(הינטאָלאָגיע)
טריפּטיך
148 הינטלענדער אָנערקענען פּאַלעסטינע ווי אַ באַזונדער לאַנד
פֿאַראַן אין ניו־יאָרק פֿון הינט אַ שטאַל
הינט, וואָס האַווקען, רײַסן דעם גאָרגל,
אויף ישׂראל, אויף מײַן ייִדישן לאַנד:
נעכטן, הײַנט און אויכעט מאָרגן.
עס זײַנען די הינט פֿון דער ראַסע העכסטער
הינטעליגענטן — מלא־כּעס און בלינד
בילן ניט דערפֿאַר וואָס ייִדן זענען שלעכטע
נאָר ווײַלע האַווקען מוזן דאָך די הינט!
דער בונד צווישן הינט פֿון דער דאָזיקער שטאַל
וואָס בילן אויף ישׂראל, טריף און בייז
הייסט אויף דער פּלאַנעטע — הינטערנאַציאָנאַל
זייער פֿײַנדשאַפֿט — הינטערנאַציאָנאַליזם, עס הייסט.
אַ סך לענדער זענען פֿאַראַן,
וווּ די רעגירונגען, די פּרעזידענטן דאָרטן,
האַווקען אַלץ אויף מײַן ייִדיש לאַנד:
נעכטן, הײַנט און מסתּמא מאָרגן.
זיי זענען הינט ניט נאָר פֿון נעכטן
בילן פֿון הויכע טריבונעס אַצינד —
בילן ניט דערפֿאַר וואָס די ייִדן זענען שלעכטע
נאָר ווײַלע ס’מוזן דאָך האַווקען די הינט!
ס’שעפּט זיך ניט אויס פֿון שׂינאה דער קוואַל,
די שׂונאים זענען תּמיד ווילד־בייז צערייצט
קעגן ישׂראל איז דער הינטערנאַציאָנאַל
הינטערנאַציאָנאַליזם — אַזוי זייער פֿײַנדשאַפֿט הייסט.
דער וואָס ער איז פֿאַר די ייִדן אַ הונט
דער שׂונא־ישׂראל, וואָס וויל אונדז פֿרעסן אָן פֿעפֿער
ווייסט ניט, אַז ווען מע האַווקעט אויף אונדז,
האַווקעט מען אויך אויף אונדזער באַשעפֿער.
און דער וואָס האָט אונדז געשענקט די תּורה
זאָגט: כ’בין מיט אײַך! און איר פֿאַר די הינט,
האָט מײַנע קינדערלעך, גאָרניט ניט מורא!
זייער בילן עס טראָגט צו די רוחות דער ווינט…
מע קאָן ניט פֿאַרטויבן דאָס האַווקען 2.
מער ווי 400 מוזיקאַנטן האָבן אָנגעהויבן אַ קאָמפּאַניע קעגן ישׂראל: „קיין שום מוזיק פֿאַרן גענאָציד“
עמעצער הערט נאָר, אַוודאי,
ווי פּאַריז זינגט אויס אַ ליד.
צי ווי לאָנדאָן זינגט אַ באַלאַדע,
ווי אַ פֿלאַמענקאָ זינגט זיך מאַדריד.
עמעצער דאָך האָט ליב די געזאַנגען
פֿון אַויסטראַלישע אַבאָריגענען,
צי די באַוווּסטע אַרגענטינער טאַנגאָס,
צי די אירלענדישע פֿלייטן־טענער…
נאָר איך הער ניט זייער זינגען און שפּילן
צווישן מיר און זיי איז אַ וואַנט —
איך הער נאָר, ווי זיי אָן אַן אויפֿער בילן,
האַווקען און ווויען אויף מײַן ייִדיש לאַנד.
זיי האַווקען, פֿאַרשטייט זיך, אויף מײַנע קינדער,
אויף מײַנע אייניקלעך ליבע און טײַערע
האַווקען שטענדיק, זומער און ווינטער
מיט אַ פֿײַנטלעכן, בריִיִקן פֿײַער.
עס שפּילן אָרקעסטרען, עס קלאַפּן פּויקן,
שיינע זינגערס זיך צעגיסן אין געזאַנג,
נאָר דאָס אַלץ וועט פֿאַר מיר ניט פֿאַרטויבן
דאָס האַווקען זייערס אויף מײַן ייִדיש לאַנד.
3. קאָנקורס הינטערוויזיע
5 לענדער זענען קעגן ישׂראל זאָל אָנטייל נעמען אויפֿן קאָנקורס יעווראָוויזיע 2026
פֿאַר לענדער, וואָס ווילן ניט זינגען אויף איין בינע
מיט ישׂראל־זינגער האָב איך אַן עצה —
אַ קאָנקורס אָן ייִדן און אָן שׂינאה,
וועלכער זאָל הינטערוויזיע הייסן.
זאָלן דאָרטן לענדער מיט פֿאַרשיידענע פֿענער
וואָס האַווקען אויף ישׂראל נאָכאַנאַנד
זיך פֿאַרמעסטן ווער עס האַווקעט שענער
אויף אונדזער אויסגעבענקט ייִדיש לאַנד.
זאָל מען דאָרט בילן מיט אַלע כּוחות,
וואָס ווי ראַסעווע הינט הוילן קאָנען
און די וואָס פֿאַרמאָגן די שטימע די הויכסטע
זאָלן ווערן די ערשטע, די טשעמפּיאָנען.
עס זאָל די פֿאַרמעסטונג זען די פּלאַנעטע
די וועלט זאָל הערן זייער בייז האַווקערײַ…
און ישׂראל וועט לאַכן, זיך וויצלען און שפּעטן
זאָגן אַ תּפֿילה און אָטעמען פֿרײַ!
און ווײַל איך בין אַלטמאָדיש געבילדעט
וועל איך קויפֿן אַ בוקעט פֿון רויזן
מיר געפֿעלט דאָך ווי שאַנסאָניש עס בילן
אויף ישׂראל די גאַלאַנטנע פֿראַנצויזן…