באָריס סאַנדלער
,А про меня скажи
.что в степи замёрз
А любовь её
.я с собой унёс

מײַן געליבטער זאָג,
כ׳ליג אין סטעפּ פֿאַרפֿרירט,
נאָר די ליבע האָב
איך מיט זיך פֿאַרפֿירט.
רוסיש פֿאָלקסליד „סטעפּ און סטעפּ אַרום‟
יעדן אינדערפֿרי האָט מען זיי געקאָנט זען אויף דער שפּאַציר־סטעזשקע — דעם פֿיר־מײַליקן גאַרטל, פֿאַרצויגן אַרום דעם צענטראַלן טייל פֿון „שוואַנענפּאַרק‟, — קלאַראַן מיט אירע צוויי מענער. אָנגעטאָן אין אַ דינעם טונקלרויטן ספּאָרטיוון קאָסטיום, אויף די פֿיס, ווי עס פּאַסט, ספּאָרטשיך, — האָט דער פֿרימאָרגנדיקער עלעגאַנטנער נאַריאַד, באַטאָנט איר שלאַנק. איר לאַנגער אָדערדיקער האַלדז, נישט געקוקט אויף דעם עלטער, האָט זיך פֿעסט געהאַלטן, עטוואָס גענייגט פֿאָרויס, צוזאַמען מיטן פּנים און דעם קאַם גרויע האָר. זי איז געווען די פֿירנדיקע אין מיטן פֿון דער „טרויקע‟, און האָט לײַכט, מיט קורצע טריט געמאָסטן די אַספֿאַלט־סטעזשקע, זיכער אינעם גאַנג, אָנגעוויזן דעם מאַרשרוט.
פֿון איר רעכטער האַנט, עטוואָס אָנגעבויגן צו איר מיט אַ זײַט, ווי גרייט געווען יעדן מאָמענט פֿאַרלירן דעם קאָפּ אויף איר אַקסל און, כאַפּנדיק דעם ריטעם פֿון איר גאַנג, איז געגאַנגען ראָבערט. איין האַנט האָט ער באַהאַלטן הינטער זיך, אָנשפּאַרנדיק מיט איר די קריזשעס. שוין אַ היפּשע צײַט, אַז ער לײַדט פֿון ווייטיק, פֿון די נאָדל־שטעכענישן, וואָס באַפֿאַלן אים פֿון צײַט צו צײַט. קלאַראַ אין די גוטע מינוטן פֿון איר שטימונג רופֿט אים ראָבערטאָ. ראָבערטן אַליין האָט דער פֿאַרצויגענער נאָמען, זאָל ער אַפֿילו געווען קלינגען פֿון קלאַראַס מויל זיס און צערטלעך, דענערווירט; און ווי אַ פּועל־יוצא, אַרויסגערופֿן אַ ברענעניש אונטערן האַרצן. ער האָט עס אָבער פֿאַר קלאַראַן בולט נישט אַרויסגעוויזן, בלויז אַראָפּגעשלונגען די זויערקייט און אומצופֿרידן, ווי אַ קאָטער, אָפּגעטריבן מיט דער לאַפּקע די דאָקוטשליווע באַלעבאָסטע, אָבער די נעגל נישט אַרויסגעלאָזט. געזאָגט:
— קלאַראַ, טײַערינקע, דו ווייסט דאָך, אַז כ׳האָב נישט ליב, ווען דו רופֿסט מיך אַזוי…
— נאַרעלע… ס׳איז דאָך אַזוי שיין… דער נאָמען זינגט, ווי אַן איטאַליענישע מאַנדאָלינע… דערצו, ווייסטו גוט, אַז ראָבערטאָ הייסט מײַן באַליבטער טענצער באָלי…
— כ׳בין נישט קיין מאַנדאָלינע און נישט קיין טענצער… — האָט זיך ראָבערט קוים אײַנגעהאַלטן, נישט אַרויסגיין פֿון די כּלים. — כ׳בין אַ פּשוטער אַמעריקאַנער אינזשעניר!
— קודם־כּל, ביסטו מײַן מאַן… דו ווייסט אויסגעצייכנט, וואָס באַלעט מיינט פֿאַר מיר…
די לעצטע ווערטער האָבן שוין געקלונגען הייזעריקלעך, זיך אַרויסגעריסן דורך דעם האַלדז, פֿאַרצויגן מיט אַ פֿאַרצווייפֿלונג־סטרונע.
— גאַיס, לאָזט שוין אָפּ די אומזיסטיקע אַמפּערנישן… — האָט זיך אין די מחלוקת צווישן מאַן און ווײַב, וואָס האָט געהאַלטן בײַם צעברענען זיך, זיך אַרײַנגעמישט פֿיאָדאָר, דער שטענדיקער פֿאַמיליע־פּאָזשאַרניק, — דו, ראָבערט, ווייסט עס בעסער, אַז אונדזער קלאַראַ איז זייער אַ פֿילבאַרע אַרטיסטישע נאַטור… איז וואָס זשע, אַז זי רופֿט מיך נישט פֿיאָדאָר, נאָר פֿעדאָריני — מיך אַרט עס נישט. נאָך מער: עס קלינגט ווי אַן אָנהייב פֿון אַ נעאָפּאָליטאַניש ליד… — און פֿיאָדאָר האָט אויסגעגלײַכט זײַנע ברייטע אַקסלען, צעשפּרייט די הענט, גרייט אַרומצוכאַפּן דאָס צעקריגטע פּאָרפֿאָלק, און אויסגעזונגען מיט זײַן שיינעם באַריטאָן: — פֿע־דאָ־ריִיִיִ־ני…
— בראָוואָ, מײַן טײַערער, פֿעדאָריני… — איז קלאַראַ אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַנע צעשפּרייטע אָרעמס, — סאַראַ גליק, וואָס דו ביסט בײַ אונדז דאָ…
ווי עס ווערט שוין פּאַמעלעך קלאָר, איז דאָס וואָרט „אונדז‟ נישט קיין צופֿעליקס אין דעם פֿאַמיליע־דרײַעק, ריכטיקער וואָלט געווען זאָגן, „פֿאַמיליע־טריִאָ‟. פֿיאָדאָר, דער מאַנספּאַרשוין, וואָס בעת די פֿרימאָרגנדיקע שפּאַצירן האָט זיך געהאַלטן פֿון דער לינקער זײַט אין דער „טרויקע‟, איז געווען קלאַראַס געליבטער.
אין „שוואַנענפּאַרק‟ האָבן זיי זיך באַזעצט זאַלבע־דריט נישט לאַנג צוריק. צווישן די הונדערטער און אפֿשר מער אַזעלכע דערפֿלעך אין דער גאָט־געבענטשטער פֿלאָרידע פֿאַר מענטשן, וואָס זײַנען שוין אַרײַן אין זייער האַרבסטיקן לעבנס־עלטער און, וואָס זייער מאַטעריעל גערעטעניש איז גענוג, כּדי זיך אויסצוהאַלטן, נישט אָנקומענדיק צו אייגענע קינדער, — האָט דווקא דער נאָמען אַליין אויסגעשפּילט בײַם באַשליסן צו באַזעצן זיך דאָ. קלאַראַ, פֿון קליינערהייט דערצויגן אין דעם באַלעט־אַנטוראַזש, צווישן די שיינע טעאַטראַלע דעקאָראַציעס אויף דער בינע, האָט אינעם „שוואַנענפּאַרק‟, מיט זײַנע צענדליקער סאַזשלקעס, פֿייגל־האַוועניש, עקזאָטישע געוויקסן און ציכטיק־דורכזיכטיקער לופֿט זיך פּלוצעם דערזען אין מיטן אַ פֿאָרשטעלונג, אויפֿגעפֿירט פֿונעם גרעסטן באַלעטמײַסטער, פֿון גאָט אַליין.
ס׳איז גאָר נישט קיין נאָווינע, אַז קינדער האָבן ליב מע זאָל זיי רופֿן נישט מיטן נאָמען, וואָס די עלטערן האָבן זיי געגעבן בײַם געבוירן ווערן, נאָר מיטן נאָמען, וועלכער געפֿעלט זיי מער פֿון אַלע אַנדערע נעמען. אַזוי איז געשען אויך מיטן מיידעלע סאַמאַנטאַ, וואָס איז מיט דער מאַמען געגאַנגען זען דעם באַלעט „נוסנקנאַקער‟, וווּ די הויפּט־העלדין הייסט קלאַראַ. אויפֿן וועג אַהיים האָט סאַמאַנטאַ געבעטן די מאַמען, זי זאָל פֿון איצט אָן רופֿן איר טעכטערל קלאַראַ. אַזוי, שפּילעוודיק און טאַנצנדיק, איז דאָס מיידעלע אַליין געוואָרן אַ באַלערינע; געטאַנצט די ראָלע פֿון קלאַראַן און אויך אין לעבן זיך אָנגעהויבן רופֿן מיטן נאָמען קלאַראַ.
ראָבערט, אין יענע ווײַטע יאָרן אַ מאָגערער ייִדישער בחור, אַ סטודענט פֿונעם באַרימטן פּענסילווענער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אָפֿטער באַזוכער פֿון די באַלעט־פֿאָרשטעלונגען, באַזונדערס נאָך דעם, ווי ער האָט זיך פֿאַרליבט אין קלאַראַן. פֿון די פֿיר „קליינע שוואַנען‟ אין טשײַקאָווסקיס „שוואַנענזעע‟ האָט זײַן אויג אַרויסגעכאַפּט דאָס שוואַנמיידל פֿון רעכטס, און שוין נישט געקאָנט פֿון איר אָפּפֿירן דעם בליק. זי באַגלייט ביזן לעצטן אַקאָרד פֿון דעם טאַנץ. שווער איז צו דערקלערן, הלמאַי האָט דער קומענדיקער אינזשעניר פֿון אַלע פֿיר טענצערקעס, ענלעך איינע צו אַן אַנדערער, ווי פֿון איין שוואַנען־איי זיך אויסגעפּיקט, אויסגעקליבן גראָד קלאַראַן. ווי זאָגט מען: אַז ס׳איז באַשערט, איז באַווערט.
שוין אַ דערוואַקסענע איז קלאַראַ פֿאָרט פֿאַרבליבן אַ קינד פֿון באַלעט, פֿון טעאַטער. זי האָט געזען די וועלט מיט אויגן פֿון אירע באַליבטע העלדינס — אָדעטאַ, זשיזעל, רײַמאָנדאַ, סוואַנילדאַ — אַלע האָט זיי געטראָפֿן אַ גרויס ליבע־געפֿיל און אַלע זײַנען זיי גרייט געווען צו פֿאַלן אַ קרבן, אַבי נישט פֿאַרראַטן זייער גרויסע ליבע. ראָבערט איז אַוודאי נישט קיין פּרינץ זיגפֿריד, און קלאַראַ, ווי ווײַט פֿאַרקאָכט זי זאָל נישט געווען זײַן אין איר פֿאַך און אין דער מעשׂהדיקער באַלעט־וועלט, וווּ מע פֿאַרשטייט איינער דעם אַנדערן נישט דורך ווערטער, נאָר דורך זשעסטן און באַוועגונגען, — פֿלעגט פֿאָרט יעדן אינדערפֿרי זיך אויפֿכאַפּן אין איר וואָכעדיקער איינאַרטיקייט און זיך אײַנטונקען אין דער טאָג־טעגלעכער האַוועניש, מיט אַלע שטייגערישע פּראָבלעמען און זאָרגן. אין אָט דער וועלט פֿון ווערטער האָט איר אויסגעפֿעלט אַ פֿעסטער פֿאַרלאָזלעכער אָנשפּאַר, ווי דער ווערקשטעל אין אירע טאָג־טעגלעכע געניטונגען אַנטקעגן שפּיגל. ראָבערט איז פֿאַר איר אַזאַ אָנשפּאַר געוואָרן.
יאָ, ראָבערט איז נישט קיין פּרינץ זיגפֿריד אָדער גראַף אַלבערט; ער קאָן אָבער ליבהאָבן און פֿאַרשטיין אָן ווערטער, אַז באַלעט איז אַ זיסע אויסמאַטערנדיקע קאַטאָרגע, אַז קיין יײַכעלעך, ווי זײַן מאַמע פֿלעג אים קאָכן, וועט זײַן יונג ווײַבל אים נישט מאַכן, און אַז פֿון האָבן קינדער, ווי קלאַראַ האָט אים גלײַך געוואָרנט, דאַרף ער דערווײַל פֿאַרגעסן. באַלעט — פֿון דרויסן דער סאַמע ווײַבלעכער און גראַציעזער צווישן אַלע מינים קונסטן, —איז אין תּוך געווען דער ברוטאַלסטער און אומברחמנותדיקער צו יענע, ווער ס׳האָט די קונסט געטראָגן. ראָבערט האָט זיך במשך פֿון זײַן צוזאַמענלעבן מיט קלאַראַן נישט איין מאָל אין דעם איבערצײַגט. אים איז אויסגעקומען נישט בלויז צו פֿירן זייער שטוב און זייער ווירטשאַפֿט, נאָר אויך, נישט וועלנדיק, זײַן אײַנגעטונקען אין די שטענדיקע אינטריגעס, קאָנפֿליקטן און פּליאָטקעס, וואָס האָבן אין דער טרופּע נישט אויסגעפֿעלט, און וואָס אין דער היים האָבן זיך נישט זעלטן אויסגעלאָזט צו אים… ראָבערט האָט זיך באַמיט צו געפֿינען טרייסט־ווערטער פֿאַר זײַן פֿרוי און אויסזוכן אין זיך כּוח און געדולד בײַצוקומען די משפּחה־שפּאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, ער איז דאָך אַ „טעקי‟, אַ טעכניקער… בײַ אים קומט אַלץ אַרויס פֿון קאַלטן שׂכל. און זי, זײַן קלאַראַ? יעדע קלייניקייט לאָזט זי אַדורך דורכן האַרצן, נעמט עס אויף עמאָציאָנעל, צאַפּלדיק און פֿיבערדיק. זי איז אַ לופֿטיקער שמעטערלינג, וואָס פֿליט פֿון איין בלום צו אַ צווייטער, און וואָס אַ פּלוצעמדיקער ווינטשטויס קאָן זי חלילה אַוועקטראָגן דער רוח ווייסט וווּ, און אַפֿילו אומברענגען…
דער אומרו, אַז מיט קלאַראַן קאָן עפּעס געשען, האָט זיך געוואַקלט אין אים, ווי דער אומרו אין אַ וואַנט־זייגער. נישט איין נאַכט פֿלעגט ראָבערט זיך אויפֿכאַפּן פֿון די שטיקנדיקע קרעכצן; קלאַראַ האָט נישט געקאָנט אײַנשלאָפֿן פֿון דעם ווייטיק אין די פֿיס. „אפֿשר וועט העלפֿן מײַן מאַסאַזש?‟… — ער איז געוואָרן איר באַנאַכטיקער מאַסאַזשיסט. אויסגעטאַפּט מיט די פֿינגער אירע שטײַפֿע ליטקע־מוסקלען, צעריבן דעם פֿוסבלאַט, די קנעכלעך, די פֿאַרהאַרטעוועטע שפּיץ־פֿינגער, באַזעצט מיט פֿאַרשטיינערטע מאַזאָליעס… קלאַראַ האָט ווידער געקרעכצט, אָבער זײַן אויער האָט אויפֿגעכאַפּט אין די שטילע קלאַנגען אויך אַנדערע טענער; זיי האָבן אים אויפֿגערעגט, דערוועקט אַ וואַרעמען ציטער איבערן לײַב, וואָס האָט זיך גיך אויפֿגעהויבן צו די שלייפֿן, געמאַכט בגילופֿין… זײַן קאָפּ איז געפֿאַלן אויף אירע פֿיס צווישן די לענדן מיטן פּנים אַראָפּ… ער האָט געקושט איר פֿײַכטן בויך. זײַנע ליפּן האָבן אָנגעטאַפּט דעם וועג אַרויף, צו אירע ליפּן.
