דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג

גײַסטיקע װירקונגען

ניט געקוקט אױף די רעשטלעך פֿון רעליגיעזן לעבנס־סדר, האָט בײַ אונדז אין שטוב געהערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון װעלטלעכע אינטערעסן, זעלבסטבילדונג, און אױטאָדידאַקטיזם, פֿון לײענען ביכער, פֿירן געשפּרעכן איבער פֿאַרשײדענע סאָציאַלע־ און קולטור־װיסנשאַפֿטלעכע פֿראַגעס. אין שטוב איז געװען אַ פֿאַרהעלטענישמעסיק גוטע ביבליאָטעק; זי איז געשטאַנען בײַם עלטערן ברודער אין צימער. עס פֿלעגן אַרײַנקומען מענטשן, יונגע־לײַט, אויסטוישן די ביכער. די ביבליאָטעק איז געװען אַ מין געזעלשאַפֿטלעך אָרט, וווּ מע האָט זיך טײלט מיט די אײַנדרוקן װעגן די איבערגעלייענטע ביכער: בעלעטריסטיק — רוסישע, ייִדישע, העברעיִשע — קריטיק, היסטאָרישע און װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור. בײַנאַנד מיט בעלינסקיס שריפֿטן, האָט מען געקאָנט געפֿינען קריטישע אָפּהאַנדלונגען פֿון אײכענװאַלדן און אָװסיאַניקאָ־קוליקאָװסקין; בײַנאַנד מיט דובנאָװס „ייִדישע געשיכטע‟ אין רוסיש, אױך סאָציאַל־פּאָליטישע ליטעראַטור און פּאָליטישע עקאָנאָמיע (זשעליעזנאָװ, טוגאַן-באַראַנאָװסקי), אײניקע מאַרקסיסטישע שריפֿטן (פּלעכאַנאָװ, קאַוטסקי). עס פֿלעגן אָנקומען זשורנאַלן, צײַטונגען אויף רוסיש און „דער מאָמענט‟ א”אַנד.)

דער עלטסטער ברודער, ישׂראליק־אוליק, אַ פֿעיִקער, באַזעסענער און ערנסטער ייִדישער יונגער־מאַן מיט פֿאַרשײדנאַרטיקע בילדונגס־אינטערעס, מיט פֿאַרנעפּלטע סאָציאַליסטישע שטימונגען און אידעען. ער געהערט צו די אָנגעזעענסטע אינטעלעקטואַלן אין שטעטל. ער לײענט שטענדיק, ער האָט ניט ליב קײן בטלנותדיקע פּוסטע אַמפּערײַען — ער שטודירט. אָט, זע איך, װי ער צעשנײַדט מיטן מעסער בלאַט נאָך בלאַט פֿון אַ נײַער אױסגאַבע פֿון דער באַרימטער „קולטור־געשיכטע‟ פֿון דײַטשישן פּראָפֿעסאָר קאָלב אין רוסישער איבערזעצונג, קאַוטסקיס „די אַנטישע װעלט — אורשפּרונג פֿון קריסטנטום‟, און אַנדערע ערנסטע ביכער. אַגבֿ, שפּעטער נאָך דער רעוואָלוציע װעט ער רעפֿערירן פֿאַר אַ גרױסן עולם. נאָר די מאַמע האָט שטענדיק געהאַט צו אים גרויסע תּענות און געבעטן בײַם אַלמעכטיקן, ער זאָל אים מוחל זײַן די זינד.

דאָס האָט ער, דער עלטסטער ברודער אוליק, געשיקט מיך איין מאָל מיט אַן אױפֿטראָג צו יאַנקל שענקמאַן, צו ברענגען אים קראָפּאָטקינס בוך „שריפֿטן פֿון אַ רעװאָלוציאָנער‟, און איך האָב געכאַפּט, װי מען זאָגט דאָס, אַ װיסטן פּסק פֿון זײַן פֿאָטער, שניאור שענקמאַן. אַגבֿ, שניאור שענקמאַן אַליין פֿאַרדינט אַ פּאָר װערטער. אַ נידעריקער, שײנער, שװאַרץ־אױגיקער ייִד, מיט אַ שײנער זילבערנער באָרד און קוטשעראַװע גרױע האָר אױפֿן קאָפּ, מיט אַ פֿעסט, גרעבלעך קול, אַן אַדװאָקאַט, אַ שטאָט־שתּדלן. ער נעמט זיך אונטער צו פֿירן פֿאַרשײדענע יורידישע ענינים, האָט אַ שײנע פּרנסה, פֿאַרמאָגט אַן אײגן גרױס הױז פֿון צװײ שטאָקן און אױסגעבונדן מיט די אָרטיקע טשינאָװניקעס. ער איז אַן אינטעליגענטער, פֿרײַער ייִד, רעדט פֿרײַ און ריכטיק רוסיש, און אין שטוב בײַ אים פֿירט מען זיך אַפּיקורסיש־פֿרײַ פֿון רעליגיעזע געבאָטן, אָבער אין דער קלױז פֿאַרנעמט ער אױך דעם אױבנאָן און, װען עס קומט שׂימחת־תּורה — דעם טאָג האָט ער גראָד יאָרצײַט, — שטעלט ער זיך אױך פֿאַרן עמוד און קנאַקט אָפּ און לײגט אַװעק מיט זײַן גראָבלעכער שטימע אַזאַ טשאַקענדיקן „אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי יְהוָה הוּא הָאֱלֹהִים אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ‟, —אַז נאָך ביז איצט געדענקט זיך זײַן קול. דערנאָך גײט ער מיט די הקפֿות און זינגט: „עוזר דלים הושיע נא…‟, — כאָטש אין זײַן װאָכעדיקער טעטיקײט פֿאַרלאָזט זיך און שפּאַרט זיך שניאור שענקמאַן צו װײניק אױפֿן „עוזר דלים‟ און מער אױף די אײַזערנע פּאַראַגראַפֿן פֿון געזעץ־קאָדעקס און פֿאַרבינדונגען מיט די באַאַמטע… איז, אָט קום איך אַרײַן צום שניאור שענקמאַן אין שטוב — אַלע קינדער זײַנען גראָד אין דער הײם, — עס זײַנען אױך פֿאַראַן זײַטיקע מענטשן און איך מעלד הויך אויף אַ קול:

