אָדמס שליחות

באַריס סאַנדלער

און ער האָט אַרויסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַרײַנגעזעצט אין מיזרח פֿון דעם גאָרטן פֿון עדן די כּרובֿים, און די פֿלאַמיקע שווערד וואָס דרייט זיך, צו היטן דעם וועג צום בוים פֿון לעבן.
בראשית, ג

וווּנדערלעכע מענטשן באַזעצן דעם שטח פֿונעם דערפֿל „שוואַנענפּאַרק‟. מעגלעך, זיי ווייסן וועגן דעם אַליין נישט, אָדער שעפּטשען פֿאַרחלומט: „אַך, דאָס לעבן אַליין איז אַזוי שיין און פּרעכטיק, אָנגעזעטיקט מיט חידושים־ונפֿלאָות, אַז ווי קומט אַ קליין נפֿשל, אַ פּראָדוקט, געשאַפֿן פֿונעם אייבערשטן אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן גרויסער מי, באַגלײַך מיט ווילדע חיות, בהמות, שרוצים — צו אַזאַ נס־מן־השמים?!‟

ווי ס׳האָט זיך אָבער נישט זעלטן געטראָפֿן צווישן די אָרטיקע פֿלאָרידן, זײַנען געווען נישט ווייניק עקשנים, וואָס האָבן זיך להיפּוך — געהאַלטן פֿאַר פֿאַרברענטע מאַטעריאַליסטן: „דער מענטש, — האָבן זיי געטענהט, — איז די קרוין פֿון דער נאַטור!‟ — זיי האָבן זיך קיין מאָל אין זייער לאַנג לעבן נישט געלאָזן צו פֿאַרפֿירן פֿון נאַרישע באָבע־מעשׂיות וועגן גאָט און געטלעכער וועלט־באַשאַפֿונג; שוין אָפּגערעדט, פֿון די „פֿרומאַקישע פֿוילע שטיק‟. נאָך מער: די גרעסטע אַפּיקורסים האָבן געהאָלטן, אַז די איינציקע זאַך, וואָס עס פֿאַרבינדט זיי מיטן אייבערשטן, איז דער באַרבאַרישער מינהג ברית־מילה. אמת, נישט זיי זײַנען אין דעם שולדיק, אָבער פֿאַרריכטן עס איז אוממעגלעך. אַזוי איז שוין באַשערט געווען זיי זאָלן זיך אויסלעבן זייערע יאָרן מיט דעם מיאוסן „צוואַנג־צייכן‟.

מיט איינעם פֿון אָט דער מחנה אָרטיקע אַפּיקורסים האָב איך זיך באַקענט אין אַן אַנדער מין „פּול‟ — אַזוי רופֿט מען אין אַמעריקע „ביליאַרד‟. דער דאָזיקער „פּול‟ געפֿינט זיך אין דעם הויפּט־בנין פֿונעם דערפֿל, וואָס אַלע רופֿן אים אויפֿן אַמעריקאַנער אופֿן „קלאַב‟. ער שטייט אויבנאָן אויף אַ בערגל מע זאָל אים קאָנען זען פֿון אַלע ווינקעלעך „שוואַנענפּאַרק‟. צום הויפּט־אַרײַנגאַנג פֿון בנין, אויפֿגעבויט פֿון רויטן ציגל, פֿירן אַכט ווײַסע, הויכע געשליפֿענע זײַלן, וואָס האַלטן אונטער דעם דרײַעקיקן פֿראָנטאָן. פֿון הינטער דעם פֿראָנטאָן קוקט אַרויס אַ ווײַס טורעמל מיט אַ רויטן שפּיציקן קאָלפּיק. טאָג און נאַכט, מיט זײַן גאַנצן שטאָלץ און ווירדע, שפּיגלט זיך דער פֿאַסאַד אינעם וואַסער פֿון דער סאַזשלקע, וואָס ליגט אין שטילער רו צופֿוסנס צום בערגל. און אויב אין „סוואַנפּול‟ שעפּן די פֿלאָרידן און פֿלאָרידענעס נחת־גוף, באַקומען זיי אינעם „קלאַב‟ אַ געוויסע פּאָרציע נחת־רוח.

דאָס צענטראַל־אָרט אינעם „קלאַב‟ איז בלי־ספֿק דער קאָנצערט־זאַל אויף איבער 2000 פּלעצער. פֿאַרן קאָנצערט נעמט דער עולם זיך צונויף אינעם געראַמען האָל. אויסגעפּוצט אין די שענסטע נאַריאַדן, וואָס ווערן אָפּגעהיט פֿון די „גוטע צײַטן‟ פֿאַר ספּעציעלע מסיבות — אויף ייִדישע יום־טובֿים און אַנדערע אונטערנעמונגען אינעם „קלאַב‟. דער פּאַרפֿום צעגיסט זיך אין דער לופֿטן און בלײַבט הענגען איבער די גרויע, אָפּגעפֿאַרבטע און ליסע קעפּ פֿונעם עולם. און ווידער, ווי אין דעם „סוואַנפּול‟, נעמט מען זיך צונויף אין הײַפֿלעך, מע שאַרט זיך צו איינער צום אַנדערן — ווער אויף אייגענע פֿיס און ווער, אָנגעשפּאַרט און, שטופּנדיק פֿאַר זיך דעם „וואָקער‟. פֿאַר דער קורצער צײַט פֿון וואַרטן, ביז די טירן פֿונעם זאַל וועלן זיך עפֿענען, מוז מען אָפּגעבן און אויסהערן אַלע קאָמפּלימענטן. דאָ רעדט מען נישט וועגן קרענק און געזונט־פּראָבלעמען, ס׳איז ווי מיט די אַמבולאַנס־סירענעס, וואָס די אַדמיניסטראַציע פֿונעם דערפֿל פֿאַרווערט אײַנצושליסן. איבעראַכטאָג זונטיק וועט מען זיך, בלי־נדר, ווידער זען.

די קאָנצערטן קומען פֿאָר יעדן זונטיק במשך פֿון סעפּטעמבער ביז סוף אַפּריל. צו פֿאַרווײַלן דעם עולם פֿאָרן זיך צונויף אַרטיסטן פֿון אַלע זשאַנערס; נישט די גרעסטע „שטערן‟, אָבער פֿאָרט פֿינקלענדיקע שטערנדלעך, וואָס לייגן אַרײַן זייער גאַנצן טאַלאַנט אינעם שאַפֿן אַ שיינעם חלום, אין וועלכן דער עולם זעט זיך אין זײַנע בעסטע יאָרן — אין זײַן יוגנט. עס טראָגן זיך אין דער אײַנגעדרעמלטער לופֿט פֿונעם זאַל די קלאַנגען און ריטמען פֿון „ביטלז‟ און „ביטש באָיס‟, באָב דילאַן און עלוויס פּרעסלי, דזשעימס בראַון און אָריטאַ פֿרענקלין; פּאָפּולערע אַריעס פֿון בראָדוויי־מוזיקלס און אָפּערעס… און עס געשעט אַ נס — פֿאַרכאַפּט מיטן חלום, פֿאַרגעסט דער עולם אין דער עלטער און קרענק, מע זינגט מיט און מע טופּעט צו מיט די אָנגעשוואָלענע פֿיס צום טאַקט.

