נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 99

דאַנקטאָג אין אַ שטילן ווינקל אויף דער עלטער

צו די וויכטיקסטע חגאָות אין די אַמעריקאַנער פֿאַראייניקטע שטאַטן געהערט בלי־סופֿק דער יום־טובֿ דאַנקטאָג. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער בירגער האַלטן, אַז זיי האָבן פֿאַר וואָס צו באַדאַנקען אַמעריקע. ס׳איז וויכטיק צו באַטאָנען, אַז מ׳איז דאַנקבאַר נישט אַזוי די רעגירונג גופֿא, נאָר דווקא דאָס לאַנד אַמעריקע. לכתּחילה איז אַמעריקע געווען אַ לאַנד פֿון עמיגראַציע, אַן אָרט, וווּהין די כּלערליי מינים גערודפֿטע פֿלעגן געפֿינען זייער מקום־מיקלט.

די ייִדן, וואָס זייער גורל איז געקניפּט און געבונדן מיט רדיפֿות, זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, קיין אויסנאַם נישט געווען. אַפֿילו קאָלומבוס אַליין, וואָס האָט דעם קאָנטינענט אַנטדעקט, איז לויט די לעצטע וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשונגען געווען אַ געשמדטער ייִד, וואָס האָט געמוזט אויסבאַהאַלטן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, צוליב די רדיפֿות פֿון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. פֿון יעדער מענטשלעכער היסטאָרישער תּקופֿה זײַנען אין אַמעריקע געווען און פֿאַראַן פּליטים־אימיגראַנטן. אין די לעצטע 50 יאָר האָבן קיין אַמעריקע עמיגרירט אַן ערך צוויי מיט אַ האַלבן מיליאָן ייִדן, ס׳רובֿ פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

במשך פֿון דער צײַט זײַנען שוין אין אַמעריקע געבוירן געוואָרן און געמאַכט זייערע קאַריערעס כּמעט צוויי דורות ייִדישע קינדער, געבוירענע פֿון די עלטערן אימיגראַנטן. אַמעריקע איז געוואָרן זייער היים. דער אימיגראַנטישער באַגריף „אַלטע היים‟ קלינגט פֿאַר זיי פֿרעמד. אין די 1970ער־1980ער יאָרן, ווען קיין אַמעריקע האָבן אָנגעהויבן אָנקומען די ערשטע עמיגראַנטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט דער ייִנגערער דור אַמעריקאַנער ייִדן, ס׳רובֿ קינדער פֿון דער שארית־פּליטה, זיך אָנגעשלאָסן אינעם קאַמף צו דערמעגלעכן די סאָוועטישע ייִדן פֿרײַ אַרויסצופֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. געמיינט האָט מען, קודם־כּל, אַז די סאָוועטישע ייִדן, ווי נאָר זיי וועלן באַקומען אַזעלכע רעכט, וועלן זיי זיך באַלד אַ לאָז טאָן קיין מדינת־ישׂראל. נישט אַזוי איז אָבער געשען. ווען די צײַט פֿון „פֿרײַער עמיגראַציע‟ איז סוף־כּל־סוף געקומען, זײַנען די סאָוועטישע ייִדן געבליבן שטיין פֿאַר דער דילעמע — וווּהין צו פֿאָרן? דעמאָלט איז די בכורה אָפּגעגעבן געוואָרן דווקא אַמעריקע!..

דעם לעצטן דאָנערשטיק פֿון נאָוועמבער, ווי עס פֿירט זיך זינט 1941, האָט זיך אַ גרופּע ייִדישע אימיגראַנטן, געוועזענע בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אײַנוווינער פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע בסך־הכּל 21 מענטשן (איך בתוכם) זיך צונויפֿגענומען אויף אַ שׂימחהלע צו פֿײַערן דעם דאַנקטאָג. באַיאָרטע מענטשן, פֿון 70 און העכער, האָבן מיר נאָך דאָרט, אין אונדזער „אַלטער היים‟ באַוויזן צו מאַכן שיינע קאַריערעס: ס׳רובֿ אינזשענערן אין פֿאַרשיידענע געביטן, אַ דאָקטערשע, אַ לערערקע, מײַן ווייניקייט — אַ מוזיקער און אַ ייִדישער שרײַבער, און אַ מיליטער־מאַן אינעם טשין פֿון אַ קאָלאָנעל. ער האָט טאַקע גענומען דאָס וואָרט דער ערשטער…

איך געדענק, בעת מײַן דינען איין יאָר נאָכן פֿאַרענדיקן די קאָנסערוואַטאָריע, אין דער סאָוועטישער אַרמיי, איז מיר אויסגעפֿאַלן דאָס גליק צו שפּילן אויפֿן באַנקעט פֿון די אָפֿיצערן, לכּבֿוד דער גרויסער שׂימחה — דעם „רויטן‟ מלוכה־טאָג פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אַזויפֿיל שבֿחים, לויב־געזאַנגען, און דאַנקטאָסטן דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און איר גענעראַל־סעקרעטאַר, לעאָניד ברעזשניעוו, האָב איך נישט פֿאַר און נישט שפּעטער מער נישט געהערט. נאָך דער דאָזיקער שיכּורער הוליאַנקע פֿון אונדזער מיליטערישער נאַטשאַלסטווע איז בײַ מיר פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן אַ נימאס געפֿיל צו מליצהדיקע דאַנקווערטער, לכּבֿוד די הויכגעשטעלטע מלוכה־גדלים און דער מאַכט…

אונדזער קאָלאָנעל, נאָך זײַנע כּמעט 30 יאָר לעבן אין אַמעריקע ווי אַ פּשוטער אַרבעטער אין ניו־יאָרקער MTA אונטערבאַן, האָט פֿאָרט נאָך פֿאַרהיט זײַן אָפֿיצער־האַלטונג און אויסגעדרוקט זײַן דאַנק נישט דעם פּרעזידענט און נישט קיין פּאַרטיי, נאָר דעם לאַנד און פֿאָלק פֿאַרן אויפֿנעמען זײַן משפּחה אין אַ שווערער שעה פֿון לעבן, געבן אַרבעט אים און זײַנע קינדער, וואָס האָבן שוין דאָ געמאַכט אַ שיינע קאַריערע; און פֿאַר זײַנע אייניקלעך — פּאָלנע אַמעריקאַנער קינדער און יוגנטלעכע.

יעדער איינער, וואָס איז געזעסן בײַם שיין־געדעקטן טיש מיטן אָפּגעבראָטענעם אינדיק אויבנאָן האָט אויך דורכגעמאַכט זײַנע אייגענע אימיגראַציע־דרכים, ווײַט נישט קיין גלײַכע און אויסגעפֿלײַסטערטע, אָבער פֿאָרט פֿאַרהיט זײַן אַמאָליקע האַלטונג, געבראַכט פֿון דער „אַלטער היים‟. זעט אויס, אַז דער אייביקער ייִדישער נע־ונד האָט אויסגעלערנט אונדזער פֿאָלק צו זײַן דאַנקבאַר דעם לאַנד און מענטשן, וועלכע האָבן דערמעגלעכט צו געפֿינען אַ זיכערן מקום־מיקלט; און דערבײַ האָט מען נישט פֿאַרלוירן דעם אָפּשײַ און ווירדע, דעראָבערט אין די פֿאַרלאָזטע מקומות.

28סטער נאָוועמבער, 2025, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע

Leave a comment