איסאַ קרעמער — די לעגענדע

מאָנאָדראַמע

דניאל גלאי

איסאַ קרעמער (1887־1956)


איסאַ קרעמער אין איר הויז אין קאָרדאָבאַ, אַרגענטינע, אין די לעצטע טעג פֿון איר לעבן. מע הערט אירס אַ רעקאָרדירט ליד בשעת זי פּאָרעט זיך מיט פּלאַקאַטן, פּרעסע-רעצענזיעס און בריוו.

איסאַ: (שטעלט זיך אָפּ, האַלטנדיק בריוו אין דער האַנט) ניין. אָט די בריוו מוז איך האַלטן בײַ זיך, באַזונדער. זיי נישט איבערגעבן. ס’קאָן קאָמפּראָמעטירן אונדז און אויך אַנדערע… ס’הערשט דאָך אַ דיקטאַטור אין לאַנד… מיט די בריוו בעסער זײַן פֿאַרזיכטיק. אַלע אַנדערע פּלאַקאַטן, רעצענזיעס און פּיטשעווקעס מעג מען איבערגעבן צום ייִוואָ, אין בוענאָס־אײַרעס. כ’דאַרף זיי שפּעטער קלינגען, אויסגעפֿונען, אויב זיי ווילן באַקומען דעם אַרכיוו מײַנעם. (לייענט דורך אַ געוויסן בריוו און שמייכלט) גרעגאָריאָ! פֿון ערשטן בליק האָט ער זיך פֿאַרליבט אין מיר. דעם אמת געזאָגט… אויך איך האָב אַזוינס דערפֿילט, וואָס ס’איז פֿריִער קיין מאָל אין לעבן נישט געשען.

„דאָקטאָר גרעגאָריאָ בערמאַן, פּסיכיאַטער‟. איך האַלט בײַ זיך די וויזיט-קאַרטע, וואָס ר’האָט אין קאַמאַרין מיר אויסגעשטרעקט, תּיכּף נאָכן ערשטן קאָנצערט דאָרט, אין בוענאָס־אײַרעס. אַזאַ רושם האָט ער אויף מיר געמאַכט! זעקס יאָר ייִנגער פֿון מיר איז ער געווען… נישט ווי מײַן ערשטער מאַן. ישׂראל חפֿץ איז צוואַנציק יאָר עלטער פֿון מיר געווען. (שמייכלט) מיט אַ היגן אַקצענט, אָבער אַ פֿײַנעם ייִדיש האָט גרעגאָריאָ גערעדט, און דאָס האָט אונדז שטאַרק דערנענטערט… באַוווּנדערט מײַן שטימע האָט ער ביזן זיבעטן הימל. כ’האָב אים פֿאַרכּישופֿט! „אין בעסטן רעסטאָראַן פֿון שטאָט וועלן מיר גיין! איך פֿאַרבעט אײַך.‟ — אַזוי האָט ער גערעדט. נו, גיי זאָג אָפּ אַזאַ זשענטלמען?… בשעת דעם עסן, האָב איך זײַנע וויבראַציעס גוט דערפֿילט. ר’איז געווען ספּאָנטאַן, דרייסט, פֿיל מיט אידעאַליזם, כאָטש אַ ביסל אַ נאַיִוון… דאָס אָבער האָט מיך נאָך מער צוגעצויגן צו אים… גליקלעך האָב איך זיך געפֿילט. בקיצור, אַ מאַן אין פֿולן זין פֿון וואָרט!

ווען מיר האָבן זיך צעשיידט, האָט ער נאָר איין פֿראַגע געהאַט: „טײַערע איסאַ קרעמער, ווען קומט איר צוריק? פּלאַנירט איר נאָך אַ טורנע קיין דרום-אַמעריקע?‟ — בלײַב גלײַך אויפֿן אָרט מיט אים — האָט מיר דאָס האַרץ געזאָגט. מײַנע ליפּן האָבן שטיל אַרויסגעשעפּטשעט: „אין גיכן…‟

אַ גורלדיקע טרעפֿונג פֿאַר מיר… פֿאַר אונדז… דווקא איצט, ווען כ’האַלט בײַם אַריבערפּעקלען זיך צו עולם-הבא… אַנטפּלעקט זיך דער סוד פֿון מײַן צוציִונג צו אים, צו גרעגאָריאָן. אפֿשר… אפֿשר איז אין מיר געווען אַזאַ באַגער, גראַדע דורך אים, אַרײַנטיפֿן זיך אין מײַן צאַפּלענדיקער נשמה, אין אירע מוראות, ראַנגלענישן, אין איר געטרוימטן גן-עדן… און ס’איז טאַקע אַזוי געווען. ער האָט מיר אַזוי געהאָלפֿן… נישט דווקא מיט הויכע ווערטער, נאָר פּשוט מיט זײַן וואַרעמקייט און… יאָ, איך מעג צוגעבן, מיט זײַן משוגענער ליבע צו מיר, צו זײַן איסאַלע…

