געזאַנגען צו פּאָעטישע פֿערזנמאָסן

יעווגעני קיסין

באַליבטער אַנאַפּעסט

ער איז אימפּעטיק, האַסטיק, אומאָפּהאַלטלעך, לײַכט,
שמיד פֿריש, אייביק יונג איז דײַן אָטעם.
צו זײַן פֿריידיקער אויפֿרעגונג, איידעלער מאַכט
איז פֿון לאַנג שוין מײַן האַרץ צוגעזאָטן.
ווי אַ פֿרילינגדיק ווינטל, וואָס ווייעט גאַנצפֿרי,
פֿרישט ער אָפּ לײַב און גײַסט, גיט ער קרעפֿטן.
שטענדיק גיך איז זײַן דפֿק און פֿרײַ איז זײַן פֿלי.
רופֿט, דערמוטיקט, באַגײַסטערט און פּלעפֿט ער.
מײַן גאַנץ לעבן, פֿון ווען כ׳בין געווען נאָך גאָר יונג,
ווערט מײַן האַרץ פֿון אים פֿול פֿון התפּעלות.
עס פֿאַרשיכּורט די שורות זײַן מעכטיקער שוווּנג
און באַפֿליגלט דעם פֿערז יעדע ווײַלע.
זינג הויך בקל־רם אין דעם ייִדישן ליד!
זאָלן אויכעט בײַ אונדז מאַנוסקריפּטן
רוישן פֿרײַ מיט דײַן אָטעם! פֿלי הויך, ווער ניט מיד,
אייביק לעב, מײַן אַנאַפּעסט באַליבטער!

קלוגער דאַקטיל

ער איז געמאָסטן און װאָגיק, פּאַמעלעך און שװער.
לאַנג, זײער לאַנג איז באַקאַנט שױן זײַן רומפֿולער נאָמען.
האָט אים גענוצט נאָך אין אוראַלטע צײַטן האָמער —
און דורך יאָרטױזנטער איז ער צו אונדז אָנגעקומען.

לאַנגזאַם די טריט זײַנע זײַנען, נאָר זיכער און פֿעסט.
שפּאַנט ער אָן אױפֿהער און מידקײט אַ סך װײַטע װערסטן.
״פֿינגער״ — ניט בלױז לױט דער פֿאָרם, אָבער אױך װי אַ זשעסט,
װאָס רופֿט אַרױס אונדזער אַכט: ס׳איז אַ זאַך גאָר אַן ערנסטע!

ברײט איז זײַן אָטעם, מיט רויִקײט װײעט פֿון אים.
צערטלעך פֿאַרזינקט ער צו מאָל אין אַ ליכטיקן דרימל.                                           
נײַערט װען גרױזאַם ער העכערט זײַן מעכטיקע שטים,
װאַרפֿט ער אַ שרעק אױף אונדז, װי אַ פּסק–דין פֿונעם הימל.

װען אָבער רעדט ער סײַ הילכיק, סײַ פֿרײדיק דערבײַ,
קלינגט ער אַזױ, װי אַ גליקלעכע בשׂורה פֿון אױבן.
בלײַב זשע מיט אונדז, װױלער דאַקטיל, אױף אײביק, און זײַ
תּמיד אַזאַ, װי דו ביסט: אײדל, קלוג און דערהױבן!

אַלטער פֿרײַנד כאָרײ

פּראָסט און פּשוט איז ער זײער,
קלאָר און לאָגיש, גלײַך און גראָד.
לױפֿט ער ריטמיש, װי אַ זײגער,
טראָגט זיך פֿליסיק, װי אַ ראָד.

װי אַ ריטשקע, גלאַטיק רינט ער,
אונדזער אַלטער פֿרײַנד כאָרײ.
איז ער פּאַסיק אױך פֿאַר קינדער,
נאָר, געװיס, ניט בלױז פֿאַר זײ.

טערענץ, פּושקין, ״קאַלעװאַלע״,
אַריסטאָפֿאַנעס און פּלאַװט —
האָבן אים גענוצט זײ אַלע,
און ער קלינגט בײַ זײ מיט קראַפֿט.

און אין רוסטאַװעלי האָט ער,
װי אַן אוצר, זיך אַנטפּלעקט.
האָט מיט אים דער גרױסער שאָטאַ
אין פֿיל מענטשן אױפֿגעװעקט

אָן אַ שיעור געפֿילן פֿײַנע.
סײַ מיט ליבשאַפֿט, סײַ מיט װײ
זינגען, רימען, קלאָגן, טענהן,
װײנען טוט בײַ אים כאָרײ.

האָבן אים אױך ביאַליק, פּרץ
צוגעגעבן זײער מאַכט.
״עפּעס איז די לופֿט מעוברת״ —
װי גאוניש צוגעטראַכט!

פֿול מיט שׂכל און געװיסן,
קלערט ער טיף, און פֿליט ער הױך.
״כ׳װאָלט געװען אַ בעלן װיסן,
װי װעט זײַן מײַן טױט?״ — איך אױך…

אָבער נאָענט װעט ביז גאָר ער
זײַן צו מיר, כּל–זמן איך לעב.
זעט דאָס לעבן אױס מיר קלאָרער
אין זײַן דורכזיכטיק געװעב.

בולט זעט זיך אָן מיר אַלעס,
װען מיט אים בײַנאַנד איך גײ.
פּראָסט און פּשוט, פֿול מיט מעלות
איז ער, אַלטער פֿרײַנד כאָרײ.
                           
                                    10 נאָװעמבער, 2025.

גליקלעכער אַמפֿיבראַכי

אױף ברי, װי אַ פֿלי, װי אַ בלאָז פֿון אַ װינט,
פּולסירט ער, און פֿלאַקערט, און פֿלאַטערט.
דערמונטערט, דערװעקט ער אַנטשײדן, געשװינד
די הערצער, װאָס זײַנען פֿאַרמאַטערט

פֿון אומעט און גלײַכגילט. קײן רו גיט ער ניט,
רעגט אױף, רודערט אױף, רופֿט נאָך זיך ער.
מיט ליבשאַפֿט און ריזנקראַפֿט פּלוצעם נעמט מיט
און הױך טראָגט זײַן מעכטיקער װיכער.

שאַלט זוניק און שׂימחהדיק זײַן שײנער שיר,
דאָס לעבן באַשײַנט און באַנײַט ער.
בטחון און כּוחות ער שענקט אָן אַ שיעור —
און פֿליט זיך אַלץ העכער און װײַטער.

איז בלײַב מיט אונדז תּמיד, און זאָל דײַן געזאַנג
אונדז פֿרײַער און גליקלעכער מאַכן,
און מיר װעלן זינגען מיט דיר פֿרײַ און פֿראַנק.
װי איך האָב דיך ליב, אַמפֿיבראַכי!

                          15–16 נאָװעמבער, 2025.

געטרײַער יאַמב

װער צו באַשרײַבן דיך ביכולת איז,
די לײַדנשאַפֿט און כּוח פֿון דײַן דיבור,
אָ, אַלטער, פֿלאַמיקער און קלוגער ריז,
פֿון לאַנג ביז גאָר אונדז טײַערער און ליבער?

ביסט אױסדריקלעך און מעכטיק אָן אַ שיעור.
װער איז מסוגל מיט דײַן קראַפֿט פֿאַרמעסטן?
אַ סך געזונגען שײקספּיר האָט מיט דיר.
״To be or not to be — that is the question”,

״Tir’d with all these, for restful death I cry״ —
כּסדר אױף דער צונג די שורות זײַנען,
און קלאָר איז, אַז צו לעבן איז כּדאַי,
װען ס׳זײַנען דאָ אַזעלכע פֿערזן פֿײַנע.

ביסט אױך צום האַרצן פּושקינען געװען,
אױף דײַנע כװאַליעס איז רעמבאָ געשװוּמען.
דערהױבן מיט אַ מאָל מע פֿילט זיך, װען
דערהערט זיך דײַן געזאַנג: סײַ דײַנע ברומען,

װאָס טרײסלען אַלץ אױף ביז די הימלען, סײַ
די ליבע–לידער דײַנע, װאָס דערװעקן
דאָס סאַמע שענסטע, — און מע װיל זײַן פֿרײַ,
ליב האָבן, גובֿר זײַן און זיך דערװעגן.

בײַ אונדז קלינגסט אױכעט אין דײַן גאַנצן רום
און הערצער אונדזערע פֿילסט אָן מיט פֿײַער.
״שמיד אױס דאָס האַרץ פֿאַר זיך, דו מענטש, — און קום!״ —
אין דעם העלפֿסט תּמיד, אונדזער יאַמב געטרײַער!

נאָוועמבער 16, 2025

Leave a comment