ווען מע וואָלט מיך דעמאָלט מיט אַכט יאָר צוריק, ווען אין סעפּטעמבער 2017 איז דערשינען דער ערשטער נומער פֿונעם פֿריש־אָפּגעבאַקענעם עלעקטראָנישן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟ געפֿרעגט, הלמאַי נאָך 18 יאָר שטיין אין שפּיץ פֿון דעם היסטאָרישן „פֿאָרווערטס‟ האָב איך זיך אײַנגעשפּאַנט צו שלעפּן אַ נײַעם שווערן וואָגן, — וואָלט איך אָן וואַקלעניש געענטפֿערט: צוליב מײַנע אייגענע אַמביציעס און שאַפֿערישע פּלענער. מײַן לעבנס־דערפֿאַרונג בכלל און די כּמעט 45־יאָריקע שרײַבערישע אַרבעט בפֿרט האָבן מיך איבערצײַגט, אַז אָן אַמביציעס און אָן שאַפֿערישע פּלענער איז אוממעגלעך אויפֿצושטעלן עפּעס תּכליתדיקס. אַזוי איז געווען אין 1999, ווען כ׳האָב איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟, און אַזוי איז געשען בשעתן גרינדן „ייִדיש בראַנזשע‟ — אָן אַ ביודזשעט און אָן אַ שטאַט מיטאַרבעטער; סײַדן מיט איין מיטאַרבעטער אויסער דעם שטאַט — מײַן געטרײַען דיזײַן־גראַפֿיקער נאָך פֿון די „פֿאָרווערטס‟־צײַטן — באָריס בודיאַנסקי.
במשך פֿון די אַכט יאָר האָט זיך געשאַפֿן אַ כּסדרדיקער שטאַט פֿון טאַלאַנטירטע מחברים — פּראָזאַיִקער און פּאָעטן, וואָס האָבן, קודם־כּל, באַקומען אַ פֿרײַע האַנט און אַ ברייט פֿעלד פֿאַר זייערע ווערק; שוין אָפּגערעדט, אַז זייערע נעמען און שאַפֿונגען זײַנען געוואָרן באַקאַנט פֿאַר איבער טויזנט לייענער, וועלכע באַקומען יעדן אָנהייב חודש אַ שפּאָגל־נײַעם נומער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟.
וואָס שייך ביודזשעט, ווערן געדעקט די הוצאָות פֿאַרן נוצן און אויסהאַלטן דעם וועבסײַט מצד דעם איינציקן, אָבער זייער בכּבֿודיקן שטיצער אונדזערן, יעווגעני קיסין. זעלטן ווער האָט אין די 8 יאָר אַ קוועטש געטאָן דאָס קנעפּל „DONAT‟. מיר גלייבן אָבער ווײַטער אין דער ברייטהאַרציקייט פֿון אונדזערע לייענער.
ווײַטער וועט איר געפֿינען אַ קראַנץ באַגריסונגען און גוטע ווינטשעוואַניעס, וואָס ס׳האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק אַרײַנצושיקן אונדזערע פֿרײַנד — ייִדישע אינסטיטוציעס און באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן:
צום 100סטן נומער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ – מזל-טובֿ!
„ייִדיש בראַנזשע‟ איז אין די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ צענטער פֿון ייִדיש-ליטעראַטור, און באַנײַטער שאַפֿונג, מיט וועלכער אַלע ייִדיש-ליבהאָבערס קאָנען שטאָלצירן. אַ גרויס מזל, וואָס אַזאַ פּובליקאַציע דערשײַנט, און נאָך בחינם, און דערגייט צו טויזנטער לייענער איבער אַלע קאָנטינענטן. עס פֿאַרשטאַרקט אונדז אַלעמען און ס’דערמוטיקט אָנגיין מיט נײַע יצירות, נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און גלײַכגילטיקייט, וואָס רינגלט אונדז אַרום. אָן קיין ספֿק, אַז „ייִדיש בראַנזשע‟ וועט ווײַטער זיך אַנטוויקלען און צוציִען מער און מער קוואַליטאַטיווע לייענער. פֿאַר אָט דעם געוואַלדיקן אויפֿטו קומט אַ ריזיקער יישר-כּוח באָריס סאַנדלערן, דעם דערפֿאָלגרײַכן פּראָזאַיִקער און געבענטשטן רעדאַקטאָר, וואָס פֿירט אָן מיט דער טעטיקייט מיט גרויס טאַלאַנט, חכמה און אוממידלעכער איבערגעגעבנקייט.
פֿאַרוואַלטונג פֿון לייוויק-הויז. יידישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל:
דניאל גלאַי, טובֿה רעשטיק-דודזאָן, דר. רוני כּהן. מיכאל לײַנוואַנד און פראפֿ. גלעד צוקערמאַן.
