָנדאָנער שלאָס
פֿון יענער זײַט פֿענצטער פֿון נעכטן
אַ נעפּל געדיכטער, גרויער
אין האַרצן דער אומעט האָט אַלץ פֿאַרנעפּלט.
אַ תּל־אָבֿיבֿער דירה
בײַם פֿענצטער פֿאַרפֿינצערט די שויבן:
אַ רעגן, אַ בלאָטע, אַ מבול…
אָבער אין האַרצן פֿון פֿרייד אַ רעגן־בויגן…