(ס’קלינגט איר טעלעפֿאָן. זי הייבט אויף דעם טײַבל) דער ייִוואָ?… אַ דאַנק וואָס איר קלינגט צוריק. דער געדאַנק איז צו פֿאַרטרויען אײַך מײַן גאַנצן „אוצר‟. הונדערטער פּלאַקאַטן, פֿאָטאָס, רעצענזיעס… איז עס מעגלעך? (הערט זיך צו) ביטע, נישט פֿרעגן וועגן מײַן מצבֿ. מ’רעד נישט דערפֿון… איר פֿאַרשטייט מיך שוין. וויל איך מײַן קונסט זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן… דער עצם געדאַנק הרגעט מיך אַוועק… מע זאָל, חלילה, אַ מאָל נישט וויסן, אַז ס’איז געווען איינע אַ פֿרוי, איסאַ קרעמער, אַ פֿאָלקס-זינגערין, וואָס האָט ייִדיש געבראַכט צו די באַרימסטע קאָנצערט-זאַלן. איסאַ קרעמער! (הערט זיך צו) אַ דאַנק. אַ דאַנק אײַך. ספּאַסיוואַ. אַ טיפֿן דאַנק. ניין, ניין, זאָרגט נישט. אַלע הוצאָות וועל איך דעקן. נאָר כ’קען נישט אַ סך וואַרטן. אין די קומעדיקע טעג דאַרף עס געשען. איר דאַרפֿט מיר נאָר זאָגן: יאָ צי ניין. (הערט זיך צו) איך בין אײַך אַזוי דאַנקבאַר, הער ראָזשאַנסקי… (שליסט דאָס טרײַבל.) דער פּּאַרשוין ווייסט נאָך נישט, אַז ס’רעדט זיך פֿון בערך אַ צוואַנציק קעסטלעך… וואָס וועט ער שפּעטער זאָגן?… נו, שפּעטער-שפּעטער… וועל איך ממילא דאָ נישט זײַן..

איך געדענק, יאָ, איך געדענק… פֿאַקטיש אַלץ געדענק איך… און אַלץ קומט צוריק צו מיר ווי אין אַ קאַרוסעל, וואָס דרייט און דרייט זיך כּסדר אין מײַן קאָפּ. כ’געדענק אַ חתונה וואָס איז אין מײַן שטעטל בעלץ פֿאַרגעקומען. אַ גאַנצע וואָך האָט די שׂימחה געדויערט. כ’בין דאַן אַ פֿינף־יעריק קינד געווען. ווי אַמאָליקע חתונות בײַ חסידים, מיט טענץ, בדחנות, אַלץ געמישט טרערן מיט שׂימחה. שטיי איך נעבן דער כּליזמר-קאַפּעליע און קאָן זיך נישט אַ ריר טאָן פֿון אָרט. טיף אין די ביינער, אין דעם נשמהלע זענען מיר אַרײַן יענע קלאַנגען… אַ סך וואַסער איז געפֿלאָסן פֿון דעמאָלט אָן… אָבער די טענער, וואָס די קליינע איסאַלע האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט, האָבן מיך באַגלייט אַ גאַנץ לעבן, וווּהין כ’בין נאָר געגאַנגען. פֿאַרשטייסט וואָס איך רעד?… צו וועמען רעד איך דאָ?… צו מיין טוסיאַלען, צי אפֿשר צו גרעגאָריאָן?… גיי ווייס…

בין איך גליקלעך געווען אין מײַן לעבן? נו, מיט אַזעלכע הצלחות איבער לענדער און קאָנטינענטן, קאָן עס זײַן אַנדערש? נאָר דער-אָ דערפֿאָלג האָט אַ פּרײַז געהאַט. טוסיאַ, מײַן טוסיאַלע, טאָכטערשי מײַנע… (ווישט אָפּ אַ טרער פֿון איר בעקל) זי האָט געליטן. אמת. קיין וואָרט האָט זי מיר נישט געזאָגט. קיין אַנונג, וואָס ס’קומט פֿאָר אין איר נפֿשל האָב איך נישט געהאַט. נאָר גאָט מײַנער, כ’האָב זיך דאָך פֿאַרמאָסטן מיט אַזוי פֿיל פּראָבלעמען… און בעיקר, מיט דער שׂינאה קעגן אונדז, פֿון שׂונאֵי-ישׂראֵל! ווער קאָן זיך פֿאַרשטעלן?… פֿון איין זײַט, טאָג אײַן, טאָג אויס אַרבעטן איבער זיך. באַרײַכערן דעם רעפּערטואַר מײַנעם — אויף 22 שפּראַכן האָב איך געזונגען, און פֿון דער צווייטער זײַט, מלחמות, איבערקערענישן, און דערצו אויך פּראָטעסטן גלײַך קעגן מײַנע קאָנצערטן… ווי, למשל, אין וואַרשע. אַ ריז האָב איך געדאַרפֿט זײַן… און כ’האָב עס באַוויזן. האָט טוסיאַלע געליטן…. שטילערהייט… נאָר איצט קאָן מען שוין גאָרנישט ענדערן. בלויז זיך פּײַניקן מיטן געדאַנק, וואָס כ’האָב זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט מיט דיר… כ’וויל זאָגן, אַז כ’בין נישט אַזוי שולדיק… און פֿאָרט… טוסיאַלע… זײַ מיר מוחל, טײַערינקע. …דײַן קינדהייט און מײַן קינדהייט… וואָס איז דאָ צו פֿאַרגלײַכן?

