דוד־עומר כּהן
דער לעצטער טײל פֿון דעם טריפּטיך „אַנטװערפּענער דערצײלונגען‟
ס’איז אַ זעלטענער כּבֿוד צו פֿאַרברענגען אַ טאָג אין הימל שױן בײַם לעבן דאָ אױף דער װעלט. למעשׂה איז דאָס גרינגער װי מען מײנט: מ׳באַדאַרף האָבן נאָר אַ שטיק געזונט, אַ קאַפּיטשקע מזל… און אַ ביסל אַנטװערפּען. יאָ, אַנטװערפּען געהערט זיכער דערצו. װעל איך ענק דערצײלן אַ מעשׂה װעגן אַ טאָג, װאָס כ’האָב פֿאַרבראַכט אינעם אַנטװערפּענער הימל. איר זאָלט אָבער װיסן, חבֿרה, אַז אין הימל קומט מען נישט אַרײַן סתּם אַזױ. לאָמיר בעסער אָנהײבן אונדזער נסיעה אין אַ שענק, װוּ ס’הײבן זיך אָן די בעסטע דערצײלונגען, און כאַפּן אַ לחײם. „אלא תּולדות נח, פֿון בראָנפֿן קריגט מען כּוח…‟ ניט אמת? הײבט מען אָן אינעם אַנטװערפּענער קאַפֿע „קולמינאַטאָר‟.
קאַפֿע „קולמינאַטאָר‟ איז געװען אַן אָרט װי ניט קײן צװײטער איז. דאָרטן האָט מען געקענט טרינקען דאָס שטאַרקסטע ביר אױף דער װעלט, און אַ חוץ דעם איז אַהין געװען שװער אַרײַנצוקומען. הינטער דער שױב פֿונעם קאַפֿע איז געהאָנגען אַ צעטל: „גיט אַ קלינגל, סיװוּפּלע, װעט מען קומען עפֿענען‟. ס’האָט דערמאָנט אין די אַלטע אַמעריקאַנער שענק, װאָס מע פֿלעגט זײ רופֿן „ספּיק־איזי‟; אַרײַנגעלאָזט האָט מען אַהין נאָר, אױב מ׳האָט געוווּסט דעם „פּאַראָל‟. בײַ יענעם אַנטװערפּענער קאַפֿע איז געװען כּמעט אַזױ: װען מע האָט געטאָן אַ קלינגל, איז צוגעקומען צו דער טיר אײנער פֿון די צװײ בעלי־בתּים, אַן אַלט בעלגיש פּאָרפֿאָלק, צו פֿרעגן, מיט װעלכן ציל האָט מען אָנגעקלונגען. טאָמער מע האָט געענטפֿערט: „צו טרינקען ביר‟, האָט מען פֿאַר אים פֿאַרמאַכט די טיר אָן אַן איבעריק װאָרט. װען דער פֿאַרבליפֿטער גאַסט האָט נאָך אַ מאָל אָנגעקלונגען צי געגעבן אַ קלאַפּ אין דער שױב, האָט מען אױפֿגעלענט די טיר, בלױז צו זאָגן: „אױב איר װילט טרינקען, געזונטערהײט. אין אָט דעם לאָקאַל קאָן מען נאָר דעגוטירן!‟ — און אױס קאַפּעליוש־מאַכער! דעמאָלט האָבן די אַנטױשטע באַזוכער געמוזט מאַכן אַ „באו־בשלום‟, װי מען זאָגט אין אַנטװערפּען בײַ די הײמישע חבֿרה, און זוכן אַן אַנדער לאָקאַל, װוּ ס’איז יאָ דערלױבט צו טרינקען.