— אַזוי איז שטענדיק… האָט זיך געהערט אין דער פֿינצטערניש קלאַראַס שעפּטשען, — עס הייבט זיך אָן פֿון אַ מאַסאַזש און לאָזט זיך אויס…
ער האָט דערפֿילט אירע הייסע דלאָניעס אויף זײַן פּנים. זיי האָבן אים פֿאַרבעטן זיך באַוועגן אַרויף. זייערע ליפּן האָבן זיך געטראָפֿן און די צונגען — זיך איבערגעפֿלאָכטן. אירע פֿיס האָבן אַרומגעכאַפּט זײַן נאָכגעביקן גוף און זיך געשלאָסן מיט אַ רייף פֿון תּענוג…
דער ווייטיק איז מיט יאָרן געוואָרן שטאַרקער. ראָבערטס אַמאַטאָרישע מאַסאַזשן האָבן שוין ווינציק געהאָלפֿן. אויף דער מעדיצינישער שפּראַך האָט קלאַראַס קרענק געהייסן „talus partitus‟, פּראָסט גערעדט, אירע פֿוסזוילן זײַנען שטאַרק דעפֿאָרמירט געוואָרן. צו דעם האָבן זיך צוגעטשעפּעט נאָך עטלעכע קרענק, פֿאַרבונדן מיטן רוקן. יאָ, דער ווינטשטויס, האָט געטראַכט ראָבערט, האָט טאַקע אָנגעיאָגט זײַן שמעטערלינג… די פֿיס, דער הויפּט-אינסטרומענט פֿון באַלעט-מײַסטערשאַפֿט האָבן בײַ קלאַראַן זיך אין גאַנצן צעשטערט. זי האָט אויפֿגעהערט צו טאַנצן, אַוועק פֿון דער בינע, נאָר פֿאַרבליבן, ווי מע זאָגט, אין דער פֿאַך. זי איז געוואָרן אַ רעפּעטיטאָרין, איבערגעגעבן איר לאַנגיאָריקע דערפֿאַרונג דעם יונגן דור. פֿון קלאַראַן האָט ראָבערט אַמאָל געהערט, אַז די גרויסע אַמעריקאַנער באַלערינע, איזידאָרע דונקאַן האָט וועגן אירע יונגע שילערינס געזאָגט: זיי קוקן אויף די קינדער, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיטן קלאַסישן באַלעט, ווי אַ קאַנאַריקל, פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטײַג, קוקט אויף אַ שוועלבעלע, וואָס שוועבט אין די פֿרײַע הימלען…
די איבערלעבענישן אַרום קלאַראַס געזונט האָבן אויך אָנגערירט דעם געזונט־צושטאַנד בײַ ראָבערטן. דערצו האָט זיך אויף דער אַרבעט נישט אַלץ געלאַדיעט מיטן נײַעם פּראָיעקט, וואָס ראָבערט האָט אים געפֿירט. ער פֿלעגט גאַנצע טעג פֿאַרפֿאַלן ווערן בײַ דער אַרבעט, און שפּעט אין אָוונט, אַן אויסגעמאַטערטער זיך אומקערן אַהיים. עפּעס איבערגעכאַפּט פֿונעם פֿריזשידער, און אויס מורא אויפֿצוּוועקן קלאַראַן, האָט ער זיך אויפֿגעבעט אין זײַן אָפֿיס און זיך פֿאַרגעסן אינעם שלאָף ביז אין דער פֿרי. זייערע אינטימע צווישנבאַציִונגען האָבן זיך אויך דערווײַטערט, אויפֿגעהערט צו ווערן אַ ממשותדיקער טייל פֿון זייער משפּחה־לעבן.
אין איינעם אַ פֿאַרנאַכט, ראָבערט איז בפֿירוש געקומען פֿריִער אַהיים, האָט ער געטראָפֿן קלאַראַן זיצן אויפֿן דיוואַן און שטריקן געטרעס, אַזעלכע לאַנגע זאָקן פֿון די קנעכלעך ביז העכער די קני — אַ וויכטיקע זאַך סײַ צו האַלטן די פֿיס אין וואַרעמקייט און סײַ זיי צו פֿאַרהיטן פֿון קלאַפּן. קלאַראַ האָט גוט געשטריקט און נישט זעלטן פֿלעגן אַנדערע טענצערינס אין דער טרופּע בעטן בײַ איר, זי זאָל פֿאַר זיי אויסאַרבעטן אַ פּאָר וואָלענע געטרעס. ווי נאָר ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן אַ פֿרײַע מינוט, פֿלעגט קלאַראַ אַרויסשלעפּן פֿונעם קיישעלע די אויסאַרבעטונג און שטריקן. דעמאָלט האָט זי קיין געלט נישט גענומען, ס׳איז געווען ווי אַ מין האָבי; נאָכן פּענסיאָנירן איז עס בײַ איר געוואָרן אַ שטיקל פֿאַרדינסט.
— זעסט, ראָבערט, — האָט זי זיך געוויצלט, — ביז אַהער פֿלעג איך פֿאַרדינען מיט די פֿיס, און איצט — מיט די הענט.
אויף אַ ווײַלע האָט זי איבערגעריסן איר אַרבעט און זיך אָנגערופֿן צום מאַן:
— כ׳האָב געקויפֿט אויפֿן וועג אַהיים אַ פּיצע. גיי, וואַרעם זיך אָן עטלעכע שטיקלעך, ביסט זיכער הונגעריק.
— ריכטיקער וואָלט געווען זאָגן, אַז כ׳בין מער מיד איידער הונגעריק.
קלאַראַ האָט אים אָנגעוויזן מיט די אויגן, ער זאָל זיך צוזעצן לעבן איר אויפֿן דיוואַן. זי האָט אים עפּעס וואָס צו זאָגן… דאָס האַרץ האָט אים אַ טיאָכקע געטאָן — חלילה, פֿאַרבונדן מיטן געזונט? ס׳האָט גענומען עטלעכע מינוט און ראָבערט האָט דערהערט:
— ווי דו ווייסט, גיי איך שוין איבער אַ חודש אויף פֿיזיאָטעראַפּיע. די אַלע פּראָצעדורן קומען מיר אָן גאָר נישט גרינג… אָבער גראַדע דאָרט איז עס געשען… ס׳איז אַפּנים, אַ גורלדיקע זאַך, און אפֿשר אַ בייזער כּישוף… כ׳בין נאָך נישט זיכער אין דעם…
קלאַראַ האָט גערעדט, נישט אָפּפֿירנדיק קיין אויג פֿונעם שטריקן. די ספּיזלעך אין אירע הענט האָבן געאַרבעט פֿלינק און פּינקטלעך — אָנגעסיליעט אַן אייגל נאָך אַן אייגל. ראָבערט האָט זיך אַזש פֿאַרקוקט, ווי קלאַראַ וואָלט אירע ווערטער אַרײַנגעשטריקט אין דער אויסאַרבעטונג, און ער מוז זיי פֿון די אייגלעך אַרויסשלעפּן, כּדי צו פֿאַרשטיין… קלאַראַ האָט גערעדט מאָנאָטאָן, צעציִענדיק די ווערטער, און צו ראָבערטן איז נאָך דער זין פֿונעם ווײַבס רייד דערווײַל נישט דערגאַנגען…
— דו געדענקסט, אינעם באַלעט „שלאָפֿנדיקע שיינקייט‟, איז די פּרינצעסין אויראָראַ נאָך אַ בייזן כּישוף אײַנגעשלאָפֿן אויף הונדערט יאָר… די לעצטע חדשים, ווען מײַן געזונט־צושטאַנד האָט זיך פֿאַרערגערט, האָבן מיך די פּילן צו שטילן דעם ווייטיק, ממש אײַנגעשלעפֿערט… ס׳איז מיר אָנגעקומען מיט גרויס שוועריקייט נישט אײַנצושלאָפֿן בשעת די רעפּעטיציעס… און שטעל זיך פֿאָר, די פֿיזיאָטעראַפּיע האָט מיר געהאָלפֿן, באַזונדערס די מאַסאַזשן; זיי האָבן מיך צוביסלעך אומגעקערט צום לעבן… ווי דעם פּרינצס קוש האָט אויפֿגעוועקט די פּרינצעסין אויראָראַ…
קלאַראַס פֿלינקע באַוועגונגען און דער גלאַנץ פֿון ספּיזלעך, איר מאָנאָטאָנע שטימע און, דער עיקר, זײַן אייגענע מידקייט האָט אים אָנגעהויבן אײַנוויגן. דורכן לײַכטן דרעמל האָט זיך קוים דורכגעשניטן דער געדאַנק, אַז ער טאָר זיך איצט נישט נאָכגעבן דער שוואַכקייט, ס׳איז דאָך צום ערשטן מאָל נאָך אַ היפּשער צײַט פֿון זייער אָפּגעזונדערטקייט, אַז קלאַראַ מאַכט אַ פּרוּוו אים צו דערנענטערן, טיילט זיך מיט איר אָנגעווייטיקטקייט…
— כ׳האָב עס אָנגעהויבן פֿילן נאָך יעדער טרעפֿונג מיט אים… זײַנע הענט האָבן געמאַכט וווּנדער… — קלאַראַ האָט אויפֿגעהערט צו שטריקן, אָבער נאָך אַלץ, אָנשטעלנדיק דעם בליק אין איר שטריקערײַ, זיך שטיל אָנגערופֿן: — איך וויל דיך, ראָבערט, נישט אָפּנאַרן… ביסט מיר פֿאָרט טײַער און ליב… די צוגעבונדנקייט צו דיר איז נאָך אַלץ פֿאַרבליבן, נאָר די ליבע, די ציִונג צו דיר ווי צו אַ מאַן איז פֿאַרשוווּנדן. — שוין העכער און אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו ראָבערטן, האָט זי פֿאַרענדיקט: — ביסט געוואָרן פֿאַר מיר אַ געטרײַער, איבערגעגעבענער ברודער…
ראָבערטס אויער האָט זיך אָפּגערופֿן פֿריִער איידער זײַן שטים. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, ווי דאָס בלוט יאָגט — פֿון די שלייפֿן איבערן שלאַבעריקן לײַב אַראָפּ צו די שפּיץ פֿינגער אויף די פֿיס… ער האָט דערהערט זײַן אייגענע שטים, אָבער זי נישט דערקענט:
— אַזוי איז שטענדיק… עס הייבט זיך אָן פֿון אַ מאַסאַזש און לאָזט זיך אויס…
ראָבערט איז נישט אַוועק פֿון שטוב, נישט אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר. זײַן נישט קיין רײַכער גאַרדעראָב — אַ צענדליק העמדער און צוויי קאָסטיומען זײַנען געבליבן הענגען אין שאַפֿע; און זײַנע פּאַפּירן אויפֿן טיש אינעם קלענערן צימער, וואָס האָט אים געדינט ווי אַ מין אָפֿיס, זײַנען געליגן אַקוראַט צונויפֿגעלייגט אין די אַלטמאָדישע טונקל־בלויע פּאַפּקעס, פֿאַרבונדן מיט צוויי שנירלעך. איצט איז דער לעדערנער דיוואַן, געבראַכט נאָכן חתונה האָבן מיט קלאַראַן פֿון זײַן מאַמעס היים, געוואָרן זײַן כּסדרדיקער געלעגער. די קיך איז פֿאַרבליבן אַ קיך, ווי פֿריִער, אָבער שוין געהאַט אַן אַנדער באַטײַט — זייער נייטראַלער בשותּפֿותדיקער שטח. פֿון דעסטוועגן, מעגלעך צוליב דער טבֿע, וואָס האָט זיך אויסגעאַרבעט במשך פֿון לאַנגע יאָרן פֿון זייער צוזאַמענלעבן, פֿלעגט ראָבערט ווײַטער צוגרייטן דעם פֿרישטיק סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַר קלאַראַן, און אײַנוויקלען אַ פּעקעלע „מיט וויטאַמינען‟ — עטלעכע מייערן, אַ גרינעם עפּל, אַ באַנאַן, — זי זאָל עס נעמען מיט זיך צו דער אַרבעט. קלאַראַ האָט זיך אויך געהאַלטן בײַ איר אַלטער געוווינטשאַפֿט: איידער צו פֿאַרלאָזן די דירה, צולויפֿן צו ראָבערטן מיט קורצע באַלעט־טריטעלעך, זיך שטעלן לעבן אים אויף די שפּיץ־פֿינגער און אַ קוש טאָן אין דער באַק…
אין קיך, אויף דער נייטראַלער טעריטאָריע פֿון זייערע איצטיקע צווישנבאַציִונגען, האָט קלאַראַ דערציילט ראָבערטן וועגן פֿיאָדאָרן. קיין אַמעריקע איז פֿיאָדאָר געקומען פֿון דער שטאָט פּערם, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אויף אוראַל. בפֿירוש אַ גרויסע שטאָט מיט אַן אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער, וווּ פֿיאָדאָר האָט געזונגען אין כאָר. די געוועזענע פֿרוי און זון, שוין אַ דערוואַקסענער, זײַנען פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, אַזוי אַז עמיגרירט האָט ער אַליין. זיך אײַנאָרדענען אויף אַרבעט ווי אַ זינגער, האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן. די ערשטע צײַט געזונגען אין אַ רוסישן רעסטאָראַן, אָבער גיך פֿאַרשטאַנען, אַז קיין צוקונפֿט אויף דעם וועג וועט ער נישט האָבן. דערצו פֿעלן צווישן די געסט קיין מאָל נישט אויס דאָקוטשליווע לײַט, וואָס טשעפּען זיך נישט אָפּ ביז מע טרינקט מיט זיי נישט אויס אַ גלעזל בראָנפֿן. פֿיאָדאָר, אַ ברייטהאַרציקער רוסישער מענטש, האָט קיינעם נישט געקאָנט אָפּזאָגן. אַ קיצור, אין אַ מאָמענט האָט ער דערפֿילט, אַז אויב ער וועט נישט פֿאַרלאָזן די רעסטאָראַן־אַרבעט, איז ער אַ פֿאַרפֿאַלענער. איינער פֿון די געסט, אַ דאָקטער, האָט אים געהאָלפֿן זיך אײַנאָרדענען אויף קורסן פֿון מאַסאַזשיסטן. ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז די פּראָפֿעסיע ווי צוגעפּאַסט געווען צו זײַן כאַראַקטער און נאַטור. דורכגעמאַכט אַלע עקזאַמענס, האָט פֿיאָדאָר באַקומען אַ ליצענץ צו אַרבעטן מיט פּאַציענטן…
שוין לאַנג האָט ראָבערט נישט געזען קלאַראַן זי זאָל זײַן אַזוי באַגײַסטערט, דערציילן וועגן עפּעס אַזוי פֿאַרכאַפּטערהייט. ער האָט אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן, אַז אפֿשר איז עס טאַקע גוט, וואָס ס׳האָט אַזוי פּאַסירט. קלאַראַ און פֿיאָדאָר זײַנען ביידע אַרטיסטישע נאַטורן און יעדער פֿון זיי וועט אויף זײַן אייגענעם אופֿן אַרויסהעלפֿן דעם אַנדערן. זעט אויס, אַז דער רוסישער אימיגראַנט איז מסוגל צו געבן קלאַראַן דאָס, וואָס אים, אַן אײַנגעוואָרצלטן אַמעריקאַנער פֿעלט אויס. זיכער, אַז מיט יאָרן ווערט אַ זיווג אַרומגעוואַקסן מיט זשאַווער פֿון טאָג־טעגלעכקייט, פֿון צוגעוווינטקייט… דאָס „דערווײַליקע‟, דאָס אָפּלייגן אויף שפּעטער צו האָבן אַ קינד, איז מיט יאָרן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין כּסדרדיקער פּוסטקייט, וואָס האָט געפֿאָדערט מע זאָל זי פֿאַרפֿילן. ראָבערט איז אַוועק מיטן קאָפּ אין דער אַרבעט, און קלאַראַ, וואָס איז, צוליב אירע קרענק, געבליבן אָן דער באַליבטער אַרבעט, האָט די פּוסטקייט, זעט אויס, פֿאַרפֿילט מיט דעם זינגער־מאַסאַזשיסט פֿיאָדאָרן.
ראָבערט האָט קלאַראַס געליבטן נאָך ביז אַהער נישט געזען, הגם קלאַראַ איז גרייט געווען זיי צונויפֿברענגען אין איינעם. ראָבערט פֿלעגט יעדעס מאָל געפֿינען אַ תּירוץ און אויסמײַדן די טרעפֿונג. מיטן קאָפּ האָט ער באַנעמען, אַז אויב אַזאַ זאַך איז געשען, מוז מען עס אויפֿנעמען אַזוי ווי עס גייט און שטייט. זיי זײַנען דאָך אַלע דרײַ אינטעליגענטע מענטשן, בפֿרט נאָך גאָר נישט יונגע, מוז מען אויפֿנעמען דעם דריי פֿון גורל אַזוי ווי ער האָט זיך צו זיי אויסגעדרייט. זײַן האַרץ אָבער האָט געקלאַפּט היפּוחדיק, זיך נישט געוואָלט אונטערגעבן אָט דער אומבאַגרײַפֿלעכער ווירקלעכקייט; ס׳האָט נאָך אין אים געצאַפּלט דאָס געפֿיל פֿון זייער נאָענטשאַפֿט — אַ הייסער, געבליטנדיקער… און ס׳האָט אין אים ווידער — אָט אויפֿגעבליצט אַ ווילדער כּעס קעגן דעם וויסטן רוסישן אימיגראַנט, און אָט איז דער כּעס זיך צעשמאָלצן און זיך צעגאָסן אין אַן אומעט און בענקשאַפֿט צו זײַן פֿלאַטערנדיקן שמעטערלינג, וואָס איז אַוועקגעפֿלאַטערט אין די פֿרעמדע הימלען…
די האָפֿענונג, אַז קלאַראַס פֿאַרכאַפּט ווערן פֿון פֿיאָדאָרן, מע קאָן זאָגן, איר ליבע בײַם אונטערגאַנג פֿון יאָרן, וועט אויך ברענגען, אויב נישט קיין רפֿואה־שלמה, איז כאָטש אַ ממשותדיקע פֿאַרבעסערונג פֿאַר איר געזונטצושטאַנד. פֿיאָדאָרס מאַסאַזשן, אין אַלע הינזיכטן, האָט קיין אָנגייענדיקע פֿאַרבעסערונג נישט געבראַכט, און אין אַן אינדערפֿרי איז קלאַראַ נישט אַרויסגעקומען פֿונעם שלאָפֿצימער אין קיך אַרײַן. ראָבערט, וואָס האָט שוין געהאַט איר צוגעגרייט דעם פֿרישטיק, האָט צו איר אָנגעקלאַפּט אין טיר.
— קלאַראַ… ביסט אין אָרדענונג?
קיין ענטפֿער האָט ער נישט דערהערט און שטילערהייט געעפֿנט די טיר פֿון איר צימער.
— קלאַראַ, דו שלאָפֿסט?.. ס׳איז שוין שפּעט…
ראָבערט האָט דערהערט איר שוואַך קול:
— קום אַהער, טײַערער… כ׳וועל הײַנט צו דער אַרבעט נישט גיין… כ׳וועל שוין מער צו דער אַרבעט אין גאַנצן נישט גיין…
ראָבערט האָט זיך אַרײַנגעשטעלט אינעם באַלויכטענעם טייל פֿון צימער. די שײַן פֿונעם נאַכטלעמפּל אויפֿן טישל האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער קלאַראַס ברייטער בעט. איר קאָפּ איז אויף האַלב אײַנגעזונקען געוואָרן אינעם ווייכן קישן און דאָס בלאַסע פּנים האָט אומבאַוועגלעך אַרויסגעשטעקט, ענלעך צו אַ מאַסקע.
אַ מאָדנער געדאַנק האָט אַ שווינדל געטאָן אין ראָבערטס קאָפּ: אָט ליגט זי, זײַן שלאָפֿנדיקע שיינקייט, זײַן פּרינצעסין, אַ פֿאַרכּישופֿטע פֿון אַ בייזן כּוח… און ס׳איז גענוג ער זאָל זיך צו איר אָנבייגן און זי אַ קוש טאָן אין די קאַלטע ליפּן, זי זאָל זיך פֿונעם הונדעריאָריקן שלאָף אויפֿוועקן… ראָבערט איז שוין גרייט געווען צוגיין צום געלעגער און מיט זײַן קוש אַראָפּנעמען פֿון קלאַראַן דעם בייזן כּישוף… קלאַראַס קול האָט אים אָפּגעשטעלט און אומגעקערט צו דער ווירקלעכקייט.
— דער דאָקטער האָט געזאָגט, — האָט געציטערט קלאַראַס שטים, — אַז אין אונדזער קלימאַט וועל איך לאַנג נישט אויסהאַלטן… כ׳מוז בײַטן… אַריבערפֿאָרן אין אַ וואַרעמען קאַנט…
— איז עס דען אַ פּראָבלעם? — האָט אין אים, אָן וואַקלעניש, ווידער זיך אויפֿגעכאַפּט דער פֿריִערדיקער ראָבערט, קלאַראַס מאַן, וואָס איז צוליב זײַן שמעטערלינג גרייט געווען איבערצוקערן די וועלט, — אַז מע מוז, טוט מען!
אין קאָפּ האָט זיך שוין געדרייט אַ פּלאַן: צום אַרויסגיין אויף פּענסיע איז אים געבליבן צוויי מיט אַ האַלב יאָר, וועט ער „רעטײַערן‟ פֿאַר דער צײַט… מאַטעריעל וועלן זיי נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן, אַבי קלאַראַ זאָל נישט פֿאַלן בײַ זיך… אַבי בלײַבן נאָר מיט אים…
סוף אָקטאָבער זײַנען זיי אַריבערגעפֿאָרן קיין פֿלאָרידע. ראָבערט האָט געדונגען אַ דירה דערווײַל אויף זעקס חדשים אינעם דערפֿל „שוואַנענפֿאַרק‟. זײַן פּלאַן אַוועקפֿאָרן נאָר מיט קלאַראַן איז דורכגעפֿאַלן; אָן פֿיאָדאָרן האָט זי נישט געוואָלט זיך רירן פֿון אָרט. סוף־כּל־סוף, האָט ראָבערט געמוזט נאָכגעבן — קלאַראַס געזונט איז פֿאָרט וויכטיקער!
די דירה איז באַשטאַנען פֿון צוויי שלאָף־צימערן און אַ גרויסער באַגלאָזטער לאָדזשיע, וואָס מע רופֿט דאָ „פֿלאָרידאַ־רום‟. דאָרט איז געשלאָפֿן פֿיאָדאָר, קלאַראַ און ראָבערט האָבן פֿאַרנומען די צוויי שלאָף־צימערן. אייגנטלעך, איז קיינער פֿון דער „טרויקע‟ נישט געווען קעגן אַזאַ באַשלוס, אָנגענומען פֿון ראָבערטן. אָן אַן איבעריק וואָרט האָבן אי קלאַראַ, אי פֿיאָדאָר מסכּים געווען, אַז פֿון זיי דרײַ איז ראָבערט פֿאָרט דער „גלאַוונער‟.
פֿיאָדאָר איז געווען ייִנגער פֿון ראָבערטן מיט אַ יאָר דרײַ־פֿיר. אַ מיטלוווּקסיקער, מיט צוויי שטײַפֿע אַקסלען און אַנטוויקלטע מוסקלען, דאָס שטאַרצנדיקע בײַכל האָט בײַ פֿיאָדאָרן געהייסן „דיאַפֿראַגמע‟. די דאָזיקע דיאַפֿראַגמע, האָט ער דערקלערט ראָבערטן, רעגולירט און העלפֿט דעם וואָקאַליסט ריכטיק צו אָטעמען. אויפֿן פּנים איז פֿיאָדאָר קיין קראַסאַוועץ נישט געווען; אַ באַקביינערדיקער, מיט אַ ברייטלעכער נאָז און בלויע, עטוואָס קאָסעצעשטעלטע אויגן, תּמיד גרייט צו אַ גוטמוטיקן שמייכל. זײַן געדיכטע שעוועליור, אַ געמיש פֿון געלע און בלאָנדע האָר, האָט זיך פֿאַרענדיקט אויף די באַקן מיט צוויי ברייטע פּאַסיקלעך באַקענבאַרדן, וואָס האָבן געמאַכט זײַן אויסזען ענלעך צו אַ פּערסאָנאַזש פֿון אַן איטאַליענישער אָפּערע. לויטן כאַראַקטער אַ באַריידעוודיקער, האָט ראָבערט אָפּגעשאַצט פֿיאָדאָרס IQ גאָר נישט הויך, הגם ענגליש האָט יענער גערעדט גענוג פֿליסיק, פֿאַרשטייט זיך, מיט אַ האַרטן רוסישן אַקצענט; דערצו פֿלעגט ער דאָ און דאָרט אַרײַנבראָקן אַ רוסיש וואָרט אָדער אַפֿילו אַ ווערטל און עס אומגעלומפּערט דערקלערן. ראָבערטן האָט פֿיאָדאָרס בולטע „רוסישקייט‟ דענערווירט, אָבער בײַ קלאַראַן — אַרויסרופֿן אַ קינדישע אַנטציקונג: „בראַוואָ, פֿעדאָריני, בראַוואָ!‟
פֿיאָדאָר האָט זיך געכאַפּט צו יעדער אַרבעט אין שטוב, פֿאַרביטן ראָבערטן אין קיך, מיט איין וואָרט, פֿאַרלאָפֿן אים אַלע וועגן. מעגלעך, ווײַל ער האָט זיך פֿאָרט געפֿילט פֿאַר ראָבערטן שולדיק און אפֿשר, צוליב זײַן ברייטער אַרטיסטישער נאַטור. ראָבערט פֿאַרקערט — ער האָט זיך געהאַלטן מיט אַ בולט־קאַלטער העפֿלעכקייט, ווי צו אַ גאַסט, וואָס האָט זיך שוין גענוג פֿאַרהאַלטן, נאָר אים אָנווײַזן אויף דער טיר, פּאַסט נישט, ווײַל די דערציִונג דערלויבט עס נישט צו טאָן. פֿון דעסטוועגן, האָט ראָבערט שוין באַלד פֿון די ערשטע טעג בעת זייער צונויפֿפֿאָר, קלאָר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער, נישט געקוקט אויף קלאַראַס אויסוואַל, פֿאַרנעמט אין זייער צוזאַמענלעבן דאָס אָרט פֿון רעכטס, און פֿיאָדאָר — נאָר פֿון לינקס, ווי עס קומט פֿאָר אויף די פֿרימאָרגנדיקע שפּאַצירן.
צוליב פֿיאָדאָרס באַריידעוודיקייט, האָט ראָבערט זיך דערוווּסט זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט קיין מאָל נישט געטראַכט און מסתּמא וואָלט ער רויִק אויסגעלעבט זײַנע יאָרן אָן די קענטענישן אויך. אַזוי, למשל, האָט ער צום ערשטן מאָל דערהערט, אַז אין רוסלאַנד זײַנען פֿאַראַן כּלערליי קאָזאַקן, אַרײַנגערעכנט אוראַלער קאָזאַקן. וועגן די „רוסישע קאָזאַקן‟ בכלל האָט אין ראָבערטס משפּחה שוין נישט איין דור זיך געהאַלטן אַ שם, אַז קיין גרעסערע גזלנים און ייִדן־קוילערס זײַנען נישט געווען. און דאָ קומט אַ סאַמעראָדנער קאָזאַק פֿון אוראַל און דערציילט די האַרצרײַסנדיקע געשיכטע, ווי אַזוי זײַן פֿאַמיליע האָט געליטן פֿון דער סאָוועטן־מאַכט. באַזונדערס פֿלעגט זיך בײַ פֿיאָדאָרן צעבינדן די צונג, ווען נאָך אַ פּאָר גלעזלעך וויסקי, האָט אים אַרומגעכאַפּט אַן אומעט.
— אין תּוך איז מײַן זיידע געווען אַ פֿאַרמעגלעכער פּויער, — האָט פֿיאָדאָר דערציילט, — ער האָט געבויגן זײַן קריזש פֿון די דריטע הענער ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן… דו ווייסט, ווען עס קרייען די דריטע הענער? פֿון וואַנען זאָלסטו, אַן אַמעריקאַנער סיטי־מען, עס וויסן? — געפֿרעגט און אַליין געענטפֿערט: — אַרום פֿיר אַזייגער בײַ נאַכט, נאָך פֿאַרן קאַיאָר… די קאָמוניסטן האָט עס אָבער נישט געלוינט, האָבן זיי אים אַרעסטירט און דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס נאַציאָנאַליזירט… פּראָסט גערעדט, צוגערויבט… מער האָט מען מײַן זיידן נישט געזען… און די פֿאַמיליע האָט מען פֿאַרשיקט… „ק טשיאָרטו נאַ קוליטשקי…‟… וווּ די ווײַסע בערן באָדן זיך! איך בין שוין געבוירן געוואָרן אין דער רוסישער „גלובינקאַ‟… טיף אין רוסלאַנד…
ראָבערט איז געווען אַן אַסימילירטער ייִד, און זיך ווייניק אינטערעסירט מיטן ייִדישן לעבן סײַ פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן און סײַ פֿון די ייִדן אין דער וועלט. פֿון דעסטוועגן, האָט מען שוין געדאַרפֿט זײַן אין גאַנצן טויב נישט צו הערן, אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרפֿאָלגט די מאַכט אירע ייִדישע בירגער, באַגרענעצט זיי צו מאַכן אַ קאַריערע און דערצו גיט מען זיי נישט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד… אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרפֿאָלגט מען אויך נישט־ייִדן, האָט עס אים געאַרט, ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. צוריק גערעדט, האָט ראָבערט זיך אויך ווינציק אינטערעסירט מיט פּאָליטיק בכלל. אין תּוך גערעדט, האָט ער געהאַלטן, איז פֿאַר מאַסן מענטשן דער ענין פּאָליטיק אַ פֿײַגן-בלעטל, צו פֿאַרשטעלן זייער עם-הארצות. מע רעדט און מע רעדט… אַבי אַרויסצוּווײַזן, אַז מע פֿאַרשטייט אויך עפּעס אין דעם…
פֿיאָדאָרס פּראָטעסט צו דער מאַכט, ווי ס׳האָט זיך געמאָלט ראָבערט, איז אַרויס נאָך פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, פֿון זײַן באָבעס און מאַמעס איבערשושקען זיך בײַם פֿײַערל לעבן דער הרובע אין די לאַנגע ווינטער־פֿאַרנאַכטן, פֿון זייערע זיפֿצן און אָנגעלאָפֿענע טרערן…
— די מאַמע איז געווען מײַן ערשטע וואָקאַל־לערערין, הגם זי האָט אַפֿילו אַזאַ וואָרט נישט געקענט. זי איז געווען אַ סאַמעראָדנע פֿאָלקס־זינגערין. כ׳האָב פֿון איר אַ סך איבערגענומען, וואָס איז מיר שפּעטער צו ניץ געקומען אַפֿילו אין קאָנסערוואַטאָריע… — פֿיאָדאָר האָט ברייט צעשטעלט די הענט און ס׳האָט זיך דערהערט: — „אוי, מאָראָז, מאָראָז, ניע מאָראָז מעניאַ. ניע מאָראָז מעניאַ, מאָיעגאָ קאָניאַ…‟ [1] — זײַן געדיכטע נידעריקע שטים האָט זיך ווי אַרויסגעריסן פֿון אַ קאַלטער הייל אויף דער פֿרײַ, און מיט איר האָלב־ווילדער, אומבאַגרײַפֿלעכער קראַפֿט פֿאַרכאַפּט זײַנע צוויי צושויער. פֿאַרשייט זיך, אַז נישט קלאַראַ און נישט ראָבערט האָבן קיין וואָרט נישט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם ליד, נאָר דער ברייטער און אָפֿענער קלאַנג האָט געמאָלט אַ רחבֿותדיק פֿאַרשנייט פֿעלד… און מיטאַמאָל האָט פֿיאָדאָרס פּנים זיך אָנגעצונדן מיט אַ פֿײַער און פֿון האַרצן האָט זיך אַרויסגעריסן אַ הפֿקרדיקער געזאַנג: „אָך, שניי, שניי־שניי, ווײַסע זאַווערוכע,/ זאָגט ער מיר, ר׳האָט מיך ליב,/ אײַ, אַ כיטרע בחור!..‟
זייער לעבן האָט זיך פּאַמעלעך אַרײַנגעגאָסן אין דער אַלגעמיינער רויִק־מאָנאָטאָנער טאָג־טעגלעכקייט פֿון „שוואַנענפּאַרק‟, וווּ יעדער אײַנוווינער האָט זיך באַמיט צו געפֿינען אין איר זײַן אייגן שטיקל אָרט — נישט זײַן צו לאַסט אַ צווייטן, און נישט פֿאַרלירן דאָס אייגענע פּנים. ראָבערט, וואָס האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אָפּגעגעבן דער אַרבעט, איז דאָ פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט צוויי זאַכן, גאָר נײַע פֿאַר אים — אין דער פֿרי ביז בײַ טאָג האָט ער געשפּילט אין „פּיקלבאָל‟ און פֿאַר נאַכט — פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ביז שפּעט אין דער נאַכט אינעם ביליאַרדזאַל.
פֿיאָדאָר האָט בײַם אָנהייב שווער איבערגעטראָגן דעם הייסן פֿלאָרידער קלימאַט. אַרײַנגעפֿאַלן אינעם גרוב פֿון זײַן „רוסישער מאַנקאָליע‟, ווי ער האָט עס אָנגערופֿן; שעהען־לאַנג געלעגן אויפֿן געלעגער, אָנשטעלנדיק דעם בליק דורך די אָפֿענע לאָדזשיע־פֿענצטער ערגעץ אין ווײַטע אומקלאָרע ווײַטענישן. מעגלעך, געזען אין זײַנע „מאַנקאָלישע בילדער‟ פֿאַרשנייטע פֿעלדער פֿון זײַן אַלטער היים, אָדער דעם איינציקן זון, וועלכער האָט שוין אין אים געוויס פֿאַרגעסן, און ווער ווייסט, וואָס נאָך קאָן זען אַ פֿאַרלוירענער בײַ זיך אימיגראַנט. זײַנע וויזיעס האָט ער באַגלייט מיט אַ לאַנגזאַם אומעטיק רוסיש ליד:
„סטעפּ און סטעפּ אַרום,
ווײַט עס ליגט דער וועג.
דאָרט אין וויסטער סטעפּ,
ווערט יאַמשטשיק [2] פֿאַרפֿרירט.‟
ראָבערט האָט זיך אײַנגעהערט אין די נאָגנדיקע קלאַנגען, וואָס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן אין אַ ברייטער מעלאָדיע, ענלעך צו אַ געוואָי פֿון אַ וואָלף אין אַ פֿראָסטיקער נאַכט, און ס’האָט אים אַרומגעכאַפּט אַ פּחד, געקומען פֿון זײַנע ווײַטע אָבֿות, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון יענע קאַלטע פֿאַרשנייטע רוסישע פֿעלדער נאָך די בלוטיקע פּאָגראָמען.
ער האָט געמאַכט עטלעכע פּרוּוון אָרויסצושלעפּן פֿיאָדאָרן פֿון זײַן פֿאַרטשאַדעטן צושטאַנד, ברענגען אויפֿן שפּילפּלעצל פֿון „פּיקלבאָל‟, אָדער אים דערקלערן, ווי אַזוי צו שפּילן אין „אַמעריקאַנער פּול‟… פֿיאָדאָר האָט זיך עקשנותדיק אָפּגעזאָגט און זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז ער איז שטענדיק געווען ווײַט פֿון ספּאָרט, סײַדן… און כיטרע צוגעבן: „אינעם אָפּערע־טעאַטער, וווּ כ׳האָב אָפּגעאַרבעט איבער פֿופֿצן יאָר, האָט מען די וואָקאַליסטן גערופֿן ׳באָקאַליסטן׳, צוליב דער ליבע אַרײַנצוקוקן אינעם פֿולן באָקאַל… אַזאַ מין ספּאָרט געפֿעלט מיר…‟ ראָבערט האָט נישט באַלד פֿאַרשטאַנען דעם אָנדײַט פֿון זײַן וויזאַווי, נאָר ווען די ווערטערשפּיל איז צו אים דערגאַנגען, האָט ער מיט אַ שמייכל ווייך זיך אָפּגערופֿן: „וועסט מוזן זוכן אַן אַנדער קאָמפּאַניאָן פֿאַר באָקאַליזם!‟.
אַזאַ קאָמפּאַניאָן האָט זיך אין גיכן אָפּגעזוכט און אַרויסגעהאָלפֿן האָט אים אין דעם, שטעלט זיך פֿאָר, אונדזער קלאַראַ. אַוודאי, נישט ספּעציעל און נישט בכּיוון, נאָר צוליב איר געטרײַשאַפֿט און ליבע צו פֿיאָדאָרן. דאָס האַרץ איז איר פֿאַרגאַנגען פֿאַר ווייטיק, אײַנזעענדיק ווי איר געליבטער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער נעץ פֿון נאָסטאַלגיע, „צעשטעלט פֿון דעם בייזן ריטער פֿאָן ראָטבאַרד‟. נאָר זי, קלאַראַ, אָדעטאַ פֿונעם אָרטיקן „שוואַנענפּאַרק‟, קאָן אים ראַטעווען.
דעם אמת געזאָגט, איז קלאַראַ בפֿירוש נישט געווען אַזאַ נאַיִוו־ראָמאַנטישע פֿרוי, ווי זי האָט אפֿשר ביז אַהער אויסגעזען. דאָס לעבן איז פֿאָרט נישט קיין באַלעט־פֿאָרשטעלונג, וווּ דער סוזשעט איז באַוווּסט פֿון פֿריִער און ווערט אויסרעזשיסירט און אויסגעטאַנצט לויט די קלאַסישע „פּאַ׳ס‟. נישט יעדער פֿון יענע פֿיר „קליינע שוואַנען‟ האָט אַזוי אָפּגעגליקט, אָנצוטרעפֿן אויף אַזאַ ראָבערטן. זי ווייסט עס גוט. אויך אַ דאַנק אים, איז זי נישט אַנטרונען געוואָרן אין דעם בלאָטיקן האַוועניש פֿון לעבן, ווי יענע דרײַ מיידלעך, אירע חבֿרטעס, מיט וועלכע קלאַראַ האָט אָנגעהויבן איר קאַריערע אויף דער בינע. ראָבערט האָט זי געלאָזט פֿליִען אין אירע בעסטע צײַטן און נישט געגעבן צו פֿאַלן בשעת די שווערע טעג און נעכט פֿון איר קרענקלעכער פּײַן.
דאָס דערנענטערן זיך מיט פֿיאָדאָרן איז אויך געווען אַ שפּיל פֿון גורל. בײַם אָנהייב האָט זי טאַקע אַזוי געטראַכט — אַ מין זײַטיקע מיזאַנסצענע, וואָס וועט אָנגיין נישט מער ווי אַ ווײַלע און זיך בײַטן. נישט אַזוי איז אָבער געשען אין לעבן. אין אַ מאָמענט האָט זי דערפֿילט, אַז זי נייטיקט זיך אין פֿיאָדאָרן מער, ווי אין ראָבערטן. פֿיאָדאָר האָט געשטילט איר פֿיזישן ווייטיק און אויפֿגערייצט די געפֿילן, וואָס זי האָט שוין געהאַלטן פֿאַר אַטראָפֿירט געוואָרענע… אין דער זעלבער צײַט, האָט זי דווקא אין פֿיאָדאָרן, דעם קרעפֿטיקן, מיט גרעבלעכע פּנים־שטריכן און אַ ברייטן שמייכל מאַנספּאַרשוין אַנטדעקט אַן איידעלן, פֿאַרלוירן אין זײַן אימיגראַנטישער אָפּגעפֿרעמדקייט גרויס קינד. ערשט דעמאָלט האָבן זי באַפֿאַלן צווייפֿלונגען: וואָס זשע ליגט אין דעם יסוד פֿון אירע באַציִונגען מיט פֿיאָדאָרן מער — דאָס נישט־רעאַליזירטע געפֿיל פֿון אַ מוטער, צי איר לעצטע ווײַבערישע ציִונג צו אים ווי צו אַ מאַנצביל?
אײַנזעענדיק פֿיאָדאָרס געפֿאַלנקייט, האָט זי שוין אָן ספֿקות אָנגענומען אַ באַשלוס: ראָבערט איז איר יאָרן־לאַנג פֿאַרלאָפֿן אַלע וועגן, וועט זי איצט פֿאַר פֿיאָדאָרן, כאָטש אַ סטעזשקעלע אויספֿלאַסטערן; ער האָט זי דאָך געראַטעוועט מיט זײַנע קרעפֿטיקע הענט, זאָל ער איצט מיט זיי ראַטעווען זיך אַליין. אין איר קורצער מעלדונג, וואָס האָט זיך באַוויזן אויפֿן שילד בײַם אַרײַנגאַנג אין „קלאַב‟, איז קלאָר און דײַטלעך געווען אָנגעוויזן, אַז ווער עס נייטיקט זיך אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלן מאַסאַזשיסט מיט אַ ליצענץ, זאָל אָנקלינגען אויף דעם און דעם טעלעפֿאָן־נומער.
בעלנים האָבן זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן. קלאַראַ אַליין האָט דעם ביזנעס געפֿירט, און פֿיאָדאָר האָט אָנגעהויבן גיין צו זײַנע פּאַציענטן אַהיים. די „רוסישע מאַנקאָליע‟ האָט זיך גיך אויסגעוועפּט און איבערן דערפֿל איז אַוועק אַ קלאַנג, אַז אין „שוואַנענפּאַרק‟ האָט זיך באַוויזן אַ „רוסישער רופֿא‟; מיט זײַנע מאַסאַזשן שטעלט ער קאַליקעס אויף די פֿיס, זײַנע צורירן מיט די פֿינגער היילן פֿון קאָפּווייטיק און אַרטריטן; ער טאַפּט אויס יעדעס ביינדל און שטעלט עס אַרײַן אויפֿן פּאַסיקן אָרט… פֿיאָדאָר פֿלעגט יעדן טאָג אויפֿשטיין „מיט די דריטע הענער‟ און זיך אומקערן שפּעט אין אָוונט. ראָבערט האָט זיך אויף אים באַליידיקט, ווײַל בעת אַ שפּיל אין זײַן באַליבטן „פּיקלבאָל‟, האָבן אים געכאַפּט די קריזשעס. פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ אַזאַ אויסכאַפּעניש, האָט פֿיאָדאָר נישט באַלד געפֿונען צײַט פֿאַר זײַן שכן.
נישט זעלטן פֿלעגט פֿיאָדאָר זיך אומקערן פֿון זײַנע באַזוכן שוין גוט בגילופֿינדיק. פּונקט ווי אַמאָל אינעם רוסישן רעסטאָראַן, האָבן זיך צווישן זײַנע דאַנקבאַרע פּאַציענטן געפֿונען אַזעלכע, וואָס, אַ חוץ דעם האָנאָראַר, אונטערגעטראָגן דעם „רוסישן רופֿא‟ אַ גלעזל וויסקי. אויסטרינקען „זאַ זדראָוויע‟ איז דאָך אַ הייליקע זאַך. ראָבערט, וואָס האָט שוין אויף פֿיאָדאָרן אַרויסגעקוקט, פֿלעגט אים „אויפֿנעמען‟ בײַ דער טיר און באַגלייטן ביזן געלעגער, אונטערהאַלטנדיק פֿון איין זײַט.
— ביסט אַ גוטער יאַט, ראָבערטאָ, — האָט פֿיאָדאָר געברומט זיך אונטער דער נאָז, — איין קלייניקייט — ביסט אַ האַרטער סוכאַר…
— רעד שטילער, קאָנסט אויפֿוועקן קלאַראַן…
— קלאַראַ איז אַן אַנגעל, אַ מלאך, געשיקט אונדז ביידן פֿון הימל…
צוגעפֿירט פֿיאָדאָרן צום געלעגער, האָט ראָבערט אַראָפּגעשלעפּט אים די סאַנדאַלן פֿון די פֿיס און צוגעדעקט מיט אַ לײַכטער זומער־קאָלדרע…
און דאָס אײַנגעשטעלטע לעבן פֿון די פֿלאָרידן און פֿלאָרידענעס אינעם „שוואַנענפּאַרק‟ צווישן די אייביק גרינע געוויקסן, איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, האַלטנדיק זיך בײַם געמאָסטענעם רוטין־ריטעם, אויסגעאַרבעט במשך פֿון זייער עלטערן זיך; און להיפּוך צו דעם אומפּשרהדיקן גאַנג פֿון צײַט, וואָס האָט געיאָגט און געטריבן די טעג און וואָכן, אַ חודש נאָך אַ חודש… און אָט איז שוין געקומען מערץ.
ראָבערט האָט פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרלענגערן דעם אָפּמאַך נאָך אויף אַ האַלב יאָר. קלאַראַ איז נישט געווען קעגן; ס׳איז איר בפֿירוש געוואָרן גרינגער, אָדער ווי דער דאָקטער האָט געזאָגט: איר מצבֿ האָט זיך סטאַביליזירט. פֿיאָדאָרס ענטפֿער, ווי זײַן שטייגער איז, האָט ער אויסגעדריקט מיט אַ געזאַנג: „וואָס אונדזער לעבן איז? אַ שפּיל!/ פֿון גוט און שלעכט, אַ חלום בלויז…‟ — וואָס האָט עס געזאָלט מיינען אין דעם קאָנטעקסט פֿונעם שמועס, האָט ראָבערט נישט פֿאַרשטאַנען, אָבער קלאַראַ האָט געשײַנט: „בראַוואָ, פֿעדאָריני! בראַוואָ!‟
שפּעטער מיט אַ וואָך איז די גורלדיקע פֿראַזע פֿון טשײַקאָווסקיס אָפּערע „די דאַמע פּיק‟, פֿאַרענטפֿערט געוואָרן מיט פֿיאָדאָרס בריוול, איבערגעלאָזט אויפֿן טיש פֿון זייער אַלגעמיינער קיך. אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט פֿיאָדאָרס באַליבט וואָרט: „גאַיס!..‟ — און ווײַטער האָבן זײַנע ענגלישע קאָטשערעס און לאָפּעטעס דערקלערט:
„מײַן פּאַציענט און פֿרײַנד מיטן נאָמען דזשאָזעף, איז אַן אײַנוווינער פֿון דער קאַנאַדער שטאָט קוועבעק. ער זינגט אינעם שטאָטישן כאָר ווי אַ טענאָר. האָט ער מיר דערציילט, אַז אין זייער קאַנט האַלט זיך דער שניי און פֿראָסט ביז סוף וועסנע. האָב איך אָנגענומען זײַן פֿאַרבעטונג און פֿאָר אַוועק מיט אים קיין קוועבעק. די גרינע וואַרעמע פֿלאָרידע איז נישט פֿאַר מיר, בפֿרט זומער־צײַט. קלאַראָטשקאַ, מײַן אַנגעל, דײַן ליבע פֿיר איך אַוועק מיט זיך. זי וועט מיר נישט געבן צו פֿאַרפֿרוירן ווערן… און דו, ראָבערטאָ, געדענק צו מאַכן יעדן אינדערפֿרי די 3 געניטונגען, וואָס כ’האָב דיר געוויזן, וועסטו פֿאַרגעסן אין דײַנע קריזשעס. נו, ווי זאָגט מען אין רוסיש: ׳ניע פּאָמינײַטיע ליכאָם׳‟, וואָס מיינט, דערמאָנט מיך נישט מיט שלעכטס.
אײַער פּיאָדאָר־פֿעדאָריני‟
קלאַראַ, וואָס האָט געפֿונען פֿיאָדאָרס בריוול די ערשטע, האָט עס שוין געהאַט איבערגעלייענט און זיכער נישט איין מאָל. זי האָט עס פֿון די הענט נישט אַרויסגעלאָזט און עס פֿאַר ראָבערטן איבערגעלייענט אַליין אויף אַ קול. זי האָט איצט דערמאָנט ראָבערטן קלאַראַן פֿון יענעם ווײַטן אָוונט, ווען זי, האַלטנדיק בײַם שטריקן דעם געטרע־זאָק, געמאָלדן ראָבעטן וועגן אירע ליבע־באַציִונגען מיט פֿיאָדאָרן. קלאַראַ האָט אויסגעהאַלטן אַ פּויזע, בעת וועלכער ס׳האָבן זיך אויף איר בלייך פּנים אָנגעצייכנט עטלעכע דינע קרומע ליניעס, ענלעך צו אַ שמייכל. ראָבערט האָט דערהערט: „כ׳האָב אים שטענדיק געהאַלטן פֿאַר אַ גרויס קינד…‟
מסתּמא, האָט ראָבערט אויך געדאַרפֿט עפּעס זאָגן. רעאַגירן סײַ אויף פֿיאָדאָרס קונץ און סײַ אויף קלאַראַס אָפּשאַצונג, נאָר קיין ווערטער האָבן זיך בײַ אים נישט געפֿונען. האָט ער געשוויגן, זיך געגריבלט אינעם מוח, און מיטאַמאָל, ערגעץ פֿון דעם צײַט־טיפֿעניש, ווי אַן עכאָ פֿון זײַן קינדשאַפֿט, האָט ער דערהערט דאָס קול פֿון זײַן באָבען: „אַ גוי בלײַבט אַ גוי!‟ דעמאָלט, אַ קינד, האָט ראָבערט נישט פֿאַרשטאַנען ניט וואָס דאָס וואָרט „גוי‟ מיינט, און ניט, וואָס עס מיינט דער באָבעס זאָג… איצט, ווי אַן ענטפֿער אויף קלאַראַס רעאַקציע, האָט ראָבערט אויסגעשטאַמלט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ליבעראַלן אַמעריקאַנער ייִד: „יעדער האָט רעכט צו מאַכן זײַן אייגענעם אויסווײַל…‟
אין די הויכע זומער־היצן שיִער נישט דאָס איינציקע אָרט אין „שוואַנענפּאַרק‟, וווּ מע קאָן זיך באַהאַלטן, געפֿינט זיך אונטער דעם ריזיקן באַניאַן־בוים. אַהער קיין פֿלאָרידע האָט מען דעם דאָזיקן באַניאַן־בוים אַרײַנגעבראַכט אַזש פֿון אינדיע. אויפֿן ריזיקן שטח פֿונעם „שוואַנענפּאַרק‟ וואַקסן אפֿשר אַ פּאָר צענדליק אַזעלכע ביימער. דורך זײַנע געדיכטע מגושמדיקע צווײַגן שלאָגט זיך נישט דורך קיין איין זונשטראַל. טאַקע אין זײַן פֿאַרלאָזלעכן שאָטן האָב איך זיך באַקענט מיט דעם פּאָרפֿאָלק — קלאַראַ און ראָבערט. זיי זײַנען געזעסן אויף אַ באַנק צוגעטונליעט איינער צום אַנדערן ווי איין גאַנצקייט, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן איינעם פֿונעם אַנדערן. ער האָט געהאַלטן איר האַנט אין זײַן האַנט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ געטרײַ פֿאַרליבט פּאָרעלע. קוקנדיק אויף זיי, איז מיר געקומען אויפֿן זינען די ערשטע שורה פֿון פּושקינס אַ ליד און וואָס טשײַקאָווסקי האָט אַרײַנגעשטעלט אין זײַן אָפּערע „יעווגעני אָניעגין‟: „די ליבע ווייסט נישט פֿון קיין עלטער…‟
[1] אוי, פֿראָסט, פֿראָסט, מאַך מיך נישט פֿאַרפֿרוירן, נישט מיך און נישט מײַן פֿערד…
[2] יאַמשטשיק — פּאָסט־פֿורמאַן
נאָוועמבער 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק — דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע