אלי שאַרפֿשטיין
צי האָט איר אַמאָל אויפֿגעגעסן הונדערט גראַם פּוטער? נו, נישט סתּם אַזוי, נאָר גוט אָנגעשמירטע אויף אַ פּענעץ ברויט? וואָסער ברויט, פֿרעגט איר מיך? אַ נפֿקא־מינה? שוואַרצס, ווײַס׳, פֿרישס, טרוקנס… אַבי אַ שטיקל ברויט. ברויט אַליין איז נישט אַזאַ גרויסע מציאה. אָבער, ווען מ’באַפּוצט עס מיט הונדערט גראַם פּוטער פֿון אויבן, ווערט עס אַ גרויסער ענין, אַ חידוש, אַ פּליאה. מ’קאָן עס דען אַראָפּשלינגען? און טאָמער יאָ, איז לכּבֿוד וואָס פֿאַר אַ יום־טובֿ עסט מען טאַקע אַזאַ סעודה מיט אַזאַ מין מאָדנעם פּוטערברויט, און נאָך מיט איין ביסן? און אויב מיט צוויי, איז גרינגער? מ’קען זיך דאָך דערוואָרגן ווערן פֿון אַרײַנשטאָפּן אין גאָרגל אַזאַ אויסנעמלעכן סענדוויטש! אָבער מיר האָבן אַוודאי געהאַט אַ ספּעציעלע סיבה פֿאַר אַזאַ נישט קיין געהערטע מעשׂה. און מ’רופֿט עס „טראַדיציע‟. אין אונדזער זעלנעריש לעבן זײַנען געווען כּלערליי טראַדיציעס. די טראַדיציעס האָבן אויסגעטראַכט אַוודאי די „אַלטע‟ זעלנערס, זאָלן די „יונגע‟ קענען זיי מכבד זײַן, לויבן זייער „עלטער‟. יעדער פֿאָלק האָט זיך זײַנע טראַדיציעס, מסורות; נאָר נישט יעדער איינער לעבט לויט זיי און איז מקפּיד אויף יעדעס וואָרט און פּסיק. אין אונדזער ווירקלעכקײט האָבן די נישט קיין אָפֿיציעלע טראַדיציעס זיך פֿאַרוואַנדלט אין כּללים און געזעצן, וואָס די יונגע סאָלדאַטן האָבן נישט געקענט זיי אויסמײַדן, און געמוזט זיי אויספֿילן אויף דעם בעסטן אופֿן. איך האָף, אַז איר פֿאַרשטיין, אַז די אַלע „געזעצן‟ צווישן „אַלטע‟ און „יונגע‟ זײַנען אָפֿיציעל געווען פֿאַרווערט.
בײַ אונדז, די טאַנקיסטן פֿון דעם 12טן גוואַרדייסקן פּאָלק, זײַנען אויך געווען טראַדיציעס. וואָס זײַנען מיר ערגער פֿון אַנדערע? צום בײַשפּיל: אַ הילוך פֿון נײַע קליידער און אַנדערע באַנײַונגען. די „זקנים‟ האָבן דאָס אויסגעקלערט די נײַע סאָלדאַטן, יונגאַטשן, „סאַלאַגעס‟, ווי מ’האָט זיי גערופֿן. אַז מ’באַקומט נײַע זעלנערישע מלבושים (אַלע האַלב יאָר), מוזן די יונגע קריגן פּעטש. נו… נישט אינגאַנצן פּעטש, נאָר זייער ענלעך צו פּעטש. יעדער יונגאַטש, וואָס האָט זיך שוין באַנײַט מיט עפּעס, האָט באַדאַרפֿט זיך אַוועקלייגן אויף אַ בענקל מיטן פּנים אַראָפּ, און מיר, די „אַלטע‟, האָבן אים געשלאָגן מיט אַ זופּ־לעפֿל איבערן הינטן. עס זעט אײַך אויס נישט געפֿערלעך? אַנו, לייגט זיך אַוועק אויף אַ ווײַלינקע, און איך וועל אײַן דערלאַנגען עטלעכע מכּות מיט אַזאַ־אָ לעפֿל. חלילה נישט מיט אַן אַלומיניווען, נאָר טאַקע מיט אַן אמתן לעפֿל פֿון זשאַווערפֿרײַ אײַזן. ר’קענט מיר גלייבן, אַז איר וועט עס נישט פֿאַרגעסן. איך האָב עס אַליין דורכגעמאַכט, געפֿילט אויף מײַן אייגן הויט, ווען איך בין נאָך אַ סאַלאַגע געווען.
