אַ טאַנץ אויף שפּליטערס (סוף)

מרדכי יושקאָווסקי

— בקיצור, איצט הייבט זיך אָן דער דריטער באַנד פֿון מייַן סאַגע. — ווידער אויף אַרקאַדיס פּנים האָט זיך באַוויזן אַ סאַרקאַסטישער שמייכל, — איך בין שוין ווי־ניט־איז צוגעוווינט געוואָרן צו אַזאַ לעבן אין משך פֿון כּמעט דרייַ יאָר, זינט דיאַנע איז געגאַנגען אין שול. סוף מערץ 1992 האָט לאַריסע מיך געלאָזט וויסן דורך דער לערערין, אַז אין דער וואָך פֿון די פֿרילינג־פֿעריִען וועט דיאַנאָטשקע ניט זייַן אין מאָסקווע. זי פֿאָרט אַוועק מיט דער מאַמען קיין טשערנאָוויץ צו אירע זיידע־באָבע. נו, גוט, — האָב איך געטראַכט, — זי האָט רעכט. אָבער ווען איך בין געקומען דעם 30סטן מערץ אין שול זיך זען מיטן קינד, האָב איך אַרייַנגעכאַפּט דעם סאַמע שטאַרקן פּאַטש אין מייַן לעבן, ווי זאָגט מען, אונטערן גאַרטל. די לערערין האָט מיר מודיע געווען, אַז דיאַנעס באָבע האָט טעלעפֿאָנירט אין שול אַרײַן און געזאָגט, אַז לאַריסע מיטן קינד זייַנען אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, און דיאַנע וועט זיך מער ניט לערנען דאָרט…

ווען איך האָב עס דערהערט, האָט מייַן האַרץ זיך אויפֿגעהערט צו קלאַפּן, ס’איז מיר געוואָרן פֿינצטער אין די אויגן. מעגלעך, אַז כ’האָב פֿאַרלוירן דעם באַוווּסטזייַן אויף אַ קורצער צייַט. כ’געדענק נישט אַפֿילו, וויִאַזוי איך בין אַרויסגעגאַנגען פֿון אָט דעם מצבֿ. כ’בין אַרומגעגאַנגען ווי אַ דערשלאָגענער, אַ פֿאַרדולטער. ס’איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין מייַן לעבן, ווען איך האָב זיך אָנגעשיכּורט אין דער היים, כאָטש כ’האָב עס פֿייַנט, און ס’האָט מיך קיינמאָל ניט געצויגן צום אַלקאָהאָל.

— גאָט מייַנער, — האָב איך כּמעט אויסגעשריִען, — אָבער וויִאַזוי איז מעגלעך אַזאַ זאַך? ווי קאָן מען אַרויספֿירן סתּם אַזוי אַ קינד, אָן דעם פֿאָטערס דערלויבעניש? ס’איז דאָך ניט קיין פּעקל, וואָס מע קאָן אַרייַנשטעקן אין דער וואַליזע און טאָן מיט דעם וואָס מע וויל.

אַרקאַדי האָט זיך ווידער ביטערלעך צעלאַכט און מיר געוויזן עפּעס אַ מאָדנעם זשעסט, רייַבנדיק אַ האַנט אָן אַ האַנט:

— מע זעט גלייַך, אַז דו האָסט דאָ ניט געלעבט אין די אָנהייב נייַנציקער יאָרן. ס’איז דאָך געווען אַ תּקופֿה פֿון פֿולער הפֿקרות. האָסט פֿאַר אַ כאַבאַר געקאָנט קויפֿן יעדן טשינאָווניק מיט זייַן טאַטן און מאַמען און מיטן גאַנצן אמת. איך ווייס נישט אַפֿילו, וועמען און וויִאַזוי האָט לאַריסע אונטערגעקויפֿט, כּדי צו קריגן די נייטיקע פֿאַלשע צעטלעך. אָבער וואָס איז עס שייך? דער פֿאַקט איז, אַז זי האָט אָפּגעריסן פֿון מיר דאָס קינד, אָפּגעשניטן אַ שטיק פֿון מייַן האַרץ, און שוין אַכט יאָר, ווי איך שלאָג זיך מיטן קאָפּ אָן דער וואַנט און קאָן זי ניט געפֿינען. ווען איך בין צוריקגעקומען צו זיך, האָב איך קודם־כּל טעלעפֿאָנירט צו לאַריסעס עלטערן קיין טשערנאָוויץ. בסך־הכּל זייַנען זיי גוטע מענטשן, זיך תּמיד באַצויגן צו מיר גוט. זיי האָבן געהאַלטן אין איין אַנטשולדיקן זיך און פֿאַרענטפֿערן זיך פֿאַר די מעשׂים פֿון זייער „טעכטערל‟. איר מאַמע האָט מיט אַ וויינענדיק קול מיר דערציילט, אַז לאַריסע מיטן קינד זייַנען טאַקע געקומען צו זיי קיין טשערנאָוויץ, און פֿון דאָרט דורך רומעניע אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. זי האָט פֿאַרשוווירן און פֿאַרשראָקן אירע עלטערן, זיי זאָלן ניט וואַגן מיר איבערגעבן קיין שום ידיעה וועגן איר און וועגן דעם קינד. אַלע זייערע בקשות און תחנונים האָבן זיך געענידקט מיט אַ סקאַנדאַל, און די עלטערן האָבן ממש געליטן פֿון איר אויפֿפֿירונג.

