מרדכי יושקאָווסקי
— דעם 17טן דעצעמבער 1982 איז בייַ אונדז געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע, מיר האָבן איר אַ נאָמען געגעבן דיִאַנע. איך בין געווען גליקלעך. פֿונעם ערשטן קוק אויפֿן קינד האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרקע צוגעבונדנקייט צו איר. ווען איך פֿלעג זי צוטוליען צו מיר, האָב איך געשפּירט, ווי אַ ים מיט צאַרטקייט צעגיסט זיך אין אַלע מייַנע אבֿרים.
— און לאַריסע האָט זיך טאַקע געענדערט נאָכן געבורט, ווי דו האָסט געהאָפֿט? — האָב
איך געפֿרעגט, וואַרטנדיק אויף אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער. אויף אַ געוויסער צייַט איז זי טאַקע געוואָרן „שטילער‟, ווייניקער געזידלט און געשריִען, געווען מער אַרייַנגעטאָן אין פֿלעגן דאָס קינד, האָדעווען, שפּאַצירן מיט איר. יעדן אָוונט, ווען איך פֿלעג קומען צוריק פֿון דער אַרבעט, האָבן מיר זי ביידע געבאָדן. סייַ איך, סייַ די מאַמע האָבן אָנגעהויבן זיך צו באַרויִקן. אָבער אונדזער פֿאַרלייַכטערונג האָט ניט לאַנג געדויערט. נאָך עטלעכע חדשים האָט זי ווידער אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים און שרייַען און גוואַלדעווען, אַז זי מוז זיך צוריקקערן אין איר שאָו־באַלעט בייַם מאָסגאָרקאָנצערט, זי וויל פֿון גאָרנישט ניט וויסן, ווייַל זי וועט חלילה פֿאַרלירן איר פֿעיִקייט צו טאַנצן, און דאָס וועט זייַן אַ סוף צו איר קאַריערע און צו איר לעבן. איך האָב זיך געבעטן בייַ איר, זי זאָל כאָטש אויסהאַלטן אַ האַלב יאָר און בלייַבן אין דער היים מיטן קינד. זי האָט מיר געטאָן אַ גרויסע „טובֿה‟, אַז זי איר מסכּים געווען. די מאַמע האָט נאָך געאַרבעט, כאָטש זי איז שוין געווען פּענסיאָנירט, און געווען קאַטעגאָריש קעגן אַוועקצוגעבן דאָס קינד אין די יאַסלעס ביז ס’וועט אַלט ווערן כאָטש אַ יאָר. זי האָט פֿאַרלאָזט די אַרבעט, גלייַך ווי דיִאַנאָטשקע איז געוואָרן האַלב יאָר אַלט, געזעסן מיטן קינד, און לאַריסע איז צוריק אַרויס צו דער אַרבעט.
— נו, און עס האָט געהאָלפֿן צו עפּעס?
— פֿאַרקערט, קומענדיק צוריק אַהיים, האָט זי טאַקע ווייניקער געזידלט און געשריִען, אָבער צו ביסלעך איז זי פֿאַר מיר געוואָרן אינגאַנצן אַ פֿרעמדע פֿרוי. אויף יעדן שריט און טריט האָט זי מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז זי קאָן מיך ניט פֿאַרלייַדן… אין אַלע הינזיכטן, ווי דו פֿאַרשטייסט. פֿאַר מיר איז דאָס לעבן געוואָרן ממש אַ גיהנום; שטעל דיר פֿאָר, אַ יונגער מאַנצביל, וועלכער לעבט מיט אַ פֿרוי, וואָס ער האָט זי ליב ווי די וועלט, און זי באַווייַזט אים מיט אַלע כּוחות, אַז ער עקלט זי. אירע אויפֿטריטן פֿלעגן דאַך זייַן מערסטנטייל אין די אָוונטן, און דעמאָלט פֿלעגט זי קומען אַהיים שפּעט בײַ נאַכט. איך האָב אָנגעהויבן זי חושד זייַן, אַז זי האָט עמעצן און פֿאַרבייַט מיך, נאָר איך פֿלעג אָפּטרײַבן פֿון זיך די דאָזיקע מחשבֿות, ווייַל איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס וועט מיך אינגאַנצן אַראָפּפֿירן פֿונעם זינען.
פֿון דעסטוועגן, האָב איך געוואָלט מיט אַלע מיטלען זי צו פֿאַרגיטיקן, און כ’האָב געטראַכט, אַז אויב כ’וועל פֿאַרדינען מער, וועט זי בייַטן איר באַציִונג צו מיר. עס זייַנען פּונקט אַדורך די אָבליגאַטאָרישע דרייַ יאָר, וועלכע מע האָט געמוזט אָפּאַרבעטן נאָכן אינסטיטוט, די אַזוי־גערופֿענע „ראַספּרעדעלעניע‟ [פֿאַרטיילונג, ווען מע מוז אָפּאַרבעטן דאָרט, וווּהין די מלוכה שיקט] און איך האָב פֿאַרלאָזט מייַן אינזשענערן־שטעלע און אַוועק אַרבעטן אויף אַ טאַקסי. איך האָב גלייַך אָנגעהויבן פֿאַרדינען צוויי מאָל מער, תּמיד געהאַט געלט אין קעשענעס, אָבער עס האָט ווייניק דערפֿרייט און באַפֿרידיקט לאַריסען. זי איז געבליבן צו מיר קאַלט און גלייַכגילטיק און פֿלעג פֿאָרזעצן די סקאַנדאַלן, ווי זאָגט מען, אָן אַ פֿאַר וואָס.
— וויִאַזוי זשע האָבן דייַן מאַמע און דער ברודער דאָס אַלץ אויפֿגענומען? — האָב איך געפֿרעגט אין איין אָטעם, — איך שטעל זיך נאָר פֿאָר די סיטואַציע, ווען אַלע לעבן אין איין דירה אין אַזאַ שוידערלעכער אַטמאָספֿער, און דערצו נאָך — אַ קליין קינד…
אַרקאַדי איז געבליבן אויף אַ ווייַלע שטיל, ווידער אָפּגעזיפֿצט, און דערקלערט:
— האָסט ניט קיין אַנונג, וויִאַזוי עס טוט מיר וויי, ווען איך דערמאָן זיך אָן דעם. דאַניק, מייַן ברודער, ווי איך האָב דיר שוין געזאָגט, האָט אויסגעמיטן אַן איבעריקע שעה בלייַבן אין שטוב, שפּעטער אינגאַנצן אַריבערגעפֿאָרן אויף דער דאַטשע פֿון זייַנעם אַ חבֿר. אין 1985 איז ער אַליין אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. דעם אמת צו זאָגן, האָט ער קלוג געטאָן, ער איז זייער אַ באַגאַבטער קאָמפּיוטער־מאַן, און דאָרטן האָט ער זיך ממש צעבליט, חתונה געהאַט, און עס גייט אים גוט. מיט דער מאַמען איז געווען אַ סך ערגער. זי האָט זיך באַמיט ווייניקער צו רעדן מיט מיר וועגן מייַנע באַציִונגען מיט לאַריסען, ניט שיטן מיר זאַלץ אויף די וווּנדן, אָבער זי האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען אָן ווערטער. ווען איך האָב פֿאַרלאָזט די אַרבעט, וועלכע איך האָב ליב געהאַט און דערמיט אָפּגעהאַקט מייַן פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע, האָט זי אָפּגעוויינט טעג און נעכט… זי האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעגעבן דעם אייניקל — איר איינציקער נחמה. אָבער איך האָב באַמערקט, אַז מייַן ווייטיק עסט זי אויף פֿון אינעווייניק, און זי ווערט אַלץ שוואַכער פֿון טאָג צו טאָג. די זיקנה איז אַרויפֿגעזעצט אויף איר מיט אַ מאָל. זי האָט מסתּמא געזוכט ווערטער מיך צו מונטערן, אָבער, ווייַזט אויס, ניט געפֿונען. אין יאַנואַר 1986 איז זי אַוועק פֿון דער וועלט.
איך האָב געזען, אַז אַרקאַדי איז געוואָרן אומרויִק. אונטער דער בלאַסער ליכט פֿון אַ גאַסן־לאָמפּ האָב איך באַמערקט, ווי זייַנע באַקנביינער האָבן נערוועז געשפּילט, און ער האָט מיט אַ שטילן קול כּמעט דורכגעמורמלט:
— עס מוטשעט מיך ביז הייַנט דער געדאַנק, אַז מייַן צעשטערט לעבן האָט פֿאַרקירצט דער מאַמעס יאָרן. אפֿשר וואָלט זי נאָך געלעבט, אויב ניט די שטענדיקע הריזאָטע אין מייַן משפּחה.
פּלוצעם האָט ער אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער, אויפֿגעשפּרונגען פֿון דער באַנק און געזאָגט:
— וואַו, מיר האָבן זיך צערעדט. ס’איז שוין צוויי בייַ נאַכט. לאָמיר גיין זיך לייגן שלאָפֿן. כ’האָב דיר דאָך געזאָגט, אַז ס’איז אַ סאַגע אין עטלעכע בענד. וועל איך דעם צווייטן באַנד דיר דערציילן מאָרגן. דערווייַל האָב מיר אַ גוטע נאַכט.
אמת צו זאָגן, האָט אַרקאַדיס געשיכטע אויפֿגערודערט מײַן געמיט, און איך האָב אַ סך געטראַכט וועגן דעם. די מחשבֿות האָבן זיך געפּלאָנטערט אין קאָפּ, די געפֿילן זייַנען אויך געווען ניט קיין איינדייַטיקע. אויף מאָרגן האָב איך מיט אומגעדולד געוואַרט אויפֿן אָוונט, כּדי צו הערן דעם המשך פֿון דער דאָזיקער דראַמע. אינעם סעמינאַר איז געווען אַ געוויינטלעכער לערן־טאָג. יעדע איינע פֿון די פֿיר גרופּעס (צוויי גרופּעס אָנהייבער, צו איינער פֿון מיטלמעסיקע און פֿאָרגעשריטענע) האָט געהאַט צו פֿיר לעקציעס. די אָנטיילנעמער האָבן שטודירט ניט נאָר די שפּראַך אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען, נאָר אויך די ייִדישע ליטעראַטור, טראַדיציע, פֿאָלקלאָר. נאָך מיטאָג זייַנען פֿאָרגעקומען וואַרשטאַטן פֿון געזאַנג און דראַמע. יעדעס יאָר האָבן זיך באַטייליקט אינעם סעמינאַר אַרום אַכציק מענטשן, וועלכע פֿלעגן זיך צונויפֿפֿאָרן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, רוסלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד, פּוילן און רומעניע. די לעקטאָרן זייַנען מערסטנטייל געווען פֿון אַמעריקע, פֿראַנקרייַך און ישׂראל, און אַ חודש צייַט פֿלעג דאָרט הערשן אַ באַזונדערע פֿרייַנדלעכע אַטמאָספֿער, פֿול מיט ייִדיש און ייִדישקייט. אין די אָוונטן איז מען געווען פֿרייַ און מ׳האָט פֿאַרבראַכט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. במשך פֿון יאָרן האָבן זיך אין די דאָזיקע סעמינאַרן פֿאַרבונדן ניט ווייניק ראָמאַנען, און אַפֿילו געשאַפֿן געוואָרן משפּחות.
איך האָב זיך דערוואַרט אויפֿן אָוונט און נאָך דער וועטשערע גערופֿן אַרקאַדין ווידער זיך דורכשפּאַצירן צו דער אָזערע. אויפֿן וועג האָב איך אים צוגעשטויסן האַלב־שפּאַסיק:
— נו, לאָמיר עפֿענען דעם צווייטן באַנד פֿון דייַן סאַגע. איך בין זייער נייַגעריק צו הערן דעם המשך.
— קודם, לאָמיר זיך דערמאָנען, וווּ האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט, — האָט ער כּלומרשט געפּרוּווט זיך דערמאָנען, — און ממשיך געווען: — נאָך דער מאַמעס פּטירה האָב איך געהאָפֿט, אַז לאַריסע וועט ווערן אייַנגעהאַלטענער. בסך־הכּל האָט אונדז גאָרנישט ניט אויסגעפֿעלט. מיר זייַנען געבליבן זאַלבעדריט אין דער דירה, איך האָב שיין פֿאַרדינט, זי האָט געטאַנצט אין איר אַנסאַמבל, דאָס מיידעלע האָט געבראַכט אַ סך נחת, און מיר האָבן געקאָנט לעבן גליקלעך און פֿריילעך, אָבער פֿאַרקערט, לאַריסע האָט דערפֿילט, אַז קיין זאָך האָלט זי מער ניט אָפּ, און זי וויל זיך ענדגילטיק באַפֿרייַען פֿון מיר. דעם אמת צו זאָגן, בין איך געווען שוין גייַסטיק אַזוי אויסגעשעפּט, אַז עס האָט מיך שוין ניט געאַרט. איך בין שוין מסכּים געווען אויף אַלץ, אַבי דאָס קינד זאָל זייַן נאָענט צו מיר, און איך זאָל קאָנען עס זען אָפֿט. לאַריסע האָט אָנגעהויבן פֿאָדערן אַ גט, און מיר זאָלן צעבייַטן די דירה. יעדעס וואָרט מייַנס, וואָס איך האָב געוואָלט ענטפֿערן, פֿלעג אַרויסרופֿן אַ געשריי מיט שלייַדערן זאַכן. איך האָב ניט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל וואַקסן אין אַזאַ אַטמאָספֿער, און פּשוט געליטן און געשוויגן, ביז איך האָב באַשלאָסן: מען מוז אַנערקענען די פֿאַקטן און אויפֿהערן לעבן אין אילוזיעס. סייַ־ווי־סייַ וועל איך שוין נאָענט מיט איר ניט ווערן. זי האָט מיך ניט ליב, אָדער אפֿשר ס’איז פֿאַראַן אַן אַנדער סיבה… וועל איך עס איבערלעבן. דער עיקר, אויב מיר וועלן ניט זייַן אין איינעם, וועלן ניט זייַן די טאָג־טעגלעכע קריגערייַען, און דאָס קינד וועט ניט הערן די געשרייען.
— ווי איך פֿאַרשטיי, דאָס זייַנען געווען איינזייַטיקע קריגערייַען, — זי האָט זיך געקריגט, און דו האָסט געשוויגן?
— גענוי אַזוי. איך האָב זיך אַפֿילו אויסגעלערנט זי ניט הערן, טראַכטן וועגן עפּעס אַנדערש, און דאָס האָט זי אַרויסגעבראַכט נאָך מער פֿון די כּלים. בקיצור, מיר האָבן זיך געגט, צעביטן די דירה. זי האָט געשריִען גוואַלד און געפֿאָדערט, אַז זי מוז האָבן מיטן קינד ניט ווייניקער פֿון צוויי צימערן. האָבן מיר אויסגעביטן אויף אָ צוויי־צימערדיקער גוטער דירה אין מעדוועדקאָוואָ פֿאַר איר און אַ צימער אין אַ קאָמונאַלקע ניט ווייַט פֿונעם סאַוויאָלאָווסקי וואָקזאַל פֿאַר מיר. איך בין געבליבן מיט אַ צימער פֿון אַכצן מעטער און מיט דער אַרבעט אין טאַקסי. אָבער ערשט דאַן האָט זיך אָנגעהויבן דער אמתער קאָשמאַר.
— וואָס האָט געקאָנט זייַן נאָך ערגער? — האָב איך זיך געוווּנדערט.
— עס האָט זיך אַַרויסגעוויזן, אַז מיט לאַריסען איז ניט געווען קיין גרענעץ פֿאַר ערגערס. זי האָט מיר געמאַכט שרעקלעכע שוועריקייטן בייַ מייַן זען זיך מיטן קינד. אַלע מאָל, ווען איך האָב געדאַרפֿט נעמען דאָס מיידעלע, האָב איך געמוזט אויסשטיין אַ מלחמה. די טעג, ווען איך פֿלעג נעמען דיִאַנאָטשקען, האָט פֿאַר מיר די וועלט זיך אָפּגעשטעלט. איך פֿלעג יעדעס מאָל צונויפֿשטעלן אַ פּראָגראַם, וווּהין וועל איך זי נעמען, מיט וואָס וועל איך זי פֿאַרווייַלן. פֿאַרשטייט זיך, כ’האָב זי געבאַלעוועט מיט אַלץ, וואָס זי האָט ליב געהאַט. אַ קליין מיידעלע, אָבער זייער אַ קלוגס, און ס’איז קלאָר, אַז זי פֿלעג קומען צוריק פֿון מיר און דערציילן דער מאַמען, וווּ זי איז געווען מיטן טאַטן, וואָס האָט זי געגעסן, וועלכע נייַע שפּילעכלעך האָט איר דער טאַטע געקויפֿט, און לאַריסע איז פּשוט געוואָרן אייפֿערזיכטיק, אַז דאָס טעכטערל וועט זייַן מער צוגעבונדן צו מיר, איידער צו איר. איך האָב פֿאָרגעלייגט, אַז ווען זי וועט האָבן קאָנצערטן אין די אָוונטן אָדער וועט זייַן פֿאַרנומען בייַ דער אַרבעט, בין איך תּמיד גרייט צו בלייַבן מיטן קינד, אַ חוץ צוויי שטענדיקע טעג יעדע וואָך, ווען איך פֿלעג זי נעמען. אָבער זי האָט גלייַכער געהאַלטן צו צאָלן געלט אַ פֿרעמדער ניאַנקע, איידער דאָס קינד זאָל אַן איבעריקע שעה זייַן מיט מיר.
— און וואָס איז געוואָרן מיט דייַן פּערזענלעך לעבן, ווען ביסט געבליבן אַליין? — האָב איך זיך געפֿילט גענוג נאָענט מיט אַרקאַדי, אים צו שטעלן אַזעלכע פֿראַגעס? — זייַ מוחל, אויב איך פֿרעג עפּּעס צו פּערזענלעכס.
— בייַ מיר איז אַפֿילו דער קאָפּ ניט געלעגן דערצו. אין האַרצן האָב איך נאָך אַלץ ליב געהאַט לאַריסען, אַפֿילו ניט געקוקט אויף דער שטענדיקער בלוט־זויגעניש, וואָס זי פֿלעגט מיר טאָן. איך האָב נאָך אַלץ ניט געקאָנט טראַכטן וועגן אַן אַנדער פֿרוי. מייַן איינציקע דאגה איז דעמאָלט געווען צו פֿאַרברענגען וואָס מער צייַט מיטן קינד. מער האָט מיך דאַן גאָרנישט ניט אינטערעסירט. אָבער דאָס זייַנען געווען נאָר די בלימעלעך, די יאַגעדעס זייַנען געקומען שפּעטער, ווען זי האָט אָנגעשריבן אין מיליציע אַ פֿאָדערונג, מע זאָל מיך דערווייַטערן פֿונעם קינד, ווייַל איך בין ניט גענוג מיושבֿ און ווירק שלעכט אויפֿן מיידל. זי האָט דאָרט אָנגעוואָרפֿן אַ קופּע ליגנס, אָבער דערגרייכט אירס. איך קום איין מאָל אינעם קינדער־גאָרטן צו נעמען דאָס מיידעלע, אַזוי ווי תּמיד, אָבער די דערציִערין באַווייַזט מיר אַ פּאַפּיר פֿון דער מיליציע, וואָס פֿאַרווערט מיר אָּפּצונעמען דאָס קינד. דעמאָלט האָב איך זיך ממש דערפֿילט אין גיהינום, עס זייַנען אַפֿילו געקומען אין קאָפּ שוידערלעכע געדאַנקען, נאָר איך האָב זיי אָפּגעטריבן פֿון זיך… איך פֿלעג צוגיין בסתּר, ווי אַ גנבֿ, צום פּלויט פֿונעם קינדער־גאָרטן און קוקן פֿון דער ווייַטס, פֿון הינטערן פּלויט, ווי מייַן טעכטערל שפּילט זיך. דערבייַ האָב איך זיך באַגאָסן מיט טרערן. כ’האָב אָנגעהויבן זיך ווענדן אין פֿאַרשיידענע אינסטאַנצן, זיך אָנגעלאָפֿן אין די ביוראָקראַטישע קאַבינעטן, סוף־כּל־סוף האָב איך געקראָגן אַ דערלויבעניש צו קומען צוויי מאָל אַ וואָך אינעם קינדער־גאָרטן און פֿאַרברענגען דאָרט מיטן טעכטערל צו איין שעה יעדעס מאָל. גראַדע דעמאָלט, ווי אין איין אויגנבליק, האָבן זיך מייַנע האָר באַדעקט מיט גרויקייט, כאָטש איך בין קוים געווען דרייַסיק יאָר אַלט.
ס’איז געוואָרן אַ ביסל לייַכטער, ווען דיִאַנע איז געגאַנגען אינעם ערשטן קלאַס. איך פֿלעג זי אָפּנעמען איין מאָל אַ וואָך פֿון דער שול און פֿאַרברענגען מיט איר אָנשטאָט דער „פּראָדליאָנקע‟ [נאָבמיטאָג־שול], אָָבער אויך דאָ האָט לאַריסע געמאַכט מיר פֿאַרשיידענע שוועריקייטן, צו וועלכע כ’בין שוין צוגעוווינט געוואָרן.
מיט דער צייַט האָב איך אַפֿילו אָנגעהויבן צוריקקומען צו זיך און געפּרוּווט אָנגיין מיט וועלכן־ניט־איז נאָרמאַל לעבן. די אַרבעט אין טאַקסי האָט מיר געבראַכט עטלעכע באַקאַנטשאַפֿטן מיט אינטערעסאַנטע פֿרויען. ספּעציעל האָב איך עס ניט געזוכט, פֿון דעסטוועגן, האָבן עטלעכע אַזעלכע באַגעגענישן געשען, הגם צו ערנסטע באַציִונגען איז עס ניט דערגאַנגען. לכל־הפּחות עס האָט אַ ביסל פֿאַרנומען דעם קאָפּ און אַרייַנגעבראַכט עפּעס אַ פֿאַרב אין מייַן לעבן, וואָס איז געוואָרן אינגאַנצן טונקל־גרוי. מייַן ברודער האָט מיך גערופֿן אַריבערצופֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער איך האָב אַפֿילו וועגן דעם ניט געקאָנט טראַכטן, ווייַל כ’האָב ניט געוואָלט זיך צעשיידן מיטן קינד. כ’האָב געטראַכט: אַז איך פֿאָר אַוועק איצט, וועט דיִאנע מיך אין גיכן אינגאַנצן פֿאַרגעסן… כ״וועל ווערן פֿאַר איר אַ פֿרעמדער…
אַרקאַדי האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ ווייַלע, זיך פֿאַרטראַכט, און איך האָב דערווייַל געכאַפּט אַ קוק אויף זייַן פּנים דורך דער טונקלקייט, וואָס האָט זיך צו ביסלעך אַראָפּגעלאָזט אויף דער געגנט, און עס האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז זײַנע ליידן האָבן זיך אייַנגעגעסן אין זייַן פּנים, אין די פּאָר קנייטשן, וואָס האָבן צו פֿרי דורכגערונצלט זייַן הויכן שטערן, אין די אויגן, פֿון וועלכע עס האָט אַרויסגעקוקט אַ טיפֿער ווייטיקלעכער טרויער. איך האָב צו אים אָנגערופֿן:
— ווייסטו וואָס? ווען דו האָסט מיר געזאָגט, אַז ס׳וועט זייַן אַ טרויעריקע סאַגע, האָב איך זיך ניט פֿאָרגעשטעלט אויף וויפֿל זי וועט זייַן טרויעריק.
אַרקאַדי האָט זיך אומדערוואַרט צעלאַכט און באַמערקט:
— זייַ געדולדיק, דאָס איז נאָר דער צווייטער באַנד, האָסט זיך נאָך ניט צוגערירט צום דריטן…
— פֿון דעסטוועגן, לאַכסטו, איז שוין גוט…
— מייַן מאַמע פֿלעגט זאָגן אין אַזעלכע פֿאַלן: לאַכסט, טאַטע, אַז אָך און וויי צום געלעכטער.
— ריכטיק, ס’איז פֿאַראַן אַזאַ אויסדרוק אויף ייִדיש, — האָב איך באַשטעטיקט, — ס’איז פֿאַראַן נאָך אָן אויסדרוק: ווען עמעצער לאַכט פֿון ווייטיק, זאָָגט מען: ער לאַכט מיט יאַשטשערקעס.
— אַזאַ ווערטל האָב איך אויך געהערט אין דער קינדהייט, דאַכט זיך, פֿון דער באָבען אין ווייַסרוסלאַנד, וווּ מע פֿלעג מיך שיקן ווי אַ קינד אויף די זומער־וואַקאַציעס, — האָט זיך אַרקאַדי דערמאָנט און ממשיך געווען, — אַגבֿ, כ’האָב פֿאַרגעסן דיר צו דערציילן נאָך אַן אינטערעסאַנטן פֿאַקט: דאַניק האָט זייער געליטן און זיך געגריזשעט פֿון דעם, וואָס ער איז ניט געווען אויף דער מאַמעס לוויה, און בייַ דער ערשטער געלעגנהייט, צו דער מאַמעס פֿינפֿטער יאָרצײַט, איז ער געקומען פֿון אַמעריקע קיין מאָסקווע. ווען מיר זייַנען צוריקגעפֿאָרן פֿונעם וואָסטריאַקאָווסקי־בית־עולם, איז ער זיך מודה געווען פֿאַר מיר: „ווייסטו פֿאַרוואָס איך האָב נאָך דייַן חתונה אויסגעמיטן צו זייַן אין שטוב און פֿלעג ממש אַנטלויפֿן פֿון דער היים, ווי פֿון אַ שׂריפֿה? איך מיין, אַז איצט קאָן איך שוין דערציילן… ווייַל דייַן לאַריסאָטשקע, דייַן „אייביקע ליבע‟, פֿלעגט זיך טשעפּען צו מיר, ווען דו ביסט ניט געווען אין דער היים. קודם, האָט זי סתּם געפֿלירטעוועט, דערנאָך איז זי געוואָרן ממש וווּּלגאַר און דערקוטשעט אַזוי, אַז איך האָב באַשלאָסן נעלם צו ווערן פֿון שטוב, כּדי אויסצושטיין דעם ניסיון און דיר ניט צעשטערן דאָס לעבן, אָבער כ’האָב שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז מיט גוטס וועט זיך עס ניט ענדיקן…‟. ווען ער האָט עס מיר דערציילט, האָב איך געכאַפּט אַזאַ שאָק, געטאָן אַזאַ שאַרפֿן ברעקס, אַז כ׳האָב שיִער קיין אַוואַריע ניט געמאַכט, דאָס גאַנצע בלוט האָט זיך אין מיר איבערגעקאָכט.
— איך שטעל זיך פֿאָר, — האָב איך דורכגעמורמלט.
סוף קומט