מרדכי יושקאָווסקי
דאָס לעבן ברענגט צונויף יעדן איינעם פֿון אונדז מיט הונדערטער מענטשן. די מיסטיקער טענהן, אַז קיין מענטש, וואָס דערשייַנט אויף אונדזער לעבנס-וועג איז ניט קיין צופֿעליקער, אַז ער איז אונדזערער אַ „לערער‟, וואָס איז געשיקט געוואָרן פֿון די העכערע כּוחות, כּדי אונדז אָנצולערנען עפּעס וואָס און גורם צו זייַן קומען, צו וועלכע-ניט-איז וויכטיקע מסקנות. אַזוי אָדער אַנדערש, פֿון דער ריזיקער צאָל מענטשן, וואָס מיר טרעפֿן אין לעבן, בלייַבן אינעם זכּרון און אין דער נשמה בלויז איינצלנע, וועלכע מיר טראָגן אַדורך לענג־אויס אונדזער לעבנס-גאַנג, וועלכע מיר געדענקען בולט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן, אַפֿילו נאָך זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט. און מיר הערן ניט אויף צו דאַנקען גאָט און דעם גורל פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן אונדז צונויפֿגעבראַכט מיט אָט די מענטשן.

אויך איך האָב געהאַט דאָס גליק צו טרעפֿן אַזעלכע יחידים, וואָס האָבן באַשייַנט מייַן לעבן מיט זייער חכמה, הומאָר, ערודיציע, ווייַטזעעוודיקייט און נבֿואתדיקייט. איינער פֿון זיי איז געווען דער ייִדישער שרייַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש. אין משך פֿון כּמעט פֿופֿצן יאָר בין איך געווען מיט אים ענג פֿאַרבונדן. כ׳האָב געאַרבעט ווי דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿונעם „וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור‟, און קאַרפּינאָוויטש איז געווען דער וויצע-פֿאָרזיצער פֿונעם וועלטראַט. מיר פֿלעגן זיך טרעפֿן יעדע פּאָר טעג און פֿאַרברענגען לאַנגע שעהען אין שמועסן אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, געווען גוט באַפֿרייַנדעט. צענדליקער מאָל בין איך געווען צוגאַסט בייַ קאַרפּינאָוויטשן אין זייַן הויז אויף דער סוטין-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ.

יעדע באַגעגעניש מיט אַבֿרהמען איז געווען ניט סתּם אַ שמועס; ס’איז געווען אַ מין טעאַטער-פֿאָרשטעלונג פֿון איין אַקטיאָר, וואָס האָט סייַ גערירט, סייַ גורם געווען צו לאַכן, און דער עיקר, געבראַכט מער פֿאַרשטענדעניש אין אַ סך ענינים. ער פֿלעג טאַקע קוקן אויפֿן לעבן ווי אויף אַ דורכאויסיק טעאַטער-שפּיל, איבערחזרנדיק דערבייַ, אַז יעדער טאָג איז נאָר אַ פּרעמיערע, וואָס וועט קיינמאָל ניט געשפּילט ווערן ווידער. ניט איין מאָל פֿלעג ער באַרויִקן מייַן יונגערישן אימפּעט און מייַן כּעס אויף פֿאַרשיידענע מענטשן און אינסטיטוציעס, וועלכע זייַנען דאַן טעטיק געווען אין דער ייִדישער קולטור-וועלט. מיט זײַן שטיל קול און מיט אַ שטענדיקן האַלבן שמייכל אויפֿן פּנים פֿלעגט ער זאָגן: „דו מוזסט זיך אויסלערנען קוקן אויף אַלץ מיט אַ ביסל אַ צוגעשטשורעט אויג. דעמאָלט קריגט אַלץ די ריכטיקע פּראָפּאָרציע און קערט זיך אום צו זייַן רעאַלער מאָס. דאָס, וואָס הייַנט ווייַזט זיך דיר אויס ווי אַ גראַנדיעזע פּראָבלעם, ווערט גלייַך פֿאַרקלענערט און ניט אַזוי דראָענדיק, און מאָרגן פֿאַרגעסטו שוין אָן דעם אינגאַנצן‟. יאָ, קאַרפּינאָוויטש איז געווען פֿון יענע זעלטענע מענטשן, וואָס נאָר דאָס געפֿינען זיך לעבן זיי האָט געלאָזט פֿילן, אַז דו ווערסט אַ ביסל קליגער און אַ ביסל בעסער.
אַגבֿ, זייַן צוגעבונדנקייט צום טעאַטער איז ניט געווען קיין צופֿעליקע. ער פֿלעג אויף אַ געלעכטער טענהן: „מייַן מאַמע האָט מיך געהאַט הינטער די קוליסן‟. זייַן פֿאָטער, משה קאַרפּינאָוויטש, איז געווען דער דירעקטאָר פֿונעם ווילנער ייִדישן פֿאָלקס-טעאַטער, און צווישן די ווענט פֿונעם טעאַטער איז פֿאָרגעקומען אַבֿרהמס קינדהייט און יוגנט. בעצם די גאָנצע משפּחה איז געווען אַ ליטעראַריש-טעאַטראַלע. זייַנע צוויי ברידער, דוד און מלך, זייַנען געווען זשורנאַליסטן, זייַן שוועסטער ריטע איז געוואָרן א שוישפּילערין, קודם אין מאָסקווע, שפּעטער אין אַמעריקע, און ער, אַבֿרהם, איז געווען ניט סתּם אַ ייִדישער שרייַבער; ער איז אַרייַן אין דעם פּאַנטעאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ווי דער באַזינגער און פֿאַראייביקער פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער ווילנע. פֿון 1949 האָט ער געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ, אַלע יאָרן געווען זייער שטאָלץ מיט זייַן אַרבעט ווי דער אַדמיניסטראַטיווער דירעקטאָר פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, אָבער ביז זייַן לעצטן טאָג פֿלעגט ער אָטעמען מיט ווילנע — זייַן היימשטאָט. אָט דער שטאָט האָט ער געווידמעט זעקס ביכער מיט פֿילצאָליקע דערציילונגען. אויף יעדן שריט און טריט פֿלעגט ער מיטלעבן ווילנע, אַפֿילו אין צענדליקער יאָרן נאָכן צעשיידן זיך מיט אָט דער שטאָט. אין געשפּרעך פֿלעגט ער די מאָדערנע ווירקלעכקייט און זייַנע מיטצייַטלער שטענדיק פֿאַרגלייַכן מיט די געשטאַלטן פֿון יענער ווילנע, וועלכע איז געבליבן פֿאַר אים אומפֿאַרגעסלעך. די בענקשאַפֿט נאָך זייַן ווילנע, וועלכע האָט געלעבט בלויז אין זכרונות, האָט ער דורכגעטראָגן ביז דעם לעצטן טאָג.
צום סוף פֿונעם בוך „געווען, געווען אַמאָל ווילנע‟, האָט קאַרפּינאָוויטש געשריבן: „ניט קיין ווילנער פֿרעגן אונדז, די ווילנער, פֿאַרוואָס קערן מיר זיך אום אַזוי עקשנותדיק צו אונדזער היימשטאָט. זיי קאָנען ניט פֿאַרשטיין, אַז אונדזער בענקשאַפֿט האָט לגמרי ניט צו טאָן מיט דעם חלום זיך דאָרט אומצוקערן… אַפֿילו די לאַנדשאַפֿט דאָרט איז ניט די זעלבע. קיין ווילנע קאָן מען קומען בלויז אויף קבֿר-אָבֿות, ווייַל די שטאָט איז דאָך אייגנטלעך אַ בית-הקבֿרות פֿון אַלע אונדזערע טייַערסטע און נאַענטסטע. דאָס איז געבליבן פֿון אונדזער געליבטער שטאָט. איז צו וואָס קערן מיר זיך יאָ אום, אויב ניט צו די באַקאַנטע הייַזער און גאַסן? מיר קערן זיך אום אין אונדזער בענקשאַפֿט נאָך דעם מענטש! נאָך די אַלע, וועלכע האָבן געפֿאַרבן אונדזער לעבן אין ווילנע מיט הייסע, בונטע פֿאַרבן. מיר דערמאָנען זיך מיט אַ טרער אין אויג די אַלע יוצא-דופֿנדיקע געשטאַלטן, די אַלע טרוימער, די בעלי-חלומות, וועלכע האָבן אונדז מיטגעריסן ניט פֿאַרזונקען צו ווערן אין דער שווערער אַלטעגלעכקייט, אינעם קאַמף פֿאַר אונדזער באַשיידענעם קיום. מע זאָל דאַרפֿן אויסרעכענען די אַלע, וועלכע זענען אין ווילנע געשוווּמען אויף די פֿאַליעס פֿון זייער פֿאַנטאַזיע, העפֿטיקער ווי זיי זענען געשוווּמען פֿון איין ברעג וויליע-טייַך צום אַנדערן, וועלן ניט קלעקן קיין מאַרמאָר-טאָוולען צו פֿאַרקריצן זייער קיום‟.
דער ריינער אמת איז, אַז כאָטש סייַ אין מאָסקווע, סייַ דאָ, אין ישׂראל, האָב איך געלעבט און געאַרבעט צווישן ייִדישע שרייַבער, ביז מייַן באַקאַנטשאַפֿט מיט קאָרפּינאָוויטשן, האָב איך זיך ניט צונויפֿגעשטויסן מיט אַזאַ פּרטימדיקער, דעטאַלער און מסירות-נפֿשדיקער בענקשאָפֿט נאָך דער היימשטאָט און אירע געשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע ייִדישע ליטעראַטן זייַנען בדרך-הטבֿע אין זייער געדאַנק און עמאָציע געווענדט צום עבֿר. אַלע האָבן באַשריבן די שטעט און שטעטלעך פֿון זייער קינדהייט און יוגנט, אָבער פֿאַר קאַרפּינאָוויטשן איז ווילנע געווען עפּעס מער ווי זייַן געבוירן-אָרט, עפּעס אַ סך וויכטיקער ווי די שטאָט, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זייַנע קינדער- און יוגנט-יאָרן. ס’איז פֿאַר אים געווען אַ מין היכל, וווּ עס האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט ניט נאָר זייַנע זכרונות, נאָר אויך זייַנע געבעטן און תּפֿילות, זייַן אַסאָציאַציע-רוים, זייַן פֿאַנטאַזיע און גייַסטיקע לייַדנשאַפֿט, ווי אויך די ניט-אויסגעלעבטע טרוימען. איין זאַך פֿלעג מיך וווּנדערן בייַ אים, דהײַנו, אַז דאָס רובֿ געשטאַלטן, וועלכע ער האָט באַשריבן, זייַנען געווען ווייַטלעך פֿון נאָרמאַטיווע מענטשן. זייַנע דערציילונגען האָבן דאָך געווימלט מיט ייִדישע גנבֿים, באַנדעס, גאַסן-פֿרויען, משוגעים, קבצנים, כּלערליי מענטשן מיט מאָדנע זיטן און חלומות. בעת איינעם פֿון אונדזערע שמועסן האָב איך אים געפֿרעגט האַלב ערנסט־האַלב שפּאַסיק: „אַבֿרהם, פֿאַרוואָס זאָלט איר ניט באַשרייַבן געוויינטלעכע נאָרמאַלע מענטשן? פֿאַרוואָס ציט אייַך אַזוי דווקא צו די מאַרגינאַלע ראַנדן פֿון ווילנער ייִדנטום?‟

דעמאָלט האָט קאַרפּינאָוויטש זיך פֿאַרטראַכט אויף אַ ווייַלע און מיר דערלאַנגט אַן אויסשעפּנדיקן ענטפֿער, וועלכן איך האָב פֿאַרגעדענקט אויפֿן גאַנצן לעבן: „פֿאַרשטייסט, מייַן אַרבעט איז דאָך אין משך פֿון לאַנגע יאָרן געווען פֿאַרבונדן מיט די אָוונטיקע קאָנצערטן פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. די קאָנצערטן פֿלעגן זיך ענדיקן זייער שפּעט. דער פּובליקום פֿלעג אַרויסגיין פֿול מיט התלהבֿות פֿון דער וווּנדערבאַרער מוזיק און פּרעכטיקע מוזיקער, און איך פֿלעג נאָך אַ לענגערע צייַט פֿאַרבלייַבן אינעם היכל התּרבות און אייַנאָרדענען פֿאַרשיידענע אַַדמיניסטראַטיווע ענינים. שוין שפּעט אין דער נאַכט פֿלעג איך פֿאַרלעשן די ליכט אינעם היכל התּרבות, גיין צופֿוס אַהיים, און די מוזיק-קלאַנגען האָבן נאָך אַלץ געקלונגען אין מייַנע אויערן. אין שטוב פֿלעג איך אַראָפּנעמען דעם אַנצוג און דעם קראַוואַט, אַרייַנשטעקן די פֿיס אין די שטעקשיך, זיך אַוועקזעצן בייַ מייַן שרייַבטיש, און אין איין אויגנבליק פֿלעג איך פֿון תּל־אָבֿיבֿ של מעלה אַראָפּגיין אין ווילנע של מטה, וואָס איז אויף אייביק אַרויף למעלה. איך פֿלעג טאַקע אַראָפּגיין אינעם אונטערגרונט פֿון ווילנע, אין די פֿאַרחושכטע קעלערס און קרומע הייַזקעס, באַשרייַבן די ווילנער ייִדישע אָרעמקייט, די אונטערוועלט, ווייַל איך האָב געפֿילט, אַז אויב איך וועל ניט דערציילן וועגן זיי, וועט שוין קיינער קיינמאָל זיך ניט דערמאָנען אָן זיי…‟
אויף דעם האָב איך איבערגעפֿרעגט: „אָבער פֿאַרוואָס איז אייַך אַזוי וויכטיק זיך דווקא דערמאָנען אָן זיי — אָן דער אונטערוועלט און כּל-מיני משוגעים?‟, און אַבֿרהם איז ממשיך געווען:
„ווייַל די גרוב אין פּאָנאַר האָט פֿאַרגליכן אַלעמען. דאָרטן זייַנען אַלע געווען גלייַך. אַ שרייַבער און אַ געלערנטער, אָבער אויך אַ גנבֿ און אַ גאַסן-מיידל זייַנען געפֿאַלן אין דער זעלבער גרוב. דעם שרייַבערס ביכער וועט מען לייענען, דעם געלערנטן וועט מען געדענקען, אָבער דעם גנבֿ און דאָס גאַסן-מיידל וועט קיינער ניט דערמאָנען. וויל איך פֿאַראייביקן יענע, וועלכע מע האָט פֿאַרגעסן, ווייַל זיי זייַנען אויך געווען אַ טייל פֿון אונדזער פֿאָלק. אפֿשר אין צענדליקער יאָרן אַרום וועט אַ סטודענט אָדער אַ פֿאָרשער עפֿענען מייַן בוך, און פֿאַר זייַנע אויגן וועלן אויפֿשטיין תּחיית־המתים אַ בינטל ייִדישע נשמות, טאַקע פֿאַרבלאָנדזשענע נשמות, אָבער זיי זייַנען אויך געווען אַן אומאָפּטיילבאַרער טייל פֿון דער ווילנער ייִדישער פּאַנאָראַם, און זיי זייַנען בעת דער נאַצישער שחיטה אויך געגאַנגען צום טויט מיט אַלע אַנדערע ווילנער ייִדן‟.
איך געדענק, אַז דער דאָזיקער ענטפֿער האָט מיך דעמאָלט דערשיטערט, אָבער אויך אַרויפֿגעפֿירט אויף אַן אינטערעסאַנטן געדאַנק, אַז אַזאַ שרייַבער ווי אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, האָט פֿאַקטיש מיט זייַן שאַפֿונג, וועלכע ווערט באַזירט אויף פּרטימדיקן באַשרײַבן פֿון יענע, „וועלכע מע וועט ניט דערמאָנען‟, גייט אין די פֿוסטריט פֿון אנדזערע קלאַסיקער, פֿון אַלע דרייַ, וועלכע האָבן מיט גרויס ליבשאַפֿט און פּיעטעט זיך אָפּגעגעבן דווקא מיט די „קליינע מענטשעלעך‟ מיט זייערע גרויסע דאגות און זאָרגן. טאַקע ווי י. ל. פּרץ האַָט געשריבן אין זייַן קורץ, אָבער שנייַדנדיק-שאַרף ליד:
קליינע מענטשן, דראָבנע מענטשן,
זייער שעלטן, זייער בענטשן,
זייער לויבן, זייער שרייַען,
זייער בעטן מיט געוויין,
זייער קריצן מיט די ציין, —
אַלץ איז דרויב,
לייַכטער שטויב,
פֿאַר דער שוואַכסטער פֿליג קיין לאַסט!
און די צייַט אָן רו, אָן ראַסט
שוועבט אויף שטאָלערנע ריזיקע פֿליגל...
מייַן מזל איז געווען מסתּמא אין דעם, וואָס איך האָב קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונגען וועגן „יענע מענטשן‟ ניט בלויז געלייענט, נאָר אויך געהערט דערציילן ניט איין מאָל פֿון אים אַליין, אין זייַן באַזונדערן טעאַטראַלן סטיל, מיט זייַן אויטענטישער אינטאָנאַציע, מיט זייַן שטענדיקן האַלבן שמייכל אויפֿן פּנים. דעריבער אפֿשר די פֿילצאָליקע העלדן פֿון זייַנע דערציילונגען זייַנען פֿאַר מיר געוואָרן מער ווי סתּם ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. זיי האָבן זיך באַזעצט אין מייַן זכּרון ווי לעבעדיקע געשטאַלטן „מיט זייער שעלטן, זייער בענטשן, זייער בעטן מיט געוויין, זייער קריצן מיט די ציין…‟
אין 2004 איז קאַרפּינאָוויטש געשטאָרבן. זייַן אַוועקגיין אין דער אייביקייט האָט פֿאַקטיש געשטעלט אַ טרויעריקן פּונקט אויפֿן פּרעכטיקן פּרק פֿון וועזנטלעכן ייִדישן ליטעראַרישן שאַפֿן אין תּל־אָבֿיבֿ. עס זייַנען אַדורך זינט דאַן צען יאָר, און אינעם יאָר 2014 האָט דער ייִדישער וועלט-קאָנגרעס באַשלאָסן צו גרינדן אַן אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור. מע האָט זיך ניט לאַנג געוואַקלט אַרום דער פֿראַגע, וווּ זאָל דער נייַער ייִדיש-צענטער זיך באַזירן, און מע האָט באַשלאָסן, אַז פֿון היסטאָרישן שטאַנדפּונקט איז אַמערסטן באַרעכטיקט, דער צענטער זאָל זיך געפֿינען אין ווילנע, אין ירושלים דליטא. מיך האָט מען נאָמינירט ווי דער אַקאַדעמישער אָנפֿירער פֿון דער נייַ-אויפֿגעשטעלטער אינסטיטוציע.
אַזויאַרום אין חודש אַפּריל 2014 בין איך דאָס ערשטע מאָל געקומען קיין ווילנע. עס האָט מיך דעמאָלט אַרומגעכאַפּט אַ געפֿיל, וועלכן איך האָב קיינמאָל ניט געשפּירט ערגעץ-וווּ אַנדערש. קומענדיק אין דער שטאָט צום ערשטן מאָל אין מייַן לעבן, האָב איך דייַטלעך דערפֿילט, אַז איך קען זייער גוט אָט-אָ די שטאָט. איך האָב גאָר ווייניק געדאַרפֿט קוקן אין דער מאַפּע. די גאַסן האָבן אויסגעזען גאַנץ באַקאַנט, און אין דעם מאָמענט, ווען כ׳האָב איבערגעטייַטשט פֿאַר זיך די מאָדערנע ליטווישע נעמען אין די געוועזענע פּוילישע, האָב איך זיך דערפֿילט אין דער היים. כ’האָב לאַנגע שעהען געבלאָנדזשעט איבער דער שטאָט, אַרומגעגאַנגען ווי אין אַ מין נעפּל. פֿאַר די אויגן זייַנען געווען די מאָדערנע מענטשן און נייַ-מאָדישע געשעפֿטן, נאָר כ’האָב אינעם דמיון פּלוצעם דערזען יענע ווילנע, קאָרפּינאָוויטשעס היימשטאָט מיט אַלע אירע איינצלהייטן, מיט אירע אומפֿאַרגעסלעכע טיפּאַזשן. עס האָט מיך אַרומגענומען אַ זעלטן געפֿיל פֿון אַ מין צעשפּאָלטנקייט, פֿון דואַלקייט. די אויגן האָבן געזען אַ שיינע מאָדערנע אייראָפּעיִשע שטאָט מיט הייַנטיקע אייַנוווינער, מיט אַלע סימנים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, און אינעם דמיון איז געלאָפֿן אַן אַלטער שוואַרץ-ווייַסער פֿילם מיט די זעלבע גאַסן און די זעלבע הייַזער, אָבער פֿול מיט היימישע ייִדן מיט בערד, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קאַפּאָטעס, און ווייַבער אין שאַלן, אַרומגעוויקלט אין דערעס. דער „פֿילם‟ איז געווען אַ שטומער, ווייַל מע האָט ניט געהערט פֿון ערגעץ ניט קיין ייִדיש וואָרט, וואָס האָט, לויט קאַרפּינאָוויטשעס זכרונות, געהאַט אַמאָל אין ווילנע אַזאַ כּוח, אַז אַפֿילו די ניט-ייִדן האָבן אין זיך אייַנגעזאַפּט זייַנע קלאַנגען.
אַזוי, זיך אַרומדרייענדיק איבער ווילנע, האָב איך פּלוצעם דייַטלעך באַזיניקט דעם פֿאַקט, אַז אין אַלע זייַנע דערציילונגען פֿלעג אַבֿרהם פֿאַרצייכענען די אַדרעסן, נעמען פֿון גאַסן און פֿון פֿאַרשיידענע פּלעצער אין דער שטאָט, און אין יענעם מאָמענט האָב איך זייער באַדויערט, וואָס כ’האָב בייַ אים זייַנערצייט ניט געפֿרעגט, צי ער האָט עס געטאָן אומיסטן, מיט אַ כּוונה, אָדער ס’איז סתּם געווען אַ טייל פֿון זייַן סטיל. אָבער אָט די קלייניקייט האָט מיר שפּעטער דערמעגלעכט אַדורכצופֿירן פֿאַר הונדערטער אָנטיילנעמער פֿון די ייִדיש-סעמינאַרן, וועלכע זייַנען אַדורכגעגאַנגען אינעם ייִדיש-צענטער, „שפּאַצירנדיקע לעקציעס‟ לויט קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונגען.
סוף קומט