דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שלום אָרטענבערג

די גימנאַזיע

אין שטורעם פֿון די רעװאָלוציע־יאָרן עפֿנט זיך אין שטעטל פּלוצלינג און אומדערװאַרט אין 1917טן יאָר אַ גימנאַזיע. געהײסן האָט זי „פּאָגרעבישטשער ערשטע געמישטע גימנאַזיע‟. געזאָלט האָט עס הײסן, אַז זי איז דערװײַל די ערשטע און מיט דער צײַט וועט זיך עפֿענען אַ צװײטע, אָבער, לײדער, האָט די ערשטע אױך ניט לאַנג עקזיסטירט; זי איז אַ געמישטע, דאָס הײסט, פֿאַר ייִנגלעך און מײדלעך צוזאַמען, און, דער עיקר, אָן שום באַגרענעצונגען און נאָרמעס: אוקראַיִנער, ייִדן, פּאָליאַקן — אַלע גלײַך, דאָס איז שױן, פֿאַרשטײט זיך, דער גײַסט פֿון רעװאָלוציע. אמת, קײן סך בעלנים צװישן דער ייִדישער יוגנט האָבן זיך ניט געפֿונען.

פֿאַר דער עלטערער יוגנט איז שױן געװען צו שפּעט זיך זעצן אין די מיטלסטע קלאַסן, די ייִנגערע — איז, װײַזט אױס, נאָך ניט גרײט דערצו. אױסער דעם, זײַנען נאָך פֿאַראַן אין שטעטל אַזױנע ייִדן, װאָס װעלן בשום־אופֿן זײערע קינדער אין גימנאַזיע ניט שיקן; זײ זאָלן װערן דאָרט אין גאַנצן אַפּיקורסים, אױסגעלאַסן, שרײַבן אום־שבת און אַזױ װײַטער. די פּלעבעיִשע שיכטן האָבן דערװײַל נאָך, צום באַדױערן, אין גאַנצן קײן מעגלעכקײט צו שיקן די קינדער אין גימנאַזיע ניט געהאַט. מיט אײן װאָרט, קײן אָנװאַלגער בײַם אָנקומען איז ניט געװען.

עטלעכע צענדליק ייִדישע יוגנטלעכע און איך בתוכם, מערסטנס טײל מײדלעך, זײַנען אָנגעקומען אין גימנאַזיע און דאָרט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר יאָר און דורכגעגאַנגען דעם פֿינפֿטן און זעקסטן קלאַס. די מאַמע קוקט אױך קרום אױף דער מעשׂה צו שרײַבן אום־שבת, אין אײנעם מיט „גױיִשע‟ מײדלעך אױף אײן באַנק, אָבער זי װײסט, אַז עס וועט איר שױן ניט העלפֿן, זי מוז אָפּטרעטן.

די גימנאַזיע געפֿעלט מיר דװקא זײער, איך באַזוך זי פֿלײַסיק. זי געפֿינט זיך אין מיטן פּאַרק, אין דעם געװעזענעם פּױלישן הױז, גערױמע קלאַסן, ליכטיק, רײן, עס איז גאָר ניט דאָס פֿינצטערע חדר, עס קלינגט דאָס גלעקל, בײַם אַרײַנקומען פֿון לערער דאַרף מען אױפֿשטײן, אין די איבעררײַסן שטיפֿט מען און מע רעדט און מע טומלט אין די קאָרידאָרן, אין ברײטן, שמעקנדיקן מיט בלומען באַזעצטן הױף. מיר זיצן צוזאַמען ייִדן, אוקראַיִנער און פּאָליאַקן. אױף מײַן באַנק זיצט גראָד, װי דער מאַמעס האַרץ האָט איר אונטערגעזאָגט, אַ פֿולבלעך פּױליש מײדל מיט בלאָנדע האָר, זײער אַ סימפּאַטישע, אָבער אויף די לימודים פֿיר איך פֿרײַנדשאַפֿט מיט אַ הױכן אוקראַיִנישן „פּאַרובאָק‟־יונג, באָיקאָ, געדענקט זיך איז געװען זײַן פֿאַמיליע.

ער איז פֿון אַ בעל־הבתּיש פּױעריש הױז, ער קאָן גוט מאַטעמאַטיק, לערנט זיך אױסגעצײכנט. עס פֿילט זיך ניט קײן פֿײַנדשאַפֿט צװישן אונדז מיט די ניט־ייִדן. דאָ װירקט שױן װידער דער רעװאָלוציע־גײַסט. ייִדישע שילער זײַנען פֿרײַ פֿון „זאַקאָן באָזשי‟ [געטלעכער געזעץ — רעד.]. דערװײַל איז נאָך אַזאַ קעגנשטאַנד פֿאַראַן אין גימנאַזיע, װען עס קומט אַרײַן דער גלח, אָבער איך בין גראָד עטלעכע מאָל פֿרײַװיליק געבליבן אױף זײַן לעקציע; דער גלח, יעװאָ פּרעפּאָדאָביע, האָט, פֿאַרשטײט זיך, גאָרניט קעגן דעם, אַז דער „יונגער ייִד‟ זאָל בלײַבן זיצן, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן… אַך, װען די מאַמע װײסט, כאַפּ איך אין דער הײם פֿון איר דעם אמתן פּסק, אָבער מיר געפֿעלט, װאָס דער גײַסטלעכער האָט מיך אַזױ אָנגערופֿן. איך טראַכט, אפֿשר װעל איך דאָ זיך עפּעס װאָס דערװיסן װיכטיקס און אינטערעסאַנטס װעגן גאָט, קריסטנטום. נאָך אַ פּאָר באַזוכן פֿון דעם גלחס שטונדן, האָב איך זיך איבערצײַגט, אַז קײן אינטערעסאַנטס און נײַעס אױף זײַנע לימודים איז גאָר ניטאָ, איבערהױפּט פֿאַרנעמט ער זיך מיט אָנפֿילן די קעפּ פֿון קריסטלעכע שילער מיט דער קאַטעכיזיס־דאָגמאַטיק און קריסטלעכע מינהגים, װאָס האָבן מיר שױן דאַן אױסגעזען פּונקט אַזױ אָפּגעפֿרעגט, װי די ייִדישע, און איך האָב אָנגעהױבן אױסצונוצן די פֿרײַע שעה פֿון „זאַקאָן באָזשי‟ פֿאַר װיכטיקערע אָנגעלעגנהײטן.

דער דירעקטאָר פֿון דער גימנאַזיע, בענדריקאָװ־כאַדזשאַ, אַ גאַליציאַנער אוקראַיִנער, רעדט עכט אוקראַיִניש. אַ מיטלװוּקסיקער, אױסגעאײדלטער, מיטל־יאָריקער מאַן מיט געלע װאָנצעס, מיט אַ לענגלעך, אױסגעצױגן פּנים, שטענדיק טשעפּקע געקלײדט, מיט אַ װײַסן קראַגן, האָט אונטערריכט געאָגראַפֿיע, דערצײלט װעגן די לעצטע ענדערונגען און געשעענישן, איך האָב שױן אין די פֿראַגעס אַ געװיסע ידיעה, ענטפֿער איך צו דער זאַך און ער האַלט פֿון מיר. דער לערער פֿון געשיכטע, ייִנגער פֿון דעם דירעקטאָר, אָבער אַלטמאָדישער און אונטערריכט. ער איז אַ געװעזענער גימנאַזיע־לערער פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן. ער לײענט געשיכטע לױט דעם באַרימטן, אָקאָרשט דאַן דערשינענעם בוך פֿונעם אוקראַיִנישן פּראָפֿעסאָר גרושעװסקי “Всесвітня історія” (אַלװעלטלעכע געשיכטע), אין װעלכן די געשיכטע הײבט זיך אָן פֿון די גאָר אוראַלטע צײַטן, פֿון דער אַצטעקישער, כינעזישער, און אַנדערע װײניק דאַן באַװוּסטע קולטורן. דאָס בוך איז ביז גאָר אינטערעסאַנט, מיט אילוסטראַציעס, און פֿאַרכאַפּט, אָבער דער לערער איז אַלײן ניט באַהאַװנט אין די פֿראַגעס, װעלכע ער דאַרף אונטערריכטן. איך בין מיט אים אָפֿט אין שטרײַט און דאָס ברענגט צו ניט געװוּנטשענע רעזולטאַטן. ער קלאָגט זיך אױף מיר דעם דירעקטאָר און דער דירעקטאָר מאַכט מיר אַ שטרענגן אױסרײד „פֿאַר דער קריטישער באַציִונג און ניט דערלאָזענער פֿרעכקײט בנוגע אַ גימנאַזיע־לערער‟. איך מוז נאָכגעבן די פּאָזיציעס און װערן סטאַטעטשנע, אַנדערש דראָט מיר דער דירעקטאָר, אַז ער װעט אַרױסרופֿן די עלטערן. דאָס גײט אין מײַנע פּלענער, פֿאַרשטײט זיך, ניט אַרײַן.

די לערערין פֿון רוסיש (װי מען רופֿט עס אין גימנאַזיע לױטן פֿאַרעלטערטן נאָמען „רוסקאַיאַ סלאָוועסטנאָסט‟) — אונטערריכט געװיסנהאַפֿט איר קעגנשטאַנד לױטן אָנגענומענעם, שױן אַ ביסל פֿאַרעלטערטן, לערנבוך פֿון פּראָפֿ’ סאַדאָװניקאָװ. מיך באַפֿרידיקט עס ניט פֿולקום, די לערערין שטערט מיר ניט אַרױסזאָגן, װעלכע איך װיל אַנדערע מײנונגען, דער עיקר, איך זאָל זײ פֿאָרמולירן ריכטיק אין רוסיש לױט אַלע כּללים פֿון רוסישער גראַמאַטיק; דאָס איז גראָד פֿאַר אַן ייִדיש ייִנגל פֿון די שװערע זאַכן.

איך האָב אָנגעשריבן אַ גרױסע שריפֿטלעכע אַרבעט װעגן פּושקינס „יעװגעני אָנעגין‟ — אױף 10 זײַטלעך, כ’האָב דאָרט געבראַכט מײנונגען, געשעפּטע בײַ פּראָפֿ’ אָװסיאַניקאָ־קוליקאָװסקי און אַפֿילו בײַ פּלעכאַנאָװן. די לערערין קערט מיר אום די דורכקאָנטראָלירטע אַרבעט, זי לױבט דעם אינהאַלט, די נײַע, „זעלבשטענדיקע‟ געדאַנקען, אָבער די אַרבעט איז אָפּגעשאַצט מיט אַ ברוכצאָל: פֿון אױבן אַ „5‟, אונטן — אַ „3‟ נאָך מיט אַ מינוס. דאָס האָט געזאָלט הײסן, אַז אין די צוזאַמענשטױסן מיט דער רוסישער גראַמאַטיק בין איך קײן זיגער ניט אַרױס און דערלאָז אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿעלערן. דאָס זעלבע אַן ערך איז געװען אױך פֿריִער מיט אַן אַרבעט אױף דער טעמע: „פּאַטריאָטיזם אין קאַראַמזינס שאַפֿונג‟. אַ שװערלעכע זאַך איז עס פֿאַר אַ געװעזענעם חדר־ייִנגל, די רוסישע גראַמאַטיק, אָבער מיט דער צײַט האָט זיך מיר אײַנגעגעבן זי צו באַהערשן.

לאַטײַן אונטערריכט אַ באַיאָרטע פֿאַרזעעניש אין אַ מונדיר מיט פֿיל קנעפּלעך. מע זאָגט, אַז ער איז גאָר אַ משומד, זײַן אױסזען — אױפֿן קאָפּ אַ גרויסער, גלאַטער פּליך, אײַנגעפֿאַלענע באַקן, דערצו נאָך מיט באַקנבאַרדן, דרײט מאָדנע מיט דער צונג אין מױל בײַם לײענען „De ci-vi-um ro-ma-no-rum‟ און דערצו אַ גרױסער אַכזר; טרײַבט פֿון קלאַס בײַ יעטװידער געלעגנהײט, שיקט צום דירעקטאָר, האַקט מיט „2‟ און „1‟, אַ פֿולער קלאַסן־זשורנאַל, אָבער מיר האָבן זיך דערלעבט אין אים אַ נקמה — אין אײן שײנעם פֿרימאָרגן איז ער פֿון דער גימנאַזיע פֿאַרשװוּנדן, מע האָט גערעדט איבער עפּעס אַ מיאוסער, דוכט זיך, געלט־מעשׂה.

