דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן (המשך)

עמיל קאַלין

דאָס זעקסטע קאַפּיטל

1

אַ נײַ־יאָר האָט געקלאַפּט אין די שויבן מיט אַ זאַווערוכע, האָגל און נאַסן שניי. ווידער האָבן זיך די געציילטע לאַנדלײַט צונויפֿגענומען אין פּוּיקעלעס דירה, די וויצן זענען געווען די זעלבע. יעדער האָט דערציילט, מער אָדער ווייניקער, זײַנע חכמהלעך און מעשׂהלעך ווי פֿאַראַיאָרן. קיינער איז נישט געוואָרן קליגער אָדער אַ בעסערער מענטש אויף אַ האָר. דאָס אײַז איז ווי אָנגעפֿרוירן נישט נאָר אויף די אבֿרים, נאָר זיך אויך צוגעטשעפּעט צו די מוחות. סעם האָט אַ צי געטאָן פֿון דעם פֿלעשל ביר און די אויגן האָבן זיך אים שוין צוגעמאַכט פֿון זיך אַליין.

די פּאַרטיי האָט שטענדיק געהאַלטן לויזער די וואַשקעס פֿאַרן „רעוועליאָן‟, דעם נײַעם יאָר, און דאָס יאָר האָט זיך סעמען אײַנגעגעבן „אַראַנזשירן‟ אַזש אַ טוץ פֿלעשלעך ביר „אַזוגאַ‟ — אַ קלייניקייט! ביר פֿון פֿײַנער קוואַליטעט פֿאַר עקספּאָרט. ער האָט באַקומען די פֿלעשלעך בײַ דער הינטערשטער טיר פֿון אַ קלייט פֿאַר אַ געפֿעפֿערטן פּרײַז, פֿאַרשטייט זיך, אָבער פֿאַרן נײַעם יאָר איז ער גרייט געווען אײַנשטעלן דאָס לעבן, געלט איז געווען בײַ אים בלאָטע. וואָס באַטײַט געלט אין פֿאַרגלײַך מיט אַ פֿײַן פֿלעשל ביר? ער האָט גיך אַרײַנגעלייגט די פֿלעשלעך אין אַ זעקל און איז אַוועק אומגעזעגנט, ווי די זאַך וואָלט געשמעקט מיט שפּיאָנאַזש. ער האָט באַהאַלטן דאָס זעקל אונטערן שווערן מאַנטל, ממש ווי אַ קאַטשקע היט אויס די אייגענע קאַטשקעלעך אונטער די פֿליגלען, ווי אַ מאַמע היט אויס דאָס צאַרטע קינד — איין אויג אין קאָפּ — פֿון דער בייזער, דרויסנדיקער וועלט. זײַנע שוואַרצאַפּלען זענען געלאָפֿן אַהין-אַהער, ווי אָן אַ קאָפּ. ער האָט געציטערט אַ „גאָלאָן‟ [1] זאָל בײַ אים נישט אַרויסכאַפּן אַ פֿלעשל.

איצט איז סעם געזעסן בײַ דער סעודה־טיש, געזשליאָקעט גלײַך פֿונעם פֿלעשל, אָבער קיין הנאה דערפֿון נישט דערפֿילט, נאָר אַ לײַכטע קאָפּ-שווינדלערײַ. די אַנדערע האָבן געקרעכצט פֿאַר תּענוג. מ’איז נישט מיד געוואָרן אים צו באַדאַנקען און לויבן ביזן הימל אַרײַן פֿאַרן אויפֿטו, ווי ער וואָלט געווען משה דיין אָדער גאָט ווייסט ווער… שוין, ער מוז זיך אַרויסדרייען פֿון דער צרה! אַזוי האָט ער גערעדט צו זיך. דאָ, אין רומעניע, שטייט ער אין די רייען, אין קעלט און אין רעגן, ווען ס’איז אַן עבֿירה אַ הונט אַרויסלאָזן, און ער ווערט גערעכנט פֿאַר אַ גליקלעכן מענטש, ווײַל ער „קריגט זאַכן‟. די גאַנצע אַווענטורע אין קאָמוניסטישן גן-עדן איז אים שוין נימאס געוואָרן. וואָס איז דער שׂכל אויסשפּײַען די לונגען אין בוקאַרעשט, ווען אין ניו-יאָרן האָט ער מיליאָנען ליגן אויף דער באַנק־קאָנטע און עס וואַרטן אויף אים אַ באַקוועמע אַפּאַרטמענטן? ער האָט זיך געטרייסט, אַז תּיכּף וועט ער קריגן אַלע נייטיקע פּאַפּירן און דעמאָלט — „אויף ווידערזען רומעניע!‟

