דניאל גלאי
אַ מעשׂהלע פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע
- אַ גאָר שיינער וווּנדערלעכער טאָג איז עס געווען. אַ לײַכט-גלעטנדיק ווינטל האָט געבלאָזן. אויף די קרוינביימער האָבן זיך שושקענדיקע, שמייכלענדיקע בלעטלעך געזען. זונשטראַלן, ווי אַ גאָלד-משופּעדיקער קאַם צווישן הימל און ערד, זענען אַריבער. ווי אַ פֿינקלדיקע קרוין האָט זיך געהערט די פֿויגל-קוויטשערײַ פֿון נאָענטע און ווײַטע טשאַטעס. אַ מלאכים-גײַסט האָט געהערשט איבערן אָרט… צי איז עס טאַקע געווען אַזוי?.. אָדער אפֿשר נאָר אַ פּרעכטיק בילד, אויף וועלכן ס’האָבן געיומטובֿעט צענדליקער, קאָלירפֿולע פֿילצפּענען?… מ’האָט ניט געקאָנט וויסן. ביז ס’האָט אָנגעהויבן ווערן פֿינצטער און די בין-השמשות שעה איז אָנגעקומען.
- אַ טאָג פֿריִער איז דער טונקל-גרינער פֿילצפּען אַוועק אין דער אייביקייט. טרויעריק אויפֿן האַרצן. און אָט גייט אָן די לוויה, פֿון וועלכער מ’הערט פֿידל- און קלאַרינעט־קלאַנגען, וואָס דער טשימבאַלאָן צעזייט זיי, אײַנגעוויקלטע אין פֿיל קאָלירן, איבערן לאַנג וועג.
די לעצטע וואָך האָט מען קוים געקאָנט באַקומען אַ קאַפּיטשקע קאָליר פֿונעם טונקלען גרין. ס’רײַבן און דרוקן אויפֿן פּאַפּיר מיט עקשנות האָט גאָרנישט ניט געהאָלפֿן. דער אויסגענוצטער פֿילצפּען האָט שוין פּשוט מער ניט געקאָנט. ס’איז קלאָר געוואָרן, אַז אין געציילטע טעג וועט דער טונקל גרין זײַן טײַערער משפּחה, ברידער און שוועסטער, פֿאַרלאָזן. אַ צעשיידונג אויף אַ לאַנגער צײַט. און איצט גייט מען שוין אויף דער לוויה. וויפֿל אומעט און ליבע אין די הערצער פֿון אַלע מלווים. די ליניע אָבער, גיי ווייס פֿאַרוואָס, איז געווען אָפּוועזנד. סתּם אַזוי פֿאַרגעסן אָדער פֿאַרטאָן אין עפּעס אַ געהיימער מיסיע?
פֿאַרן העלן גרין איז דער גאַנצער מעמד געווען גאָר שווערלעך. טרערן האָבן זיך פֿון אים כּסדר געגאָסן. אַ מזל נאָר, וואָס ר’האָט זיך געקאָנט אָנשפּאַרן אין צוויי רויטע און שוואַרצע פֿילצפּענען, וואָס האָבן אים פֿון ביידע זײַטן געשטיצט און ניט געלאָזט פֿאַלן…
- פֿון הינטער דער לוויה האָט מען געקאָנט באַמערקן אַן אַלטן וואָגן אָנגעלאָדן מיט הונדערטער נאַטור-בילדער, בלעטלעך, ביימער און אומענדלעכע גרינע לאָנקעס. טונקלע און העלער גרין האָבן תּמיד אויסגעזען ווי צוויי אַרומגענומענע טײַבעלעך, וואָס וועלן זיך קיין מאָל נישט צעשיידן. איין גוף זענען זיי געוואָרן. אויפֿן פֿאָרנדיקן וואָגן איז געלעגן דער אוצר, וואָס דער טונקל גרין האָט אונדז געהאַט געשאָנקען — אָט אַזוי האָט יעדער געפֿילט אין האַרץ — זײַנע בילדער זענען געוואָרן אַ טייל פֿון אונדז. ווי אַן אויג אין קאָפּ וועט מען זיי אָפּהיטן. דערצו האָבן זיי אויך געוווּסט. אַ שפּאָגל־פֿרישער פֿילצפּען וועט זיך נאָך צושטעלן און פֿאַרנעמען ס’אָרט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם. נאָר די ידיעה האָט ניט פֿאַרמינערט דעם טיפֿן פּײַן פֿון זיך געזעגענען מיט אַ באַליבטן ברודער.