ווער קען נישט ס’ליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟?… (ווײַזט אָן אויף זיך) איך בין דאָך געווען די, וואָס האָט עס צעזייט און פֿאַרשפּרייט איבעראַל. צום קאָנצערטזאַל געבראַכט. און אַ סך מער אַנדערע לידער… דאָס קען קיינער פֿון מיר נישט צונעמען. היינט ווייסט מען נישט דערוועגן? ס’ליגט מיר אין דער לינקער פּיאַטע. זאָל מען נישט וויסן. נאָר איך ווייס! נישט סתּּם פֿון דער לופֿט איז אַלץ געשען. אַ דאַנק ישׂראל חפֿץ, מײַן מאַן, ס’הייסט, דײַן פּאַפּּאַ, בין איך אין איטאַליע אַן אויסגעשולטע אָפּעראַ-זינגערין געוואָרן. דערנאָך די ייִדישע דיוואַ פֿון פֿאָלקסליד און אַלץ וואָס איך בין הײַנט. נאָר עפּעס האָט אין מיר כּסדר געפֿעלט… איצט קאָנסטו פֿאַרשטיין. מוזסט מיר נישט מוחל זײַן. און אויב שוין יאָ… וואָס קען עס העלפֿן איצט, אַז מײַן קערפּער איז אַזוי אײַנגעבראָכן און דער טויט לויערט אויף מיר…

מיר זענען אויך אַזוי ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. דו, אין דער גרויסער אַמעריקע, מיט דײַן מאַן און קינד, און איך דאָ אין אַרגענטינע, פֿאַרשטעקט אַזוי ווײַט פֿון דיר. האָסט קיין מאָל זיך נישט באַקלאָגט פֿאַר מיר… דו ווייסט. כ’דאַרף דיר נישט זאָגן. ווײַל איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט אַ מאַן וואָס מ’קאָן אים באַצייכענען ווי אַ „רויטער‟… האָט דיך, ווי אַן אַמעריקאַנערין, זיכער אָפּגעשטויסן… אייגנטלעך, פֿרעג איך, פֿאַר וואָס האָסטו זיך נישט באַקלאָגט, הלמאי איך בין נישט מיט דיר, און דו ביסט מיט מײַן ברודער און קינדהיטער פֿאַרבליבן?… קלאָץ-קשיות. צו שפּעט. קיין טענות האָב איך, פֿאַרשטענדלעך, נישט צו דיר. נאָר פּלוצעם… אפֿשר אַ ריזיקע ליבשאַפֿט, וואָס כ’האָב אין לעבן נישט געפֿילט… יעדן פֿאַלס, אַלץ אַלטע זאַכן..

וואָס מיינט דער קאַרנעגי-האָל דאַרף איך דיר נישט דערציילן. מײַן דעביוט איז דאָרטן פֿאַרגעקומען דעם 29סטן אָקטאָבער 1924. איך געדענק גענוי די דאַטע. אַזאַ הצלחה! נו, דער עמפּרעסאַריאָ מײַנער, סאָל יוראָק, איז געווען אַ פֿאַכמאַן, געקענט די מלאָכה. אָט זענען די פּרעסע-אויסצוגן פֿון יענעם זעלטענעם אָוונט… (לייענט דורך) נו, פֿאַר דיר מיינט עס נישט אַ סך. דעריבער נאָכן שאָק, וואָס כ’האָב אין וואַרשע באַקומען, איז געקומען דער באַשלוס: ניו-יאָרק וועט זײַן מײַן נײַע היים. פֿון דאַנעט וועל איך אַרויספֿאָרן אויף מײַנע טורנעען. אַז מיר רעדן זיך שוין דורך… (ס’כאַפּט איר אָן אַ ווייטיק) אוי, מײַנע ביינער!… בײַ עמעצן נאָך דאַרף איך בעטן מחילה: וולאַדימיר חפֿץ האָט ער געהייסן. אַ וווּנדערבאַרער פּיאַניסט, באַגלייטער און אויך קאָמפּאָזיטאָר. ער האָט פּּרעכטיקע קלאַוויר-באַאַרבעטונגען… נו, דווקא, דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. ס’הייסט, אייגנטלעך, מײַן חטא. פֿאַרן געריכט האָב איך געטענהט פֿאַרקערט, אַז איך אַליין האָב די באַאַרבעטונגען צוגעגרייט. קאָמיש! ווי קום איך צו שרײַבן נאָטן? ס’איז געשען, ווײַל שאַפּעל, דער באַרימטער מוזיק-פֿאַרלאַג, האָט פּובליקירט אַ העפֿטל פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר מײַנעם אונטערן קעפּל „אַלבאָם פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער‟. דאָס פֿאַר זיך איז שוין אַ קאָלאָסאַלע זאַך, נאָר אָנשטאָט אָנשרײַבן „ישׂראל חפֿץ‟, האָט מען געשטעלט איסאַ קרעמער. נו, וואָס קאָן איך טאָן? ס’קומט מיר. ווער האָט חפֿצן באַצאָלט און שיין באַצאָלט פֿאַר די אַלע קאָמפּאָזיציעס? ווער אויב נישט איך, פֿון מײַן אייגענער קעשענע! איז עס נישט געפֿערלעך, וואָס מײַן נאָמען שטייט אויף די נאָטן. אין אַ מאָמענט פֿרעגט דער ריכטער שטילערהייט „הער וולאַדימיר חפֿץ, האָט איר בײַ זיך דעם אָריגינעלן נוסח פֿון די נאָטן? ווי האָט דער נעבעכדיקער ישׂראל געקאָנט עס האָבן? די איינציקע קאָפּיע איז אין מײַנע הענט געבליבן. כ’האָב עס געהאַט בײַ אים צוגענומען, ווען מיר האָבן אָ מאָל זיך צעקריגט אויף אַ פּראָבע… נאָר איצט טוט עס מיר וויי. איך האָב באַעוולט אַ מענטשן. אויב זײַן נאָמען וואָלט טאַקע פֿיגורירט, וואָלט ער באַקומען די פּאָר גראָשן, די ראָיאַליטיס. … נו, קיינער איז נישט פּערפֿעקט. אויך איסאַ קרעמער האָט חסרונות.

געבורטסטאָג? — (מיט אַ לײַכטן געלעכטערל) בײַ אונדז אין דער היים, האָט מען קיין געבורטסטעג נישט געפּּראַוועט. פֿון וואַנעט האָב איך געזאָלט וויסן, אַז זי, טוסיאַ, דערוואַרט אַזוינס פֿון מיר?… אַ נבֿיא בין איך? און ווען איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען… אַז אַזוי פֿירט זיך די וועלט, דאַן האָט זי שוין נישט געוואָלט… יעדן פֿאַלס, ווילסט וויסן? געבוירן בין איך דעם 21סטן אויגוסט 1887. פֿאַרשרײַב דיר. (איראָניש) ס’קאָן דיר צונוץ קומען… ווען וועל איך די אויגן צומאַכן? מסתּמא אין 1956. די גענויע דאַטע וועסטו אין גיכן וויסן.

יאָ, אַ שאָד וואָס כ’האָב עס נישט באַמערקט און קאָנסט מיט רעכט זאָגן, אַז כ’בין… בין געווען אַ שלעכטע מוטער… (שמייכלט) נו, ווײַז מיר אַ מענטש, אַ מלאך, וואָס האָט נישט געזינדיקט… (אומעטיק) די מעשׂה איז, אַז דאָ גייט אַ רייד וועגן מײַן אייגענער טאָכטער. קאָן מען עפּעס ענדערן איצט?… כ’האָב אַזוי פֿיל געהאַט צו קעמפֿן. גאָרנישט איז מיר אָנגעקומען לײַכט. צום בײַשפּיל, „מײַן שטעטעלע בעלץ‟. ווער האָט דאָס ליד נישט געהערט? הער זיך צו. נאָך אַ דערפֿאָלגרײַכן רעסיטאַל אין ניו-יאָרק, צומאָרגנס זיץ איך אין מײַן הויז, און פּלוצעם עמעצער קלינגט אין דער טיר. די באַדינערין גייט צו, עפֿנט און ס’באַווײַזן זיך דאָרטן צוויי עלעגאַנטע, שיין אויסגעפּוצטע מענער… גיי ווייס, ווער זיי זענען! האָב איך זיך געטראַכט, און זיי שטעלן זיך גלײַך פֿאָר: „אַלכּּסנדר אָלשאַנעצקי און זשייקאָב זשעקאָבס.‟ — טאַקע גאָר באַקאַנטע נעמען. — „מיר ברענגען אײַך די נאָטן פֿון ׳מײַן שטעטעלע בעלץ׳. אין אײַער אויספֿירונג אַ ריזיקער שלאַגער וועט עס זײַן!‟ — גיב איך אַ קוק אויף זיי און דערפֿילט, אַז זיי גייען ממש אויס, כ’זאָל זינגען זייער פֿריש געבאַקענע שאַפֿונג. „טײַערע פֿרײַנד, — זאָג איך זיי, — כ’בין שטאַרק גערירט פֿון אײַער קינסטלערישן פֿאַרשלאָג. ׳בעלץ׳, דער נאָמען, דערוועקט אין מיר אַזעלכע אינטימע זכרונות..‟. — „טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר עס אײַך געבראַכט. נו, נו… וואָס זאָגט איר?‟ פֿרעגן זיי. „אַנטשולדיקט, רבותי, אָבער נישט איצט. קלינגט מיר אָן מאָרגן, פּונקט 11.00 אַזייגער‟. אַזוי צופֿרידן זענען זיי געווען, ווי איך וואָלט שוין באַלד אויפֿן אָרט זיי געגעבן מײַן הסכּמה.

