נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 98

פּינחס צוקערמאַן און דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער

ישׂראל־מוזיקאַנטן אין „קאַרנעגי האָל‟

די האַרבסטיקע ייִדישע ים־טובֿים האָבן געהאַלטן בײַם אויסגיין, און גלײַך אינעם זעלבן אָוונט, ווען די לעצטע ספֿר־תּורה, נאָך הקפֿות, האָט געפֿונען איר הייליקע רו אינעם אָרון־קודש, האָבן אינעם ניו־יאָרקער באַרימטן „קאַרנעגי האָל‟ זיך דערהערט די ערשטע קלאַנגען פֿון סערגיי פּראָקאָפֿיעווס „אוּווערטור אויף ייִדישע טעמעס‟. אַזוי האָבן זיך אָנגעהויבן די קאָנצערט־גאַסטראָלן פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער…

במשך פֿון צוויי יאָר זינט דער מלחמה קעגן די טעראָריסטן פֿון „כאַמאַס‟, האַלט דאָס רויטגרינע, לינק־איסלאַמישע פּראָפּאַליסטינער צונויפֿשמעלעכץ אין איין בושעווען איבער דער וועלט בײַ יעדער געלעגנהייט און אָן אַ געלעגנהייט; איז אַוודאי נישט קיין חידוש, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון „קאַרנעגי האָל‟, כּדי אויסצומײַדן אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָוואָקאַציעס, ממש אַ טאָג פֿאַרן קאָנצערט צעשיקט די מענטשן מיט בילעטן אַן עלעקטראָנישע וואָרענונג: „לייגט אַכט, אַז אינעם קאָנצערטזאַל איז דערלויבט אַרײַנצוברענגען נאָר קליינע קיישעלעך (5 אויף 7 צ״מ און קלענער)…‟; כ׳מיין, ס׳איז איבעריק צו דערקלערן, פֿאַר וואָס אַזוי. און נאָך: מ׳האָט געבעטן צו קומען אויפֿן קאָנצערט מיט אַ שעה־אָנדערהאַלבן פֿריִער. דעם אמת געזאָגט, האָט עס מיך אויך נישט פֿאַרחידושט — די ריי פֿון צושויערס האָט זיך אויסגעשטעלט און פּאַמעלעך זיך באַוועגט איבער עטלעכע קוואַרטאַלן צום אַרײַנגאַנג פֿון „קאַרנעגי האָל‟.

להבֿ שני, דער הויפּט־דיריגענט פֿונעם ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן אָרקעסטער

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג. דאָס לעצטע מאָל האָב איך געהערט דעם ישׂראל־אָרקעסטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם באַרימטן זובין מעטאַ, דעם לאַנגיאָריקן הויפּט־דיריגענט פֿונעם אָרקעסטער. מע דאַרף אים אָפּגעבן כּבֿוד — ער האָט איבערגעלאָזט דעם נײַעם הויפּט־דיריגענט און דירעקטאָר, להבֿ שני (Lahav Shani), אַ רײַכע מוזיקאַלישע ירושה — אַן אוצר. בײַ זײַן יונגער עלטער (36) האָט להבֿ שני, אויך אַ ווירטואָזער פּיאַניסט, געמאַכט אַ גלענצנדיקע קאַריערע ווי אַ דיריגענט און האָט שוין דיריגירט מיט אַ היפּשער צאָל אָנגעזעענע אייראָפּעיִשע אָרקעסטערס.

אַ געבוירענער אין תּל־אָבֿיבֿ האָט שני אָנגעהויבן זײַן וועג אין מוזיק אין עלטער פֿון זעקס יאָר. שפּעטער האָט ער ממשיך געווען זײַן לערע ווי אַ פּיאַניסט און דיריגענט אין דער בערלינער הויכשול פֿאַר מוזיק. צווישן זײַנע מענטאָרס איז געווען דניאל באַרעמבוים. אין די דרײַ קאָנצערטן אין ניו־יאָרק איז להבֿ שני אויפֿגעטראָטן ווי אַ דיריגענט און אַ פּיאַניסט. מיר האָט אָפּגעגליקט צו הערן בלויז צוויי קאָנצערט־פּראָגראַמען.