אַזױנס האָב איך דערצײלט מײַנע צװײ ייִדיש־תּלמידים, װען מיר זענען געזעסן אין דער באַן פֿון אַמסטערדאַם קײן אַנטװערפּען. „איך זאָג אײַך, ס’װעט זײַן כּדאַי, ממש‟ האָב איך געטענהט נישט אײן מאָל. די צװײ תּלמידים זענען נאָך געװען אַ ביסל מיד: אײנער פֿון זײ, רובען, אַ קלײנװוּקסיקער פֿופֿציק־יעריקער ייִד מיט שװאַרצע האָר, האָט זיך קאָנצענטרירט אױף דער טאָג־צײַטונג. די צװײטע, מאַריעט, אַ גרױסע בלאָנדינקע, האָט מיטגענומען איר עקזעמפּלאַר פֿון לילי כּהנס לערן־ביכל „קאָלאָקװיאַל ייִדיש‟ און איבערגעחזרט אַ ביסל די גראַמאַטיק: „איך בין, איך בין געװען, איך װעל זײַן, איך װאָלט געװען…‟
מאַריעט און רובען זענען געװען צװײ פֿײַנע מענטשן. מיר האָבן זיך געהאַט באַקענט אין דער שול פֿון זײערע קינדער, װוּ מע האָט אָפֿט אָרגאַניזירט אַקטיװיטעטן פֿאַר די עלטערן אױכעט. װען איך האָב געלערנט אַכט לעקציעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך, האָבן זײ געהערט צו יענע, פֿאַר װעמען אַכט לעקציעס האָבן נישט געקלעקט אױף צו באַפֿרידיקן זײער ברענענדיקן אינטערעס, האָבן זײ בײדע געװאָלט ממשיך זײַן. דערנאָך האָט מען זיך צװײ יאָר געטראָפֿן בײַ מאַריעטן אין אָפֿיס: זי האָט געאַרבעט װי אַן אַדװאָקאַטקע און געהאַט גענוג פּלאַץ. זענען רובען און איך געקומען אַיעדע װאָך צו איר זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די װוּנדערן פֿון מאַמע־לשון: מען האָט געלערנט אַ ביסל גראַמאַטיק, געכאַפּט אַ שמועס װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן, װעגן זײערע זיװגים און קינדער, און געלײענט ייִדישע ליטעראַטור. פֿאַר מיר, אַ יונגן לערער, איז דאָס געװען אַ שײן שטיקל פּרנסה נעבן דער שול־אַרבעט. אַ חוץ דעם, האָט מיר זײער באַגײַסטערונג צוגעגעבן אַ שטיק געזונט, װײַל ס’האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ גרױסער װילן זיך צו פֿאַרבעסערן. װען זײ זענען דערגאַנגען צום ניװאָ, װען זײ האָבן געקענט לײענען לײבל באָטװיניקס נאָװעלע „די געהײמע שליחות‟, האָב איך געטראַכט, אַז ס’איז כּדאַי צו מאַכן אַ נסיעה קײן אַנטװערפּען, זײ זאָלן הערן מיט די אײגענע אױערן דאָס סאַמע זאַפֿטיקע ייִדיש אױף דער װעלט, װאָס מע רעדט דאָרט אױף אַ טאָג־טעגלעכן אופֿן.
זענען מיר געפֿאָרן אין יוני, 2025. װי אַ נס, האָט אונדז די באַן געבראַכט זאַלבע דריט צו דעם מאָנומענטאַלן סטאַנציע־פּונקט באַצײַטנס: מיר זענען אָנגעקומען צװעלעף אַזייגער און געגאַנגען דורכן אַלטן טײל פֿון שטאָט צום קאַפֿע „קולמינאַטאָר‟. אַ מזל, װאָס כ’האָב געװוּסט פֿון מײַנע פֿריִעריקע װיזיטן, װי אַזױ מע קומט אַרײַן, און זיך געקענט דערמאָנען אינעם פּאַראָל „דעגוטירן‟: אױך דאָס מאָל איז די עלטערע פֿרױ צוגעקומען צו דער טיר און געפֿרעגט, פֿאַר װאָס מע האָט אָנגעקלונגען. װי באַלד מיר האָבן געזאָגט דאָס הײליקע װאָרט, האָט זי געגעבן עפּעס אַ שװאַכן שמײכל און אונדז אַרײַנגעלאָזט אין הימל אַרײַן.
דער הימל איז געװען אַ שענק מיט אַ הילצערנעם דיל, הילצערנע בענקלעך מיט רױטלעכע קישנס און הילצערנע טישן, אױף װעלכע עס זענען געלעגן די גרױסע מעניוס, צי בעסער געזאָגט, די ביר־קאַטאַלאָגן. ווי אַ הינטערגרונט, האָט מען געהערט אַ קװאַרטעט פֿון בעטהאָװען. לינקס האָט זיך געפֿונען דער שענק־טיש, הינטער װעלכן ס’איז געשטאַנען דער בעל־הבית, אַ זקן מיט אַ װילדער, גרױער באָרד. אױף דער סטעליע האָט מען געקענט זען אַ שלל פּלאַקאַטן פֿון פֿאַרשײדענע מינים ביר. פֿון רעכטס איז געװען נאָך אַ צימער, װוּ מע האָט זיך געקענט אַװעקזעצן אַרום אַ גרױסן טיש; דאָרט זענען געלעגן שפּילעכלעך, אָן אַ שיעור ביכער און קאָמיקס־ביכלעך. אױפֿן בענקל בײַ יענעם טיש האָט זיך געפֿונען עפּעס אַ יש, װאָס האָט אױסגעזען װי אַ קישן, אָבער אַז מע האָט געקוקט אַ ביסל בעסער, האָט זיך אױסגעװיזן, אַז ס’איז געװען אַן אַלטע קאַץ, אַ ברױנלעכע יפֿת־תּואר, װאָס האָט געכאַפּט אַ דרימל. „נו, האָסט נישט איבערגעטריבן, דוד‟, — האָט רובען געגעבן אַ שמײכל. — „זעצט אײַך אַװעק, װעל איך באַשטעלן אַ פּאָר גלעזער צום דעגוטירן.‟
מאַריעט און איך האָבן זיך אַװעקגעזעצט בײַם גרױסן טיש לעבן דער קאַץ. פּלוצעם האָט זי געזאָגט אױף ייִדיש: „מאַמעש אַ שײַן… שײן… אַ שײַן אָרט, דוד! אַ געזינט אין קאָפּ!‟
— װוּס רעדסטי עפּעס װי אַן אַנטװערפּענער אידענע?‟ — האָב איך זיך צעלאַכט.
