די איבערזעצערין מירע מאָסטאָוואַיאַ (בערעזין) ע’ה
אין דעצעמבער, אין די לעצטע טעג פֿונעם אונטעגייענדיקן יאָר, איז געשטאָרבן מירע מאָסטאָוואַיאַ (בערעזין), ע״ה. זי איז געווען מײַן איבערזעצערין אויף רוסיש. אַ צוויי טעג נאָך דעם, ווי עס איז אינעם עלעקטראָנישן זשורנאַל „נאָיטיצן אַרום ייִדישער געשיכטע‟, וואָס גייט אַרויס אויף רוסיש אין האָנאָווער, דײַטשלאַנד, — דערשינען מײַן דערציילונג „דאָס מענטשעלע מיטן הינטל סיסקין‟, האָב איך די פּובליקאַציע איבערגעשיקט מירען. געענטפֿערט האָט איר טאָכטער, ווערע, אַז נעכטן איז די „מאַמע געפֿאָרן אין שפּיטאָל אַרײַן‟. אויפֿן צווייטן טאָג האָב איך באַקומען פֿון אונדזער אַלגעמיינעם פֿרײַנד די בשׂורה־רעה.

איך געדענק שוין פּינקטלעך נישט, ווען מיר האָבן זיך באַקענט; וואָס יאָ, צונויפֿגעפֿירט האָט אונדז אליעזר שטיינבאַרג, אונדזער גרויסער פֿאַבוליסט. ריכטיקער, מירעס איבערזעצונגען פֿון זײַנע משלים אויף רוסיש. איך האָב אָנגעשפּיצט די אויערן, מחמת יענע איבערזעצונגען אויף רוסיש, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו לייענען ביז אַהער, האָבן געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות סײַ מיט די וווּנדערלעכע ווערק פֿון שטיינבאַרגן און סײַ מיט דער שפּראַך, אויף וועלכער זיי זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן.
אין מירעס איבערזעצונגען האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן אי דער איידעלער און טיפֿער פֿאַרשטאַנד פֿונעם זשאַנער, אי דאָס זײַן גוט באַהאַוונט אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, אי דאָס קענען פּרעכטיק די רוסישע שפּראַך. דערנאָך זײַנען געווען איבערזעצונגען פֿון אַנדערע פּאָעטן. אָבער בלי־ספֿק, א. שטיינבאַרג איז געווען איר באַליבסטער מחבר.
איין מאָל האָב איך פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט מירען, צי זי וואָלט אַ בעלן געווען איבערצוזעצן עטלעכע פֿון מײַנע לידער. מירע האָט אויך פֿאָרזיכטיק מסכּים געווען. פֿון דעם מאָל אָן האָט זיך אָנגעהויבן אונדזער צוזאַמענאַרבעט איבער די לידער, פֿון וועלכע עס באַשטייט מײַן פּאָעטיש זאַמלבוך „אין אַ שפּליטער פֿונעם שפּיגל‟ (פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟, 2024).
מײַן פֿאָרשלאָג אַ פּרוּוו טאָן איבערצוזעצן אויך פּראָזע, האָט מירע אויסגעהערט מיט אַ שוואַכן אומצוטרוי. זי האָט עס ביז אַהער קיין מאָל נישט געטאָן. פֿון דעסטוועגן, האָט זי מיר נישט אָפּגעזאָגט און זיך גענומען צו דער אַרבעט. זי איז שוין צו יענער צײַט געווען קראַנק, אָבער זיך נישט נאָכגעגעבן דעם ראַק. דורכגעמאַכט טעראַפּיע. זי האָט באַוויזן איבערצוזעצן דרײַ מײַנע דערציילונגען פֿון דער סעריע „שוואַנענפּאַרק און זײַנען אײַנוווינער — פֿלאָרידן און פֿלאָרידענעס‟. דערנאָך האָט זי זיך גענומען איבערזעצן מײַן גרעסערע דערציילונג „קאַראָלינאָ־בוגאַז‟…
כ׳האָב קיין צווייפֿל נישט, אַז מירע איז געווען אַ טאַלאַנטירטע געלערנטע. זי שטאַמט פֿון אוקראַיִנע. האָט פֿאַרענדיקט דעם קיִעווער מלוכישן אוניווערסיטעט, געפֿאָרשט מעכאַניק און געוווינט אין מאָסקווע. נאָר איר ליבע צו ייִדיש, צו איר מאַמע־לשון, האָט זי געטראָגן טיף אין האַרצן איר גאַנץ לעבן ביזן לעצטן טאָג.
געבענטשט זאָל זײַן דער אָנדענק נאָך איר!
יאַנונאַר 29, 2026, דירפֿילד ביטש, פֿלאָרידע.