ער האָט באַטראַכט די מענטשן בײַם טיש: אין צוואַנציק אָדער פֿינף-און-צוואַנציק יאָר אַרום וועט קיינער פֿון זיי נישט בלײַבן. אָדער מע וועט ליגן אין דער ערד, אָדער וואַלגערן זיך אין אַ מושבֿ-זקנים. אויס קאַפּעליוש-מאַכער! דער דור גייט אונטער. ער מוז אָנשפּיצן די אויערן און אַלץ אײַנקריצן אין זכּרון: אפֿשר איז דאָס טאַקע דאָס לעצטע מאָל, ווען עס וועט אים אויסקומען צו הערן רעדן ייִדיש אַרום דעם טיש, ווי אַ וואַסער. די ייִדן אין אַמעריקע ווילן דאָך נישט זײַן ייִדן. ייִדיש איז בײַ זיי אַ שטיף-קינד און אַז מ’רעדט אַ שלעכטן ענגליש, קוקן זיי דיך אָן, ווי דו וואָלסט געווען אַ חיה. נו, און ער? ער גייט דען נישט אונטער? זײַן געהער ווערט שוואַכער, די אויגן זעען נישט אַזוי קלאָר, ווי אַ מאָל. אין דער פֿרי זעט ער גאָר ווי דורך אַ נעפּל און ערשט שפּעטער ווערט עטוואָס ליכטיקער פֿאַר די אויגן. ער ווערט אין גאַנצן אָפּגעשוואַכט, אַ מאַמעליגעלע, בנאמנות…

ער וועט נישט ציִען לאַנג. ער איז נישט געווען אַ געזונטער מענטש, ווען ער איז געפֿלויגן קיין בוקאַרעשט אויף אַ קורצער צײַט, און איצט איז זײַן לאַגע נאָך ערגער. דאָס בלוטדרוק ווערט נישט נידעריקער, אויב מע מעסט עס כּסדר נישט אָפּ… און אפֿשר בושעוועט גאָר אין אים אַ ראַק, און ער הייבט נישט אָן צו וויסן? ער האָט נישט געזען קיין דאָקטער דורך דער צײַט, זינט ער איז אין בוקאַרעשט. יעדן דאַרף מען שמירן, פֿאַרשטייט זיך. האָסטו — ביסטו! נו, האָט ער זיך געמונטערט, מע דאַרף אַרײַנכאַפּן דאָס ביסל פֿאַרגעניגן כּל-זמן עס איז נאָך מעגלעך, שפּעטער, אַז דער חלף וועט שוין ליגן אויפֿן האַלדז, וועט זײַן צו שפּעט.

ישׂראל מאַרקאָוויטש האָט אַרויסגעלייענט אַ שטיקל פֿון זײַן אויסגעקרענקטער פּיעסע. סעם האָט זיך צוגעהערט מיט אַ האַלבן אויער און אויך די איבעריקע געסט האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין איבעריקע באַגײַסטערונג. פּלוצעם האָט ער דערהערט זײַן נאָמען און ווי זיך אויסגעטשוכעט.

