דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג

8

װעלטלעכע לערער

נאָך אין די חדר־יאָרן האָב איך בײַנאַנד מיט די לימודים אין חדר אָנגעהױבן שטודירן אױך רוסיש און װעלטלעכע קענטענישן, און װאָס עלטער בין איך געװאָרן האָבן זײ אָנגענומען אַלץ גרעסערן פּלאַץ אין דער דערציִונג און צו לעצט פֿולקום אַרױסגעשטױסן די אַלטע לימודים.

צו ערשט, נאָך גאָר אַ יונגער, מסתּמא, בין איך אָנגעטראָפֿן צו משה דעם שרײַבער. דאָס איז געװען מײַן ערשטער לערער פֿון רוסישן שריפֿט.

שמואל אָרטענבערג, 1978

משה דער שרײַבער… אַ נידעריק זשװאַװע ייִדל מיט אַ קלײן געקירצט און געשױרן בערדל אין אַ קורצן פּידזשאַק מיט אַ פּאָר אײַזערנע ברילן אױף דער לאַנגער נאָז. דער קורצער פּידזשאַק, דאָס געשױרענע בערדל, די אײַזערנע ברילן האָבן אים פֿאַרביטן יעטװידן דיפּלאָם פֿאַר זײַן פּראָפֿעסיע; דאָס אַלײן איז שױן געװען אַ סימן פֿון װעלטלעכקײט, מאָדערניזם און בילדונג און האָט אים געגעבן דאָס רעכט צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער אָנגערופֿענער פּראָפֿעסיע — לערנען, לײענען און שרײַבן. בײַ אונדז האָבן זיך געלערנט, מערסטנס טײל, מײדלעך שרײַבן ייִדיש פֿון אַ בריוון־שטעלער, ער האָט אױך געלערנט רוסיש, לױטן װוּנטש פֿונעם שילער. בײַ זײַן גרױסער אָנלאָדונג אױפֿן גאַנצן טאָג איז ער דאָך געבליבן אַ רײנער קבצן. געהאַט האָט ער זײַן אײגנס, דאָס פֿאַרמעגן און שײנדלינג זײַנס — אַ זײגער פֿון פֿירמע „אַנקער‟, און אַלע טאָג איז ער געגאַנגען צו פֿוס אַ קילאָמעטער פֿינף פֿון שטעטל, ערגעץ אױפֿן באָסי בראָד צו שטעלן ריכטיק זײַן זײגער לױטן טורעם־זײגער. לױט זײַן פּינקטלעכן זײגער איז ער אַרומגעלאָפֿן דעם גאַנצן טאָג און געגעבן שטונדן און לױט זײַן זײגער האָבן געלעבט עטלעכע גאַסן אַרום. געטראָפֿן איז מיט משה דעם שרײַבער און זײַן װערטפֿולן און ציטערדיקן זײגערל אַזאַ טרױעריקער עפּיזאָד.

געקומען איז משה דער שרײַבער אַנומלטן מיט זײַן דערװאַקסענעם זון אין דער קרײַזשטאָט בערדיטשעװ צו קריגן פֿאַרן זון אַ מעטריקע בײַם קאַזיאָנע רבֿ. אָנגעלאָפֿן זיך דעם גאַנצן טאָג אין דער גרױסער שטאָט, אױסגעהונגערטע זײַנען זײ פֿאַרנאַכטלעך אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם אײַנפֿאָר־הױז פֿון בערל ספּיטשעניצער מיט אַ גרױסן הערינג און אַ לעבל ברױט אין די הענט. געטראָפֿן האָבן זײ דאָרטן זיצן בײַם טיש דעם באַקאַנטן פּאָגרעבישטשער תּבֿואה־הענדלער איציע מײטוס, אַ נידעריק שװאַרץ ייִדל מיט אַ קײַלעכיק בערדל און דרינגלעכע קלײנע אױגן, אַ דורכגעטריבענער, אַ פֿרײלעכער, אַ לעבעדיקער פּאַרשױן. ער זיצט בײַם טיש און עסט געמיטלעך קאָטלעטן. צו משה דעם שרײַבערס גרױסער נאָז איז גלײַך דערגאַנגען דער גערוך פֿון די פֿײַנע, געפּרעגלטע, געשמאַקע, מיט קנאָבל און געװירץ פֿאַרפּראַװעטע קאָטלעטן און ער איז צוגעגאַנגען צום טיש און מיט האַרצװײטיק, כּלומרשט, אין אַ שפּאַס, זיך געװענדט צו איציע מײטוס:

— אָ, איציע, דו עסט קאָטלעטן, קאָטלעטן עסטו, קאָטלעטן, ביסט געװאָרן אַ גבֿיר?!

איציע מײטוס מאַכט אַן ערנסט פּנים און זאָגט אים מיושבֿדיק:

— װאָס איז שײך, װאָס איז אַזױנס קאָטלעטן? און װאָס קאָסט, איך בעט דיר, משה, דײַן גרױסער הערינג?
— ס’הײסט, מײַן הערינג קאָסט דרײַ קאָפּיקעס און אױף קאָטלעטן דאַרף מען מסתּמא האָבן אַ גאַנצן מאַיאָנטעק…

איציע מײטוס שמײכלט, פּינטלט מיט די קלײנע שװאַרצע אױגן און זאָגט ערנסט:

— ע, משה, ביסט דאָך גאָר אַ פּריץ אין די זאַכן, אַ קאָטלעט קאָסט אין גאַנצן אַ קאָפּיקע, אײן קאָפּיקע, דו פֿאַרשטײסט, װי מיר זײַנען ייִדן אויף דער װעלט…

בײַ משה דעם שרײַבערס דערװאַקסענעם הױכװוּקסיקן זון צעברענען זיך די אױגן, ער שושקעט זיך און רעדט עפּעס אײַן דעם פֿאָטער און משה דער שרײַבער באַשליסט ענדלעך צו נעמען צװײ קאָטלעטן, מע איז זיך גוט אָנגעלאָפֿן דעם טאָג, מוז מען אָפּעסן, װי מענטשן. זײ עסן אָפּ די װעטשערע מיט גרױס אַפּעטיט, זײ קאָנען זיך גאָר ניט אָנלױבן פֿון די געשמאַקע, פֿרישע קאָטלעטן, פֿאַרטרינקען מיט אַ סאַמאָװאַרל־טײ דװקא אָן צוקער און לײגן זיך שלאָפֿן.

איציע מײטוס איז פּונקט די זעלבע נאַכט אָפּגעפֿאָרן. משה דער שרײַבער אָבער, מיטן זון האָבן געמוזט בלײַבן נאָך אױף אַ טאָג, אַרױסנעמען אַ מעטריקע בײַ דעם קאַזיאָנע רבֿ דעם לעקיש, האָט זיך אַרױסגעװיזן, איז ניט פֿון די גרינגע זאַכן; און, עס איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, אַז לױטן הײסן װילן פֿון משה דעם שרײַבערס זון זײַנען זײ שױן אין גאַנצן אַריבערגעגאַנגען אױף קאָטלעטן־דערנערונג אי אין דער פֿרי, אי פֿאַר נאַכט. אױפֿן דריטן טאָג בעטן זײ בערל ספּיטשערניצער, ער זאָל דערלאַנגען אַ חשבון און עס, װײַזט זיך אַרױס, אַז זײ האָבן זיך פֿאַרשולדיקט אױף אַ רובל מיט זעקס־און־צװאַנציק קאָפּיקעס. משה דער שרײַבער ווערט פֿון דעם חשבון פֿריִער בלאַס, דערנאָך רױט, דערנאָך הײבט ער שעלטן אין טאַטן און אין טאַטנס טאַטן איציע מײטוס מיט זײַנע ביליקע קאָטלעטן, אָבער איציע מײטוס איז שױן לאַנג דאָ ניטאָ און בערל ספּיטשערניצער טױבלעכער ייִד װיל פֿון גאָרניט װיסן. ער לײגט איבער די װאַטע פֿון אײן אױער אין צװײטן, רוקט אַרױף די ברילן און מאַכט נאָך אַ מאָל מיט אַ בלײַשטיפֿט דעם חשבון:

— עס קומט פֿון אײַך, — זאָגט ער מיושבֿדיק, — פֿאַר צװעלף קאָטלעטן צו 10 קאָפּיקעס אַ קאָטלעט, האָבן מיר אַ קײַמא־לן פֿון אַ רובל מיט צװאַנציק קאָפּיקעס, פֿאַר דרײַ סאַמאָװאַרלעך טײ צו צװײ קאָפּיקעס אַ סאַמאָװאַרל, האָבן מיר, אַזױ גרױס, װי זעקס קאָפּיקעס, מאַכט אױס, עס איז אין אײנעם אַ רובל מיט זעקס־און־צװאַנציק קאָפּיקעס…

משה דער שרײַבער פֿאַרמאָגט גאָרניט אַזאַ קאַפּיטאַל אױף צו צעצאָלן זיך פֿאַר די קאָטלעטן, פֿאַר איציע מײטוסעס ביליקע קאָטלעטן, דעריבער האָט ער געװען געצװוּנגען צו לאָזן אַ משכּן זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן און שײנדלינג — זײַן טײַערן ציטערדיקן און פּינקטלעכן זײגער פֿון פֿירמע „אַנקער‟. דעם טאָג װען משה דער שרײַבער מיט זײַן זון האָבן זיך אומגעקערט קײן פּאָגרעבישטשע, איז דער דורכגעטריבענער איציע מײטוס גראָד „סראָטשנע‟ אָפּגעפֿאָרן און פֿאַרשװוּנדן אױף אַ סך װאָכן. משה דער שרײַבער מיט זײַן זון זײַנען אַלע טאָג אין משך פֿון צװײ װאָכן צוגעקומען צו איציע מײטוסעס הױז מיט אַ לאַנגן דראָנג און זיך געקליבן אױסשלאָגן בײַ אים די פֿענצטער און אים צעברעכן די בײנער:

— איך װעל אים װײַזן, װאָלװעלע קאָטלעטן, װעל איך אים, אַ קאָפּיקע אַ קאָטלעט, אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן…, — האָט געשריגן איבער דער גאַנצער גאַס משה דער שרײַבער, אָבער איציע מײטוסעס שטוב איז געשטאַנען געשלאָסן אױף אַ שלאָס און די לאָדנס פֿאַרמאַכט…

אָבער איך קער זיך אום צו מײַן שטודיום בײַ משה דעם שרײַבער. בײַ אים האָב איך זיך געלערנט שרײַבן „בריװ‟ אין רוסיש, דאָס האָט געזאָלט זײַן אַ מין קאַליגראַפֿיע: אױף אַ װײַסן גלאַנצנדיקן פּאַפּיר זײַנען געװען אָפּגעדרוקט ניט־קלאָרע, קױם באַמערקבאַרע קאָנטורן פֿון די רוסישע בוכשטאַבן און אַפֿילו פֿון גאַנצע װערטער, און דער שילער האָט באַדאַרפֿט מיט טינט זאָרגפֿעליק און פּינקטלעך נאָכקאָפּירן די טונקעלע צײכנס. הײַנט גילט שױן, דוכט זיך, ניט דער דאָזיקער מעטאָד, פֿאַר מיר אָבער האָט ער אָפּגעשפּילט אַ געװיסע ראָלע: איך האָב זיך אַ ביסל אױסגעלערנט שרײַבן רוסיש און… ליב געקראָגן גלאַנציקע פּאַפּיר אױפֿן גאַנצן לעבן.

דערנאָך האָט זיך גענומען מיך לערנען רוסיש מײַן אײגענער מיטלסטער ברודער װאָלף, אָבער דער פּרוּװ איז געװען ניט קײן געלונגענער, צי דערפֿאַר, װײַל זײַן פּעדאַגאָגישע סיסטעם איז געװען ניט גענוג װיסנשאַפֿטלעך באַגרינדעט: ער האָט מער געװירקט מיט דער קראַפֿט פֿונעם פֿױסט, אײדער מיט דער קראַפֿט פֿון איבערצײַגונג, צי װײַל דער תּלמיד האָט ניט געהאַט קײן גענוגנדיקן אָפּשײַ פֿאַר זײַן לערער, עס האָט געפֿעלט „דער פּאַטאָס פֿון דיסטאַנץ‟, אַלנפֿאַלס, די אַרומיקע האָבן אײַנגעזען, אַז אױסער צעבײַלטן שטערן, איז קײן שום פֿראַגעס אין מײַן מוח און קאָפּ ניט צו געפֿונען. עס זײַנען געקומען אַנדערע מער צוגעגרײטע און קװאַליפֿיצירטע לערער, בײַ װעמען איך האָב אין משך פֿון עטלעכע יאָר זיך געלערנט און אָפֿט מיטן געהעריקן פֿלײַס די רוסישע שפּראַך און ליטעראַרישע מוסטערן, סודות פֿון אַריטמעטיק, דערנאָך אױך געשיכטע און אַפֿילו געאָגראַפֿיע.

אַ לענגערע צײַט האָב איך שטודירט בײַ דעם פּריװאַט־לערער פּאַניטש. ניט געקוקט אױף דער קלינגעװדיקער פֿאַמיליע, איז פּאַניטש ניט געװען קײן אַדלמאַן, נאָר אַ ייִדישער פּריװאַט־לערער און אַ גרױסער אָרעמאַן. אַ שײנער ייִד מיט אַ שװאַרץ, צוגעפּוצט, קורץ בערדל, און קורצן פּידזשאַק, מיט אַ גוטמוטיק שמײכל, אָבער אַ מטופּל מיט קינדער. אױף אים האָט זיך אױסגעגאָסן די ברכה — זיך פֿרוכפּערן און מערן, װי די שטערן אין הימל און װי דער זאַמד בײַ דעם ים. אמת, זײַן שטיבל אין אַ זײַטיק געסל איז װײַט פֿון אַן אױסגעשטערנטן הימל און פֿון אַ זױבערן ברעג פֿון ים, דערקעגן, עס איז דאָרטן פֿינצטער און שטיקנדיק, און ענג, און קינדער קעפּלעך אױף קעפּלעך, נאַקעטע און שטענדיק הונגעריקע — אַ פֿאַבלהאַפֿט גרױסע פֿאַמיליע און זײער אַ קאַרגע הכנסה. פּאַניטש גיט פּריװאַט־שטונדן דעם גאַנצן טאָג פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט. בײַ אים אין שטיבל איז אַ ביסל שװערלעך צו לערנען און די מאַמע בעט אים, ער זאָל קומען צו אונדז, קומט ער אַרײַן טעגלעך און לערנט מיט די קינדער. אַ לערער איז ער אַ װײכער און שטילער, און װײסט זײַן זאַך.

בײַ אים, געדענקט זיך, האָב איך געלערנט רוסישע גראַמאַטיק, אַריטמעטיק און קרילאָװס משלים אױף אױסװײניק. דאָס איז געװען די ערשטע צײַט אַ ביסל שװערלעך צו פֿאַרחזרן אױף אױסװײניק:

פֿאַרגלוסט האָט זיך דעם ציינערדיקן העפֿט
דעם פֿאַך דעם קעצישן באַהערשן עכט.

אָבער עס איז געפֿעלן געװאָרן די מאָראַל פֿון דעם און פֿון פֿיל אַנדערע קרילאָװס פֿאַבלען, באַזונדערס האָט זיך לאַנג געדענקט די פֿאַבל „לזשעץ‟ [ליגנער]:

זיך אומגעקערט פֿון ווײַטע לענדער,
אַן אַדלמאַן (צי קאָן אַפֿילו זײַן אַ פֿירשט)…

מעגלעך, אַז די געשיכטע פֿונעם אַדלמאַן, דעם ליגנער, האָט זיך גוט פֿאַרקריצט אין זכּרון, װײַל אין שטעטל האָט זיך דער דאָזיקער אַדלמאַן געהאַט אַ לעבעדיקן פּראָטאָטיפּ און געהײסן האָט ער לײב חיריק.

לײב חיריק — אַ געלער, אַ געגאָלטער אױסגעפּוצטער ייִד, אַ קאָמיסיאָנער, אַ קאָמיװאָיאַזשאָר, און אַ שטיקל מוסר — האָט געקאָנט אין געביט פֿון ליגן־זאָגן פֿאַרשטעקן אין גאַרטל עטלעכע קרילאָװס אַדלמענער. פֿאַר מיר איז געװען אַ גרױסע פֿאַרװײַלונג אין דער קינדהײט זיך אָפּשטעלן הערן, װי לײב חיריק דערצײלט זײַנע מעשׂיות און אױסגעטראַכטע פּיזמונות. זומערצײַט אין אַ פֿלאַכער, האַרטער, שטרױענער שליאַפּע מיט אַ װײַסן גראָבן און װײַס־געפּרעסטן אײבערהעמד פֿלעגט ער זיך אַװעקשטעלן, צונױפֿנעמען אַרום זיך אַ רעדל מענטשן, פֿאַררײכערן אַ גוטן, גראָבן פּאַפּיראָס „סאַלװע‟ פֿונעם זילבערנעם פּאָרטסיגאַר מיט אַ דריק אױף דעם צינגל פֿון זײַן גלאַנציקער צינד־מאַשינקע, און מיט זײַן הײזעריק קול אָנהײבן הוסטנדיק אײנע פֿון זײַנע פֿילצאָליקע ליגנער־מעשׂיות:

— איז געװען איז דאָס, כ׳זאָל אײַך קײן ליגן ניט זאָגן, פֿאַר אַ יאָרן ערבֿ־פּסח הינטער בערדיטשעװ…

און דאָ גײט אַ שפּאָגל נײַע פֿאַנטאַסטישע מעשׂה און קײטל זיך װײַטער מיט נאָך אַ מעשׂה און נאָך אַ מעשׂה אָן אַ סוף און אָן ברעג. ייִדן, באַזונדערס יונגע־לײַט אױס מורא אַ ייִד אַ מוסר, שטײען, הערן און גאַפֿן אין האַרצן: אָט, אַ מײַסטער אױף צו זאָגן ליגן, אָט האַקט ער אַ טשײַניק…

אָבער איך קער זיך אום צו מײַנע לערער. מיט דער צײַט מאַך איך געװיסע דערפֿאָלגן אין דער רוסישער שפּראַך און קום שױן אָן צו אַ נײַעם לערער, שטוטמאַן. דער רוסישער פּריװאַט־לערער שטוטמאַן איז אַהער פֿון ערגעץ געקומען, זיך באַזעצט דאָ מיט זײַן פֿאַמיליע — אַ מוטער און אַ שװעסטער, און גיט שטונדן. מאָדנע זעט אױס די גאַנצע פֿאַמיליע אױפֿן שטעטלשן פֿאָן, אַ פֿולקום אַסימילירטע פֿאַמיליע, און קאָן קײן װאָרט ייִדיש ניט רײדן, מע שױנט ניט קײן שום ייִדישע מינהגים און זיטן, פֿולקאָמע „גױים‟.

אַלײן שטוטמאַן דער לערער, אַ נידעריקער יונגער־מאַן פֿון עטלעכע און צװאַנציק יאָר, מיט אַן ערנסט, לענגלעך, אױסגעצױגן פּנים, אױף דער נאָז האַלט זיך קױם מיט אַ שנירל פּענסנע, אַ ביסל אײַנגעהױקערט און קלײן, און אױפֿן גרױסן קאָפּ לאַנגע האָר. זומער גײט ער איבערן שטעטל געקלײדט אין אַ װײַסער בלוזע מיט אַ גאַרטל און אָן אַ היטל אויפֿן קאָפּ. אַ לערער איז ער אָבער געװיס אַ פּאַסיקער, ער װײסט גוט די רוסישע שפּראַך, רעדט בלױז רוסיש, ער איז שטרענג. בײַ אים האָב איך געלערנט קירפּיטשניקאָװס „גראַמאַטיק‟, יעװטושעװסקיס „אױפֿגאַבער‟ פֿון אַריטמעטיק און אילאָװײַסקיס „רוסישע געשיכטע‟. דער לערער שטוטמאַן איז שפּעטער אין די רעװאָלוציע־יאָרן געװען אײנער פֿון די טיכטיקסטע באָלשעװיקעס אין שטעטל (װעגן דעם װעט עס שפּעטער דערצײלט װערן), נאַכער האָב איך אים דאָס לעצטע מאָל באַגעגנט אין די 1920ער יאָרן אין מאָסקװע, װוּ ער האָט פֿאַרװאַלטעט מיט דער מאָסקװער פּאַרטײ־שול.

נאָר דעם ערשטן אײַנדרוק האָט געלאָזט אין זכּרון די לערערין געניע (יעװגעניאַ) קוצינאַ. געקומען איז זי אױך פֿון אַ נאָענטער שטאָט צו אונדז אין שטעטל, געװען פֿאַרבונדן און באַקאַנט מיט דער אָרטיקער ייִדישער אינטעליגענץ. אױסגעזען האָט זי אױך אַ ביסל מאָדנע: אַ יונגע פֿרױ פֿון עטלעכע און צװאַנציק יאָר, אַ סימפּאַטישע, מיט געשױרענע שװאַרצע האָר, שטרענג און טונקל געקלײדט, אָן באַפּוצונגען, אַ צוגעלאָזענער מענטש לױטן כאַראַקטער, דעמאָקראַטיש געשטימט, כאָטש זי רעדט אױך ניט קײן ייִדיש. איך האָב געפֿילט בײַ איר סימפּאַטיע, מעגלעך דערפֿאַר, װאָס איך האָב צום ערשטן מאָל געזען פֿאַר זיך און געקומען אין פֿאַרקער מיט אַ פֿרױ, װאָס איז ניט ענלעך אין גאַנצן אױף אַלע אַרומיקע װײַבער, אַן ערשטע, אַ געבילדעטע. (מעגלעך, אױב גלײבן דער טעאָריע פֿונעם באַרימטן געלערנטן פּסיכאָאַנאַליטיקער זיגמונד פֿרױד, איז דאָס געװען די פֿאַרבאַהאַלטענע סימפּאַטיע פֿון אַ צװעלף-דרײַצן־יאָריקן ייִדיש ייִנגל, װאָס טרעפֿט זיך, איבערהױפּט, צום ערשטן מאָל מיט אַ פֿרױ פּנים־אל־פּנים). אַלנפֿאַלס, איך האָב געלערנט מיט חשק און פֿלײַס.

געװױנט האָט געניע כּמעט אין עק שטעטל אױף קװאַרטיר בײַ יוסל בלינדמאַן. כ’בין געגאַנגען צו איר אין באַשטימטער צײַט זיך לערנען און באַמיט זיך, װי װײַט מעגלעך, אױספֿילן די פֿאַרגעבונגען פֿון דער לערערין; זי איז געװען שטרענג, אָבער גערעכטיק, זי האָט געפֿאָדערט, איך זאָל רײדן נאָר רוסיש, זי האָט געפּרוּװט דערציִען אין מיר דאָס געפֿיל פֿון ליבע צו דער נאַטור, צו דער אַרומיקער שײנער וועלט, זי האָט אַרײַנגעװאָרפֿן אין מיר זױמען פֿון סקעפּטישער און קריטישער באַציִונג צו דער אַלטער װעלט פֿון רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם און איבערגלײבעניש; כ’האָב אױך בײַ איר שטודירט רוסישע געשיכטע, אַ ביסל געאָגראַפֿיע און נאַטור־װיסנשאַפֿט און געמאַכט באַדײַטנדיקן פֿאָרשריט. די לערערין קוצינע איז שפּעטער צו פֿון שטעטל פֿאַרשװוּנדן, עס זײַנען דערגאַנגען קלאַנגען, אַז זי איז שפּעטער געװאָרן אַן אַקטיװע טוערין אין דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג.

און דער לעצטער פֿון די לערער, שױן אױפֿן לעצטן שטאַפּל, איז געווען דער סטודענט ערליך. געקומען איז ער אַהער פֿון נאָענטן שטעטל טאָפּאָרע, ער איז מאַטריקולירט ערגעץ אין אַ הױכשול אין אַ געװיסער שטאָט, טראָגט אַ סטודענטיש היטל מיט אַ צײכן, אָבער זײַן מאַטריקול איז נאָך דערװײַל ניט פֿאַרפֿולט. אױף צו לעבן אין דער גרױסער שטאָט דאַרף מען האָבן מיטלען, דערװײַל גיט ער דאָ אין שטעטל פּריװאַטע שטונדן און קלײַבט מיטלען אױף צו האָבן זיך אַװעקזעצן טאַקע באמת לערנען אין דער הױכשול. ער איז שױן, אַגבֿ, אַ גאַנץ געבילדעטער, באַלעזענער, און ערודירטער יונגער־מאַן. ער קאָן אױך גוט העברעיִש. בײַ אים לערן איך ניט נאָר רוסישע און אַלגעמײנע דיסציפּלינען, נאָר אױך אַפֿילו העברעיִשע ליטעראַטור. די חדר־יאָרן זײַנען שױן לאַנג פֿאָראיבער, האָבן זיך געענדיקט; די אַלטע ספֿרים פֿון תּלמוד און תּנך האָבן אין גאַנצן אָפּגעטראָטן זײער אָרט די װעלטלעכע קענטענישן. די העברעיִשע שפּראַך װערט אױך געלערנט גאָר אין אַן אַנדער אַספּעקט און מיט אַנדערע פּעדאַגאָגישע מיטלען. צװישן די פֿילצאָליקע לערנביכער, װאָס מיר איז אױסגעקומען צו לערנען האָט זיך פֿאַרגעדענקט אַ גוטע רוסישע כרעסטאָמאַטיע, איך געדענק ניט גענױ בײַ װעמען פֿון די אָנגעװיזענע לערער איך האָב זי שטודירט אונטערן נאָמען: Русское слово еврейским детям [דאָס רוסישע וואָרט פֿאַר ייִדישע קינדער], דער אױטאָר — שאַפּיראָ, אַ באַװוּסטער דעמאָלט ייִדישער פּעדאַגאָג אין אָדעס. אין דעם דאָזיקן פֿאַרהעלטענישמעסיק גרױס בוך זײַנען געװען צונױפֿגעזאַמלט בײַנאַנד מיט די בעסטע מוסטערן פֿון דער רוסישער פּאָעזיע און פּראָזע, צוגענגלעכע פֿאַר דעם עלטער (פּושקין, לערמאַנטאָװ, טורגעניעװ, פּליעשטשעיעװ, מײַקאָװ, ניעקראַסאָװ, טשעכאָװ א”אַ.) די רוסיש־ייִדישע פּאָעזיע פֿון שמעון פֿרוג, זעלטן שײנע איבערזעצונגען אין רוסיש פֿון ביאַליק, פּרץ, שלום־עליכם, שלום אַש און אַנדערע ייִדישע שרײַבער, רוסישע איבערזעצונגען פֿון אַלט־ייִדישע לעגענדעס און מיטאָסן, מיט אײן װאָרט, דאָס איז געװען װירקלעך דאָס שײנע רוסישע װאָרט, געװענדט צו די הערצער פֿון ייִדישע קינדער. דאָס בוך האָט דערצױגן ליבע צו דעם רײנעם און בלינקענדיקן רוסישן װאָרט און געװעקט דאָס געפֿיל פֿון נאַציאָנאַלן שטאָלץ און באַװוּסטזײַן. ביזן הײַנטיקן טאָג געדענקען זיך שטעלן און סוזשעטן פֿון דעם אָנגעװיזענעם בוך.

המשך קומט

Leave a comment