דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג

די מלחמה

ייִדישע מיליטער־לײַט אין דער דײַטשישער אַרמיי פּראַווען חנוכּה

עס ברעכט אױס און עס װיקלט זיך פֿאַנאַנדער די ערשטע װעלט־מלחמה. עס געדענקט זיך קלאָר דער האַרבסט פֿון 1914. פֿון די אַרומיקע דערפֿער פֿלעגן אָנקומען גרופּעסװײַז מאָביליזירטע פּױערים, עס הערט זיך דער געװײן און אײנצײַטיק די מאָדנע טענץ פֿון די באַגלײטערס. עס האָט שפּעטער אַהער, אין שטעטל זיך דערטראָגן אַ פֿאָלקסליד; איר מאָטיװ האָט זיך פֿאַרהיט ביז איצט אין זכּרון:

אין טױזנט נײַנהונדערט און פֿערצטן יאָר
איז אַרױס אונדזער אוקאַז, איז אַרױס אַ נײַער אוקאַז,
אַז יעדער פֿאָטער דאַרף שיקן זײַן קינד
צו דער שחיטה אַן אײגענע רינד

עס האָט זיך װײַטער אין לידל דערצײלט, װי דער יונג שטעלט זיך צום פּריזיװ, גײט אַװעק אױפֿן שלאַכטפֿעלד און קומט דאָרטן אום.

שפּעטער מיט יאָרן האָב איך זיך דערװוּסט, אַז דאָס רוסישע ייִדנטום האָט צוגעשטעלט צו די מלחמה־פֿראָנטן אַן אימפּאָזאַנטע אַרמײ פֿון פֿירהונדערט טױזנט זעלנערס אױף צו פֿאַרטײדיק דאָס װײַט ניט גנעדיקע פֿאַר אים פֿאָטערלאַנד. בײַ זיבן פּראָצענט פֿון דער גאָרער באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד זײַנען אַװעק אױף די שלאַכטפֿעלדער און פֿיל פֿון זיי האָבן שױן צוריק אַהײם זיך ניט אומגעקערט. דאָס זײַנען געװען, מערסטן טײל, יונגען פֿון די האָרעפּאַשנע פּלעבעיִשע ייִדישע מאַסן. לױכט אױף אַצינד בײַ מיר אין זכּרון דער געװײן, װאָס איז געשטאַנען אין די הינטערגעסלעך פֿון שטעטל, װוּ יונגע פֿרױען האָבן באַגלײט זײערע ברױטגעבערס אױף דער מלחמה. די הינטערגעסלעך, פֿון װאַנען מע איז געגאַנגען שפּעטער מיט אַ צײַט טאָג־טעגלעך אױף דער פּאָסט זיך נאָכפֿרעגן אױף אַ ידיעה פֿון די װײַטע פֿראָנטן.

אײנער פֿון די ערשטע איז מאָביליזירט געװאָרן, געדענקט זיך, אַ ברײטער און פֿולער בעל־עגלה־יונג, ניט געקוקט אױף זײַן קערפּערלעכער גבֿורה, האָט ער זיך שױן צוריק אַהײם ניט אומגעקערט. דער האָרעפּאַשנער ליפּע געציס האָט זײַן גאַנצע פֿאַמיליע טאַקע װירקלעך געשיקט צו דער שחיטה: זעקס זין זײַנע זײַנען מאָביליזירט געװאָרן און אַװעק אין שלאַכט. פֿילצאָליקע שוסטער־ און שנײַדער־יונגען האָבן פֿאַרלאָזט זײערע װערקשטאַלן, זײערע יונגע פֿרױען און אַװעק מיטן שטראָם אױף די שלאַכטפֿעלדער, צו לײגן דעם קאָפּ פֿאַר די אינטערעסן פֿון צאַרישן רוסלאַנד, װאָס איז אַזױ אַכזריותדיק געװען אין איר באַציִונג צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

אָבער אײניקע פֿון די בעל־הבתּישע פֿאָטערס האָבן גאָרניט געהאַט בדעה צו פֿאָלגן דעם אוקאַז און שיקן זײערע „קינדער־רינדער‟ צו דער שחיטה. די יונגען פֿון מיטלשטאַנד האָבן ניט אַרױסגעװיזן דעם מינדסטן ענטוזיאַזם צו גײן דינען אין דער צאַרישער אַרמײ. פֿון די אינטעליגענטע בעל־בתּישע פֿאַמיליעס, געדענקט זיך, זײַנען אַװעקגעגאַנגען אױפֿן פֿראָנט העשל הערצבערג, אַ פֿײַנער יונגער־מאַן, און האָט גלײַך געטראָפֿן מיט דער צײַט אין געפֿאַנגענשאַפֿט; יאַנקל שענקמאַן, דװקא דער זון פֿון שניאור שענקמאַן דעם שטאָט־אַדװאָקאַט. מיט דער צײַט האָט ער אױך אָנגעטראָפֿן, ברוך־השם, אין געפֿאַנגענשאַפֿט און האָט זיך דערנאָך בשלום אומגעקערט אַהײם, און אפֿשר נאָך עטלעכע פּערזאָנען פֿון אינטעליגענטע און פֿאַרמעגלעכע לײַט, װאָס איך געדענק זײ ניט.

אײניקע יונגע־לײַט האָבן געזוכט פֿאַרשײדענע מיטלען און װעגן אױסצומײַדן דעם גזר פֿון פּריזיװ און מלחמה. „די ראָבע‟, װײַזט אױס, פֿונעם רוסישן װאָרט „כוואָריִי‟, — אַזױ האָט מען גערופֿן די יונגע־לײַט, װאָס האָבן זיך דערװײַל אָפּגעהאַלטן פֿון שטעלן זיך צום פּריזיװ און ריזיקירן מיטן לעבן. זײ האָבן געפֿירט אַ שװער, ריזיקאַליש, געהײמנישפֿול לעבן, װוּ גענעכטיקט, ניט געטאָגט. בײַם אוריאַדניק לאַבענקאָ האָט זיך באַװיזן אַ נײַער אומאױסשעפּלעכער קװאַל פֿון הכנסה אַרום די דאָזיקע יונגע־לײַט און זײערע עלטערן (די אַקציעס פֿון ישׂראל דעם סטאַראָסטע זײַנען שטאַרק געשטיגן. ר’ ישׂראל, דער סטאַראָסטע, אַ ייִד מיט אַ לאַנגער באָרד, מיט אַ גרױסן, גראָבן שטעקן אין דער האַנט, רעדט מיושבֿדיק, געלאַסן, אין זײַן קאַנצעלאַרישן לשון. ער האָט פֿאַרװאַלט אין שטעטל מיט די בירגערלעכע ענינים — סטאַראָסטע פֿון דער מעשטשאַנסקער אופּראַװע, רעגיסטראַציע פֿון געבורט, טױט, פּריזיװ אאַז”װ. ער האָט געדאַרפֿט צושרײַבן צו דער „פּריסוטסטװיע‟, צו דעם מיליטערישן פּריזיװ־אָרגאַן, און געקאָנט אױסמעקן פֿון די רשימות. ער איז געװען אַן אײַנגײער בײַם פּריסטאַװ, אין די װאָלאָסט־אָרגאַנען, פֿון אים איז פֿיל געװען אָפּהענגיק דער גורל פֿון יונגע־לײַט. האָט מען טאַקע שטענדיק זיך מיט אים געעצהט און געקוקט אױף אים מיט פֿאַרבאַהאַלטענער שרעק. זײַנע עצות און מיטהילף זײַנען ניט געװען בלױז קײן מיצװות; זיי האָבן געפֿאָדערט אַ פֿײַנע באַלױנונג.

אַ קלײנע צאָל יונגע־לײַט האָבן באַשלאָסן זיך ניט שטעלן צום פּריזיװ, נאָר פֿריִער זיך אַזױ אונטעררײַסן דאָס געזונט, אַז מע זאָל זײַן זיכער אין דער באַפֿרײַונג; אײניקע זײַנען אַפֿילו באַגאַנגען זעלבסטשעדיקונג, פֿעלער־מאַכערײַ, באַזונדערס, געדענקט זיך, דער אַרטיקל פֿון דעמאָלטיקן מעדיציניש־מיליטערישן רעגלאַמענט מוצ‘ 66. באַדײַט האָט ער אַ קילע, אַ קינצלעך געשװילעכץ; דערנאָך גײן דאָס אונטערהאַקן זיך די צײן ביז די װאָרצלען, זעצן זיך אַ בײַל אױפֿן אױג, אַראָפּשנײַדן אַ פֿינגער פֿון די הענט אָדער פֿיס. אױף די לעצטע שריט זײַנען געגאַנגען שױן נאָר אַכזריותדיקע יונגע־לײַט. ערבֿ דעם פּריזיװ האָבן אײניקע יונגע־לײַט װאָכנװײַז פֿאַרבראַכט שלאָפֿלאָזע נעכט און דערבײַ געשלונגען קערלעך געפּרעגלט אױף ריצנאײל; נאָך אַזאַ „װאַזשנער‟ דיעטע האָט דער פּריזיװניק אױסגעזען ענלעך אױף אַ לעבעדיקן סקעלעט.

בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אױך פֿאַראַן צװײ יונגע־לײַט. דער עלטסטער ברודער איז טאַקע לױטן געזונט זײער אַ שװאַכער, אָבער צי װעט די צאַרישע מיליטער־קאָמיסיע װעלן נעמען אין אַכט זײַן געזונט־צושטאַנד? נאָך די סודותפֿולע געשפּרעכן מיט ישׂראל דעם סטאַראָסטע גײט דער ברודער שמוליק דורך דעם פּריזיװ און קערט זיך אום אַהײם מיט אַ װײַסן בילעט. קײן פֿאַרדאַכט האָט דאָס בײַ קײנעם ניט אַרױסגערופֿן, װײַל אַלע װײסן, אַז דער ברודער איז װירקלעך אַ שלאַפֿער יונגער־מאַן. אָבער דער צװײטער ברודער איז דװקא אַ געזונטער, אָן קײן שום מום, שטענדיק פֿרײלעך און זאָרגלאָז; ער איז אַצינד אַ ביסל צעטראָגן און פֿאַרטראַכט. דאַרף מען טאַקע זיך זוכן אַן עצה. דער פּריזיװ־טערמין איז דורכגעגאַנגען, דער ברודער איז געקומען פֿון ערגעץ און האָט געמאָלדן אַלעמען, אַז די קאָמיסיע האָט אים געשיקט אױף „איספּיטאַניע‟, דאָס הײסט, אױף װײַטערע מעדיצינישע אױספֿאָרשונגען אױף 6 חדשים. איך פֿאַרשטײ, אַז דאָס איז מסתּמא, אױסגעטראַכט פֿאַר לײַטן און דער ברודער, זאָל ער מיר מוחל זײַן, איז װײַזט אױס אױך אַ „ראָבער‟… דערנאָך האָט ער װירקלעך געקראָגן אַ פּראָלאָנגאַציע פֿון פּריזיװ, ווי אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער אָרטיקער קרעדיט־געזעלשאַפֿט.

אין אַנדערע הינזיכטן האָט זיך די מלחמה פֿאַרגעדענקט מיט די טרױעריקע באַריכטן פֿון די פֿראָנטן. עס זײַנען אָנגעקומען צײַטונגען, מע האָט געשפּירט נאָך די געשעענישן אױף די טעאַטערס פֿון די מיליטערישע שלאַכטן, מע האָט זיך געװאַקלט, אין די סימפּאַטיעס צו זײַן אױף דער זײַט פֿון צאַרישן רוסלאַנד, װאָס באַציט זיך אַזױ אַכזריותדיק צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און װאָס איז פֿאָרט דאָס הײמלאַנד, װוּ מע לעבט שױן אין משך פֿון דורות, צי זײַן אױף דער צװײטער זײַט, אױף דער זײַט פֿונעם דײַטש, װאָס קײנער װײסט ניט, װאָס ער שטעלט מיט זיך פֿאָר און װאָס ער פֿאַרלאַנגט, און װאָס קאָן נאָך זײַן ערגער פֿון צאַרישן רוסלאַנד, װי עס איז באַװוּסט פֿון די בלוטיקע בלעטלעך און פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אין געװײנלעכן גאַנג פֿון שטעטלדיקן לעבן האָט זיך שטאַרק געפֿילט דער שטײַגנדיקער יקרות, װאָס האָט זיך אָפּגערופֿן אױף אַרבעטס־מענטשן און געבראַכט גרױסע זאָרג און נױט.

איבערהױפּט, צװישן די פּלעבעיִשע מאַסן האָט זיך געפֿילט אַ געדריקטע שטימונג, נױט מיט דחקות האָבן געהױזט אין יעטװידער שטוב. די מענער זײַנען אין דער גרעסטער צאָל געװען אױף די פֿראָנטן, די פּרנסות זײַנען געװען נישטיקע און דער לעבנס־יקרות איז אַלץ מער געשטיגן.