„נו, שלמהלע, וואָס זאָגסטו דערצו?‟, — האָט ישׂראל זיך אָנגערופֿן אַ צופֿרידענער. דאָס פּנים אַ ביסל באַגאָסן מיט רויט נאָכן אויסטרינקען דאָס פֿלעשל ביר און אַ שנעפּסל.
„וואָס זאָל איך זאָגן?‟ — האָט סעם געצויגן מיט די אַקסלען.
„קאָנסט זאָגן, למשל, ‘יאָ’, ‘אפֿשר’ אָדער חלילה דערלאַנגען אַ ‘ניין’.‟ — האָט זיך פֿוּיקעלע געוויצלט און געלאַכט אַ צופֿרידענער פֿון דעם אייגענעם וויץ.
„שלמהלע, טו מיר אַ ייִדישע טובֿה‟, — האָט זיך ישׂראל מאַרקאָוויטש געבעטן, — „שפּיל דו די ראָלע פֿון יאַסל יאָסעלעוויטש, קאָפּלס פֿאָטער. אַדאָלף ראָזנפֿעלד איז קראַנק געוואָרן אויף די נירן און וועט נישט קאָנען זיך באַטייליקן אין דער פֿאָרשטעלונג. די קאַדרען אין ייִדישן טעאַטער ווערן שיטער, ברידערל. אַקטיאָרן ווערן אַלט, קראַנק, שטאַרבן, לא-עלינו און קיין יונג בלוט איז נישטאָ. איך האָב נישט פֿון וואַנעט אַרויסצוקריגן איצט נאָך אַ ׳קאָפּל יאָסעלעוויטש׳… טו, מיר אַ טובֿה. איך וועל דאָס קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן. איך גיב דיר מײַן ערנוואָרט.‟
„אַ מינוטקעלע!‟, — האָט סעם געשמייכלט, דערפֿילנדיק ווי דאָס ביר מישט זיך צונויף מיטן גלעזעלע ווישניאַק, וואָס ער האָט אַרײַנגעגאָסן פֿריִער אין האַלדז, און דער אַלקאָהאָל טוט אַ שלאָג אַרויף אין קאָפּ. — „רעד קלאָר, ווער איז יענער חזיר, יאָסל יאָסעלעוויטש. ער האָט אַ נאָמען פֿון אַ ממזר.‟
„נאַ, לייען אַליין! דאָס איז דאָס שטיקל, ווען טאַטע און זון רײַסן זיך איבערן שטרײַק אין טאַטנס פֿאַבריק. קאָפּל איז דער אָנפֿירער פֿון דעם שטרײַק‟ — ישׂראל מאַרקאָוויטש האָט דערלאַנגט סעמען זײַנע פּאַפּירן. — „פּוּיקעלע וועט זײַן קאָפּל, זײַן זון, דער וואָס וועט שפּעטער ווערן דער פֿירער פֿון דעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד‟.

סעם האָט גענומען די פּאַפּירן, זיי צוגערוקט צו די אויגן און אַרויסגעלייענט הויך, אויף אַ קול:

„דאָס איז אַ מרידה קעגן גאָט און זײַנע געבאָטן! עס שטייט נישט דען: זאָלסט אָפּגעבן כּבֿוד דײַן פֿאָטער און מוטער, האָ?‟

פּוּיקעלע האָט פֿאָרגעלייענט קאָפּלס ראָלע און געשלוקערצט בשעת-מעשׂה:

„טאַטע, הײַנט ס’דאָ אַן אַנדער וועלט… היק… מע מוז זיך אויסניכטערן פֿון די אַמאָליקע אָבערגלויבענישן און פּרימיטיווע שטיק… היק…‟

סעם האָט פֿאָרגעלייענט און דערפֿילט, ווי ער שטעקט זיך אָן מיט פּוּעקעלעס שלוקערצן:

„קאָפּל! גענוג מיט די שטיק!.. היק… דו קאָנסט זייער ווויל דעם דין… היק… בן סורר-ומורה, אַ זון, וואָס פֿאָלגט נישט טאַטע-מאַמע, איז זולל-וסובא, פֿרעסט און טרינקט… היק… אָן אַ מאָס, איז ער חייב מיתה! מ’קאָן אים שטראָפֿן מיט טויט, באַוואַרפֿן מיט שטיינער!‟
פּוּיקעלע: „טאַטע, אָט די דינים האָבן נישט קיין האַפֿט הײַנט צו טאָג. זיי זענען די דינים פֿון באַרבאַרן, וואָס האָבן געלעבט מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק… היק… זיי גילטן נישט הײַנט.‟
סעם: „קאָפּל!.. היק… פֿאָלג דײַן פֿאָטער! הער אויף העצן די אַרבעטער צו שטרײַקן און טאָמער נישט… היק…
פּוּיקעלע: „נו?.. היק.. און טאָמער נישט?.. היק…

2

אין די ווינטערדיקע טעג, ווען דער שניי סקריפּעט אונטער די פֿיס און דער הימל, אַ גרויער, אַ בלײַענער הענגט איבער די קעפּ, ווי אַ פּאָקרישקע, האָט זיך צעלייגט איבער דער שטאָט אַ דערשלאָגנקייט, אַ שטילע פֿאַרצווייפֿלונג. מענטשן זענען נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט, פֿאַרקערט, מע איז געלאָפֿן אַהין-אַהער. ווי נאָר עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז ערגעץ אין אַ קלייט, געוויינטלעך, אין צענטער־שטאָט, איז דאָ צו קריגן דאָס אָדער יענץ, תּיכּף פֿלעגט זיך אויסשטעלן אַ ריי אין דרויסן. דער מוח איז שטענדיק געווען פֿאַרנומען מיט קריגן עפּעס, זיך אײַנאָרדענען, זיך אַראַנזשירן, כאַפּן אַ מציאה, עפּעס פֿאַרקויפֿן, קניפּן באַקאַנטשאַפֿטן, טאָן אַ טובֿה יענעם, כּדי צו באַקומען שפּעטער אַ טובֿה צוריק. נאָר איבער אַלץ און אַלעמען, לויט סעמס אײַנדרוק, האָט געלויערט אַן אומהיימלעך געפֿיל, אַז יעדע זאַך און טאַט האָבן אָנגעוווירן דעם זין. ער האָט געקאָנט דערשמעקן באַשײַמפּערלעך דעם אונטערגאַנג, די צעפֿאַלנקייט.

בוקאַרעשט איז געווען שטענדיק פֿאַרהוילן אין אַ וואָלקן פֿון געשטאַנק. די דאָזיקע שטאָט האָט זיך קיינמאָל נישט אויסגעצייכנט מיט איר ריינקייט, נאָר לעצטנס זענען די גאַסן געוואָרן וואָס אַ מאָל שמוציקער, די ווענט — ווי פֿאַרסאַזשעט, די פֿאַרפֿרוירענע קאַלוזשעס זענען געווען שוואַרץ, ווי פֿאַרגאָסן מיט סמאָלע. די לופֿט איז געווען שטויביק און פֿאַרסמט מיט רויך פֿון די אויטאָבוסן און לאַסט־מאַשינען. וואַנדאַליזם און מהיכא-תּיתידיקייט זענען געווען זייער פֿאַרשפּרייט: צעבראָכענע זיצן אין די אויטאָבוסן און טראַמווײַען, ציגאַרעט-עקן איבעראַל, שמוץ אויף בענק און אין די פּאַרקן, געשטאַנק פֿון אורין לעבן ווענט און פּלויטן. די הויפּט-גאַסן האָבן נאָך אויסגעזען „ציוויליזירט‟, אָבער די זײַטיקע גאַסן און מאַהאָלעס, וואָס ליגן ווײַט פֿון צענטער־שטאָט, זענען געווען פּראָסט-און-פּשוט פֿאַרנאַכלעסיקט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אָט די אימאַזשן האָט יעדער געקאָנט זען מיט די אייגענע אויגן, נאָר זיי האָבן נישט געפֿונען קיין אָפּקלאַנג אין דעם ראַדיאָ אָדער טעלעוויזיע. לויט דעם ראַדיאָ האַלט רומעניע אין איין בליִען. די עקאָנאָמיע גייט פֿאָרויס, די באַדינגונגען ווערן אַלץ בעסער. אַיעדער טאָג האָט געבראַכט מיט זיך נײַע דערגרייכונגען און נצחונות פֿאַרן סאָציאַליזם. די פֿאַבריקן האָבן געאַרבעט פֿלײַסיק, אַלע בירגער, אָן אַן אויסנאַם, דרוקן אויס זייער צופֿרידנקייט און דאַנקבאַרקייט דעם חבֿר ניקאָלאַע טשאַושעסקו און די חבֿרטע העלענאַ טשאַושעסקו, דעם געניאַלן און טיף-מענטשלעכן פּאָרפֿאָלק. זאָל לעבן טשאַושעסקו! זאָל לעבן רומעניע! קיינער האָט נישט קיין טענות און פֿאַר וואָס זאָל מען האָבן טענות? די פּאַרטיי באַזאָרגט יעדן איינעם, קינד־און־קייט, מיטן נייטיקן.

כאָטש אַלץ בײַ סעמען איז געווען אויף אַ ווײַלע, האָט ער געזען פֿאַר זיך נאָר איין אויסוועג — קריגן דעם אַמעריקאַנישן פּאַספּאָרט וואָס גיכער און אַנטלויפֿן צוריק קיין ניו-יאָרק. פֿון דעסטוועגן, האָט ער מסכּים געווען אָנטיילנעמען אין דער פֿאָרשטעלונג. ער האָט געשפּילט די ראָלן פֿון די רײַכע אויסניצערס, האַרצלאָזע קאַפּיטאַליסטן: יאָסל יאָסעלעוויטש, דער פֿרומער טאַטע און חיים רײַך, דער פֿינצטערלינג פֿון וואַרשעווער געטאָ, וואָס האָט געמאַכט יד-אַחת מיט די נאַציסטן קעגן דעם אויפֿשטאַנד. עס האָט סעמען נישט אַזוי שטאַרק געצויגן צו די ברעטער פֿון דער בינע, ווי געשאַפֿן אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך אַרויסדרייען פֿון די פֿאַרפֿליכטונגען בײַ דער אַרבעט און גיין צוויי מאָל אַ וואָך, נאָכמיטיק, אויף די רעפּעטיציעס אין דעם „באַראַשעום‟ [2].

קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מ’דאַרף באַהייצן דעם טעאַטער־זאַל אויכעט בשעת די רעפּעטיציעס. אַזוי אַרום זענען די רעפּעטיציעס פֿאָרגעקומען אין אַ בריִענדיקער קעלט. די אַקטיאָרן זענען אַרומגעגאַנגען אָנגעטאָן אין שווערע מאַנטלען מיט שטאָטישע, פּעלצענע קוטשמעס אויף די קעפּ. תּמיד האָט עמעצער אויסגעפֿעלט: דער האָט געכאַפּט די גריפּע, יענע האָט געהאַט אַ לונגען-אָנצינדונג אָדער מ’איז גלאַט אַזוי נישט געקומען אויף דער רעפּעטיציע, אָן אַ פֿאַרוואָס. דער רעזשיסאָר, אַ מענטש מיט העכערע קינסטלערישע פּרעטענציעס, האָט זיך אַרומגעטראָגן אַן אָנגעבלאָזענער, אַ פֿאַרכמורעטער. דאָ געזאָגט אַ קרום וואָרט, זיך דאָרט אויפֿגערעגט, געפּרוּווט פֿאַרריכטן דאָס אומנאַטירלעכע, איבערגעטריבענע שפּילן, נאָר ס’האָט אים געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. די גאַנצע זאַך איז געווען האַלב אַמאַטאָריש און האַלב ערנסט. מער ווי דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ האָט דאָס טעאַטער-שטיק געשמעקט מיט אַ פּורים-שפּיל אין אַ שטעטל.

[1] גאָלאָן — אויסוווּרף
[2] באַראַשעום — אַזוי פֿלעגט מען רופֿן דעם ייִדישן טעאַטער

המשך קומט

Leave a comment