- אין עולם איז געווען אַ פֿאַרשניצער פֿון אַלטן שניט (ניט פֿון פּלאַסטיק), אַ פֿריילעכער טיפּ, וואָס האָט זיך דאָ באַמיט אויסצוזען ערנסט. אַ ווײַס טיפּעקס-פֿלעשעלע און אַ גראָביטשקער מעקער אָנגענעם צו האַלטן אין האַנט. שלאַנקע און קורצינקע בלײַערס, און איינער אַ גאָר קליינטשיקער, כּמעט מיקראָסקאָפּישער, וואָס מ’קאָן אים קוים האַלטן צווישן די פֿינגער. אפֿילו ער וואָלט זיך ניט פֿאַרגעבן, ניט זײַן אָנוועזנד אויפֿן לעצטן וועגן פֿונעם טונקלען גרין.
- און אָט שטעלט זיך אָפּ די לוויה אויף דער חלקה, געווידמעט דעם שרײַבגעצײַג. אַלע שטייען שוין דאָ פֿאַרן אויסגעגראָבטן קבֿר אין דער אדמה. אין אַ גענויעם סדר, מיט אַהבֿה-תּנועות האָט מען דעם קערפּער פֿון טונקעלן גרין אַנידערגעלייגט אין קבֿר. אַ טיפֿע שטילקייט.
… און פּלוצעם אַ פֿאַרסאָפּעטע, שווער אָטעמדיקע רײַסט זיך אַרײַן די ליניע, רײַטנדיק אויף איר מאָטאָציקל. זי ברענגט מיט זיך אַ פּלאַסטיק־קאַפּישאָן פֿונעם טונקלען גרין, וואָס איז לעצטנס פֿאַרלוירן געגאַנגען. און דער קאַפּישאָן, מיט אַ טיפֿן שולד-געפֿיל, האָט מיט רחמנות איבערגעחזרט „זײַט מוחל, אַנטשולדיקט, אַנטשולדיקט!‟, ווײַל נאָר ער האָט דאָך געקאָנט ראַטעווען דעם פֿילצפּען פֿון אומקום. נאָר איצט איז שוין פֿאַרפֿאַלן. אויפֿן שפּיץ פֿון טונקל פֿילצפּען טוט מען איצט אָן דעם קאַפּישאָן און מ’איז שוין גרייט ווײַטער אָנגיין מיט דער קבֿורה-צערעמאָניע. די ליניע האָט זיך מיט אַ פּאָר סענטים פֿאַרלענגערט, בעת זי האָט זיך געפֿילט דורכגעשטאָכן פֿון אַלעמענס באַוווּנדערונג-בליקן.
- ערד-גרודעלעך האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרדעקן דעם אָפֿענעם קבֿר און דער העלער האָט אויסגעבראָכן אין אַ האַרצרײַסנדיקן יאָמער. אַנדערע האָבן אויסגעשטרעקט אַ האַנט, זיך צוגעשאַרט און געפּרוּווט אים צו באַרויִקן, נאָר ס’האָט ניט געהאָלפֿן. דער טונקל גרין איז אַ לאַנגע צײַט געווען זײַן נאָענטער חבֿר. זײַנע טרערן האָבן איצט אויסגעדריקט אויך דעם טיפֿן ווייטיק פֿון פֿאַרזאַמלטן עולם.
— אַזוי איז עס! — זיפֿצט דער מעקער, פֿאַרשפּרייטנדיק אַרום זיך אַ בלומען-ריח.
— זײַ ניט סענטימענטאַל! — באַמערקט אים דאָס פֿלעשעלע טיפּעקס.
און דאַן האָבן זיך די הספּדים אָנגעהויבן.
- יעטוועדער האָט געוואָלט דעם טונקלען גרין מספּיד זײַן. איינער נאָכן צווייטן האָבן גערעדט. די זעלבע ווערטער. כּמעט קיין חילוק צווישן זיי איז ניט געווען. אויך די זעלבע הענט-תּנועות האָבן זיך איבערגעחזרט, ווענדנדיק זיך צום וואָגן מיט די בילדער ווי אויך צו די אַרומיקע ביימער. אַ ים מיט ליבע האָט מען געשאָנקען דעם פֿילצפּען, וואָס איז דאָרט געלעגן, און האָט מסתּמא נאָך יעדן הספּד צוגעשטימט: „מסכּים. מסכּים מיט אײַך!‟
— זאָלסט רוען בשלום, ליבע פֿילצפּען אונדזערע! — האָט דער מיקראָסקאָפּישער בלײַער פֿאַרענדיקט, זיך ווענדנדיק צום אָפֿענעם קבֿר, — דײַן גרינקייט וועט אויף אייביק בלײַבן מיט אונדז!…
דער העל־גרין, וואָס האָט זיך אַזוי איינזאַם געפֿילט, האָט בכּוח געפּרוּווט זיך באַפֿרײַען, פֿאַלן אין קבֿר אַרײַן, זיך אויסציִענדיק נעבן זײַן לאַנגיעריקער, געטרײַער חבֿרטע. טרערן פֿון עטלעכע פֿילצפּענען-קאָלירן האָבן זיך אין דער רגע געגאָסן און זענען אײַנגעזאַפּט געוואָרן אין דער בית–עלמינס ערד. געשלאָסן האָט זיך די לוויה מיטן אינטערנאַציאָנאַלן הימען „פֿילצפּען-ברודערשאַפֿט‟. די לוויה האָט זיך פֿאַרענדיקט. אַלע האָבן זיך צו זייערע הײַזער אומגעקערט.
- הונדערטער קילאָמעטער פֿון דאָרטן איז איצט געשטאַנען דער נײַער טונקל־גרין שוין גרייט אַרויס צו דער וועלט. נאָך אַ סעקונדע וועט מען אים דעם ווײַסן, פּלאַסטיק-קאַפּישאָן אָנטאָן אויף זײַן שפּיץ און אים אַרויסשיקן צוזאַמען מיט זײַנע פּעקל-שותּפֿים אויספֿילן זײַן שליחות ערגעצוווּּ אין אַ ווײַטן לאַנד.
- ניט גרינג איז געווען די ערשטע טרעפֿונג צווישן דעם ענערגעטישן נײַעם טונקל און דעם העלן גרין.
— ס’גאַנצע לעבן נאָך פֿאַר מיר! — האָט דער יונגער טונקלער דערקלערט — בילדער, רײַזעס, אַווענטורעס!
— ניט אויפֿן אָרט דײַן שׂימחה, — האָט דער העל־גרין זיך אָפּגעטרייסלט, — ווייסט ניט, אַז באָבֿל בין איך? און צי האָסטו וועגן אונדזער הימען אַ מאָל געהערט?
— וואָסער, וועלכער הימען?! — האָט זיך דער טונקלער געוווּנדערט.
— ווייסט ניט און וועסט אויך קיין מאָל ניט וויסן! — האָט זיך ברוגז אָפּגערופֿן דער העל־גרין.
