יצחק נוסינאָװ, אַ שטאָלצער ייִד און אַ געטרײַער מאַרקסיסט
מיכאל קרוטיקאָוו
דער קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער יצחק נוסינאָװ (1887־1950) האָט אַ שם פֿאַר אַ פֿאַרברענטן מאַרקסיסט, װאָס האָט געדינט װי אַ מין אידעאָלאָגישער משגיח איבער דער סאָװעטישער ליטעראַטור. פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט ער שטודירט ליטעראַטור אין דער שװײץ. שפּעטער האָט האָט ער פֿאַרנומען חשובֿע פּראָפֿעסאָרישע פּאָזיציעס אין עטלעכע מאָסקװער אוניװערסיטעטן. אױף רוסיש האָט ער געדרוקט ביכער און אַרטיקלען װעגן אײראָפּעיִשע ליטעראַטורן און רעדאַקטירט די „ליטעראַרישער ענציקלאָפּעדיע‟.

אײנצײַטיק איז נוסינאָװ געװען אַ װיכטיקער דעה־זאָגער אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. דאָ איז זײַן ראָלע געװען אַן אַנדערע. צוליב זײַן גרױסן אױטאָריטעט אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור, האָט ער געקענט פֿאַרטײדיקן די ייִדישע שרײַבערס, װאָס זײַנען געװען ניט אין גאַנצן „כּשר‟ אידעאָלאָגיש, פֿון אָנפֿאַלן מצד די פֿאַרברענטע פּראָלעטאַרישע קריטיקערס.
אַ סבֿרא, דװקא נוסינאָװס הקדמה האָט דערמעגלעכט די פּובליקאַציע פֿון דעם נסתּרס זאַמלבוך פֿון סימבאָליסטישע מעשׂיות „געדאַכט‟ אין קיִעװ אין 1929.* נוסינאָװ האָט אי קריטיקירט דעם נסתּרן פֿאַר זײַן אידעאָלאָגישער „אָפּגעשטאַנענקײט‟, אי געלױבט זײַן ליטעראַרישן טאַלאַנט. אױף דעם סאָװעטישן ליטעראַרישן זשאַרגאָן האָט מען אַזאַ מין הקדמה גערופֿן „לאָקאָמאָטיװ‟; זי האָט געשלעפּט נאָך זיך די באַן מיט אידעאָלאָגיש צװײהאַפֿטיקע ליטעראַרישע װערק דורך דער סאָװעטישער צענזור.
דערבײַ איז נוסינאָװ טאַקע יאָ פֿאַרבליבן אַ געטרײַער מאַקרסיסט. דאָס האָט אים ניט געשטערט ליב האָבן די ייִדישע ליטעראַטור, װאָס ער האָט געקענט זײער גוט. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז נוסינאָװ געװען אַן אַקטיװער מיטגליד פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין אײנעם מיט פּרץ מאַרקישן האָט ער געפֿאָדערט, אַז דער קאָמיטעט זאָל זיך אָפּגעבן מיטן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, כאָטש דאָס איז ניט געװען קײן טײל פֿונעם קאָמיטעטס אָפֿיציעלע פֿונקציעס.
אינעם ערשטן נומער פֿונעם ליטעראַריש־קינסטלערישן אַלמאַנאַך „סאָװעטיש‟, װאָס איז אַרױס אין 1947, האָט נוסינאָװ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרומנעמיקן אַרטיקל באַטיטלט „גרױסע סך־הכּלען: 30 יאָר ייִדישע סאָװעטישע סאָציאַליסטישע ליטעראַטור‟. כּמעט אַלע שרײַבערס, װאָס נוסינאָװ האָט דערמאָנט, זײַנען געװען פֿון אוקראַיִנע. די סאַמע װיכטיקסטע פֿון זײ — דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר, דוד האָפֿשטײן, לײב קװיטקאָ, פּרץ מאַרקיש — זײַנען געװען נוסינאָװס חבֿרים אין דער מאָדערניסטישער „קיִעװער גרופּע‟.
עס איז ניט קײן חידוש, װאָס קײן װײַסרוסישע ייִדישע שרײַבערס זײַנען אין נוסינאָװס רשימה ניט געװען: אַלע װיכטיקע ליטעראַטן — משה קולבאַק, איזי כאַריק, זעליק אַקסעלראָד — זײַנען צעשאָסן געװאָרן נאָך פֿאַר דער מלחמה. צװישן די קרבנות פֿון די „רײניקונגען‟ זײַנען געװען אױך די געטרײַע קאָמוניסטן, אַזעלכע װי יאַשע בראָנשטײן און כאַצקל דונעץ, װאָס זײַנען אין די 1930ער יאָרן באַפֿאַלן אױף די אוקראַיִנישע מאָדערניסטן פֿאַר זײערע אידעאָלאָגישע חטאָים.