— איציק האָט געבעטן, איר זאָלט אים געבן „זאַפּיסקי רעװאָלוציאָנעראַ‟.

עס הײבט זיך אױף פֿון זײַן שטול דער אַלטער שניאור שענקמאַן און, פּינטלענדיק מיט די קלײנע שװאַרצע אױגן, לױפֿט ער צו צו מיר מיט אַ געשרײ:

— שטיל, פּוסטער בחור! — און מיט אַ פֿאָרװוּרף האָט ער אַ קוק געטאָן אױף זײַנע קינדער.

איך בין קױם אַרױס אַ לעבעדיקער. איך האָב נאָך דעמאָלט ניט פֿאַרשטאַנען, אין װאָס דאָ גײט, ערשט שפּעטער בין איך דערגאַנגען, אַז די „זאַפּיסקי רעװאָלוציאָנעראַ‟ האָבן געקאָנט שטאַרק קאַליע מאַכן שניאור שענקמאַנען זײַן גאַנצע קאַריערע פֿון אַן אַדװאָקאַט און שתּדלן בײַ דער הױכער נאַטשאַלסטװע.

אַלנפֿאַלס, דאָס בוך האָט דער ברודער, מסתּמא, געקראָגן שפּעטער און איך אַליין, װען איך בין עלטער געװאָרן, האָב עס מיט גרױס פֿאַרגעניגן געלײענט בײַ אונדז אין שטוב. דאָס איז געװען אַ בוך מיט אַ רױטן שער־בלאַט, אױף װעלכן עס זײַנען געװען אָנגעצײכנט דער נאָמען פֿון בוך מיט אַן אונטערקעפּל אױף פֿראַנצײזיש „Paroles d’un révolté‟ — אַ רוסישע איבערזעצונג דװקא פֿון פֿראַנצײזישער אױסגאַבע פֿון יאָר 1905, װײַזט אױס, אַ פֿאַרבאָטענע אין די רעאַקציע־יאָרן. איך האָב נאָכדעם יאָרן־לאַנג געהאַלטן אין מײַן פּערזענלעכער ביבליאָטעק דאָס דאָזיקע בוך, װי אַ רעליקװיע פֿון דער פֿרײַער יוגנט און װי אַ ביבליאָגראַפֿישע זעלטנהײט.

אוליק איז אױך געווען אַ גוטער שאַכמאַטיסט. װײַזט זיך אַרױס, אַז דער פֿאָטער האָט אין די גאָר פֿריִע יאָרן אײַנגעפֿירט די שפּיל אין שטוב. אוליק האָט אין דער הינזיכט דערגרײכט זײער אַ הױכע מדרגה, בפֿרט פֿאַר די שטעטלדיקע מאַסשטאַבן. די שאָך־שפּיל איז בײַ אים אַן ערנסטער ענין: ס’איז אי אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרװײַלונג און אָפּרו פֿון שטענדיקער אָנשטרענגונג אין לערנען, און עס איז אױך אַ װעג צו בױען פֿאַרשײדענע לאָגישע, שׂכלדיקע קאָמבינאַציעס. עס קומען אין שטוב אַרײַן שאָך־שפּילער, מען שפּילט און אײנצײַטיק שמועסט מען װעגן פֿאַרשײדענע פֿראַגעס. עס קומען אַרײַן אַפֿילו ניט־ייִדן. אָט קומט אַרײַן צום ברודער דעם גלחס זון מיט אַ היטל מיט אַ קנעפּל — ערגעץ שטודירט ער אין אַ גרױסער שטאָט. די מאַמע איז ניט צופֿרידן צו זען דעם כּומרס טרײפֿענעם פּנים. נאָר דער פֿאָטער איז דװקא קאָנטעט װאָס דער ברודער באַגעגנט זיך מיטן כּומרס זון. דער פּאַרטנער אָנערקענט, אַז דער ברודער שפּילט בעסער פֿון אים, זײ שמועסן איבער פֿאַרשײדענע ענינים, דער ברודער איז בטבֿע אַ העפֿלעכער און אינטעליגענטער מענטש און עס האָבן פֿאַר אים אָפּשײַ אױך ניט־ייִדן. דער עלטסטער ברודער אוליק האָט זיך ספּעציעל כּמעט ניט פֿאַרנומען מיט מײַן דערציִונג, אָבער זײַן בײַשפּיל װירקט אויף מיר: זײַן ערנסטקײט, באַשײדנקײט, ערלעכקײט צו שטודירן האָבן אַרױסגערופֿן צו אים אַ געפֿיל פֿון אַכטונג און געדינט אין אַ געװיסן זינען פֿאַר אַ מוסטער — „אַזױ װי אוליק‟.

