דער קליינער ווערט אַ ציוניסט!

משה לעמסטער

אָט נעמט נינאַ איװאַנאָװנאַ מײַן קלײנעם:
[1]— Сионист, марш на “Лубянку”, не бойся
„סעטש‟, „האַפֿן‟, „לוביאַנקע‟, ס’איז דאָך אַלץ אײנס
טראַכט מײַן ציוניסט, און האָט אַ טעות אַ גרױסן.

זי האָט מיט אים געאַרבעט האַסטיק, בײז,
װי זי װאָלט אַ ציוניסט פֿאַרשאָלטענעם געטױט.
זי האָט זיך צעהיצט, צעהוליעט און צערײצט
און פּלוצעם מײַן באָצמאַן איז פֿון אירע הענט אַרױס…

ניטאָ מײַן קלײנער. פֿאַרפֿאַלן, אַנטרונען
ערגעץ אין די טיפֿקײט פֿון איר „לוביאַנקע‟…
פֿון נאַטאַשעס אױגן זענען טרערן גערונען:
— װוּ ביסטו, מײַן באָצמאַן, מיט די װאָנציעס לאַנגע?…

נינאַ טאַנק מיט פֿאַרדראָס חזרט איבער:
— אַזױ טיף אַ ציוניסט אין אונדזערע אָרגאַנען
האָט זיך נאָך קײן מאָל ניט אײַנגעגלידערט
האָט זיך נאָך קײן מאָל ניט אײַנגעאָרדנט.

נאַטאַשע מיט ברוגזע אױגן
שטופּט אַרײַן איר האַנט די לינקע
אין דער „לוביאַנקע‟, ביז צום עלנבױגן
און טאַפּט אָן מײַן קלײנעם ערגעץ אין אַ װינקל.

ער פֿאַר שרעק, פֿאַר מורא און פּחד,
איז קלענער געװאָרן אױף סאַנטימעטערס פֿיר,
מיט רחמנות עס גלעט אים נאַטאַשע:
— אַך, װאָס איר לוביאַנקע געמאַכט האָט מיט דיר!

ער האָט נעבעך קױם־קױם געאָטעמט,
געשלאָפֿן, װי מע װאָלט אים געהרגעט,
נאָר נינאַ איװאַנאָװנאַ פֿאָדערט:
— זאָל דער באָצמאַן פֿאַרענדיקן זײַן פּאָצמאַן־אַרבעט!

און נאָך אַ מאָל: „שטיי ווידער! סמירנאָ!‟
װאָס מיר שטיין! װער סמירנאָ! — גאָרניט!
מײַן קלײנער ליגט, ער קאָן זיך ניט רירן.
כאַפּט אַרױס נינאַ איװאַנאָװנאַ איר רעװאָלװער.

נאָר מע קען בײַ אים ניט דערגײן קײן טאָלק!
„ער איז פֿאָרט נישט אונדזער, אײַזערנער פֿעליקס!‟ [2]
זאָגט מאַיאָר טאַנק, — ער איז אַ שׂונא פֿון פֿאָלק,
אונדזער ׳טרױקע׳ װעט מישפּטן דעם כּלבֿ!‟

אײנס און צװײ אָט איז שױן גרײט דער אורטײל:
„פֿאַר סאַבאָטאַזש, װײכלײַביקײט מיאוסער:
שולדיק! שולדיק! שולדיק!…
טױט־שטראָף, טױט־שטראָף דורך צעשיסונג!

דעם אורטײל אױספֿירן שױן זשע!‟ —
און נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק
מיט פֿײַערלעך שלעכטע אין די אױגן
נעמט דעם רעװאָלװער אין דער רעכטער האַנט…

מײַן העטמאַן, מײַן באָצמאַן, מײַן אָדלער
קומט צו זיך און זעט װי דורכן נעפּל —
די רער פֿון אַ שװאַרצן רעװאָלװער,
װאָס צילט זיך גלײַך אין זײַן געמלעטן קעפּל.

עס דערמאָנט זיך מײַן קלײנער
אין זײַן לעבן פֿון סאַמע אָנהײב אָן
די אינטימע ערטער בײַ װײַבער, בײַ מײדלעך…
האָט ער פֿילאָסאָפֿיש אַ טראַכט געטאָן:

„װאָס איז דאָס לעבן? —
ליג און שטײ,
אַהין־אַהער, אַרײַן־אַרױס,
מיט הנאה שפּײַ זיך אױס
און װידער שלאָפֿן גײ…‟.
דאָס איז ניט אונדזער אײַזערנער פֿעליקס
ער דערמאָנט זיך זײַן ערשטע ליבע־ליד:

„אָ, רױז מיט רױטע בלומענבלעטער,
איך לײַד אָן דיר, װי געטעס װערטער  
דו פֿון מײַן יעדן מילימעטער
װעקסט אױף אַ גאַנצן סאַנטימעטער…‟

ער באַשטימט: בעסער צו שטאַרבן שטײענדיק,
אײדער צו לעבן, ליגנדיק!

ער װעט שטאַרבן, װי אַ באָצמאַן, זיכער,
און ניט װי אַ פּאָצמאַן, ניט װי אַ פּישער.
זײַן טעלניאַשקע [3] טוט אַ רײַס אױף זיך ער!
„סטרעלײַ, אַנטיסעמיסקאַיאַ קורװאַ — זאָלסט שיסן!‟

Finita la comedia — זיך אָפּגעבאַרעט  
און ס’בליצט אױף אין זײַן קעפּל אַ געדאַנק:
אָ סאַראַ אַן אַקטיאָר, סאַראַ סטאַר װעט  
באַלד הרגענען נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק!

ס’האָט אַ קנאַל געטאָן אַ שאָס, אַ דונער…
ס’שיסט אױס די „טרױקע‟ מיט אַ געלעכטער לוסטיק
ס’איז דאָך אַ קעגעבעשנער שפּאַס אַ דינער —
אין רעװאָלװער איז געװען דאָך אַ קויל אַ פּוסטער…

זאָגט נאַטאַשע: — לאָזט צו רו שױן מײַן העלד,
מײַן באָצמאַן איז דאָך נעבעך מיד —
די „טרױקע‟ צום קאָניאַק זיך נעמט
און הײבט אָן צו זינגען זײער ליבע ליד:

Зачем вы девочки, красивых любите
Непостоянная у них любовь…
פֿאַר װאָס זשע מײדעלעך
נאָר שײנע האָט איר ליב…
זייער ליבע קערצער איז, ניט לאַנג זי בליטּ…
און אַזױ בײַם טיש װערט די „טרױקע‟ אַַנטשלאָפֿן
מײַן קלײנער שטילערהײט, האָט זיך געזײַטיקט
זיך דערשלעפּט צו דער טיר. די טיר איז אָפֿן,
ער איז אַנטלאָפֿן, אַנטרונען אין דער װײַטקײט…

*

נאַטאַשע זיצט אין פּאַרק, אויף ביימער שיסן קנאָספּן
אומעטיק און בלייך איז איר צורה.
ביטערע טרערן האָבן זיך געגאָסן
אויף איר לעדערנער, ליידיקער קאָבורע…


[1] ציוניסט, מאַרש אין „לוביאַנקע‟, אויס מורא!
[2] געמיינט, פֿעליקס דזשערזשינסקי, גרינדער פֿון סאָוועטישן שטראָף־אָרגאַן „טשעקאַ‟
[3] טעלניאַשקע — מאַטראָסן־העמדל

Leave a comment