דער שטערן־פּרינץ

משה לעמסטער


פֿון בוך: „אונטערן געשטערן ׳געפֿילטע פֿיש׳‟
ייִדישע מעשׂיות פֿאַר דערוואַקסענע, וואָס זענען געבליבן קינדער, זינט די צײַטן פֿונעם אַנטוויקלטן סאָציאַליזם
. קינסטלער פֿון די אילוסטראַציעס — וואָלף בולבע

אונדזער ייִדיש שטעטל איז געווען מסתּמא דאָס איינציקע אויף דער וועלט, וואָס האָט געהאַט אייגענע שטערן אויפֿן הימל אין דעם געשטערן „פֿיש‟, וועלכן אייניקע האַלטן אים פֿאַר אַ ייִדישן געשטערן…

די טאָכטער פֿון אונדזער רבֿ איז געווען, קאָן מען זאָגן, אַ ניט־דאָיִקע, ניט פֿון דער־וועלט. זי איז געווען אַ טרוימערין, אירע געדאַנקען האָבן זיך תּמיד געטראָגן ערגעץ הויך אין די הימלען דאָרט, וווּ איר טאַטע, אונדזער רבֿ, האָט געדינט. זי האָט געוווינט בשכנות מיט אונדז, די שטעטלדיקע, נאָר איז ניט געווען דערנעבן, גלײַך ווי ניט געלעבט אויף אונדזער זינדיקער ערד. אין שול האָט זי זיך געלערנט אויסגעצייכנט, געדינט פֿאַר די תּלמידים ווי אַ מוסטער. אין די עלטערע קלאַסן, ווען די שילערינס האָבן זיך שוין געחבֿרט מיט ייִנגלעך, זיך איבערגעשריבן מיט קוויטלעך, און אַפֿילו מיט זיי געקושט זיך אין פּאַרק, צי אויף די הינטערשטע רייען פֿון אונדזער קינאָ־טעאַטער „פּיאָנער‟, האָט זי מיט די שילערס קיין פֿרײַנדשאַפֿט ניט געפֿירט, כאָטש, עס געווען ניט ווייניק בעלנים, ווײַל דעם רבֿס טאָכטער איז געווען אַ שיין מיידל, מיט גרויסע, קלוגע, בלויע אויגן. נאָר ווײַל זי איז געווען דעם רבֿס טאָכטער, האָט מען זיך צו איר ניט געטשעפּעט, ניט פֿאָרגעלייגט קיין פֿרײַנדשאַפֿט און ליבע.

אין די שטערן־אָוונטן פֿלעג זי ליב האָבן צו זיצן אויף דער באַנק לעבן איר שטוב און קוקן מיט עפּעס אַ באַזונדערער בענקשאַפֿט אויפֿן צעשטערנטן הימל. אירע חבֿרטעס האָבן זיך צווישן זיך געשעפּטשעט, אַז אַ מלאך האָט איר געבראַכט אַ חלום, אין וועלכן דער באַשערטער איז געווען אַ שטערן־פּרינץ, און זי איז זיכער, אַז ער, דער פּרינץ פֿונעם חלום, וועט זיך אומבאַדינגט יאַווען צו איר. נו, וואָס זשע ווילט איר, האָבן מיר די דאָרשטיקע צו ליבע שטעטלדיקע ייִדישע ייִנגלעך געטענהט, זי איז דאָך דעם רבֿס טאָכטער!

איין מאָל ווען זי איז געזעסן, ווי געוויינטלעך, אויף איר באַנק און געטרוימט וועגן שטערן־וועלטן האָט זיך פּלוצעם פֿון דאָרט, פֿון די הימלען, באַוויזן עפּעס, וואָס איז געווען ענלעך צו אַ העלער קאָמעטע. די קאָמעטע איז געוואָרן אַלץ גרעסער און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף לענינאַ־גאָס, אַקוראַט לעבן דער באָנק, וווּ ס’איז געזעסן דעם רבֿס טאָכטער. זי האָט ניט געקאָנט פֿאַרשטיין, ווער איז דאָס און וואָס איז דאָס. ווען דער געקומענער האָָט אויסגעטאָן דעם סקאַפֿאַנדער און געשטעלט זיך פֿאַר איר, האָט זי דערזען פֿאַר זיך אַ הויכן שיינעם בחור. ער האָט זיך געוואָנדן צו איר אויף ייִדיש און געזאָגט:

„איך בין אַ שטערן־פּרינץ פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳. איך וווין דאָרט מיט מײַנע עלטערן. אייניקע שטערן פֿון דעם דאָזיקן געשטערן געהערן צו אונדז. איך ווייס אַלץ וועגן דיר און לייג דיר פֿאָר מײַן האַנט, מײַן האַרץ און מײַנע שטערן. איך מאַך דיר אַ פֿאָרשלאָג, איך לייג דיר פֿאָר צו ווערן מײַן פֿרוי…‟

אונדזער רבֿ איז געבליבן צעמישט. גאָר אַ זעלטענער פֿאַל. נאָר דער בחור פֿונעם געשטערן „פֿיש‟ האָט עקשנותדיק איבערגעחזרט: „איך וויל חתונה האָבן מיט אײַער טאָכטער און זי אַוועקפֿירן אויף אונדזער געשטערן‟.

און דעם רבֿס טאָכטער האָט זיך פּשוט צעבליט לעבן אים, ווי אַ פֿרילינגבלום. אויס בענקשאַפֿט אין די אויגן — זי האָט געשײַנט פֿאַר גליק. און, פֿאַרשטייט זיך, אַז איר טאַטע האָט דאָס געזען. האָט ער געזאָגט דעם הימלגאַסט:

„דאָס וואָס דו ביסט פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳, איז גוט. דער דאָזיקער געשטערן איז אונדזערער, אַ ייִדישער. הייסט עס, אַז דאָרטן וווינען טאַקע ייִדן. נאָר מע דאַרף דאָך שטעלן אַ חופּה, דאָרף איך זיכער זײַן, אַז דו ביסט אַ ייִד!‟

האָט געענטפֿערט דער פּרינץ:

„בײַ אונדז אין דער היים זענען דאָ אַלע דערווײַזונגען. דאָס קומענדיקע מאָל וועל איך זיי ברענגען‟.

זיי האָבן אָפּגעגעסן וועטשערע. די טאָכטער האָט ניט געקאָנט אָפּרײַסן איר בליק פֿונעם גאַסט און האָט געשטראַלט מיט פֿרייד. דער רבֿ, פֿאַרשטייענדיק, אַז די טאָכטער איז שוין ניט אין גאַנצן זײַנע, האָָט געטראַכט: „דער חתן איז ניט קיין פּשוטער מענטש, ער איז פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳! אַ שטערן־פּרינץ דאָס איז דאָך אַ מזל און מע דאַרף דאַנקען גאָט פֿאַר אַזאַ מתּנה. פֿאַרן געזעגענען זיך האָט דער חתן געזאָגט:

„בײַ אונדז אין דער היים זענען פֿאַראַן וווּנדערלעכע זאַכן, וואָס זענען געבליבן פֿון אונדזערע אָבֿות; איך וועל אײַך ברענגען אייניקע פֿון זיי, וואָס וועלן זײַן פֿאַר אײַך מײַנע שטערן־מתּנות‟.

דאָס מיידל האָט אים שטיל געזאָגט בײַם געזעגענען זיך:

„קער זיך אום גיכער. איך וועל זייער וואַרטן‟…

עס זענען אַדורך עטלעכע טעג. אין אַן אָוונט צו דער באַנק, וווּ ס’איז ווי תּמיד געזעסן דעם רבֿס טאָכטער, איז געקומען צו פֿליִען דער קאָסמישער אַפּאַראַט. זי האָט ניט אויסגעהאַלטן און זיך געלאָזט אַנטקעגן… זיי זענען אַרײַן אין שטוב. דער גאַסט האָט געטראָגן אין די הענט אַ גרויסע פּושקע. נאָך דעם, ווי ער האָט עפּעס איבערגעכאַפּט, אויסגעטרונקען אַ גלאָז קאַלט וואַסער נאָך דער ווײַטער קאָסמישער רײַזע, האָט ער געעפֿנט די פּושקע און געוואָנדן זיך צום רבֿ:

„איך האָב אײַך געבראַכט דרײַ מתּנות, וועלכע אונדז געבליבן פֿון די אָבֿות‟. — האָט פֿון אַ בלויען אַטלאַסזאַק האָט ער אַרויסגעשלעפּט אַ תּורה און געזאָגט: — „דאָס איז איינע פֿון די ערשטע תּורות אויף דער פּלאַנעטע ערד. מע זאָגט, אַז דער באַשאַפֿער אַליין האָט זי געהאַלטן דער ערשטער אין די הענט‟.