אַזױ זײַנען די ליטעראַטן פֿון דער „קיִעװער גרופּע‟ געװאָרן דאָס פּנים פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. נוסינאָװ האָט באַטאָנט דעם נאַציאָנאַלן מהות פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קונסט: „אין די בילדער און מאָטיװן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קונסט זײַנען אײַנגעװעבט בילדער און מאָטיװן פֿון תּנך, פֿון די פֿאָלקסטימלעכע אַגדה־אוצרות, פֿון די מיטל־אַלטערלעכע ייִדישע דיכטערס און פֿאָלקס־לעגענדעס פֿונעם טראַגישן מיטל־אַלטער, פֿונעם פֿאָלקס־שאַפֿן פֿון די לעצטע יאָרהונדערטן און פֿון די קלאַסישע װערק פֿון די גרונטלײגערס פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור.‟
נוסינאָװ איז געװען אָפּטימיסטיש לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד נאָכן חורבן: „קײן מאָל, נאָך טראַגישע איבערלעבונגען, האָט נאָך דער ייִד מיט אַזאַ זיכערקײט ניט אַרױסגעבראַכט די װערטער ׳לא אמות כי אהיה׳, — װי דאָס טוט איצט די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור.‟
מיר װעלן קײן מאָל ניט װיסן, צי נוסינאָװ האָט טאַקע באמת געגלייבט אינעם קיום פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. מעגלעך, אַז די װאָרצלען פֿון זײַן אָפּטימיזם שטעקן אין דער היסטאָרישער דערפֿאַרונג. נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט די נײַע ייִדישע קולטור געבליט אין אוקראַיִנע אַפֿילו אין די ביטערע צײַטן פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען און רציחות. און בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן די סאָװעטישע ליטעראַטן אױך געשאַפֿן שטאַרקע ליטעראַרישע װערק, װאָס האָבן פֿאַראײגנט די אַלטע ייִדישע טעמעס און מאָטיװן, אַזעלכע װי קידוש־השם.
נוסינאָװ האָט געהערט צו די סאַמע פּני פֿון דער סאָװעטישער קולטורעלער עליט, אָבער דאָס האָט אים ניט פֿאַרהיט פֿון שאַרפֿער קריטיק. מע האָט אים באַשולדיקט אין פֿאַרמינערן דעם נאַציאָנאַלן מהות פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינס פּאָעזיע. איבער דעם איז ער געװאָרן דער ערשטער קרבן פֿון דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע קעגן „קאָסמאָפּאָליטן‟. אינעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט געפֿינט זיך אַ קורצער מעמואַר, װאָס נוסינאָװ האָט אָנגעשריבן נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון זײַן שטעטל טשערניכאָװ אין אוקראַיִנע אין נאָװעמבער 1943. ער האָט אָנגעהױבן מיט דער געשיכטע פֿון זײַן זײדן אליע־לײב:ער איז אַהער אָנגעקומען פֿון דער אַלטער ייִדישער שטאָט אָװרוטש אין פּאָלעסיע. ייִנגלװײַז איז ער אַנטלאָפֿן פֿון אָװרוטש און האָט זיך אַרום טשערניכאָװ אין די װעלדער אױסבאַהאַלטן פֿון די אָװרוטשער כאַפּערס, װאָס האָבן געלױערט נאָך אים, כּדי אים אָפּגעבן פֿאַר אַ רעקרוט. און נאָך דעם װי ניקאָלײַ דער ערשטער האָט געקראָגן די מפּלה [אין דער מלחמה אין קרים פֿון 1855] און אױף די כאַפּערס איז געקומען אַן אױסכאַפּעניש, איז דער זײדע אַרױס פֿון זײַנע באַהעלטענישן אין די װעלדער אַרום טשערניכאָװ און איז געװאָרן אַ טשערניכאָװער אײדעם און דאָ שױן זײַן גאַנץ לעבן אָפּגעלעבט. און כּדי צו פֿאַרדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַר גרױסן חסד, װאָס ער האָט אים אױפֿגעטאָן און אים געראַטעװעט פֿון רעקרוטשינע, און כּדי אָפּצודאַנקען דאָס שטעטעלע, װאָס האָט אים מיטגעהאָלפֿן זיך אױסבאַהאַלטן פֿון די כאַפּערס, האָט דער זײדע אליע־לײב כּל־יומיו אָפּגעדאַװנט שחרית אָן געצאָלט בײַ די מאַקאַראָװער חסידים אין װײַסן בית־מדרש
װײַטער האָט נוסינאָװ דערצײלט װעגן זײַנעם אַ פֿעטער, װאָס איז געװאָרן אַ משׂכּיל, און װעגן זײַנעם אַ שװעסטערקינד, װאָס איז אומגעקומען בעת דעם רוסישן בירגערקריג. אַזױ אַרום בױט ער זײַן ייִחוס װי אַ סאָװעטישער ייִד, װאָס איז שטאָלץ מיט זײַנע אָבֿות. אָבער דער דאָזיקער טעקסט איז פֿאַרבליבן ניט געדרוקט, מסתּמא, װײַל ער איז געװען צו „ייִדיש‟ פֿאַר דער סאָװעטישער פּרעסע. אַ בקי אין דער מאַרקסיסטישער טעאָריע און אַ געניטער סאָװעטישער קולטור־טוער, האָט נוסינאָװ ניט דערקענט, אַז די סאָװעטישע מאַכט אונטער סטאַלינס פֿירערשאַפֿט האָט געשאַפֿן אַן אײגענעם נוסח פֿון מאַרקסעס תּורה, װאָס האָט ניט געלאָזט קײן אָרט פֿאַר ייִדיש.
*„ייִדיש בראַנזשע‟ — פֿון אונדזער עזבֿון: דער נסתּר (פּינחס קאַהאַנאָוויטש) 1884־1950