פֿון אַן אַנדער שניט איז דער צװײטער ברודער װאָלף, ער איז ייִנגער פֿון דעם עלטערן אױף אַ יאָר דרײַ-פֿיר, אַ לעבנלוסטיקער, אַ װערטלזאָגער, אַ שטיפֿער, אַ שאַרפֿזיניקער, אַ נאָכמאַכער, אױך אַ פֿעיִקער יונג מיט אַ שאַרפֿן סקעפּטישן, קריטישן בליק אױפֿן אַרום; מיט פֿאַרניכטנדיקן הומאָר און סאַרקאַזם פֿאַר בײזס און נאַרישס, װאָס ער באַגעגנט אין דער אַרומיקער װירקלעכקײט. ער קען גוט פֿון דער נײַער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, ער װײסט אױך גוט די רוסישע שפּראַך, ער לײענט, כאָטש װײניקער פֿונעם עלטערן ברודער, אָבער ער כאַפּט פֿלינק אױף אַלץ. פֿון דעם, װאָס ער לײענט, מאַכט ער שױן אַלײן זײַנע זעלבשטענדיקע, אַמאָל װײַטגײענדיקע אױספֿירן. ער אינטערעסירט זיך שטאַרק מיט צײַטונגען, זשורנאַלן — רוסישע און ייִדישע, האָט ליב צו רעדן און פֿירן שמועסן טאָג־אײַן טאָג־אױס מיט זײַנע חבֿרים, אָבער מיט אַנדערע שפּעטער שטרײַטן און דיסקוסיעס, אין װעלכע ער גלאַנצט מיט שאַרפֿזין און הומאָר. עס איז פֿון אים אױך דאָ װאָס אָפּצולערנען — זײַן דורכדרינגלעכער, שאַרפֿזיניקער בליק אױף פֿאַרשײדענע זײַטן פֿון לעבן און פֿון דער אַרומיקער װירקלעכקײט, זײַנע טרעפֿלעכע כאַראַקטעריסטיקעס פֿון פּערזאָנען און מענטשן און אַפֿילו זײַן פֿעיִקײט פֿאָרשטעלן די דאָזיקע פּערזאָנען, ווי זיי רעדן, באַװעגן זיך און זשעסטיקולירן — דאָס אַלץ האָט אױך אַ באַדײַטנדיקע װערט פֿאַר מיר אַ דרײַצן-פֿערצן־יאָריק ייִנגל, װאָס פֿאָרמירט זיך ערשט גײַסטיק.

איך הער אָפֿט מאָל פֿון יונגע־לײַט, װאָס קומען אַרײַן צו אונדז אין שטוב װעגן ציוניזם, אָבער די דאָזיקע אידעען פֿון אױסװאַנדערונג אין דעם הײליקן לאַנד האָט מיר דעמאָלט אױסגעזען אַ ביסל מטושטש: װי אַזױ װעלן דאָס אַלע שטעטלדיקע קרעמער און קלײטניקעס אין אײן שיינעם פֿרימאָרגן זיך אױפֿהײבן און לאָזן אין װעג? אָט איז גאָר ניט לאַנג אָנגעקומען פֿון דעם הײליקן לאַנד אַ יונגער־מאַן, װאָס װױנט איצט דאָ ניט װײַט אױף דער סטאַנציע מיט זײַן מוטער, דוכט זיך מישע האָראָדעצקי האָט מען אים גערופֿן. איך זע אים פֿאַר די אױגן אַפֿילו אַצינד — אַ פֿעסטער ברײטפּלײציקער שײנער יונגער־מאַן אין גלאַנציקע שטיװל און ברײטע הױזן־גאַליפֿע. און כאָטש ער רעדט פֿרײַ העברעיִש, האָט ער איבער סיבות, מיר ניט־באַװוּסטע, זיך אומגעקערט פֿונעם הײליקן לאַנד אַהער אױף דער באַן־סטאַנציע, װוּ ער איז גאָר געװאָרן אַן אַגענט צי אַ קאָמיװאָיאַזשאָר. דער בײַשפּיל האָט מיך איבערצײַגט, אַז מע דאַרף פֿאַרלאָזן די ציוניסטישע אידעע װעגן איבערזידלען זיך קײן ארץ־ישׂראל און פֿאָרזעצן לעבן אין גלות.

