יעווגעני קיסין
2.
קײן שום אומאָנגענעמלעכקײטן האָט מישע נאָך יענער נסיעה נישט געהאַט. װי דער שטײגער איז געװען, האָט ער אָפּגעגעבן זײַן האָנאָראַר פֿאַר אַלע קאָנצערטן אין דער בוכהאַלטעריע פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ — און קײנער האָט אים גאָרנישט ניט געזאָגט, דאָס לעבן איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, װי געװײנטלעך. אין עטלעכע חדשים אַרום, אין אײנעם אַן אָװנט אָנהײב סעפּטעמבער, װען מישע האָט זיך אומגעקערט אַהײם פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע, האָט די מאַמע אים געזאָגט:
— סע האָט דיר געקלונגען אַ זשורנאַליסטקע פֿון אונגאַרן — מסתּמא, יענע, װאָס דו האָסט דערצײלט װעגן איר. זי האָט געזאָגט, אַז זי איז אַצינד אין מאָסקװע און איבערגעלאָזט איר טעלעפֿאָן–נומער.
מישע האָט אָנגעקלונגען אויף דעם נומער — יאָ, דאָס איז טאַקע געװען יודיט. זי האָט מיטגעטײלט מישען, אַז זי איז געקומען צו פֿאָרן קײן מאָסקװע אױף פֿיר יאָר, און פֿאָרגעלײגט זיך צוזאַמענטרעפֿן.
— זײַ פֿאָרזיכטיק, — איז די מאַמע געװאָרן אומרויִק.
— װאָס איז דאָ צו זײַן פֿאָרזיכטיק? אונגאַרן איז פֿאָרט אַ סאָציאַליסטיש לאַנד.
— און דאָך… מאַלע װאָס ס׳קאָן געשען?
זײ האָבן זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע טעג שפּעטער אינעם פּאָפּולערן, באַזונדערס צװישן דער יוגנט, ניט–טײַערן, נײַערט זײער גוטן קאַפֿע לעבן דער מעטראָ–סטאַנציע „אָקטיאַברסקאַיאַ‟, װאָס האָט געהײסן „שאָקאָלאַדניצאַ‟ און װוּ מע פֿלעגט דערלאַנגען בלינצעס מיט אײַזקרעם, לימאָנאַדן, הײסן שאָקאָלאַד און אַנדערע געשמאַקע זאַכן. דערנאָך האָבן זײ שפּאַצירט אַרום דער שטאָט אַ פּאָר שעה, און מישע האָט באַגלײט יודיט ביזן הױז, אין װעלכן זי האָט געװױנט. דאָס איז געװען אַ גרױסער בנין פֿאַר אױסלענדישע דיפּלאָמאַטן און זשורנאַליסטן אױף דער קאַלאַנטשאָװסקאַיאַ–גאַס, ביז אַהער האָט מישע אים קײן מאָל נישט געהאַט געזען. סע האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז יודיט האָט געקענט מאָסקװע זײער גוט און איז געװען פּערזענלעך באַקאַנט מיט באַרימטע דאָיִקע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן; זי פֿלעגט בײַ זײ נעמען אינטערװיוען, בעת זי האָט געאַרבעט אין מאָסקװע מיט עטלעכע יאָר צוריק, און מיט אײניקע פֿון יענע, װאָס זײַנען איר געװען סימפּאַטיש, האָט זיך איר אַפֿילו אײַנגעגעבן זיך צו פֿאַרחבֿרן.
אין יענעם אָװנט, װען אינעם שמועס איז דערמאָנט געוואָרן מישעס פּיאַנע–פּראָפֿעסאָר, האָט יודיט געזאָגט פֿאַרקלערטערהײט: „אָט, װען איך װאָלט געקאָנט בײַ אים נעמען אַן אינטערװיו…‟.
— איך װעל בײַ אים פֿרעגן, — האָט מישע זיך אָנגערופֿן, — אמת, ער איז זײער אַ פֿאַרבאָרגענער מענטש, נאָר איך װעל פֿרעגן.
בײַם סוף פֿון זײַנעם אַ לימוד האָט מישע אומדרײסט געזאָגט עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן, אַז בעת ער איז געהאַט געװען אין אונגאַרן מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט ער זיך געהאַט באַקענט דאָרטן מיט אײנער אַ זשורנאַליסטקע, זײער אַ װױלער און קלוגער פֿרױ; אַצינד אַרבעט זי אין מאָסקװע און װאָלט זײער געװאָלט נעמען אַן אינטערװיו בײַ גילסקערן. יענער האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ פּאָר װײַלעס און געענטפֿערט:
— גוט, זאָל זי מיר אָנקלינגען.
— כ׳מעג איר געבן אײַער טעלעפֿאָן–נומער?
— יאָ, גיב איר מײַן טעלעפֿאָן–נומער.
מיט אַ װאָך שפּעטער, איידער ער האָט אָנגעהויבן דעם לימוד, האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש געזאָגט מישען:
— די זשורנאַליסטקע דײַנע פֿון אונגאַרן איז טאַקע באמת אַ קלוגע און אַ װױלע. ס׳איז געװען אָנגענעם צו האָבן אַ שמועס מיט איר.
פֿון יענער צײַט אָן האָבן מישע און יודיט אָנגעהױבן פֿון מאָל צו מאָל זיך צוזאַמענטרעפֿן. זי פֿלעגט אים אײַנלאַדן אױף גוטע ספּעקטאַקלען אין די בעסטע מאָסקװער טעאַטערס: „חבֿר, גלײב…‟ און „דעם בענעפֿיס‟ אין „טעאַטער אױף טאַגאַנקע‟, „באַלאַלײַקין and Co‟ אין „דער מיטצײַטלער‟ און אַנדערע; היות זי איז געװען אַ זשורנאַליסטקע, איז איר געװען גרינג צו קריגן בילעטן אױף זײ. מישע האָט זיך באַגעגנט מיט יודיט מיט פֿאַרגעניגן, אָבער זיך געסטאַרעט נישט איבערצוטרעטן אַ געװיסע גרענעץ: נישט געקוקט אױף דער װאַקסנדיקער צוטרױלעכקײט אין זײערע באַציִונגען, פֿלעגט ער זיך אומישנע אירצן מיט איר די גאַנצע צײַט און האָט איר דערצײלט בײַ דער ערשטער גינסטיקער געלעגנהײט, אַז ער האָט אַ כּלה אין לענינגראַד. יודיט, פֿון איר זײַט, פֿלעגט אױך נישט מאַכן קײן פּרוּװן אָנהייבן זיך דוצן מיט מישען, האָט נישט אַרױסגעװיזן קײן שום װײַבערשן אינטערעס צו אים, און אױב אַפֿילו סע זײַנען בײַ איר יאָ אױפֿגעקומען עפּעס געפֿילן צו מישען, האָט זי עס קײן מאָל נישט אַרויסגעװיזן. בשעת אײנעם פֿון זײערע באַגעגענישן האָט זי אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז בעת זי איז געװען אין מאָסקװע דאָס ערשטע מאָל, האָט זי געהאַט דאָ עפּעס אַ ליבע–געשיכטע, נײַערט גאָרנישט האָט זיך דערפֿון ניט באַקומען.
