מע פֿאַרשטייט אים נישט!

מאָנאָלאָג פֿון אַ טיראַן

דניאל גלאַי

1
קיינער. אַבסאָלוט. אַבסאָלוט קיינער פֿאַרשטייט מיך נישט… וואָס? צי רעד איך טערקיש? מאַמע-לשון רעד איך, פּונקט ווי אַלע בירגער וואָס האָבן געזאָלט גענוי פֿאַרשטיין, וואָס איך טו, וואָס איך טו נישט, וואָס כ’וועל טאָן און אַלע מיאוסע זאַכן, וואָס כ’האָב שוין ביז הײַנט אָפּגעטאָן. (פֿאַרטראַכט) און אפֿשר דאַרף איך לערנען טערקיש?…

אַז מע פֿאַרשטייט מיך נישט, בין איך שולדיק?.. אַז מע שאַצט נישט מײַנע ריזיקע אויפֿטוען, מײַן לאַנג־יעריקן, וואָגיקן בײַטראָג צו דער מדינה — בין איך שולדיק? איך אָדער זיי זענען שולדיק? נו, זאָגט איר אַליין. ס’איז טאַקע אַ שאַנדע און אַ בושה, וואָס מע פֿאַרשטייט נישט די גראַנדיעזקייט פֿון אַלע מײַנע מעשׂים. אויב איך וואָלט געווען שולדיק… נאָר ווי קאָן איך זײַן שולדיק?.. קיין זינען האָט עס נישט. שולדיק זענען יענע, וועלכע פֿאַרעקשענען זיך נישט צו פֿאַרשטיין די קלוגשאַפֿט… די וויזיע… דעם טעמפּעראַמענט מײַנעם… און ס’פֿעלן, קיין עין-הרע, נישט אַזעלכע. זיי דרייען זיך דאָ אַרום. און נאָך ווי! אין די צענדליקער. הונדערטער. טויזנטער, מיליאָנען שטיק אידיאָטן און אידיאָטקעס, וואָס שאַצן נישט אָפּ… ווער עס שטייט פֿאַר זיי. „דע בפֿני מי אתּה עומד‟, שטייט געשריבן. „וויסן זאָלסטו פֿאַר וועמען דו שטייסט‟. פֿאַר מײַן ווייניקייט, הייסט עס. פֿאַר אָט דעם באַשיידענעם העכסטן מנהיג!
צווישן אונדז גערעדט, איך אַליין האַלט נישט אַזוי פֿון מיר… כ’בלאָז זיך נישט, כ’באַרים זיך נישט… כ’רעד נישט נאָר וועגן זיך… דערלאַנג נישט לאַנגע רעדעס… נאָר אַז דאָס איז נייטיק, רבותי?.. אַז עס קומט די ריכטיקע שעה?.. וואָס זאָל איך טאָן? שווײַגן ווי אַ פֿיש?.. ווי קאָן איך דען?.. ווי זאָל איך נישט רעדן? און כּל-זמן איך רעד, קיינער, אַבסאָלוט קיינער וועט מיך נישט אָפּשטעלן. נישט פֿון רעדן, נישט פֿון הערשן, נישט פֿון פֿירן ס’פֿאָלק פֿאָרויס… צו גרויסע, נײַע קאַטאַסטראָפֿעס. איר וועט נאָך הערן. נאָר אַ קאַפּיטשקע געדולד.

2
ווען ברעכט אויס אַ קאָנפֿליקט? גאַנץ פּשוט. ווען איינער פֿאַרשטייט נישט דעם צווייטן. למשל, איך טענה, דער אָ בנין איז צו ענג פֿאַר מיר… קומט עמעצער, נישט וויכטיק פֿון וואָסער פּאַרטיי — רעליגיע, ראַסע אָדער געשלעכט, — און איז מסכּים מיט מיר. מיר נעמען זיך אַרום, ער לויבט מיך, איך לויב אים, עסן מיר אַ וועטשערע צוזאַמען, הייבן אויף אַ כּוסיע, און אַלץ איז ממש אַ גן-עדן. אויב אָבער… ס’קומט עמעצער… נישט וויכטיק פֿון וואָסער פּאַרטיי — רעליגיע, ראַסע אָדער געשלעכט, — און טענהט פֿאַרקערט… אַז דער בנין איז כּלל וכּלל נישט ענג. איר הערט? הייסט עס, די אָ פּערזאָן פֿאַרשטייט מיך נישט. (ציט אַרויס אַ רעוואָלווער און שיסט) ס’הייסט… ר’האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען. איצט פֿאַרשטייט ער מיך בעסער. ער מיך און איך אים. ניטאָ מער קיין קאָנפֿליקט. (באַפֿעלעריש) ביטע, אַרויספֿירן דעם קנאַקער! רייניקן דעם טעפּעך. די־אָ פּערזאָן דיסקוטירט שוין נישט. זי שווײַגט שוין און וועט פֿאַרזעצן ווײַטער איר שווײַגעניש. די גרעסטע „פֿרײַנד‟ זענען מיר איצט געוואָרן. איך טשעפּע אים נישט מער. און אויך ער טשעפּעט מיך נישט מער. בקיצור, ווי כ’האָב געזאָגט, דער בנין איז טאַקע אַ ביסל צו ענג פֿאַר מיר… און אַלע זענען שוין מסכּים.

3
הייבט זיך אָן דער רעמאָנט. אינזשענירן, פּלענער, אַרבעטער, גערויש, געפּילדער, שטויב, מ’לויפֿט אַהין-אַהער… פּלוצעם באַווײַזט זיך אַ פֿרוי, אַ באַברילטע, אַ געבילדעטע… דאָס אַליין שמעקט מיר נישט אַזוי גוט, און טענהט, אַז מ’טאָר נישט און מ’דאַרף נישט די אײַנגעפֿונדעוועטע געזעצן ברעכן. בקיצור, זי וויל אָפּשטעלן דעם רעמאָנט… נישט מער און נישט ווייניקער… אַ רחמנות אויף איר!.. רוף איך זי אַרײַן אין דער קאַנצעלאַריע. מיר זיצן שוין בנחת אַרום דעם ברייטן טיש. זי זעט מיר אויס אַ גאָר קליין-אײַנגעשרומפּענע. נו, נישט מײַן עסק. „וואָס ווילט איר, מאַדאַם?‟ — פֿרעג איך זי. הייבט זי אָן פּלאַפּלען, קוויטשען, פֿאָכן מיט די הענט, אויסלייגן ברייטע פּאַפּירן אויפֿן טיש, ציטירן פֿאַרשיידענע תּקנות, געזעצן, ציפֿערן, אַרטיקל איינס, אַרטיקל צוויי, דרײַ-פֿיר… זאָג איך איר: „מאַדאַם, כ’פֿאַרשטיי אײַך נישט.‟ הייבט זי אָן ווידער קוויטשען. זאָג איך: „איר פֿאַרשטייט נישט מיך, און איך אײַך אויך נישט. טאָ לאָמיר זיך צעשיידן ווי גוטע פֿרײַנד און שלום-על-ישׂראל.‟ זי שטייט אויף, דערלאַנגט מיר די האַנט, כ’דרוק זי אַזוי… אַז זי וועט מיך גאַנץ שיין געדענקען. די מאַדאַם דרייט זיך אויס, ווענדט זיך צו דער טיר… (ער ציט אַרויס זײַן רעוואָלווער) Au revoir! — זאָג איך איר… (שיסט) און געענדיקט די מעשׂה. איז עס נישט קיין שאָד, וואָס זי האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען? אמת? (באַפֿעלעריש) פֿירט זי אַרויס, ביטע. רייניקן דעם טעפּיך. ווייסט איר וואָס?.. ברענגט אַ נײַעם. אַ טערקישן. נאָך בעסער.
אַזאַ שאָד, וואָס מ’פֿאַרשטייט מיך נישט!… ס’גאַנצע לעבן וואָלט דאָך געקאָנט זײַן אַ סך איינפֿאַכער, גלאַטיקער, אָנגענעם, האַרמאָניש… אָן טוישן טעפּעכער יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק. נו, מילא… אין אַ חודש אַרום, ברוך-השם, וועט דער רעמאָנט פֿאַרטיק זײַן און מיר’ן יום-טובֿן מיט אַ פֿײַערלעכן, גראַנדיעזן חנוכּת-הבית-באַנקעט. אין אַ גוטער, מזלדיקער… פֿאַרשטענדלעכער שעה!