געװען איז װאָלף אױך אַ גוטער פֿאָרלײענער. עס געדענקט זיך, אַז ניט מיט אַ מאָל האָט ער פֿאָרגעלײענט פֿאַר די צונױפֿגעזאַמלטע אין שטוב שלום־עליכמס דערצײלונגען. עס פֿלעגט אַפֿילו צושטײן צום הערן אױך די שטענדיק פֿאַרנומענע מאַמע און האָט דערפֿון געהאַט גרױס הנאה: „ס’איז שױן, אײן מאָל אַ שלום־עליכם…‟

דער ברודער פֿלעגט פֿאָרלײענען אױך אין רוסיש: דערציילונגען פֿון קופּרינען און טשעכאָװן. דערצו האָט ער געקענט מיט מימיק און זשעסטיקוליאַציע לעבעדיקער מאַכן דאָס לײענען און פֿאַרכאַפּן די צוהערער. שױן שפּעטער אין די רעװאָלוציע־יאָרן האָט ער זיך אַרױסגעװיזן װי אַ גוטער און שײנער רעדנער.

די שװעסטער שׂרה שלינגט ביכלעך װי קיכעלעך. שׂרה איז עלטער פֿון מיר אױף אַ יאָר-אָנדערהאַלבן. אין דער גאָר פֿריסטער קינדהײט פֿון 3-2 יאָר האָט זי קאַטעגאָריש געפֿאָדערט פֿון דער מאַמען, מען זאָל מיך אַרײַנװאַרפֿן אין אױװן, פֿאַרשטײט זיך, אױס אינפֿאַנטילישער אײפֿערזוכט. שפּעטער צו האָט זי זיך פֿון דער אױטאָ־דאַ־פֿע, אָפּגעזאָגט און מיר האָבן געלעבט פֿאַרהעלטענישמעסיק פֿרײלעך. עקסצעסן פֿלעגן אױסברעכן, באַזונדערס אין די חנוכּה־טעג, װען מע שפּילט אין קװיטלעך און לױט אַ פֿאַטאַלער געזעצמעסיקײט פֿאַלט מיר אױס אָפֿט מאָל דאָס גוטע קװיטל „חי‟ און די קלינגענדיקע קופּערנע מטבעות פֿון דעם אַזױ שװער אָנגעזאַמלטן חנוכּה־געלט מוזן אַריבערגײן צו מיר. אַז זי װערט אין כּעס, רופֿט זי מיך „שמוליק מיט די באַלעכעס‟, װײַזט אױס, מײַנע אױגן האָבן איר אױסגעזען צו גרױס, אָבער עס האָט מיך ניט געקימערט, איך בין געװען צופֿרידן מיטן געװינס. שפּעטער האָבן מיר אין אײנעם געלערנט בײַם רוסישן פּריװאַט־לערער. איר חלום איז געװען אָנצוקומען אין גימנאַזיע, אָבער דאָס איז געווען ניט פֿון די גרינגע זאַכן אין יענע יאָרן פֿון די שטרענגע פּאָליצײיִשע פּראָצענט־נאָרמעס.

אָט, האָט דאָס 14־יאָריקע מײדל פֿאַניע נעמיראָװסקי, אַ הױכע, אַ שײנע, דערצױגן אין אַן אינטעליגענטער משפּחה, געװאָלט אָנקומען אין גימנאַזיע און געפֿאַלן אױף אַזאַ המצאה: אין דעם נאָענטסטן דאָרף קרופּאָדערניצע װױנט די איבערגעװאַקסענע, איבערגערײַפֿטע גרעפֿין איגנאַטיעװע, די אײגנטימערין פֿון אַ רײ אַרומיקע דערפֿער און שטעטלעך. צו איר אין שלאָס קומט אַ מאָל אַראָפּ אױף אָפּרו און געיעג איר פֿעטער, דער גראַף איגנאַטיעװ, װאָס איז אַצינד פּונקט בילדונגס־מיניסטער אין דער צאַרישער רעגירונג, און גראָד איצט װײַלט ער פּונקט דאָרט. איז אײן מאָל גאַנץ פֿרי, װען דער אײדעלער גראַף האָט זיך געקליבן צו זעצן אין דער אָנגעגרײטער קאַרעטע און פֿאָרן אױף געיעג מיט זײַן גאַנצער סװיטע, איז לעבן דער קאַרעטע אױסגעװאַקסן אַ שטאַלטנע „זשידאָװאָטשקע‟ און דערלאַנגט אַ ביטע, אַז דער גראַף זאָל איר דערלױבן אָנקומען אין גימנאַזיע אױסער דער פּראָצענט־נאָרמע. דערבײַ האָט די „זשידאָװאָטשקע‟ געמאַכט אַזױנע ריכטיקע און שײנע רעװעראַנסן און גערעדט אַזאַ פֿײַנעם רוסיש, אַז דאָס האַרץ פֿונעם אײדעלן גראַף האָט דאָס מאָל ניט אױסגעהאַלטן און ער האָט איר געגעבן די געהעריקע דערלױבעניש. עס איז איבעריק צו דערמאָנען, אַז די „זשידאָװאָטשקע‟ איז געװען פֿאַניע נעמיראָװסקי, װאָס האָט זיך לאַנג געגרײט צו דעם העלדנטאַט.

מײַן שװעסטער שׂרה איז אָבער אױף אַזאַ העלדנטאַט ניט פֿעיִק. זוכט מען און מע האָט געפֿונען ערגעץ ניט װײַט אין קאַזאַטין אַ פּריװאַטע גימנאַזיע, װוּ עס איז געלונגען אָנצוקומען. אַ שטיקל צײַט האָט זי זיך דאָרט געלערנט, אָבער זי איז צוריק געקומען אַהײם. זי איז קראַנק געװאָרן פֿון די קאַזאַטינער קעסט און די עלטערן האָן זי שוין מער ניט אָפּגעלאָזט פֿון דער הײם. דאָ האָט זיך שױן אָנגעהױבן די מלחמה און די צײַט איז בכלל געװאָרן אַ שװערע. זיצט זי אַצינד אין דער הײם און לײענט ביכלעך, שלינגט זײ, װי קרעפּלעך, זי לײענט, פֿאַרשטײט זיך, דער עיקר, ראָמאַנען: שעלער-מיכײַלאָװ, עליזע אָזשעשקאָ, הענריך סענקעװיטש א”אַנד. זי װעט דערנאָך פֿירן געשפּרעכן מיט אירע חבֿרטעס װעגן דער אױפֿפֿירונג פֿון העלדן פֿון די ראָמאַנען: צי האָט „זי‟ געדאַרפֿט „אים‟ ליב האָבן צי ניט? דאָס גראָד אינטערעסירט מיך אַמװײניקסטן.

פֿאַרבליבן איז אין זכּרון אײנער אַ ליטעראַרישער אָװנט, אױף װעלכן די שװעסטער שׂרה, אָנגעטאָן אין װײַסן, װי אַ מלאך, דעקלאַמירט פֿרוגס „דרײַ נשמות‟ אויף רוסיש. װי אױסדריקלעך האָט זי הויך געזאָגט, אױסשטרעקנדיק די האַנט פֿון אונטערן װײַסן לאַנגן קלײד: Остановитесь, вождь и жрец! — בלײַב שטיין, פֿירער און פּריסטער!

פֿאַר מיר איז דאָס דאַן געװען אַן אױסערגעװײנלעכע אײַנדרוקספֿולע דערשײַנונג.

אין דער דאָזיקער הײמישער אַטמאָספֿער פֿון גײַסטיקע אינטערעסן האָט זיך אױך אין מיר פֿרי דערװעקט דער אינטערעס צו לײענען און שטודירן, און איך האָב אין די פֿריסטע יוגנט־יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט זעלבסטבילדונג, באַזונדערס, נאָך דער רעװאָלוציע, װען איך בין פֿאַקטיש געװאָרן דער „בעל־בית‟ און אױפֿזעער פֿון אונדזער רײַכער ביבליאָטעק, אָבער װעגן דעם װעט דערצײלט װערן שפּעטער.

בײליסיאַדע

צװישן די געשעענישן פֿון יענער עפּאָכע ערבֿ דער מלחמה און רעװאָלוציע, װאָס האָבן איבערגעלאָזט אַ מערקבאַרן צײכן און געװעקט דעם באַװוּסטזײַן בײַ אַ 11-10־יאָריק ייִנגל, האָבן די געשעענישן אַרום דער דאָזיקער גרױזאַמער עפּאָפּעע געמוזט שאַפֿן אַ גרױסן פּלאָנטער פֿון געדאַנקען און געפֿילן. איך געדענק נעפּלהאַפֿט, װי עס האָט גערודערט אין שטעטל אַרום דעם בײליס־פּראָצעס, מע האָט געװאַרט מיט אומגעדולד אױף די צײַטונגען, באַזונדערס, אױף “Киевская мысль” [קיִעווער געדאַנק‟], װוּ עס האָבן זיך געדרוקט די מאַטעריאַלן פֿון דער אויספֿאָרשונג און דערנאָך פֿונעם געריכט־פּראָצעס. איך געדענק די דערדריקטע שטימונגען צװישן דער יונגער אינטעליגענץ; פֿיל באַיאָרטע ייִדן, װאָס האָבן װינציק װאָס זיך אינטערעסירט מיט פֿאַרשײדענע װעלט־געשעענישן, האָבן אַרױסגעװיזן גרױס פֿאַראינטערעסירטקײט אין דער גאַנצער געשיכטע. צו אונדז אין שטוב קומען טעגלעך מענטשן זיך צו דערפֿרעגן, װאָס הערט זיך? און אױף זײער פּנים איז אָנגעצײכנט דערנידערונג און שרעק.

מנחם־מענדל בייליס אונטערן קאָנוווי, קיִעוו, 1911

מיט פֿיל יאָר שפּעטער האָב איך געלײענט בײַ דעם באַװוּסטן ייִדישן פּובליציסט און דענקער פֿון יענער צײַט אַחד־העם די פֿאָלגנדיקע שטעלן: „אונדז ייִדן באַשולדיקט די גאַנצע װעלט אין אַ סך זינד און שלעכטע מידות, דאָס געפֿיל דערפֿון מוז זײַן אַזױ גרױס, אַז אָפֿט מאָל הײבן אָן ייִדן גופֿא זיך צו פֿאַרטראַכטן: אפֿשר איז טאַקע די װעלט גערעכט און מיר זײַנען אַזױ נידערטרעכטיק, עס קאָן דאָך ניט זײַן, אַז די גאַנצע װעלט זאָל זײַן שולדיק, און נאָר מיר אומשולדיק און רײן… קומט אָבער דער עלילת־דם, דער מיאוסער בלוט־בילבול און גיט אונדז אַ גרױסן אַרגומענט, אַז מיר זײַנען טאַקע אומשולדיק און די װעלט איז פֿול מיט בײז און שלעכטס, װײַל װער נאָך װײסט מער פֿון אַ ייִדן, װי ווילד און אומגעלומפּערט עס איז די גאַנצע באַשולדיקונג אין דעם, אַז די ייִדן נוצן קריסטלעך בלוט אין די מצות, אַז דאָס איז זײ אין גאַנצן דערװידער, אַפֿילו צו זען אַ טראָפּן מענטשלעך בלוט און דאָך… דאָך קלינגט מען אױף אַלע פּלעצער און אין אַלע װינקלען װעגן דעם װילדן בילבול. איז דאָס טאַקע דער בעסטער באַװײַז פֿון דער אױסגעטראַכטקײט, אומגעלומפּערטקײט פֿון אַ סך אַנדערע װילדע פֿאָראורטײלן און אָבערגלײבונגען, װאָס פֿאַרפֿאָלגן דאָס ייִדישע פֿאָלק שױן טױזנטער יאָר. צי זײַנען טאַקע מיר די אײנציקע גערעכטע? יאָ, עלילת־דם, דאָס בלוט־בילבול באַשטעטיקט דאָס.‟

מיר, אַן 11־יאָריק ייִנגל זײַנען נאָך דאַן, פֿאַרשטײט זיך, ניט געװען באַקאַנט די דאָזיקע אַרגומענטן. איך האָב געװוּסט, אַז עס זײַנען דאָ אַנטיסעמיטן, װאָס זײַנען קאַפּאַבל אױסטראַכטן אױף ייִדן יעטװידע נידערטרעכטיקײט, אַ ביסל האָב איך דאָס געװוּסט פֿון אײניקע בלעטלעך ייִדישער געשיכטע, װאָס מיר האָבן אין חדר געלערנט. כ’האָב נאָך ניט פֿאַרשטאַנען די סאָציאַל־פּאָליטישע און גײַסטיקע װאָרצלען פֿון דעם צעיושעטן אַנטיסעמיטיזם. די דאָזיקע װילדע אױסטראַכטעניש האָט געװעקט דאָס קינדערשע באַװוּסטזײַן.

װאָס הײסט דאָס, ייִדן ברױכן בלוט צו באַקן מצות? איך בין דאָך אַלײן געגאַנגען מיט דער מאַמען צו יאַנקל דעם בעקער אָנטײלצונעמען אין דער גאַנצער צערעמאָניע פֿון מצות־באַקן, איך בין גלאַט דאָרט געשטאַנען און געקוקט, אָנבינדנדיק מײַן הילף, אַז מע זאָל מיך ניט פֿאַרטרײַבן. איך האָב נאָכגעקוקט נאָך דער גאַנצער אַרבעט: אי בײַם פֿאַרקנעטן דאָס טײג, אי בײַם קאַטשען און רידלען און זעצן אין אױװן, אַרױסנעמען פֿון דאָרט. איך האָב דאָך דאָס אַלץ מיט מײַנע אײגענע אױגן געזען, איז װאָס זשע דערצײלן די צוררי־היהודים פֿאַרשײדענע ניט־געשטױגענע, ניט־געפֿלױגענע מעשׂיות װעגן בלוט?! עס קערט זיך, װירקלעך, די גאַל פֿון די דאָזיקע מעשׂיות… אָבער עס װײַזט זיך אַרױס, אַז די מעשׂה איז ביז גאָר ערנסט און דער דאָזיקער ייִד, בײליס, זיצט שױן לאַנג אין קוטשומענט, פֿאַרשפּאַרט אין חד־גדיה, און מע װעט אים נאָך אַראָפּנעמען דעם קאָפּ אױך…

עפּעס איז דאָס טאַקע אַן אומגעהערט גרױסע עװלה… דער ייִד, מענדל בײליס, זאָגט מען, איז אין קיִעװ געװען אַ סלוזשאַשטשי, אַן אָנגעשטעלטער בײַ די רײַכע זײַצעװס. בײַ אונדז אין שטעטל איז אױך פֿאַראַן אַזאַ סלוזשאַשטשי, קאַפּלאַן, הײסט ער, בײַ װאַלדענבערגן אין דער גרױסער מיל. װאַלדענבערג איז זײַצעװ, קאַפּלאַן איז בײליס. דאָס איז טאַקע װי אָנגעמאָסטן צום פֿאַרגלײַכן. אמת, דער גאָר רײַכער װאַלדענבערג האָט ניט אין מײַן קינדיש האַרץ קײן פֿונק סימפּאַטיע, עפּעס איז ער שױן צו רײַך, עס אַרבעטן בײַ אים פֿיל אַרבעטער און צװישן זײ דער באַקאַנטער, שטילער ייִד פֿון שטעטל מרדכי — אַ שטילער, אַ דערשלאָגענער ייִד מיט אָפּגעהאַקטע פֿינגער, װײַזט אױס, אױף דער מיל, שטענדיק פֿאַרפּאָרעװעט און פֿאַרפּאָראָשעט מיט מעל. ער קען קױם דאַװענען, אָבער ער איז אַ שװײַגנדיקער, אַ לײַטישער, אַ גוטער מענטש. קומט עס אױס, אַז בײַ דעם דאָזיקן װאַלדענבערגן אַרבעטן אַ סך אַזױנע מרדכיס — געפֿעלט עס מיר ניט שטאַרק.

אַלײן דער װאַלדענבערג איז אַ הױכער, אַ פֿולער מענטש, מיט אַ געגאָלטער מאָרדע, מיט אַ ביסל שיטערע געלע האָר אױף די זײַטן פֿון קאָפּ און אין דער מיט עפּעס אַ שטיקל גלאַט פּלאַץ, מיט מאָדנע קלײנע אױגן װאָס פּינטלען, מע זעט אים קײן מאָל ניט צװישן ייִדן. אַז ער קומט אַ מאָל אין אַ יובֿל, אײן מאָל יום־כּיפּור אין קלױז, שטעלט זיך אַװעק דװקא אויבנאָן אין דער מיזרח־װאַנט, טוט אָן עפּעס אַ קלײן, שמאָל, זײַדן טליתל, עפּעס װי אַ שאַרף אַרום האַלדז, נעמט אין די הענט עפּעס אַ געצאַצקעט, באַזילבערט סידורל, קוקט אַרײַן, װי אַ האָן אין בני־אָדם, פּינטלט מיט די אױגן און אין אַ האַלבער שעה האָט ער שוין פֿאַרענדיקט. ער גײט גלײַך אַרױס פֿון שיל, דאָרט װאַרט אױף אים אַ קאַרעטע (אום יום־כּיפּור!) און פֿליט פֿײַל־אױסן־בויגן צו זיך אױף דער מיל. די ייִדן אין שיל קוקן אױף אים דװקא מיט גרױס דרך־ארץ. װאָס האָבן זײ אין אים אַזױנס דערזען? לײדער, האָב איך נאָך אין יענע קינדער־יאָרן ניט געװוּסט װעגן גאָלדענעם קאַלב, צו װעמען אַלע בוקן זיך. ניט צום האַרצן איז מיר אױך דער קיִעװער זײַצעװ, װאָס איז אָנגעשטאָפּט מיט מיליאָנען און פֿאַבריקעס און בײַ זײַנע אָרעמע װײַטע קרובֿים דאַרף דאַרן דער קאָפּ פֿאַר די נײטיקע הוצאָות צום לעבן. נאָר מילא, לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט די װאַלדענבערגס און זײַצעװס מיט זײערע רײַכטימער, אַפֿילו אױף זײ איז דאָך אױך נאַריש צו זאָגן, אַז זײ דאַרפֿן בלוט צו די מצות. ס’איז אַ סבֿרה, אַז זײ עסן גאָר טרײפֿס און זאָרגן גאָרניט װעגן מצה.

אָבער קאַפּלאַן, דעם אָנגעשטעלטן בײַ װאַלדענבערגן, קען איך גוט, ער איז אַן אָנגעקומענער פֿון דער ליטע און רעדט מיטן ליטװישן „אָ‟ (װאָס, דאָס); זײַן פֿרױ — אַזױ רופֿט ער זי אין זײַנע געשפּרעכן, — מײַן פֿרױ (ניט מײַן װײַב און ניט מײַן ייִדענע, װי געװײנטלעך), — איז אױך פֿון דער ליטע. זײ האָבן אַ פֿאַמיליע פֿון עטלעכע קלײנע קינדער, מײדלעך. זעלטן, אַז ער איז פֿרײַ פֿון דער אַרבעט. ער אַרבעט אין דער קאַנטאָר בײַ װאַלדענבערגן טאָג און נאַכט, קומט ער אַמאָל אַראָפּ אין צענטער פֿון שטעטל, קומט אַרײַן צום טאַטן און פֿירט מיט אים אַ װעלטלעכן געשפּרעך. ער איז אַ סימפּאַטישער מענטש מיט אַ קורץ געל בערדל, אַ הױכער, זײער אַ לײַטישער, אַ העפֿלעכער, מיט אַ פֿײַנעם שמײכל אױפֿן פּנים. ער טראָגט שטענדיק אַ שװאַרצע שליאַפּע, רעדט װײך אַ מאָדנעם ליטװישן ייִדיש, װאָס געפֿעלט מיר שטאַרק. װײַזט אױס, אָט דער בײליס אַ מין קאַפּלאַן, דאַרף אױך זײַן אַ לײַטישער מענטש. איז טאַקע אַ גרױס רחמנות אױף אים, װאָס עס האָט אים געטראָפֿן אַזאַ שרעקלעכער אומגליק.