— נו, כ’האָב געװאָלט זיך צוגרײַטן פֿאַר דער טרעפֿונג מיט דײַן חבֿר, — האָט זי געענטפֿערט.
בשעת רובען איז געקומען צום טיש מיט די גלעזער ביר, האָב איך געזאָגט:
— אױב אַזױ, טאָ רעד אַרױס די װערטער אַ ביסל מער טראַנטעװאַטע! זאָלסט זאָגן: „כאָ גיעװאָלצאַך ציגרײַטן פֿאַ דע טרעפֿונג מעדאַאַן כאַװער‟.
— װאַאַר כאַאַן װע יאַוּ װרינד אָנטמוטען? — האָט רובען געפֿרעגט צוריק אױף נידערלענדיש. — װוּ װעלן מיר זיך טרעפֿן מיט דײַן חבֿר? ער װעט זיך מסתּמא נישט באַװײַזן אין אַזאַ אָרט װי דאָ?
— ביסט גערעכט, — האָב איך געענטפֿערט. — ער האָט געזאָגט אַז כ’מוז אים לאָזן װיסן, װען מיר קומען אָן, װעט ער מיר זאָגן, װוּ װעט זײַן אַ גוט אָרט. מסתּמא נישט בײַ אים אין שטוב: זײַן פֿרױ האָט טיף־טײַער אין דר’ערד זײַנע טרעפֿונגען מיט פֿרײַע ייִדן און גױים.
— װעלן מיר דערװײַל פֿאַרברענגען דאָ, — האָט מאַריעט געזאָגט, דאָס מאָל אין כּלל־שפּראַך. — ס’איז זײער אַן אײַנגענעם אָרט, דוד. כּל־הכּבֿוד! כ’װאָלט עס אַלײן קײן מאָל ניט געפֿונען. צי איז דאָס געװען דײַן חבֿרס אַן עצה? קען ער אַזעלכע ערטער?
— חס־ושלום… ער האָט אַן אָפֿענעם קאָפּ, אַפֿילו זײַענדיק אַ חסיד, אָבער קײן װילדע חיה איז ער ניט. לאָמיר קודם־כּל מאַכן אַ לחײם. אַ געזונט אױף אײַך!
— לחײם! — האָבן בײדע געזאָגט אױף אַ קול און אױפֿגעהױבן זײערע גלעזער קולמינאַטאָר־ביר.
געטאָן אַ שלוק, האָב איך געענטפֿערט:
— נײן, יואל גײט אַ מאָל אין גױיִשע ערטער, אָבער דעם קאַפֿע־הויז װעט ער מסתּמא נישט קענען. איך מײן, אַז אַ מאָל גנבֿעט ער זיך אַרױס פֿון שטוב, צו באַזוכן אַ קורס אין מאָלערײַ.
— און זײַן װײַב װײסט װעגן דעם גאָרנישט? — האָט רובען געפֿרעגט. — כ’קוק אַרױס צו הערן מער װעגן דעם. װיפֿל אַזײגער װעלן מיר זיך מיט אים טרעפֿן?
— אַרום צװײ, האָט ער געזאָגט. ער װעט מיר שיקן אַ װאַצאַפּל. לאָמיר דערװײַל רעדן אַ ביסל מאַמע־לשון, האַ?
האָבן מיר אױף די קלאַנגען פֿון בעטהאָװענס קװאַרטעט, זיצנדיק און טרינקענדיק פֿונעם קולמינאַטאָר־ביר, װאָס איז טאַקע געװען נישט קײן שפּרודל־װאַסער, נאָר מסוכּן שטאַרק, געשמועסט און זיך מחיה געװען, רעדנדיק װעגן דאָס און יענץ, בעיקרשט, װעגן זײערע קינדער. מאַריעטס זון מילאָ איז נאָר װאָס געהאַט צוריקגעפֿלױגן פֿון דורם־אַמעריקע, רובענס ייִנגסטע טאָכטער האָט געפֿירט אַ ליבע־שמיבע מיט אַ יונגערמאַנטשיק, װעלכן ער האָט געהאַט פֿײַנט. אױף מאַריטעס אַרבעט האָט מען איר אָנגעבאָטן אַ נײַע פּאָזיציע, האָט זי נישט געװוּסט, צי ס’איז כּדאַי, צי נײן. בײַ רובענען אין אָפֿיס איז געװען די אײגענע מעשׂה װי אַלעמאָל: די ייִנגערע קאָלעגן פֿאַרשטײען נישט, אַז בײַם אָנהײב פֿון דער קאַריערע איז װיכטיק, ממש װיכטיק, צו אַרבעטן גאָר אַ סך און זיך נישט אָפּרוען אײדער די אַרבעט איז גרײט.