*
אין נאָמען פֿונעם רענאַ־קאָסטאַ־צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט באַגריס איך האַרציק די „ייִדיש־בראַנזשע‟ מיטן 100סטן נומער און ווינטש דעם זשורנאַל, זײַן איבערגעגעבענעם רעדאַקטאָר און אַלע מחברים נאָך אַ סך אַ סך יאָרן פֿון שעפֿערישקייט! זאָל אײַער וויכטיקע אונטערנעמונג ווײַטער וואַקסן און בליִען לטובֿת דער ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און, דער עיקר, די לייענערס איבער דער גאַנצער וועלט.
מזל־טובֿ און אין אַ גוטער שעה אויף נאָך און נאָך הונדערטער נומערן!
פּראָפֿ׳ בערל קאָטלערמאַן
הויפּט פֿונעם רענאַ־קאָסטאַ־צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים
בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט, ישׂראל
*
דער פֿאַקט גופֿא, אַז דער ווירטועלער ליטעראַרישער זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע“ פֿײַערט איצט זײַן הונדערטסטן נומער, איז אַ סימן, אַז באָריס סאַנדלער האָט ריכטיק געזען, ווען ער האָט אָנגענומען, אַז די דאָזיקע בראַנזשע איז נישט אײַנגעגאַנגען און אַז זי שטרעבט ווײַטער צו לעבן און בליִען. וועדליק אונדזערע צײַטן און אומשטאַנדן, איז עס אַ גאָר וויכטיקער אויפֿטו. „ייִדיש בראַנזשע“ שפּיגלט אָפּ אויף פֿאַרשיידענע, טייל מאָל באַנײַערישע אופֿנים, אַ גרויסן טייל פֿון דער הײַנטצײַטיקער שעפֿערישקייט אויף מאַמע־לשון, און האָט אַ באַזונדערע מעלה דערמיט, וואָס עס געפֿינען אין איר אַן אַכסניא די צעשפּליטערטע שפּראָצלינגען פֿון דער לעצטער תּקופֿה פֿון פֿאָלקישן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע. צום ערשטן הונדערטער — אַ האַרציקע באַגריסונג סאַנדלערן און אַלע מיטאַרבעטערס.
יצחק ניבאָרסקי
*
איך באַגריס האַרציק דעם זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟ און זײַן רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלערן מיטן 100סטן נומער! ס׳איז באמת אַ וווּנדערלעכע דערגרייכונג און אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַטור, וואָס באַקענט אונדז אין יעדן נומער סײַ מיט די נײַע ליטעראַרישע כּוחות, סײַ מיט די אָנגעזעענע און חשובֿע מחברים. איך געניס אַ סך פֿון די פֿאַרשידנאַרטיקע מאַטעריאַלן פֿונעם זשורנאַל, און איך ניץ זיי אָפֿט פֿאַר מײַנע קלאַסן און אונטערנעמונגען. איך ווינטש „ייִדיש בראַנזשע‟ נאָך אַ סך הצלחהדיקע און שעפֿערישע יאָרן מיט אַ שלל נײַע טאַלאַנטירטע ליטעראַטן און אַ ים לייענער, וואָס וועלן האָבן די אמתע הנאה פֿונעם זשורנאַל. מזל־טובֿ און בלײַב געזונט און שעפֿעריש, „ייִדיש בראַנזשע‟!
ניקאָלײַ באָראָדולין,
דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־פּראָגראַם
בײַם „אַרבעטער־רינג‟
*
מיר איז גוט באַקאַנט די שווערע מלאָכה פֿון רעדאַקטירן. דערצו רעדאַקטירן ליטעראַרישע ווערק. קען איך דערפֿאַר אָפּשאַצן די אַרבעט, די האָרעוואַניע, וואָס ליגט „הינטער‟ יעדן פֿון די 100 נומערן. באָריס פֿירט עס דורך גרויסמײַסטעריש. ער יאָגן זיך ניט נאָך סענסאַציעס. ער יאָגן זיך נאָך קוואַליטעט. מיר דאַכט זיך, אָדער ריכטיקער צו זאָגן — כ׳בין זיכער, אַז הײַנט צו טאָג איז ער דער איינציקער, וואָס באַציט זיך מיט אַזאַ אָפּשײַ צום ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט. און עס קומט, פֿאַרשטייט זיך, אַ יישר-כּוח די מחברים — אָן זיי וואָלט עס אַלץ געווען אַ פּוסטע טירחה.
גענאַדי עסטרײַך, ערן־פּראָפֿעסאָר פֿון ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט
לאָנדאָן, נאָוועמבער, 2025
מיר באַגריסן דעם רעדאַקטאָר און אַלע מיטאַרבעטערס פֿון זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟ און ווינטשן זיי מזל-טובֿ צום ליטעראַרישן יום-טובֿ. יישר-כּוח! 100 נומערן פֿרישע און אינטערעסאַנטע ייִדישע ליטעראַטור און רעפּאָרטאַזשן. כּן־ירבו! איר זאָלט בלײַבן שאַפֿעריש נאָך לאַנגע יאָרן!