און דאָס איז דאָך אַן אומגליק פֿאַר אַלע ייִדן. אָט, זאָגט מען, אַז דער פֿאַרװאַלטער פֿון פּאָסט, אַ גראָבער, אַ פֿעטער רוסישער טשינאָװניק מיט גרויסע װאָנצעס, אַ צורר־היהודים, וואָס פֿלעגט דער ערשטער באַקומט די צײַטונגען, פֿאַרשפּרײט מיאוסע קלאַנגען װעגן די ייִדן, וועגן זײער אמונה. אַגבֿ, מײַן ברודער אוליק האָט שױן געהאַט אַ מאָל מיט אים אַ צוזאַמענשטױס פֿאַר זײַן שׂינאה צו ייִדן. אַצינד לױפֿט ער אַרױס פֿון דער שטוב און רעדט מיאוסע זאַכן אױף ייִדן. איז װאָס זשע וועט דאָס טאַקע זײַן? װעט מען טאַקע פֿאַרמישפּטן אָט דעם אָרעמען ייִד בײליסן און צוזאַמען מיט אים דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק.

און דאָ קומען אָן אַהער אין שטעטל ידיעות, שרעקלעכע און פֿאַרפּלאָנטערטע מיט עפּעס אַזױנע מיאוסע נעמען: עפּעס אַ גױה טשעבעריאַק, אַ זונה און אַ גנבֿטע, אַ געקױלעט שײגעצל, וואָס מע האָט אים געפֿונען אין בלוט ערגעץ בײַ אַ פּאַרקן… אמת, מע רעדט, אַז דער גרױסער ייִדישער אַדװאָקאַט און מליץ־יושר גרוזענבערג לײגט אײַן װעלטן, צו דערװײַזן די גאַנצע פֿאַלשקײט און געמײנקײט פֿון די אױסגעטראַכטע בילבולים. מע האָט דערמאָנט אױך מיט דרך־ארץ דעם נאָבעלן נאָמען פֿון װלאַדימיר קאָראָלענקאָ, פֿון חסידים פֿון אומות־העולם, װאָס שטעלן זיך אײַן פֿאַר דער גערעכטיקײט און יושר. נאָר צי װעלן גרוזענבערג און קאָראָלענקאָ זײַן בכּוח זיך אַנטקעגנשטעלן די אַלע פֿינצטערע כּוחות פֿון די צוררי־יהודים? און װאָס שװײַגט דער גרױסער ייִדישער גאָט? ער האָט דאָך שױן פֿיל מאָל מציל געװען די ייִדן פֿון גרױסע צרות און פּורעניות — דאָס האָבן מיר אין חדר פֿיל מאָל געלערנט. און טאַקע אױף אים, אױפֿן גרױסן ייִדישן גאָט לײגן אַרױף זײערע האָפֿענונגען די ייִדן אין קלױז, ווען מע זאַמלט זיך צונױף און מע רעדט װעגן די שרעקלעכע בילבולים.

… און אָט, איז ענדלעך געקומען די פֿרײד: דער גרױסער ייִדישער גאָט און גרױסער ייִדישער אַדװאָקאַט גרוזענבערג און דער אײדעלער „גױ‟ װלאַדימיר קאָראָלענקאָ האָבן באַװיזן, װאָס זײ קענען… אָט האַלט מען אַלע אין די הענט די צײַטונגען, װוּ עס איז שװאַרץ אױף װײַס געמאָלדן געװאָרן, אַז סוף־כּל־סוף איז בײליס אָנערקענט געװאָרן פֿאַר אומשולדיק און באַפֿרײַט געװאָרן פֿון טורמע. דאָס שטעטל האָט אַ ביסל פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און דער גראָבער פּאָטשט־פֿאַרװאַלטער איז אַרומגעגאַנגען װי המן־הרשע אָבֵל וַחֲפוּיראשׁ…

אַזױ האָט זיך אָפּגעלײגט אינעם קינדערשן באַװוּסטזײַן די טרױעריקע און שמוציקע בײליס־עפּאָפּעע. מיט יאָרן שפּעטער האָב איך מיט פֿרײד און באַפֿרידיקײט זיך דערװוּסט, אַז נאָך דער גרױסער אָקטאָבער־רעװאָלוציע זײַנען אין יאָר 1919 לױט דער פּערזענלעכער פֿאַראָרדענונג פֿון לענין אױפֿגעזוכט און צוגעצױגן געוואָרן צום געריכט דורכן דעם הױפּט־פּראָקוראָר קרילענקאָ און דורך דער אױספֿאָרש־קאָמיסיע פֿון העכסטן רעװאָלוציאָנערן טריבונאַל אַלע פּערזאָנען, מיטן שװאַרצמאהניקן, רעאַקציאָנערן יוסטיץ־מיניסטער שטשעגלאָװיטאָװ אין שפּיץ, — אַלע האָבן זיי געהאַט אַ שײַכות צו דער שענדלעכער בײליס־פּראָװאָקאַציע און אַלע האָבן זיי באַקומען זײער „ערלעך אױסקומעניש‟, זײער פֿאַרדינטספֿולע שטראָף.

המשך קומט

Leave a comment