
שוין יאָרן לאַנג
שוין יאָרן לאַנג עס ציט מיך
צו ווײַטע האָריזאָנטן.
און אָט קיין מערבֿ פֿלי איך,
אַרויס פֿון מיזרח־נאָענטן.
אייראָפּע ציט מיך ווידער
מיט טיף פֿאַרשנייטע פֿעלדער.
און טיף ס׳נעמט מיך אָן אַ ציטער,
נאָר נישט, ווײַל דאָרטן ז׳קעלטער.
עס פֿליטערט מײַן נשמה
פֿון גלאַנציק ווײַסע שנייען.
און דאָס איז מײַן נחמה,
ווען אויף די ליזשעס [1] שטיי איך.
[1] ליזשעס (רוס.) — סקיס
נאָוועמבער 28, 2025
דער נײַ־יאָר
מיר פּראַווען נײַ־יאָר זאַלבע צווייט —
מײַן פּלוניתטע און איך.
זי׳ט אָנגעטאָן אַ נײַע קלייד,
פּאָטראַוועס טראָגט פֿון קיך:
אַן „אָליוויע‟ מיט מײַאָנעז,
אַ הערינג „אונטער פּעלץ‟,
און קליינע קרעפּעלעך מיט פֿלייש —
„פּעלמעניעס‟, רופֿט מען עס.
און ווײַסע בולקעלעך, געשמירט
מיט פּוטער און קאַוויאַר,
אַ גלעזל קורוואַזיע פֿאַר מיר —
עס קומט מיר עס דערפֿאַר.
און אָט דער זייגער ווײַזט שוין צוועלף,
מיר קושן זיך אַצינד.
און מיט אַ גלאָז שאַמפּאַניער ווײַן
איך פֿריי זיך, ווי אַ קינד.
אין הימל בליצט אַ פֿײַערווערק.
איז נאָך אַ קוש צי צוויי,
און אָט מיר גייען שוין אַוועק,
מיט סטעזשקעס צווישן שניי.
אין שטוב איז וואַרעם, יום־טובֿדיק…
נאָר איך, איך שלאָף שוין… איך בין מיד…
בולגאַריע, דעצעמבער 12, 2025
ווינטער
איך בין אַ שניימענטש — ס’איז מײַן גײַסט.
איך גיי און טרעט אויף גליטשיק אײַז.
איך נעם אַרײַן דורך מויל און נאָז
די פֿרישע קאַלטע לופֿט, דעם פֿראָסט.
.און וואָס כ׳דערמאָן זיך, ווייסט איר דען?
איך בין אַ ייִנגל פֿון יאָר צען.
די באַקן רויט, דער חוטם אויך,
אין גאַס פֿון קוימען גייט אַ רויך.
נאָר איך בין דאָ, צווישן סוגראָבן [2],
און קיינעם דאַרף איך מער נישט האָבן.
אַ זאַווערוכע מיט אַ שניי,
עס אַרט מיך? ניין, און צען מאָל ניין!
די הענט פֿאַרפֿרוירן, נאָר די פֿיס,
זיי טראָגן מיך אַוווּ ניט איז.
די זון באַגיסט דעם שניי מיט שטראַלן,
איך לויף און היט זיך נישט צו פֿאַלן.
ווען ענדיקן כ׳וועל דעם שפּאַציר,
אַהיים אַרײַנגיין דורך דער טיר,
די מאַמע ט׳קומען גלײַך פֿון קיך —
מיט הייסן באָרשט באַגליקט זי מיך.
דער טאַטע ט׳לייענען מיר אַ ביכל
פֿון קוויטקאָ וועגן באָבע מירל,
אין שטוב איז וואַרעם, נאָר בשעת
איך עס נאָך, ווילט זיך שוין אין גאַס.
באַנסקאָ, בולגאַריע, יאַנואַר 2, 2026