אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 20
אַהיים!
שוין? אַזוי שנעל זײַנען דורכגעלאָפֿן צוויי יאָר? גאַנצע צוויי יאָר? לאַנגע צוויי יאָר? צי קען עס זײַן? נײן, נײן, נײן… וואָס דורכגעלאָפֿן? ווען דורכגעלאָפֿן? די מחשבֿות און די זכרונות דרײען זיך מיר אין קאָפּ, ווי אַ שניי־זאַווערוכע אין ווענטספּילס, ווינטער 1968, צי, להבֿדיל, די זאַמד־שטורעמס אין מידבר סיני עטלעכע קילאָמעטער פֿון דער שטאָט סועץ, ווינטער 1973. אַ פּנים, אַז מע דערמאָנט זיך פֿון דער ווײַטנס וועגן די פֿאַרגאַנגענע צײַטן, מיט אַלע שוועריקײטן און אָנפֿאַלענישן, זעט עס פֿאָרט אויס קירצער און נישט אַזוי געפֿערלעך. די פּערספּעקטיוו פֿון צענדליקער יאָרן בײַט אַלץ. און הײַנט, אין 2025, זעט מיר אויס, אַז די צוויי „אומגעבראַכטע‟ יאָר פֿון מײַן יוגנט זײַנען פֿאַרבײַ, דורכגעפֿלויגן לײַכט און שיין, ווי אַ שפּאַציר, אַ ווענטורע, נאָר נישט קיין שווערע פֿיר און צוואַנציק חדשים פֿון מיליטער־דינסט אין איינער פֿון די מיאוסטע און שטרענגסטע אַרמייען אין דער וועלט. אָבער, ווען מ’זעצט זיך אַוועק צום טיש, כּדי אָנצושרײַבן די איבערלעבונגען, די זאָרגן, די שיינע מינוטן, די שוואַרצע שעהען, די גוטע און לײַבלעכע חבֿרים, די עקלדיקע און פּאַסקודנע קאָמאַנדירן, די טעג־און־נעכט מוח־צוואָגן, דאָס אָפּגעריסן ווערן פֿון דער משפּחה, פֿון די חבֿרטעס, פֿון דעם ייִדישן לעבן אין ווילנע, ערשט דאַן פֿאַרשטייט מען, אַז במשך פֿון צוויי יאָר האָסטו אָפּגעלעבט אינגאַנצן אַן אַנדער לעבן אין אַ גאָר פֿרעמדער סבֿיבֿה, וואָס, ווער האָט עס נישט דורכגעמאַכט, וועט עס קיינמאָל נישט פֿאַרשטיין. קענט איר דאָך פֿרעגן בײַ מיך צי האָב איך חרטה? וועל איך אײַך זאָגן, אַז טאַקע ניין! איך בין ערלעך מיט זיך אַלײן און מיטן וועג, וואָס איך האָב דורכגעמאַכט. די צוויי יאָר זײַנען געווען פֿאַר מיר אַ לעבנס־אוניווערסיטעט. און אויב איך וואָלט געהאַלטן בײַם אָנהייבן דאָס לעבן פֿון ס׳נײַ, וואָלט איך, אַ פּנים, עס דורכגעגאַנגען מיטן זעלבן וועג. נו… אפֿשר מיט קליינע „פּאָפּראַווקעס‟, מיט קליינע פֿאַרריכטונגען.
קיין גוואַרדייסק האָב איך זיך אומגעקערט פֿון דעם אָפֿיצער־קורס אַ מאָנאַט פֿאַר דער באַפֿרײַונג. מײַנע חבֿרים פֿון דער ראָטע האָבן מיך אויפֿגענומען זייער שיין און האַרציק, און גלײַך געמאָלדן די וווּנדערלעכע בשׂורה, אַז מ’האָט שוין באַשטימט די דאַטע פֿון אונדזער דעמאָביליזאַציע, אָדער ווי די סאָלדאַטן רופֿן עס, „דעמבעל‟. דעם 15טן נאָוועמבער 1970 פֿאָרן מיר אַהיים! אַזוי גיך? אין אַ חודש אַרום? ממש ס’גלייב זיך נישט! נו, דאַרף מען זיך גרייטן, ניין? און וואָס מוז מען צוגרייטן צו דעם גרויסן טאָג? האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז וועגן אַלץ האָבן מײַנע חבֿרים שוין איבערגערעדט און איבערגעטראַכט, און ס’איז שוין פֿאַראַן אַ פּלאַן „וואָס, ווי און ווען‟. מ’דאַרף זיך נאָר באַמיִען אויסצופֿילן אַלץ, וואָס זיי האָבן מיר אויסגעשריבן אויף אַ צעקנייטשטן העפֿט־זײַטל. צײַט איז געבליבן נישט אַזוי פֿיל. יורקאַ שאַנאָוו, סלאַוויק מאַרעטשקאָ, אָלעג קאַפּטשאָנאָוו, וואַניאַ קורנאַָקאָוו, יוראַ סמירנאָוו, וואַסיאַ שערבאַקאָוו און אַנדערע זײַנען שוין פֿאַרטיק מיט אַלע גרייטענישן און משוגעתן, און מיר שטייט נאָך אַלץ פֿאָר.