צומאָרגנס, פּונקט 11.00 אַזייגער אין דער פֿרי, קלינג-קלינג, דער טעלעפֿאָן. איך האָב אַפֿילו נישט אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל. (שפּאָטיש) וואָס איז דאָס?! ביליקע נאָסטאַלגיע ברענגט מען מיר? אַזאַ נידעריקע סחורה דערלאַנגט מען איסאַ קרעמער, דער דיוואַ פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד? ניין, אַנטשולדיקט. „דאָס טעפּעלע בעלץ‟ איז שפּעטער אַזוי פּאָפּולער געוואָרן? נאָט מיין קאַפּ אָף טי. אַ מיליאָנערין וואָלט איך געווען, אויב כ’וואָלט געקוקט נאָר אויף געלט. מײַן ציל איז געווען: שאַפֿן אַן אָרט, דאָס סאַמע בכּבֿודיקע, פֿאַר אָט די לידער, וואָס דאָס פֿאָלק האָט געזונגען. נישט קיין שלאַגערס האָב איך געמיינט. פֿאַרשטייסט מיך טוסיאַ?… אפֿשר איז זי אין גאַנצן אין אַן אַנדערער וועלט. נאָר מיט וועמען האָב איך צו רעדן, אויב נישט מיט איר און… מיטן געליבטן מײַנעם. וועל איך זיך זען מיט גרעגאָריאָָ כאָטש איין מאָל נאָך? הלוואַי!…

וווּ בין איך נישט אַרויסגעטראָטן? וואַרשע, פּאַריז, בערלין, ניו־יאָרק, קאָנסטאַנטינאָפּאָל… מאָסקווע, לאָמיר נישט פֿאַרגעסן! כ’האָב וואָס צו דערציילן דערוועגן. (צווישן אירע פּאַפּירן זוכט זי אויס אַן אַרטיקל…) איך דאַרף נאָך מאַכן אַ סדר צווישן די פּאַפּירן, נאָר גיי ווייס, צי כ’וועל נאָך אוספּייען… אָט-אָט-אָט איז עס. (לייענט פֿון דעם פּרעסע-אויסצוג) אַן אַרטיקל The Jewish Ledger פֿון יאָר 1931. ענגלאַנד.

אַ בענעפֿיט-קאָנצערט האָט מען פּלאַנירט לטובֿת ייִדישע יתומים פֿון גאַנץ רוסלאַנד. און ס’האָבן נעבעך נישט געפֿעלט אַזעלכע. 600 טויזנט ייִדן האָבן זיך געהאַט באַטייליקט אין ערשטן וועלטקריג. דערצו נאָך פּאָגראָמען, איבערקערענישן… שטעלט מען רעקלאַמעס אין די צײַטונגען. ס’גייט אַדורך איין טאָג, אַ צווייטער, אַ דריטער… בילעטן פֿאַרקויפֿן זיך נישט. וואַרט מען אַ טאָג און נאָך אַ טאָג… די אָרגאַניזאַטאָרן אין אַ פּאַניק… וואָס טוט מען? ביז מע איז געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק… איסאַ קרעמער! זי וועט זיך נישט אָפּזאָגן. מער ווי איין מאָל טרעט זי אַרויס פֿאַר סאָציאַלע צילן… און ס’האָט געקלאַפּט. ווען איסאַ קרעמערס נאָמען איז געשטעלט געוואָרן אויף די רעקלאַמעס, האָט אַ סך נישט געדויערט… און איינס-צוויי אַלע בילעטן זענען צעכאַפּט געוואָרן. איין באַדינג אָבער האָב איך געהאַט: כ’זינג אויף ייִדיש! מענטשן האָבן זיך געוווּנדערט, נאָר כ’האָב זיי געזאָגט: אַנדערש — זינג איך נישט. אַזאַ רירנדיקער קאָנצערט איז געווען! יִידן זאָרגן פֿאַר ייִדן און ס’איז מײַן קונסט, וואָס האָט זיי פֿאַרבינדן צווישן אַלעמען. אַ גאָלדענעם מגן-דוד האָב איך אַ מתּנה באַקומען, וואָס כ’טראָג ביז הײַנט מיט כּבֿוד. נישט סתּם אַ זינגערין בין איך געווען… אַ פּערזענלעכקייט!

אַמעריקע! אַמעריטשקע! אַמעריקע איז נישט אָדעס… אַ מאָל דערמאָן איך זיך אין די אַלע ריזן, מיט וועלכע כ’האָב זיך יונגערהייט באַקענט: ביאַליק, שלום-עליכם, מענדעלע, וואַרשאַווסקי, זשאַבאָטינסקי און דערנאָך טשאַרלי טשאַפּלין און אַלבערט איינשטיין… ס’לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל, ווי איך, דאָס קליין מיידעלע, וואָס האָט זיך צוגעהערט צו כּליזמר-קלאַנגען אין בעלץ, האָט געקאָנט שפּעטער מיט די אַלע ריזן זיך חבֿרן…

כ’וווּנדער זיך, וואָס ס’ווערט מיר נישט נמאס רעדן וועגן מײַנע הצלחות… נאָר איך פֿיל זיך שוין שוואַך. כ’וועל זיך באַלד אַוועקלייגן…

שוין יאָרן שפּעטער, ווען איך פֿלעג אַ ליבע-ליד זינגען, איז תּמיד פֿאַר מײַנע אויגן געשטאַנען גרעגאָריאָס געשטאַלט. יעדן אָטעם פֿון פּובליקום האָב איך געקאָנט פֿילן… ווי מיר פֿאַראייביקן אין איינעם יעדע רגע…

מאָדנע!… ווי קאָן דאָס זײַן, אַז דער זעלבער בשׂר-ודם זאָל פֿירן אַ ליבע מיט הונדערטער טויזנטער צוהערערס, אפֿשר מיליאָנען, און גלײַכצײַטיק, די זעלבע פּערזאָן, זאָל זיך פֿירן אַזוי אַכזריותדיק צו איר טאָכטער, איר אייגענער פֿלייש און בלוט?

איך בין טויט-מיד. די אַרבעט מיט אַלע פּאַפּירן, מיט הונדערטער פֿאָטאָס וועל איך שוין אָפּלייגן אויף מאָרגן. איך האָב שוין קיין כּוח מער נישט צו רעדן… איך פֿאַל אַוועק. (זי שפּאַרט זיך אָן אין א בענקל.)

זייער יונג בין איך אויפֿגעטראָטן אין באַרימטע אָפּערע-הײַזער. קודם, שוין געהאַט איבערגעזעצט שלום-עליכמס אַ דערציילונג אויף רוסיש. מע האָט געהאַט אויך געדריקט אין דער פּרעסע מײַנס אַ רעוואָלוציע-ליד. דאָס אַלץ איז געשען ביז אין אַ העלן טאָג, דווקא אין אָדעס איז עס געווען, דער גאָר באַרימטער חיים-נחמן ביאַליק, וועלכער האָט זיך אויף אַ טרעפֿונג צו מיר דערנענטערט און געזאָגט, באַפֿעלעריש, נאָר אויך פֿאָטערלעך: „ייִדישע פֿאָלקס-לידער, איסאַ קרעמער, מוזט איר זינגען.‟ אין יענער צײַט, ווי געוויס, האָבן די ייִדישע פֿרויען נישט געזונגען אין פּרהסיה… מע האָט נישט געטאָרט. אָבער איך, אין מאָסקווע פֿון אַ מאָל, בין געווען די ערשטע און אויך זוכה געווען צו אַ ריזיקן דערפֿאָלג. רעד איך צופֿיל וועגן זיך?… טוסיאַ, טוסיאַלע, בת-יחידה מײַנע, זיכער מיינסטו, אַז „זינגען אויף דער בינע איז עפּעס, וואָס ס’קומט אָן לײַכט, פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגן, נאָר…‟ זאָלסטו וויסן, אַז כ’האָב פֿאַר מײַן קונסט אַ שווערע האָרעוואַניע אַרײַנגעלייגט. טאָג און נאַכט, מײַן גאַנץ לעבן, אָן אויפֿהער געאַרבעט, כּדי אויף דער בינע זאָל דאָס ליכט שײַנען. דאָס ליכט, וואָס איז פֿון פֿאָלק געקומען, זאָל עס צום פֿאָלק זיך אומקערן און בלישטשען, ווי אַ בריליאַנט… בריליאַנט, דאָס דערמאָנט מיר עפּעס… אַ סעקונדעלע (טרינקט אַ גלאָז וואַסער.)

נאָך דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע אין 1917, דײַן געבוירניאָר, בין איך אויף אַ טורנע אַרויסגעטראָטן נישט מער און נישט ווייניקער ווי פֿאַרן טערקישן סולטאַן. אין זײַן פּאַלאַץ, פֿאַרשטענדלעך. אַזוי אַנטציקט איז ער געווען פֿון מײַן קונסט, אַז ער האָט פֿון זײַן „באַנדאַזשירטן‟ קאָפּ אַראָפּגענומען אַ פֿעדער מיט די טײַערסטע בריליאַנטן, וואָס מ’קאָן זיך פֿאַרשטעלן. אַזוי דאַנקבאַר איז ער, דער טערק, געווען פֿון מײַנע ייִדישע לידער… און וואָס מיינסטו האָב איך געטאָן מיט אָט דעם פֿאַרמעגן? עס גענוצט פֿאַר זיך? פֿאַר דער בינע? סתּם פֿאַר קאַפּריזן? ווי מײַן משפּחה, צוזאַמען מיט דיר, איז בײַ דער באָלשעוויקישער מאַכט פֿאַרשפּאַרט געווען, האָב איך אַלץ, אַלץ צו אַ שליח איבערגעגעבן, וואָס האָט געזאָלט, מיט די אַלע בריליאַנטן, ראַטעווען דיך, מײַן מוטער, ברודער, און דײַן פֿאָטער ישׂראל… און ס’האָט געקלאַפּט! נישט צו באַשרײַבן איז געווען די שׂימחה, ווען, סוף-כּל-סוף שוין אין פּוילן, האָבן מיר זיך אַלע פֿאַראייניקט, אַרומגענומען, לאַנג געוויינט און זיך צעקושט. ווי דו ווייסט, דײַן פֿאָטער איז עלטער געווען פֿון מיר מיט אַ 20 יאָר. אַ דאַנק אים, האָט מען געדריקט מײַנע לידער אין די גאַזעטן, און שפּעטער, ווי כ’האָב דערציילט, געפֿאָרן קיין איטאַליע ווערן אַן אָפּערע-זינגערין. אַלץ אַ דאַנק אים. נאָר ס’איז נישט געווען פּונקט גענוי דאָס, וואָס אַ יונגע מויד ווי איך האָט זיך געוווּנטשן. דעריבער האָבן מיר אין פּוילן, גראַדע נאָך דער פֿאַראייניקונג פֿאַרשטאַנען ביידע, אַז עס קאָן נישט אָנגיין ווײַטער… אַזוי האָט זיך געשלאָסן דער קאַפּיטל. ס’זענען געווען נאָך קאַפּיטלען… (טרינקט וואַסער, קאָנצענטרירט זיך.) פּוילן! דער גרעסטער ייִדישער ייִשובֿ האָט דאָרטן געוווינט. איז מען שטאַרק דורשטיק געווען צו הערן אַ ליד פֿון איסאַ קרעמער. איז עס דאָך אַ מחיה… פֿון דער צווייטער זײַט, בעיקר, אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט דאָרט געבושעוועט אַ געפֿערלעכער אַנטיסעמיטיזם. קומט אַרײַן צו מיר דער אימפּרעסאַריאָ און ממש בעט זיך: „פֿרוי קרעמער, מחילה, זײַט מוחל… איר קענט זינגען, אין וועלכער שפּראַך ס’פֿאַרגליסט אײַך…‟ — „אַ דאַנק‟, — זאָג איך אים. — „אַ גאָר ברייטן רעפּערטואַר האָב איך…‟. — „נאָר נישט אויף ייִדיש…‟ — זאָגט ער. ס’איז מיר פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. נישט אויף ייִדיש?! היתּכן?! האָט ער דערציילט, אַז אויף די אַפֿישן אין וואַרשע, וועלכע אַנאָנסירן מײַן קאָנצערט, האָט מען אויפֿגעקלעפּט אַנטיסעמיטישע וואָרענונגען, אַז מען גייט אַראָפּרײַסן דעם אָוונט… טוסיאַלע, וואָס קען איך דיר זאָגן? ווען איך האָב זײַן פּנים דערזען, האָט מיך אַזאַ רחמנות אַרומגעכאַפּט… כ’האָב אים פּשוט נאָכגעגעבן. גוט, זינגט מען נישט איין מאָל אויף ייִדיש… אין מיטן קאָנצערט כאַפּט זיך פּלוצעם אַרויף אויף דער בינע דר. לעפּּּונער אַ באַקאַנטער אָרטיקער טוער. ער שטייט דערנעבן מיר, איך דערזע ממש זײַן רויט-צעפֿלאַמט פּנים. ער פּראָטעסטירט און פֿאָדערט: „איסאַ, טײַערע… ייִדיש נישט?! איר מוזט! קוקט אויפֿן עולם אין זאַל. וואָס דערוואַרטן פֿון אײַך די אַלע ייִדן? און כ’האָב געזונגען אויף ייִדיש… אויף מאַמע-לשון. אַזאַ פֿרייד און עקסטאַז! מע איז משוגע געוואָרן. דער גאַנצער טעאַטער האָט זיך געשאָקלט מיט די אַפּלאָדיסמענטן. אָבער… ליידער… איז דאָס מײַן לעצטער קאָנצערט אין וואַרשע געווען. ס’האָט מיר אַ צופּ געטאָן אין האַרצן. אָבער כ’האָב שוין אָבער קיין ברירה נישט געהאַט. אוממעגלעך איז געווען צו בלײַבן אין פּוילן. האָב איך באַשלאָסן — אַמעריקע.

אין דײַנע אויגן, טוסיאַלע, האָב איך זיכער אויסגעזען אַזוי שטאַרק, די שטאַרקסטע פֿרוי איבערן ערדקײַלעך; מיך געזען דיסקוטירן מיט מענער, אונטערשרײַבן קאָנטראַקטן, פֿאָדערן, וואָס גענוי כ׳דאַרף יאָ און דאַרף נישט טאָן אויף דער בינע… איין זאַך איז אָבער פֿאַראַן, וואָס קיינער ווייסט נישט. הער אויס מײַן סוד, דעם סוד פֿון מײַן לעבן. ס’האָט מיר פֿון תּמיד אָן אויסגעפֿעלט מײַן פֿאָטער, זײַן געשטאַלט און אָנווענדקייט… דעריבער בין איך נישט מסוגל געווען דיר איבערגעבן דאָס, וואָס איך אַליין האָב נישט באַקומען. די מוטער יאָ… זי האָט אין מיר ביזן זיבעטן הימל געגלייבט… אַ פּשוטע פֿרוי, וואָס אירע אויגן האָבן געבלישטשעט יעדעס מאָל, ווען זי האָט וועגן מיר גערעדט… אַ דאַנק איר, בין איך שטענדיק געגאַנגען פֿאָרויס און געוואָרן די דיוואַ פֿון פֿאָלקסליד און אַלץ, וואָס כ’בין הײַנט. עפּעס אין מיר האָט פֿאָרט געפֿעלט… איצט קאָנסטו פֿאַרשטיין. מוזסט מיר נישט מוחל זײַן. און אויב שוין יאָ… וואָס וועט עס העלפֿן?.. אַ פֿראַגע פֿאַר אַ מעשׂה. קלאָץ-קשיות. שפּעט. אַלץ איז צו שפּעט. פֿון מײַנעטוועגן נישט נאָר, וואָס כ’האָב קיין טענות נישט… דווקא פֿאַרקערט… בײַם געזעגענען זיך, פֿיל איך אַ ריזיקע ליבע צו דיר… אַזאַ ליבשאַפֿט, וואָס אין לעבן האָב איך קיין מאָל נישט געפֿילט… (שטיל) אַפֿילו נישט בײַ דײַן געבורט… מאָדנע. אַלץ, אויך איך, זענען מיר אַלטע זאַכן געוואָרן. אַזוי פֿיל איך איצט…

פֿאַרן ייִשובֿ אין פּאַלעסטינע בין איך אַרויסגעטראָטן אין 1946. אויך דאָרט דווקא האָב איך געהאַט צרות פֿון שׂונאי-ייִדיש. אַ משוגעת. האָב איך זיי אַרײַנגעזאָגט: „אין נאַצי-דײַטשלאַנד האָב איך געזונגען ייִדיש, וועל איך אויך דאָ, אין פּאַלעסטינע, זינגען מאַמע-לשון. און אַזוי איז עס געווען. אָט דאָ איז אַ פּלאַקאַט… (ווײַזט דעם פּלאַקאַט) ייִדיש-העברעיִש-ענגליש.

גענוג זיך באַשעפֿטיקן מיט די אַלע פּאַפּירן, הונדערטער פֿאָטאָס… בעסער עס אָפּלייגן אויף מאָרגן… לאָמיך זען ווי די נאַכט גייט אַריבער… קיין כּּוח נישטאָ מער צו רעדן… כ’פֿאַל פֿון די פֿיס. (לייגט זיך אַנידער אין בעט) האָפֿנטלעך וועט טוסיאַלע נישט זײַן צו שטרענג מיט מיר. דאָך, מיין איך, אַז עפּעס, כאָטש איין-איינציקער קלאַנג פֿון מיר וועט בלײַבן… (הערט זיך צו צו אַ גערויש, וואָס קומט פֿון אויסער דער דירה) די ווינדע. גרעגאָריאָ קומט. (פּלוצעם פֿאַרמאַכן זיך אירע אויגן. איר קאָפּ בייגט זיך אײַן אויף אַ זײַט. איסאַ באַוועגט זיך שוין נישט מער…)

סוף

נאָוועמבער, 2025

Leave a comment