אַ באַזונדער שרעק האָט אַרױסגערופֿן די מלחמה, ווען פֿון די בײַפֿראָנט־פּאַסן האָבן אָנגעהױבן זיך ציִען עשעלאָנען און פֿוסגײער־קאָלאָנעס פֿון טױזנטער אַרױסגעשיקטע, הײמלאָזע, פֿאַראָרעמטע ייִדישע פֿאַמיליעס. די שטעטלדיקע באַפֿעלקערונג האָט געפּרוּװט מיט אַלע כּוחות אַרױסװײַזן אָנטײל אין מיטהילף צו די הײמלאָזע, װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרבײַ, צו לינדערן זײער פּײַן. אָבער עס איז ניט געװען מעגלעך צו ראַטעװען די גרױסע מאַסן פֿאַרװאָרלאָזטע און אַרױסגעשיקטע ייִדישע פֿאַמיליעס: פֿרױען און קינדער, באַזונדערס פֿון די אומגעהײַערע לײדן, װאָס זײַנען אױף זײ אױסגעפֿאַלן, פֿון הונגער און אױסקום.

אָט די שװאַרצע װאָלקן און געדריקטע שטימונגען האָבן געלױערט איבערן שטעטל ביזן אָנהײב פֿון יאָר 1917, ביזן סאַמע אױסברוך פֿון דער רעװאָלוציע, און דער רעװאָלוציע־שטורעם האָט אױפֿגערודערט אין גאַנצן דאָס לעבן פֿונעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל.

רעװאָלוציע

ייִדן אין שטעטל ריידן אַרום די לעצטע נײַעס, וועלכע קומען פֿאָר אין רוסלאַנד

די רעװאָלוציע רײַסט זיך אַרײַן אין מײַן זכּרון, אין באַװוּסטזײַן פֿון אַ פֿערצן־יאָריק ייִנגל מיט די לעצטע צײַטונגס־בלעטער פֿון פֿעברואַר 1917, בלעטער הױלע מיט גרױסע װײַסע פֿלעקן אין דער מיטן. אָט, זע איך, װי בײַ אונדז אין שטוב האַלט מען אין די הענט די ערשט־אָנגעקומענע פֿרישע צײַטונגען, מען קוקט אױף די װײַסע פֿלעק־דורכלאָזן און מע שמועסט: װאָס קאָן דאָס באַדײַטן? עפּעס טוט זיך אױף דער װעלט און די צענזור לאָזט ניט דורך קײן באַריכטן וועגן די געשעענישן; אין אַ פּאָר טעג אַרום װערט די זאַך קלאָרער: אין פּעטראָגראַד האָט זיך אָנגעהױבן אַ רעװאָלוציע: אמת, ישׂראל דער סטאַראָסטע, קומט אַרײַן, אָנגעשפּאַרט אױף זײַן גראָבן שטעקן, גלעט די גרױסע באָרד, מאַכט צו נישט די גאַנצע געשיכטע און דערצײלט לאַנג און באַריכות, אַז אָט, גײט ער אָקאָרשט פֿון דעם פּריסטאַװס קאַנצעלאַריע: ס’אַן אױסטראַכטעניש, דאָס װאָס מען בעבעט, ס’איז פּוסטע מעשׂיות, דער פּריסטאַװ אַלײן, יעװאָ בלאַגאָראָדיע, האָט אים אַרומגעלײגט די האַנט אױפֿן אַקסל און געזאָגט:

— איץ איז אין אָרדענונג, סרוליק!

ער האָט אים אַפֿילו געגעבן אַ „סראָטשנע זאַדאַניע‟ — אַ דרינגענדיקע אױפֿגאַבע, צושטעלן די צעטלען און צונױפֿשטעלן נײַע צעטלען אאַז”װ. אָבער ישׂראל דער סטאַראָסטע און דעם פּריסטאַװס פֿאַלשע פּיזמונות אינטערעסירן שױן קײנעם ניט. ניט אים, ניט דעם פּריסטאַוו װעט זיך ניט אײַנגעבן אונטערצוהאַלטן דעם פֿאַלנדיקן טראָן. מען װײסט שױן גענױ, עס זײַנען שױן דאָ קלאָרע ידיעות, אַז מע האָט דעם רוסישן צאַר אַראָפּגעשלײַדערט, די דרײַהונדערט־יאָריקע ראָמאַנאָװ־דינאַסטיע איז נידערגעשלאָגן, עס גײט אָן אַ רעװאָלוציע אין פּעטראָגראַד, און איר אָפּהילך דערגרײכט אַזש ביז דעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל בײַ די ברעגן פֿון טײַך ראָס.

עס איז אָנגעקומען דער פֿרײַער פֿרילינג פֿון 1917. עס האָבן זיך באַװיזן רױטע פֿאָנען, עס זײַנען אַרױס קינד־און־קײט אויף די גאַסן פֿון שטעטל, און באַגריסן די לאַנג־דערװאַרטע פֿרײַהײט. די געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיװיטעט פֿון דער באַפֿעלקערונג װאַקסט פֿון טאָג צו טאָג. דער אַלטער רעזשים אין שטעטל איז אָפּגערײניקט: דער פּריסטאַװ איז פֿאַרשװוּנדן, דער אוריאַדניק לאַבענקאָ איז אַרומגעגאַנגען עטלעכע טעג מאָדנע איבערגעטאָן אין בירגערלעכע קלײדער, אַ דערשלאָגענער געשמײכלט צו אַלעמען, חניפֿהש זיך געגריסט און דערנאָך אױס מורא איז ער אױך פֿאַרשװוּנדן. עס איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז ס’איז געשאַפֿן געװאָרן אין פּעטראָגראַד אַ צײַטװײַליקע רעגירונג און דאָ אין שטעטל אָרגאַניזירט זיך אַן אָרטיקע דעמאָקראַטישע מאַכט.

פֿרײַהײט פֿון װאָרט, פֿון פֿאַרזאַמלונגען, דעמאָנסטרציעס, געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקײט. די אינטעליגענץ האָט אױפֿגעלעבט. די יאָרן־לאַנג פֿאַרבאָרגענע איניציאַטיװ און ענערגיע האָבן זיך אָנגעהױבן אַרױסצוּװײַזן. אַפֿילו אַזאַ געװײנטלעכע זאַך, װי פֿאַרגרײטן מצות פֿאַר די אָרעמע לײַט און נױטבאַדערפֿטיקע, װאָס זײַנען דאַן גראָד געװען אין אַ גרױסער צאָל, רופֿט אַרױס אַ גװאַלדיקן ענטוזיאַזם. עס װערט אָרגאַניזירט אױף די געזעלשאַפֿטלעכע יסודות אַ ספּעציעלע מצות־בעקערײַ; די אינטעליגענץ װײַזט אַרױס אין דעם אַ גרױסע אַקטיװקייט און די אַרבעטס־לײַט האָבן שױן געהאַט אַ זאַטן פּסח, דוכט זיך, דאָס ערשטע מאָל אין זײער לעבן.

דער רעװאָלוציע־אױפֿברױז רופֿט אַרױס אַקטיװיטעט אַפֿילו בײַ אַזױנע פּערזאָנען, װאָס זײַנען פֿריִער געשטאַנען װײַט פֿון פּאָליטישע אינטערעסן. הערשל (גרישע) אַװערבוך אַ שײנער אינטעליגענטער יונגער־מאַן מיט שװאַרצע, שײנגעשױרענע װאָנצעס, שטענדיק רײן און ציכטיק געפּוצט, האָט ער זיך ביז איצט גראָד װײניקער אינטערעסירט מיט סאָציאַל־פּאָליטישע אידעען און סיסטעמען און מער מיט קאָנצערטן און פֿאַרװײַלונגס־אָװנטן. אַצינד איז גרישע אַװערבוך אײנער פֿון די אַקטיװסטע און ענערגישסטע אין די פֿרײַהײטסטעג. שפּעטער װעלן מיר אים באַגעגענען, װי אַן אַקטיװן באָלשעװיק.

עס איז געקומען דער פֿרײלעכער זומער פֿון גרױסן טומל אין שטעטל: פֿאַרזאַמלונגען, מיטינגען, דיסקוסיעס, דעמאָנסטראַציעס, געזעלשאַפֿטלעכע זעלבסטעטיקײט און קולטור־איניציאַטיװ. עס האָבן זיך באַװיזן מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע אָנשױונגען און פּלאַטפֿאָרמעס: ציוניסטן, סאָציאַליסטן, פּועלי־ציוניסטן, בונדיסטן, העברעער, ייִדישיסטן, באָלשעװיקעס און אַפֿילו אַ פּאָר אַנאַרכיסטן.

אַקטיװ זײַנען געווען די ציוניסטישע קרײַזן. זײ האָבן אָרגאַניזירט קורסן פֿאַר העברעיִש־שטודיום, כאָטש אין גאַס אומעטום האָט געקלונגען די פֿאָלקסשפּראַך — ייִדיש. זיי האָבן געפֿירט זײער אַגיטאַציע פֿאַר דער ציוניסטישער זאַך. אַהרן װײַסבערג, דעם רבֿס זון, אָבער שױן לאַנג אַ גרױסער אַפּיקורס, אַ פֿײַנער יונגער־מאַן, אַ ראַפֿינירטער העברעער און פּעדאַגאָג, האָט אָנגעשריבן און אָפּגעדרוקט אין דער אָרטיקער טיפּאָגראַפֿיע בײַ ישׂראל מילמאַן, אַ קלײן ביכעלע; דװקא אין ייִדיש, ניט אין העברעיִש פֿון 16 זײַטלעך אונטערן נאָמען: „אַ װאָרט צו די ייִדן אין דער רוסישער רעװאָלוציע‟. דאָס „װאָרט‟ איז געװען מאָגער און האָט געקאָסט אַ פּיאַטאַקל (פֿינף קאָפּיקעס). קײן מענגעס בעלנים דערױף האָבן זיך ניט געפֿונען, קײן הכנסה האָט עס דעם מחבר ניט געבראַכט, און ער האָט אױף דער פּרנסה כּלל ניט אױסגערעכנט. לױטן אינהאַלט איז דאָס געװען װײניק אָריגינעל, פֿאַרפֿולט מיט פֿרײַ־פּאָליטיש קאָמענטירטע פּסוקים. די דאָזיקע פּסוקים זענען אין ביכעלע פֿרײַ קאָמענטירט געװאָרן אױפֿן הײַנצײַטיקן אופֿן און געענדיקט האָט זיך דאָס „װאָרט‟ מיט אַ געװײנטלעכן רוף אָפּצוגעבן זיך די „נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון דער אױפֿלעבונג פֿון ייִדישן פֿאָלק.‟ אַ קנאַפּע װירקונג האָט געהאַט דאָס דאָזיקע ווערק, אָבער דער פֿאַקט אַלײן, אַז בײַ אונדז אין שטעטל קאָן זיך אַ מענטש פֿאַרגינען אָנשרײַבן און אָפּדרוקן אַ ביכעלע פֿראַנק־און־פֿרײַ, האָט פֿאַר זיך אַליין געמאַכט אַ גרױסן רושם. דאָס ביכעלע, אַגבֿ, האָט זיך פֿיל יאָרן נאָך דעם אױפֿגעהאַלטן אין מײַן ביבליאָטעק, װי אַ ביבליאָגראַפֿישע זעלטנקײט און רעליקװיע פֿון יענעם פֿרײַהײטס־יאָר אין שטעטל.

געװען איז, געדענקט זיך, נאָך אַזאַ עפּיזאָד: אױף אײנעם אַן אַלגעמײנעם ליטעראַרישן אָװנט האָבן די ציוניסטן געװאָלט אַרױסשטעלן דאָקטאָר הערצלס פּאָרטרעט, דער ברודער אוליק האָט שאַרף פּראָטעסטירט קעגן דעם און אױס פּראָטעסט אַפֿילו צעריסן הערצלס פּאָרטרעט. עטלעכע ציוניסטישע יונגע־לײַט האָבן געװאָלט צו אים אָנװענדן דערפֿאַר פֿיזישע שטראָפֿמיטלען און ס’װאָלט געװיסן געװען אױסגעקומען אַ געשלעג, נאָר עס זײַנען גלײַך אונטערגעקומען אױפֿן אָרט אַ גרופּע אַרבעטער־יונגען, זיך אַנטקעגנגעשטעלט און שאַרף געזאָגט:

— אַנו, זאָל נאָר עמעצער אױפֿהײבן אַ האַנט! דאָס האָט אָפּגעקילט די היציקע ציוניסטן. איבעריקנס, איז דער אָװנט װײַטער דורכגעגאַנגען בשלום.

עס האָבן זיך אָרגאַניזירט געװיסע קולטור־און בילדונג־קרײַזן, װוּ מע פֿלעגט לײענען לעקציעס, מאַכן פֿאָרטראָגן, רעפֿעראַטן איבער פֿאַרשײדענע סאָציאַל־פּאָליטישע און היסטאָרישע פֿראַגעס. אַפֿילו דער ערשט אונטערװאַקסנדיקער יוגנטדור האָט אױך געפּרוּװט אָרגאַניזירן זיך אין אַ קרײַז. איך האָב אַקטיװ זיך באַטײליקט אין דער אָנפֿירונג פֿון אַזאַ יוגנטלעכן בילדונגס־קרײַז, אין װעלכן עס זײַנען אַרײַנגענומען געװאָרן יוגנטלעכע פֿון 16-15 און אַפֿילו 17 יאָר ייִנגלעך און מײדלעך פֿון פֿאַרשײדענע שיכטן און מיר האָבן זיך דאָרטן פֿאַרנומען מיט רעפֿעראַטן אין פֿאַרשײדענע סאָציאַלע און װיסנשאַפֿטלעכע פֿראַגעס.

אַ באַדײַטנדיק אָרט האָט פֿאַרנומען אין קולטור־לעבן פֿון שטעטל אין יענער צײַט די דראַמאַטיש־קינסטלערישע טעטיקײט. מען האָט געשטעלט מיט גרױס דערפֿאָלג שלום־עליכמס „צעזײט און צעשפּרײט‟ און אַנדערע ייִדישע פּיעסעס. מיר, יוגנטלעכע, האָבן געהאַט אונדזער אײגענעם דראַמקרײַז און, צום ערשטן מאָל, פֿאַרשטײט זיך, בין איך אױפֿגעטראָטן אין דער ראָלע פֿון אַלטן פֿאָטער אין טשעריקאָװס דראַמע „די ייִדן‟. שפּעטער בין איך אײַנגעלאַדן געװאָרן אין דראַמאַטישן קרײַז פֿון די עלטערע. דאָרט האָב איך געשפּילט די ראָלע פֿון „אײביקן װאַנדערער‟ פֿון אָסיפּ דימאָװס פּיעסע מיטן זעלבן נאָמען.

מיט גרױס אינטערעס בין איך בײַגעװען שטענדיק אױף די ספּעקטאַקלען פֿון אַ צװײטן דראַמאַטישן קרײַז פֿון דעמאָקראַטישן באַשטאַנד, װאָס עס האָט אָרגאַניזירט אַ פֿאַרברענטער ייִדיש־ליבהאָבער שמואל ראָזענבערג, אַן אינטעליגענטער יונגער־מאַן. דער „קרײַז‟ פֿלעגט שטעלן גאָרדינס פּיעסעס: „מירעלע אפֿרת‟, „דער ייִדישע קיניג ליר‟. עס געדענקט זיך די לעצטע סצענע פֿונעם „ייִדישן קיניג ליר‟: שמואל ראָזענבערג אין דער טיטל־ראָלע ליגט אױפֿן טױטנבעט, רעדט װעגן דער פֿאַלשקײט פֿון דער װעלט, װעגן דעם בײז פֿון דער װעלט. ער קרעכצט, ער גײט אױס און דער צושױער־עולם האָט זיך אױפֿגעשטעלט פֿון די בענק אין דעם גרױסן גרײטן הינטערהױז, װאָס רופֿט זיך טעאַטער, מע האָט אױפֿגעשטעלט מױל און אױערן, מע האָט אױפֿגעהערט צו אָטעמען — די שטעלונג האָט פֿאַרכאַפּט.

שפּעטער צו האָט אױך דער שטורעם פֿון דער גרױסער אָקטאָבער־רעװאָלוציע דערגרײכט אַפֿילו אַהער, צו דעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל. בראָש פֿון די אָרטיקע באָלשעװיקעס איז געשטאַנען דער הינקענדיקער װאַסיל פּריסיאַזשניוק. דאָס איז געװען אַ זעלטענע פּערזענלעכקײט אין שטעטל, װאָס פֿאַרדינט דערמאָנט צו װערן באַזונדער. ער האָט געשטאַמט פֿון אַן אָרטיקער רעװאָלוציאָנערער פֿאַמיליע. זײַן שװעסטער מאַטריאָנע פּריסיאַזשניוק אַ יונגע דאָרפֿס־לערערין איז דורכן צאַרישן קיִעװער מיליטערישן קרײַזגעריכט פֿאַרמישפּט געװאָרן אין אױגוסט פֿון 1908 צום טױטשטראָף, און זי האָט אין דער קיִעװער טיורמע אײַנגענומען סם.

װאַסיל אַלײן האָט אױך אַ געװיסע רעװאָלוציאָנערע פֿאַרגאַנגענהײט פֿון דער יוגנט נאָך פֿונעם יאָר 1905. אַן אינטעליגענטער, קלוגער, לעבנסלוסטיקער, גוטמוטיקער און מילדער אוקראַיִנער; אַן אָרטיקער תּושבֿ האָט ער גוט געװוּסט און געקאָנט יעטװידן אײנעם אין שטעטל, מיט װאָס װער עס לעבט און אָטעמט. ער איז געװען אַן אומדערמידלעכער און איבערגעגעבענער טוער פֿון דער רעװאָלוציע־צײַט. ער איז געװען שטאַרק פּאָפּולער צװישן די ברײטע מאַסן פֿון שטעטל און אַפֿילו די פֿאַרמעגלעכע לײַט, װעמען עס איז אין גאַנצן ניט געװען צום האַרצן דער אָקטאָבער־שטורעמווינט זײַן אָנגריף אױף פּריװאַטע פֿאַרמעגנס. זיי האָבן אױך געהאַט פֿאַר װאַסיל פּריסיאַזשניוק אָפּשײַ און געקענט אים, װי אַן ערלעכן מאַן. ער איז געװען דער אָנזאָגער פֿון דעם נײַער מאַכט אין שטעטל…

ניט לאַנג צוריק האָב איך געהערט, אַז ערגעץ אין דער גרױסער שטאָט קיִעװ לעבט נאָך ביז הײַנט אַ פֿאַרדינסטפֿולער אַכציק־יאָריקער אַלטער באָלשעװיק װאַסילי פּריסיאַזשניוק, װאָס האָט דער ערשטער געבראַכט דאָס באַפֿרײַונגס־װאָרט פֿון דער גרױסער אָקטאָבער־רעװאָלוציע אין דעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל בײַ די ברעגן פֿון ראָס אין יענע װײַטע יוגנט־יאָרן און געלאָזט אַ שײנעם אײַנדרוק און זכּרון.

די דײַטשישע אָקופּאַציע פֿון 1918טן יאָר האָט געלאָזן אין זכּרון אַ שוואַכן רושם. עס געדענקט זיך: אין מאַרק שטײט אַ דײַטשישער אָפֿיציר און רעדט אין אַ געבראָכענעם רוסיש אין אַ רעדל מענטשן װעגן דעם גרױסן חסד, װאָס די דײַטשן ברענגען מיט זײער אָקופּאַציע, ראַטעװענדיק אוקראַיִנע פֿון דעם גאָטלאָזן „באָלשעװיק‟; קײן מיטגעפֿיל האָבן זײַנע רײד בײַ קײנעם ניט אַרױסגערופֿן. אין שטעטלשן פּאַרק האָבן די דײַטשן אַװעקגעשטעלט אַ גרױסן, מיליטערישן אָרקעסטער און ער שפּילט אין די זומער־אָװנטן מונטערע און פֿרײלעכע מאָטיװן: „In meinem kleinen grünen Garten…‟ אָדער „Mein liebes Pupchen…‟ און אַנדערע, אָבער קײן פֿרײד האָבן זיי ניט געבראַכט.

דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן איז צו ביסלעך אָפּגעשטאָרבן, דער פּולס פֿון פּאָליטישן לעבן אין שטעטל קלאַפּט שװאַך. נײן, קײן ענטוזיאַזם רופֿן זײ בײַ קײנעם ניט אַרױס, אפֿשר בלויז בײַ אײניקע רײַכע סוחרים, װאָס מאַכן, זאָגט מען, מיטן דײַטש ניט קײן שלעכטע געשעפֿטן. אָבער, װי באַװוּסט, האָט די אָקופּאַציע ניט לאַנג געדױערט, אין סוף 1918טן יאָר האָט דער דײַטש אָנגעהױבן מיט שנעלע טריט נעמען דעם װעג, אַוועקשלעפּנדיק טאַקע מיט זיך אױפֿן װעג דאָס פֿאַרמעגן פֿון לאַנד, װוּ ער האָט נאָר געקענט. עס דערנענטערט זיך דאָס גרױזאַמע יאָר 1919. דאָס יאָר פֿון קאַלײדאָסקאָפּישע מאַכט־ענדערונגען, שטענדיקער שרעק און אומזיכערקײט, בירגער־קריג, בלוט־פֿאַרגיסונג, רויִנירונג און מאָרד.

המשך קומט

Leave a comment