צוויי אַנדערע לאָקאַציעס פֿונעם „קלאַב‟־בנין דערמעגלעכן די תּושבֿים אָנפֿילן זייער טאָג־טעגלעכן קיום מיט פֿאַרווײַלערישע אַקטיוויטעטן, ווי די פֿלאָרידן האָבן ליב זיך אויסדריקן. אינעם מיזרחדיקן פֿליגל געפֿינט זיך דער אַזוי גערופֿענער פֿאַרווײַלזאַל, וווּ, אַ חוץ די יום־טובֿדיקע אונטערנעמונגען, ווערן דאָרט כּמעט יעדן טאָג דורכגעפֿירט טאַנץ־קלאַסן. ס׳רובֿ טענצער זײַנען פֿרויען, וועלכע עס ברענגט אַהער צו פֿירן דער אָנדענק וועגן יענע ווײַטע אומפֿאַרגעסלעכע יאָרן, ווען זייערע פֿיס האָבן געקלאַפּט אין איין ריטעם מיטן האַרץ, און דאָס האַרץ האָט אויסגעהאַלטן דעם דראַנג פֿון פֿיס; די צײַטן פֿון רעשיקע טענץ — „טוויסט‟, „שימי‟, „שאַט‟ און אַפֿילו „דיסקאָ‟, — האָבן זיך אָפּגעזעצט אינעם אָפּגעשוואַכטן זכּרון. וואָס זשע בלײַבט? געבליבן איז דער „שורה־ריקוד‟… ניין, חלילה, נישט דער חסידישער, נאָר דער מאָדערנער, געקומען פֿון יענע ווײַטע 1960ער, דער „line dance‟. די גרעסטע מעלה פֿון דעם טאַנץ איז זײַן געמיטלעכקייט; די טענצער, וועלכע שטעלן זיך אויס אין אַ שורה, קאָנען זיך האַלטן איינער אינעם אַנדערן און זיך צוזאַמען לײַכט באַוועגן פֿון איין זײַט אין אַן אַנדער זײַט, אַבי דער קאָפּ זאָל זיך נישט פֿאַרדרייען…

פֿאַר נאַכט אין די שבתים, קומען זיך אינעם פֿאַרווײַלזאַל צונויף די ליבהאָבערס צו כאַפּן אַ טענצל סוף וואָך. מע זעצט זיך אַרום די טישלעך, אויסגעשטעלט פֿון ביידע זײַטן דעם גלאַנצנדיקן פּאַרקעט־פּלאַץ, דער „דיסק־זשאָקיי‟ אויף דער בינע פֿאַרבײַט מיט זײַן מאַכאַרײַקע אַ גאַנצן דזשעז־אָרקעסטער. ווער עס טאַנצט און ווער עס קוקט ווי יענע טאַנצן… דאַנקען גאָט, נאָך איין וואָך אין שוואַנענפּאַרק איז בשלום אַדורך.

אינעם צווייטן, מערבֿדיקן פֿליגל פֿונעם „קלאַב‟, קאָן מען פֿאַרברענגען די צײַט אין די צימערן בײַם שפּילן קאָרטן און שאָך, באָרגן אַ בוך אין דער ביבליאָטעק, זיך פֿאַרשרײַבן אין אַ קינסטלעריש קרײַזל און זיך אָפּגעבן מיטן שאַפֿן זאַכן, וואָס במשך פֿונעם לעבן האָט דער טאָג־טעגלעכער הו־האַ עס נישט דערמעגלעכט — פֿאַרהילכט און פֿאַרדומפּט דעם טאַלאַנט. און דווקא דאָ און איצט, ווען די פֿינגער בייגן זיך שוין קוים און די ראיה איז געפֿאַלן, צעוויקלט זיך אָט דער פֿאַרטומלטער טאַלאַנט, וועקט זיך אויף, ווי אַ פֿאַרשפּעטיקטע רויז סוף האַרבסט, ווען דער קוסט אַליין שטייט שוין כּמעט אַ נאַקעטער אָן אַ בלעטל. אויך אינעם מערבֿ־פֿליגל געפֿינט זיך דער „אַמעריקאַנער פּול‟, וווּ כ׳האָב זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט אָדמען.

ווער איז אָדם? אַן אַלט־געזעסענער פֿלאָריד, איז ער אַן אַבסאָלוטער טשעמפּיאָן פֿון אונדזער דערפֿל אינעם אַמעריקאַנער פּול. זײַן בילד קאָן מען זען הענגען אויפֿן גרויסן שילד בײַם אַרײַנגאַנג אין „קלאַב‟ צווישן אַנדערע טשעמפּיאָנען פֿון די צענדליקער ספּאָרט־שפּילערײַען, וועלכע זײַנע פֿאַרשפּרייט אין שוואַנענפּאַרק. אַ הויכער, ברייטפּלייציקער מאַנספּאַרשוין, מיט אַ ברייט פּנים, ווי אויסגעקנאָטן אין אײַלעניש — אַ ברייטע פֿליישיקע נאָז, שפּאַרונען־אויגן, באַדעקט מיט ווילד־צעוואַקסענע ברעמען, צעפֿלאָסענע ליפּן און אַ ברייט אונטערבערדל מיט אַ גריבעלע אין מיטן. אויפֿן קאָפּ — אַ גרוי־געדיכטע שעוועליור, וואָס בעת דער קערפּער בייגט זיך איבער איבערן טיש, אָנצילדיק דעם ביליאַרדשטאָק אין אַ קויל, פֿאַלט אַ געדיכטע פּאַסמע אַראָפּ אויפֿן הויכן שטערן.

אַ דאַנק אָדמען, האָב איך טאַקע דערפֿילט דעם טעם צום ביליאַרד און געוואָרן אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אינעם ביליאַרדזאַל, בדרך־כּלל, אין די פֿאַרנאַכטן. פֿון אים האָב איך זיך אויסגעלערנט נישט נאָר פֿאַרשיידענע טריקן פֿון דער שפּיל, נאָר אויך זיך דערוווּסט אין געוויסע מאָמענטן פֿון אָדמס שפּרודלדיק לעבן.