מישען האָט זיך זײער געװאָלט באַדאַנקען יודיט און זי אײַנלאַדן אױף זײַן סאָלאָ–קאָנצערט, װאָס האָט געזאָלט פֿאָרגעקומען אין מאָסקװע סוף דעצעמבער, אינעם זאַל אױף טשײַקאָװסקיס נאָמען, נאָר דאָס איז געװען נישט נײטיק, װײַל װי אַ זשורנאַליסטקע האָט זי געקאָנט קריגן אַ בילעט אױך אױף יעדן קאָנצערט. באַלד נאָכן אָנהײב פֿון נײַעם יאָר, האָט מען אָנגעקלונגען מישען פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟: ס׳איז װידער אָנגעקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון אונגאַרן, און מע האָט געבעטן מישען אַרײַנקומען אינעם אָפּטײל פֿון די סאָציִאַליסטישע לענדער, כּדי אַרומצורײדן די פּרטים. דאָס מאָל האָבן די אונגאַרן אײַנגעלאַדן מישען צו געבן עטלעכע סאָלאָ–קאָנצערטן און עטלעכע קאָנצערטן מיטן קאַמער–אָרקעסטער אױף ליסטס נאָמען אין פֿאַרשײדענע שטעט פֿונעם לאַנד קומעדיקן פֿרילינג.
— און װאָס װעט איר שפּילן מיטן אָרקעסטער? — האָט דער טשינאָװניק אַ פֿרעג געטאָן בײַ מישען נאָך דעם, װי יענער האָט אים געגעבן זײַן סאָלאָ–פּראָגראַם.
— מיט אַ קאַמער–אָרקעסטער… כממם… — מישע האָט זיך פֿאַרטראַכט, װײַל קײן שום קאָנצערטן פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן און קאַמער–אָרקעסטער האָט ער במשך פֿון די לעצטע יאָרן נישט געשפּילט, — צי מעג איך אײַך געבן צו װיסן אין אַ פּאָר טעג אַרום? װעגן דעם דאַרף איך זיך אַן עצה טאָן מיט מײַן לערער.
אינעם זעלבן אָװנט האָט מישע אָנגעקלונגען גילסקערן. צום גליק, איז יענער געװען אין דער הײם.
— עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, דאָס איז מישע. אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך, װאָס איך שטער אײַך. די מעשׂה איז, אַז מע האָט מיך װידער אײַנגעלאַדן אין אונגאַרן, און בפֿרט לייגט מען מיר פֿאָר צו שפּילן מיט אַ דאָרטיקן קאַמער–אָרקעסטער. זאָגט מיר, צי מעג איך צוגרײטן מאָצאַרטס קאָנצערט אין רע–מינאַר? איך האָב אים אַמאָל געשפּילט אין שול…
— כממם… מאָצאַרטס קאָנצערט איז זײער גוט, אָבער… װייסטו װאָס, לערן בעסער אױס מאָצאַרטס צװײ–און–צװאַנציקסטן קאָנצערט. צי קענסטו אים?
— נ–נײן… — האָט מישע זיך שעמעװדיק מודה געװען.
— נו יאָ, מע שפּילט אים פּראַקטיש נישט. נײַערט דאָס איז אַ װוּנדערלעכע מוזיק. לערן אים אױס, עס װעט זײַן נוצלעך פֿאַר דיר.
— גוט, עמאַנויִל גריגאָריעװיטש.
— אַגבֿ, מישע: דו פֿלעגסט, דאַכט זיך, שרײַבן מוזיק, װי אַ קינד?
— יאָ…
— איז אָט, שרײַב אָן די קאַדענציעס צום ערשטן און דריטן טײל פֿון אָט דעם קאָנצערט.
װען מע האָט אינפֿאָרמירט מישען מכּוח די גענױע דאַטעס פֿון זײַנע קאָנצערטן אין אונגאַרן, האָט ער זיך אָנגענומען מיט חוצפּה און צום ערשטן מאָל אין לעבן אַ פֿרעג געטאָן:
— זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך: צי װאָלט איר געקאָנט בעטן בײַ זײ, איך זאָל האָבן נאָך אײן פֿרײַען טאָג פֿאַר די קאָנצערטן מיטן אָרקעסטער, כּדי איך זאָל באַװײַזן זיך גוט צוגרײטן צו זײ?
מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט מען מיטגעטײלט מישען, אַז די אונגאַרן האָבן מסכּים געװען אױף זײַן בקשה.
אין פֿאַרלױף פֿון די קומעדיקע חדשים האָט מישע געמוזט אָפּשלאָגן די טירן אי פֿונעם „ראָסקאָנצערט‟, אי פֿונעם „סאָיוזקאָנצערט‟, און פּועלן, מע זאָל אָרגאַניזירן פֿאַר אים קאָנצערטן מיט אָרקעסטערס, װוּ נאָר ס׳איז געװען מעגלעך, כּדי ער זאָל קאָנען אָפּשפּילן מאָצאַרטס קאָנצערט עטלעכע מאָל פֿאַר זײַן רײַזע קײן אונגאַרן. דאָס האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ סך שװערער, װי ער האָט געמײנט, װײַל קײן אײן אָרקעסטער אין לאַנד האָט פֿריִער נישט געהאַט געשפּילט אָט דאָס װערק, און כּמעט קײנער פֿון די דיריגענטן האָט נישט געװאָלט עס אױסלערנען ספּעציעל פֿאַר אַ יונגן, מעג זײַן אַ טאַלאַנטירטן, פּיאַניסט. אין לעצטן סך–הכּל האָט מישען זיך אײַנגעגעבן אָפּצושפּילן דעם דאָזיקן קאָנצערט בלױז אין ליטע מיטן ליטװישן קאַמער–אָרקעסטער — אַ װוּנדערלעכן אַנסאַמבל, װאָס קײן אײן אױפֿטריט זײַנעם אין מאָסקװע האָט מישע זיך אַלע מאָל געסטאַרעט נישט דורכלאָזן.
פֿאַר דעם איז מישע שױן אײן מאָל געװען אין װילניוס מיט אַ סאָלאָ–קאָנצערט, און ס׳האָט אױף אים געמאַכט אַ רושם סײַ די שטאָט אַלײן מיט איר פּרעכטיקן קאַטעדראַל פֿון דער הײליקער אַנאַ און אַנדערע װוּנדערשײנע אַלטע געבײַדעס, סײַ אירע מענטשן: אַ סך מער העפֿלעכע, אינטעליגענטישע, ציװיליזירטע, אײדער אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַזױ װײַטער, — האָבן זײ אױסגעזען צו זײַן ממש אײראָפּעער. אַצינד האָט מישע געשפּילט עטלעכע מאָל מיטן דאָרטיקן קאַמער–אָרקעסטער אין פֿאַרשײדענע שטעט פֿון ליטע, און דער שפּיל–סטיל פֿונעם אָרקעסטער איז אױך געװען מער „אינטעליגענטיש‟, אײראָפּעיִש, אַפֿילו אַריסטאָקראַטיש, װי יענער, צו װעלכן מישע איז געװען געװױנט. שױן די סאַמע ערשטע צװײ מיט אַ האַלב טאַקטן פֿונעם ערשטן טײל, דער קורצער tutti, האָט געקלונגען בײַ די ליטװינער נישט מיליטעריש, נאָר גיכער קיניגלעך, מיט אַן אײַנגעהאַלטענער אײדלקײט — און װי אַ דערקלערונג פֿון דעם, זײַנען אין מישעס קאָפּ אױפֿגעקומען די װערטער אױף דער ענטפֿער–רעפּליק פֿון די פֿאַגאָטן, װאָס קומט פֿאָר אױף פּיאַנאָ: „דאָס איז דאָך מאָצאַרט, דאָס איז דאָך מאָצאַרט, דאָס איז דאָך מאָצאַרט — דאָס איז אַלץ‟. מישען איז גלײַך געװאָרן קלאָר, אַז גראָד אַזױ דאַרף מען שפּילן מאָצאַרטן, און ער האָט זיך געסטאַרעט לערנען זיך בײַם אָרקעסטער, פֿאַרבײַטנדיק דעם טעמפּעראַמענט אויף װערדע אין די הילכיקע עפּיזאָדן און, שפּילנדיק די שטילע עפּיזאָדן, נאָך מער צערטלעך און ראַפֿינירט, נישט לאָזן זיך אַרײַנפֿאַלן אין סענטימענטאַלקײט. בשעתן קאָנצערט אין װילניוס, האָט ער געהאַט דאָס געפֿיל, אַז דער קלײנער װײַסער זאַל פֿון דער דאָרטיקער פֿילהאַרמאָניע איז געװען פֿיל פּאַסיקער פֿאַר מאָצאַרטס מוזיק, אײדער דער גרױסער זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע.
פֿון קינדשאַפֿט אָן האָט מישע געהאַט אַ קאָליר–געהער, און מי–בעמאָל מאַזשאָר איז פֿאַר אים געװען בלױ. אין יענע טעג איז אין ליטע געשטאַנען אַ לױטערער װעטער. פֿאָרנדיק מיטן אָרקעסטער פֿון אײן שטאָט אין אַן אַנדערער און באַװוּנדערנדיק דורכן פֿענצטער פֿונעם אױטאָבוס די בילדערישע ריטשקעס, טײַכן און אָזערעס, פֿלעגט מישע זיך אָפֿט כאַפּן בײַם אַסאָציִיִרן דעם קלאָרן פֿרילינגדיקן הימל מיט דער מוזיק, װאָס האָט געקלונגען אין זײַנע אױערן: מאָצאַרטס צװײ–און–צװאַנציקסטער קאָנצערט איז געװען אָנגעשריבן דװקא אין מי–בעמאָל מאַזשאָר.
נאָך יענע גאַסטראָלן האָט מישע געבעטן בײַ עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן, יענער זאָל נאָך אַ מאָל אויסהערן זײַן שפּילן פֿון מאָצאַרטס קאָנצערט, זאָגנדיק, אַז װען מע שפּילט מיטן אָרקעסטער, װירקט עס אױף דער אינטערפּרעטאַציע. אױסגעהערט מישען, האָט גילסקער געזאָגט:
— ביסט אַ מאָלאָדיעץ. אָט אַזױ זאָלסטו שפּילן.
דעם פּראָפֿעסאָרס פּנים, װי געװײנטלעך, איז געװען אומדורכדרינגלעך, אָבער דערבײַ האָט מישע דערפֿילט עפּעס אומגעװײנטלעכס אין זײַן בליק.
װען מישע איז אָנגעקומען קײן בודאַפּעשט דאָס צװײטע מאָל, האָבן די אונגאַרן אים באַגעגנט ממש װי אַן אײגענעם. אױסער בודאַפּעשט און דעברעצען, האָט ער געשפּילט אין די שטעט מישקאָלץ, סעגעד און פּעטש, און אומעטום האָט דאָס פּובליקום אים אױפֿגענומען אױסגעצײכנט. װי באַלד ער האָט געהאַט פֿרײַע טעג צװישן די סאָלאָ–קאָנצערטן, איז אים געלונגען, כאָטש אַ ביסעלע, צו שפּאַצירן איבער אַלע יענע שטעט. אין סעגעד איז ער אַפֿילו בײַגעװען צום ערשטן מאָל אין לעבן אױף אַ פּאַסכע–דינסט אינעם דאָרטיקן װוּנדערשײנעם קלױסטער און איז געפּלעפֿט געװאָרן פֿון דעם, װיפֿל מענטשן, בפֿירוש אָרטיקע, פֿון פֿאַרשײדענעם עלטער זײַנען דאָרטן געװען.
אין בודאַפּעשט האָט מישען דערװאַרט נאָך אַ גרעסערער סורפּריז. געשען איז דאָס אינעם איבעריקן פֿרײַען טאָג פֿאַר די קאָנצערטן מיטן אָרקעסטער, װאָס מישע האָט אים געהאַט אױסגעבעטן. אָפּגעאַרבעט עטלעכע שעה אין דער מוזיק–אַקאַדעמיע, האָט ער געבעטן אים אָפּפֿירן אין אַ מאַגאַזין פֿון רוסישע ביכער. דאָרטן זײַנען געװען פֿיל װוּנדערלעכע אױסגאַבעס, װאָס מע האָט נישט געקאָנט זײ קריגן אין מאָסקװע, כאָטש אַרױסגעלאָזט זײַנען זײ געװאָרן טאַקע אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. לאַנג האָט זיך מישע אומגעשלעפּט איבערן מאַגאַזין, נישט קענענדיק זיך ביז זאַט אָנקוקן אױף די ביכער און טראַכטנדיק, װעלכע פֿון זײ קױפֿן: ער האָט דאָך געהאַט גאָר נישט קײן סך געלט. עס זײַנען דאָרטן געװען װײניק מענטשן, האָט מישע זיך עטלעכע מאָל אָנגעטראָפֿן אין עפּעס אַ קלײנװוּקסיקן שװאַרצהאָריקן מאַנצביל פֿון אַ יאָר פֿינף–און–דרײַסיק מיט אַ קורצער באָרד, װאָס האָט געטראָגן ברילן אין אַ דיק רעמל און זיך אױך לאַנג אומגעשלעפּט איבער דעם מאַגאַזין. נאָך דעם, װי זײ האָבן זיך װידער צונױפֿגעטראָפֿן, האָט דער מאַנצביל שטיל געזאָגט מיט אַ שמײכל:
— גוטהעלף.
— גוטהעלף, — האָבן מישע און מאַרגיט געענטפֿערט.
— צי זײַט איר פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד?
— איך בין פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, און דאָס איז מײַן איבערזעצערין, — מישע האָט אָנגעװיזן מיטן קאָפּ אױף מאַרגיט, — איך בין אַ פּיאַניסט, איך האָב דאָ קאָנצערטן.
דער אומבאַקאַנטער האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַן אױגנבליק.
— איר… צי זײַט איר מיכאַיִל אַגראַנאַט?
— יאָ, — האָט מישע באַשטעטיקט אַ ביסל געשמײכלט.
— יאָ, איך האָב געהערט, אַז אַצינד האָט איר דאָ קאָנצערטן, הגם, צום באַדױערן, בין איך נישט געװען אױף זײ… און איך הייס אַרקאַדי שאַיעװסקי, איך לערן זיך דאָ אױף אַ רבֿ.
מישעס געזיכט האָט אױסגעדריקט מסתּמא דאָס זעלבע, װאָס משה רבינוס געזיכט, װען יענער האָט דערהערט דאָס קול פֿונעם ברענענדיקן דאָרן. אײנער אַ פּאָפּולערער סאָװעטישער ליטעראַרישער העלד װאָלט אין אַזאַ סיטואַציע אַ פֿרעג געטאָן: „נו, װאָס קוקט איר אױף מיר אַזױ, װי אַ סאָלדאַט אױף אַ לױז?‟, נײַערט שאַיעװסקי האָט גערעדט װײַטער מיט אַ מילדן שמײכל:
— יאָ, דאָ אין בודאַפּעשט איז פֿאַראַן אַ סעמינאַריע, אין װעלכער מע גרײט צו רבנים פֿאַר סאָציאַליסטישע לענדער, און אָט לערן איך זיך דאָ מיט מײַנעם אַ חבֿר.
ס׳האָט זיך מישען, אַװדאי, זײער פֿאַרװאָלט זיך צוטשעפּען צו זײַן נײַעם באַקאַנטן מיט אױספֿרעגן, נאָר ער האָט זיך געפֿילט נישט באַקװעם פֿאַר מאַרגיט, פֿאַרשטײענדיק, אַז ס׳איז אַ גרױסער ספֿק, צי אַזעלכע זאַכן זײַנען איר געװען אינטערעסאַנט.
— אַגבֿ, צי װאָלט איר געװאָלט קומען צו אונדז אין דער סינאַגאָגע הײַנט אין אָװנט? מיר װעלן האָבן אַ שבת–דינסט, און אַצינד איז צו אונדז געקומען אַ חזן פֿון עסטרײַך, ער האָט אַ פּלעפֿנדיק שײנע שטים.
װען קאַטיע װאָלט געװען דערנעבן, װאָלט מישע ממש אַרײַנגעפֿאַלן אין התפּהלות פֿון אַזאַ פֿאָרשלאָג. איצט אָבער האָט אים אױף אַ רגע אַרומגעכאַפּט אַ מורא — און ס׳איז אים תּיכּף געװאָרן אַ בזיון פֿאַר דעם. פֿון דעסטװעגן, האָט ער זיך פֿאַרהאַלטן מיטן ענטפֿער, װײַל אין יענעם אָװנט איז אים פֿאָרגעשטאַנען, װי געװײנטלעך, אַ װעטשערע מיט מאַרגיט און ערזשיבעטן.
— מישע, אױב איר װילט, גײט! — האָט מאַרגיט זיך פּלוצעם אָנגעשלאָסן אינעם שמועס, — איך װעל אַלץ דערקלערן ערזשיבעטן, באַאומרויִקט זיך נישט.
— טאַקע?
— געװיס, מישע. גײט, און מיר װעלן האָבן אַ װעטשערע אַן אַנדערס מאָל.
— כ׳בעט אײַך, קומט אױך! — האָט שאַיעװסקי זיך געװאָנדן צו מאַרגיט. דערזען איר ניט–זיכערן בליק, האָט ער צוגעגעבן:
— קומט, קומט. עס פֿרײט אונדז תּמיד צו זען געסט.
— נו, גוט… אַ שײנעם דאַנק, — האָט מאַרגיט געענטפֿערט.
— בלױז אײן זאַך: בײַ אונדז איז דער שטײגער, אַז פֿרױען און מאַנצבילן זאָלן זיצן אָפּגעטײלט.
— כ׳פֿאַרשטײ… יאָ, איך האָב געהערט װעגן דעם.
דער אַרײַנגאַנג אין דער סינאַגאָגע איז געװען אינעם הױף פֿון אַן אַלט הױז. להיפּוך צו דער מאָסקװער כאָרשול, זײַנען דאָרטן קײן מיליציאָנערן נישט געװען, און מע האָט קײנעם נישט קאָנטראָלירט. די סינאַגאָגע גופֿא איז געװען אַ קלײנע מיט הױכע סטעליעס און פּרעכטיקע װיטראַזשן אױף די פֿענצטער, די אַטמאָספֿער אין איר — אַ געמיטלעכע, און דער חזן האָט באמת געזונגען זײער שײן. נאָך דער דינסט האָט מען פֿאַרבעטן מישען און מאַרגיט אין אַן אַנדער צימער צום טיש, די װעטשערע איז געװען זײער אַ געשמאַקע, און שאַיעװסקי האָט פֿאָרגעשטעלט מישען דעם חזן װי אַ סאָװעטישן פּיִאַניסט.
אַװדאי, האָט מישע פֿאַרשטאַנען מיטן שׂכל, אַז אין פּרינציפּ האָט מען געקאָנט זיך ריכטן אױף אַ שפּיצל פֿון װעמען–ניט–איז, נײַערט ער האָט בשום–אופֿן נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז מאַרגיט אָדער ערזשיבעט האָט געאַרבעט אױף קאַ–גע–בע. און טאַקע — נאָך דעם, װי ער האָט זיך געהאַט אומגעקערט קײן מאָסקװע, האָט קײנער אים קײן אײן װאָרט נישט געזאָגט מכּוח זײַן באַזוכן די סינאַגאָגע אין בודאַפּעשט, און קײן שום צרות האָט ער נישט געהאַט. ער אַלײן האָט װעגן דעם דערצײלט יודיט, װען זײ האָבן זיך געטראָפֿן, און יענע האָט אים דערצײלט, װי אַן ענטפֿער, אַז זי פֿלעגט גײן דװקא אין יענער סינאַגאָגע פֿיל מאָל מיט אירע עלטערן, װײַל איר מאַמע האָט אין משך פֿון אַ געװיסער צײַט געאַרבעט אין דער בודאַפּעשטער ייִדישער קהילה.
המשך קומט