ערשטנס, דאַרף מען קויפֿן אַ טשעמאָדאַן. אַוווּ קויפֿט מען אים? אין שטאָט אַוודאי. ווי גייט מען אַרויס אין שטאָט? געוויינטלעך, נישט אין אַ סאַמאָוואָלקע. וואַניאַ האָט מיר געגעבן אַן עצה, ווענדן זיך צו דעם סטאַרשינאַ גאָראָבעץ, און ער וועט שוין קויפֿן. ער האָט פֿאַר זיי אויך געקויפֿט. מ’דאַרף אים נאָר אָנזאָגן און דערקלערן וואָס פֿאַר אַ וואַליזע פּאַסט פֿאַר מיר. האָב איך אים שיין געבעטן געלט און אויסגעמאָלט: זאָל זײַן נישט צו קליין און נישט צו גרויס, אַ מיטלסטער טשעמאָדאַנטשיק. און נישט קיין ברוינער, ווי בײַ אַלעמען. איך האָב געטראַכט פֿון אַ ווײַסן געקעסטלטן טשעמאָדאַנטשיק, און אויב ס’וועט נישט זײַן בנימצא, זאָל ער מיר ברענגען אַ געפּאַסיקטן. גאָראָבעץ איז געווען זייער אײַנגענעם מיט מיר, און אויף מאָרגן בין איך שוין געווען באַוואָרנט מיט אַ שפּאָגל־נײַעם ווײַסן טשעמאָדאַן מיט שוואַרצע קוואַדראַטן און דרײַעקן. כ׳בין שוין געווען צופֿרידן און האָב אים באַדאַנקט מיט שיינע וואַרעמע ווערטער, פּונקט ווי מיר וואָלטן געווען די בעסטע פֿרײַנט.
די ערשטע זאַך — כ׳האָב באַפּוצט דעם טשעמאָדאַן מיט מײַן מאָלערײַ. פֿון אינעווייניק אויפֿן דעקל האָב איך אָנגעריסעוועט אַ טאַנק, מײַן באַליבסטן T62, וואָס שיסט פֿונעם האַרמאַט, און אונטער אים צוגעשריבן מײַן נאָמען. אַזוי ווי דעם נײַעם אָפֿיצער־טשין האָב איך נאָך נישט געקראָגן, האָב איך אָנגעשריבן אַן אויסגעטראַכטע מדרגה — סטאַרשינאַ. דאָס איז נישט געווען מײַן אידעע. „סטאַרשינאַ‟ — איז די גרעסטע זעלנערישע מדרגה, איידער מ’ווערט אַן אָפֿיצער. האָבן מיר אַלע אויפֿן קורס באַשלאָסן, אַז ס’איז אונדז נישט אײַנגענעם צו בלײַבן מיט דעם אַלטן טשין, וועלן מיר זיך באַפֿרײַען פֿון דער סטאַרשינאַ־מדרגה, צי זיי ווילן יאָ, צי זיי ווילן נישט. אָבער קיינעם האָט עס נישט געאַרט.
נאָכן טשעמאָדאַן האָב איך אָנגעהויבן צוגרייטן מײַן מיליטערישן קיטעל, ער זאָל פּאַסן פֿאַר אַ באַפֿרײַטן סאָלדאַט, פֿאַר אַ סטאַרשינאַ, הייסט עס. אַהיים פֿאָרט מען נישט מיט פּראָסטע טעגלעכע מלבושים. לויטן געזעץ, באַפֿרײַט מען זיך, זײַענדיק אָנגעטאָן אין אַ פּאַראַד־פֿאָרעם — אַ קיטעל און גאַליפֿע־הויזן, אויפֿגענייט פֿון אַ גראָבן געוואַנט. אויפֿן קאָפּ, וואָס האָט זיך בעת־מעשׂה באַדעקט מיט פֿריש־אויסגעוואַקסענע האָר, טוט מען אָן אַ פֿוראַזשקע מיט אַ רויטן שטערן פֿון פֿאָרנט. צום קיטעל האָב איך צוגענײט אַ פּאָר נײַע פּאָגאָנעס פֿון אַ סטאַרשינאַ, וואָס איך האָב געקויפֿט דאָ אין אַן אינערלעכער קראָם. פֿון פֿאָרנט האָב איך דעם קיטעל באַפּוצט מיט צײכנס: „קאָמסאָמאָל‟, „אַ גוואַרדיע־צײכן‟, „אַן אויסגעצײכנטער סאָלדאַט‟, „אַ געראָטענער שיסער‟, „אַ ספּאָרטסמען‟, און אַפֿילו אַ מיליטער־שאָפֿער, כאָטש קיין דערלויבעניש צו פֿירן אַ מאַשין האָב איך נישט געהאַט. אַבי ס׳זאָל בלישטשען! ווען איך וועל אָנטאָן דעם קיטעל, וועט גאַנץ ווילנע זען, וואָס פֿאַר אַ סאָלדאַט איז אָנגעקומען אין שטאָט! און דער גאַרטל? דער גאַרטל מיטן שווערן בראָנדזענעם קלאַמער בלײַבט דער זעלבער, וואָס איך טראָג אים שוין כּמעט צוויי יאָר. אים האָב איך אויך אָנגעשמירט מיט צאָן־פּאַסטע און מיט אַן אַלט צאָן־בערשטל אָנגעפּוצט ביז אַ בליאַסק. מײַנע שטיוול, וואָס האָבן שוין אַלץ געזען פֿאַר די צוויי יאָר טאָפּטשען, האָב איך אויך אויסגערייניקט און אָנגעפּוצט מיט וואַקס, זיי זאָלן בלישטשען ווי אַ שפּיגל.
איז בין איך שוין גרייט! איך האָב נישט באַמערקט, ווי דער מאָנאַט איז דורכגעלאָפֿן, און אָט איז שוין געקומען דער לעצטער טאָג. אַ טאָג פֿאַר דעם האָט מען אונדז צונויפֿגעזאַמלט אין דעם לענינס־צימער, אַרויסגעגעבן די באַפֿרײַונגס־דאָקומענטן און געמאָלדן, אַז מאָרגן אין דער פֿרי פֿאָרן מיר אַהיים. יעדער איינער לויט זײַן אַדרעס. איך האָב באַקומען אַ בילעט אויף דעם באַן קאַלינינגראַד-ווילנע, וואָס שטעלט זיך אָפּ אין גוואַרדייסק. צווישן די דאָקומענטן האָב איך דערזען מײַן קאָמסאָמאָל־ביכעלע און די קאָמסאָמאָל־דאָסיע. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון קאָמסאָמאָל האָט מען מיך נישט אַרויסגעטריבן, ווי איך האָב געמיינט. איר געדענקט דאָך די מעשׂה מיטן סקאַנדאַל אין ווענטספּילס? ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַלץ איז געווען בלויז אַ „שוישפּיל‟, אַ באָרוועסער נומער, ווי מײַן מאַמע וואָלט געזאָגט. נו גוט, זאָל זײַן אַזוי. עס אַרט מיר?
אויף מאָרגן האָבן מיר זיך אַלע געזעגנט מיט די, וועלכע בלײַבן און זײַנען זיך צעפֿאָרן. מיך האָט מען צוגעפֿירט צו דער באַן־סטאַנציע. די באַן האָט שוין געוואַרט אויף מיר. דער לאָקאָמאָטיוו האָט געגעבן אַ פֿײַף, אַרויסגעלאָזן פֿון טרויב אַ וואָלקן מיט ווײַסן רויך, און אָט פֿאָר איך שוין אַהיים! מײַן גיטאַרע האָב איך געלאָזן פֿאַר די „יונגאַטשן‟, וואָס האָבן נאָך צו דינען אַ האַלב יאָר. אין ווילנע וואַרט אַוודאי אויף מיר אַ נײַע גיטאַרע, אַ זעקס־סטרוניקע, וואָס מײַן באָבע סאָניע פֿון מאָסקווע האָט שוין צוגעשיקט.
פֿון גוואַרדייסק קיין ווילנע איז דרײַ הונדערט קילאָמעטער, נישט אַזוי ווײַט. מיט דער באַן האָט עס געדויערט אַ פֿיר שעה, נישט מער. און אפֿשר אַ ביסעלע מער… ס’וויכטיק? געקומען אין ווילנע, גיי איך אַרויס פֿון דער סטאַנציע און טרעף אויפֿן גרויסן סטאַנציע־פּלאַץ. איך בלײַב שטיין… כ׳האָב נישט קיין אַנונג אַוווּ צו גיין, אַוווּ צו פֿאָרן. פֿאַר דער אַרמיי האָבן מיר געוווינט נישט ווײַט פֿון דער סטאַנציע, מ׳האָט געקענט צוגיין צו פֿוס. נאָר מיט אַ יאָר צוריק האָבן מײַנע עלטער געביטן די וווינונג, און זיך אַריבערגעקליבן אין אַ נײַער דירה אין „זשירמונו‟־געגנט, אויף דער צווייטער זײַט טײַך. כ’האָב געכאַפּט אַ טאַקסי, געוויזן דעם שאָפֿער דעם אַדרעס, און אין אַ האַלבער שעה אַרום האָט ער מיך געבראַכט אין אַ נײַער אומבאַקאַנטער געגנט.
איך האָב זיך אַרומגעקוקט — אַלע הײַזער אין דער געגנט זײַנען די זעלבע. ווי געפֿינט מען אַוווּ דו וווינסט? אַ מזל, וואָס אויף די מויערן האָט מען צוגעקלאַפּט גרויסע בלויע בלעכלעך מיט ווײַסע נומערן, ווײַל די לאַנגע פֿיר-עטאַזשיקע געבײַדעס האָבן אויסגעזען פּונקט ווי איין מאַמע וואָלט זיי געהאַט. איך בין אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן דריטן שטאָק און מיט אַ ציטערדיקן פֿון איבערראַשונג פֿינגער אָנגעדריקט אויפֿן קנעפּל פֿונעם גלעקל. עס האָבן זיך דערהערט גיכע טריט, און די טיר האָט זיך געעפֿנט, אַפֿילו אָן אַ געוויינטלעכן „קטאָ טאַם?‟, וואָס באַטײַט „ווער איז דאָרט?‟. אַנטקעגן מיר איז געשטאַנען די מאַמע, נאָך אין אַ נאַכט־העמד און באָרוועס און מיט צעפּאַטלטע האָר פֿון שלאָף. הינטער איר האָט אַרויסגעקוקט דער טאַטע, אָנגעטאָן אין אַ געשטרײַפֿטער פּיזשאַמע און שטעקשיך. מײַן ברודער באָרקע איז אויך צוגעלאָפֿן און געשטאַנען, פּונקט ווי ער האָט מיך נישט דערקענט. איך בין געבליבן דער זעלבער. ער איז טאַקע זייער אויסגעוואַקסן, און איך האָב אים קוים דערקענט. בײַ אַלעמען זײַנען געשטאַנען טרערן אין די אויגן, און איך האָב געשפּירט, אַז עס הייבט זיך אָן אַ דראַמע, אַן איבערראַשונג. איך בין אַרײַן אינעווייניק, און ערשט דאַן האָבן מיר זיך אַלע אַרומגענומען און געשטאַנען אַזוי אפֿשר אַ האַלבע שעה. איך האָב אויסגעטאָן די שינעל און די שטיוול, אָנגעטאָן די שטעקשיך, וואָס מײַן ברודער האָט מיר דערלאַנגט, און מיר זײַנען אַרײַן אין אייבערשטן צימער.
די דירה איז מיר געווען פֿרעמד און אומבאַקאַנט. אַפֿילו דאָס מעבל איז מיר געווען פֿרעמד. אַלץ איז טאַקע געווען נײַ און שיין, נאָר איך האָב זיך צו די נײַעס באַדאַרפֿט נאָך צוגעוווינען. דער טאַטע האָט גלײַך דערזען, אַז איך פֿיל זיך נישט „אין מײַן טעלער‟, און מיר גענומען אויף אַ קורצן שפּאַציר אין דער דירה. ער האָט מיר געוויזן די גרויסע צימערן, דעם לאַנגן באַלקאָן מיט אַ בלומען־טאָפּ מיט אָלעאַנדער אין דער מיט, און אַרײַנגעפֿירט אין מײַן צימער. דאָ האָב איך דערזען מײַן באַקאַנטע סאָפֿע, וואָס איך מיט מײַן ברודער האָבן געטיילט יאָרן לאַנג, ווײַל קיין אָרט פֿאַר אַ צווייטער בעט אין דער אַלטער דירה איז פּשוט נישט געווען. אַנטקעגן דער ברייטער סאָפֿע איז געשטאַנען אַ מין בופֿעט מיט ביכער. בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן אַ סעקציע. אויף די פּאָליצעס זײַנען געשטאַנען סך ביכער אויף רוסיש און ייִדיש, וואָס נאָר עטלעכע פֿון זיי האָב איך דערקענט. אַלע כּתבֿים פֿון טאָלסטוי, גאָרקי, טשעכאָוו און אַנדערע רוסישע שרײַבער זײַנען געשטאַנען און געוואַרט איך זאָל זיי דורכלייענען. און נישט נאָר רוסישע שרײַבער האָבן געוואַרט אויף מיר, נאָר אויך קאַרלאָ גאָלדאָני, וויקטאָר הוגאָ, זשיל ווערן און זשאַן־באַטיסט מאָליער. די אויסלענדישע ביכער זײַנען אַוודאי געווען איבערגעזעצט אויף רוסיש.
מיר זײַנען אַרײַן אין קיך, וווּ די מאַמע איז שוין געווען פֿאַרטיק מיט זודיק־הייסער טיי, אָנגעגאָסן אין שיינע דעקאָרירטע גלעזער, און מיט קוכן, וואָס זי האָט אָפּגעבאַקן ספּעציעל צו מײַן קומען. זאַלבע־פֿיר האָבן זיך מיר אַוועקגעזעצט אַרום דעם קליינעם קיך־טישל, און איך האָב גלײַך דערשפּירט, אַז אַלע וואַרטן אויף מײַן וואָרט, איך זאָל אָנהייבן צו דערציילן, וואָס און ווען. כ’האָב אויסגעטאָן דעם קיטעל, און געבליבן בלויז אין דעם אונטערשטן ווײַסן העמד. אין דרויסן איז געווען גוט קאַלט. דאָ, אין דער נײַער דירה איז שוין געווען אַ צענטראַלע באַהייצונג, און די וואַרעמקײט האָט זיך צעשפּרייט איבער דער גאַנצער שטוב. אין דער אַלטער היים האָבן מיר געהייצט מיט אַ פֿײַער־אויוון, און ס’איז תּמיד געשטאַנען אַ ריח פֿון פֿאַרברענט האָלץ. פֿון אַלע אייבערשטע מלבושים בין איך געבליבן בלויז מיט די הויזן און… הענטשקעס, דינע ברוינע מיליטער־הענטשקעס, אַזוי ווי עס טראָגן נאָר די הויכע אָפֿיצערן און גענעראַלן. קיינער האָט מיר קיין זאַך נישט געפֿרעגט וועגן די הענטשקעס, האָב איך אָנגעהויבן צו באַשרײַבן מײַנע לעצטע מאָנאַטן אין אַרמיי.
אַזוי זײַנען מיר געזעסן צוזאַמען און געשמועסט ווער ווייסט וויפֿל צײַט. אַ שעה צוויי לכל־הפּחות. געשמועסט? איך האָב גערעדט און קיינער האָט מיך נישט איבערגעשלאָגן, נישט אַרײַנגעוואָרפֿן קיין קליין וואָרט, און נישט געפֿרעגט קיין שאלות. איך בין געווען אַזוי פֿאַרנומען מיט זיך, מיטן דערציילן, מיט באַשרײַבן די משוגענע ווירקלעכקײט פֿון דער רויטער אַרמיי, אַז כ’האָב אַפֿילו נישט באַמערקט, מיט וואָס פֿאַר אַ לשון האָב איך זיך אויסגעדריקט. נישט מיט וואָס פֿאַראַ שפּראַך, ווײַל אַוודאי האָב איך גערעדט אויף רוסיש, ווי איך בין געווען אײַגעוווינט. איך מיין עס, מיט וואָס פֿאַר אַ רוסישע ווערטער האָב איך אויסגעמאָלט מײַן זעלנעריש לעבן. ווען מיר האָבן פֿאַרענדיקט די משפּחה־פֿאַרזאַמלונג, האָט מיך מײַן ברודער גענומען אָן אַ זײַט, און שטיל געזאָגט גלײַך אין אויער אַרײַן:
— איליושקא! ביסט משוגע? דו הערסט נישט וואָס דו רעדסט? דײַן דיבור איז פֿול מיט מאַט! איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַז דו האַקסט מיט הוילן מאַט!!! אַזוי רעדט מען לעבן די עלטערן?
ער האָט געקוקט אויף מיר מיט שוידערלעכע אויסגעגלאָצטע אויגן, און די הענט האָבן אים געציטערט, אַזוי איבערראַשט איז ער געווען. מײַן פּנים האָט זיך באַדעקט מיט רויטער פֿאַרב, מיר איז געוואָרן הייס און טרוקן אין האַלדז, און איך האָב נישט געוווּסט אַוווּ זיך צו באַהאַלטן פֿון בושה. די מאַמע האָט מסתּמא נישט געהערט וואָס בערקע האָט מיר געשעפּטשעט, נאָר זי האָט באַמערקט ווי די פֿאַרב אויף מײַן פּנים האָט זיך געביטן. זי האָט מיל געפֿרעגט, צי איך שפּיר זיך גוט, צי אַלץ איז אין אָרדענונג. איך האָב זי פּרובירט צו באַרויִקן, זאָגן אַז איך בין זייער איבערראַשט פֿון קומען צוריק אַהיים. און דאַן האָט די מאַמע „אויסגעשאָסן‟ די שאלה, וואָס איך האָב אַזוי מורא געהאַט צו דערהערן:
— וואָס דרייסטו זיך אַרום אין שטוב, אָנגעטאָן אין הענטשקעס? ס’איז דיר קאַלט, אָדער דו באַהאַלטסט עפּעס?
איך האָב מער נישט געקענט שפּילן זיך אין „באַהעלטשינקעס‟. פֿריִער צי שפּעטער מוז איך זיי אויסטאָן. האָב איך אַרונטערגענומען די ברוינע דינע הענטשקעס, וואָס האָבן באַהאַלטן דעם גרויסן סוד. מײַנע שיינע הענט האָבן זיך אַנטפּלעקט פֿאַר מײַן משפּחה. אײַך האָב איך אויך אַ פּנים נישט דערציילט, אַז ביידע הענט זײַנען געווען אויסגעשטאָכן מיט טונקל־בלויע טאַטויִרונגען. אויף די פֿינגער פֿון דער לינקער האַנט איז געווען אויסטאַטויִרט מײַן נאָמען אויף רוסיש — „ИЛЬЯ‟־איליאַ. לעבן דעם גרובן פֿינגער זײַנען געשטאַנען מײַנע רשי־תּיבֿות אויף ייִדיש — „אש‟. אויף דער רעכטער האַנט איז געווען נאָך „פֿריילעכער‟. דאָרט איז געווען אָנגעמאָלט אַ מידבר: זאַמד, דיונעס, צוויי פּאַלמעס און אַ זונען־שײַן פֿון אויבן. אונטער דעם מידבר־בילד האָט זיך אָנגעזען דאָס וואָרט „נעגעוו‟. איך האָב אַוודאי געהאַט אין זינען דעם מידבר נגבֿ, נאָר העברעיִש האָב איך דאַן נישט געוווּסט, האָב איך אָנגעשריבן אויף ייִדיש. אַ נפֿקא־מינה?
די מאַמע איז געשטאַנען אין גאַנצן שאָקירט, איר פּנים האָט געביטן די פֿאַרבן און האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף רויט. מ’האָט געקאָנט זען, אַז זי איז געפֿערלעך אין כּעס. דער טאַטע איז געשטאַנען אַזוי בלאַס, אַז מ’האָט געקענט מיינען, אַז נאָך אַ מינוט חלשט ער אַוועק. מײַן ברודער באָרקע האָט דווקא אויסגעזען זייער צעפֿרידן. ער איז געזעסן מיט אַ כיטרע שמייכל און געוואַרט, וואָס ס׳וועט זײַן ווײַטער.
קען זײַן, אַז דער לייענער פֿאַרשטייט נישט, הלמאַי מאַך איך דאָ אַ וועזן פֿון עטלעכע קליינע טאַטויִרונגען. הײַנטיקע צײַטן, ווער האָט עס נישט? אָבער דאָס איז דאָך געווען נישט הײַנט. אין יענע ווײַטע צײַטן בײַ אונדז און אין אַנדערע ייִדישע שטיבער אויכעט, האַָבן זיך די טאַטו גערעכנט פֿאַר אַ שלעכטן הילוך. דאָס האָט געפּאַסט פֿאַר די קרימינעלע־לײַט: גנבֿים און גזלנים. אַז מ’האָט געזען אַן „אויסגעשטאָכענעם‟, האָט מען געוווּסט, אַז עס רעדט זיך וועגן אַן אויסוווּרף, אַזאַ וואָס מ’האָט אים אָקערשט באַפֿרײַט פֿון דער תּפֿיסה, פֿון דער „לוקישקיו־טיורמע‟ אין ווילנע. מײַנע דערקלערונגען האָבן נישט געהאָלפֿן. איך האָב זיי אַוודאי דערציילט, ווי אַזוי איך האָב זיך אויסגעלערנט שטעכן, ווי איך האָב „באַפּוצט‟ מיט בלויער מאָלערײַ די הענט און די קערפּערס פֿון צענדליקער סאָלדאַטן אין אונדזער באַטאַליאָן, און וואָס פֿאַראַ קינסטלער האָב איך זיך גערעכנט צווישן מײַנע חבֿרים אין אַרמיי. כאָטש רעדט צו די וואַנט. מײַנע עלטערן האָבן עס נישט פֿאַרשטאַנען און נישט געקענט זיך באַרויִקן. מײַן מאַמע איז געווען די ערשטע, וואָס איז געוואָרן פּראַקטיש און גלײַך געמאָלדן:
— ס’איז אַוודאי פֿאַראַן אַ מיטל פּטור צו ווערן פֿון דער „שאַנדע‟, אויסמעקן די מאָלערײַ, און איך וועל שוין געפֿינען אַוווּ דאַרף מען זיך ווענדן.
דער טאַטע ,פֿון זײַן זײַט, האָט געזוכט דעם וועג, וויאַזוי צו בײַטן די שטימונג, צעשפּרייטן די שטרענגע אַטמאָספֿער. ער איז אַרײַן אין זייער אַלקער און אַוועקגעשטעלט אויף דעם נײַעם פּאַטיפֿאָן אַ נײַע פּלאַטע, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געהערט. פֿון שלאָפֿצימער האָט זיך דערהערט דער באַריטאָן־שטימצע פֿון מײַן באַליבטן זינגער דוד עשתּ:
איבער ברייטע, טיפֿע ימען
זײַנען זיי אַוועק צוזאַמען,
זעקס און נײַנציק יונגע העלדן,
העלדישע מאַטראָסן פֿון דער שיף „דאַקאַר‟...
דאָס ליד איז געווען נײַ פֿאַר מיך. וועגן דער אונטערװאַסער־שיף „דאַקאַר‟ האָב איך טאַקע געהערט. דאָס אומעטיקע ליד האָט זיך געגאָסן אַזוי האַרציק, אַז איך האָב זיך שוין געשפּירט אינגאַנצן אין דער היים, פּונקט ווי איך וואָלט קיין מאָל נישט פֿאַרלאָזט מײַן משפּחה און מײַן שטאָט.
דעם ערשטן טאָג אויף דער פֿרײַ האָב איך אויך געהאַט אַ פּאָר באַדײַטונגספֿולע באַגעגענישן. נאָך מיטאָג איז אַרײַנגעגאַנגען מיט אַ באַזוך אונדזער גוטער חבֿר מאַריק ברודני. ער האָט מיט זיך געבראַכט זייער אַ ספּעציעלע מתּנה פֿאַר מיר: צוויי העברעיִשע לערן־ביכער: „עִבריתּ קלה‟. מיר זײַנען געשטאַנען אינמיטן דעם שפּײַז־צימער, נאָענט צו דעם גרויסן שפּײַז־טיש. דער טיש איז געווען באַדעקט מיט גלאָז, און דורך דער גוט אָפּגעשלײַפֿטער גלאָז האָט מען געקאָנט זען עטלעכע בילדער און אַרטיקלען פֿון ייִדישע צײַטונגען, וואָס די עלטערן האָבן עס צוגעגרייט ספּעציעל פֿאַר מיר. צווישן די בילדלעך האָט מען געקענט זען משה דײן, לוי אשכּול, גאָלדע מאיר, און אַ ראָש־השנה קאַרטל מיט צוויי ישׂראלדיקע זעלנער — אַ ייִנגל מיט אַ מיידל, וואָס שטייען לעבן דעם כּותל־מערבֿי. איבער זייערע אַקסלען זײַנען געהאַנגען „עוזי‟־ביקסן. פּלוצלינג האָט מאַריק אַ קוק געטאָן אין מײַנע אויגן, און ממש געגעבן אַ שלײַדער צוויי לערן־ביכלעך אויפֿן טיש. מיט אַ היציקן ענטוזיאַזם און אַ הייזעריקער שטימע האָט ער אויסגעשריגן ווי באַפֿוילן:
— פֿון הײַנט אָן הייבסטו אָן צו לערנען העברעיִש! פֿאַרשטייסט? ע-בֿ-ר-י-תּ!
דער צווייטער מאַריק, מאַרק מויזעס, איז אויך געקומען באַגריסן מיך מיט מײַן באַפֿרײַונג. פֿון אים האָב איך דערהערט אַזאַ מין מישפּט:
— נו, טײַערער מײַנער, יעצט דאַרפֿסטו זיך גרייטן פֿאָרן קיין ווײַטן מזרח, — האָט ער זיך צעלאַכט.
— וואָס עפּעס „ווײַטן‟? — האָב איך זיך געוווּנדערט.
— אַוודאי, מיינט עס, „דעם נאָענטן‟, נאָר פֿאַר אונדז איז ער נאָך אַ ווײַטער!