4
(צו מאָרגנס) אַ מחיה געווען דער חנוכּת-הבית! אַזוינס מיט אַזעלכעס. יעדער פּרט האָט געקלאַפּט. מוזיקערס האָבן אָן אויפֿהער דערלאַנגט סחורה, געשפּילט פּרעכטיק, טישן געדעקטע מיט געשמאַקע, עקזאָטישע, אַזיאַטישע פּאָטראַוועס, ווײַן און משקה פֿון די סאַמע ראַפֿינירטע זענען געפֿלאָסן און אָנגעוואַרעמט די הערצער. קעלנערס און קעלנערינס האָבן זיך גראַציעז אַרומגעדרייט צווישן די אויסגעפּוצטע דאַמען און קאַוואַלירן. אַפֿילו פֿאָרשטייערס פֿון זיבן אַמבאַסאַדעס זענען מײַנע געסט געווען. אַלץ פֿון סאַמע בעסטנס!

(ענדערט דעם טאָן) אַ שאָד נאָר, וואָס אין דרויסן האָבן זיך צונויפֿגעקליבן אַ כאָפּטע פֿאַרביטערטע פּושטאַקעס, פּראָטעסטירנדיק קעגן פֿאַרשידענע ענינים, וואָס זיי אַליין פֿאַרשטייען נישט קעגן וואָס פּראָטעסטירן זיי. זיי האָבן דאָרט געווילדעוועט, אויפֿגעהויבן קולות, קאַקאָפֿאָניעס געשיטן און געמאַכט אַ רעש… ביז מ’האָט זיי פֿולשטענדיק באַרויִקט. פֿאַרשטענדלעך… אַלעמען… אָן קיין אויסנאַם. מיט אַ מאָל איז אַלץ שטיל געוואָרן… און מיר האָבן בנחת געקאָנט פֿאָרזעצן דעם פּאָמפּעזן חנוכּת-הבית. קיין פּראָבלעם מיט טעפּעכער איז דאָס מאָל נישט געווען, ווײַל אויף דער פֿרײַער לופֿט, פֿאַרשטענדלעך, איז דאָס אַלץ פֿאָרגעקומען. לאָמיך נישט פֿאַרגעסן, געפּאַנצערטע אויטאָס, וואָס זענען געשטאַנען אין אַ זײַט פֿאַר יעדער עווענטואַליטעט, זענען באַלד צוגעקומען און עטלעכע וווילע יאַטן האָבן דעם שטח אויסגערייניקט פֿון די אַלע נעבעכדיקע, איצט שוין שטילינקע מאַניפֿעסטאַנטן… גיי-ווייס-פֿאַרוואָס, איז פֿאַר זיי געווען אַזוי שווער מיך צו פֿאַרשטיין? איצט… אפֿשר שוין יאָ, נאָר ס’איז, ליידער, אַ ביסעלע צו שפּעט.

5
(אַ חודש שפּעטער. עמעצער קלאַפּט בכּוח אין הויפּט־אַרײַנגאַנג צום טיראַנס קאַנצעלאַריע. מע הערט שאַרפֿע קולות: „עפֿנט, עפֿנט!‟. דער טיראַן זעט אויס דערשראָקן, פֿאַרלוירן און אומבאַהאָלפֿן. וואַרפֿט בליקן אויף פֿאַרשידענע ריכטונגען. פּרוּווט, ווי אַזוי צו אַנטרינען פֿון אָרט.)


וואָס?… וואָס געשעט דאָ?… כ’פֿאַרשטיי נישט. אייגנטלעך פֿאַרשטיי איך יאָ, ווי אומפֿאַרשטענדלעך איז דער גאַנצער פּאַסקודנער מצבֿ. יאָרן לאַנג האָב איך זיך באַמיט, געשטרעבט, געהאָפֿט, אַז אַלע-אַלע בירגער, אָן קיין שום אויסנאַם, זאָלן מיך גענוי, פּונקט-דײַטלעך פֿאַרשטיין. נאָר וואָס, צום טײַוול, קומט איצט פֿאָר? ווי ווילדע חיות פּרוּווט מען אַרײַנרײַסן זיך אַהער. ניטאָ ווער ס’זאָל זיי אָפּהאַלטן, צוריקשטופּן. געפֿערלעך! סכּנות-נפֿשות! געוואַלד! וואָס קאָן מען טאָן? וואָס וועט זײַן מיט מיר, מיט דער פֿרוי, די זין און טעכטער? אַזאַ לוקסוס פּרעכטיקע קאַנצעלאַריע געווען… געווען אַ מאָל… מ’וועט עס אַלץ באַראַבעווען און אונטערצינדן צוזאַמען מיט מיר און אַלע מײַנע טערקישע טעפּיכער…

די גאָרילאַס! אַוווּ? — אַוווּ, פֿרעג איך, זענען זיי. מײַנע שלאַנקע וועכטערס, געשוווירענע מיך צו באַשיצן, דעם רעזשים, אונדזער אייגנטום ביזן לעצטן טראָפּן בלוט? וווּ זענען זיי אַלע, וועלכע האָבן מיך פֿון תּמיד אָן אַזוי טיף, שיין און האַרציק פֿאַרשטאַנען… קנאַפּע פֿינף-און-צוואָנציק יאָר… דרײַסיק וואָלט געווען נאָך בעסער. וווּהין? וווּהין זענען זיי, די גאָרילאַס, פֿאַרשוווּנדן? אַ סקאַנדאַל! הענט און פֿיס ציטערן מיר, ווען ס’קומט מיר אויפֿן געדאַנק, אַז אויך די וועכטערס זענען אַפּנים צום צווייטן צד אַריבער… אוי-וויי, גאָטעניו!… אויך אַריבער צו די דיפּלאָמירטע אידיאָטן, וואָס האָבן מיך קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען און וועלן מיך אויך קיין מאָל נישט פֿאַרשטיין… (ס’ווערט שטאַרקער דער טומל פֿון דרויסן) זיי קומען. זענען שוין דאָ. וווּ קאָן מען זיך באַהאַלטן, צו אַלדי שוואַרצע יאָר? אויב כ’קאָן זיך אַליין נישט ראַטעווען, זאָלן כאָטש די נײַע טעפּיכער נישט פֿאַרפֿלעקט ווערן. זיי, נאָר זיי, זענען די לעצטע וואָס קאָנען מיך פֿאַרשטיין. ניטאָ קיין צײַט. נישט אויפֿן פּאָל. אויפֿן טיש שטיין, כּדי די טעפּיכער, די טערקישע, חלילה, נישט מיט מײַן בלוט פֿאַרפֿלעקן…

(דאָס עקשנותדיקע קלאַפּעניש איז ממחיש ווי די אַרײַנדרינגערס איז געלונגען אַײַנברעכן דעם אַרײַנגאַנג) נישטאָ וועמען צו געבן באַפֿעלן מער. באַפֿעל איך זיך אַליין: שפּרינג! גלײַך אויפֿן טיש! שפּרינג אַרויף! (אַ פֿלינקער שפּרונג און ער שטייט שוין אויפֿן טיש. פּאַטעטיש) געראַטעוועט! די טעפּעכער!.. (אַ צופֿרידענער) לעולם-ועד וועט מײַן בלוט נישט פֿאַרפֿלעקן די טעפּעכער! כ’בין שטאָלץ. ס’איז מײַן ניצחון!

(מ’הערט אַ ריזיקע שיסערײַ. דער טיראַן פֿאַלט פּאַוואָליע אַראָפּ און בלײַבט ליגן אַן אויסגעשטרעקטער אויפֿן טיש. אַ קורצע פּאַוזע און מע הערט דעם נצחון-הימן פֿון די אַרײַנדרינגערס.)


5.1.2026

Leave a comment