דער רבֿ האָט זיך געשטעלט פֿאַר דער תּורה אויף די קניִעס און דרײַ מאָל אַ קוש געטאָן דעם געלן פּאַרמעט. דערנאָך האָט ער אויף אים מיט ציטערדיקע הענט געגלעט די שוואַרצע אותיות. ער האָט באַדאַנקט דעם גאַסט און געזאָגט, אַז דאָס איז אַ גרויסע, אַן אומשאַצבאַרע מתּנה. נאָך דעם האָט דער גאַסט צוגעגעבן:

„נאָר דאָס איז נאָך ניט אַלץ‟. — ער האָט אַרויסגענומען פֿון דער פּושקע אַ צונויפֿגעוויקלטן פּאַרמעט און געזאָגט: — „דאָ איז פֿאַרשריבן אַ קאַפּיטל תּהילים, אָנגעשריבן מיט דוד המלכס האַנט‟.

אונדזער רבֿ האָט זיך ווידער געשטעלט אויף די קניִעס און געקושט אַלע אותיות, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן אַ מאָל דער גרויסער ייִדישער מלך דוד. דערנאָך האָט דער שטערן־פּרינץ אַרויסגענומען נאָך אַ פּאַרמעט:

„דאָ איז אָנגעשריבן מיט שלמה המלכס האַנט איינע פֿון זײַנע משלים‟.

און נאָך אַ מאָל האָט דער כּלהס טאַטע האָט זיך געשטעלט אויף די קניִעס און געקושט די אותיות פֿונעם משל, אָנגעשריבן פֿון אונדזער גרעסטן און קליגסטן מלך…

אונדזער רבֿ איז כּמעט ניט געשלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט און אַלץ געגלעט און געקושט דעם פּרינצס מתּנות. אין דער פֿרי האָט דער רבֿ געמאָלדן:

„מיר וועלן שטעלן די חופּה דעם קומענדיקן זונטיק…‟

צו דער חופּה זענען געקומען דעם חתנס עלטערן פֿונעם געשטערן „פֿיש‟. זיי זענען געווען שיינע קאָסמישע מענטשן און האָבן זיך באַלד באַפֿרײַנדעט מיט דער כּלהס עלטערן. מ’האָט אײַנגעלאַדן צו דער חופּה אַ סך באַוווּסטע יחידים און אויך דעם הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, די היגע נאַטשאַלסטווע, פֿאַרשטייט זיך…

ווען דער רבֿ האָט געשריבן די כּתובה פֿאַר די חתן־כּלה, האָט דער חתן, דער קאָסמישער פּרינץ, געבעטן ער זאָל אַהינצו אַרײַנשרײַבן, אַז צו זײַן ווײַב געהערן די שטערן f, g, j
פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳…

אָט אַזוי האָבן די ייִדן פֿון אונדזער שטעטל באַקומען, ווי אַ מתּנה, דרײַ שטערן פֿונעם ווײַטן ייִדישן געשטערן… אַז מע טרוימט זייער שטאַרק, ווערן די טרוימען מקוים. באַזונדערס, אַז אַ מלאך ברענגט אַ חלום, אין וועלכן מע קאָן זען דעם טרוים…

דרײַ מאָל ייִדן

די ייִדן פֿון אונדזער שטעטל זענען געווען אמתע ייִדן!

זיי האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש. געהאַלטן די ייִדישע יום־טובֿים און מינהגים. געגאַנגען אין שיל אַרײַן און געגלייבט אין ייִדישן באַשאַפֿער. דאָך נאָך אַ נס, וואָס האָט פּאַסירט בײַ אונדז אין שטעטל, זענען מיר געוואָרן ניט פּשוטע ייִדן, נאָר דרײַ מאָל ייִדן! דער נס איז פֿאָרגעקומען אויף ראָש־השנה און עס האָבן אים באַשאַפֿן פֿאַר אונדז די מלאכים פֿונעם „געשטערן פֿיש‟. אין אַ טאָג האָט אַ מלאך פֿון דעם דאָזיקן געשטערן געזאָגט אונדזער רבֿ:

„די ייִדן פֿון אײַער שטעטל זענען אונדזערע גוטע פֿרײַנד. ווילן מיר, אַז זיי זאָלן טאַקע זײַן און בלײַבן ייִדן אין עכטן זינען פֿונעם וואָרט‟…

מיר ווייסן דאָך, אַז טאַקע זיי, די מלאכים, ברענגען צו אונדז אין שלאָף די חלומות. יעדן איינעם אַ באַזונדערן חלום. מיר האָבן זיך אויך דערוווּסט, אַז די שליחים פֿון די הימלען קאָנען אויך ברענגען אַלגעמיינע חלומות. הייסט עס, בײַ נאַכט האָבן אַלע מענער פֿונעם שטעטל געזען דעם זעלבן חלום. דרײַ נעכט נאָכאַנאַנד האָבן מיר געזען דרײַ פֿאַרשיידענע, נאָר אַלציינע חלומות — אַלע דרײַ הונדערט מענער פֿון שטעטל.

דער ערשטער חלום

יעדערן פֿון אונדזערע מענער האָט זיך געחלומט, אַז ער איז דער פּאַטריאַרך אַבֿרהם אַבֿינו, דער פֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דער ערשטער ייִד אויף דער ערד. יעדערער פֿון אונדז האָט געהערט דעם באַשעפֿערס קול, וואָס האָט געהייסן פֿאַרלאָזן דעם פֿאָטערס היים און באַזעצן זיך אויף דער כּנענער ערד, וועלכע גאָט האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען און זײַנע קינדס־קינדער. דערנאָך מצרים… נאָר ווײַטער דאָס וויכטיקסטע. גאָט האָט אַבֿרהמען, הייסט עס, יעדערן פֿון אונדז, געהייסן:

„נעם דײַן זון, דײַן איינציקן, וואָס דו האָסט ליב, יצחקן, און גיי דיר קיין לאַנד מוריה, און ברענג אים אויף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אויף איינעם פֿון די בערג, וואָס איך וועל דיר זאָגן…‟

און מיר האָבן געפֿאָלגט דעם באַשאַפֿער און אויף אַ באַרג, וואָס גאָט האָט אונדז אָנגעוויזן האָבן מיר געבויט אַ מזבח, געבונדן יצחקן און געלייגט אים אויפֿן האָלץ און אויפֿגעהויבן דאָס מעסער… נאָר, דאַנקען גאָט, דער קאָשמאַר האָט זיך באַלד געענדיקט. אַ מלאך האָט געזאָגט אַבֿרהמען, הייסט עס, אויכעט אונדז: 

„זאָלסט ניט אויסשטרעקן דײַן האַנט אויפֿן ייִנגל, און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן: ווײַל אַצינד ווייס איך, אַז דו ביסט גאָטספֿאָרכטיק‟. — און מיר האָבן ווײַטער דערהערט פֿונעם מלאך: „איך שווער בײַ זיך, זאָגט גאָט, אַז ווײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און האָסט ניט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן איינציקן, איז בענטשן וועל איך דיך בענטשן, און מערן וועל איך מערן דײַן זאָמען אַזוי ווי די די שטערן פֿון הימל…‟

אין דער פֿרי, זענען אַלע אונדזערע מענער אויפֿגעשטאַנען מיט טרערן אין די אויגן און אַ גאַנצן טאָג איבערגעלעבט די געשעענישן פֿונעם חלום. און אונדזער רבֿ האָט אונדז געזאָגט אין שיל:

