דוד-עומר כּהן
ערשטער טײל פֿון דעם ציקל „מאַסאָנישע מעשׂיות‟: די מעשׂה פֿון אַ תּלמיד
טײַערער אַמיר,
ברוך הבא! דו ביסט געקומען אױף דער װעלט מיט אַ האַלב יאָר צוריק. קענסטו נאָך נישט לײענען קײן װאָרט פֿון דעם, װאָס איך װעל דיר שרײַבן אָט דאָ. צו װאָס איז ביכולת אַ קינד אַ נאָר װאָס געבױרנס? אַזױ װי אַ בלינדער, קענסטו אָבער הערן, שפּירן, שמעקן און טרינקען. בקיצור, דו קענסט דערפֿאַרן. אַזױ אַרום האָף איך, אַז כאָטש דו קענסט נאָך נישט פֿאַרשטײן די דאָזיקע װערטער, און די שאַנס, אַז מיר װעלן זיך אַ מאָל באַגעגענען פּנים־אל־פּנים, איז זײער קלײן, װעסטו פֿאָרט אױף עפּעס אַן אופֿן דערפֿאַרן, אַז איבער אַ דיסטאַנץ פֿון בערג, ימען און אַ סך טרױער, בענקט מײַן האַרץ צו דײַנס.
הײַנט איז דער 2טער פֿעברואַר, 2026. מע קען אױך זאָגן ט”ו בשבט ה’תשפ”ו, און דו װעסט מסתּמא זאָגן, אַז הײַנט איז דער 14טער שאַבאַ’אַן 1446. איך בין אַ ייִד און דו װעסט געוויס אױפֿװאַקסן װי אַ מוסולמענער. האָסט אַװדאי פֿון קריג און שלום נאָך קײן שום אַנונג ניט, אָבער װײס אײן גאָט אין הימל, אַז דו װעסט זיך באַלד דערװיסן. אַ שײן װערטל, אַנישט, „װײס אײן גאָט אין הימל‟? כ’האָף, אַז דו װעסט זיך אױך דערװיסן, אַז ס’איז טאַקע אײן אײנציקער גאָט, און אַפֿילו דער זעלביקער, װאָס הערשט איבער דײַן לעבן, אַזױ װי איבער מײַנס. פֿון אַללאַ צו השם איז נאָר אַ קאַצן־שפּרונג. כ’האָב אַ חשד, אַז דײַן מאַמע װעט דיך אױסלערנען אַזעלכע טעאָלאָגישע לעקציעס. הגם אַ מאָל פֿרעג איך זיך, צי איך האָב זי ממש װען אַ מאָל געקענט, בין איך זיכער, אַז אַזױ פֿיל װײס איך יאָ װעגן איר.
זאָלסט־זשע מיר װיסן, ייִנגעלע, אַז דײַן מאַמע און איך זענען אַ מאָל געװעזן גוטע־פֿרײַנד. מיר האָבן אַפֿילו אַ מאָל געזאָגט, אַז מיר האַלטן זיך פֿאַר בעסטע פֿרײַנד. מיר האָבן זיך באַקענט אינעם לעצטן שול־יאָר, צוזאַמען מיט נאָך אַ סך תּלמידים, װען מיר האָבן זיך געפֿונען אַ פּאָר מאָנאַטן פֿאַר די לעצטע עקזאַמענס און זענען געװאָרן אַ גרופּע חבֿרים. מיט דער גרופּע האָט מען זיך געטראָפֿן נאָך אַ סך יאָרן, איבערגעלעבט אי שװערע טעג, אי גלענצנדיקע, אַװאַנטורעס אין אױסלאַנד, געלעכטער און געװײן, אַ קיצור: מע האָט זיך געטײלט מיט לײדן און פֿרײדן. הלװאַי זאָלסטו אַ מאָל אין דײַן לעבן אױף יענער זײַט אַטלאַנטיק געפֿינען אַזעלכע פֿרײַנד, װאָס זענען געװאָרן דיר ווי אַ משפּחה, טײַער װי דאָס לעבן אַליין!
