וועלט־לידער

בערל קאָטלערמאַן

דער ייִד זיס לייענט קרישמע
(ניטלדיק)

„דער הויף־ייִד זיס איז שולדיק!‟ – 
בײַם בלײַענעם קאַיאָר
צעטרעלן זיך העראָלדן
מיט מיאוסן טענאָר.

„דער הויף־ייִד זיס איז שולדיק!‟ – 
דער בישאָף פּראַוועט באַל,
פֿון יעדן שטוטגאַרטס ווינקל
דערטראָגט זיך זײַן כאָראַל.

דער המון טרײַבט קאַטאָוועס
פֿון ייִדישן דורכפֿאַל.
„דער הויף־ייִד זיס איז שולדיק,
שפּײַט אויס אויף אים די גאַל!‟

שוין לאַנג איז גרייט די תּליה,
איז הענגען גרייט דער קאַט.
„דער הויף־ייִד זיס איז שולדיק,
ער זאָגט זיך אָפּ פֿון שמד!‟

און הינטער אײַזן־גראַטעס,
באַהאַלטנדיק זײַן סוד,
דער הויף־ייִד לייענט קרישמע
פֿאַר אַלטן שטרענגן גאָט.

מאַצושימאַ

די שקיעה־פֿײַערן האָבן אָפּגעברענט,
עס גלעט דער ים דעם ברעג פֿון מאַצושימאַ,
מיט דינער פּערל־גלימענדיקער חתימה
פֿאַרקנסט די נאַכט דעם הימל און די ערד.

דער מולד וואַכט זײַן שליחות אַ געטרײַער,
ביז ווייטיק יונג און שוין ביז ווייטיק גראָוו,
איך ווינטש אים וואַרעמהאַרציק חודש־טובֿ
און גיב אַ וואָרט דעם קלינג פֿון סאַמוראַיען.

דער מיקדש זוּיגאַנדזשי פֿאַרשפּאַרט די טויערן
נאָר האַלט אין קנעלן אָן הפֿסקה זײַן דאָקטרין:
פֿאַרגעס דײַן לייד־און־פּײַן, גיי דעם נירוואַנע־וועג…

פֿונעם צעהאַקטן האַרץ אײַלט מײַן געזאַנג אַוועק,
בלײַבט מײַן ניט־איך צעחושט בײַ אַלטע מויערן
מיט לײַב און לעבן גרייט אָננעמען דעם גזר־דין.

טעזעוס און אַריִאַדנע

THESEUS: I never may believe
These antique fables…
Shakespeare, A Midsummer Night’s Dream

דער זונענגאָט צעגליט דאָס מיטל־לאַנד,
אוראַלטע מויערן ווערן אַלץ מער עלטער,
ווער עס קוקט זיך אײַן אַ ביסל נענטער,
דער אַנטפּלעקט: אַ טיר איז דאָ פֿאַראַן.

ווי דערקענט מען יענע קליינע טיר? 
אויף דער קליאַמקע הוידעט זיך אַ פֿאָדעם.
מיט אַ שטאַרקן נײַגער אָנגעלאָדן
פֿלעגט טעזעוס וואָגלען הינטער איר. 

ס’האָט געהערט ער: צווישן שמאָלע ווענט,
אויסגעהונגערט, עלנט, צעפּאָלאָשעט,
מיטשעט מינאָטאַורוס פֿאַרבלאָנדזשעט – 
אָט דאָס וווּנדער האָט געגאַרט ער זען.

פֿלעגט ער יאָרן לאַנג דאָ נישטערן נע־ונדנע…
איז דערווײַל געשטאָרבן אַריִאַדנע.

עלדאָראַדע
Expectamus resurrectionem mortuorum

דער אַלטער סעניאָר קאַבאַליעראָ גאָנסאַלע


גיסט אויס זײַן נשמה פֿאַר שוימיקע כוואַליעס,
ער קומט יעדן טאָג צו אַ באַך אָן אַ נאָמען,
וווּ ליגט אויפֿן דנאָ זײַן אַמאָליקער חלום.

אַ שאלה אָן ווערטער, אַ קינה אָן טרערן:
אַ גנבֿ, אַ מערדער, אַ העלד איז געווען ער?
עס דאַכט אים, אַז אונטן, ווי גליִענדע קוילן,
צעבליִען זיך פֿלאַמיק גינגאָלדענע גרוילן.

מיט זוניקע שטראַלן אין פֿליסיקע וואַסערן
שווימען אַרויף־צו פֿאַרהוילענע האַסן.
דער שפּאַניער דערהערט ווי עס שעלטן און בענטשן
אומצאָליקע שורות גינגאָלדענע מענטשן.

גינגאָלדענע דינסט און גינגאָלדענע מלכים,
גינגאָלדענע געצן, מזיקים, מלאכים –  
עס האַלט אין איין שטראָמען די גאָלד־קאַוואַלקאַדע
און נאַרן אים אָפּ מיט דער שטאָט עלדאָראַדע.

עס רוישן און רודערן פֿליסיקע וואַסערן,
עס ברויזן און בורען פֿאַרהוילענע האַסן.

ציגײַניש
(סליחותדיק)

רויטלעך זײַנען אירע לאַנגע בגדים,
געלבלעך איז איר שרײַענדיק גאָלדוואַרג,
שוועסטערשי, פֿאַרוויי זשע מײַנע פּחדים:
עד מתי, ביז וואַנעט און ווי לאַנג?

קרומע שמייכלען, ברוגזדיקע ברעמען,
דער ווערדיקט איז אויף פֿאָרויס באַקאַנט:
זײַ מיר מוחל, ברודער, ווי פֿאַר וועמען,
פֿאַר נאַש־בראַט – מײַן וואָרט האָט ניט קיין טעם.

הער שוין אויף זיך מאַכן תּמעוואַטע,
דו, היימלאָזער ניבֿרח־טרובאַדור,
קיין שום היטלען, אָנצוגן, קראַוואַטן
וועלן ניט פֿאַרדעקן דײַן נאַטור.

פֿולע ליפּן, גרויסע שוואַרצע אויגן,
אויפֿן פּנים – מיטלייד און פֿאַרשטאַנד.
ווי אַ חוטא שטיי איך אײַנגעבויגן,
ווי אַ קבצן שטרעק איך אויס מײַן האַנט.

שפּינאָזיש

כ’צינד אָן די שענסטע ליכט, זאָל ליכטיקער דאָ ווערן,
בשעת דער אין־סוף שטשירעט זײַן אומזײַן,
בשעת דער הימלישער פֿאַרקער פֿון קאָסמאָספֿערן
מאַכט גאָר ניט אויס צי בין איך אויס צי אײַן,

צי האָט דער אַבסאָלוט כאָטש מינדסטן דרך־ארץ
פֿאַר בלאָנזשענדע נשמות אין אַסטראַל?
צי טרעפֿט אַ זאַמדל זײַן באַשעפֿער ערגעץ
בײַם פֿלאַמיקן אויסבראָך פֿון שטערנפֿאַל..

עס ווינקט דער גרויסער בער פֿון אומבאַגרײַפֿטע ווײַטנס,
עס בענקט דער קליינער בער נאָך טאַטנס שטים
און ברענט דער עכאָ איבער תּהומיקע אומצײַטנס:
איך בין נאָך דאָ, איך בין… 
איך בין…
 
נר ראשון דחנוכּה תּשפּ”ו

Leave a comment