דערקעגן, אונטערריכט דײַטש די פֿרײַלין אָדער פֿרױ, שװער צו זאָגן, אַלשער. זי איז פֿון דער זעלבער אָרטיקער אַלשער־פֿאַמיליע, פֿון װעלכער עס שטאַמט איר ברודער, דער באָלשעװיק. אַ שײנע און אײדעלע פֿרױ, מיט העפֿלעכע און צניעותדיקע מאַנירן, רעדט קלאָר, שטיל, אױסדריקלעך; אַז זי קומט אַרײַן און זאָגט: „!Achtung Schüler‟, — קלינגט דאָס אַלעמען גוט און מע הערט זיך אױפֿמערקזאַם צו צו אירע רײד. אין דײַטש מאַך איך גראָד ניט קײן שלעכטע דערפֿאָלגן. איבעריקס, איז דאָס מיר ניט שװער, פֿיל װאָרצלען און װערטער זײַנען מיר פֿאַרשטענדלעך, באַקאַנטע, אָבער מע מוז זײַן זײער פֿאָרזיכטיק און ניט צונױפֿמישן מיט ייִדיש. דאָס איז מיט הומאַניטאַרע װיסנשאַפֿטן.

ערגער איז בײַ מיר מיטן מאַטעמאַטישן ציקל. עס פֿירן די זאַך דװקא צװײ קװאַליפֿיצירטע לערער: אײנער אַן אָנגעקומענער גימנאַזיע־לערער (אַלגעברע), דער צװײטער — אַ געװעזענער אינזשעניר פֿון דעם אָרטיקן צוקער־זאַװאָד, — אַ גרױסער, אַ פֿולבלעכער מאַן אין ברילן מיט לאַנגע האָר און אַ קלײן שײן בערדל (געאָמעטריע). אַלגעברע גיט זיך מיר אײַן גרינגער, געאָמעטריע — ערגער: די רױם־פֿאָרשטעלונגען זײַנען בײַ מיר, זעט אױס, שװאַך אַנטװיקלט, כאָטש, אַז די נאָז פֿונעם לערער האָט אַן אױסזען פֿון אַ גלײַכאָקסלדיקן דרײַעק, האָב איך גראָד יאָ באַמערקט און דאָס גלײַך אַלעמען געמאָלדן… אָבער צום סוף יאָר געפֿינט מען זיך אַן עצה: עס איז פֿאַראַן דער, אַזױ גערופֿענער, „שליסל‟; דאָס איז אַ קלײן, גראָב, שטײַף־געבונדן ביכעלע, אין װעלכן עס זײַנען אָפּגעדרוקט אַלע נײטיקע געמעלן, אױפֿגאַבעס, זײער לײזונג פֿאַרן גאַנצן קורס. נוצן זיך מיט אַזאַ שליסל איז, פֿאַרשטײט זיך, שטרענג פֿאַרבאָטן, קריגן אים איז אױך ניט פֿון די גרינגע זאַכן, דאָך, געדענקט זיך, בין איך פֿאַר די עקזאַמענס אָפּגעזעסן אַ פּאָר שלאָפֿלאָזע נעכט איבער דעם „שליסל‟ און, װײַזט אױס, מיט גאָטס הילף, װײַל קענטענישן האָב איך געהאַט קאַרגלעך, אָפּגעגעבן די עקזאַמענס און פּטור געװאָרן פֿונעם שװערן מאַטעמאַטישן יאָך…

עס האָט זיך געפֿילט אין גימנאַזיע אױך אַ געװיסע געזעלשאַפֿטלעכע אַטמאָספֿער: מיר האָבן אַרױסגעלאָזן אַ מין שריפֿטלעכע צײַטונג אָדער זשורנאַל. געװען איז אײן מאָל אַ קינסטלערישער אָװנט מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון אַ. פּושקינס „קאַרגער ריטער‟. איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿונעם הערצאָג. געהעריקן געקלײדט, האָב איך דעקלאַמירט די זױבערע פֿערזן פֿון אַ. פּושקינען; „געקנאַקט‟ רוסיש, אַז ס’איז געגאַנגען אַ רױך. די לערערין האָט אַפֿילו געלױבט מײַנע, מישטײנס געזאָגט, אַרטיסטישע פֿעיִקײטן. אָבער װעגן מײַן רוסישער אױסשפּראַך האָט זי טאַקטיש געשװיגן.

המשך קומט

Leave a comment