נאָך איין „שיינער‟ מינהג — מיר, די טאַנקיסטן האָבן עס אויסגעטראַכט, — ווען מ’שיקט אַוועק אַ נײַעם טאַנקיסט אַרויסנעמען עפּעס פֿונעם טאַנק, פֿון אינעווייניק, מיין איך. ער גייט נעבעך אויספֿילן, וואָס די „זקנים‟ האָבן אים געהייסן. און ווען ער קריכט אַרויף אויף דער מאַשין, עפֿנט אויף דעם שווערן ליוק און רוקט אַרײַן זײַן קאָפּ אַרומצוקוקן זיך, זען, וואָס מע דאַרף אַרויסנעמען פֿונעם טאַנק, הייבט איינער פֿון די „זקנים‟ אויף אַ גרויסע שווערע לאָפּעטע און דערלאַנגט אים גלײַך איבערן הינטן. ס’טרעפֿט, אַז דער „סאַלאַגע‟ פֿון איבערראַשונג פֿאַלט אַרײַן גלײַך אין טאַנק. אַלע פּלאַצן פֿון געלעכטער, און דער יונגער לאַכט צוזאַמען מיט אַלעמען. אַ בררה האָט ער? וואָס זאָל ער, וויינען?
און דאָס איז אַוודאי נאָך נישט אַלץ. די יונגע האָבן געכאַפּט קלעפּ פֿאַר אַלצדינג, מיט אַ סיבה און אָן אַ סיבה. נאָר… לאָמיר זיך אָפּשטעלן פֿון באַשרײַבן די מיאוסע באַרבאַרישע מינהגים. מיר האָבן דאָך אָנגעפֿאַנגען עפּעס רעדן וועגן פּוטער? קערן מיר זיך אום צום עסן. און אָנהייבן וויל איך טאַקע פֿון אַ קורצער דערקלערונג וועגן אונדזערע זעלנערישע מאכלים, וואָס מ’האָט אין אונדז אַרײַנגעשטאָפּט, אָנצופֿילן אונדזערע בײַכער. „אַן אַרמיי מאַרשירט אויף איר בויך‟. וועמען געהערן די קלוגע נישט־פֿאַרגעסלעכע ווערטער? איך האָב געהערט, אַז נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרטע אַליין האָט עס געלאָזט הערן. קיין נאַר איז ער אַוודאי נישט געווען. ווען בײַ אַזאַ פּאַרשוין ווי נאַפּאָלעאָן פֿליט פֿון מויל אַרויס אַ שפּריכווערטל, האָט עס טאַקע אַ ווערדע און פֿאַרשפּרייט זיך איבער דער וועלט. נאָר צו דער סאָוועטישער אַרמיי איז עס, אַ פּנים, נישט דערגאַנגען. דעריבער, האָט מען מיט גוטע געזונטע עסנס אונדז נישט געבאַלעוועט. צוויי יאָר האָב איך אָפּגעדינט אין דער מיליטער, קודם אין דער טאַנקיסטן־שול, דערנאָך אין דעם טאַנקן־באַטאַליאָן. פֿאַר די צוויי יאָר האָט מען אונדז קיין מאָל נישט דערלאַנגט נישט קיין פֿרוכטן און נישט קיין גרינסן. אַמאָל אין אַ ליטוויש דערפֿל האָבן מיר געגנבֿט אַ ביסל עפּל פֿון אַן עפּל־בוים, נאָר דאָס רעכנט זיך נישט. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז ס׳האָבן אונדז געפֿעלט וויטאַמינען און מינעראַלן. קען מען דען לעבן אָן זיי? אַפּנים מ’קען. נו, איז מיט וואָס האָבן זיי אונדז פֿאָרט געקאָרמעט דרײַ מאָל אַ טאָג? מיט קאַשעס. האָבערגרויפּן־קאַשע, פּערלגרויפּן־קאַשע, פּראָסע־קאַשע, גרײַפּלעך־קאַשע. איין מאָל אין אַ יובֿל האָט מען אונדז דערלאַנגט אַ רעטשקע־קאַשע, וואָס האָט זיך גערעכנט ווי אַ דעליקאַטעס! אויף מיטאָג האָט מען אונדז באַגליקט מיט אַ זופּ, וואָס איז געווען געמאַכט פֿון ווער ווייסט וואָס. אין אָט דעם זופּ זײַנען געשוווּמען שטיקלעך פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם פֿלייש. פֿאַרוואָס „אַזוי גערופֿענעם‟? ווײַל קיין פֿלייש האָט מען דאָרט נישט געזען. דאָס איז געווען אַ מין מישעכץ פֿון קאַרטאָפֿל מיט געקאָכט שמאַלץ. וואָסער שמאַלץ? פֿון אַ קו, אַ חזיר, אַ שעפּס אָדער פֿון נאָך עפּעס אַ בהמה. איך האָף, אַ נישט פֿון אַ הונט צי אַ פֿערד. און איין מאָל אַ מאָנאַט האָט מען אונדז מכבד געווען מיט אַ קליין שטיקל אויסגעדאַרטער הון.