װעגן דעם אַלץ האָבן זײ גערעדט אױף כּלל־ייִדיש. כ’האָב זײ אָנגעקוקט מיט אינטערעס און באַװוּנדערט זײער פֿאָרשריט. דאָ און דאָרטן האָט זיך בײַ זײ אַרױסגעגנבֿעט אַ װאָרט אױף נידערלענדיש, אָבער זײ האָבן גערעדט אָן אַ שיעור פֿליסיקער, װי בײַם אָנהײב פֿון אונדזערע לעקציעס. בשעת־מעשׂה האָב איך געקוקט אױפֿן טעלעפֿאָן און געזען, אַז ס’איז אָנגעקומען אַ װאַצאַפּל פֿון יואל, דעם הײמישן חבֿר, װעמען מיר גײען באַזוכן: „אַ ביסל שפּעטער. 3 א״ז העמעלסטראַאַט (הימל־גאַס) נומער 23‟. האָב איך אינגיכן געענטפֿערט „בסדר‟ און זיך געווענדט צו מאַריעט און רובען: „יואל האָט געזאָגט, מיר זאָלן קומען צום העמעלסטראַאַט אַרום דרײַע.‟
— װיפֿל אַזײגער איז יעצט? — האָט מאַריעט געפֿרעגט.
— אַ פֿערטל פֿאַר צװײ. נו, לאָמיך באַשטעלן נאָך אַ ביר. צי האָט מען דאָ עפּעס צו עסן? — האָט רובען געפֿרעגט אױף אַ קול.
*
קיין עסן האָט מען אין „קולמינאַטאָר‟ גאָרנישט ניט סערװירט, זענען מיר אַװעק אַ ביסל פֿריִער און געזוכט אַ בעקערײַ צו נעמען כאָטש עפּעס אין מױל אַרײַן, אַנישט װאָלטן מיר זיך אָנגעשניאָשקעט נאָך פֿאַרן סוף מיטאָג. פֿונעם שטיקל גן־עדן מיטן נאָמען „קולמינאַטאָר‟ צום מיסטעריעזן אָרט אין הימל־גאַס איז געװען בלױז צען מינוט גאַנג. אַקעגן איבער דער נאַציאָנאַלן באַנק האָבן מיר געפֿונען אַ בעקערײַ און באַשטעלט אַ פּאָר געשמאַקע בולקעס און קרואַסאַנען מיט אַ גלעזל קאַװע.
— לאָמיר דאָס אַלץ מיטנעמען אין אַ זעקל און גײן ווײַטער צום דער הימל־גאַס, מיר זאָלן ניט אָנקומען צו שפּעט. — האָט מאַריעט געזאָגט.
װען מיר זענען צוגעקומען צום ראָג פֿון „לאַנגע לײם‟, דער לאַנגער גאַס אין סאַמע צענטער פֿון דער הײמישער געגנט, און דער „הימל־גאַס‟, האָב איך געזען אַ באַנק העט אױף דער העלפֿט פֿון גאַס אַנטקעגן איבער אַ קלױסטער.
— זעצט איר זיך אַװעק אױף דער באַנק, װעל איך זוכן נומער דרײַ און צװאַנציק”, האָב איך פֿאָרגעלײגט. רובען און מאַריעט האָבן שװײַגנדיק געשאָקלט מיטן קאָפּ, זיך אַװעקגעזעצט און גענומען עסן, בּשעת איך בין אָנגעגאַנגען װײַטער.
נאָך אַ פּאָר מינוט בין איך צוריקגעקומען אַ פֿאַרבליפֿטער.
— חבֿרה, אױב איך האָב נישט קײן טעות, איז דאָס נומער דרײַ און צװאַנציק‟, האָב איך געזאָגט, צײַגנדיק מיט דער רעכטער האַנט אױפֿן קלױסטער אַנטקעגן איבער דעם באַנק.
— האָט ער זיכער געהאַט אַ טעות, — האָט רובען געזאָגט. — האָסט נישט געזען זײַן נאָמען אױף אײנער פֿון די שילדלעך?
— זײַן משפּחה־נאָמען איז אַבראַמאָװיטש. װעסט געפֿינען מוראדיק אַ סך פֿון זײ אין דעם טײל פֿון שטאָט, — האָב איך געזאָגט. — אָבער ס’איז זײער טשודנע: דאָרט איז די „לאַנגע לײ‟, װוּ מען זעט אַ מזוזה נעבן אַיעדער טיר, אָבער דאָ אין „הימל־גאַס‟ האָב איך קײן ייִדישע שטיבער נישט געזען.
— קענסט אים שיקן אַ טעקסטל? — האָט מאַריעט פֿאָרגעלײגט. — אפֿשר האָט ער געהאַט אַ טעות און געמײנט צװײ און דרײַסיק.
כ’האָב געטאָן אַ שאָקל מיטן קאָפּ, גענומען דעם טעלעפֿאָן און געשריבן: „נומער 23 איז אַ תּיפֿלה. װוּ ביסטו?‟ כּמעט כּהרף־עין איז צוריקגעקומען דער ענטפֿער: „װאו זאל איך זײן? אװדאי אין תּיפֿלה.‟
— הײ זעכט דאַט העי אין דע קערק איס,‟ — האָב איך געזאָגט אַ פֿאַרבליפֿטער, פּלוצעם רעדנדיק אױף נידערלענדיש. — „ער זאָגט, אַז ער איז אינעם קלױסטער אָט דאָ.‟
— װאַרט אַ רגע, — האָט רובען זיך אָנגערופֿן בייזלעך. — צי איז דאָס עפּעס אַ װיץ? האָסט אונדז מיטגענומען קײט אַנטװערפּען צו רעדן אױף ייִדיש מיט אַ הײמישן ייִד אין אַ קירכע?
— נו, פֿאָרט עפּעס װאָס כ’האָב קײן מאָל ניט געטראָפֿן פֿריִער, — האָט מאַריעט געזאָגט גאָר פֿרײלעך, אָבער אַ ביסל אומזיכער. — לאָמיר אַרײַנגײן!
— גײט געזונטערהײט, —האָט רובען געזאָגט. — איך האָב פֿײַנט תּיפֿלות, װעל איך װאַרטן, אױב איר זעט, אַז ער איז טאַקע דאָרט.
בשעת מאַריעט און איך זענען אַרײַנגעגאַנגען אין קלױסטער, האָב איך זיך געפֿילט אַ ביסל שעמעװדיק. רובענס שטימע האָט געקלונגען נישט אַזױ נאָרמאַל, נאָר איריטירט, װי ער האָט זיך ממש געפֿרעגט, פֿאַר װאָס איז ער געקומען אַהער. האָב איך אָבער, װי באַלד מע האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט דורך דער שװערער, הילצערנער טיר, מער נישט געקלערט דערװעגן און זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיט דער שײנקײט פֿון דער קירכע. אָט דאָ, אין הימל־גאַס, האָט זיך באַהאַלטן אײנער פֿון די שענסטע קלױסטערס, װעלכן כ’האָב אַמאָל געזען מיט מײַנע אױגן. ער איז געװען אין גאַנצן לײדיק. פֿון דרױסן האָט ער אויסגעזען זײער פּראָסט, מישטײנס געזאָגט, אַ תּיפֿלה פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר אינעװײניק האָט מיר פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם. דער הױפּט־קאָליר איז געװען װײַס, אָבער װאַרעם, גאָר װאַרעם איז מיר געװאָרן אויפֿן האַרצן. כ’האָב זיך געפֿילט מחיה־גוט, װען כ’האָב געקוקט אױף די מאָלערײַען פֿון די הײליקע העט װײַט הינטן, און געזען די גלעזער אױף בײדע זײַטן, דורך װעלכע ס’האָט שימערירט דאָס שלומדיקע ליכט פֿון דער זון.
ס’האָט מיך אַזױ פֿאַרחידושט די אינעװײניקסטע שײנקײט פֿון דער געבײַדע, אַז כ’האָב זיך אַ ביסל דערשראָקן, װען הינטער אַ זײַל אױף דער רעכטער זײַט האָט זיך באַװיזן אַ לאַכנדיקע געשטאַלט מיט די װערטער: „אַ גיטן, כאָ גימײַנט אַז ענק גײַען קימען צעדריט?‟ דאָרט איז טאַקע געהאַט געשטאַנען יואל אַבראַמאָװיטש בכבֿודו־ובעצמו, אַ מאָגערער ייִד, אַלט אַרום פֿערציק, װאָס האָט אַ ביסל צוגעהינקעט און צוגעגעבן: „ני, עטס זעטס אוס אַ ביסל װעראַסט מיך דו צע זעין‟.
מאַריעט האָט נישט געװוּסט װאָס צו זאָגן, האָב איך געבעטן, זי זאָל צוריקגײן און ברענגען רובענען. קױם איז זי אַרױס, האָט יואל מיר געזאָגט: „לומיר זאַך אַװעקזעצן אױף דעיע געשמאַקע בענקלעך.‟ כאָטש פֿאַר מיר איז נישט געװען דאָס ערשטע מאָל, אַז איך האָב זיך מיט אים געטראָפֿן, איז געװען אַזױ מאָדנע צו זען, װי ער האָט געהינקעט דורכן לײדיקן קלױסטער, אַזױ נאָענט צום ייִדישן טײל פֿון אַנטװערפּען און צו דער גלײַכער צײַט אַזױ װײַט אַװעק. כ’האָב נישט געװוּסט, װי אַזױ אָנהײבן אַ שמועס. אַ מזל, װאָס יואל איז געװען נײַן מאָס רײד און האָט גערעדט גלאַט אין דער װעלט אַרײַן:
— ס’אַ ביסל מאָדנע, אַז כ’האָב ענק געבעיטן צי קימען אַהער, אָבער דעיס איז דע אײַנציקסטע פּלאַץ, װי קײַנער גײַט מיך נישט זיכן. אױב איך האָב אַן אַפֿספּראַאַק מיט פֿרײַע ייִדן, איז בעסער זיך צע טרעפֿן דו, װאָרעם אַנטװערפּען איז פּושעט אַ דאָרף. כאָ דיך שױן אַ מול גיזוגט. װען אינז זענען מיר געזעסן אױף אַ בענקל אין דראָוסן, האָט מאַאַן װאַאַב אינז געזעין אינעם טראַמװײַ אין דירעקט אונגעקלינגען… די געקענדסט?