אין אָוונט, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט מײַן חבֿר כאַציק לעווין. כאַצקע, ווי מ’האָט אים גערופֿן, איז געווען אַ טענצער אין אונדזער ייִדישן טאַנץ־קאָלעקטיוו, און מיר האָבן זיך געחבֿרט נאָך פֿאַר דער אַרמיי. ער האָט געוווינט נישט ווײַט פֿון אונדז, און מיר זײַנען אַוועק צו אים. דאָרט האָבן אויף מיך שוין געוואַרט איבער צוואַנציק יונגע־לײַט, ווילנער ציוניסטישע אַקטיוויסטן, וואָס נאָר מיט אַ טייל פֿון זיי בין איך געווען באַקאַנט. ביז שפּעט האָבן מיר געגעסן מאכלים, וואָס כאַצקעס מאַמע האָט פֿאַר אונדז צוגעגרייט, געטרונקען ווײַן און בראָנפֿן, און אַפֿילו שאַמפּאַניע. אַלע האָבן מיך באַגריסט, אַרומגענומען און געקושט. איינע האָט זיך גלײַך צוגעטוליעט צו מיר, געמאַכט אַ שפּאַציר אויף מײַן רוקן מיט אירע ווייכע הענט, און איך האָב פֿאַרשטאַנען, וואָס זי מיינט. מיט איר האָבן מיר אָנגעהויבן אַ „ראָמאַן‟, אָבער דאָס איז שוין אַ טעמע פֿאַר אַן אַנדער געשיכטע. די חבֿרה, וואָס זײַנען שוין געווען גוט בגילופֿינדיק, האָבן אָנגעהויב צו זינגען העברעיִשע לידער, וואָס איך האָב זיי קיין מאָל נישט געהערט. דאָ האָב איך צו ערשט דערהערט דאָס ליד „הבּיתה‟, וואָס הייסט „אַהיים!‟. כאָנקע (חנן), דער ייִנגסטער זון פֿון דעם באַוווּסטן זינגער בנימין כײַטאָווסקי האָט עס דורכגעזונגען מיט זײַן טיפֿער באַס־שטימע, און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער זינגט עס נאָר פֿאַר מיר. מײַן גאַנץ לײַב האָט זיך באַדעקט מיט „מוראַשקעס‟, הערנדיק די העברעיִשע אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער, און איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דער וועג אַהיים האָט זיך שוין אָנגעהויבן.
נאָכוואָרט
צי איר האָט ליב באַקומען דאָס בוך, צי ניט, כ’בין זיכער, אַז יעדער וואָס האָט עס דורכגעלייענט ביזן סוף, האָט פֿאָרט פֿאַרזוכט דעם טעם, אַפֿילו אַ קאַפּעטשקע, פֿון מײַן מיליטער־דינסט, מײַן אַרמיי. און אַוודאי האָט איר געלייגט אַכט, אַז די אַרמיי רוף איך אָן מיט פֿאַרשידענע נעמען: רויטע, רוסישע, סאָוועטישע. פֿאַר אונדז, די געוועזענע בירגער פֿון ס.ס.ס.ר – פֿאַרבאַנד פֿון די סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן, אָדער ווי מ’האָט עס גערופֿן אויף ייִדיש, ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען קלאָר, אַז דער נאָמען איז נישט וויכטיק. ס’איז די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט. וויכטיק איז נאָר, אַז די לאַנגע צוויי יאָר דינסט זײַנען פֿאַרבײַ און איך בין צוריקגעקומען אַהיים. ס’איז אַוועק בלויז דרײַ יאָר, און איך האָב שוין אָנגעטאָן די מיליטער־קליידער פֿון צה”ל, די פֿאַרטיידיקונג־אַרמיי פֿון ישׂראל. עס האָט זיך אָנגעהויבן דער יום־כּיפּור קריג. איך בין אַוועק אויפֿן פֿראָנט פֿרײַוויליק, און אָפּגעדינט כּמעט אַ האַלב יאָר צײַט. צוויי מאָנאַטן נאָך דער מלחמה, בין איך שוין געוואָרן אַ „מילויִמניק‟ — אַ רעזערוו־זעלנער. איצט האָט מען אונדז מאָביליזירט יעדער יאָר אויף 30-40 טעג. וואָס האָבן מיר דאָרט געטאָן? „געמאַכט אַ לעבן‟, ברויזנדיק מיט מײַן „טיראַן‟־טאַנק די זאַמדן פֿון מידבר סיני און נגבֿ, און צײַטנס געווען פֿאַרנומען מיט פּאַטראָלירן איבער די דערפֿער און שטעט פֿון די פֿאַרנומענע שטחים (צפֿון־סיני, עזה און שומרון). דאָס האָט געדויערט מערער ווי צוואַנציק יאָר, ביז מ’האָט מיך „אַרויסגעטריבן‟ פֿון די רעזערוויסטן, ווײַל איך בין געוואָרן צו אַלט פֿאַר דער אַרמיי.
אָבער, וואָס פּלוצעם דערצייל איך אײַך וועגן דעם? כ’ווייס נישט. אפֿשר צו באַווײַזן אײַך, אַז איך האָב דאָס רעכט צו מאַכן אַ פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי אַרמייען, וואָס זײַנען אַזוי ענלעך איינע אויף די צווייטער, ווי אַ חסיד מיט אַ קאָזאַק.
סוף