אָדם האָט געהאַט אַ ווערטל, וואָס ער פֿלעגט הויך דעקלאַמירן, טרייסלענדיק אין דער לופֿטן מיטן ביליאַרדשטאָק, אָדער ווי ער האָט עס גערופֿן „קיו‟: „אָט אַזאַ קיו האָט געשפּײַזט מײַנע בעסטע יאָרן!‟. זײַן „קיו‟ האָט ער קיינעם נישט פֿאַרטרויט; פֿלעגט מיט אים קומען און מיט אים אַוועקגיין. געהאַלטן האָט ער אים אין אַ ספּעציעלן לענגלעכן פֿוטלאַר, פֿון אַ צילינדרישער פֿאָרעם, ענלעך צו יענע מינים פֿוטלאַרן, וווּ מע האַלט בילדער און צייכענונגען זיי זאָלן זיך, חלילה, נישט צעקנייטשן. זײַן שפּילן פֿלעגט צום טיש צוציִען אַלע ביליאַרדיסטן, וועלכע האָבן זיך אין דער צײַט געפֿונען אין זאַל. פֿאַר יעדן קלאַפּ אין קויל פֿלעגט אָדם קודם אָנרופֿן דעם נומער פֿון קויל און וווּהין, אין וואָסער טישבײַטל, וועט ער אים שיקן. נאָך אַ געלונגענעם „קלאַפּ‟, ווען ער פֿלעגט אַרײַנקלאַפּן אין די בײַטלען גלײַך צוויי קוילן, האָט פֿון זײַנע אויגן־שפּאַרונקעלעך זיך אַרויסגעריסן אַ בינטל צופֿרידענע פֿונקען, ווי אַ מין סאַלוט זיך אַליין. דערבײַ האָט קיין איין אָדערל אויף זײַן פּנים זיך נישט גערירט. בשעתן פֿירן מיטן קרײַדל איבערן שטאָקשפּיץ, ווי אַ לוין פֿאַר דער גוטער אַרבעט, האָט ער זיך אונטערגעברומט אונטער די צאַפּלדיקע נאָזלעכער: „אַזוי שיקן די באָלס אין די פּאַקעטס האָט געקאָנט נאָר דער גרויסער ווילי מאָסקאָני!‟

קיין נײַגעריקע צווישן די אַכטגעבערס אַרום דעם טיש האָבן נישט אויסגעפֿעלט.

— ווער זשע איז דער ווילי מאָסקאָני?
— אַ מענטש זאָל נישט וויסן, ווער ס׳איז געווען ווילי מאָסקאָני, און נעמט זיך שפּילן אין אַמעריקאַנער פּול! — ענטפֿערט פֿאַרדריסלעך אָדם און גיט צו: — ווילי מאָסקאָני איז געווען אין זײַן צײַט דער בעסטער שפּילער אין אַמעריקאַנער פּול!

צו קוקן אויף זײַן שפּילן איז באמת געווען אַ זעלטענער קאָנצערט. דער ביליאַרדשטאָק אין זײַנע הענט האָט אויסגעזען ווי אַ דיריגיר־שטעקעלע אין דער האַנט פֿונעם מאַעסטראָ. די ביליאַרדקוילן האָבן געפֿאָלגט זײַן יעדן צוריר און זיך „געלייגט‟ פּינקטלעך לויט אָדעמס אָנווײַזונגען.

— אין דײַן קאָפּ, — האָט ער מיך געלערנט, — איידער דו רירסט זיך צום באָל צו, דאַרפֿסטו זיך קלאָר אָנצייכענען די וועג־ליניעס, וווּהין דו ווילסט דעם באָל שיקן. — און פּלוצעם מיט אַ כיטרעוואַטן פּרישטשור אַ פֿרעג טאָן: — געאָמעטריע האָסטו געלערנט אין שול?
— אַזוי ווי אַלע…
— און איך האָב זיך געאָמעטריע געלערנט אויפֿן ביליאַרדטיש!

בעת די שפּיל איז אָנגעגאַנגען האָט קיינער פֿון די אָכטגעבערס קיין פּיפּס נישט געטאָרט אַרויסלאָזן. און אויב עמעצער האָט זיך נישט אײַנגעהאַלטן און זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַן עצה — נישט אָדמען, נאָר אָדעמס וויזאַווי, — פֿלעגט אָדם אַ וואָרף טאָן אין יענער זײַט אַ בליץ מיט די אויגן און אויסשיסן אַ דונער: „נאָך איין וואָרט, וועסטו זוכן די טיר!‟

אָדם אַליין פֿלעגט זיך אַרום דעם ביליאַרדטיש אַרומדרייען אויף די שפּיץ־פֿינגער, אַרומכאַפּנדיק מיט איין בליק אַלע קוילן. אין אַזעלכע ווײַלעס איז ער ענלעך געוואָרן צו אַ לייב, וואָס קוקט זיך אויס אין דער סטאַדע ציגן די פֿעטסטע בהמה, איידער ער גיט זיך צו איר אַ לאָז פֿײַל־אויס־בויגן. אַזוי אויך אָדם: אַרויסגעכאַפּט פֿון די צעוואָרפֿענע איבערן גרינעם טיש אַ קויל, גייט ער האַסטיק צו צום פּאַסיקן אָרט בײַם טישראַנד, רופֿט אַנטשלאָסן אָן דעם קויל־נומער און אין וואָסער טישבײַטל וועט ער אים שיקן; אַ ווײַלע צילט ער אין דער אויסגעקוקטער קויל מיטן שפּיצשטאָק, אָנגעשפּאַרט אינעם פֿינגער־אונטערשטעל און — „שיסט אויס‟. זעלטן ווען טרעפֿט זיך, אַז אָדעמס „שאָס‟ זאָל זײַן אַ פּוסטער. אויב ס׳האָט זיך שוין אַמאָל אַזוינס געטראָפֿן, האָט זיך עס אויסגעלאָזט אין אַ וויץ: „זעט אויס, דער באָל איז געווען גרעסער פֿונעם טישבײַטל!‟

אַהיים פֿונעם „קלאַב‟ פֿלעגן מיר זיך צוזאַמען אומקערן שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. אָדם און איך האָבן געוווינט אין איין הויז, נאָר אין פֿאַרשיידענע טיילן. דער אויסגעשטערנטער הימל האָט גערופֿן אין זײַן טיפֿער ווײַטקייט, און דאָס קילבלעך ווינטל פֿאַרקערט — נאָכן הייסן טאָג האָט זיך עס אויסגעפֿײַנט פֿאַר אונדז, געלעקט די פּנימער, ווי אַ חניפֿותדיקע קאַץ מיטן פֿײַכטן צינגל וואַשט איר פֿעלכל, — און האָט אונדז דערמיט נאָך מער צוגעבונדן צו דער ערדישער היימלעכקייט. דאָס דערפֿל האָט אײַנגעדרעמלט, בלויז דאָ און דאָרט האָט אין די אויסגעלאָשענע פֿענצטער אַ שווינדל געטאָן אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם טעלעוויזיע־עקראַן.

בדרך־כּלל אַ שווײַגער, האָט אָדם אויפֿן וועג אַהיים געקאָנט מיטאַמאָל ברעכן זײַן טבֿע און פֿאַרפֿירן אַ מעשׂה — גלײַך פֿון דער מיט, ווי ער וואָלט דעם אָנהייב דערציילט פֿריִער. כ׳בין שוין גרייט געווען צו דעם און אים נישט אָפּגעשטעלט, נישט איבערגעפֿרעגט — געלאָזט, ווי מע זאָגט, צו ריידן זײַנס.

— אַמעריקאַנער פּול, זאָלסטו וויסן, איז מײַן ערשטע און לעצטע ליבע. מײַן קיו האָט מיך געשפּײַזט נישט איין יאָר… אייגנטלעך, אַז מע וויל ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שפּילער אין פּול, מוז מען שפּילן אויף געלט. אַזוי איז געווען אין מײַנע בחורישע צײַטן. געלט, חבֿר, רייצט אויף דעם אַזאַרט, צווינגט דיך זיך לערנען, אונטערקוקן און איבערנעמען כּלעלרליי קונצן, כּסדר העכערן דײַן מײַסטערשאַפֿט. דעם אמתן שטויס זיך אין גאַנצן אָפּגעבן דער שפּיל, האָב איך באַקומען טאַקע פֿון דעם זעלבן ווילי מאָסקאָני. פֿאַרשטייט זיך, נישט דירעקט; אַזעלכע ווי איך זײַנע נאָכפֿאָלגערס, זײַנען געווען טויזנטער. נאָך אַ ייִנגל האָב איך אָפּגעשפּאָרט אַ ביסל געלט און געפֿאָרן קיין שיקאַגאָ, וווּ ס׳איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקער פֿאַרמעסט פֿון אַמעריקאַנער פּול. איך בין געזעסן ערגעץ ווײַט אויף דער גאַליאָרקע, נאָר ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז כ׳בין לעבן זײַן טיש. כ׳בין ממש צוגעשמידט געוואָרן צו זײַן קיו און געפֿילט יעדן צוריר צום באָל… כ׳בין אַליין פֿאַרוואַנדל געוואָרן אין אַ באָל און זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ פֿאַרכּישופֿטער אין טישקויש…

אָדם האָט פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג. זיך אַ רײַב געטאָן מיט זײַן ברייטער דלאָניע די ברוסט פֿון דער לינקער זײַט.

— דער מאָטאָר… — האָט ער זיך אָנגערופֿן מיט אַ קרומען שמייכל, — אַ ירושה־זאַך פֿון מײַן טאַטן, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן. אַוועק בײַ זײַנע צוויי און זעכציק… איינס און צוויי… זיך אַליין נישט געמוטשעט און די מאַמע נישט געמוטשעט, — דער שמייכל האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַן איראָנישן סך־הכּל: — דאָס איז די גרעסטע מעלה פֿון אַ האַרץ־אַטאַק!
— אפֿשר איז כּדאי זיך צוזעצן אויף אַ באַנק, אָפּכאַפּן דעם אָטעם, — האָב איך פֿאָרגעלייגט.
— נישט שרעקלעך… — פֿאַרראָכטן אויפֿן אַקסל דעם פֿוטליאַר מיט זײַן ביליאַרדשטאָק אינעווייניק, האָט אָדם גערעדט ווײַטער: — מײַן טאַטע איז געווען אויסער זיך, ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן פּרנסה. אַליין אַ בוכהאַלטער פֿון אַ הויכער קוואַליטעט, האָט ער מיך געוואָלט אַרײַננעמען אין זײַן ביזנעס, אויסלערנען בוכהאַלטערײַ… אָבער וווּ איז דער בוכהאַלטערטיש און וווּ איז דער ביליאַרדטיש? פֿאַר מיר איז עס געווען אַ מהלך פֿון אַ גאַנץ לעבן! אַ קיצור, אין אַ טאָג האָבן מיר זיך צעקריגט… כ׳האָב פֿאַרלאָזט מײַן טאַטע־מאַמעס וואַרעמע היים…

זײַן נידעריקע שטים, האָט געפּאַסט דעם גאַנצן אויסזען פֿון אַ קרעפֿטיק־צונויפֿגעקלאַפּטן מאַנספּאַרשוין. אינעם ביליאַרדזאַל האָבן זײַנע רעפּליקעס געקלונגען הויך, קורץ און צומאָל שטעכיק, ווי דערמיט וואָלט ער געקאָנט אָפּטרײַבן פֿונעם ביליאַרדטיש די „כאָפּטע אַלטע נודניקעס‟, ווי ער האָט זיי גערופֿן; זיי פֿלעגן קומען אין די פֿאַרנאַכטן סתּם „יאָגן די באָלס איבערן טיש‟, אָן אַן אַנונג, וואָס אַמעריקאַנער פּול איז. ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט צווישן די פּראָפֿעסיאָנאַלן אין פֿאַרשיידענע געביטן, האָבן זיי נישט גאָר ליב די צו אַקטיווע דעליטאַנטן, בפֿרט נאָך יענע, וואָס שטופּן זיך מיט זייערע עצות. איך האָב זיך אויך נישט געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אינעם אַמעריקאַנער פּול. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַם אָנהייב אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז דאָס וואָרט „pool‟, אַ חוץ אַנדערע באַגריפֿן, מיינט אויך דעם אַמעריקאַנער אופֿן צו שפּילן ביליאַרד.

אינעם לאַנד, וווּ כ׳האָב אָפּגעלעבט איבער פֿערציק יאָר, האָבן די ביליאַרד־ און קאָרטן־שפּילער געהאַט אַ שלעכטן שם. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט מען געהאַלטן אין דער פּראָווינץ, פֿון וואַנען איך קום אַרויס. אַ ביליאַרדטיש איז געווען אַ זעלטן לוקסוסזאַך אין אַ צײַט, ווען נישט יעדער האָט געהאַט אין שטוב אַן אָנשטענדיקן טיש, אויפֿצונעמען געסט. ווער שפּילט אויף געלט? נאָר פּאַרשוינען, וואָס זײַנען נאָך נעכטן געזעסן אין טורמע און טראָגן מיאוסע טאַטויִרונגען אויפֿן לײַב. איך אַליין האָב צום ערשטן מאָל געזען אַן אמתן ביליאַרדטיש אינעם אָפֿיצערן־הויז בעת כ׳האָב איין יאָר געדינט אין דעם מיליטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז געשפּילט האָט מען אין „רוסישן ביליאַרד‟ מיט גרויסע ווײַסביינערדיקע קוילן. דעמאָלט האָב איך אַפֿילו נישט געהערט וועגן דעם „אַמעריקאַנער פּול‟. בײַ זיי, אין אַמעריקע, האָט מען בײַ אונדז געטראַכט, איז אַלץ אַנדערש; דער גרעסטער טייל פֿון די סאָוועטישע בירגער האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז ערגער, און די איבעריקע, בשתּיקה — בעסער.

כ׳האָב געקאָנט פֿאַרשטיין אָדמס פֿאָטער, געוויס, אַ ייִד פֿון אַן אַלטן שניט, וואָס האָט געזען אין זײַן זונס נטיה צום ביליאַרדטיש אַן אומזיסטיקן צײַטפֿאַרברענג אָן תּכלית. אַן אַנדער זאַך — בוכהאַלטעריע!

בעת אַ שמועס מיט אַ מיטגייער, גייט דער שמועס אָן אַזוי לאַנג, ביז לאַנג עס דויערט דער וועג. צוקומענדיק צו אונדזער הויז, האָבן מיר געוווּנטשן איינער דעם אַנדערן „אַ גוטע נאַכט‟ און זיך צעגאַנגען. פֿאַר וואָס דווקא איך האָב אויסגענומען בײַ אונדזער אָרטיקן ביליאַרד־טשעמפּיאָן אויסצוהערן זײַנע שטיקער דערמאָנונגען, האָב איך בײַ אים אין די קורצע שפּאַצירן נישט געוואַגט צו פֿרעגן. אַ שאָד געווען צו פֿאַרלירן דאָס ביסל צײַט בעתן פֿילן די נאָענטשאַפֿט פֿון אַ מענטשלעכער אָפֿנהאַרציקייט. צוריק גערעדט, איז דאָך קיין בעסערע סחורה פֿאַר אַ שרײַבער נישט פֿאַראַן. אָדם האָט זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ, אָדער פֿאַרקערט — זײַן קראַנק האַרץ האָט אַרויסגעבראַכט אין דער שטילער נאַכט אַרײַן דאָס נישט אַרויסגעזאָגטע במשך פֿונעם לעבן. איך בין פּשוט געווען זײַן בײַנאַכטיקער מיטגייער, באַגלייטער, וואָס פֿאַרמאָגט אַ קאָפּ מיט צוויי אויערן, וועלכע ווילן און קאָנען הערן.

אַ שפּיל בלײַבט אַ שפּיל — מע קאָן געווינען און מע קאָן פֿאַרשפּילן. אַזוי איז געשען מיט אָדמען. ער האָט פֿאַרשפּילט אַ ממשותדיקע סומע געלט. צו פֿאַרשפּילן, ווי באַקאַנט, איז נישט קיין בושה, עס טרעפֿט מיט יעדן שפּילער. אַ בזיון און אַפֿילו אַ סכּנה איז, גאָט באַהיט, אַרײַנצופֿאַלן אין דער „שוואַרצער ליסטע‟ פֿון בעלי־חובֿות. בעטן געלט בײַם טאַטן האָט אים זײַן בחורישע גאווה נישט געלאָזט.

— געראַטעוועט האָט מיך מײַן פֿרײַנדל… — האָט אָדם פֿאַרפֿירט דעם שמועס, איבערגעריסן נעכטן שפּעט אין אָוונט בײַם געזעגענען זיך, ווי כ׳וואָלט געמוזט די גאַנצע נאַכט און דעם גאַנצן טאָג האַלטן אין קאָפּ זײַנע רייד, — צומאָל דעקט איבער איין דעה די ווערט פֿון אַ סך מאות! ער, מײַן פֿרײַנדל, האָט מיר אײַנגעגעבן שׂכל צו ווערן אַ דאָנאָר… כ׳מיין, נישט קיין בלוט־דאָנאָר, נאָר אַ ספּערמע־דאָנאָר… — אַ רגע פֿאַרהאַלטן אויף מיר זײַן בליק, האָט ער צוגעגעבן, ווי געמוזט זיך פֿאַרענטפֿערן: — שטעל זיך פֿאָר, אַז פֿאַרן אָפּגעבן בלוט, צאָלט מען ווייניקער, ווי זיך טיילן מיט דער ספּערמע!

איך האָב געשוויגן. נישט אַרויסגעוויזן ניט קיין חידוש און ניט קיין התפּעלות. אייגנטלעך, וואָס האָט עס מיך געדאַרפֿט פֿאַרחידושן; כ׳האָב געוווּסט, אַז ס׳איז עקזיסטירט אַזאַ ספּערמע־באַנק, וווּ די ספּערמע ווערט געזאַמלט און פֿאַרפֿרירט סײַ פֿאַר מעדיצינישע נויטן און סײַ אויף להבא. כ׳האָב ערגעץ געלייענט, אַז נישט ווייניק יוגנטלעכע, איידער זיי ווערן גערופֿן צו דינען אין מיליטער, לאָזן איבער אין אַזאַ באַנק זייער ספּערמע אויף מאַלע וואָס. אַז פֿאַר דער סחורה צאָלט מען אַ געוויסע סומע געלט, איז פֿאַר מיר אויך נישט געווען קיין חידוש; אַן אַנדער זאַך איז צו מאַכן דערפֿון אַ שטיקל פּרנסה, ווי ס׳איז געשען מיט מײַן בײַנאַכטיקן מיטגייער, בפֿרט נאָכן אויסהערן וועגן דעם פֿון אים גופֿא…

— כ׳קאָן נישט זאָגן, אַז דער אָפּצאָל, באַקומען אינעם ספּערמע־באַנק האָט אין גאַנצן געראַטעוועט מײַן מצבֿ. דעמאָלט, אין מײַנע צעכראַסטעטע יוגנטלעכע יאָרן האָט אין מיר געשפּילט אי דאָס בלוט און די ספּערמע, קאָן מען זאָגן. כ׳בין גרייט געווען עס צו טאָן יעדן טאָג, נאָר דער כּלל איז געווען — נישט מער ווי דרײַ מאָל אין דער וואָך. בײַם אָנהייב האָב איך געטראַכט: כ׳וועל פּטור ווערן פֿונעם חובֿ, וועל איך אָפּשטעלן מײַן מאָדנע פֿאַרדינסטל; אויסגעדרייט האָט זיך אָבער אַנדערש… נישט וואָס כ׳האָב זיך אין דעם ענין אַרײַנגעצויגן, כאָטש לויט דער נאַטור בין איך אַן אַזאַרטנער מענטש, — אַפֿילו נישט אַזוי צוליב געלט, וואָס איז אויך געווען נישט קיין איבעריקע זאַך. כ׳האָב, אַוודאי, נישט געקאָנט וויסן, צו וועמען עס טרעפֿט מײַן ביסל ספּערמע, כ׳האָב אָבער פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז אויף אַזאַ אופֿן מאַך איך גליקלעך אַ פֿרוי, אַ משפּחה, וואָס קאָנען נישט האָבן קיין קינדער און גייען נאָך אַ קינד אויס… איז עס דען נישט אַ מין מיצווה?! נאָך מער: כ׳האָב אָנגעהויבן זיך באַציִען צו דעם מיט אַחריות, אייגנטלעך, האָב איך דאָך אויך געהאַט אַ חלק אין דעם, ווער עס ווערט געבוירן… קודם־כּל, האָב איך אויפֿגעהערט צו רייכערן און טרינקען משקה, סײַדן אַ קופֿל ביר; כ׳האָב זיך אָפּגעהאַלטן פֿון עסן פֿעטס און געפּרעגלטס, שוין אָפּגערעדט פֿון מײַנע באַליבטע סטייקס מיט בלוט…

אָדם האָט נישט געוואַרט פֿון מיר כ׳זאָל ווי ניט איז רעאַגירן אויף זײַנע ווערטער. ער, ווי אַ פֿאַרברענטער אַפּיקורות האָט זיך נישט גענייטיקט אינעם זאָגן אַ ווידוי. מעגלעך, אַז ער האָט זיך גענייטיקט נאָר אין מײַנע אויערן, נישט מער; פֿון דעסטוועגן, האָב איך בפֿירוש געהאַט נאָך אַ מויל און אַ צונג. האָב איך די צונג געלאָזט אין גאַנג:

— און וואָס שייך ליבע?.. איר זײַט דאָך געווען אַ יונגער מענטש, און אַרום אײַך האָבן זיך זיכער אומגעדרייט שיינע מיידלעך… שוין זשע האָט אײַך די דאָנאָרסטווע אָפּגעהאַלטן פֿון סעקס אויך?
— אַ גוטע פֿראַגע… כ׳וואָלט זי פּשוט געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן: איין זאַך איז ליבע, און אַן אַנדער זאַך — סעקס! פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין שיינע שיקסע פֿלעג איך נישט אויסמײַדן… כ׳האָב אַפֿילו עטלעכע יאָר געוווינט מיט אַ מיידל, נאָר וועגן חתונה האָבן מיט איר, צו האָבן קינדער, איז מיר נישט אויסגעקומען צו טראַכטן… צווישן אונדז איז נישט געווען קיין ליבע. מײַן פּוילישע מאַמע, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן מיט מײַן טאַטן אין איינעם, האָט געזוכט מיר אַ שידוך, געוואָלט, אַוודאי, פֿון איר איינציקן זון האָבן נחת…

אין יענעם אָוונט האָט זיך אונדזער שפּאַציר אַהיים פֿאַרצויגן. די שטימונג איז בײַ אָדמען געווען אַ דערהויבענע, דהײַנו — ער האָט געוווּנען דעם פֿאַרמעסט אין אַמעריקאַנער פּול צווישן די שפּילער פֿון דרום־פֿלאָרידע. פֿאַר זײַן עלטער איז עס באמת געווען אַ גרויסער נצחון. מיר האָבן זיך צוגעזעצט אויף אַ באַנק אונטער אַ הויכער שטאַלטנער קאָקאָס־פּאַלמע. די לבֿנה־שײַן האָט זיך דורכגעשניטן דורך די לאַנגע און געדיכטע צווײַגן, ווי דורך אַ זיפּ און געפֿאַלן אויף די נאָך גרינע, נאָר שוין אָנגעגאָסענע מיט מילך הענגלעך קאָקאָסניס, ענלעך צו שטײַפֿע מיידלשע בריסט. ס׳האָט אויסגעזען זייער סעקסי. אָבער אָדם האָט זײַן געדיכט־גרויען קאָפּ נישט אויפֿגעהויבן; ער איז געווען פֿאַרטאָן אין זײַנע מחשבֿות, וואָס האָבן אים אַריבערגעטראָגן אין די ווײַטע אָנהייב 1970ער. ס׳האָט ווידער זיך געהערט זײַן שטילע נידעריקע שטים:

— דער טאַטע, ווי געזאָגט, איז אַוועק פּלוצעם און גיך, און כאָטש די מאַמע האָט אַלע יאָרן געוווּסט, אַז דער טאַטע לײַדט אויפֿן האַרץ, האָט זײַן טויט זי ממש דערשלאָגן… ווי עס זאָגן אָבער די פֿרומאַקעס: מיר האָבן דאָך אַ גרויסן גאָט, האָט דער באַרעמהאַרציקער פֿאָטער אַראָפּגעשיקט דער מאַמען אַן אומגלויבלעכע מתּנה… די מאַמע אַליין, נאָך אַ מיידל, איז אַוועקגעפֿאָרן מיט איר עלטערן ברודער אַהער קיין אַמעריקע נאָך אין די אָנהייב דרײַסיקער. קיין שום ידיעות צי עמעצער פֿון איר משפּחה איז נאָכן חורבן לעבן געבליבן, האָט זי נישט געהאַט… און אָט פּלוצעם קומט אָן די גליקלעכע בשׂורה, אַז איר קלענסטער ברודער, כאַצקל, האָט זיך געראַטעוועט און לעבט אין ישׂראל. די מאַמע האָט אים געדענקט נאָך אַ קינד. שוין אָפּגערעדט, אַז זי האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן; די טרערן פֿון צער האָבן זיך איר געגאָסן פֿון די אויגן צוזאַמען מיט די טרערן פֿון פֿרייד: „גאָט נעמט און גאָט גיט!‟ — און דאָס איז געווען איר שטיקל נחמה. כ׳מיין, פֿון דעסטוועגן, אַז אונדזער פֿאָרן קיין ישׂראל האָט געהאַט נאָך איין סיבה. די מאַמע האָט עס אויף אַ קול נישט אַרויסגעזאָגט, כ׳האָב אָבער געפֿילט, אַז זי פֿאָרט מיט אַ שטילער האָפֿענונג צו געפֿינען מיר אין ישׂראל אַ כּלה… דער אָנקל כאַצקל האָט געוווינט אין דער שטאָט נהריה — אַ לאָך, צווישן אונדז גערעדט, אויף צפֿון־ישׂראל. אָנגעקומען זײַנען מיר מיט־סעפּטעמבער און אין עטלעכע טעג אַרום איז אויסגעבראָכן די אַזוי גערופֿענע יום־כּיפּור מלחמה… איז ווידער — אַ פֿאַרשטערטע שׂימחה! דעם אָנקלס צוויי זין זײַנען באַלד אַוועק אויפֿן פֿראָנט, בפֿרט, אַז זײַן עלטערער זון איז געווען אַן אָפֿיציר… מיט מײַן כאַראַקטער אײַנצוזיצן פֿאַרשפּאַרט בײַם אָנקל אין שטוב, איז געווען אויסער מײַנע כּוחות, נאָר כ׳האָב קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט! צום גליק, איז מײַן אָנקלען אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: „לאָמיר צופֿאָרן קיין צפֿת, — האָט ער מיר פֿאָרגעלייגט, — דאָרט אינעם שפּיטאָל אַרבעט מײַן גוטער חבֿר, מעגלעך, דו וועסט קאָנען אַרויסהעלפֿן ווי אַ וואָלאָנטיר.‟ — און אַזוי איז געווען…

אָדם האָט זיך גענייטיקט אין אַ קורצער הפֿסקה, און כ׳האָב אים געלאָזט צו זײַן אַליין מיט זיך און מיט זײַנע איבערלעבענישן. אַזוי טרעפֿט זיך: מע זיצט אויף איין באַנק, אײַנגעהילט אין אַ שטילער נאַכט און אָפּגעזונדערט איינער פֿון אַנדערן אין דער זעלבער צײַט. פֿאַר איינעם נעמט אָט די הפֿסקה אַרײַן צענדליקער יאָרן, און פֿאַרן צווייטן — אַ צײַט־אָפּשניט פֿון עטלעכע סעקונדעס.

— קיין אַמעריקע האָב איך זיך אומגעקערט שוין גאָר אַן אַנדער מענטש. די וויי־געשרייען פֿון די פֿאַרוווּנדיקטע ייִדישע זעלנער, זײַנען מיר נאָכגעגאַנגען אַ לענגערע צײַט; כ׳האָב נישט געקאָנט שלאָפֿן דורך די נעכט… פֿאַרקריצט האָט זיך אַ בילד — אַ פֿאַרבאַנדאַזשירטער קערפּער — פֿון קאָפּ ביז די פּיאַטעס — אַ מומיע אויפֿן שפּיטאָלבעטל, וואָס נאָר פֿון די נאָזלעכלעך, פֿון וועלכע ס׳האָבן אַרויסגעשטעקט צוויי זויערשטאָף־רערלעך צו אָטעמען, האָט מען געקאָנט פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז אַ לעבעדיקער נפֿש. דער בחור, אַ טאַנקיסט — דער איינציקער, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון דעם פֿאַרברענטן צוותּ… וועסט נישט גלייבן: אַ חסיד, אויך אַ וואָלאָנטיר, וואָס האָט דאָרט אַרויסגעהאָלפֿן, האָט מיר געבראַכט אויף אַ זײַטל פּאַפּיר די תּפֿילה „מי שברך…‟, אָנגעשריבן מיט ענגלישע בוכשטאַבן, און כ׳האָב די ווערטער כּסדר איבערגעחזרט במשך פֿון כּמעט אַ וואָך… מער האָט מען נישט געדאַרפֿט… כ׳האָב, אַוודאי, קיין מאָל נישט געזען דאָס פּנים פֿונעם טאַנקיסט, נאָר אַ סך שפּעטער, שוין דאָ אין אַמעריקע, איז עס ווי אַרויסגעשוווּמען אין מײַן חלום — אַ יונגס, אַ לעבעדיקס, אַ שמייכלענדיקס… איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט יענעם אינדערפֿרי מיט אַ פֿאַרשטאַנד, דערווײַל אַ צעשווענקטן, וואָס איך דאַרף טאָן מיט מײַן לעבן ווײַטער…

אָדם האָט אַ ווײַלע געשוויגן, דערנאָך זיך שווער אויפֿגעהויבן פֿון דער באַנק.

— אויף הײַנט איז גענוג, — האָט ער הייזעריקלעך געזאָגט, — צו פֿיל איבערלעבענישן — גוטע און שלעכטע… אין לעבן מישט זיך עס אַלץ צונויף…

עטלעכע טעג האָט אָדם אינעם ביליאַרדזאַל זיך נישט באַוויזן. אפֿשר האָט אים זײַן מאָטאָר אונטערגעפֿירט? — האָב איך פֿאָרזיכטיק אַ טראַכט געטאָן, — און כ׳בין כּמעט גערעכט געווען. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז בײַ אָדמען איז נאָך פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געווען אַ קאָנטראָל־וויזיט צום האַרץ־דאָקטער. איז ער געלעגן דרײַ טעג אין שפּיטאָל. געטראָפֿן האָבן מיר זיך אין דער פֿרי אויפֿן שווימבאַסיין, אונטער אַ זון־שירעם.

— כ׳האָב שוין אָנגעהויבן איבערצוטראַכטן… — האָב איך אומגעלומפּערט פֿאַרפֿירט דעם שמועס, — איר זײַט מיר דאָך שולדיק דעם המשך פֿון אײַער געשיכטע…

ער האָט אַראָפּגענומען די זון־ברילן, ווי דערמיט באַפֿרײַט זײַן בליק און זיך אַ ביסל צו מיר אָנגעבויגן:

— אַ המשך, מיינט נאָך חלילה נישט קיין סוף, אמת? — צוגעזשמורעט אַן אויג, האָט ער צוגעגעבן: — וווּ זשע האָב איך זיך אָפּגעשטעלט?

זײַן מאַניפֿאָרגע האָט אַרויסגעקוקט פֿונעם צווייטן אויג; ער האָט פּשוט געוואָלט זען, צי כ׳האָב טאַקע זײַן מעשׂה פֿאַרגעדענקט, צי כ׳פֿײַן זיך נאָר אויס.

— ווי כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, קאָן אויך אַ חלום אַרויפֿפֿירן אויף אַ ריכטיקן וועג…
— יאָ, יאָ… — האָט ער באַלד אונטערגעכאַפּט, — דער חלום… צו יענער צײַט האָב איך שוין געהאַט אָפּגעשטעלט מײַן קאָנטראַקט מיטן ספּערמע־באַנק… דעם טאַטנס פּלוצעמדיקער טויט… די מאַמע — אין גאַנצן אַ פֿאַרלוירענע… כ׳בין דאָך בײַ זיי פֿאָרט געווען אַ בן־יחיד… דעם טאַטנס ביזנעס… כ׳האָב מיט דעם אַלעמען געדאַרפֿט עפּעס טאָן! כ׳האָב מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז ביז אַהער האָב איך געלעבט נאָר פֿאַר זיך, צוליבן באַפֿרידיקן מײַנע נישטיקע אַמביציעס און זאָרגן… אין מײַן טאַטע־מאַמעס היים האָט מען וועגן ייִדישן חורבן אין אייראָפּע נישט גערעדט; דער מאַמעס שווערע זיפֿצן און אירע פֿאַרטרערטע אויגן, בשעת זי פֿלעגט פֿאַר ראָש־השנה אַרויסנעמען פֿון דער שאַפֿע אונדזער פֿאַמיליע־אַלבאָם און שוין אויף דער ערשטער זײַט זיך אָפּשטעלן. זי האָט זיך אײַנגעקוקט אין דער איינציקער, שוין פֿאַרגעלטער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר משפּחה, געמאַכט פֿאַר איר און דעם עלטערן ברודערס אַוועקפֿאָרן קיין אַמעריקע, און געפֿירט איבער איר מיט די קישעלעך פֿון די פֿינגער, ווי געקאָנט דערפֿילן די וואַרעמקייט פֿון יעדן פּנים… די דערמאָנונגען פֿון מײַן אָנקל כאַצקל אין די ערשטע טעג פֿון אונדזער קומען קיין ישׂראל און שפּעטער — די שרעקלעכע בילדער אינעם שפּיטאָל… טאַקע אין שפּיטאָל האָט מיר דאָס חסידל דערציילט, אַז ווען דער אייבערשטער האָט געהאַלטן בײַם שליסן זײַן בונד מיט אַבֿרהמען, האָט ער אים צוגעזאָגט, אַז ער וועט אים מערן און פֿרוכפּערן, און אַז פֿעלקער און מלכים וועלן אַרויסגיין פֿון אים און פֿון זײַן זוים… האָב איך אים דעמאָלט געפֿרעגט, דעם צפֿתער חסיד: פֿאַר וואָס זשע האַלט מען אונדזער פֿאָלק אין איין שעכטן און פֿאַרברענען? אַזוי האָבן געטאָן די דײַטשן און אַזוי טוען עס איצט די אַראַבער, און דער אייבערשטער האַלט נישט פֿאַר נייטיק אין דעם זיך אַרײַנמישן?! — אָדם האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם, אָבער גערעדט ווײַטער מיטן זעלבן אימפּעט: — אין יענעם אינדערפֿרי, האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט מיט אַן פֿאַרטיקן פּלאַן אין קאָפּ, דהײַנו: איך וועל שליסן מײַן אייגענעם בונד, מײַן קאָנטראַקט צווישן מיר און דעם ספּערמע־באַנק!..

יאָ, אָדם האָט געקאָנט דערציילן אַ מעשׂה, נאָר זײַן המשך האָט מיך איצט פֿאַרכאַפּט נישט אַזוי מיטן אמת, ווי מיט זײַן אײַנפֿאַלערישקייט, וואָס האָט אַלץ מער אָנגעהויבן מיר אויסזען משונהדיק.

— נאָך מײַן טאַטן, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, איז פֿאַרבליבן אַ שיין קניפּל, האָב איך אַ טייל אינוועסטירט אין מײַן ביזנעס… יאָ, כ׳האָב געעפֿנט אַ ביזנעס, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „Mission Adam‟! וואָס איז געווען מײַן „מישן‟? צו באַוואָרענען דעם ספּערמע־באַנק מיט סחורה פֿון אַ הויכער קוואַליטעט — איך האָב עס אין מײַן קאָנטראַקט גאַראַנטירט! איך וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין פּרטים, וויכטיק איז צו וויסן, אַז אַלע דאָנאָרס זײַנען געווען ייִדישע חבֿרה. כ׳האָב מיט יעדן געהאַט אַ פּערזענלעכן שמועס… ריכטיק, עס זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס מײַנע רייד האָבן זיי געהאַט אין דער לינקער פּיאַטע, אַבי צו ווערן באַצאָלט, דערצו פֿלעגט יעדער באַקומען פֿון מיר אַ צוגאָב צו זייער אָפֿיציעלן האָנאָראַר. עס זײַנען אָבער געווען אויך אַזעלכע, וועלכע האָבן עס געטאָן מיטן פֿולן פֿאַרשטאַנד און אַחריות… נאָר אינעם ערשטן יאָר האָבן אין מײַן געשעפֿט זיך באַטייליקט איבער פֿופֿצן ייִדישע חבֿרה… דאָס מיינט, אַז ס׳איז צוגעקומען אינעם ספּערמע־באַנק איבער צוויי טויזנט פּאָרציעס באַפֿרוכפּערונג־זוימען… ייִדן און האַלבע ייִדן, וועלכע וועלן פֿאַרפֿעסטיקן דעם קיום פֿון אונדזער פֿאָלק! צו מאַכן בקיצור, איז מײַן ביזנעס אָנגעגאַנגען כּמעט זיבן יאָר… כ׳מײן, אַז מײַן טאַטע, וואָס האָט געקאָנט גוט פֿירן אַ חשבון, וואָלט געבליבן צופֿרידן פֿון דעם סך־הכּל…

אָדם האָט ווידער געלאָזט אין גאַנג זײַן שעלמיש־צוגעזשמורעט אויג, און מיטן אָפֿענעם אויג גרייט געווען אָפּצושאַצן מײַן רעאַקציע:

— כ׳זע, דו האָסט אַן אומצוטרוי צו מײַנע רייד?

כ׳וואָלט, אַוודאי, געזאָלט אויסמײַדן צו ענטפֿערן גלײַך, נאָר די צונג מײַנע, איר איז אַפּנים געוואָרן ענג צווישן די ציין, האָט זי זיך אַרויסגעכאַפּט:

— דײַן פֿאַרמעסט מיטן אייבערשטן האָט זיך אין אַ געוויסער מאָס אײַנגעגעבן. צי האָט אָבער דײַן שליחות געווירקט צום גוטן אויף דער סטאַטיסטיק פֿון מענטשלעכער שׂינאה צו ייִדן?

זעט אויס, אַז אויך אָדם האָט נישט אויסגעמיטן צו שטעלן אַזאַ פֿראַגע זיך אַליין. זײַן שמייכל איז פּאַמעלעך אַויסגערונען און כ׳האָב דערהערט:

— כ׳בין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ביאָלאָגישער טאַטע, וואָס גייט אויס צו זען, כאָטש צום סוף פֿונעם לעבן, איין קינד זײַנס…

און אין סוואַנפּול האָט געקאָכט אַ לעבן. דער נײַער טאָג האָט נישט צוגעזאָגט צו זײַן אַנדערש פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם, און אַזאַ צוזאָג האָט, אַפּנים, יעדן געלוינט. אַבי נישט ערגער…

אויגוסט 5, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק.

Leave a comment