— שלום־אַליכם, — האָב איך הינטער זיך דערהערט רובענס שטימע.
— אַלײַכעם האַשולעם, ר’ ייִד, — האָט יואל געענטפֿערט און זיך פֿאַרנײגט פֿאַר רובען און מאַריעט, װאָס איז געגאַנגען הינטער רובענען. בשעת־מעשׂה האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ בענקל. — דוד האָט מיך געזוגט אַז ענק זענען ייִדן, ריכטיק?
— נו, דאָס מאַכט נישט אױס, — האָט רובען געזאָגט און געהויבן מיט די אַקסלען.
— בײַ מיר — נאָר דער טאַטע, — האָט מאַריעט צוגעגעבן.
אַ פּאָר רגעס איז געװען זײער שטיל. אין תּיפֿלה האָט זיך דערװײַל קײן לעבעדיקער נפֿש נישט באַװיזן; מע האָט נאָר געהערט די קלאַנגען פֿונעם זײגער, װעלכער האָט געלאָזט װיסן, אַז אַקוראַט יעצט איז דרײַ אַזײגער. נאָך דעם, װי דער דריטער קלאַנג איז געװען פֿאַרבײַ, האָט מאַריעט געפֿרעגט אױף נידערלענדיש:
— העט קלינגט כעק, מאַאַר… קאָמ יע היר װאַקער זאָ?
יואל האָט זי אָנגעקוקט זײער דירעקט, אָבער אױך אַ ביסל אומבאַקװעם, װי ער װאָלט נישט געװען צוגעװױנט צום אָנבליק פֿון אַ נישט־הײמישער פֿרױ, און אונטערלאַכנדיק געענטפֿערט: “ני, לעמאַאַסע האָב איך אַנטדעקט דעי מקום־מקלט אין דע פּאַנדעמיע, װען אַלעס איז געװען פֿאַרמאַכט. דעיס איז געװען דע אײַניגסטע אָרט װי כאָ געשפּירט אַז איך קען קימען צע זיך.”
— איר האָט זיך ניט געפֿילט אַזױ באַקװעם אין בית־מדרש? — האָט מאַריעט געפֿרעגט.
— אַװדאי… — האָט יאול געענטפֿערט, — אָבער דאָרט בין איך קאַ מוּל ניש’ געװעין אַלײַן. אין שטיב איז דו אײַביק מאַאַן פֿראָו װאָס דערגײַט מיך די יורן. ענק זענען אַ פּאָרפֿאָלק? — האָט ער פּלוצעם געפֿרעגט, אָנקוקנדיק רובענען און מאַריעטן. װען זײ האָבן געשאָקלט מיטן קאָפּ אױף „נײן‟, איז ער אָנגעגאַנגען װײַטער: — אינז האָבן דאָרט געװױנט מיט מאַאַן זין, װאָס האָט באַדאַרפֿט אַ פּלאַץ מיט גור װײַניק „פּריקעלס‟. װי אַזױ זוגט מען… ענק װײַסן װוּ דעיס מײַנט?
— יאָ, װײניק אײַנדרוקן, — האָט רובען געזאָגט אַ ביסל איריטירט.
— אַאַנדריקן! אָט אַזױ. דוד האָט ענק געלערנט אַ בעסערע אידיש װי איך. נאָר באַ מיך איז דאָס מאַאַן מיטערשפּראַך, און ער קלינגט װי עימעצער װוּס האָט געגעסן ציפֿל ביכער, — האָט יואל געגעבן אַ ברײטן שמײכל. — מאַאַן זין… דוד האָט ענק פֿאַרצײַלט װעגן מאַאַן זין?
כ’בין געװען דערלײַכטערט, נישט נאָר, װײַל דער שמועס איז געגאַנגען אַ ביסל מער גלאַטיק, נאָר אױך, װײַל זײ האָבן געגעבן אַ שאָקל מיטן קאָפּ אױף „נײן‟. ס’איז נישט געװען אמת: אונטערװעגנס אין דער באַן האָב איך זײ שױן געהאַט דערצײלט װעגן יאולס זון. דער בחור איז געװען שװער אױטיסטיש און האָט נישט געהאַט פֿון װאַנען צו נעמען פּרנסה. האָט יואל געבעטן זײַנעם אַ חבֿר, װאָס האָט פֿאַרמאָגט אַ ביכער־קראָם, ער זאָל זײַן זון געבן אַ ביסל אַרבעט אױף צװײ טעג אין דער װאָך, און ער װעט אים אַלײן באַצאָלן דאָס שׂכירות. אַ מזל, װאָס מאַריעט און אױך רובען, װעלכער האָט אױסגעזען אַ ביסל װײניקער מיד, האָבן זיך געמאַכט נישט־װיסנדיק און זיך נאָך אַ מאָל צוגעהערט צו דער זעלבער דערצײלונג. בשעת־מעשׂה האָב איך באַװוּנדערט די הערלעכע, װאַרעמע, װײַסע קאָלירן פֿון דער תּיפֿלה און זיך געפֿרעגט, װי אַזױ איז עס מעגלעך, אַז מיר זיצן דאָ צוזאַמען מיט אַ חסיד, אַזױ נאָענט צום ייִדישן קװאַרטאַל, אין אַן אַזאַ אָרט.
— די פּסיכאָלאָגין פֿין דע כעמעינטע האַלט, אַז ס’איז װיכטיג ער זאָל האָבן דע געפֿיל, אַז ער פֿאַרדינט זאַאַנע אײַגענע קלינגערס, — האָט יאול ממשיך געװען. — יעדנפֿאַלס, דעמאָלט, װען אַלעס אי’ געװעין פֿאַרמאַכט, האָב איך געמיזט זיכן אַ נײַ אָרט פֿאַר אים װי ער גײַט נישט באַקימען ציפֿל פּריקעלס, אין דו איז געװעין פּינקט אַזױ אוּנגעפֿילט מיט מענטשן װי יעצט. איז גיט, לומיר רעדן תּכלית. דוד האָט מיך געבעטן ענק צי לערנען אַ קלאַס. איז, זעכט אי העט מאַאַר.
*
מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ הערלעכע שעה אין דער תּיפֿלה. נאָר אײן מאָל איז אַרײַנגעקומען אַן אַלט פּאָרפֿאָלק, דאַכט זיך צװײ יאַפּאַנער, אָבער אַ חוץ דעם, איז אין דער געבײַדע געבליבן גאָר שטיל. כּמעט דאָס אײנציקסטע, װאָס האָט געקלונגען, איז געװען יואלס שטימע, װען ער האָט אונדז דערצײלט דאָס און יענץ און געענטפֿערט אױף פֿראַגעס פֿון רובען און מאַריעט װעגן זײַן לעבן דאָ אין שטאָט.
מאַריעט האָט געפֿרעגט:
— איר האָט קײן מאָל נישט געקלערט װעגן דער מעגלעכקײט עולה צו זײַן?
— קאַאַ’ מול נישט. ס’האָט זיך נישט געמאַכט די שאַנס! מאַאַן טאַטע ע״ה ‘ט מיך חתונה געמאַכט מיט אַן אַנטװערפּענער מײַדל, האָב איך נישט געהאַט פֿאַ װוּס עולה צי זאַאַן.
— און אױך הײַנט, מיט דעם אַנטיסעמיטיזם װאָס װערט אַלץ ערגער? — האָט רובען באַמערקט.
— כ’בין דו זײַער צעפֿרידן, — האָט יואל געענטפֿערט. — אױב סע קימט אַן אַראַבער װוּס ריפֿט מיך און „פֿרי פּעלעסטײַן‟, זאָג איך פּשוט: „זײַער גיט, לומיר עס גײַן באַפֿרײַן ציזאַמען‟, װעט ער מיך אָפּלאָזן און אונגײַן װאַאַטער װי קאַאַ’ מול גוּרנישט. כ’זאָרג זיך נישט װעגן זײַ.
אַזױ האָבן מיר גערעדט נאָך אַן ערך אַ האַלבע שעה, אַ מאָל אין נידערלענדיש און אַ מאָל אין ייִדיש. ס’איז געװען גאָר מאָדנע: זיצנדיק אין אַ תּיפֿלה האָט מען געכאַפּט אײן שמועס אין פֿינעף שפּראַכן — הײמיש ייִדיש, כּלל־ייִדיש, נידערלענדיש, פֿלעמיש און לשון־מישמאַש. צװישן יואל און מאַריעט האָט זיך געשאַפֿן אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער: כ’האָב באַמערקט: זי האָט זײער געהאַלטן, אַז ער האָט בכלל געקוקט אויף איר און נישט געמאַכט אַן אָנשטעל װי זי, אַ האַלבע גױה, װאָלט ווי נישט געװען פֿאַראַן.
װען יואלס טעלעפֿאָן האָט געקלונגען, האָט ער זיך אַנטשולדיקט און געמורמלט אַזױ גיך און אומקלאָר, אַז כ’האָב אים קױם װאָס געקענט פֿאַרשטײן:
— יאָ… יאָ… כאָ דיך שױן גיזוגט אַז איך גײַ זאַאַן צעריק אין אַ פּו מיניט… כ’בין אין הימל… נײן, סע גײַט נישט נעמען נאָך צי לאַנג…
װאָס עפּעס האָבן געמײנט די װערטער, „כ’בין אין הימל‟, איז מיר נישט געװאָרן קלאָר. דערווײַל האָב איך געטאָן אַ קוק אַרום זיך. ס’איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער לעכערלעכער געדאַנק, אַז ס’װאָלט נאָר געפֿעלט אַן אימאַם פֿאַרן אָנהײב פֿון אַ געשמאַקן װיץ: אַ מוסלמענער, אַ חסיד און צװײ און אַ האַלבע ייִדענע טרעפֿן זיך אין אַ קירכע… אַ פֿײַנער פּלאַץ פֿאַר דער מולטיקולטורעלער ציװיליזאַציע, מישטײנס געזאָגט.
װען יאול האָט פֿאַרענדיקט דעם טעלעפֿאָנאַט, האָב איך אים געפֿרעגט:
— יואל, דאָס איז געװען דײַן װײַב? זאָגט מען דאָס אַזױ אינעם אַנטװערפּענער ייִדיש, „איך בין אין הימל‟? דאָס מײנט, „איך בין אױף דער הימל־גאַס‟? כ’האָב קײן מאָל ניט געװוּסט אַז ס’אַרבעט אַזױ.
האָט ער זיך אױפֿגעהױבן פֿונעם בענקל און, לאַכנדיק, געענטפֿערט:
— כּמעט, ר’ דוּװיד! װען כ’בין דו געקימען מיט מאַאַן זין צע זיכן אַ פּלאַץ װי ער זאָל האָבן װוּס װײַניגער „פּריקעלס‟, האָב איך נישט געװאָלט ער זאָל זאָגן בטעות, אַז אינז זענען מיר געװעין אין אַ תּיפֿלה. האָב איך אים געלערנט, אַז דעי אָרט הײסט „דער הימל‟, אַנדערע זאָלן מײַנען, אַז ער רעדט פּושעט נאַרישקײַטן אין נישט לײַגן קאַאַן אַכט אױף עים…
כּהרף־עין האָב איך פֿאַרשטאַנען, װאָס עפּעס מײנט דאָס װאָרט „הימל‟, און װאָס יואלס זון האָט דאָ געפֿונען צום דעגוטירן…
*
נאָך דעם, װי מיר האָבן זיך מיט יואלן געזעגנט און אים געדאַנקט פֿאַר זײַנע לעקציעס, האָבן מיר דעם רעשט פֿונעם טאָג פֿאַרבראַכט אין פֿאַרשײדענע ערטער פֿונעם ייִדישן קװאַרטאַל. בײַ הערשקאָװיץ־כּ״ץ האָבן מיר געקױפֿט אַ פּאָר גוטע זשורנאַלן, בײַם קיאָסק געפֿונען אַן עקזעמפּלאַר פֿון „דער איד‟ און בײַם רעסטאָראַן „האָפֿיס‟ האָבן מיר געגעסן געשמאַקע מאכלים, צוגעגרײט לױטן אַלטן מיזרח־אײראָפּעיִשן נוסח. מיר האָבן גערעדט אויף כּלערלײ טעמעס, דאָס און יענץ, װאָס סע זאָל ניט זײַן, אָבער אין מײַנע געדאַנקען האָט זיך די גאַנצע צײַט פֿון דאָס נײַ באַװיזן דאָס בילד פֿון יואָל אַבראַמאָװיטשן מיט זײַן זינעלע, װאָס רעדט װעגן די שעהען אין „הימל‟ און די מענטשן אױף דער גאַס, װעלכע הײבן ניט אָן פֿאַרשטײן, װאָס עס טוט זיך מיט דעם ייִנגעלע. אָבער װעגן דער טרעפֿונג מיט מײַן חסידישן באַקאַנטן (צי קען איך אים האַלטן פֿאַר אַ חבֿר? צי איז אַזױנס בכלל מעגלעך, װען די צװײ װעלטן, אין װעלכע מע לעבט, זענען אַזױ שטאַרק פֿאַרשידן?) האָבן מיר שױן קײן װאָרט נישט גערעדט.
בײַם סוף מיטיק זענען מיר צוריקגעגאַנגען צום װאָקזאַל צו זוכן די באַן, װאָס האָט אונדז געמוזט צוריקברענגען קײן „מקום א‟. אַנטװערפּען קײן אַנטװערפּען — פֿון מקום א’ קײן מקום א’ איז פֿאָלג־מיך־אַ־גאַנג. די צװײ שטעט זענען אַזױ נאָענט אײנע צו דער צװײטער, אַז די נסיעה האָט געדױערט מערניט צװײ שעה. אַמסטערדאַם איז מײַן הײמשטאָט, נאָר אױב דאָס ייִדישע לעבן האָט טאַקע אַ קיום, װעט דאָס זײַן אין אַנטװערפּען, העט בײַ דער „הימל־גאַס‟, װוּ קײן ייִדישע שטיבער זענען נישט פֿאַראַן, נאָר װוּ אַ ייִדיש ייִנגל האָט געפֿונען זײַן אײגענעם מקום־מיקלט אין אַן אומפֿאַרשטענדלעכער װעלט.