און וואָס עס שײך צו מילכיקס, אונדזער טעגלעכער ראַציאָן איז כּולל געווען צוואַנציק גראַם פּוטער. דאָס איז אַלץ. נישט קיין מילך, נישט קיין זויערמילך, נישט קיין קעז און נישט קיין סמעטענע. צוואַנציק גראַם פּוטער, וואָס פֿאַר אונדז איז דאָס געווען מיט גאָלד גלײַך, האָט מען אונדז דערלאַנגט יעדן פֿרישטיק. מיר האָבן עס אָנגעשמירט אויף אַ פּענעץ ברויט, געגעסן שטיקלעכווײַז, פּאַוואָליע, ווי עס וואָלטן געווען קאַוויאַר. דעם פּוטערברויט האָבן מיר פֿאַרזופּט מיט אַ טונקל ברוינעם וואַרעמען געטראַנק, וואָס זיי האָבן עס גערופֿן „קאַווע‟, אָבער דאָס איז אַפֿילו נישט געשטאַנען לעבן אַ קאַווע. נאָר אַפֿילו מיט דעם מוטנעם ברוינעם וואַסער זײַנען מיר געווען אינגאַנצן צופֿרידן. ווען אין קעשענע זײַנען נאָך געבליבן עטלעכע רובלען, וואָס מיר האָבן נאָך נישט געפּטרט אויף בראָנפֿן און ציגאַרעטן, פֿלעגן מיר קויפֿן אַ פֿלעשל מילך צי קעפֿיר אין דעם היגן פּראָדוקטן־געשעפֿט. מילכיקס האָט זיך בײַ אונדז גערעכנט פֿאַר אַ זעלטענעם מאכל, דער גרעסטער דעליקאַטעס. די שטרעבונג צו עסן נאָרמאַל איז געווען אַזוי שטאַרק, אַז מ’האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ טראַדיציע; מ’האָט עס אָנגערופֿן, „הונדערט טעג ביז דער באַפֿרײַונג‟. און וואָס איז דאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ און ווי אַזוי פֿײַערט מען עס?
ווען מיר, די „זקנים‟, דערנענטערן זיך צו דער באַפֿרײַונגס, און עס בלײַבט אונדז צו דינען נישט מער ווי הונדערט טעג, מערקט מען די דאַטע אָפּ אויף אַזאַ אופֿן. אין דער פֿרי, ווען מע קומט עסן פֿרישטיק, צעטיילט מען די פּוטער אַנדערש, ווי אַלע מאָל. אין דעם הייליקן יום־טובֿ וועלן עסן פּוטער נאָר די אַלטע חבֿרה, די וואָס וועלן זיך אין גיכן באַפֿרײַען. בײַ אונדז אין ראָטע, אַנשטאָט פֿערציק זעלנערס, וועלן די פּוטער צעטיילן צווישן זיך אַכט מענטשן. נו, מאַכט אַ חשבון, וויפֿל פּוטער האָט יעדער איינער פֿון אונדז אָנגעשמירט אויף זײַן שטיקל ברויט. גייט אַרויס… עפּעס… אַ גראַם הונדערט! יעצט שטעלט זיך פֿאָר, אַז איר האַלט אין דער האַנט אַזאַ בידנעם פּענעץ ווײַס ברויט מיט אַזאַ דיקן שיכט פֿוטער פֿון אויבן, און איך מוזט עס אַראָפּשלינגען גיך און אומגעזען, קיינער זאָל אויף דעם נישט לייגן קיין אַכט, ווײַל טאָמער וואָלט עמעצער פֿון די אָפֿיצערן אָדער די סטאַרשינעס דערזען אַזאַ מאָדנע זאַך, וואָלט שוין געווען פֿריילעך. אין זייערע אויגן רעכנט זיך עס אַ גרויסע עבֿירה. פֿאַר וואָס? ווײַל אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿאַרהעכערט די אַלטע זעלנער און דערנידעריקט די יונגע. אָבער הײַנט, ווען איך דערמאָן זיך וועגן יענע טעג, מיין איך, אַז אַלע האָבן געוווּסט וועגן דער מעשׂה מיט פּוטער, און מ’האָט פּשוט זיך געמאַכט ניט־זעעוודיק. קיינער איז נאָך נישט געשטאָרבן אָן די צוואַנציק גראַם פּוטער, און קיינער איז נישט געוואָרן פֿעט פֿון כּמעט וואַרגן זיך מיט הונדערט גראַם פּוטער. פּוטער! מ’קען מיינען אַ גרויסע מציאה!
פֿון יענע „פּוטער מסיבה‟ האָט זיך בײַ מיר פֿאַרוואַלגערט אַ בילדל. אַן אַלטע פּאָטאָגראַפֿיע, נישט קיין קלאָרע מיט „צעשווענקטע‟ פּנימער. נאָר אַפֿילו אויף איר קען מען זען, ווי מײַן לײַבלעכער חבֿר וואַניאַ קורנאַקאָוו וואָרגט זיך מיט די הונדערט גראַם פּוטער.
נו, שוין. איצט האָט איר שוין אַן אַנונג, ווי אַזוי מע עסט אין דער רויטער אַרמיי און מע בלײַבט לעבן. אַבי געזונט!