דער צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון ישׂראל און גאָלדע קאָשיצקי בײַם יאָרק־אוניווערסיטעט, טאָראָנטאָ
*
די „ייִדיש בראַנזשע‟ איז באמת אַן אוצר — לידער (אַפֿילו הײַקוס), מעשׂיות, זכרונות, אינטערעסאַנטע אַרטיקלען װעגן אַלעס, אוידיאָ, ווידעאָ, ווערק פֿון באַקאַנטע און ניט באַקאַנטע מחברים און נאָך אַ סך מער. די בעסטע װוּנטשן דעם יובילאַר צו אײַער 100סטן נומער. ביז 220
דער ייִדישער אָפֿענער מיקראָפֿאָן
*
טײַערער באָריס!
נעמט אָפּ פֿון דער פֿאַרשנייטער שטאָט אויף די ברעגן פֿונעם טײַך נעוואַ מײַנע הייסע באַגריסונגען צום דערשײַנען פֿונעם 100סטן נומער „ייִדיש בראַנזשע‟! מיר, די ייִדיש־אַקטיוויסטן, פֿאַראייניקט אַרום דעם ייִדישן געזעלשאַפֿט־צענטער אין סאַנקט־פּעטערבורג, זײַנען אין צאָל נישט קיין סך — אַ דרײַ צענדליק מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע דורות, פֿון סטודענטן ביז פּענסיאָנערן, אויך פֿון פֿאַרשיידענעם ניוואָ, פּאָעטן, וועלכע שאַפֿן אין ייִדיש, און איבערזעצערס פֿון ייִדיש אויף רוסיש ביז תּלמידים, וואָס באַזוכן די קורסן „ייִדיש פֿאַר אַלעמען‟. אָבער אונדז אַלע פֿאַראייניקט די ליבע צו מאַמע־לשון; ס׳איז פֿאַר אונדז זייער וויכטיק צו פֿילן, אַז מיר זײַנען נישט איזאָלירט, אַז מיר זײַנען אַ טייל פֿון דער אַלוועלטלעכער „ייִדיש־געמיינשאַפֿט‟. יעדער נײַער נומער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, וועלכן עס ברענגט די עלעקטראָנישע פּאָסט, איבערצײַגט אונדז, אַז ס׳איז בפֿירוש אַזוי. גייט אַזוי אָן ווײַטער! מיר וואַרטן אַ המשך!
אַלכּסנדר פֿרענקעל,
דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן געזעלשאַפֿט־צענטער אין סאַנקט־פּעטערבורג
*
חשובֿער רעדאַקטאָר, טײַערע לייענערס און מחברים פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟!
צוריק מיט 8 יאָר איז געבוירן געוואָרן אַ נײַע אָנלײַן־אויסגאַבע — אַ שיין, אַ קלוג, אַ שאַפֿעריש „קינד‟, וואָס האָט זיך באַלד געשטעלט אויף די אייגענע פֿיס און מיט זיכערע טריט אַרײַנגעגאַנגען אין דער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און מאַסן־מעדיאַ. איר גרינדער באָריס סאַנדלער, אַ באַקאַנטער ייִדישער פּראָזאַיִקער און דיכטער, האָבנדיק הינטער זיך אַ היפּשע דערפֿאַרונג אין רעדאַגירן ייִדישע אויסגאַבעס, האָט מיט בקיאות און ליבע פֿאַרווירקלעכט זײַן נײַעם פּראָיעקט אונטערן נאָמען „ייִדיש בראַנזשע‟, וווּ ער האָט פֿאַראייניקט די טאַלאַנטפֿולע מחברים פֿונעם עלטערן און ייִנגערן דור.
די אַלע יאָרן דינט די אויסגאַבע לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. „ייִדיש בראַנזשע‟ איז נישט סתּם אַן אויסגאַבע. דאָס איז אַ לעבעדיקער קוואַל, אַ בריק צווישן די דורות, אַ היים פֿאַר אַלעמען, ווער עס פֿילט אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט דער רײַכסטער ירושה פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
יעדער נײַער נומער איז אַ דערווײַז, אַז מאַמע־לשון לעבט, אָטעמט, בליט, צעצווײַגט זיך און גיט יונגע קראַפֿטיקע שפּראָצלינגען. דאָס איז אַ טיטאַנישע מי און אַ גרויסע ליבע.
איך ווינטש דעם רעדאַקטאָר און אַלע מחברים אַ סך שאַפֿערישע כּוחות און געטרײַע לייענערס. זאָל אײַער קול קלינגען נאָך פֿיל יאָרן!
יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ,
הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟
מיטן 100סטן נומער גייען מיר אַרײַן אינעם נײַעם קאַלענדאַר־יאָר 2026. איז טאַקע די צײַט צו ווינטשן אַלע אונדזערע לייענער אַ געזונט פֿרידלעך יאָר!
אײַער באָריס סאַנדלער,
שרײַבער, גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟.