יעווגעני קיסין
קאַפּיטל ב
1
אױב איר, טײַערער לײענער, שטאַמט פֿון ישׂראל, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אַרגענטינע אָדער פֿראַנקרײַך, און אױב אײַך איז אױסגעקומען צו זײַן אין אונגאַרן אַפֿילו צענדליקער מאָל, װעט איר ממילא קײן מאָל נישט קאָנען פֿאַרשטײן מישעס געפֿילן, װען ער, נאָך אַ יונגער־מאַן, האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט דאָס דאָזיקע לאַנד אום פֿרילינג 1972.
אין אַלע לענדער, װוּהין מישע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן אױף קאָנקורסן אָדער מיט קאָנצערטן, זײַנען די אָרגאַניזאַטאָרן געװען בנימוסדיק און גאַסטפֿרײַנדלעך. בשעת זײַנע נסיעות אין טשעכאָסלאָװאַקײַ און פּױלן, הגם עס האָבן מיט זײ אױך אָנגעפֿירט קאָמוניסטן, האָט ער געזען, אַז דאָרטן האָט מען געלעבט בעסער, אײדער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד: מער סחורות אין מאַגאַזינען, מענטשן זײַנען געװען אָנגעטאָן בעסער און האָבן זיך אױפֿגעפֿירט פֿרײַער. אין אונגאַרן אָבער האָט מישע געהאַט דאָס געפֿיל, װי ער זאָל זיך געהאַט געפֿונען אױף דער אַנדערער זײַט פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟ (פֿאַר דעם איז ער אין קײן אײן „קאַפּיטאַליסטיש‟ לאַנד נאָך נישט געװען): די שפֿע אין די קראָמען איז געװען נאָך גרעסער, מענטשן האָבן זיך געהאַלטן, װי סע האָט זיך געדאַכט, לגמרי פֿרײַ, און די מיטאַרבעטערס פֿון דער דאָרטיקער קאָנצערט–אָרגאַניזאַציע, „אינטערקאָנצערט‟, זײַנען געװען באַזונדערס װױלע און צוגעלאָזענע. מישע האָט עס תּיכּף דערפֿילט, װי נאָר עס האָבן אים אינעם בודאַפּעשטער פֿליפֿעלד באַגעגנט די דרײַ פּאַרשױנען, װאָס האָבן אים שפּעטער באַגלײט כּמעט די גאַנצע צײַט, בעת ער איז געװען אין זײער לאַנד: די פֿאָרשטײערין פֿונעם „אינטערקאָנצערט‟ ערזשיבעט, די איבערזעצערין מאַרגיט און דער שאָפֿער לאַסלאָ.
ערזשיבעט איז געװען אַ יונגע, הױכע, סעקסאַפּילע פֿרױ מיט קױם געקרײַזלטע טונקל–ברױנע האָר, אונטערגעשױרן װי אַ קאַרע–פֿריזור, גרױסע טונקעלע אױגן, אַ ליבלעכן שמײכל און צוויי חן–גריבעלעך אױפֿן רונד פּנים. די קליידער און קלײדלעך, װאָס זי האָט געטראָגן, פֿלעגן קױם פֿאַרדעקן די קני פֿון אירע אַ ביסל פֿולבלעכע, נאָר שטאַלטנע און שײנע פֿיס. מאַרגיט, אַ באַשײדענע מיטלװוּקסיקע יונגע פֿרױ מיט לאַנגע, גלאַטע בלאָנדע האָר און גרױע אױגן, פֿלעגט געװײנטלעך טראָגן הױזן; מע האָט נישט געקענט זאָגן, אַז זי איז אַ שײנע, נײַערט זי איז געװען גאָר אַ ליבלעכע. װאָס שײך לאַסלאָ, איז ער געװען אַ פֿרײלעכער יונג, אַ מיטלװוּקסיקער, אַפֿילו העכער, און אַ בלאָנדהאָריקער. ער איז שטענדיק געװען אָנגעטאָן אין ספּאָרט–העמדלעך, אַ ברױנער לעדערנער קורטקע, דזשינסן און גומע–שיך. אַגבֿ, האָט ער געטראָגן דעם זײגער מיטן ציפֿערבלאַט אַראָפּ.
װי נאָר זײ אַלע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אינעם אױטאָ און זײַנען אָפּגעפֿאָרן פֿונעם עראָפּאָרט אינעם האָטעל, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ערזשיבעט האָט גערעדט אױף רוסיש נישט ערגער, װי מאַרגיט. זי האָט דערצײלט וועגן איר לערנען זיך אין ראָסטאָװ און דערקלערט, אַז דאָס איז די בעסטע שטאָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מישע האָט אָפּגעשװיגן, נאָר זיך פֿאַרחידושט, מחמת צו יענער צײַט איז ער שױן געהאַט גאָר אַ סך אַרומגעפֿאָרן מיט קאָנצערטן איבערן לאַנד, און אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שטעט, אין װעלכע ער איז געװען, האָט ראָסטאָװ נישט געהאַט געמאַכט אױף אים קײן באַזונדערן אײַנדרוק. ערזשיבעט האָט געזאָגט, אַז דאָרטן, אין ראָסטאָװ, האָט זי געהאַט פֿיל פֿרײַנד, און מישע האָט באַמערקט, אַז אין יענעם מאָמענט האָט איר פּנים זיך אַ ביסל פֿאַררײטלט.
כּל–זמן מישע האָט אױסגעפֿרעגט די צװײ יונגע פֿרױען װעגן זײ און זײער לאַנד און זיך געסטאַרעט מיט זײער הילף ריכטיק אַרױסצוברענגען די עטלעכע אונגאַרישע װערטער, װאָס ער האָט געהאַט אויסגעלערנט בײַ זײַנע באַקאַנטע, האָבן אינעם פֿענצטער פֿונעם אױטאָ זיך באַװיזן דער קופּאָל און די טורעמס פֿונעם פּאַרלאַמענט…
אַך, בודאַפּעשט, בודאַפּעשט! אַפֿילו די תּושבֿים פֿון פּאַריז און לאָנדאָן אָדער יענע, װאָס זײַנען געװען אַ סך מאָל אין די דאָזיקע שטעט, קאָנען ניט שטענדיק געהעריק אָפּשאַצן דעם שאַרם פֿון דער שטאָט. װאָס זשע איז צו רײדן װעגן מישען, װען ער האָט דאָס ערשטע מאָל דערזען „די קיניגין פֿון דונײַ‟ אין איר גאַנצער פּראַכט! דערצו נאָך װעסנעצײַט, בעת די זונענשטראַלן האָבן שׂימחהדיק געפֿינקלט אױף די װוּנדערשײנע אַלטע בנינים, אױף די בײמער–קרוינען, טראָטואַרן און ברוקן, אױף די כװאַליעס פֿון דונײַ; די סאַקורע–בײמער האָבן געבליט מיט אַלע זאַפֿטן, און סע האָט זיך געדוכט, אַז אַלץ האָט געאָטעמט מיט שײנקײט און פֿרײַהײט!
מישעס ערשטער קאָנצערט אין אונגאַרן, אױפֿן אַנדערן טאָג פֿון זײַן אָנקומען, איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט דעברעצען, װאָס געפֿינט זיך כּמעט צװײ הונדערט קילאָמעטער מיזרח–צו פֿון בודאַפּעשט. דאָס איז געװען אַ סאָלאָ–קאָנצערט, מע האָט אַהין געבראַכט מישען צו פֿירן מיטן אױטאָ גלײַך צום קאָנצערט–זאַל, מישע האָט אָפּגעאַרבעט אױף דער בינע אַ פּאָר שעה, אָפּגעשפּילט דעם קאָנצערט, און נאָך דעם האָט מען אים תּיכּף אָפּגעפֿירט צוריק קײן בודאַפּעשט, אַזױ אַז קײן מעגלעכקײט צו באַקוקן די שטאָט האָט ער נישט געהאַט. דער עולם דאָרטן איז געװען זײער אַ גוטער, און ערזשיבעט, װאָס האָט זיך בפֿירוש פֿונאַנדערגעקליבן אין מוזיק, איז אױך געבליבן צופֿרידן. װען מיט צװײ טעג שפּעטער האָט מישע אָפּגעשפּילט שומאַנס קאָנצערט אין בודאַפּעשט, אינעם װוּנדערשײנעם גרױסן זאַל פֿון דער מוזיק–אַקאַדעמיע, מיטן דאָרטיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, איז צו אים נאָך זײַן אױפֿטריט צוגעגאַנגען אַ נאַטשאַלניק פֿונעם „אינטערקאָנצערט‟, אַ הױכער, דאַרער, ברױנגעזיכטיקער מענטש פֿון אַ יאָר פֿופֿציק מיטן נאָמען פּעטער; ער האָט באַגריסט מישען און געזאָגט עטלעכע גוטע װערטער מכּוח זײַן שפּילן. װען מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט מישע אױסגעפֿילט אינעם זעלבן זאַל אַ סאָלאָ–קאָנצערט, װאָס האָט געמוזט זײַן דער לעצטער אױפֿטריט זײַנער אין אונגאַרן, איז פּעטער װידער אַרײַנגעגאַנגען צו אים אינעם אַרטיסטן–צימער און, קוקנדיק ערנסט דורך די ברילן, אַ פֿרעג געטאָן מיט זײַן שטיל, נידעריק קול, צי מישע װאָלט געװאָלט זיך פֿאַרהאַלטן אױף נאָך צװײ װאָכן און אױפֿטרעטן מיט אַ פּאָר סאָלאָ–קאָנצערטן.
מישע איז געפּלעפֿט געװאָרן: מיט אַזאַ זאַך איז אים נאָך קײן מאָל נישט אױסגעקומען זיך צונױפֿשטױסן.
— אַװדאי, מיט גרױס פֿאַרגעניגן, — האָט ער גענומען פּלאַפּלען, — נאָר… מע דאַרף דאָך מכּוח דעם זיך צונױפֿרײדן מיטן „גאָסקאָנצערט‟…
— אױב איר זײַט מסכּים, װעלן מיר, געװיס, זיך צונױפֿרײדן װעגן אַלצדינג מיטן „גאָסקאָנצערט‟, — האָט ערזשיבעט איבערגעזעצט מישען פּעטערס װערטער.
מישע האָט פֿיבערהאַפֿטיק אָנגעהױבן זיך דערמאָנען, צי סע שטײען אים נישט פֿאָר װאָסערע–ניט־איז אַנדערע גאַסטראָלן אָדער עקזאַמענס אין דער קאָנסערװאַטאָריע אין די קומענדיקע װאָכן, — נײן, צום גליק, איז גאָרנישט אַזעלכעס אין די נאָענטסטע פּלענער ניט געשטאַנען. װען פּעטער איז אַװעקגעגאַנגען, האָט מישע זיך דערמאָנט און געזאָגט ערזשיבעטן, אַז הײַנט איז פֿרײַטיק, דעריבער װעלן זײ אין די קומענדיקע צװײ טעג נישט קאָנען זיך פֿאַרבינדן מיטן „גאָסקאָנצערט‟, נאָר ער מוז זיך אומקערן קײן מאָסקװע שױן מאָרגן.
— ס׳מאַכט נישט אױס, — האָט יענע רויִק געענטפֿערט, — מאָנטיק װעלן מיר זיך פֿאַרבינדן מיט זײ און זיך צונױפֿרײדן װעגן אַלצדינג, און דערװײַל װאַרט אָפּ דאָ.
דאָס איז געװען ביז גאָר אַן אומגעװײנטלעכע סיטואַציע, און מישע האָט נישט געװוּסט, װאָס מע האָט געקאָנט דערװאַרטן דערפֿון און װי אַזױ דאָס אַלץ האָט געקאָנט זיך פֿאַרענדיקן. יעדנפֿאַלס, זײַנע באַלעבאַטים זײַנען געװען אַזױ רויִק און זיכער, אַז ער האָט באַשלאָסן: „מילא, אַ גליק אָדער אַ שטריק! אױב זײ לאַדן מיך אײַן, װעל איך בלײַבן דאָ, און מירן זען; אונגאַרן איז פֿאָרט אַ סאָציאַליסטיש, אַ „ברידערלעך‟ לאַנד. אױב סע װעלן אױפֿקומען פּראָבלעמען אין מאָסקװע, װעל איך דערציילן אַלץ, װי עס איז געװען.‟
מאָנטיק אױף דער נאַכט האָט ערזשיבעט מיטגעטײלט מישען, אַז אַלץ איז אין אָרדענונג, זײ האָבן זיך צונױפֿגערעדט מיטן „גאָסקאָנצערט‟ װעגן אַלע פּרטים, אַזױ אַז מישע איז געבליבן אין אונגאַרן נאָך אױף צװײ װאָכן, געאַרבעט, אָפּגעשפּילט צװײ סאָלאָ–קאָנצערטן אינעם װוּנדערבאַרן קלײנעם זאַל פֿון דער מוזיק–אַקאַדעמיע און אין „װיגאַדאָ‟, זײער אַ שײנעם אַלטן זאַל, נאָר מיט אַ שלעכטער אַקוסטיק, — און שפּאַצירט אַ סך אַרום בודאַפּעשט אין דער באַגלײטונג פֿון מאַרגיטן.
יענע נסיעה זײַנע האָט מישע פֿאַרגעדענקט אױף זײַן גאַנץ לעבן. די בודער פֿעסטונג און די פֿישערס באַסטיאָן מיט דער אָטעם–פֿאַרכאַפּנדיקער שײנקײט פֿון אַלע זײערע בנינים, דענקמעלער און דער פּאַנאָראַמע פֿון דעם טײַך און דער שטאָט, װאָס שפּרײט זיך אױס אונטער זײ… דער מוזעום פֿון אָפּבילדנדיקע קונסטן אױפֿן העלדן–פּלאַץ, װוּ מישע האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג נאָך אַנאַנד, אײַנזאַפּנדיק אין זיך די דאָרטיקע קינסטלערישע אַטמאָספֿער, בפֿרט פֿון זײַנע באַליבטע שפּאַניער: על גרעקאָ, װעלאַסקעסן, גאָיאַ… דער פּאַרלאַמענט מיט אַלע זײַנע װוּנדערשײנע זאַלן… דער װײַדאַהוניאַד שלאָס, װאָס מע האָט אים געקאָנט באַװוּנדערן אומענדלעך… דער זאָאָפּאַרק מיט זײַן פּרעכטיקן אַרײַנגאַנג און העלפֿאַנדן–הױז… די װוּנדערשײנע געלערט–בעדער — גאָרנישט אַזעלכעס האָט מישע נאָך ביז אַהער אין לעבן ניט געזען און ניט געקאָנט זיך אַפֿילו פֿאָרשטעלן… און, אַװדאי, די שטאָט גופֿא מיט אירע ברײטע בולװאַרן און ענגע געסלעך, װאָס מישע האָט איבער זײ שפּאַצירט, נישט בכּוח זיך אָנזעטיקן מיט זײער שײנקײט און דער באַזונדערער, אײנמאָליקער אַטמאָספֿער. סע האָט זיך אים געדאַכט, אַז מחמת אַזױ פֿיל שײנקײט אַרום זיך האָט ער געשפּילט אין בודאַפּעשט אַנדערש, בעסער װי אין אַנדערע קאָנצערט־זאַלן.
אַ מאָל, בשעת אַ שפּאַציר אינעם צענטער פֿון דער שטאָט, זײַנען מישע און מאַרגיט פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ גרױסן שײנעם בנין מיט צװײ הױכע טורעמס, באַקרױנטע מיט קופּאָלן, װאָס האָבן זיך דערהױבן איבער די אַרומיקע הײַזער. מישע האָט פֿאַרהאַלטן זײַן בליק אױף אים, און מאַרגיט האָט דערקלערט: „דאָס איז אַ סינאַגאָגע.‟ מישע איז איבערגעראַשט געװאָרן: אין מאָסקװע האָט די כאָרשול, װוּהין מישע האָט זיך געהאַט אַרײַנגעכאַפּט אַ פּאָר מאָל, זיך ניט שטאַרק אונטערגעשײדט פֿון די דערבײַיִקע געבײַדעס, על–כּל–פּנים אױפֿן ערשטן בליק, אַזױ אַז, אױב מע האָט נישט געװוּסט, אַז דאָס איז אַ בית–מדרש, װאָלט מען אַפֿילו אױף איר נישט געלײגט קײן אַכט. יענער בנין אױף דער דאָהאַני–גאַס אָבער איז געװען אַזאַ, אַז ער האָט ממש צוגעצױגן דעם אױפֿמערק צו זיך! און װי פּשוט און רויִק, ווי אַ געוויינטלעכע זאַך, האָט מאַרגיט, בפֿירוש אַ ניט–ייִדישע, אַרױסגערעדט אָט די װערטער: „דאָס איז אַ סינאַגאָגע…‟, — גלײַך װי גאָרנישט באַזונדערס איז אין זײ ניט געװען… מישע האָט, אַװדאי, גוט געװוּסט, אַז אונגאַרן געהערט צום „סאָציאַליסטישן לאַגער‟, — און דאָך, בעת ער האָט זיך דאָרט געפֿונען, פֿלעגט אים אָפֿט אױפֿקומען דאָס געפֿיל: „אָט איז זי, אײראָפּע! אָט איז זי, פֿרײַהײט!‟.
אין אײניקע קיאָסקן אױף די גאַסן האָט מען פֿאַרקױפֿט האַמבורגערן און די אַמעריקאַנער וווּרשטלעך אין בולקעלעך „האָט–דאָגן‟, װאָס האָבן זיך געדאַכט מישען אמתדיקע לאַקעטקעס, װי אױך בלינצעס — מיט מאָן, װעלשענע ניס, צװאָרעך און פֿאַרשײדענע אײַנגעמאַכטסן. יעדן אָװנט, וויסנדיק, אַז קײן געלט האָט מישע, װי אַלע אַנדערע סאָװעטישע אַרטיסטן, פּראַקטיש נישט געהאַט, פֿלעגט ערזשיבעט לױט פּעטערס אױפֿטראָג אים פֿאַרבעטן אױף אַ װעטשערע; אַ פּאָר מאָל האָט פּעטער אַלײן עס געטאָן. בלױז אײן אָװנט אין יענע צװײ װאָכן האָט מישע פֿאַרבראַכט נישט מיט זײ.
שױן נאָך מישעס ערשטן אױפֿטריט אין בודאַפּעשט איז אין זײַן אַרטיסטן–צימער אַרײַנגעגאַנגען אַ קלײנװוּקסיקע פֿולבלעכע פֿרױ מיט גלאַטע ברױנע האָר, אונטערגעשױרן גאַנץ קורץ מיט אַ טשופּרינקע אױפֿן שטערן; זי האָט געטראָגן דיקע ברילן און אױסגעזען מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון מישען. זיך געװאָנדן צו אים מיט אַ נידעריק, ברוסטיק קול אױף זײער אַ גוטן רוסיש און צעציִענדיק אַ ביסעלע די װערטער, האָט זי געבעטן מישען צו געבן איר אַן אינטערװיו פֿאַר דעם ראַדיאָ. מישע האָט פֿאָרגעלײגט, זי זאָל קומען אין זײַן האָטעל אױפֿן אַנדערן אָװנט. זײ האָבן געהאַט זײער אַ װױלן שמועס, און מישע האָט דערפֿילט צו איר עפּעס אַ לױטערע סימפּאַטיע. ער האָט אָנגעהױבן זי אױספֿרעגן, פֿון װאַנען קומט צו איר אַזאַ גוטער רוסיש וכּדומה. יודיט (אַזױ האָט די פֿרױ געהײסן) האָט דערצײלט, אַז זי האָט געהאַט געאַרבעט אין מאָסקװע װי אַ זשורנאַליסטקע, און, אפֿשר, װעט מען זי אַהין שיקן אַרבעטן װידער. זײ האָבן זיך אױסגעטױשט מיט אַדרעסן און טעלעפֿאָן–נומערן און זיך צונױפֿגערעדט אָנצוקלינגען אײנער דעם אַנדערן, אױב זי װעט טאַקע קומען צו פֿאָרן קײן מאָסקװע אָדער ער — קײן בודאַפּעשט. און אָט, װען מישע האָט זיך דערװוּסט, אַז ער װעט בלײַבן אין בודאַפּעשט נאָך אױף גאַנצע צװײ װאָכן, האָט ער אָנגעקלונגען יודיטן און געזאָגט איר װעגן דעם. יענע האָט זיך בפֿירוש דערפֿרײט און פֿאַרבעטן מישען צו זיך אין שטוב דעם קומעדיקן זונטיק.
זײער אַן אומפֿאַרגעסלעכער אָװנט איז דאָס געװען. געװױנט האָט יודיט אַלײן אין דער צװײצימערדיקער דירה, װאָס איז איר געבליבן נאָכן עלטערנס טױט. סע האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זי איז אַ ייִדישקע, און האָט דערצײלט מישען אַ סך אינטערעסאַנטע, בתוכם טרױעריקע, זאַכן. אינעם יאָר 1942, באַלד נאָך דעם, װי יודיטס מאַמע איז מעוברת געװאָרן, האָט מען איר מאַן פֿאַרנומען אין אַן אַרבעטס–קאָמאַנדע, װי ס׳רובֿ יונגע ייִדישע מאַנצבילן אין אונגאַרן. דאָרט איז ער אָפּגעווען העכער צװײ יאָר און זיך אומגעקערט אַהיים מיט אַן אונטערגעריסענעם געזונט. אין יענעם אָװנט האָט מישע זיך דערװוּסט װעגן ראַול װאַלענבערגן. אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט מען, פֿאַרשטײט זיך, נישט דערמאָנט זײַן נאָמען און טעטיקײט, אָבער דװקא אַ דאַנק אים, זײַנען די קלײנע יודיט און איר מאַמע געראַטעװעט געװאָרן אין דער שװעדישער דיפּלאָמאַטישער מיסיע. יודיטס טאַטע האָט נישט דערלעבט ביז פֿופֿציק יאָר, און די מאַמע, נאָך גאָר נישט קײן אַלטע פֿרוי, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן… מישע האָט דערפֿילט, אַז יודיט איז געװען נישט בלױז אַ װױלער, נאָר אױך זײער אַ מוטיקער מענטש, און באמת אַן אײגענער: איר קאָן מען געטרױען.
אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך זײַן קאָנצערט אינעם „װיגאַדאָ‟–זאַל האָט מישע זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע. די געזעגענונג איז געװען זײער אַ רירנדיקע; אי ערזשיבעט, אי מאַרגיט, אי לאַסלאָ האָבן דערלאַנגט מישען אָנדענק־סוּװענירן. אַזױ האָט זיך פֿאַרענדיקט זײַן ערשטער װיזיט אין אונגאַרן — דער ערשטער, נאָר כּלל נישט דער לעצטער…
המשך קומט