— איצט דערקלער מיר, פֿאַר וואָס אַכט יאָר קאָנסטו נישט געפֿינען דייַן טאָכטער? — האָב איך אים געפֿרעגט. — ס’זייַנען דאָך אַנדערע צייַטן. די גרענעצן זייַנען אָפֿן, מוז עס ניט זײַן אַזאַ פּראָבלעם.

דעם אמת צו זאָגן, ווען איך האָב עס דערהערט, האָבן מיר טרערן זיך געשטעלט אין די אויגן, און איך האָב דורכגעפֿילט אַרקאַדיס ווייטיק און זייַן צעבראָכן האַרץ.

— אָ, אָט דאָ ליגט טאַקע דער הונט באַגראָבן. איך האָב אין ישׂראל זייער אַ גוטן נאָענטן חבֿר. לויט מייַן בקשה האָט ער זיך געווענדט אין אַלע מעגלעכע אינסטאַנצן: „משׂרד הפּנים‟ (אינערן־מיניסטעריום), „משׂרד הקליטה‟ (אינטעגראַציע־מיניסטעריום), סוכנות און נאָך גאָט ווייסט וווּ. אַלץ אומזיסט… מע האָט אים געזאָגט, אַז אָנקומענדיק אין לאַנד, האָט לאַריסע זיך געווענדט אין דער פּאָליציי, און ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר אָנקלאַגע, האָט דאָס געריכט פֿאַרסודעט איר אַדרעס, טעלעפֿאָן אא”וו, אַז קיינער זאָל זיי ניט קאָנען געפֿינען.

— צו דעם היגן ישׂראלדיקן קאָנסולאַט פֿלעג איך גיין ווי צו זיך אַהיים. די קאָנסולן קענען מיך דאָרט זייער גוט, זיי באַציִען זיך מיט מיטלייַד, אָבער קאָנען מיט גאָרנישט ניט העלפֿן. דער איצטיקער קאָנסול, זייער אַ פֿרייַנדלעכער מענטש, האָט ממש פֿאַרשטאַנען מייַן האַרץ, אַרייַן אין מייַן מצבֿ, אָבער ער האָט באַשטעטיקט די זעלבע אינפֿאָרמאַציע, וועלכע מייַן חבֿר האָט געקראָגן. ער האָט מיר נאָר אַ רמז געגעבן, און מסתּמא האָט ער דאָס אויך ניט געטאָרט טאָן, אַז אין ישׂראל איז אָנגענומען צו בייַטן נעמען אויף העברעיִשע, און ס’איז וואַרשייַנלעך, אַז עס האָט ניט קיין זין צו זוכן לאַריסע טשערנענקאָ און דיאַנע לאַזעבניק; ס’איז גאַנץ מעגלעך, אַז זי האָט געביטן איר און דער טאָכטערס נעמען. מער פֿון דעם האָט ער ניט געוואַגט מיר צו זאָגן. מיט זעקס יאָר צוריק בין איך אַליין אויף צען טעג געפֿאָרן קיין ישׂראל, געווען צו גאַסט בייַ מייַן חבֿר, געפּרוּווט מיט אים און מיט זייַן פֿרוי צו גיין אין די אינסטאַנצן, געזוכט אין די טעלעפֿאָן־ביכער. אַן אומזיסטיקע טירחה… דעם אמת צו זאָגן, האָב איך שוין פֿאַרלוירן די האָפֿענונג. אפֿשר וועט געשען אַמאָל אַ נס, דיאַנע וועט זייַן אַ דערוואַקסענער מענטש, און איר וועט זיך פֿאַרוועלן צו זען איר פֿאָטער. ווער ווייסט…

דערבייַ איז אַרקאַדיס בליק געוואָרן אויף אַזוי טרויעריק, אַז ס’איז שווער געווען עס אויסצושטיין. זייַן קול האָט דערבייַ אַ ציטער געטאָן, די קני האָבן נערוועז אונטערגעשפּרונגען.