דער ערשטער טייל פֿון דער סימפֿאָנישער פּראָגראַם האָט געזאָלט באַטאָנען דעם נאַציאָנאַלן ייִחוס פֿונעם אָרקעסטער: כ׳האָב פֿריִער דערמאָנט פּראָקאָפֿיעווס „ייִדישע אוּווערטור‟; דאָס צווייטע ווערק, דעם פֿידל־קאָנצערט, האָט געשאַפֿן פּאַול בן־חיים (פֿראַנקענבורגער,1897־1984), אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דײַטשלאַנד קאָמפּאָזיטאָר, דיריגענט, פּיאַניסט, פּעדאַגאָג און איינער פֿון די גרונטלייגערס פֿון דער אַקאַדעמישער מוזיק־קולטור אין ישׂראל. דער לעוואַנטיש־מוזיקאַלישער סטיל, האָט זיך בולט געהערט אין די אַלע ווערק זײַנע, וואָס זײַנען בשפֿע פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין אַלע דרײַ קאָנצערט־פּראָגראַמען.

בן־חיימס פֿידל־קאָנצערט האָט אויסגעפֿידלט דער באַקאַנטער מוזיקער פּינחס צוקערמאַן, וואָס ספּעציעל אים פֿאָרצושטעלן דאַרף איך נישט, באַזונדערס פֿאַר די אַמעריקאַנער מוזיק־ליבהאָבערס. זיכער, אַז פּינחס צוקערמאַן, צוזאַמען מיט זײַן נאָענטן פֿרײַנד יצחק פּערעלמאַן, געהערן צו דער גאָלדענער קייט פֿון אַמעריקאַנער פֿידלשאַפֿט — פֿון יאַשע חפֿץ, יהודה מנוחין, אײַזיק שטערן. דורכדרינגלעך און ליריש־דערהויבן האָט געקלונגען דער צווייטער טייל פֿונעם פֿידל־קאָנצערט.

אינעם צווייטן טייל איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן די פֿערטע סימפֿאָניע פֿונעם רוסישן קאָמפּאָזיטאָר פּיאָטר טשײַקאָווסקי. די זעקסטע סימפֿאָניע פֿון טשײַקאָווסקין איז געשפּילט געוואָרן אויפֿן דריטן קאָנצערט פֿונעם ישׂראל־אָרקעסטער אין ניו־יאָרק. פֿאַר וואָס פּאַול בען־חיים איז אַזוי ברייט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן בעת די איצטיקע גאַסטראָלן פֿונעם ישׂראל־אָרקעסטער איז קלאָר; אָבער פֿאַר וואָס דווקא דער רוסישער קלאַסיקער האָט אין די צוויי פּראָגראַמען פֿונעם אָרקעסטער פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט? מעגלעך, כּדי אויסצונעמען בײַ די אַמעריקאַנער מעלאָמאַנען. מיט טשײַקאָווסקיס נאָמען איז דאָך פֿאַרבונדן די היסטאָרישע דערעפֿענונג פֿונעם לעגענדאַרן קאָנצערט־זאַל אין 1891. ער האָט דעמאָלט דיריגירט מיטן ניו־יאָרקער סימפֿאָנישן אָרקעסטער. טשײַקאָווסקי איז בלי־ספֿק דער באַקאַנטסטער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר אין די אַמעריקאַנער פֿאַראייניקטע שטאַטן; ער איז דער איינציקער, וואָס זײַן נאָמען ווערט שטענדיק דערמאָנט צוזאַמען מיטן פֿאָטער־נאָמען — פּיאָטר איליטש טשײַקאָווסקי. אין רוסלאַנד גופֿא איז עס אַ באַווײַז פֿון גרויס חשיבֿות.

צוריק גערעדט, זײַנען די ביידע סימפֿאָניעס אינעם רעפּערטואַר פֿונעם אָרקעסטער געווען אַ גוטע געלעגנהייט אַרויסצוּווײַזן די רײַפֿע מײַסטערשאַפֿט סײַ פֿונעם דיריגענט און סײַ פֿון דעם אָרקעסטער. צווישן די אַלטע אָרקעסטראַנטן איז פֿאַרשפּרייט אַ וויץ, אַז אַ גוטער אָרקעסטער דיריגירט מיטן דיריגענט. אין אונדזער פֿאַל שפּילט דאָס ווערטל נישט אויס. להבֿ שני איז טאַקע נאָך אַ „יונגער קאַפּיטאַן‟, אָבער זײַן שטיין בראָש פֿון איינעם צווישן די בעסטע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס אין דער וועלט איז גאַנץ באַרעכטיקט. זײַן נוסח פֿון דיריגירן איז נישט קיין טראַדיציאָנעלער, ער שטייט נישט אויף זײַן דיריגיר־פּאָסטאַמענט און „קלאַפּט אָפּ‟ די טאַקטן; שני גיסט זיך מיטן אָרקעסטער, מיט דעם ריזיקן מוזיקאַלישן אינסטרומענט צונויף; ער שווימט אויף די קלאַנגען־כוואַליעס און דערבײַ האַלט ער פֿעסט אין זײַנע הענט די קאַפּיטאַן־ראָד.

ראָן סעלקאַ (קלאַרנעט) און להבֿ שני (פֿאָרטעפּיאַנע)

די צווייטע קאָנצערט־פּראָגראַם איז באַשטאַנען מערסטנס פֿון קאַמער־מוזיק: פֿעליקס מענדעלסאָנס פּיאַנע־טריִאָ נומ׳ 1, און דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשס קווינטעט אין G מינאָר. פּאַול בן־חיים איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן מיט צוויי זײַנע ווערק: די פֿידל־פּיעסע „ספֿרדישע וויגליד‟ (פֿידל — פּינחס צוקערמאַן) און „לידער אָן ווערטער‟ (קלאַרנעט — ראָן סעלקאַ). אינעם מענדעלסאָנס „טריִאָ‟ האָט זיך באַטייליקט די טשעליסטקע אַמאַנדאַ פֿאָרסײַט, וואָס איז אָפּגעשאַצט מצד דער קריטיק, ווי „איינע פֿון די מערסט־דינאַמישע טשעליסטקעס אויף דער הײַנטיקער קאָנצערט־סצענע‟.

טאָסקאַניני־קוואַרטעט:
פֿון לינקס: יעווגעניאַ פּיקאָווסקי (פֿידל), אַסף מעוז (פֿידל), דמיטרי ראַטוש (אַלט), פֿעליקס נעמיראָווסקי (טשעלאָ)
פֿאָרטעפּיאַנע — להבֿ שני

דער סטרונע־קוואַרטעט אויף טאָסקאַניניס נאָמען איז געשאַפֿן געוואָרן מיט זיבן יאָר צוריק פֿון די מוזיקאַנטן, וועלכע אַרבעטן אינעם ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן אָרקעסטער. אַזאַ נאַטירלעכער אָפּצווײַג פֿונעם אָרקעסטער דערמעגלעכט, לויט מײַן מיינונג, צו שאַפֿן אַן ענגערע צוזאַמענשפּיל. דעם גאַנצן אָוונט איז בײַם ראָיאַל געזעסן להבֿ שני — דאָס מאָל ווי אַ קאָנצערטמײַסטער און אַן אָרגאַנישער טייל פֿון די סטרונע־אַנסאַמבלען. אויף אַזאַ אופֿן האָט ער אַרויסגעוויזן זײַנע פֿילזײַטיקע מוזיקאַלישע טאַלאַנטן פֿאַר די אַמעריקאַנער מוזיק־ליבהאָבערס. און זאָל זײַן, אַז צווישן די געסט פֿון „קאַרנעגי האָל‟ זײַנען אויף די דרײַ קאָנצערט־פּראָגראַמען געווען אויך נישט ווייניק מענטשן, וואָס זײַנען געקומען מער צוליב דעם ישׂראל־ייִחוס פֿונעם אָרקעסטער, איידער צוליב דעם אוניקאַלן מוזיקאַלישן קאָלעקטיוו גופֿא, — איז עס דאָך אין אונדזער צײַט אַ גרויסע מאָראַלישע שטיצע סײַ דעם לאַנד, סײַ זײַנע בירגער און סײַ זײַנע איבערגעגעבענע פֿרײַנט אין דער וועלט.

ס׳האָט זיך פֿאַרגעדענקט, אַז ווען דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ישׂראל פֿלעגט קומען אין ניו־יאָרק אין שפּיץ מיט זובין מעטאַ, האָט יעדעס מאָל דער קאָנצערט זיך אָנגעהויבן פֿונעם שפּילן „התּיקווה‟. אַ שאָד, וואָס דער נײַער הויפּט־דיריגענט פֿונעם ישׂראל־אָרקעסטער, האָט נישט געהאַלטן פֿאַר נייטיק ממשיך צו זײַן די שיינע לאַנגיאָריקע טראַדיציע. דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער איז מער ווי אַ ישׂראלדיקע קולטור-אינסטיטוציע; דער אָרקעסטער דינט ווי א מין גײַסטיקע בריק צווישן מדינת-ישׂראל און דער פֿרײַער ייִדישער באַפֿעלקערונג אויסער די גרענעצן פֿון דער מדינה.

אָקטאָבער 21, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment