עמיל קאַלין
דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל
3
ישׂראל מאַרקאָוויטש איז געזעסן אין דער שמאָלער קיך און געצייכנט אויסטערלישע באַשעפֿענישן אויף אַ בויגן פּאַפּיר. דאָס ווײַב האָט זיך באַקלאָגט, אַז האָמערס שלאָגן איר אין די שלייפֿן און איז אַוועק אין שלאָפֿצימער אָן צו ווינטשן „אַ גוטע נאַכט‟. זי איז אַנטשלאָפֿן געוואָרן זייער גיך און געשנאָרכעט געשמאַק נאָך איידער מ׳האָט איבערגעגעבן
אין טעלעוויזיע דעם נײַעס-ביולעטין.
ישׂראל האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ער האָט זיך פֿון לאַנג צוגעוווינט צו די איינזאַמע נעכט. מאַן-און-ווײַב האָבן דורך די יאָרן אָנגעוווירן יעדע נײַגערקייט און סעקסועלן צוצי איינער צום צווייטן. זיי האָבן געפֿירט זייער צוזאַמענלעבן, ווי צוויי שותּפֿים פֿירן אַ בשותּפֿותדיק געשעפֿט. זיי האָבן זיך פֿולשטענדיק איבערגעגעבן צו דער טרוקענער זאַכלעכקייט און קלעמענישן פֿון שטייגער. די קאַלטע באַציִונגען מיטן ווײַב האָבן נישט אַרויסגערופֿן בײַ אים קיין פֿאַרדראָס. נישט האָבנדיק קיין אַנדער ברירה, האָט ער דערמיט שלום געמאַכט. דאָס האָט אים שוין נישט וויי געטאָן ווי אַ מאָל. ער האָט שוין אַזוי גוט ווי פֿאַרגעסן אין די אַמאָליקע טרוימען וועגן ליבע און צוגעבונדנקייט. אַזעלכע באַגריפֿן האָבן ווי געהערט צו אַן אַנדער עפּאָכע; אַן עפּאָכע וואָס האָט נישט געהאַט קיין נגיעה צו זײַן טאָג-טעגלעכן לעבן, וווּ געפֿילן און טרוימען זענען בלויז אַ לעכערלעכע לאַסט.
דער טאָגיקער הו-האַ, די אומפֿאַרמײַדלעכע פּלאָגענישן און קליינע צרות, פֿון וועלכע עס באַשטייט דאָס לעבן פֿון יעדן מענטשן, האָבן, ווי עס נישט איז, אָפּגעשטילט די בענקשאַפֿט, די תּאווה צום לעבן, די האָפֿענונג, האָבן אײַנגעגראָבן דעם אומעט נאָר פֿאַר די ליידיקע נעכט איז נישט געווען בנימצא קיין שום רפֿואה.
ישׂראל האָט געצייכנט און געהאָפֿט, אַז די רעדער אין זײַן קאָפּ וועלן זיך אָנהייבן דרייען, כאָטש אַ ביסל, אָבער עס האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן אַרויסצוקוועטשן פֿון זיך די מינדסטע מחשבֿה. פֿון אַ מחשבֿה, וועלכע מע קאָן פֿון איר קנעטן אַ לײַטישן זאַץ, מיט אָנהייב און סוף, האָט נישט געקאָנט זײַן קיין רייד. עס האָט געמאַכט בײַ אים דעם אײַנדרוק, אַז יעדע אָנגעשריבענע שורה וועט גלײַך אַרויסרופֿן בײַ לײַט חוזק און געלעכטער. ער וועט נישט קאָנען אויסשטיין אַזאַ חוזק. בעסער שוין ליגן טיף אין דער ערד, אַזוי פֿלעגט ער טראַכטן צו זיך.