ניט געקוקט אויף אָט דער אומגעראָטענער צווישן פֿילצפּענען-טרעפֿונג, זענען זיי גאַנץ גיך אין איינעם אַרויס צו זייער ערשטן אַרבעטסווערק. און נאָכן ערשטן בילד, איז געקומען נאָך איין בילד, און נאָך און נאָך… פּאַפּיר נאָך פּאַפּיר, בלאָק נאָך בלאָק. פֿון וואָס עס לאָזט זיך נאָר, האָבן זיך ביידע פֿילצפּענען צונויפֿגעלעבט אַ גאָר לאַנגע צײַט.
- מיט די יאָרן האָט, פֿאַרשטענדלעך, אויך אַ דערנענטערונג זיך געשאַפֿן צווישן זיי און דעם רעשט פֿילצפּענען פֿון נײַעם פּלאַסטיק-קעסטל. און פֿון זיי זענען געבוירן געוואָרן פּייסאַזשן און כּל-מיני געשטאַלטן. יעדע שאַפֿונג איז אַ נײַע האָפֿענונג געווען, וועלכע האָט געבוירן נאָך און נאָך האָפֿענונגען… צווישן דעם טונקלען און דעם העלן־גרין, צווישן דעם יונגאַטש און דעם זקן, האָט זיך אַן אמתע פֿרײַנדלעכע קונסטשפּראַך אַנטוויקלט.
- אַ געוויסן טאָג האָט מיט אַ שטילן קול, ווי אויסזאָגנדיק אַ סוד, דער זקן צום יונגאַטש געזאָגט.
— קום אין אַ זײַט. כ’האָב עפּעס פֿאַר דיר.
— טאַקע פֿאַר מיר? — האָט דער טונקלער געפֿרעגט.
— יאָ, פֿאַר דיר.
— קאָן איך טרעפֿן? — זאָגט דער טונקלער.
און ער האָט גראַדע געטראָפֿן. דער העל־גרין איז אויסן געווען אים לערנען דעם הימען, פֿון וועלכן די יונגע האָבן זיך לחלוטין דערווײַטערט. דער טונקלער גרין האָט עס מיט פֿרייד אויפֿגענומען.
— נאָר פֿאַר וואָס עפּעס אַזאַ לאַנגן נאָמען פֿאַרן הימען? — האָט ער זיך געוווּנדערט.
— אויף אַזאַ ליד, וואָס מ’זינגט שוין פֿון גאָר אַלטע צײַטן, — האָט דער העלער געענטפֿערט, — שטעלט מען ניט קיין שאלות.
ווי דערפֿרישנדיק איז געווען צו הערן, ווי די צוויי פֿרײַנד, דער זקן און דער יונגער, שטייען איצט שטאָלץ און זינגען מיט שטאָלץ דעם אינטערנאַציאָנאַלן הימען „פֿילצפּען-ברודערשאַפֿט‟.
- אַ געוויסן פֿרימאָרגן האָט אַ קינדס האַנט אָנגעכאַפּט דעם העלן־גרין, געריבן און געדרוקט שטאַרק אויפֿן פּאַפּיר. ס’פּאַפּיר איז אָבער געבליבן ווײַס ווי שניי, פּונקט ווי פֿריִער. אַזוי האָט זיך עס אויך איבערגעחזרט די קומעדיקע טעג. האָט דער פֿילצפּען אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז אָנגעקומען זײַן שעה. ניטאָ קיין ברירה. נאָר געטראַכט, האָט ער, אַז עמעצער וואַרט אויף אים און, פֿאַר די אַנדערע, לאָזט ער איצט אַ ריזיקן פּאַק בילדער, אַלע מיט זײַן ליכטיק, יחיד-במינודיקן שטעמפּל. נאָך אייניקע טעג וועט מען אויך איבער אים מיט הייסער ליבשאַפֿט זאָגן: „בשלום זאָלסט רוען, העל-גרינער פֿילצפּען!‟
29.2.2020