„מע קאָן ניט זײַן אַן אמתער ייִד, אויב מע לעבט ניט איבער אַלץ, וואָס עס האָט אויסגעפּרוּווט אונדזער אַבֿרום אָבֿינו. ס’איז געווען זייער אַ נוצלעכער חלום פֿאַר אונדז…‟

דער צווייטער חלום

די נאַכט האָבן מיר אַלע געחלומט, אַז יעדערער פֿון אונדז איז געוואָרן דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דער גרויסער משה רבנו, וואָס האָט אַרויסגעפֿירט די ייִדן פֿון דער מצרימישער קנעכטשאַפֿט. צו יעדערן פֿון אונדז האָט זיך גאָט געוואָנדן פֿון אַ ברענענדיקן קוסט, וואָס איז ניט געוואָרן פֿאַרברענט און האָט געהייסן משהן צוריקקערן זיך קיין מצרים און באַפֿרײַען די ייִדן. נאָך די צען מכּות האָט משה אַרויסגעפֿירט די ייִדן פֿון מצרים און זיי זענען געבליבן שטייען בײַם באַרג סיני. דערנאָך האָט ער זיך אויפֿגעהויבן אויפֿן באַרג סיני, ווי גאָט האָט אים געגעבן די צען געבאָט, אָנגעשריבן פֿון אים אַליין אויף די שטיינערנע לוחות. משה האָט מיט זיי זיך אַראָפּגעלאָזט פֿונעם באַרג, נאָר דערזעענדיק, אַז דאָס פֿאָלק בוקט זיך צום עגל זהבֿ, צום גילדינעם קעלבל, האָט ער צעבראָכן די לוחות. דערנאָך האָט ער זיך צוריקגעקערט אויפֿן באַרג, וווּ גאָט האָט אים געגעבן די נײַע לוחות מיט געבאָט, וועלכע ער האָט געגעבן דעם פֿאָלק…

אין דער פֿרי זענען מיר אויפֿגעשטאַנען מיט ליכטיקע פּנימער און מיט ליכטיקע טרערן אין די אויגן. קוקנדיק אויף אונדזערע ליכטיקע טרערן, האָט דער רבֿ געזאָגט:

„צי קאָן מען דען זײַן אַן אמתער ייִד, ניט דערפֿילנדיק, וואָס עס האָט געפֿילט משה, ווען ער האָָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿערס הענט די לוחות מיט די צען געבאָט, זייער אַ נוצלעכער פֿאַר אונדז ייִדן, חלום…‟

די דריטע נאַכט און דער דריטער חלום

דאָס דריטע מאָל האָט זיך אונדז אַלע געחלומט, אַז יעדערער פֿון אונדז איז געוואָרן דער גרויסער מלך, דער חכם שלמה. דאָס איז געווען די צײַט, ווען ער האָט געבויט דעם ירושלימער בית־המיקדש. ער האָט אים געבויט 7 יאָר. ער האָט אַליין אָנגעפֿירט מיט דער בויונג. אַ דאַנק זײַן רײַכקייט, האָט ער גענוצט די סאַמע טײַערסטע בוי־מאַטעריאַלן, אַ סך גאָלד און געניטע אַרבעטער. שלמה המלך, אַ דאַנק דעם בית־המיקדש, האָט פֿאַראייניקט דאָס ייִדישע פֿאָלק. אַ דאַנק דעם אָרון־הברית און די לחות, וואָס זענען געווען דאָרט, האָבן אַלע ישׂראלער געקאָנט דינען אונדזער גאָט. שלמה האָט בײַ דער דערעפֿענונג, הייסט עס, אויך מיר, באַדאַנקט אין זײַן תּפֿילה דעם באַשאַפֿער. און מיר אויכעט אין דער הייליקער שעה זענען געווען מיט אים אין איינעם, זאָל זײַן אין שלאָף. מיר זענען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי און אין די אויערן האָבן נאָך געקלונגען די כאָר־געזאַנגען, די דעמאָלטיקע מוזיק… מיר האָבן געהאַט אַ גוטע, דערהויבענע שטימונג און הייליקע טרערן אין די אויגן. אונדזער רבֿ האָט געזאָגט:

„צי קאָן מען זײַן אַן אמתער ייִד, ניט איבערלעבנדיק די פֿרייד פֿון דעם אויפֿבויען און דער דערעפֿענונג פֿונעם בית־המיקדש, ניט דערזעענדיק די פּראַכט פֿון שלמה־המלכס מלוכה? מיר דאַרפֿן באַדאַנקען די מלאכים פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳, פֿאַר דער וווּנדערלעכער מתּנה, פֿאַר דעם וווּנדערלעכן נס, וואָס זיי האָבן געשאַפֿן פֿאַר אונדז. מיר זענען איצט ניט פּשוטע ייִדן, נאָר דרײַ מאָל ייִדן! אין אונדזער ייִדישקייט זענען אויכעט דאָ מיט אונדז אין איינעם: אַבֿרהם אַבֿינו, משה רבינו און שלמה המלך. איך זע זיי, זיי קוקן אַרויס אויף מיר פֿון אײַערע קלוגע, ייִדישע אויגן…‟

געפֿילטע פֿיש און די מלכּה שבת

איין מאָל איז קראַנק געוואָרן מײַן מאַמע. זי פֿלעגט אָפֿט מאָל זײַן קראַנק. די יאָרן, וואָס זי איז געווען אין דער געטאָ פֿון טראַנסניסטריע, האָבן אַרויסגערופֿן בײַ איר אַ סך כראָנישע קרענק. דאָס מאָל איז איר מיט יעדן טאָג געוואָרן אַלץ ערגער און ערגער. עס האָבן ניט געהאָלפֿן די שטעטלדיקע דאָקטוירים. אויפֿן אַכטן טאָג פֿון איר שלאַפֿקייט האָט זי מיך צוגערופֿן צום געלעגער און קוים רירנדיק מיט די ליפּן, געשעפּטשעט צו מיר:

„איך וויל עסן אַ שטיקל געפֿילטע פֿיש. געשמאַקע, ווי מײַן מאַמע, דײַן באָבע, זכרונה לברכה, פֿלעגט מאַכן אַ מאָל‟.

אויפֿן צוויטן טאָג, 6 אַזייגער אין דער פֿרי בין איך געגאַנגען אין מאַרק אַרײַן, צו קויפֿן לעבעדיקע פֿיש. כ’האָב זיך עטלעכע שעה געדרייט אויפֿן מאַרק, נאָר קיין פֿיש זענען ניט געווען. אַפֿילו קיין סימן ניט. די באַקאַנטע פֿישערס האָבן מיר דערקלערט, אַז ס’איז זייער אַ הייסער זומער און די פֿיש זענען אַוועק צום דנאָ. אָבער כ’דאַרף דאָך אויספֿילן דער מאַמעס ווילן! מע האָט מיר געגעבן אַן עצה איך זאָל זיך ווענדן צו וועלוולען כּהנען, דעם דירעקטאָר פֿונעם פֿישפֿאַנג־קאָלווירט. מיט מײַן פֿרײַנד שמואלן, וואָס האָט געהאָט אַן אויטאָ „מאָסקוויטש‟, זענען מיר געפֿאָרן צו כּהנען, דערקלערט אים די סיטואַציע. ער האָט געזאָגט, אַז מיט פֿיש איז איצט אַ פּראָבלעם, נאָר ער גיט אונדז אַ נעץ און וואָס מיר וועלן כאַפּן, וועט זײַן אונדזערס.

צוויי מאָל וואַרפֿן מיר אַרײַן די נעץ אין דער אָזערע — גאָרניט. די פֿיש זענען אויפֿן דנאָ. האָב איך געבעטן מײַן פֿרײַנד ער זאָל מיך אויסוואַרטן און אַליין בין איך געגאַנגען אין וואַלדפּאַרק, לעבן דער אָזערע. דאָטרן האָב איך זיך געשטעלט אויף די קניִעס און געטאָן אַ הייסע תּפֿילה צו גאָט. כ׳האָב אים געבעטן ער זאָל רחמנות האָבן אויף מײַן מאַמען. אין גיכן האָט זיך דער הימל באַדעקט מיט שוואַרצע כמאַרעס. עס האָט אָנגעהויבן דונערן און בליצן, ס’איז אָנגעפֿלויגן אַ שטורעמווינט. אויף דער אָזערע האָבן זיך באַוויזן הויכע כוואַליעס. דאָס וואַסער פֿונעם טײַך האָט גלײַך ווי אָנגעהויבן קאָכן און זידן. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די אָזערע האָט זיך איבערגעקערט מיטן דנאָ אַרויף. דערנאָך האָט זיך אַלץ אַנשטילט. מיר האָבן גיך אַרײַנגעוואָרפֿן די נעץ און קוים־קוים אַרויסגעשלעפּט אַ פֿולן ביז גאָר נעץ מיט פֿיש. קוקנדיק אויף אונדזער געפֿאַנג, האָב איך געזאָגט שמואלן:

„כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשאַפֿער, לאָמיר דעם נאָענסטן שבת אָפּמערקן מיטן גאַנצן שטעטל צוזאַמען. פֿונעם געפֿאַנג וועלן מיר מאַכן געפֿילטע פֿיש און מכבד זײַן אַלע אונדזערע שטעטלדיקע ייִדן. מיר האָבן אָנגעלאָדן דעם אויטאָ מיט די פֿיש. דאָ האָב איך באַמערקט צווישן די גרויסע פֿיש אַ קליין גאָלדן פֿישל. כ’האָב עס גענומען אין די הענט און פּלוצעם דערהער איך ווי ס’הייבט אָן צו רעדן מיט מיר אויף אונדזער בעסאַראַבער ייִדיש:

„איך בין אַ קליין פֿישל און טויג ניט פֿאַר געפֿילטע פֿיש. דו לאָז מיך אָפּ וועל איך אויספֿילן דײַנע דרײַ וווּנטשן‟. — ניט טראַכטנדיק אַ סך האָב איך געזאָגט: — „די ערשטע וווּנטש איז, אַז מײַן מאַמע זאָל געזונט ווערן‟. — האָט מיר דאָס פֿישל געענטפֿערט: — „ווי נאָר דײַן מאַמע וועט אויפֿעסן אַ שטיקל פֿון אײַערע געפֿילטע פֿיש, וועט זי געזונט ווערן‟.

דער צווייטער וווּנטש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון מיר פּלוצעם, אומגעריכט:

„כ’וויל, אַז מע זאָל אין אונדזער שטעטל אָפּשאַפֿן די ׳קאָמוניסטישע שבתניקעס־סובאָטניקעס׳!‟ — „גוט‟, — האָט געזאָגט דאָס פֿישל, — „אָבער וואָס איז דאָס קאָמוניסטישע סובאָטניקעס?‟

איך האָב אים דערקלערט, אַז דאָס איז, ווען מע אַרבעט שבת פֿאַר אומזיסט.

„מער וועט דאָס ניט זײַן‟ — האָט צוגעזאָגט דאָס פֿישל.

און דעם דריטן וווּנטש האָב איך שוין געזאָגט מיט אַ זיכערקייט אין דער שטימע:

„מע זאָל דערלויבן אַרויסצופֿאָרן די ייִדן, וואָס ווילן וווינען אין ישׂראל‟.
„מע וועט דערלויבן‟, — האָט מיך פֿאַרזיכערט דאָס פֿישל. איך האָב עס צעקושט און אַרײַנגעלאָזט אין דער אָזערע. אַלץ וואָס איך האָב געבעטן, האָט שפּעטער טאַקע אויסגעפֿירט דאָס גאָלדענע פֿישל…

מיר מיט שמואלן האָבן זיך צוריקגעקערט אין שטעטל. די פֿיש האָבן מיר געבראַכט צו מײַן שכן דודי, בײַ וועלכן ס’איז אין הויף געווען אַן אויוון. מיר האָבן גענומען אונדזערע סאַרווערנס חווהן און גאָלדען און געבראַכט זיי צום שכן. ייִדן זענען געקומען העלפֿן אָפּצושויבן די פֿיש. די אַרבעט האָט געברענט אונטער די הענט. דאָס לעצטע טאָוועלע מיט די געפֿילטע פֿיש האָט מען אַרויסגענומען פֿונעם אויוון פֿינף מינוט פֿאַר דעם, וואָס שבת איז געקומען.

אַך, סאַראַ ריח פֿון די געפֿילטע פֿיש איז געשטאַנען אין שטעטל! אויפֿן צווייטן טאָג, שבת, איז אין יעדער ייִדישער שטוב אין מיטן טיש געשטאַנען אַ טעלער מיט אַ געפֿילטן פֿיש. אין דעם טאָג האָבן מיר אַלע אין איינעם צוועלף אַזייגער בײַ טאָג געפּראַוועט שבת. מײַן מאַמע האָט פֿרײַטיק צו נאַכט אויפֿגעגעסן אַ שטיקל פֿיש און עס איז איר מיט אַ מאָל געוואָרן גרינגער. און שבת אין דער פֿרי איז זי אויפֿגעשטאַנען און אָנגעהויבן מיט אַ לידל בעל־הבתּעווען…

שבת, ווען מיר האָבן אָנגעהויבן זינגען זמירות האָבן מיר דערהערט אַ קאָפּיטעס־געקלאַפּ פֿון פֿערד און פֿון אַ קאַרעטע־רעדערס. מיר זענען אַרויסגעלאָפֿן. אַ גאָלדענע קאַרעטע מיט דרײַ אײַנגעשפּאַנטע פֿערד האָט זיך געטראָגן איבער די געסלעך. מיר זענען געלאָפֿן נאָך איר. לעבן אונדזער רבֿס שטוב האָבן די פֿערד זיך אָפּגעשטעלט. פֿון דער קאַרעטע איז אַרויס אַ גרויסאַרטיקע דאַמע אין וווּנדערלעכע שיינע קליידער. זי האָט זיך געוואָנדן צו אונדזער רבֿ:

„איך בין די מלכּה שבת! איך בין געקומען צו אײַך אין שטעטל, ווײַל נאָך קיין מאָל ניט אויף דער פּלאַנעטע ערד האָט מען ניט געיום־טובֿעט אַזוי פֿרײַנדשאַפֿטלעך שבת. געפּראַוועט מיט געפֿילטע פֿיש אין יעדער שטוב! און די פֿיש זענען דאָך דער סימבאָל פֿון אונדזער פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן באַשאַפֿער. איך קום צו אײַך פֿונעם געשטערן ׳פֿיש׳ מיט וואַרעמע גרוסן פֿון דעם הימל־טאַטע‟.

דערנאָך האָט זי געזאָגט, אַז זי וואָלט געוואָלט אין איינעם מיטן רבֿ באַזוכן יעדער ייִדישע שטוב, זיצן בײַ יעדן שבתדיקן טיש… ביז שפּעט בײַ נאַכט איז זי געווען אַ גאַסט בײַ די שטעטלדיקע ייִדן, פֿאַרזוכט די געפֿילטע פֿיש, געזונגען זמירות מיט די בעלי־בתּים… זי איז געווען אויך בײַ אונדז, זיך געסודעט וועגן עפּעס מיט מײַן מאַמען, און געלאַכט מיט איר אויף אַ קול…

ווען דער שבת איז אַרויס, האָבן אַלע ייִדן אין איינעם באַגלייט דעם וווּנדערלעכן געבענטשטן גאַסט. די מלכּה האָט געזאָגט, אַז מיר זענען איר זייער געפֿעלן און פֿון צײַט צו צײַט וועט זי קומען צו אונדז פֿון איר ווײַטן געשטערן. איר קאַרעטע האָט אַרויפֿגעפֿלויגן צום הימל, צו די שטערן…

פֿון דעמאָלט אָן קאָן מען באַמערקן אויף די פּנימער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן ניט נאָר די רויטע שטראַלן פֿון דעם מאָסקווער קרעמל, נאָר אויך געלע פֿון דער הייליקער, שבתדיקער שײַן. און אין די פּנימער פֿון אונדזערע ייִדישע מיידלעך האָט זיך גלײַך ווי אָפּגעשפּיגלט די שײַן פֿון דער מלכּה שבת, וואָס האָט געמאַכט זיי שענער און אַפֿילו מזלדיקער. צווישן אונדזערע ייִדישע מיידלעך זענען קיין מאָל ניט געווען קיין אַלטע מיידן…

Leave a comment