— גלייבסט אין גאָט, אַרקאַדי, — האָב איך געפֿרעגט אפֿשר אַן אומדערוואַרטע שאלה, אַרײַנקוקנדיק אים גלייַך אין די אויגן.
— ווי אַ פֿאַרשוווירענער טעכנאַר, בין איך זייער אַ ראַציאָנאַלער מענטש. פֿון דעסטוועגן, אין גורל גלייב איך יאָ. אָבער אויב ס’איז דאָ גאָט אויף דער וועלט, וואָלט איך אים געשטעלט אַ פֿראַגע: „מיט וואָס, אַלמעכטיקער, האָב איך דיך אַזוי דערצאָרנט, אַז האָסט באַשלאָסן צו שיקן אויף מיר אַזעלכע ליידן?‟
— נו, ווייסט דאָך, אַז גאָטס וועגן זייַנען פֿאַרהוילן, און מיר האָבן ניט קיין צוטריט, כּדי זיי צו פֿאַרשטיין, — האָט זיך מיר געוואָלט אַ ביסל אַריבערפֿירן דעם געשפּרעך אין אַן אַנדער ריכטונג. — וואָס שייך דייַן טעכטערל, האָב איך פֿאַרשטאַנען די פּראָבלעם, און איך גלייב, אַז מע קאָן זי געפֿינען. וועסט מיר געבן אַלע פּרטים, און איך וועל פּרוּוון אין ישׂראל עפּעס טאָן. אָבער וואָס איז געשען מיט דיר נאָך אָט דער אָנגעווייטיקטער צעשיידונג?
— ווידער קום איך צום ענין גורל, האָט אַרקאַדי אַ וווּנק געטאָן, — וועסט מסתּמא לאַכן, אָבער מייַן צווייטע פֿרוי איז דיאַנעס לערערין פֿון דער שול. זי האָט מיך ממש געראַטעוועט און האָט מיך אומגעקערט צום לעבן.
— אָהאָ! אָט דאָס איז אַ קער, — האָב איך זיך צעלאַכט, — אַאַאַ, אמת, האָסט דאָך געזאָגט מיר נעכטן, אַז דייַן פֿרוי איז אַ לערערין פֿון אָנפֿאַנג־קלאַסן… איצטער האָט זיך בייַ מיר צונויפֿגעשטעלט דער פּאַזל.
— יאָ, איך האָב זיך באַצויגן צו איר תּמיד אָפֿיציעל. פֿאַר מיר איז זי געווען די לערערין פֿון מייַן טעכטערל, יעלענאַ ניקאָלאַיעוונאַ, אָבער נאָך דעם, ווי זי האָט מיר איבערגעגעבן די ידיעה, אַז מע האָט אַוועקגעפֿירט דאָס קינד, און געזען מייַן צושטאַנד דערבייַ, האָט זי זיך זייער איבערגענומען מיט דער סיטואַציע, געקראָגן רחמנות אויף מיר, געפֿונען צייַט מיך צו באַרויִקן. כּדי אָפּווענדן מיך אַ ביסל פֿונעם גרויסן בראָך, האָט זי מיך אייַנגעלאַדן צו גיין מיט איר אויף אַן אויסשטעלונג, דערנאָך אויף אַ קאָנצערט. ערשט דאַן האָב איך דערזען, אַז זי איז זייער אַ שיינע פֿרוי, אַ גוטע נשמה. פֿון איין זייַט, האָב איך פּשוט מורא געהאַט ווידער אַרייַנצוגיין אין ערנסטע באַציִונגען. ווי פֿלעגט מייַן מאַמע זאָגן: אַז מע בריט זיך אָפּ אויף הייסן, בלאָזט מען אויפֿן קאַלטן. אָבער זי האָט אַרויסגעוויזן גרויס געדולד, גוטסקייט, און מיר זייַנען געוואָרן נאָענט. זי האָט אַ זון, כאָטש פֿאַרהייראַט איז זי קיינמאָל ניט געווען ביז דאַן. געוווינט האָט זי אין אַן איינצימערדיק דירהלע אין איזמייַלאָוואָ. מיר האָבן עס פֿאַרקויפֿט, איך האָב צוגעצאָלט, און מיר האָבן געקויפֿט אַ דרייַ־צימערדיקע דירה ניט ווייַט פֿונעם מעטראָ סעמיאָנאָווסקאַיאַ, אַ פֿייַנע געגנט. מייַן צימער אין דער קאָמונאַלקע פֿאַרדינג איך. מיט איר זון האָב איך גלייַך געפֿונען אַ געמיינזאַמע שפּראַך, איצט איז ער שוין דרייַצן יאָר אַלט. און ס’איז בייַ אונדז געבוירן געוואָרן אַ טעכטערל, וואָס זי איז די בעסטע רפֿואה פֿאַר מייַן וווּנד וואָס שייך דיאַנען.

יעלענאַ האָט זיך אַרויסגעוויזן אין לעבן פּונקט דער היפּוך פֿון לאַריסען. אַלץ, וואָס מיר האָט אויסגעפֿעלט קודם, האָב איך געפֿונען מיט איר. איך בין איר זייער דאַנקבאַר פֿאַר אַלץ. זי האָט ניט אין זיך די געלט־גייַציקייט פֿון לאַריסען, איך האָב דאָך מיט וואָס צו פֿאַרגלייַכן. זי האָט מיך געמונטערט, איך זאָל איבערלאָזן די טאַקסי־אַרבעט און ווידער גיין אַרבעטן לויט מייַן פֿאַך. איך בין אַרייַן אין אַ פֿירמע, וווּ איך אַרבעט ביז הייַנט־צו־טאָג, און כ’בין גאַנץ צופֿרידן.

— נו, זעסט דאָך אַליין, — האָב איך אַרקאַדין דערמוטיקט, — אָט האָסטו דאָך געקראָגן אַן ענטפֿער פֿון דעם רבונו־של־עולם אויף דייַן שאלה. ביסט אויסגעשטאַנען אַ שווערן נסיון, דערפֿאַר אָבער האָסטו איצט געקראָגן אַ גליקלעך און רויִק פֿאַמיליע־לעבן. אין תּלמוד שטייט טאַקע געשריבן: „כשם מברך על הטובה, כך מברך על הרעה‟, מע טייַטשט עס אַזוי, אַז אַפֿילו ווען ס’קומט פֿאָר עפּעס שלעכטס, איז פֿאַראַן דערבייַ אַ כּוונה, אַז נאָך דעם וועט אומבאַדינגט קומען גוטס. האָסט ניט געטראַכט אַמאָל וועגן עולה זייַן קיין ישׂראל? אפֿשר דאַן וואָלסטו גרינגער אַפּגעפֿונען דיאַנען?
— איך האָב יאָ געטראַכט וועגן דעם, אָבער יעלענאַ איז אַ רוסישע. זי האָט גאָרנישט ניט צו טאָן מיט ייִדן, פֿאַר איר איז די גאַנצע ייִדישקייט אַבסאָלוט פֿרעמד. איך פֿיל אין זיך אויך ניט גענוג כּוחות אָנהייבן אַלץ פֿון ס׳נייַ. איך בין דאָך שוין ניט צוואַנציק יאָר אַלט. און מיר זייַנען אין מאָסקווע אייַנגעוואָרצלט. אַזוי איז שוין געבליבן.


אַרקאַדיס געשיכטע האָט מיך גערירט ביז טיף אין האַרצן, אַרײַן מיר אין די געהירן. איך האָב אים צוגעזאָגט, אַז קומענדיק צוריק אַהיים נאָכן סעמינאַר, וועל איך טאָן אַלץ, כּדי צו געפֿינען זייַן טאָכטער און ברענגען דערצו, ער זאָל זיך קאָנען טרעפֿן מיט איר. ער האָט זיך באַצויגן צו מייַן נדר אַ ביסל סקעפּטיש, אָבער איך האָב געבעטן, ער זאָל מיר אָנשרייַבן אַלע נייטיקע פּרטים פֿון דיאַנען און איר מאַמען — נעמען, דאַטעס, געוועזענע אַדרעסן אאו”וו, און ער האָט עס געטאָן.

כ’בין צוריקגעקומען אַהיים אין אָנהייב אויגוסט. כ’האָב נאָך געהאַט גוטע עטלעכע וואָכן ביזן אָנהייב פֿון דעם נייַעם לערניאָר און האָב באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיט אַרקאַדיס ענין. אויף אַלע מייַנע ווענדונגען אינעם אינערן־מיניסטעריום, אינטעגראַציע־מיניסטעריום, אין דער סוכנות האָב איך באַקומען דעם זעלבן ענטפֿער, וואָס אַרקאַדי האָט שוין פֿריִער געקראָגן: „הנתונים חסויים‟ (די אָנגאַבן זייַנען פֿאַרסודעט). כ’האָב געפֿילט, אַז איך האָב זיך אָנגעשטויסן אָן דעם זעלבן טעמפּן ווינקל, וווּ אַרקאַדיס אַלע פֿריִערדיקע זוכענישן האָבן זיך געענדיקט. כ’האָב געטראַכט די גאַנצע צייַט וועגן ניט קיין געוויינטלעכע, ניט סטאַנדאַרטע וועגן.

כ’האָב זיך געווענדט אינעם „מרכז לקליטת אמנים עולים‟ (צענטער פֿאַר אינטעגראַציע פֿון קינסטלער נייַע עולים), אַפֿילו געקראָגן אַ צוטריט צו דער רשימה פֿון די נייַע עולים לויט זייערע פֿאַכן, אָבער צום גרויסן באַדויערן, האָב איך אין דער רשימה פֿון טענצער און כאָרעאָגראַפֿן לאַריסע טשערנענקאָ אויך ניט געפֿונען. דעמאָלט בין איך געפֿאַלן אויף אַ המצאה: כ׳האָב טעלעפֿאָנירט צו אַרקאַדי און אים געפֿרעגט:

— זאָג מיר, ביז ווען ביסטו געווען אין טעלעפֿאָן־קאָנטאַקט מיט לאַריסעס עלטערן אין טשערנאָוויץ?
— איך האָב צו זיי טעלעפֿאָנירט אַ פּאָר מאָל נאָך דעם, ווי זי איז אַוועקגעפֿאָרן מיטן קינד, אָבער איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז זיי מייַדן אויס צו רעדן מיט מיר. ס’איז פֿאַר זיי געווען ניט לייַכט. דער לעצטער געשפּרעך מייַנער מיט איר פֿאָטער איז געווען אין סעפּטעמבער 1992. זינט דאַן איז זייער טעלעפֿאָן־נומער אָפּגעשלאָסן געוואָרן. כ’האָב געשריבן צו זיי אַ בריוו, אָבער ער איז צוריקגעקומען…
— אַזוי האָב איך געמיינט טאַקע. זיי האָבן אַן איינציקע טאָכטער און אַן איינציק אייניקל, לכל־הפּחות, אויף וויפֿל דו ווייסט. ס’איז וואַרשייַנלעך אויף כּמעט הונדערט פּראָצענט, אַז זיי זייַנען אויך אַריבערגעפֿאָרן קיין ישׂראל, נענטער צו דער טאָכטער און דעם אייניקל, — האָב איך כּמעט אויסגעשריִען, ווי כ’וואָלט געפֿונען עפּעס אַ פֿאַרלוירענע טייַערע זאַך.
— אָבער ווען מייַן חבֿרס פֿרוי האָט געזוכט אין די טעלעפֿאָן־ביכער, האָט זי זיי אויך ניט געפֿונען, — האָט אַרקאַדי אָפּגעקילט מייַן באַגייַסטערונג.
— אָבער ווען איז עס געווען? מיט זעקס יאָר צוריק? זעקס יאָר איז אַ סך צייַט. דיקטיר מיר זייערע נעמען און געבורטס־דאַטעס, — האָב איך געפֿאָדערט.

צו מייַן גרויסער פֿרייד האָב איך אין די „דפּי זהבֿ‟ (טעלעפֿאָן־בוך „גאָלדענע בלעטלעך‟) אָן גרויס מי געפֿונען דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿונעם פּאָלפֿאָלק טשערנענקאָ אין רמת־גן און גלייַך טעלעפֿאָנירט צו זיי. כ’האָב זיך פֿאָרגעשטעלט און געבעטן זיך באַגעגענען מיט זיי. די פֿרוי אויף דעם אַנדערן עק פֿון דער טעלעפֿאָן־ליניע האָט גערעדט זייער אייַנגענעם און פֿאַרבעטן מיך צו זיי אַהיים, אויף דער רוקח־גאַס אין רמת־גן. אויף מאָרגן בין איך שוין געפֿאָרן אַהין. זיצנדיק אין זייער טיפּישער פֿאַר די נייַע עולים געדונגענער דירה, האָב איך גלייַך באַמערקט אַ גרויסן פּאָסטער, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט, מיט אַ פֿאָטאָ פֿון אַ שיינער בלאָנדער פֿרוי אויפֿן הינטערגרונט פֿון טאַנצנדיקע פּאָרלעך און אַן אויפֿשריפֿט מיט גרויסע אותיות „בית ספר למחול לארי שחורי‟ (טאַנץ־שול פֿון לאַרי שחורי). דער אויפֿשריפֿט האָט מיך ממש דורכגענומען, און איך האָב אַ טראַכט געטאָן: „אָט איז דער באַשייד פֿונעם גאַנצן סוד — לאַריסע טשערנענקאָ איז געוואָרן אין ישׂראל לאַרי שחורי‟.

איך האָב דערציילט דער פֿרוי טשערנענקאָ, אַז אַרקאַדי האָט זיי געזוכט די גאַנצע צייַט און פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט זיי. פֿון איר האָב איך זיך דערוווּסט, אַז זיי זייַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין ישׂראל בסך־הכּל מיט פֿיר יאָר צוריק, געוואָלט אין טשערנאָוויץ דעראַרבעטן ביז דער פּענסיע. איר מאַן אַרבעט אויך דאָ, אין לאַנד, דעריבער איז ער ניט געווען אין דער היים. זי האָט זיך געפֿילט זייער שולדיק פֿאַר אַרקאַדי פֿאַר זייַנע ליידן, און איך האָב באַמערקט, אַז די שולד האָט געגריזשעט זי פֿון אינעווייניק. זי האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דעם, וואָס איר טאָכטער האָט זיי קאַטעגאָריש פֿאַרבאָטן צו זייַן אין פֿאַרבינדונג מיט אים.

אויף דעם האָב איך געענטפֿערט:

— וואָס געווען איז געווען, און דאָס קאָן מען שוין ניט פֿאַרריכטן, אָבער וואָס טוט מען איצט, ווען אײַער אייניקל דיאַנע איז שוין אַ דערוואַקסן מיידל? זי האָט דאָך אַליין רעכט צו באַשטימען, צי זי וויל באַנייַען די פֿאַרבינדונג מיטן פֿאָטער, וואָס האָט אין משך פֿון אַכט יאָר איבערגעלעבט אַ גיהנום צוליב דער צעשיידונג מיט איר. זי האָט אויך רעכט צו וויסן, אַז אין מאָסקווע האָט זי אַ שוועסטערל פֿון זעקס יאָר פֿון אַרקאַדיס צווייטן הייראַט.
— איך בין פֿולקאָם מסכּים מיט אייַך, און דאָס מאָל וועל איך שוין זייַן קליגער און זיך ניט לאָזן זיך פֿאַרשטומען פֿון מייַן טאָכטער. זי איז סייַ־ווי־סייַ פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט פֿאַרנומען מיט איר טאַנץ־שול, און דאָס איז איר גאַנץ לעבן. — האָט די פֿרוי מיך דערמוטיקט מיט איר פֿאַרשטענדעניש. — לאָמיר טאָן אַזוי: שרייַבט אָן אַ בריוול צו אונדזער אייניקל, זי זאָל אייַך טעלעפֿאָנירן. ווען זי וועט קומען צו אונדז, וועל איך עס איר איבערגעבן און זי איבערצייַגן, זי זאָל זיך טרעפֿן מיט אייַך. דאָנקען גאָט, זי הערט זיך צו מיר צו. שרייַבט איר אויף עבֿריתּ, ווייַל ס’איז איר לייַכטער צו לייענען און שרייַבן אויף עבֿריתּ, איידער אויף רוסיש. זי הייסט איצט דנה, דנה שחורי… אָבער מיר רופֿן זי סייַ־ווי־סייַ דיאַנע, ווי מיר זייַנען געוווינט געוואָרן.

אַזוי איז טאַקע געווען, כ’האָב אָנגעשריבן אַ קורץ בריוול צו דיאַנען, וווּ כ’האָב געבעטן, זי זאָל מיר טעלעפֿאָנירן, און עס איבערגעלאָזט דיאַנעס באָבען. אומגעפֿער אין אַ וואָך אַרום זייַנען מיר געזעסן מיט איר אין אַ קאַפֿע אין דעם קניון איילון אין רמת־גן. כ’האָב געזען פֿאַר זיך אַ וווּנדער־שיין, יונג, בלאָנד מיידל מיט בלויע אויגן. דיאַנע האָט גערעדט עבֿריתּ ממש ווי אַ סאַברע, אָן שום אַקצענט. ערשטנס, האָט זי געבעטן, איך זאָל זי רופֿן דנה, ווייַל אַזוי אַלע רופן זי אין ישׂראל, אַ חוץ אירע זיידע־באָבע, — האָט זי מיר דערקלערט. עס האָט מיך ניט באַוווּנדערט, אַז איר טאָן אין אָנהייב איז ניט געווען צו פֿרייַנדלעך, אַפֿילו אַ ביסל אַגרעסיוו. ס’איז מיר גאַנץ קלאָר געווען, פֿון וואַנען שטאַמט אַזאַ שטעלונג בײַם מיידל.

— נו, וואָס האָט זיך עפּעס מייַן „טאַטעלע‟ דערמאָנט אָן מיר אין אַכט יאָר אַרום? — האָט זי אויסגעשאָסן אין סאַמע אָנהייב פֿון דער באַגעגעניש מיט אַ שטעכיקן טאָן.
— דנה, — האָב איך געענטפֿערט, — איך בין ניט געקומען צו דיר צו פֿאַרטיידיקן דעם טאַטן און זיך פֿונאַנדערקלייַבן אין אייַער משפּחה־געשיכטע. כ’וויל דיר נאָר זאָגן, אַז פֿאַר דעם, ווי אַ ריכטער ברענגט אַרויס אַן אורטייל, הערט ער אויס ביידע זייַטן. ביז איצט האָסטו געהערט איין זייַט, בסך־הכּל וויל איך דיך בעטן, זאָלסט זיך טרעפֿן מיטן טאַטן און אים אויסהערן. דאָס איז אַלץ, וואָס איך בעט בייַ דיר. ביסט שוין אַ דערוואַקסענער מענטש, כ’פֿאַרשטיי, אַז אָט־אָט גייסטו שוין אין אַרמיי, און דו קאָנסטו אַליין באַשליסן וועגן אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט דייַן לעבן.

דאָס מיידל האָט זיך פֿאַרטראַכט, אַ שלוק געטאָן פֿונעם טעצל קאַווע, געבליבן אויף אַ ווייַלע שטיל, און געפֿרעגט מיט אַ רויִק קול, שוין אָן דעם יונגערישן פֿלאַם:

— וויִאַזוי שטעלט איר זיך פֿאָר, זאָל איך זיך טרעפֿן מיטן טאַטן? און וווּ זאָל עס זייַן?
— ס’איז ניט קיין פּראָבלעם. פֿאַר דעם זאָרג זיך ניט. ער וועט קומען קיין ישׂראל און זייַן בייַ מיר גלייַך נאָך דעם, ווי איך וועל אים איבערגעבן, אַז ביסט מסכּים זיך צו טרעפֿן מיט אים. מוזסט מיר נאָר גלייבן איין זאַך — ער האָט געחלומט וועגן דער באַגעגעניש אַכט יאָר, האָט זי אויסגעווייטיקט, און האָט שוין כּמעט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג… נאָך אַ זאַך — האָסט פֿולע רעכט צו וויסן, אַז האָסט אַ קליין שוועסטערל אין מאָסקווע, און אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט זי גיין אין ערשטן קלאַס.

דיִאַנע האָט זיך צום ערשטן מאָל פֿאַר דער גאַנצער באַגעגעניש צעשמייכלט און געזאָגט:

— אמת, דאָס איז געווען פֿאַר מיר אַ שאָקירנדיקע נייַעס, ווען די באָבע האָט מיר דערציילט וועגן דעם… איך האָב אַ שוועסטער…

זי האָט מיר געשטעלט נאָך פֿראַגעס, אָבער כ’האָב געקירצט דעם שמועס און זי פֿאַרזיכערט:

— כּדי ס’זאָל ניט זייַן קיין צעבראָכענער טעלעפֿאָן, וועסטו אָט די אַלע פֿראַגעס שטעלן דעם טאַטן דירעקט, און כ’בין זיכער, אַז וועסט קריגן אַלע ענטפֿערס פֿונעם ערשטן מקור.

כ’בין אַרויס פֿון דער באַגעגעניש גאַנץ צופֿרידן, איבערגעלאָזט דיאַנען ווייניקער קעמפֿעריש און מיט אַ סך נייַגעריקייט. דעם זעלבן אָוונט האָב איך מיטגעטיילט אַרקאַדין וועגן מייַן שמועס מיט זייַן אָפּגעפֿונענער טאָכטער, און אין פֿיר טעג אַרום האָב איך אויף אים אָפּגעוואַרט אין דעם בן־גוריון עראָפּאָרט.


איך האָב אָפּגערעדט מיט דיאַנען, אַז אַרום 19.00 וועל איך ברענגען אַרקאַדין צו דעם אַרייַנגאַנג אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרק אין רמת־גן, און דאָרט וועלן זיי קאָנען שפּאַצירן און שמועסן. אַרקאַדיס צושטאַנד איז געווען ניט צו באַשרייַבן. די גאַנצע אויסערלעכע רויִקייט זייַנע איז אין איין אויגנבליק נעלם געוואָרן. אויפֿן וועג פֿלעגט ער אַלע מאָל אָפּווישן דעם שווייס פֿונעם שטערן, כאָטש אינעם אויטאָ האָט שטאַרק געאַרבעט דער קאָנדיציאָנער, זייַנע באַקביינער זייַנען געגאַנגען כאָדאָראָם, די הענט האָבן זיך נערוועז באַוועגט. ער האָט מערסטנס געשוויגן. שוין צופֿאָרנדיק צום פּאַרק, האָט ער מיר געזאָגט:

— איך געדענק נישט אין מייַן גאַנץ לעבן אַן אַנדער מאָמענט, איך זאָל זייַן אַזוי אומרויִק. לאָמיר קויפֿן אַ פּעקל סיגאַרעטן, כאָטש איך האָב שוין פֿון לאַנג אויפֿגעהערט צו רייכערן, אָבער איצט מוז איך…
— אַרקאַדי, — האָב איך אים געבעטן, — נישטאָ קיין ברירה, דו מוזסט זיך באַרויִקן. דו דאַרפֿסט נישט איצט אומלעגאַל דורכגיין די גרענעץ. בסך־הכּל איז עס אַ באַגעגעניש פֿון אַ טאַטן מיט אַ טאָטכטער, די סאַמע נאָרמאַלע זאַך, וואָס קאָן זייַן אין לעבן. דייַן אויפֿרעגונג קאָן צעשטערן די גאַנצע אַטמאָספֿער. גיב אַ טראַכט וועגן עפּעס אַנדערש, אָבער דו מוזסט זיך באַרויִקן.

אַרקאַדי האָט אַרויסגענומען פֿונעם אויטאָ אַ גרויסן טאַש מיט מתּנות, וועלכע ער האָט געבראַכט פֿון מאָסקווע, און מיר זייַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעם טויער פֿונעם פּאַרק. ניט ווייַט פֿון דאָרטן אויף אַ באַנק האָב איך דערזען זיצן דיאַנען, און מיר האָבן זיך דערנענטערט צו איר. דער פֿאָטער האָט זאָרגזאַם אַרומגענומען די טאָכטער, און כאָטש איר רעאַקציע איז געווען זייער אַן אייַנגעהאַלטענע, בייַ דער סצענע האָבן זיך בייַ מיר געשטעלט טרערן אין די אויגן. כ’האָב זיך אָפּגעקערט, כּדי ניט אַרויסצוווייַזן מייַן צעמישונג. נאָך אַ פּאָר ערשטע פֿראַזעס האָט אַרקאַדי געזאָגט:

— כ’האָב דיר געבראַכט דייַנע באַליבטסטע צוקערקעס „פּטיטשיע מאָלאָקאָ‟ (פֿויגל־מילך). געדענקסט ווי קליינערהייט פֿלעגסטו זיי אויף אַזוי ליב האָבן, אַז איך פֿלעג בייַ דיר ממש צונעמען די פּושקע, זאָלסט זיי ניט אויפֿעסן אַלע מיט איין מאָל?

דיאַנע האָט געעפֿנט די פּושקע, אויפֿגעגעסן איין צוקערקע און זיך ממש צעגאַנגען אין הנאה. דערנאָך האָט זי זיך ברייט צעשמייכלט און מיט אַ ווייך שפּאַסיק קול געזאָגט:

וואַוּ, דער אמתער טעם פֿון קינדהייט. איך בין איצט אויך גרייט אויפֿצועסן די גאַנצע פּושקע מיט איין מאָל… מיר אַלע האָבן זיך צעלאַכט.

זעענדיק, אַז דאָס ערשטע אייַז איז זיך צעגאַנגען, און די ערשטע כוואַליע איז אָפּגעטראָטן, האָב איך געזאָגט:

— חבֿרה, איך גיי זיך פֿאַרנעמען מיט מייַנע ענינים, כ’לאָז אייַך איבער אַליין, פֿירט זיך אויף גוט. אַז איר וועט זיך אָנשפּאַצירן און זיך אָנרעדן, טוט מיר אַ קלונג, און כ’וועל קומען אייַך נעמען אַהיים.

בייַם אַרויסגאַנג פֿונעם פּאַרק האָב איך זיך אויסגעקערעוועט און פֿון דער ווייַטנס נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אויף אַרקאַדין, וועמענס פּנים איז ווידער געווען רויִק און האָט געשייַנט מיט גליק, זייַן האַנט האָט צאַרט געגלעט דיאַנעס בלאָנדע האָר. ביידע זייַנען זיי געווען טיף אַרייַנגעטאָן אינעם געשפּרעך, און דער גאַנצער אַרום אין יענעם מאָמענט איז אָפּגעטראָטן ערגעץ ווייַט פֿון זיי. אַ וווּּּנדערלעך געפֿיל האָט מיך דעמאָלט אַרומגענומען, ווי כ’וואָלט צונויפֿגעקליבן שפּליטערס פֿון אַ צעבראָכענער כּלי, זיי צונויפֿגעקלעפּט און ווידער פֿאַרוואַנדלט אין איין גאַנצקייט.

סוף

Leave a comment