דבֿ־בער קערלער
„האָט ער געזאָגט…‟
אַן אַנדערער געזאָגט וואָלט: ביסט משוגע
צי גלאַט באַשטעטיקט, אַז דו רעדסט פֿון היץ
נאָר דו צעעפֿנסט ברייטער די פֿראַמוגע
נעמסט דעכען ברייט און האַרציק זיך צעשוויצסט
ס׳וואָלט עמעצער דערווידערט: ביסט אַ שאָטן
פֿון דײַן אַמאָלעדיקער קרעפֿטיקער בראַוווּר
נאָר דו, דו שפּרינגסט אַרײַן צוריק אין זאָטל
און לוסטיק גריסט זײַן אָפּגעפֿאַרבטע שעוועליור
נאָר וואָס זשע דען? בײַם אָטעמען, בײַם רײַטן
ביסט גאָר קיין בעלן ניט אַ טראַכט טאָן צי סע קלעקט
דער לעבעדיקער אָטעם־צוג פֿון צײַטן
איידער ס׳עט מוזן דיר זיך אויסלאָזן דער וועג.
פּ(ר)אָסט־ווערנאַקולאַריש
ס׳איז געשטאָרבן דער קאָנטעקסט,
בלויז עס זשיפּען שטיקער טעקסט,
נאָר די ווערטער וואָס דו וועקסט,
ביסט זיי טועם, מעסט און וועגסט,
וועסט בײַם גרויסן יום־הטעסט
אויפֿן העכסטן עווערעסט
אין דעם אָפּשײַן פֿון זײַן נימב
איבערגעבן דעם אָלימפּ.
זאָג, צײַט
זאָג, צײַט, למען־השם, וואָס אײַלסטו זיך אַזוי,
דו מיינסט טאַקע, וועסט עפּעס ניט באַווײַזן?
אַז אַלע ווייסן: שטאַרקער ביסט פֿון אײַזן,
אָט שווער און אָט גאָר פֿלינקער פֿון אַ פֿלוי?
נאָך אַלעמען דעם זכר טוסט צערײַבן
און ס׳הילכט דײַן דממה־דקה אויף אַ קול,
אַלץ גובֿר, שיקסטו בלינדע שמייכל־פֿײַגן
דעם שוין כּמעט פֿאַרגעסענעם אַמאָל.
טאָ וואָזשע יאָגסטו זיך
אונדז טרײַבנדיק קאַסטרוי,
וועסט ניט באַווײַזן
אונדז פֿאַרגעסן
גלאַט אַזוי?
ס’טרעפֿט אַמאָל
ס׳טרעפֿט אַמאָל: די טרעפֿונג ווערט מבֿוטל,
ס׳טרעפֿט, אַז מ׳שיידט זיך אָן אַ זײַ געזונט,
נאָר עס בלײַבט נאָך אַלץ בספֿק מוטל
צי דער אָפּגרונט טאַקע האָט אַ גרונט.
אַלע טײַכן פֿליסן זיך אַוועקעט
און אין ברונעמער דאָס וואַסער ברומט,
דממה דקה גובֿר איז דעם שקט
ביז דער רעש, דער שקאָץ, צום טײַוול קומט.
וואָס זשע אַזוי רעשיק שווײַגסט, מײַן ליבע?
אָסיען שמאָסיען וועלקט שוין אַזוי בונט…
ליב האָבן און פֿײַנט האָבן אָן סיבה
מעג בלויז טיפֿע לײַדנשאַפֿט וואָס שטומט?
שטערנאָטעם
די שטערן אָטעמען –
אָט האָפֿערדיק, אָט צאַרט –
טיף צווישן שפֿע־רבֿ
און צימצום.
עס קוקט אויף זיי
און קוקט, געשפּאָלטן האַרץ,
דערוועגט זיך ניט
צו גרילצן.
און בלויז צום טאַקט
פֿון טיפֿער שפּעטער צײַט
עס טיאָכקעט אַלץ
און טיאָכקעט.
די שטערן
וועלן נעלם ווערן באַלד
די בענקשאַפֿט –
נאָך ניט.
*
אַ ליד קומט נעכטיקן מיט דיר
צוזאַמען
עס אָטעמט ליכטיק איר באַריר
אַפֿילו ווען אָן גראַמען
זי טוט פֿאַרברענגען — דאָ
מיט דיר —
אַ רגע צי אַ שעה
גלײַך חוץ אײַך ביידן איז קיין שום זאַך מער ניטאָ
זי’ט זײַן מיט דיר ווי־לאַנג איר ניגון וואַכט…
און טאָמער שײַנט דיר ס’גליק —
טיילט זי מיט דיר איר גנאָד
אַ גאַנצע נאַכט.
ווען ס’ווערט דער וועג…
ווען ס׳ווערט דער וועג שוין היפּשלעך לענגער
אַבי ר׳זאָל קירצער נאָר ניט ווערן
און אין דער לופֿטן שוועבן, הענגען
פֿון פֿרייד ווי אויך פֿון טרויער – טרערן
זאָלסט זיך דערמאָנען, ניט פֿאַרגעסן –
חדשים, יאָרן, טעג, מעת־לעתן –
זיי בענטשן און אויך האַרציק גריסן
די צײַט, זי זאָל אויך ווײַטער פֿליסן
ס׳איז דאָ צו וואָס, ס׳איז דאָ צו וועמען
דער עיקר זאָל מען זיך ניט שעמען
געדענקען זאָלסטו: ס׳איז אַ וווּנדער
יעטווידער מינדסטער נס באַזונדער
ווען אַלע רגעס מיט אַנאַנדער
מאַכן דיך היימישער דײַן וואַנדער
און אַלע טרעפֿונגען צוזאַמען
אַלע צעשיידונגען אינאיינעם
זאָלסט זייער אָנקום ניט פֿאַרזאַמען
און זייער אָנזאָג ניט פֿאַרניינען
ס׳איז דאָ פֿאַר וואָס, ס׳איז דאָ פֿאַר וועמען
אַבי מע זאָל זיך נאָר ניט שעמען
און טאָמער דאַכט זיך אויס: דער חושך
מאַכט באַלד אַ תּל פֿון גר און תּושבֿ
ז׳גרייט אַלץ פֿאַרשלינגען און פֿאַררוישן
מיט ליכט, מיט ליכט זאָלסט אים אָפּשטויסן
און איבער אַלץ און איבער אַלע
אַנטבלויז דײַן האַרץ און זײַ מגלה
דײַן טיפֿע האָפֿענונג, טראָץ טרויער –
אַז פֿאָרט ניט אַלץ טוט גיין קאַפּויער
ס׳איז דאָ מיט וואָס, ס׳איז דאָ מיט וועמען
דער עיקר, מ׳זאָל זיך ניט פֿאַרשעמען
און מיט געזאַנג פֿאַרבלײַב פֿאַרזיווגט
אין אַלע קנייטשן פֿון דעם ניגון .
[אָקטאָבער 2018]
אַלץ וואָס נאָך אַלעמען פֿאַרבלײַבט
אַלץ וואָס נאָך אַלעמען פֿאַרבלײַבט אונדז
איז אונדזער מילדער וווּנדער־טאָג,
זײַן דויער לענגער העלן קלײַבט זיך
לעם בוים צעצווײַגטן אויפֿן ראָג.
טאָ לאָמיר טאַקע בענטשן גומל,
אַז ס’דויערט נאָך דער טאָג, די שעה,
אַז אויך ווען שמאָל ווערט אונדזער רוימל
ס’דערמאָנט זיך אונדז „מיר זײַנען דאָ!‟
ווײַל אַלע צרות אויף־צו־להכעיס
מיט בייזקייט גרויל וואָס וואַקסט און שטײַגט,
באַזאַלבן אונדז פֿיל טויזנט ברכות,
אויפֿשליסנדיק סײַ שטאַל, סײַ שטײַג
און ווײַטער וועט דער טאָג אונדז בליִען,
דער בוים וועט ליכטיקן צעצווײַגט –
די אַלע שׂונאים – שפּעטער־פֿריִער –
זיי אַלע אויסשטעלן אַ פֿײַג.
און אויך ווען טיפֿער צער אונדז קימערט
און עקבערט שטעכיק נאָג נאָך נאָג
מיר בלײַבן שטאָלצע אייגנטימער
פֿון אונדזער בראַוון, מילדן טאָג.
נאָוועמבער פֿערזן
און אַז די צײַט טוט קומען שפּעט
בײַם סוף פֿון חודש חשוון
און פֿרעגט צי נפֿש דײַנס האָט העט
שוין אָפּגעריכט איר חשבון
און אַז די ווינטער־כמאַרעס, די
מיט וואַסער אָנגעזעטיקט,
פֿאַרגיסן טראָפּנס רעגנס הי,
פֿאַרנעצן דײַן עסטעטיק
און אַז די ביימער שפּאַלטן זיך
פֿון ווילדן ווינט צענעריקט
און שפּענער פֿליִען, דרייען זיך
צעשטעכן דיך געהעריק
אָט דאַן, אָט דאַן דערמאָן זיך גלײַך
אַז מיט דער צײַטיקייט ביסט רײַך,
ביסט גרייט אויסטיילן גלײַך אויף גלײַך
סײַ שלווה סײַ היסטעריק
מיט אָ־דער שעה, וואָס גייט פֿאַרבײַ,
פֿאַרלאָזט מיט לעצטן שוין טראַמווײַ
נאָר ס’בלײַבט איר ציטער נאָך דערבײַ
ביז הײַנט גאַנץ מינדעריעריק
ביז הײַנט גאַנץ מינדעריעריק.