נאָר אין אײנעם אַ טאָג איז געקומען די מגפֿה, װאָס האָט געפּלאָגט די גאַנצע װעלט אַן ערך פֿינעף יאָר פֿאַר דעם, װאָס דו האָסט דערזען די ליכטיקע שײַן. דעמאָלט איז געװאָרן שװער זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים: האָט מען זיך געזען בעיקרשט הינטערן עקראַן און פֿאַרלױרן דעם קאָנטאַקט נישט נאָר צו די מיטמענטשן, נאָר אױכעט צו זיך אַלײן. פֿאַר אײנער פֿון אונדז איז דאָס בפֿרט געװען אַן אָנשיקעניש: כ’מײן די פֿרױ, װאָס איז צו יענער צײַט נאָך נישט געװען דײַן מוטער. צוליב דער פּאַנדעמיע האָט זי נישט געקענט פֿליִען אױף יענער זײַט ים, כּדי אױפֿצובױען אַ לעבן מיט דײַן קומענדיקן טאַטן. האָבן זײ זיך געזען נאָר דורכן „װאַצאַפּ‟, באַלד אַיעדן טאָג, און אױסגעגאַנגען אײנע נאָכן צװײטן פֿון בענקשאַפֿט, װאָס האָט געזוכט און געזוכט, און אין ערגעץ קײן תּיקון נישט געפֿונען…
װעגן דער דאָזיקער ליבע־שמיבע זענען אירע חבֿרים אַלע געװען אַ ביסל חושד: אײניקע מער װי די אַנדערע, אָבער לחתּכילה האָבן אַלע זיך װעגן איר געזאָרגט. איר חבֿר איז געװען אַ מוסולמענער, װאָס װױנט אין די פֿש״אַ: פֿאַר װאָס זשע האָט זי נישט געקענט געפֿינען אַ ליובאָװניק דאָ אין לאַנד? װען ס’איז געװאָרן אַלץ קלאָרער, אַז אין איר האַרצן איז אױסגעװאַקסן אַן אמתדיקע ליבשאַפֿט, האָט זי שױן גענומען קלערן װעגן עמיגראַציע — אַ חלום בײַ איר, און בײַ מיר אַ קאָשמאַר. כ’האָב אַלײן געװױנט אין אױסלאַנד פֿינעף יאָר און געװוּסט, אַז נישט אַיעדע חבֿרשאַפֿט קען בלײַבן אַזױ, װי ס׳איז געווען אַ מאָל.
אַמיר, טײַערינקער, אױב דער דאָזיקער בריװ װעט אַ מאָל דערגײן צו דײַנע אױגן, װעסטו זיך אפֿשר פֿרעגן: פֿאַר װאָס האָב איך ביז אַהער נישט דערמאָנט סײַ דײַן מאַמעס נאָמען און סײַ מײַן אײגענעם? װאָלסטו געװען גערעכט: מײַן נאָמען איז דוד־עומר, און דײַן מאַמע האָט אַ מאָל געהײסן מאַריאַ. מעגלעך, זי רופֿט זיך הײַנט אפֿשר מיריעם, הײב איך ניט אָן צו װיסן. אַ מאָל האָט געזאָגט אַ געוועזענער חבֿר אונדזערער, אַז איר אַריבערגײן אין איסלאַמישן גלױבן, איז מער געשען צוליב קולטורעלע סיבות, אײדער צוליב איר אמתער איבערצײַגטקײט, אַז נאָר אַזוי, קען זי געפֿינען דעם װעג צו גאָט און צו זיך אַלײן.
אפֿשר װעסטו מיך פֿרעגן, הלמאַי דװקא צוליב איר אַריבערגײן אין יענער רעליגיע האָבן מיר זיך טראָט בײַ טראָט דערווײַטערט איינער פֿון אַנדערן. װעסטו מיר דערמאָנען, אַז איך אַלײן בין אױך אַ מין קאָנװערטירטער: װען כ’בין געװען אַלט אַרום צװאַנציק יאָר, בין איך אַראָפּ פֿונעם אומברחמנותדיקן װעג פֿון אַטעיִזם און געװאָרן רעליגיעז. כ’האָב זיך דערװוּסט, אַז פֿון אַ װעלט אָן גאָט פֿאַרשטײ איך נאָך װײניקער, אײדער פֿון אַ װעלט, אין װעלכער דער אײבערשטער איז אױף עפּעס אַן אופֿן פֿאַראַן. פֿאַר די פֿראַגעס, װאָס זענען אַנטשטאַנען צוליב דעם אַנטשײד, האָב איך גענומען זוכן ענטפֿערס אין דער ייִדישער רעליגיע, אין דער אמונה פֿון מײַנע אָבֿות. אױב אַזױ, איז פֿאַר װאָס האָב איך נישט געקענט פֿאַרשטײן דײַן מוטערס באַגער צו גאָט, אַפֿילו, אױב דער װעג צו אים װאָלט געװען אַן אַנדערער? מײַן ערשטער נאָמען איז אַ ייִדישער, מײַן צװײטער איז אַן אַראַבישער — כ’הײס דוד־אָמאַר, אַזױ װי אָמאַר כאַיאַם און אָמאַר שאַריף, צװײ גלױבנס־ברידער דײַנע. איז פֿאַרװאָס איז מיר פּלוצעם געװען אַזױ שװער צו אַקצעפּטירן די דאָזיקע װענדונג פֿון דײַן מוטערס דרך־החײם?
װעסט אַפֿילו קענען זאָגן, אַז איך בין אַ גרױסער היפּאָקריט, װײַל באַלד נאָכן דרײַסיקסטן געבורטסטאָג האָב איך זיך נאָך אַ מאָל באַקערט, נאָך דעם װי דײַן מאַמע האָט דאָס שױן געהאַט געטאָן. קײן מוסולמענער בין איך ניט געװאָרן און אױך נישט קײן קריסט, נאָר דורך אַ מין סודותדיקן געבױרן װערן פֿון דאָס נײַ, בין איך געװאָרן אַ פֿרײַמײַער.
װעסט האָבן אַ סך פֿראַגעס. װאָס עפּעס אַ פֿרײַמײַער? מיט װאָס עסט מען עס? אױב דו האָסט שױן אַ מאָל געהערט דאָס װאָרט, װעסטו מעגלעך אויך אָנהייבן גלייבן אין די פֿאַרשפּרייטע באָבע־מעשׂיות, װאָס מע הערט בײַ אַ סך מענטשן, אַז פֿרײַמײַער רעגירן מיט דער װעלט; זײ היטן כּל־מיני סודות און אױב מע װיל װערן אַ מיטגליד פֿון זייער ברודערשאַפֿט, מוז מען זיך אױסטאָן און פֿאָרן אָנגעשיכּורטערהײט אױף אַ ציג רײַטנדיק. אָבער אױב דו האָסט געהערט אַ ביסל מער, װעסטו מעגלעך טענהן: „מע האַלט אין אײן איבערחזרן, אַז פֿרײַמײַער פּרוּװן אָפּווישן די גרענעצן צװישן מענטשן און געפֿינען דאָס, װאָס מאַכט זײ נענטער אײנער צום צװײטן. איז װאָס, צוליב דעם טאַקע וואָס דו ביסט אַ פֿרײַמײַער, האָסטו זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער חבֿרשאַפֿט מיט מײַן מאַמען און זי געלאָזט אױף הפֿקר אין אַ פֿרעמדער װעלט, הינטער די הרי־חושך? װי אַזױ קענסטו קוקן אויף זיך אין שפּיגל און זיך האַלטן פֿאַר אַ חכם, װיסנדיק, אַז דו האָסט זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון איר, און פֿון מיר בתוכם? כ’האָב אַזױ אָפֿט געהערט, אַז מײַן מאַמע האָט געװײנט, װײַל דו ביסט מער נישטאָ, און יעצט שרײַבסטו מיר אַ בריװ אױף ייִדיש און רעדסט װעגן דער ברודערשאַפֿט צװישן מענטשן, אַפֿילו צװישן שׂונאים? פֿון װאַנען נעמסטו די חוצפּה זיך צו באַרימען מיט דעם נאָמען אָמאַר? ממזר בן־ממזרים! גײ אין דר’ערד און לאָז מיך אָפּ!‟
יאָ, אַזױנס װאָלסטו געקענט טענהן, און װאָלסט געװען גערעכט… יעדנפֿאַלס, פֿון דײַן קוקװינקל. אָבער דו װײסט נישט דעם גאַנצן אמת. צי האָט דײַן מאַמע דיר דערצײלט, אַז בעת דער פּאַנדעמיע האָט דײַן צוקונפֿטיקער טאַטע זיך פֿון איר צעשײדט און נישט געװאָלט זאָגן פֿאַר װאָס? ער האָט פּשוט געשיקט אַ „װאַצאַפּל‟, געזאָגט אַז ער גלייבט שױן נישט אין זײער ליבע, און אױס קאַפּעליושמאַכער. גײ פֿאַרשטײ! אױ, כ’דערמאָן זיך אין די טרערן אױף איר געזיכט, אונטער די בלאָנדע האָר, דעם געזיכט, װאָס האָט מיך אַ מאָל אַזױ אַנטציקט, אַז… נאָר נישט דאָס בין איך אױסן. כ’װעל געבן אַן ענטפֿער אױף דײַנע טענות, און דער ענטפֿער װעט זײַן אַן ערלעכער. אַיעדער האָט רעכט צו האָבן כאָטש אײן מענטשן, פֿון װעמען ער קאָן הערן דעם אמת.
כ’האָב אַ חשד, אַז אױב דו װעסט אַ מאָל לײענען אָט די װערטער, װעסטו זיך דערשרעקן. מסתּמא, האָבן דײַנע עלטערן אַלעמאָל באַהאַלטן פֿאַר דיר דעם גרױסן סוד, שױן אָפּגערעדט פֿון דער סיבה, פֿאַרװאָס דײַן קומענדיקער טאַטע, אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן, האָט איר אָפּגעטאָן אַזעלכע שטיק. אױב אַזױ, איז הער אַ מעשׂה! נאָך דעם װי זי האָט אים אײן מאָל און אָבער אַ מאָל געפֿרעגט וועגן דעם, האָט ער סוף־כּל־סוף מודה געװען, אַז ער האָט נישט געקענט זײַן מיט אַ פֿרױ, װאָס גלייבט נישט אינעם איסלאַם.
װען זי האָט מיר אַזױנס דערצײלט, װײנענדיק און כליפּענדיק, יאָמערנדיק װי אַ װילדע חיה, בין איך געװאָרן מוראדיק אין כּעס. זאָלסטו װיסן, אַז אינעם ייִדנטום איז נישט לײַטיש יענעם צו װינטשן אַ סך שלעכטס, באַנוצט מען זיך מיט באַהאַלטענע װערטלעך, למשל: „זאָל ער װערן אַ לאָמפּ‟, אָבער כ׳בין נישט נאָר אַ ייִד, כ׳בין אַ נידערלענדער אױכעט. ייִנגעלע, עפּעס ביסטו אױך אַ שטיקל נידערלענדער: מיר װײסן, װי אַזױ מע זאָל פֿאַרשעלטן יענעם העט אין קבֿר אַרײַן! די קללות זענען אַזױ שרעקלעך, אַז כ’קען זײ אױף ייִדיש אַפֿילו נישט אױסדריקן! צי רעדסטו נידערלענדיש, אַמיר? האָט דײַן מאַמע געהאַלטן פֿאַר נײטיק צו רעדן מיט דיר די שפּראַך פֿון אירע עלטערן, פֿון אירע חבֿרים, פֿונעם לאַנד, װוּ זי איז געבױרן געװאָרן? אָדער רעדט זי מיט דיר אױף ענגליש און אַראַביש, זאָלסט אונטערװאַקסן װי אַן אַמעריקאַנער און נישט װיסן פֿון דײַנע װאָרצלען אױף יענער זײַט ים?
נו, אַזױ צי אַנדערש, האָב איך געפּרוּװט מנחם זײַן מאַריאַ, באַרויִקן מאַריאַ, דערמוטיקן מאַריאַ, צו זאָגן, אַז זי װעט זיכער געפֿינען אַן אַנדער מאַן, מיט װעמען זי וועט קאָנען שאַפֿן פֿאַר זיך אַ ביסל גליק… אַז אױב אַ מאַן פֿאָדערט פֿון איר אַזױנס, איז מיט אים סײַ װי נישט מעגלעך צו שאַפֿן אַן אױפֿריכטיק לעבן… אַז זי זאָל זײַן געטרײַ זיך אַלײן, און נישט בײַטן איר לעבנס־שטײגער פֿאַר אַזאַ נאָגודניק און ליבהאָבן זיך אַלײן, אַזױ װי זי איז…
אַ נעכטיקער טאָג, ייִנגעלע. אַלץ איז געװען אומזיסט. באַלד האָט זי דערצײלט, אַז יענער פּא־צדיק, זײַ מיר מוחל די רײד, האָט צוריק אָנגעהױבן איר צו שיקן טעקסטלעך, איר קלינגען כּמעט אַיעדן טאָג… דעמאָלט איז געקומען די גורלדיקע רגע. צי געדענקסטו, ווען כ’האָב דיר געזאָגט, אַ אַיעדער באַדאַרף כאָטש איינעם אין לעבן, וואָס וועט זאָגן דעם אמת העט אין פּנים אַרײַן. האָב איך געטענהט חי־וקײם, מיט קלאָרע דיבורים, אַז די דאָזיקע מעשׂה זאָל נעמען אַ סוף װאָס גיכער, װאָרעם קײן גוטס װעט פֿון דעם נישט אַרױס. האָט זי מיך געדאַנקט פֿאַר דער דאָזיקער מײנונג.
מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער, האָב איך שוין זעלטן װען פֿון איר געהערט. עפּעס האָב איך געװוּסט, אַז אונדזער ליבע װעט דאָס נישט איבערלעבן, נאָר כ’האָב נישט געװאָלט אין דעם גלייבן. ייִנגעלע, װען דו װעסט עלטער װערן, װעסטו זיך װוּנדערן זײער אָפֿט, װי גוט מענטשן זענען בכּוח אָפּצונאַרן זיך אַלײן… אַ קיצור, אַ האַלב יאָר נאָך דעם דאָזיקן שמועס, האָט זי דערצײלט אונדזערע פֿרײַנד, אַז מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָט זי אָנגעהױבן לעבן װי אַ מוסולמענערין.
צי איז דאָס געװען דער אָנהײב פֿון אַ סוף, צי שױן דער סוף אַלײן? יעצט, שפּעטער מיט דרײַ יאָר, מײן איך, אַז דעמאָלט האָבן מיר שױן געקענט װיסן, אַז דעם װעג צוריק װעלן מיר אײנער צום צװײטן נישט געפֿינען. נאָר ס’האָט נישט אַזױ שטאַרק װײ געטאָן דאָס געזעגענען זיך, װי דאָס מודה זײַן, אַז קײן נײַער אָנהײב װעט מסתּמא נישט קומען.
אָבער פֿאַר װאָס, אַמיר, לשם װאָס, אױב איך גלייב, אַז אַ נײַער אָנהײב װעט טאַקע נישט זײַן מעגלעך, שרײַב איך אַ בריװ צו דיר? דער בריװ איז מסוכּן אַ מאָדנער: כ’האָב אים אָנגעשריבן אין אַ שפּראַך, װעלכע דו קענסט נישט, און גערעדט פֿון זאַכן, װאָס אַ ייִנגל אין דײַן עלטער הײבט אַפֿילו ניט אָן פֿאַרשטײן. קענסט פּשוט מיטן שׂכל נישט באַנעמען, אַז די שׂינאה צװישן ייִדן און מוסולמענער, הגם מיר זענען אַלע בני־אַבֿרהם, װערט אַלץ גרעסער. און װאָס פֿאַרשטײט אַ קינד, ווען עס גייט אין ליבע?
פּונקט צוליב דעם שיק איך דעם דאָזיקן בריװ צו דיר, אַמירעלע, מײַן אוצר, מײַן קרױן. יעצט קען איך דיר מודה זײַן, אַז כ’האָב אַ מאָל דערצײלט דײַן מאַמען, אַז כ’בין געװען אין איר פֿאַרליבט. נישט עפּעס סתּם אַ פּוסטער חלום, נאָר פֿאַרליבט אױף דער װאָר: כ’האָב זי ליב געהאַט װי אַ שװעסטער אַ פֿאַרבענקטער, אַ פֿרױ אַ באַגערטער, אַ מיטמענטש אַ געליבטן. כ’האָב נאָך אַלץ דעם ליבע־בריװ, אין װעלכן כ’האָב איר אַלץ דערצײלט װעגן מײַנע געפֿילן, אױף אַזױ פֿיל װי אַ יונגער־מאַנטשיק האָט פֿאַרשטאַנען, דאָס צו טאָן. פּונקט אַזױ װי אָט דער בריװ, איז אויך יענער אָנגעשריבן אין אַ שפּראַך, װעלכע זי האָט ניט פֿאַרשטאַנען. האָב איך פֿאַר איר פֿאַרטײַטשט, װאָס כ’האָב געװאָלט אױסדריקן, װײַל אין אונדזער בשותּפֿותדיקער נידערלענדישער שפּראַך האָבן די װערטער גענוג כּוח ניט געהאַט, און יעצט, בײַם אָנשרײַבן אָט־אָ דעם שרײַבעכץ, גײ איך אױס בײַם געדאַנק, אַז קײן נידערלענדיש װעסטו אפֿשר קײן מאָל ניט פֿאַרשטײן. װײַל אױב דײַן מאַמע איז גרײט צו פֿאַרלאָזן אַזױ פֿיל פֿון זיך אַלײן, כּדי זיך אַריבערקלײַבן העט אין „טראָמפּיסטאַן‟, די פֿאַרשאָלטענע פֿש״אַ, װעט זי אפֿשר אױך מוותּר זײַן אױף איר מוטער־שפּראַך און װערן אַ מוטער אין אַן אַנדער שפּראַך. די מאַריאַ, װעלכע איך האָב געקענט, װאָלט קײן מאָל אַפֿילו ניט געטראַכט דערװעגן, אָבער כ’האָב מורא, אַז מיט דער דאָזיקער מאַריאַ װעסטו זיך קײן מאָל ניט באַקענען, כאָטש דו ביסט איר זון.
אױ, ס’איז מאָדנע צו טראַכטן װעגן דעם, אָבער אױב זי װאָלט דערװידערט מײַן ליבע, װאָלסטו אפֿשר געװען מײַן זון אױכעט! װאָלט איך געװען דײַן טאַטע, װאָלט איך דיך ליב געהאַט מיט אַלע מײַנע חושים! נאָר דאָס קינד, װאָס מאַריאַ און איך האָבן קײן מאָל ניט באַקומען, איז אַװעק זוכן אַ תּיקון אין אַנדערע װעלטן… איך װײס, איך װײס, אַז אַזאַ װעלט איז נישט פֿאַראַן… און אױב זי איז טאַקע יאָ פֿאַראַן, װאָלסטו ניט געװען דו, אַמיר, נאָר געהאַט עפּעס אַן אַנדער נאָמען. דודס און מאַריאַס זון װאָלסטו געװעזן, נישט מאַריאַס זון פֿון יענעם פּאַסקודניאַק, װעמענס נאָמען כ’װיל אַפֿילו ניט דערמאָנען.
נײן, װאַרט אַ רגע, כ’מוז דערמאָנען זײַן נאָמען אױכעט. פּונקט צוליב דעם האָב איך דיר געשריבן דעם דאָזיקן בריװ, אַמירעלע. כ’האָב דיר געװאָלט שרײַבן נישט עפּעס סתּם אַ בריװל, נאָר אַ מאַסאָנישן בריװ, אַ בריװ פֿון עמעצן, װאָס באַרימט זיך נישט בלויז מיטן נאָמען פֿון אַ פֿרײַמײַער, נאָר פּרובירט מיט אַלע זײַנע כּוחות צו לעבן לױט די פֿרײַמײַערישע פּרינציפּן. לױט דעם פּרינציפּ מוז איך אָנערקענען נישט נאָר דיך, ניט געקוקט אויף אַלצדינג, װאָס האָט אונדז צעשײדט, װי אַ מענטש אַ ברודער. אַן אמתדיקער פֿרײַמײַער קען דערקענען זיך אַלײן אין אַ פֿרעמדן, און אַ פֿרעמדן אין זיך אַלײן, און פּרוּװן דאָס צו טאָן בײַ יעדן, װעלכע ער באַגעגנט אױפֿן דרך־החײם.
דאָס איז דער סוד פֿון פֿרײַמײַערײַ, אַמיר, װאָס רופֿט בײַ אַלע אַרויס אַ װוּנדער. פֿאַרגעס אָן דעם גאַנצן כּישוף, פֿאַרגעס אָן דער ציג. אױב דו װעסט זוכן דעם סוד פֿון פֿרײַמײַערײַ אױסער זיך אַלײן, װעסטו עס אין ערגעץ נישט געפֿינען.
װײס נאָר אײן גאָט, יאָ, טאַקע, אײנער און דער זעלביקער גאָט, װעלכער איז דײַן און מײַן האַר אַזױנס פֿאָדערט צו האָבן אַ היפּש ביסל חכמה און אַ סך גבֿורה אױכעט. װעל איך גײן זוכן זיך צו געפֿינען דעם כּוח, דיר אַ מאָל צו שרײַבן אַ בריװ ניט אױף ייִדיש, נאָר אין אַ לשון, װאָס מיר װעלן בײדע פֿאַרשטײן, כּדי מיר זאָלן קענען װײנען יענעמס טרערן, לאַכן יענעמס געלעכטער און געפֿינען דװקא אין אונדזערע חילוקים אונדזער לעבנס־קראַפֿט.
דערװײַל, אַמירעלע, טײַערינקער, ייִנגעלע מײַנס, שיק איך דיר דעם דאָזיקן בריװ. איך װײס, אַז בײַ מאַריאַ און… אַכמאַד… װעסטו הערן װעגן מיר און װאַקסן אָן שום סימפּאַטיע. נאָר איך האָף, אַז װען ס’װעט אַ מאָל קומען דער טאָג פֿון אונדזער באַגעגעניש, װעלן מיר לאַװ־דװקא ליב האָבן אײנער דעם אַנדערן. קײן סימפּאַטיע באַדאַרף מען פֿאַרן צװײטן ניט צו פֿילן. אָבער לאָמיר, כאָטש ס’איז דאָ אַזױפֿיל, װאָס שטײט צװישן אונדז, אין אײן זאַך זיך דערמאָנען: אױב מע װיל אין זיך געפֿינען דעם װעג, װעט פֿון אָמאַר צו אַמיר זײַן נאָר אַ קאַצן־שפּרונג.