דער לאָמפּ איבערן קאָפּ האָט געזשומעט, ווי אַ פֿליג. דער מאָטאָר פֿון דעם פֿריזשידער האָט געמאַכט אַ מאָדנעם, הייזעריקלעכן גערויש. ישׂראל האָט פּלוצעם מורא באַקומען: עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז אַלע מכשירים דערוואַכן זיך בײַ נאַכט, ווערן לעבעדיקע באַשעפֿענישן און באַלד וועלן זיי אים באַפֿאַלן מיט רציחה. וואָס קאָן ער טאָן איינער אַליין? ער איז אַ פֿאַרפֿאַלענער! ער וועט מוזן קעמפֿן מיט ליידיקע הענט קעגן אַ פֿריזשידער, טעלעוויזאָר און וואַש-מאַשין…
דער ערשטער מײַ איז אַריבער, דער פֿרילינג האָט זיך הײַיאָר אַוועקגעשאַרט פֿרי און דער הייסער זומער האָט נישט געזשאַלעוועט די שטאָט. אַלץ האָט ווי געפֿיבערט. אויטאָס האָבן אויפֿגעהויבן געדיכטע קנוילן שטויב בעתן פֿאָרן, הייסע ווינטן האָבן געבלאָזן אין פּנים אַרײַן, ווי מיט שפּאָט. אויך די ווײַבער מיט זייערע קורצע, רייצנדיקע מלבושים האָבן נישט געבראַכט מיט זיך קיין טרייסט.
דער אומאָפּהענגיקייט־טאָג, דער 23סטער אויגוסט, איז געקומען ווי יעדעס יאָר. ישׂראל האָט געשפּאַנט, אַקסל צו אַקסל, מיט אַלע איבעריקע אַרבעטער פֿון דעם בוכהאַלטעריע־אָפּטייל בײַ דער בוקאַרעשטער פּרימעריִע אויף קיסעלעף בולעוואַר. מ׳האָט אים געגעבן אַ גרויסן רויטן שילד. ער האָט אים געהאַלטן הויך, אָבער זיך נישט מטריח געווען איבערלייענען דעם אויפֿשריפֿט. ס׳איז מסתּמא ווידער געווען אַ לאָזונג, וואָס לויבט די „קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען פֿון דעם רעזשים הײַיאָר‟. עס איז אים געווען אַלץ איינס. דאָס איינציקע, וואָס ער האָט טאַקע געוואָלט, איז זיך אַרויסדרייען פֿון דעם פֿליכט און אַוועקגיין אַהיים, אָבער דאָס איז געווען אוממעגלעך. די קליידער האָבן זיך צוגעקלעפּט צום לײַב און אין האַלדז איז אים געווען מסוכּן טרוקן. אַז די קאָלאָנע איז פֿאַרבײַ דעם נצחון-בויגן און זיך דערנענטערט צו דער טריבונע, וווּ עס זענען געשטאַנען די הויכראַנגיקע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי און אויך טשאַושעסקו מיט פֿלייש און ביין, האָבן עטלעכע מענטשן אַרום אים אָנגעהויבן אויסשרײַען די ווויל־באַקאַנטע לאָזונגען, וואָס באַגלייטן יעדע מאַניפֿעסטאַציע, און דער עולם האָט גיך אונטערגעכאַפּט און גענומען אויסרופֿן צום טאַקט.
דער זומער האָט אָנגעוווירן דעם ברען. ס’האָט זיך אָנגערוקט דער חודש סעפּטעמבער. די טעג זענען געוואָרן קירצער. קילבלעכע ווינטן האָבן גענומען בלאָזן. אין דער פֿרי האָט מען זיך שוין גענייטיקן אין אַ ווינט-מאַנטל.
ס׳טײַטש?! האָט ישׂראל געטראַכט צו זיך. דאָס יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן און אָט, גייט עס שוין אַוועק. אוי, שלעכט! די צײַט לויפֿט און מע קאָן זי נישט אָפּשטעלן אויך בגוואַלד. ווען ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן די פּיעסע וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, האָט ער געהאַט דאָס געפֿיל, אַז עס וועט גיין ווי אויף רעדער. זײַן קאָפּ איז געווען פֿול מיט געלונגענע אײַנפֿאַלן, און ער האָט געמיינט, אַז מע דאַרף זיי נאָר פֿאַרשרײַבן אויף פּאַפּיר ווי זיי גייען און שטייען. זייער אַ פּשוטע מלאכה!
טעג און וואָכן זענען אַריבער און דאָס שרײַבן האָט זיך פֿאַרשלעפּט: דאָס וואָס עס איז געווען גלענצנדיק אין קאָפּ, האָט נישט געטויגט אויף פּאַפּיר. די רייד זענען אויסגעקומען נישט נאַטירלעך, געסקריפּעט, ווי זעמדעלעך צווישן די ציין. די זאַצן האָבן זיך נישט געקלעפּט. די דיאַלאָגן זענען געווען מסוכּן לאַנגווײַליק. ער האָט זיך תּמיד געפֿרעגט: רבונו־של־עולם, ווי שלעפּט מען דאָס וועגעלע ווײַטער?
מיטן פֿאַרלויף פֿון דער צײַט האָט ער פֿײַנט באַקומען דעם הויפּט-העלד בתּכלית־הפֿײַנטשאַפֿט: קאָפּל יאָסעלעוויטש, דער קאָמוניסטישער אָנפֿירער פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. ער האָט געמוזט זײַן אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, אַז נישט, האָט ישׂראל מורא געהאַט, וועט די צענזור נישט לאָזן שפּילן די פּיעסע אויף די ברעטער פֿון דער טעאַטער-בינע און פֿון זײַן גאַנצער מי און אָנשטרענגונג וועט זיך אויסלאָזן אַ בוידעם.
קאָפּל יאָסעלעוויטש איז געווען דער בן-יחיד, אַ טאַטנס אַ קינד, געוואַקסן מיט אַ גילדערנעם לעפֿעלע אין מויל. זײַן פֿאָטער איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט געלט, אַ מאַגנאַט, אַן אייגנטימער פֿון אַ ריזיקער פֿאַבריק אין אַ וואַרשעווער פֿאָרשטאָט. שוין יונגערהייט האָט קאָפּל אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו דער פּראָלעטאַרישע אידעאָלאָגיע. ער איז געווען פֿאַרטאָן מיט לײַב און לעבן אין די פּראָבלעמען פֿון די אַרבעטער. ער האָט געבונטעוועט קעגן זײַן פֿאָטער, שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן זײַן אומפֿאַרשעמטער געלט-גיריקייט און פֿאַנאַטישן גלויבן. אײַנזעענדיק, אַז בײַם טאַטן קאָן ער מער נישט פּועלן מיטן גוטן, האָט ער אָנגעהויבן רעדן מיט די אַרבעטער אין דער פֿאַבריק און אַנטוויקלען בײַ זיי אַ פּראָלעטאַרישן באַוווּסטזײַן. ער איז געשטאַנען בראָש פֿון אַ מעכטיקן שטרײַק, וואָס האָט דערגרייכט אַלע אירע צילן. אַז די נאַציסטן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין פּוילן און אײַנגענומען וואַרשע, האָט ער געקעמפֿט קעגן זיי מיט העלדישקייט, אָבער געמוזט לסוף אַוועקלייגן דאָס געווער און אַנטלויפֿן צום פֿאָטער סטאַלין. די ידיעות וועגן די גזירות איבער ייִדן אין פּוילן דערגיין צו אים, און ער קאָן נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. ער קערט זיך אום קיין וואַרשע, כּדי צו זײַן אַן אָנשפּאַר פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער אין צײַט פֿון נויט…
איצט האָט ישׂראל ווידער איבערגעלייענט די סצענע, וואָס האָט געזאָלט זײַן איינע פֿון די באַטײַטנדיקסטע ווענדפּונקטן אין דער פּיעסע. ער האָט זי געהאַלטן אין איין איבערשרײַבן און ס׳האָט זיך אים תּמיד געדאַכט, אַז אין לעצטן סך-הכּל מאַכט ער אַלץ קאַליע. עס איז אים געווען שווער צו געפֿינען די פּאַסיקע ווערטער, כּדי צו באַשרײַבן ווי קאָפּל באַזוכט חיים רײַכן, אַ שמאָלקעפּיקן, פֿאַנאַטיש-רעליגיעזן עושר, צו בעטן זײַן הילף מיטן באַוואָפֿענען די אויפֿשטענדלער, ווויל וויסנדיק, אַז ס׳רובֿ וועט פֿאַלן אין שלאַכט קעגן שׂונא.
4
אַ דירה אין וואַרשעווער געטאָ. אַ פֿײַנע וווינונג, וואָס האָט געהאַט אַלע באַקוועמלעכקייטן, נאָר אין די שווערע מלחמה־יאָרן האָט זי אָנגעוווירן דעם גלאַנץ. די משפּחה רײַך: טאַטע-מאַמע, חיים און רבֿקה, און זייער טאָכטער בעלע זיצן בײַ אַ נישט גרויסן, קוואַדראַטן טיש און האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן צו עסן די פֿײַנע וועטשערע — אַן אויגן-רײַסנדיקער אויסנאַם אין געטאָ. גאָפּל און מעסער קלינגען. קיינער רעדט נישט. אַלע זענען פֿאַרטראַכט. אַ נישט-אַרויסגערעדטע זאַך מוטשעט זיי. בעלע, אַ צען־יאָריק מיידעלע, אויסגעבאָדן, אויסגעצוואָגן, די צעפּלעך פֿאַרבונדן איבערן קאָפּ מיט אַ רויט בענדל. זי שאַרט מיטן גאָפּל איבערן טעלער אָן חשק. איבער איר פּנים פֿאַרשפּרייט זיך אַ מינע פֿון לאַנגווײַל.
רבֿקה (פֿאַרזאָרגט): בעלע, וואָס איז דיר? דער מאָגן טוט דיר וויי, חלילה? פֿאַרוואָס עסטו נישט?
טאָכטער: נאָך אַ מאָל קאַרטאָפֿלעך און ווידער אַ מאָל קאַרטאָפֿלעך! מ’קאָן משוגע ווערן!
רבֿקה: וואָס זאָל איך טאָן, טעכטערל, מײַנס… וואָס זאָל איך טאָן? דו ביסט גענוג גרויס צו פֿאַרשטיין, אַז מיר לעבן שוין דרײַ יאָר אין געטאָ… דו ווייסט זייער גוט אין סאַראַ שווערער לאַגע מיר געפֿינען זיך. די פֿאַרשאָלטענע מלחמה נעמט נישט קיין עק. איבער די גאַסן הערשט אַ גרויסער הונגער! דו דאַרפֿסט זײַן דאַנקבאַר, וואָס דו לייגסט זיך נישט שלאָפֿן מיט אַ ליידיקן מאָגן.
טאָכטער: איך ווייס מאַמעשי… איך ווייס! מיינסט איך זע נישט די קינדער אין די צעריסענע מלבושים, מיט די קויטיקע, אויסגעדאַרטע פּנימער, וואָס שטרעקן אויס די האַנט אָדער כאַפּן בײַ די פּאָלעס?
רבֿקה: דו קענסט זיי גאַנץ גוט, האַ? האָסט זיך געשפּילט מיט זיי? נאָר דאָס פֿעלט מיר אויס, ריבונו-של-עולם! חיים, זאָג אַ וואָרט!
חיים: רבֿקהלע! לאָז דאָס מיידעלע צורו! (וויציק-באַפֿעלעריש. חיים זויגט אויס אַ ביינדל, לאָזט עס אָפּ און ווישט אָפּ דאָס מויל) זאָל עס קאָסטן וויפֿל זאָל עס נישט קאָסטן. ס’מאַכט נישט אויס! בײַ מיר וועט זי האָבן פֿון שענסטן און פֿון בעסטן. נו, און די געבראָטענע קאַטשקע האָט מיר געקאָסט ווייניק? נאָר גאָט איז אַ פֿאָטער! מ’גיט זיך אַן עצה. בנאמנות, מ’דאַרף לויבן דעם השם-יתברך אַיעדן טאָג. ער פֿירט דאָך די וועלט, נישט אַזוי? טעכטערל, שלאָג עס דיר אין קאָפּ אַרײַן: אַ גרעזעלע וואַקסט נישט הפֿקר. אַלץ אַרום אונדז פֿילט זיך נאָך דעם אייבערשטנס רצון. יאָ, די וועכטער פֿון געטאָ האָבן פֿײַנט ייִדן, ווי אַ ייִד האָט פֿײַנט חזיר, הונדערט מאָל להבֿדיל, נאָר אונדזער געלט געפֿעלט זיי יאָ! נישט אומזיסט זאָגן לײַט, אַז געלט רעגירט די וועלט. איך גיב אויס, קיין עין-הרע. איך גיב, איך צאָל, וויפֿל מ’פֿאַרלאַנגט. אַ זלאָטי אַהין, אַ זלאָטי אַהער… וואָס איז שוין דער חילוק? איך זשאַלעווע נישט. דער אייבערשטער, זאָלט איר וויסן, איז גאָר נישט קיין נאַר! ער האָט זייער גוט געוווּסט, וועמען צו שענקען רײַכקייט. וואָס ליגט נישט בײַ מיר? וואַלוטע ביז איבערן מויל, טאַטע-פֿאָטער! עס ליגן בײַ מיר דאָלאַרן, שטערלינגס, שווייצאַרישע פֿראַנקן, נישט צו פֿאַרזינדיקן. בײַ מיר אַ זלאָטי איז בלאָטע!
טאָכטער: אויב אַזוי טאַטעשי, פֿאַרוואָס ליגן מיר נאָך אַלץ פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ? די מאַמעשי האָט מיר נישט איין מאָל דערציילט וועגן אונדזער פּלאַן זיך אַרויסדרייען פֿון דאַנען און אַנטלויפֿן אין דער שווייץ.
חיים: טעכטערל מײַנס, כאַפּ נישט! כאַפּ נישט! פֿאַרגעס נישט, אַז איך בין אַ שעף פֿון אַ פֿאַבריק. איך טראָג די פֿולע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דער אומאויפֿהערלעכער פּראָדוקציע פֿון אַמוניציע, מונדיר און אויפֿרײַס־פּולווער פֿאַר דעם ווערמאַכט. הער דאָקטאָר פֿישער, דער אויפֿזעער, איז אַ שווערער פּאַרשוין. איינס און צוויי צינדט ער זיך אָן. ער איז אַ גרויסער כּעסניק. דו דאַרפֿסט פֿאַרשטיין, אַז דערווײַל הענגט אָפּ אונדזער לעבן פֿון דער פּראָדוקציע. יאָ… נאָר גאָט איז אַ פֿאָטער. די מלחמה וועט נישט אָנגיין לאַנג. אַ מאָל וועט ווערן שטילער אויף די פֿראָנטן. סטאַלין וועט מוזן מאַכן שלום מיט היטלערן. ווי לאַנג וועלן די סאָוויעטן קאָנען שטיין אויף די פֿיס? זיי קעמפֿן דאָך אַליין קעגן די דײַטש. זיי זענען פֿאַרבליבן אַליין, ווי אַ שטיין. די אַנדערע, אַזוי גערופֿענע, אַליִיִרטע כּוחות האָבן ווייניק חשק אײַנטאָן די האַנט אין קאַלטן וואַסער.
רבֿקה: ווי אַזוי קאָנסטו זײַן אַזוי זיכער? ווער קאָן וויסן, ווי אַזוי ס׳וועט זיך די זאַך אויסלאָזן?
חיים (קוקט זײַטיק אויף זײַן פֿרוי): רבֿקהלע, באַהערש זיך! (צו דער טאָכטער, וואָס זיצט און הערט זיך צו מיט נײַגער) בעלע, גיי אין דײַן צימער. דאָס איז אַ שמועס פֿאַר דערוואַקסענע.
(בעלע עפֿנט דאָס מויל צו פּראָטעסטירן, אָבער דער טאַטע שלאָגט זי איבער פֿאַר דעם וואָס זי באַווײַזט אַרויסרעדן אַ וואָרט) אין דײַן צימער!
בעלע פֿאָלגט אומבאַוויליק און גייט הינטער די קוליסן. די מאַמע זעצט זיך אַוועק לעבן דעם טאַטן און ביידע שמועסן שטיל, ווי זיי וואָלטן געהאַט מורא צו דערהערן די אייגענע רייד.
רבֿקה: זעסט דאָך! די דײַטשן האָבן אויסגעליידיקט כּמעט די גאַנצע געטאָ! אַלע זענען אַוועק אויף מיזרח מיט די באַנען און דו ווייסט… אייניקע האָבן זיך על־פּי־נס געראַטעוועט. זיי דערציילן שרעקלעכע זאַכן! מ’זאָגט אַז…
חיים (שלאָגט זי איבער): געהערט, געהערט… ס’לייגט זיך אָבער נישט אויפֿן שׂכל. מילא, כּל-זמן די מאַשינען קלאַפּן אין פֿאַבריק איז דאָ אַ האָפֿענונג. דער דײַטש איז נישט קיין נאַר. ער נייטיקט זיך אין אונדזערע הענט און מיר מוזן אים טרײַ דינען און דערמיט פֿאַרדינען אונדזער לעבן.
רבֿקה: איך האָב מורא! באַלד רוקט זיך אָן פּסח, אָבער מיר אַלע זענען פֿאַרשקלאַפֿט נאָך ערגעץ ווי בײַ פּרעה. וואָס וועט זײַן דער סוף? ווי לאַנג וועלן מיר דאָס אויסהאַלטן. אַ מענטש איז דאָך נאָר אַ מענטש.
חיים: בטחון, רבֿקהלע, בטחון! דײַן חיימל איז נישט קיין בהמה. איך קאָן סײַ די פּאָליאַקן און סײַ די דײַטש. זיי האָבן נישט פֿײַנט, אַז מ’גיט זיי אין האַנט אַרײַן. טאָמער מ’וועט זען, אַז ס’איז כּלו כּול הקיצין, וועל איך אַ שפּײַ טאָן אויף דער פֿאַבריק און מיר וועלן מאַכן אַ ויבֿרח — אַזוינס און אַזעלכס.
רבֿקה: און וואָס וועט זײַן מיט די אַנדערע ייִדן?
חיים (מאַכט זי נאָך מיט חוזק): וואָס וועט זײַן! וואָס וועט זײַן! מיר האָבן אַ גרויסן גאָט, וואָס פֿירט די וועלט. לאָז אים זיך זאָרגן פֿון די אַנדערע און מיר וועלן זיך זאָרגן פֿון זיך אַליין.
מ’קלאַפּן אין דער טיר דרײַ מאָל לויט אַ געוויסן טאַקט. חיים גיט זיך נישט קיין ריר פֿון אָרט און דאָס קלאַפּן חזרט זיך איבער לויטן דעם זעלבן ריטעם. נאָכן צווייטן מאָל זאָגט חיים צום ווײַב.
חיים (הייבט זיך אויף און גייט צו צו דער טיר מיט שווערע טריט, ווי ער וואָלט געגאַנגען צו דער תּליה): רבֿקהלע, מיר האָבן געסט. ליידיקט אויס דעם טיש איינס-און-צוויי און ווער פֿאַרשוווּנדן.
רבֿקה נעמט צונויף דאָס געפֿעס, וואָס ליגט איבערן טיש און ווערט פֿאַרשוווּנדן הינטער די קוליסן. חיים עפֿנט די טיר און צוויי יונגע און קרעפֿטיקע מענער קומען אַרויס אויף דער בינע. ביידע אָנגעטאָן וואָכעדיק. זיי טוען נישט אויס די היטלעך. די מענער זענען קאָפּל יאָסעלעוויטש, דער פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער באַוואָפֿנטער גרופּע אין געטאָ און וולאַדעק יושינסקי, אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט אין דער פּוילישער קאָמוניסטישער באַוועגונג אויף דער אַרישער זײַט פֿון וואַרשע.
חיים (שטרעקט אויס אַ האַנט וולאַדעקן): זייער אָנגענעם! מיט וועמען האָב איך די ערע?
קאָפּל: חבֿר! לאָמיר איבערהיפּערן די העפֿלעכקייטן. איך האָב געבראַכט מיט זיך דעם חבֿר וולאַדעק. ער איז זייער טעטיק אויף דער אַרישער זײַט.
חיים (באַטראַכט וולאַדעקן לאַנג מיט אומצוטרוי): אַ ייִד? אַ גוי? לאַנגזאַם… פֿריִער דאַרף מען גוט אָנטאַפּן די סחורה. אַזוי פֿירט זיך בײַ אַ געשעפֿט.
וולאַדעק (מיט אַ דינעם שמייכל): וואָס איז דער חילוק צווישן אַ ייִד און אַ גוי? אַזעלכע באַגריפֿן געהערן צו אַ וועלט, וואָס איז שוין אונטערגעגאַנגען. מיר גלייבן אין ברודערלעכקייט און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די פֿעלקער.
חיים: אַיאָ? אַ שיינע מעשׂה! און וווּ האָט איר זיך פֿאַרשטעקט, אַז די דײַטשן האָבן אונדז אַרײַנגעטריבן אין געטאָ אַרײַן? אַז זיי האָבן געהייסן בויען דעם מויער?
קאָפּל: חבֿר רײַך! דאָ גייט נישט די רייד וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט. מיר פֿירן נישט קיין חשבונות ווי אין בוכהאַלטעריע. מיר זענען געקומען צו רעדן מיט אײַך וועגן דער צוקונפֿט. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער זייגער שלאָגט שוין צוועלף. באַלד וועלן די דײַטש אָנהייבן די סאַמע לעצטע אַקציע. זיי האָבן בדעה צו ליקווידירן די גאַנצע געטאָ. ווײַטער וועט נישט זײַן קיין ייִדישער ייִשובֿ אין וואַרשע. דאָס איז דער סאַמע סוף. דאָס מוז אָבער בלײַבן צווישן אונדז! די נײַעס זאָלן נישט אַרויסרופֿן צערודערונג בײַם עולם אָדער פֿאַראורזאַכן דעמאָראַליזאַציע, פּאַניק און פֿירן צו פֿאַרצווייפֿלונג און אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע טאַטן.
וולאַדעק: מיר שטרעקן אויס די האַנט. מיר זענען גרייט זיך אײַנשטעלן דאָס לעבן, קעמפֿנדיק אַקסל צו אַקסל מיט אונדזערע ברידער און שוועסטער, די ייִדן פֿון וואַרשעווער געטאָ, קעגן דער פֿאַשיסטישער חיה. די חיה קאָן ווירקלעך דערלאַנגען שווערע, טייטלעכע קלעפּ, אָבער, ווי עס זאָל נישט זײַן, איר סוף איז פֿאַרחתמעט: נאָך דער פֿינצטערער, אומענדלעכער נאַכט גייט אויף שטענדיק די ליכטיקע זון! די קאָמוניסטישע כּוחות וועלן זיגן.
חיים (זעצט זיך אַוועק אויפֿן בענקל, די פֿיס דינען אים נישט מער. ער כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ. אַ רגע איז ער שטיל און דערנאָך קומט ער צוריק צו זיך. ער הייבט אויף דעם קאָפּ און קוקט אָן ביידע מענער. ער רעדט הייזעריקלעך): איך פֿאַרשטיי… און צו וואָס זענט איר געקומען צו מיר? אויב מ’דאַרף זאָגן ווידוי, וועל איך זאָגן ווידוי.
קאָפּל (לייגט די רעכטע האַנט אויף חיימס פּלייצע און רעדט צו אים פֿאָטערלעך): קיין שום ווידוי! איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דו ווייסט גאַנץ גוט צוליב וואָס מיר זענען געקומען אַהער. מיר נייטיקן זיך אין אַמוניציע, אויפֿרײַס-שטאָף! אויך דײַטשישע מונדירן וועלן אונדז נישט שאַטן. מיר וועלן פֿירן דעם לעצטן קאַמף קעגן דעם שׂונא ביז דער לעצטער קויל.
חיים (קאָפּלען): צו וואָס דאַרפֿסטו מונדירן? ווילסט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ דײַטשישן סאָלדאַט און אַנטלויפֿן פֿון דאַנען?
קאָפּל (לאַכט): אַנטלויפֿן? זיך ראַטעווען? חבֿר רײַך! איך וועל זיך נישט ראַטעווען. איך האָב דאָך ערשט געזאָגט, אַז מיר וועלן קעמפֿן ביז דער לעצטער קויל און אַזוי וועט דאָס זײַן! חבֿר רײַך, איר מעגט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט, אַז איך וועל נישט שטעלן קיין טראָט צוריק. איך וועל קעמפֿן מיט דער אוממענטשלעכער בעסטיע ביזן לעצטן אָטעם און פֿאַלן אַ גליקלעכער, קעמפֿנדיק פֿאַר ייִדישער ווירדע און פֿאַרווירקלעכונג פֿון דער קאָמוניסטישער אידעע. די קאָמוניסטישע כּוחות וועלן שוין נוקם זײַן מײַן בלוט און דאָס פֿאַרגאָסענע בלוט פֿון אַלע אומשולדיקע מענטשן אין געטאָ.
חיים: יאָ… איך פֿאַרשטיי. נאָר, ר׳ קאָפּל, הער זיך אײַן. איך בין אַ פּשוטער ייִד. מילא, איין זאַך איז זיך שפּילן מיטן אייגענעם קאָפּ און אַ צווייטע זאַך איז מקריבֿ זײַן ווײַב און טאָכטער. יעדן טאָג דאַרף איך פּערזענלעך צושטעלן אַ באַריכט הער דאָקטאָר פֿישער אַליין און אַז די ציפֿערן וועלן נישט שטימען? נישט בלויז איך וועל באַצאָלן מיטן קאָפּ, נאָר אויך אַלע אַרבעטער אין פֿאַבריק, און ווער שמועסט שוין פֿון אַלע פּײַניקונגען און מיתות-משונות, וואָס די דײַטשן וועלן אָפּטאָן מײַן ווײַב און טאָכטער. די האָר שטעלן זיך קאַפּויער! מײַן ענטפֿער איז — ניין. לאָמיר מאַכן אַן אָנשטעל, אַז מיר האָבן קיינמאָל נישט גערעדט צווישן זיך. מיר זענען פּאָלנע פֿרעמדע. יעדער וועט זיך גיין אויף זײַן וועג און פּטור אַן עסק. איך ווינטש אײַך אַ סך הצלחה.
וולאַדעק (טרוקן און זאַכלעך): הער דאָקטאָר פֿישער וועט נישט קומען מאָרגן אויסצוהערן אײַער באַריכט.
חיים (דערשטוינט): פֿאַרוואָס נישט?
וולאַדעק: עס וועט פּאַסירן מיט אים אַ נישט אָנגענומענע זאַך. ער וועט נישט זײַן אימשטאַנד צו קומען. ווײַטער, חבֿר רײַך, וועסטו מוזן אויסניצן דײַן קאָפּ צו דערגיין מײַן כּוונה.
חיים: אַזוי?!
קאָפּל: דער זייגער שטייט נישט, חבֿר רײַך. זײַ מוחל, וואָס איך יאָג דיך, אָבער איצט איז נישט די פּאַסיקע צײַט זיך פֿאַרטיפֿן אין פֿילאָזאָפֿישע קלערענישן. איצט ווערט געפֿאָדערט אָנצונעמען ממשותדיקע שריט.
חיים: און מײַן געלט? מײַן האָב און גוטס? אַלץ וועט אַוועק מיטן רויך? איך מוז ראַטעווען מײַן משפּחה און מײַן פֿאַרמעגן. אויב דאָס וועט נישט געשען, האָב איך אַלץ אין דער ערד. וואַרט, אפֿשר איז דאָ צײַט עפּעס אויפֿטאָן? איך קאָן שמירן וועמען איר ווילט נאָר! רופֿט נאָר אָן אַ נאָמען און אַ סומע. ראַטעוועט זיך דאָס לעבן. ס׳אַ שאָד! איר זענט נאָך אַזוי יונג! איר וועט נאָך חתונה האָבן, האָבן קינדער, אַ געשעפֿט. איר ווייסט, נישט אַלע וועכטער פֿון געטאָ זענען פֿאַרמאַכטע קעפּ. אייניקע האָבן גאָר נישט פֿײַנט געלט. דער עיקר, האָבן זיי ליב וואַלוטע. אפֿשר קאָן מען עפּעס אַראַנזשירן?
וולאַדעק (צעשוידערט, קוקט זיך איבער מיט קאָפּלען): מיר וועלן נישט האָבן קיין שום געשעפֿט…
קאָפּל: נישט חתונה האָבן און נישט ברענגען קינדער אויף דער וועלט. איך קאָן נישט און וויל נישט זיך אַרויסדרייען פֿון מײַן פֿליכט פֿאַר מײַן פֿאָלק און אַלע פֿאָרגעשריטענע כּוחות. מיר פֿאַרשטייען אײַער שטעלונג. דאָס פֿעסט גלייבן אין נצחון איבער דער חיה און אין דער מעגלעכקייט צו ברענגען גערעכטקייט דער מענטשהייט הייסט נישט, אַז מיר זענען בלינד פֿאַר מענטשלעכע באַדערפֿענישן און ליידן. מיר קאָנען אײַך אַרויסהעלפֿן…
די דרײַ מענער זיצן אײַנגעבויגענע בײַם טיש אין קיך. זיי שושקען זיך און באַגלייטן די שעפּטשענישן מיט האַסטיקע זשעסטן.
פֿאָרהאַנג
המשך קומט